Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ימי החנוכה אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, זענען אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים האבן געלערנט זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיצט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן די אלע שיעורים דא אויפן ברסלב סענטער וועבסייט וואס ווערט מיטגעהאלטן טאג טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער די וועלט. זעט די שיעורים פון פרשת וישב-חנוכה, זעט די שיעורים פון פרשת מקץ-חנוכה. גאר א שיינער שבת חנוכה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם שבת מיט די ארטיגע אנייוואוינער אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת. במשך דעם שבת האט מען געהערט פילע שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם. אום מוצאי שבת האט מען אפגעראכטן א ברייטע מלוה מלכה ברוב עם, מען האט שיין געזינגען אינאיינעם און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. בילדער: דער ראש ישיבה דאווענט שחרית מיט די קינדער - זונטאג מקץ ג' דחנוכה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם פינפטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מאנטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זעקסטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - דינסטאג מקץ תשפ"א בילדער: ריקודין נאכן צינדן דעם פערטן חנוכה ליכטל אין קרית ברסלב ליבערטי - זונטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זיבעטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מיטוואך מקץ תשפ"א   בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!

    < זעה מער ח טבת תשפ"א 📝
  • פרוטה'לעך קאמפיין דערגרייכט ציל ב"ה דורך מער פון 5 א האלב טויזנט נדבנים

    מיט שבח והודאה צום אייבערשטן איז די פרוטה'לעך קאמפיין געקרוינט געווארן מיט פיל סוקסעס. יעצט דינסטאג מיטאג ווען די שורות ווערן געשריבן, האלט שוין דער שיסל שוין ביי 26,605,200 פרוטות, און דאס איז צושטאנד געקומען דורך ביז יעצטיגע 5,553 נדבנים וואס האבן זיך אנגערופן אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שכיוון לבו לשם שמים, ווען די אלע אידן האלטן פאר די אויגן די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע ברסלבע מוסדות, מיט אלע אירע סניפים, וואס זענען פקיע שמיהם, און מען זעט די ארבעט פון אלע מיטארבייטער וואס האלטן אלץ פאר די אויגן דער ציל וואס די הייליגע מוסדות דארפן אויפצוטון, נאר אריינצוברענגען אין אידישע קינדער די לויטערע אמונה, נאך א איד זאל געדענקען אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז ער איז מיט א איד אין יעדע מצב און יעדע צייט, און מען קען אלץ צוריק קומען צו אים, א.א.וו. עס איז נאכנישט צו שפעט מנדב צו זיין פארן קאמפיין. מען האט צוגעלייגט נאך ביז דעם דאנערשטאג נאכט ווי מען וועט קענען געבן פארן קאמפיין סיי אויפן טעלעפאן 212-444-9191 עקס. 8 און סיי אויף טשערידי.קאם/ברסלב (https://www.charidy.com/breslev), און ערשט דערנאך וועט מען ארויסציען דעם ראפעל וואס פאר $36 און העכער, קען מען געווינען $25,000. אין זכות פון באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, וועט דער אייבישטער אייך אוודאי באצאלן מיט בני חיי מזוני און אלעס גוטס.

    < זעה מער א תמוז תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג טויזענט קעש ראפפעל ביים "פרוטהלעך קאמפיין" כט-ל סיון הבעל"ט

    די "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, גייט שוין אן מיט'ן פילן שוואונג זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארעם צום קאמפיין, מיט'ן נעמען א ציל אריינצוברענגען א געוויסע סומע צום קאמפיין. אינגעלייט שפרין אז זיי זענען שולדיג א גרויסער חוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס זיי באקומען פון אים כסדר, און יעצט קענען זיי אביסעלע ארויסווייזן אן הכרת הטוב מיט'ן אים העלפן קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט א רואיגקייט אן צו דארפן שלעפן דעם שווערן לאסט פון חובות. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס קוים אין א וואך ארום, זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. פילע אינגעלייט ווארטן נישט אויף די לעצטע מינוט, נאר ברענגען שוין יעצט אריין גרעסערע סכומים פאר'ן קאמפיין. פאר'ן בלויזן סכום פון 36 $פאר'ן קאמפיין גייט מען אריין אין א ראפפעל צו געווינען 000,25 $ קעש, וואס וועט ווערן אויסגעראפפעלט אינעם נאכט פונעם קאמפיין. זונטאג נאכט ביים קאמפיין וועט פארקומען קלענערע טיי אוונטס אין אלע היימישע געגענטער, וואו אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אנצורופן זייערע קרובים און באקאנטע זיי מזכה צו זיין ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. פרטים איבער די טיי אוונטס וועט געמאלדן ווערן קומענדיגע וואך אי"ה. אויך די פרויען פון אנשי שלומינו האבן זיך צוזאמגענומען פאר די פרויען פארטי וואס וועט פארקומען דאס יאר אויפ'ן טעלעפאן, אלע פרויען זענען פארנומען צו רופן יעדן וועם זיי קענען, אריינצוברענגען ווי מער געלט פאר די הייליגע מוסדות, טייערע פרייזעס און גורלות וועלן זיין ביים טעלעפאן-פארטי פאר די וואס געבן א מינעמאלן סומע פאר די פארטי. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, אדער צו מנדב זיין פאר'ן קאמפיין, קען מען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב טעלעפאן ליין, און דרוקן נומער 8. ביים "קאמפיין אפטיילונג" אויף "קול ברסלב" קען מען אויך הערן די "חיזוק רופן" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס אנגעהויבן צו שיקן טעגליך א קורצע מעסידזש פאר אנשי שלומינו, מיט חיזוק פאר'ן טאג. ווי אויך קען מען דארט הערן אלע אנטוויקלונגען פונעם קאמפיין, און נאך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יט סיון תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין כ"ט - ל סיון הבעל"ט

    אין די יעצטיגע טעג הויבט מען זיך אן גרייטן צום "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. דעריבער איז יעצט פראקלאמירט געווארן דער פרישער קאמפיין, מיט'ן ציל אריינצוברענגען "25 מיליאן פרוטה'לעך" פאר די הייליגע מוסדות, פרוטה ופרוטה מצטרפת, אז יעדער וועט צולייגן א האנט אריינצוברענגען כאטש וויפיל ער קען, וועלן זיך צוזאמנעמען די אלע פרוטות לחשבון גדול. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, קען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב האטליין, און דרוקן נומער 8. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יז סיון תשפ 📝
  • מסיבת הכרת הטוב דעם פארגאנגענעם מוצש"ק

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק זענען פילע אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת "הכרת הטוב" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך די גאנצע יאר. די "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וועלכע טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט פאר'ן בנין פון די הייליגע ישיבה. די צוויי חשובע אינגעלייט ווערן אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט יעדן חודש דורך אנשי שלומינו, וועלכע שפירן א זכיה צו קענען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט, וואס מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה און תפלה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. צום ערשט האבן גערעדט עטליכע בעלי דרשנים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט אויסגעטיילט מתנות פאר אלע נדבנים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט פונעם הערליכן געשמאקן פראגראם. עזוב תעזוב עמו &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח אדר תשפ 📝
  • די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט. אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. עס איז זייער מערקווערדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט צען יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. ווען אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דורש אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'. די פארלאנג איז שוין אזוי שאטרק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי דאס צו פארמיידן וועט מען היי יאר נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים. ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp;

    < זעה מער ז אדר תשפ 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com