Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געקלאוזט אויף א בנין פאר די ישיבה קטנה אין וויליעדזש אף ליבערטי

    היינט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז די הנהלה האט היינט געשלאסן דעם מקח צו קויפן א בנין אין ווילעדזש אויף ליבערטי אויף לינקאלן פלעיס ממש נעבן די עקזעסטירנדע בנין פון די תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ די אכסניה של תורה פאר די טייערע בחורים פון די נייע ישיבה קטנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט אין שטעטל.   די הנהלה האט שוין געלייגט אן אויג דערויף א לאנגע צייט און די פארהאנדלונגען גייען שוין אן פאר עטליכע חדשים וואס האט זיך ב"ה געענדיגט מיטן אונטערשרייבן דעם געשעפט און דער בנין גייט אריין אונטערן בעלות פון די ישיבה.   דער בנין דארף דורכגיין מילדע קאנסטראקשען כדי מען זאל עס קענען נוצן פאר א ישיבה, און מען האפט אז די ארבעט וועט נישט נעמען מער פון צוויי וואכן. מען וועט דארט בעז"ה אריינלייגן שיעור צימערן, א בית המדרש, אן עס זאל און אזוי ווייטער וואס עס פעלט אויס. א קאך פעלט נישט אויס צוליב וואס עס איז ממש נעבן די תלמוד תורה, און דאס עסן וועט מען נעמען פון די חדר קאך.   די ישיבה גייט שוין ב"ה אן אין א צייטווייליגע לאקאציע מיט גרויס הצלחה, די בחורים לערנען מיט גרויס התמדה, און פירן זיך אויף מיט דרך ארץ און יראת שמים, און אויסער די פילע שיעורי הישיבה לערנען די תלמידים משניות גמרא און נאך פילע לימודים אויף זייער אייגענע צייט אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אויסגעלערענט.   דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אפ מיט די תלמידים מיט גרויס געטריישאפט, ער באגלייט און פרעגט זיך נאך אויף יעדן תלמיד און העלפט זיי שטייגן בתורה ויראת שמים. די מגידי שיעור גרייטן אן די בחורים פארן לעבן, און אויסער די שיעורי הישיבה איז דא א געוואלדיגע דגוש אויף מדות טובות און דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה.

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • פרישע ישיבה קטנה געעפענט אין שטעטל

    שוין א לענגערע תקופה וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ארום איבער זיין ווילן ארויסצוברענגען די הייליגע ישיבה תפארת התורה צום שטעטל, א זאך וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט. &nbsp; אבער יעצט געלויבט דעם אויבערשטן אז די קהלה וואקסט, און מער און מער בחורים פון ישיבה זענען קינדער וואס זענען שוין אויפגעוואקסן אין היכל הקודש, און יעצט ביים אנהייב פון די נייע זמן האבן עטליכע עלטערן וואס וואוינען אין שטעטל געטראכט אריינצושיקן די אינגע בחורים קיין וויליאמסבורג צום ישיבה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זעט די יעצטיגע געלעגענהייט אלץ א פאסיגע צייט אנצוהייבן איבערפלאנצן די ישיבה אין שטעטל צוביסלעך. &nbsp; און דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז מען עפענט אויף א פרישע ישיבה קטנה פאר די אינגע בחרוים אין שטעטל. דער נייער ישיבה וואס שטייט בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אפן ב"ה און גייט אן מיט א שטארקייט, דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג א דרשה פאר די בחורים דורך א הוק אפ, מיט חיזוק און הדרכה. &nbsp; בחורים פון אויסער די שטעטל וואס ווילן וועלן קענען קומען לערנען לערנען אין די נייע ישיבה, אבער דערווייל וועט עס זיין אן קיין דארמיטארי, און זיי וועלן זיך דארפן טרעפן א פלאץ וואו איינצושטיין. &nbsp; דער ראש ישיבה איז זייער פרייליך מיט די נייע ישיבה, און האט עס גענומען ווי זיין נייע פראיעקט, און זאגט אז ער וועט זיך בעז"ה אריינלייגן אריינצוגעבן אין די בחורים די אלע עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט געלערענט, בפרט די סדר דרך הלימוד, דרך ארץ און מידות טובות, אמונה און תמימות, רעדן צום אויבערשטן, און און אזוי ווייטער. &nbsp; לעת עתה האט מען אויפגענומען די ערשטע מגידי שיעור פאר די נייע ישיבה תלמידי חכמים און יראי ה' הר"ר יוסף שניצלער שליט"א און הר"ר אלחנן ראטה שליט"א. &nbsp; דערווייל האט מען זיך פלאצירט אויף צייטווייליג אין בית המדרש אין שטעטל, אבער אין די יעצטיגע טעג ענדיגט מען בויען א בנין ספעציעל פאר די ישיבה קטנה, וואס מען האפט צו קענען אריינגיין אין די נאנטע וואכן.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ד 📝
  • א טרער צום פטירה פון הבחור החשוב שמעון ברייער ז"ל

    מיט א טיפע שאק און טרויער נעמען אנשי שלומינו אויף די שוידערלעכע בשורה אז איינע פון תלמדים פון היכל הקודש הבחור החשוב שמעון ברייער ע"ה פון לאנדאן האט צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן! &nbsp; שימי ע"ה איז געווען אויפן וועג קיין אמעריקע צו קענען זיין דורכאויס די זומער חדשים מיט א נישט געזונטע קינד ל"ע, פארמאגענדיג א גאלדענע הארץ וואס האט געזוכט צו טון חסד מיט אנדערע. &nbsp; דער חשובער נפטר ע"ה האט שוין געענדיגט צענדליגע מאל מסכת תענית, נאך מיט צוויי יאר צוריק האט ער שוין געזאגט פאר איינע פון אנשי שלומינו אז ער האט שוין געענדיגט מער פון פערציג מאל די מסכת. &nbsp; אזוי אויך האט ער געענדיגט אן א שיעור מאל משניות, שמעון פלעגט זיך אלץ דרייען מיט א משניות אין די הענט, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער פלעגט לערנען תימידים כסדרן. &nbsp; שמעון איז געווען א געוואלדיגע חידוש אין התחזקות, אייביג האט מען אים געזען מיט א פרייליך פנים. ווי געזאגט איז ער יעצט געווען אויפן פליגער קיין אמעריקע ווי ער האט געפלאנט צו וויילן אין די קעטסקילס, און ער האט שוין קוים געקענט אויסווארטן זיך צו קענען אריינכאפן אין שטעטל צו קענען גיין הערן שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פון וועמען ער האט געשעפּט זיין גאנצע חיות די לעצטע זעקס יאר. אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אינמיטן וועג האט אים געכאפט א שרעקליכא אסטמא אטאקע פון וואס דער נפטר האט ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה. &nbsp; יעצט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט דער ראש ישיבה'ס לימודים וואס דער ראש ישיבה זאגט אייביג "לאכן לאכט ווער ס'לאכט לעצט!" שמעון ע"ה קערט צוריק זיין נשמה צום אייבערשטן, ווען ער האט אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה מצוות און מעשים טובים. &nbsp; אונזער חבר שמעון בן ישכר שלמה איז אוועק אינגערהייט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, אז מיר וועלן אים נאכמאכן, דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, זיין פרייליך טראץ אלעס וואס גייט אונז אריבער, אנגיין ווייטער און נישט קוקן אויף אלע שוועריקייטן וועט עס זיכער זיין א טובה פאר זיין נשמה. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע און מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות און מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך גוט אנגרייטן פאר די לעצטע טאג. &nbsp; עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ג 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה תפארת התורה גייט ווייטער אן אויך דורכאויס בין הזמנים

    ווען איר קומט אריין אין די טעג אינעם הייליגן ברסלב ישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג, וועט זיך אייך דאכטן אז יעצט איז אינמיטן זמן, דער ישיבה גייט אן ווי געהעריג, דער ראש ישיבה און די בחורים דאווענען און לערנען, דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די געשמאקע שיעורים, פונקט ווי א גאנץ יאר. אין די צייט וואס אנדערע ישיבות פארמאכן זיך אויף גאנץ חודש צו "בין הזמנים", טוט מען אין ישיבה תפארת התורה נישט אנערקענען דעם טערמין בין הזמנים אויף צו גיין ליידיג און פארברענגען די צייט. &nbsp; פון די אנדערע זייט טוט דער ראש ישיבה שליט"א מוטיגן אז אלע בחורים אפילו די וואס וואוינען אין אויסלאנד אדער אנדערע פעלער זאלן טון אלעס וואס זיי קענען צו זיין אינדערהיים אויף פסח זעלבסט. דער ראש ישיבה זאגט אז פסח איז א צייט וואס מען דארף זיין אין שטוב, אבער די וואכן פאר פסח און נאך פסח דארף מען נישט גיין ליידיג.&nbsp; &nbsp; אלע צדיקים פלעגן בלוטיגן אויף דעם אזוי גערופענעם "בין הזמנים" צייט וואס די בחורים נישט האבנדיג קיין סדר, ווערן זיי משוגע פונעם טאג און וואס ליידיג גיין קען ברענגען, דארף מען נישט מסביר זיין. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז א איד דארף שטענדיג לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק צי עס איז חודש טבת, ניסן, אב אדער תשרי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טערמין "בין הזמנים" גייט ארויף נאר אויף די צייט בין מיתה לקבורה, אבער אויסער דעם איז נישט פארהאן אזא זאך ווי בין הזמנים. &nbsp; די תלמידים פון ישיבה תפארת התורה דארף מען נישט צווינגען צו קומען אין ישיבה בין הזמנים פונקט ווי א גאנץ יאר, די תלמידים ווערן נתחנך מיט אהבת התורה און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך און זענען דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שטרענגט זיך אן יעדן טאג אפילו אין די פארנומענע ערב פסח טעג און האלט אפן די ישיבה און געט די געשמאקע שיעורים ווייטער ווי א גאנץ יאר. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה רופט צו אנשי שלומינו: אלע איינגעשטעלטע מוזן ווערן באצאלט אויף יום טוב!

    מיט צוויי חדשים צוריק האט דער ראש ישיבה געלאזט רופן מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו, און זיך אויסגעדוקט פאר אים: "וואס גייט מען טון אויף פסח? אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט!", דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ער ווייסט אז עס זענען דא איינגעשטעלטע וואס זענען שוין נישט געהעריג באצאלט געווארן די לעצטע עטליכע חדשים. מען האט ארום געשלעפט מיט זיי, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט. מיר טארן נישט בלייבן שולדיג איין צענט פאר קיין שום איינגעשטעלטער אין די מוסדות!" &nbsp; מען געבט איבער פון די אפיס פון די מוסדות אז לעת עתה איז מען הונטערשטעליג פעיראל מיט כמעט א פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס אלעס דארף ווערן אויפגעטריבן ביי אנשי שלומינו אין די קומענדיגע וואך צוויי. ר' יעקב משה זאגט אונז: "עס ליגט אויף אונז א חוב זיכער צו מאכן אז אויף יום טוב זענען אלע וואס ארבעטן פאר די מוסדות פון אל"ף ביז ת"וו באצאלט. זיי אלע דארפן באצאלן זייער לעקטער ביל, זייער מארטגעדזש, זיי דארפן איינקויפן אויף יום טוב. מיר קענען זיי נישט לאזן מער ווארטן!" &nbsp; ווי באקאנט ווערט פון דא באצאלט די איינגעשטעלטע פון אלע מוסדות היכל הקודש, וואס אנטהאלט שוין היינט 5 חדרים, 3 מיידל שולעס, און 2 ישיבות. וואס איז אויסגעשפרייט און עטליכע שטעט אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. די פעיראל פון די מוסדות שטייט היינט ביי איבער פינף און דרייסטיג טויזנעט דאלער יעדע וואך. די הנהלה פרובירט מיט אלע כחות אויפצוקומען מיט דאס געלט יעדע וואך, און לייגט א פריאריטעט אויף די מלמדים און טיטשערס אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט, אבער יעצט אויף פסח האט דער ראש ישיבה באפוילן אז מען זאל טון וואס מען קען אז אלע זאלן ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אז אפילו די וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו געבן אליינס, זאלן גיין נאך געלט ארויסצוהעלפן באצאלן די חובות וואס ער האט פון די מוסדות. דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מען העלפט די מוסדות העלפט מען זיך אליינס, מען טוט אים נישט קיין טובה. פארוועם דארף ער די מוסודות אויב נישט פאר אונז? &nbsp; דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט זיך אנצושטרענגען און זיך באשטייערן מיט וויפיל מען קען נאר, און מיט דעם אראפ נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, אז ער זאל קענען גיין צום סדר מיט א רואיגע געוויסן, וויסענדיג אז אלע זענען געווארן באצאלט, און ער טראגט נישט קיין פעיראל חובות ווייטער. &nbsp; שפירט פאר א זכיה זיך משתתף צו זיין צום קמחא דפסחא קאמפיין פון די מוסדות, און רופט אדער טעקסט שוין דעם מנהל המוסודות מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו אויף 917-578-0495, אדער דעם גבאי צדקה מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו אויף 845-662-3207, צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון לבו לשמים, ופרוטה ופרוטה מצטרפת! &nbsp; דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פון אלעם גוטן פאר אלע נדבנים וואס לאזן זיך קאסטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס לערנט אמונה מיט די קינדער, וואס לערנט די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן און צו זיין תורה.

    < זעה מער כ אדר תשפ"ג 📝
  • די ברסלב בחורים וועלן משמח זיין פורים

    אידן איבער די וועלט גרייטן זיך צום פרייליכן טאג פורים. דער היילגער יום טוב ווען מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויס חסדים בימים ההם בזמן הזה, ווען צוררי ישראל ווילן אונז מאבד און מכלה זיין, און טראץ די גרויסע הסתרת פנים, טוט דער אייבישטער גרויסע נסים און ווען מיר זעען איין אז עס איז נישטא צו וועם צו גיין נאר צו אים און מען בעט דעם איינציגער באשעפער ראטעוועט ער אונז פון אלע וואס ווילן אונז שלעכטס טון. &nbsp; אנשי שלומינו אזוי ווי אלע ערליכע אידן גרייטן זיך צום גרויסן טאג, ווען מען מרבה זיין מיט צדקה, גמילת חסדים און אהבת ישראל, יעדער איינער לויט זיין וועג. די בחורים שטעלן זיך צוזאם אין גרופעס וואס וועלן אינאיינעם ארום פארן צו די שטובער פון אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן דעם תענוג רוחני זיך משמח זיין מיט די בחורים תלמידים פון די הייליגע ישיבה, מען וועט זינגען די שיינע ניגונים פון ראש ישיבה וואס וועט אויפלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן אין דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; ווי מען זעט ווערט פון יאר צו יאר די פארלאנג גרעסער און גרעסער, פילע אידן ווילן האבן די ברסלב'ע בחורים אין שטוב אום פורים, אבער במציאות איז נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם, עס איז דא א באגרעניצטע צאל גרופעס, און די צייט איז זייער קורץ, דערפאר וועט מען מוזן באשטעלן די בחורים פאראויס, און נאר פאר א באשטימטע סכום צדקה פאר די הייליגע ישיבה וועט מען קענען קומען. &nbsp; צו באשטעלן די בחורים קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. רופט וואס פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער כח שבט תשפ"ג 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין מוצש"ק תרומה הבעל"ט

    די געטרייע עסקים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק האבן די געטרייע עסקנים מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה מארקוס הי"ו אראפגענוןמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; זיי האבן געזאגט פארן ראש ישיבה אז זיי נעמען איבער דעם עול, און זינט דאן האבן זיי ברוך השם מצליח געווען אין מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלכע שטרענגען זיך אן יעדן חודש און באשטייערן שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; ווען עס האט זיך געעפענט דער נייער בית המדרש אין בארא פארק, וואס איז א געדינגענע פלאץ, האבן זיי עס אויך גענומען אויף זיך אויף די פערזענליכע בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; די עסקנים האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור, און ווילן כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדברים, דערפאר האבן זיי פאררופן א מסיבת הכרת הטוב אויפן קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת תרומה, אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג. &nbsp; און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע חיזוק שמועס, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ג 📝
  • סיום הש"ס פון הבחור דוד אסקאל ני"ו

    אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג הערשט א גרויס שמחה. איינע פון די חשובע תלמידים הבחור החשוב דוד אסקאל הי"ו וואס איז אריינגעקומען אין ישיבה מיט ווייניגער פון א יאר, און נאכן הערן פונעם ראש ישיבה די גרויסקייט פון זאגן און ענדיגן ש"ס, האט ער עס גענומען און געפאלגט מיט תמימות ופשיטות, און אויסערדעם וואס ער איז א געשמאקע בחור מיט מידות טובות, און חוץ זיינע פילע שיעורים און חומש, משניות, הלכה, מדרשים און אזוי ווייטער האט ער געלערנט יעדן טאג עטליכע שעה ש"ס כסדרן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די טעג איז ער אנגעקומען און האט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; צום גרויסן טאג זענען זיינע עלטערן און משפחה געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, און דער סיום איז אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכן פארנעם אין שטוב פון זיינע חשובע קרובים וואס וואוינען דא אין וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך ספעציעל געקומען באטייליגן ביים סיום, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און מען האט געהערט עטליכע שיינע דרשות. א טייל פון די סיום קען מען זען דא אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה ווי איבערגענומען ער איז אז די משפחה מאכט אזא שיינע סיום, בשעת אין ישיבה זענען שוין געווען צענדליגע סיום הש"ס, אבער רוב מאל קומט עס פאר אין ישיבה, ווי אסאך מאל "טוט דער טאטע א טובה" און קומט. אבער דא, האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען א ווארימע משפחה וואס פריידט זיך מיט און העלפט און שטיצט, און מען ווייזט ארויס כבוד פאר די תורה, און מען פראוועט א שיינע סיום, ווי עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען עדיגט א מסכת, איז א "יומא טבא לרבנן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש היינט האט מען געענדיגט מסכת נדרים אין די קהילה, און מ'האט אים גערופן צי ער קען קומען מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל ביים סיום, אבער האט אלעס געלייגט אין די זייט. ביי אים האט א גאר שטארקע חשיבות ווען א בחור ענדיגט ש"ס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייניגער פון א יאר צוריק, ווען דער בחור איז ארויפגעקומען צו א שיעור, און אויף די פראגע פון ראש ישיבה וויאזוי ער הייסט זאגט ער "דוד אסקאל", דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט וואס איז די מעשה? ווילסט לערנען דא? האט ער געזאגט, ער איז דא צוגאסט פון ארץ ישראל ווי ער האט געהערט פון די ישיבה, ער וויל עס פשוט קומען זען, אבער דוד איז צוריק געקומען יעדן טאג צום שיעור, און נאך אפאר טעג, האט ער באשלאסן ער בלייבט דא.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער האט אמאל געזאגט פארן צאנזער רב, אז ער האט געלערנט ש"ס, האט אים צאנזער רב צוריק געפרעגט "וואס האט ש"ס דיר געלערענט?" דא&nbsp; - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דוד האט ש"ס געלערענט, און ש"ס האט אים געלערענט, אויסער וואס דוד לערנט פלייסיג איז ער א בעל מידות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ער האט אמאל געהערט א טעיפ ווי קלויזענבורגער רב זאגט נאך פון ספר רחמי האב וואס שרייבט אז ער האט געקענט א פשוטע שוסטער וואס האט געהאט א צלם אלוקים, די פנים האט אים געלאכטן, ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי איז ער זוכה דערצו? האט ער געזאגט אז ער קען נישט לערנען, אבער ער זאגט ש"ס בגירסה, און ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווערט די נשמה לויטער און ריין. &nbsp; דער חתן-תורה הבחור דוד ני"ו האט אויפגעטרען און געזאגט אפאר ווערטער, ווי ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן, און זיינע חשבוע עלטערן וואס האבן אים מחזק געווען, אזוי אויך זיינע חשובע קרובים פון וויליאמסבורג, וואס האבן אים אריינגענומען אין שטוב, אין די צייט וואס ער לערנט דא. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם חשובן פאטער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגענו, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זוכה זיין א זון זאל ענדיגן ש"ס, און האט געזאגט אז עס איז בבחינת "ברא מזכה אבא", אויך האט ער זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה, וואס האט מחזק געווען זיין זון, זאל האבן די כחות דורכצופירן אזא שווערע זאך ווי ענדיגן ש"ס וואס נעמט שעות טאג טעגליך. &nbsp; דער עולם איז ארויס מיט שטארקע חיזוק, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און אננעמען די שיינע זיסע עצות פון הייליגן רבין, וואס מיט דעם קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן.

    < זעה מער ג שבט תשפ"ג 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com