מלמדים קאמפיין
אין די טעג קומט פאר א "מלמדים קאמפיין" צו קענען צאלן פאר די מלמדים זייער געהאלט וואס מען איז זיי שולדיג פאר די לעצטע פאר חדשים פאר זייער געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די טייערע קינדערלעך. איר קענט יעצט האבן א זכיה צו זיין א טייל פון די וואס העלפן בויען די מוסדות וואס מען לערנט אויס די קינדערלעך לעבן און אטעמען מיט אמונה, א מוסד ווי מען קלאפט נישט אראפ קיין איין קינד נאר אדרבה מען בויעט אויף יעדן קינד ער זאל וואקסן אויף זיין וועג וויאזוי ער קען וואקסן מיטן אייבערשטענ'ס הילף. צו נעמען א חלק פארבינדט זיך יעצט מיט די אפיס אויף 917-578-0495 אדער קליקט אויף דעם לינק בייגעלייגט איז א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן וועגן דעם ענין בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר. איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער צו העלפן די מוסד. איך וויל אזוי שטארק באצאלן יעדן מלמד און יעדע טיטשער און יעדע איינגעשטעלטער נאך בעפאר יום הקדוש, איך וויל קענען זאגן ביים דאווענען: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ". איך בעט דיר זייער, העלף מיר; גיי ארויס פון דיין קטנות המוחין, דו קענסט מיר העלפן, דו האסט די כוחות. העלף מיר ברענגען שכר לימוד, העלף מיר ברענגען שטאטישע פראגראמען, לאמיר באצאלן נאך פאר יום הקדוש פאר אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט. איך ווארט צו הערן פון דיר. א גמר חתימה טובה.