Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טראנספארטאציע דעפארטמענט פון די מוסדות ברייטערט זיך אויס מיט דריי נייע באסעס

    די מוסדות היכל הקודש גייען אן ב"ה שטארק און מיט הצלחה, די געטרייע מלמדים און מחנכים געבן זיך אוועק בלב ונפש צו לערנען מיט די קינדער תורה, מידות טובות און יראת שמים. דער עיקר דגוש לייגט מען אבער אויף אמונה, אז די קינדער זאלן וואקסן מיט דעם יסוד אז זיי זאלן וויסן און געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, אייביג.   געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות וואקסן און בליען, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער. צו נייעם לערן יאר תשפ"ד זענען צוגעקומען צוויי נייע קלאסן, איינס ביי די אינגלעך און איינס ביי די מיידלעך. דער וואוקס האט צוגעברענגט א נויט צו פארגרעסערן דעם טראנספארטאציע סיסטעם. בפרט ווען צוויי פון די אלטע באסעס זענען פראבלעמאטיש און זיצן אפ כסדר ביים מעקעניק.   די הנהלה האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן גוטע באסעס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא, האט דער אויבערשטער צוגעפירט א גאר גוטן דיעל פון דריי גוטע באסעס פאר גוטע פרייז. די הנהלה שטארק דאנקבאר די חשובע נדבנים וואס האבן מנדב געווען דריי נייע באסעס, וואס איז אזוי נויטיג געווען צו קענען טראגן און ברענגען די קינדער זיכערערהייט.   איין באס האט מנדב געווען מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, איין באס האבן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו צוזאמען מיט זיין שותף מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו מנדב געווען, און דער דריטער באס האט מו"ה יוסף זינגער הי"ו מנדב געווען.   אינאיינעם פארמאגט יעצט דער טראנספארטאציע סיסטעם פון די מוסדות א סך הכל פון צען באסעס: איינס אין וויליאמסבורג, איינס אין קרית יואל, פינף אלטע באסעס אין שטעטל, די אויבנדערמאנטע דריי נייע באסעס, און בנוסף איז דא צוויי אלטע פראבלעמאטישע באסעס.   די טראנספארטאציע ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט דורכן געטרייען מענעדזשער פון די מוסדות מו"ה אליעזר שמן הי"ו, די דרייווערס זענען אונזערע איבערגעגעבענע מלמדים פון נורסערי און קינדערגארטן מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ארי לונגער הי"ו. אויסער דעם זענען דא נאך אינגעלייט וואס העלפן צו און נעמען רוטס ווען עס פעלט אויס, צווישן זיי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה שמעון אביש הי"ו.   מיר וועלן ענדיגן מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן אויף די געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות האבן ב"ה, און מיט א תפלה אויף ווייטער אז חפץ ה' בידינו יצליח, די קינדער זאלן ווייטער וואקסן און בליען און אויסוואקסן ערליכע גוטע אידן, וואס ווילן איין זאך, טון דעם רצון ה' באמת ובתמים.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • פרישע זמן אנגעהויבן אין די מוסדות

    מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן האט מען אנגעהויבן דעם נייעם לערן יאר אין די הייליגע מוסדות "היכל הקודש" איבער אלע שטעט. ווי איינגעפירט אין אונזערע מוסדות הויבן אן די אינגלעך און די בחורים דעם נייעם זמן אום אסרו חג סוכות. &nbsp; דער זמן האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א שטארקע פרישקייט, די קינדער זיצן מיט די מלמדים און לערנען פלייסיג, דאווענען ערליך, און פילן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מיט תורה און תפלה און מדות טובות. &nbsp; אין א טעגליכע בריוו די וואך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "מען הויבט היינט אן די נייע כיתות אין תלמוד תורה, זע צו שיקן דיין קינד מיט אלע ספרים וואס ער דארף האבן; זיי נישט פויל, און גארנישט זאל דיר זיין חשוב'ער ווי דיין זונ'ס לערנען תורה, ווייל לעולם וואלסטו געדארפט זיצן מיט דיינע קינדער א גאנצן טאג לערנען תורה, מקיים זיין די מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם", נאר מען קען מאכן א שליח, דער מלמד זאל לערנען, און אזוי איז מען מקיים די מצוה, אבער א שליח דארף מען מאכן, מען דארף זיך וויסנדיג מאכן, זאלסטו אים קויפן די ספרים וואס ער דארף, א סידור וכו'. &nbsp; לויב אויס די נייע מלמדים און לערערינס פאר דיינע קינדער, און אז דיין קינד וועט היינט אהיים קומען מיט א לאנגע נאז, באבלאזן, עפעס חוזק ווערטער אויפן מלמד - זאלסטו נישט זיין קיין קליין קינד און מיט זינגען זיין ניגון און חוזק מאכן, נאר זיי קלוג און זאג אים: "דו האסט די בעסטע מלמד", און "דו האסט די בעסטע טיטשער"." מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ווייטער מצליח זיין, און זען אסאך אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • נייע מיידל שולע בית פיגא ברסלב ווערט געגרינדעט אין עיר התורה בני ברק

    א גרויסע שמחה הערשט אין בני ברק, ווען נאך אסאך תפלות איז געגרינדעט געווארן א פרישע אפטיילונג פון די מוסדות אין ארץ ישראל. &nbsp; די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל פארמאגט שוין פילע אפטיילונגען, חדרים, מיידל שולעס, און א ישיבה, וואס ווערט אנגעפירט דורכן מנהל המוסדות אין ארץ הקודש הרב יצחק פאפענהיים שליט"א פון ירושלים וואס פירט אלע מוסדות מיט גרויס סייעתא דשמיא, אלעס לויט די פונקטליכע הוראות פון ראש ישיבה שליט"א. די ציל פון די הייליגע מוסדות איז צו קענען געבן פאר די קינדער א חינוך על דרך התורה והמסורה, זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן באשעפער, און זיי זאלן זיין גרייט ברוחניות ובגשמיות פאר'ן לעבן. די געטרייע מלמדים זענען הר"ר ר' אבא חייא רייזמאן שליט"א און הר"ר ישראל סופר שליט"א. דער מנהל המוסודת פון הר"ר יצחק שליט"א ירושלים, קומט כסדר אריבער קיין בני ברק באזוכן, און שטייט צו די האנט מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס. &nbsp; יעצט איז געקומען די געלעגענהייט אויפצושטלען א מיידל שולע אין בני ברק. די חדר אין שטאט האט זיך שוין געעפענט מיט א יאר צוריק, און עס גייט אן מיט גרויס הצלחה, די אינגלעך זענען ברוך השם שיין מצליח, און די עלטערן האבן געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אז זיי ווילן אויך געבן פאר די מיידלעך די הערליכע ריינע חינוך, זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס וואס האבן איין ציל צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, און וויסן די חשיבות פון די פשוטע טעגליכע אויפגאבעס פון א אידישע פרוי, פון זיך אפגעבן מיט די מאן און קינדער. &nbsp; נאך אסאך תפילות האט מען אויפגענומען מרת לעווי תחי' א חשובע ערפאלגרייכע מחנכת אין א היימישע מוסד שוין לאנגע יארן, וואס זי וועט בעז"ה אנפירן די מיידל שולע, און די זעלבע מיט די לערערינס האט מען אויפגענומען אזעלעכע וואס קומען שוין מיט לאנגע יארן ערפארונג פון מחנך זיין אין ערליכע היימישע מוסדות, וואס מיט זייער גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנשאפט האבן זיי באשלאסן אפצולאזן זייער גוט באצאלטע פאזיציעס וואס זיי האלטן שוין אן פאר לאנגע יארן, און אנטקעגן קומען דעם ראש ישיבה שליט"א אים צו העלפן גרינדן א מיידל שולע פאר אונזערע טייערע קינדער. &nbsp; די וועלן בעז"ה זיין די חשובע מרת רייזמאן תחי', און מרת רעכניצער תחי' וואס וועלן פון דעם קומענדיגן זמן אנהייב חודש אלול הבעל"ט אנהייבן צו לערנען מיט די חשוב'ע מיידלעך.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט די תקנות פון די מוסד, די סטאנדטארט פון צניעות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדע תלמידה. אלע עלטערן האבן עס אנגענומען מיט א שטארקע ערנסטקייט, וואס וועט ערמעגליכן אז די לערערינס זאלן זיך קענען אפגעבן אויפצובויען די קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער זיי זאלן קענען שטייגן, און זיי זאלן נישט דארפן זיין פארנומען מיט די קליידער פון די קינדער. &nbsp; די סטעף פון בני ברק זענען אריבער קיין ירושלים וואו עס גייט שוין אן א מיידל שולע היכל הקודש, און זיך אומגעקוקט, און געשמועסט מיט די איינגעשטעלטע צו באקומען פון זיי דעם פראקטישן צוגאנג וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די שולע זאל אהערשטלן. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך, און זענען מתפלל אז די נייע שולע זאל מצליח זיין, און מען זאל זען אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ד 📝
  • שיינע חומש סעודות היינט אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג און אין שטעטל

    אין שטעטל איז היינט יום טוב, די קינדער האבן אנגעהויבן לערנען חומש, און היינט האט מען געפראוועט דעם גרויסארטיגן חומש סעודה. &nbsp; די קינדער האבן אריינמארשירט אין גרויסן זאל פון תלמוד תורה אנגעטון מיט די הערליכע קרוינען אויפן קאפ, ממש ווי בני מלכים. די קינדער האבן געזונגען ווארימע שיינע תורה ניגונים, דער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו האט געגעבן די געלעגענהייט פאר יעדן קינד עקסטער צו זינגן סאלא, עס האט געהאט אלע טעמים צו זען די תמימות וואס די קינדער האבן, ווי זיי זינגען אזוי תמימות'דיג אז די תורה איז מיין לעבן, און תורה איז די בעסטע סחורה אויף די וועלט, און אזוי ווייטער. &nbsp; דער חשובער מנהל מו"ה מרדכי אינדיג שליט"א האט מכבד געווען דעם דיין שליט"א - וואס האט א קינד אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון האט געזאגט כי לא תשכח מפי זרעו, אויב איז דא קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, וועט די תורה נישט פארגעסן ווערן פון אידן. און דאס איז די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט דא יעצט, אז מען זעט ווי מען גיבט אריין די קינדער א געשמאק צו לערנען תורה, און דאס ליב האבן מיט די גאנצע הארץ. די קינדער בלייבן נישט קיין קינדער, זיי וועלן עלטער ווערן איין טאג, און בלייבן מיט דעם געשמאק פון ליב האבן די תורה מיט די מצות. &nbsp; דערנאך האט דער מנהל שליט"א מכבד געווען מו"ה אהרן וועבערמאן שליט"א&nbsp; - וואס האט צוויי אייניקלעך אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. ר' אהרן האט ארויסגעברענגט דאס וואס מען זעט אין די סדרה אז די מרגלים האבן זיך נישט אפגעלערנט פון די פרשה פון מרים אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע אויף צדיקים. ברוך השם דא זעט מען אז מען טוט דאס פארקערטע, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו די תורה וואס איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו, און אונז גיימיר ווייטער אויף דעם וועג פון אריינלייגן אין די קינדער אז זיי זאלן האבן אמונת חכמים. מען לעבט מיט דעם אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המציה עתה בידינו למשה רבינו עליו השלום. &nbsp; דענאך האט דער חשובער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו גערעדט אפאר ווערטער, ארויסברענגענדיג די דאנק צום אייבערשטן אז מען האלט שוין דא סוף יאר, וואס מען קען שוין ענדליך זען די נחת פון די חשובע קינדער, ווי גוט זיי לערנען די עברי, און ווי גוט זיי קענען דאס ברוך השם. ווי אויך האט ער געדאנקט אלע עלטערן וואס פארשטייען די חשיבות פון איבערגיין די עברי מיט די קינדער, וואס דאס מאכט אז מען זאל דאס קענען גוט פאר א גאנץ לעבן. &nbsp; דערנאך האט מען אויסגעטיילט פאר יעדן קינד א סידור אויסגעקריצט די נאמען דערויף, מיט א פעקל. &nbsp; ביים סוף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, די טאטעס, זיידעס צוזאמען מיט די קינדער, זיך פרייען צוזאמען פאר די גרויסע זכי' וואס מען האט אז מען שיקט די קינדער אין חדר, און מען ציעט זיי אויף אויפן וועג פון די תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. &nbsp; די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג, ווי דארט האט אויפגעטרעטן דער מלמד מו"ה נחמן ניישטיין הי"ו וואס האט ארויסגעברענגט אז ויקרא האט א קליינע א' אז מען לערנט אויס די קינדער פון די פריסטע יוגענט אז אלעס וואס מען דארף דארף מען בעטן דעם אלופו של עולם. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ארון ארויסגעברענגט פארוואס מען מאכט מען אזא גרויס עסק פון א חומש סעודה, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז די וועלט מאכט א גרויסע עסק פון געלט, ווייל אויף דעם קוקט מען ארויס, אבער ווען משיח וועט קומען וועט קיינער מער נישט וועלן אנקוקן געלט, און דערפאר מאכט מען ביי ערליכע אידן א גרויסע עסק פון די חומש, ווייל דאס איז חשוב, און אויף דעם קוקט מען ארויס. &nbsp; כי טוב סחרה מכל סחורה

    < זעה מער יז סיון תשפ"ד 📝
  • לייגט א קוויטל ביי רבי מאיר בעל הנס היינט ביים יארצייט

    היינט ביינאכט - פסח שני - געפאלט אויס די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, וואס זיין ציון איז אין טבריה, אינעם באקאנטן איקאנישן געביידע מיט שווארצע שטיינער מיט'ן גרויסן קאפל אויפן דאך. די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא דארף מען נישט מאריך זיין, ווי דער תנא האט געווידמעט זיין לעבן צו העלפן אידישע קינדער, און אריינצופלאנצן די אמונה אין זיי. &nbsp; אויך דארף מען נישט ערקלערן די גרויסקייט פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, דאס איז געבן צדקה פאר עניי ארץ הקודש, וועלכע געבן זיך אוועק זייער לעבן פארן אויבערשטן, און לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אוועקגעשטעלט די מוסדות אין ארץ הקודש על טהרת הקודש מיט ווייניגער פון דריי יאר צוריק מיט קוים צוויי קינדער, וואס איז זיך צואוואקסן צו זעקס מוסדות אויסגעשפרייט איבער ארץ ישראל. אין ירושלים איז דא א ישיבה, א חדר מיט א סקול. אין בני ברק - א חדר, און און טברי' א חדר מיט א סקול. די מוסדות פארמאגט היינט א בודזשעט פון 136,000 שקלים א חודש, מען דארף באצאלן פאר זיבן מלמדים, און פיר טיטשערס, און היינט צו טאגס לערנען אין די מוסדות אין ארץ ישראל 73 תלמידים ותלמידות בלי עין הרע. &nbsp; דער ראש ישיבה באגלייט די מוסדות אויף טריט און שריט, און גייט אן מיט גרויס הצלחה, די קינדער וואקסן אויף מיט די קלאר אמונה, ריין און תמימות'דיג, און פון די אנדערע זייט רייף און גרייט צום לעבן. אין די מוסדות לייגט מען א גרויסע דגוש אויף מידות טובות, סיפורי צדיקים, סדר דרך הלימוד. דער זכות פון געבן פאר אזעלעכע מוסדות איז אין לשער ואין לתער. יעצט פסח שני לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, קען נישט זיין מער פאסיג צו געבן פאר די צדקת רבי מאיר בעל הנס. נאך מער, דער גבאי פון רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א האט געמאלדן אז פאר א נדבה פון $72 וועט מען נאך אריינכאפן מען זאל אויפלייען א קוויטל ביים ציון הקדש אינעם יומא דהילולא, ווי מען וועט זיכער פועלן אלעס גוטס. און פאר א נדבה פון $500 וועט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס ליינען אייער קוויטל ל"ג בעומר ביים הייליגן ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. &nbsp; צו באקומען א זכות פון א קוויטל קען מען רופן דעם גבאי רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויף 347-466-2410, אדער קען מען עס שיקן דורך בי-פעי טעקסט סיסטעם (שיקט א טעסקט "JOIN" צו 845-385-2400). און אינעם זכות פון שטיצן די הייליגע תורה און אינעם זכות פון רבי מאיר בעל הנס, און רבי שמעון בר יוחאי וועלן אלע זיכער געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס מען דארף. &nbsp; אלקא דמאיר עננו &nbsp;

    < זעה מער יג אייר תשפ"ד 📝
  • פערצן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט פערצן יאר צוריק, אין די יעצטיגע טעג, גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. &nbsp; עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך ה' צואוואקסן צו די פילע פארצווייגטע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, און נאך, וואס האבן זיך געעפנט זייט דעמאלט אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין ברסלב ליבערטי, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין טבריה. &nbsp; די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט גאר א ווייטע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער דער ראש ישיבה שליט"א איז ווייטער ממשיך. &nbsp; הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, און פון דעם וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס הייליגט און איידלט אויס דער מענטש. &nbsp; די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטענדיג מיט'ן אייבערשטן, אלץ האבן זיי צו פארציילן ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי, זיי דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. &nbsp; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן זיי שוין לעבן מיט'ן אייבערשטן זייער גאנץ לעבן, די ריינע אמונה וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן נאר זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער איז מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג איבערצוגיין וואס מוהרא"ש האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט פערצן יאר צוריק ווען ער איז געזעס ן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די נייע תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט איבער פופציג יאר פריער. &nbsp; אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלב'ער בי ת המ דרש האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין געשריבן אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". &nbsp; פאר'ן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פאר'ן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן"! &nbsp; שטייענדיג פערצן יאר שפעטער, זעט מען די הערליכע פירות וואס זענען ארויסגעקומען פונעם חדר, טייל פון די ערשטע קינדער אין חדר זענען שוין היינט מלמדים מומחים אין די מוסדות, אלע זענען אויפגעוואקסן לשם ולתפארת מיט א ברען צום הייליגן באשעפער. &nbsp; והודעתם לבניך ולבני בניך! &nbsp;

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ד - חֵירוּתֵנוּ באפרייט פון אלע חובות

    געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות בליען און וואקסן, די קינדער שטייגן אין תורה עבודה און גמילת חסדים, די געטרייע איינגעשטעלטע, אין די אדמיניסטראציע, די הנהלה, מנהלים, מלמדים, טיטשערס, פרינציפלס, מגידי שיעור, לייגן אריין זייער הארץ און נשמה אין אונזערע קינדער זיי זאלן וואסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, מען גרייט זיי צו צום לעבן, מען איז זיי מחנך צו אהבת התורה, אהבת השי"ת, אהבת המצוות, ב"ה די פירות זענען מעיד פאר זיך, בחורים און אינגעלייט וואס זענען דבוק צום אויבערשטן, צו צדיקים, און פרייען זיך מיט זייער אידישקייט. &nbsp; פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז געווען זייער א שווערע ווינטער, אלע האבן געזען די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין די לעצטע חדשים, אזוי אויך האט מען געהערט ביי די דרשות, ווי דער ראש ישיבה פארציילט פון די גרויסע נסים וואס ער האט געהאט, ווי ער האט נישט געהאט צו באצאלן טאג נאך טאג, און ווי ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים נישט פארלאזן, און עס איז געשען נסים אז אומגעראכטן איז אריינגעקומען געלט.&nbsp; &nbsp; יעצט ווען מען גרייט זיך צו פסח, דארף די הנהלה דעקן פעיראל פון איבער דריי הונדערט טויזענט דאלער נאר פעיראל אליינס, און אזוי ווי עס איז געווען אן אויסנאם שווערע יאר, די אווערהעד איז געווען זייער גרויס, פארשידענע הכנסות זענען פארלוירן געגאנגען, מאכט מען צוליב דעם א שטערקערע קאמפיין. מען מוז אנקומען צו יעדע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנשטרענגען, און מיטן אויבערשטענ'ס הילף דעקן דעם גרויסן לאך. &nbsp; דער יעצטיגער קאמפיין האט מען אויסגעשטעלט אז עס לויפט פער מלמד, דאס וועט געבן א געלעגענהייט צו געבן געלט אויפן חשבון פון זייער קינד'ס מלמד. מען האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון די מלמדים אנגהויבן פון די שטעטל ווי עס זענען פארהאן די קלאסן פון הרב יעקב יאקבאוויטש און הרב ארי לונגער, הרב בערל שניצלער, הרב אשר קרויס, הרב יואל משה פליישמאן, הרב הערשל שניטצלער, הרב נחמן נתן קרויס, און הרב יחזקאל סאמעט. אין וויליאמסבורג זענען דא די קלאסן פון הרב יעקב איידליס, הרב נחמן ניישטיין, הרב ישעי' איידליס, און הרב דוד פוקס. אין קרית יואל זענען דא די קלאסן פון הרב יואל טייטלבוים און הרב לוי יצחק ווערטהיימער. אין ישיבה קטנה איז דא די כתה פון הרב יוסף שניטצלער. מען דארף אויפטרייבן אכצן א האלב טויזנט דאלער פאר יעדע מלמד, און מען קען אפקויפן די זכות פון פינף טויזנט דאלער פער מלמד, טויזענט דאלער, אדער פינף הונדערט דאלער. ווארטס נישט ביז דער מנהל רופט אייך, רופט אים שוין אויף 917-578-0495. און קויפט אייך די זכות פון אייער מלמד. &nbsp; דער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס בעצם יום טוב פורים ווען דער מנהל האט ארום געשיקט א ראבא קאל און מעודד געווען אנשי שלומינו צו גיין נאך געלט, ברוך השם אז דער ציבור איז ווארעם, פילע אינגעלייט האבן אריינגעברענגט נדבות פון טויזענט דאלער וואז זיי האבן צוזאם געשטעלט אום יום טוב פורים &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט היינט אין א בריוו פארן מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א: &nbsp; איך בעט דיר זייער זאלסט צוזאם נעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר די מוסד, מיר דארפן יעצט גרויסע ניסים צו קענען דעקן די מלמדים טיטשערס איינגעשטעלטע פאר ביז פסח, מיר דארפן א פערטל מיליאן דאלער. &nbsp; דער אייבערשטער האט געמאכט דעם ווינטער גאר גרויסע ניסים, אנהייב ווינטער האט מיר אויסגעזען אז איך וועל נישט קענען צאלן די מלמדים, עס איז מיר ממש טונקל געווארן, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, נאכדעם וואס די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג געהאלפן די מוסדות צוליב די קאראנע, עס איז געווען פארשידענע פראגראמען, אבער אנהייב דעם יאר האט מען אלעס אפגעשטעלט, און איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף מיר, און חסדי השם יתברך עס איז געווען נסים יעדע וואך צוויי האבן מיר באקומען גרויסע געלט אין די פאסט דורך א נדבן, און אזוי האבן מיר געקענט אריבער גיין דעם ווינטער. &nbsp; יעצט דארף איך דיין הילף, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט מיר אלץ געהאלפן דעקן די מלמדים, איך וויל זאלסט רעדן מיט אלע אנשי שלומינו פערזענליך זיי ווייזן אונזערע ביכער, איך האב נישט קיין סודות, איך וויל אלע זאלן זען די חשבונות וויפיל עס קומט אריין פון שכר לימוד, און וויפיל עס קומען פון די פראגראמען, און וויפיל די וועכענטליכע געהאלט איז, זאלן אלע זען די הוצאות און די הכנסות, זאלן זיי זען אז אין הבור מתמחלא מחליותו, ואין הקומץ משביע את הארי. &nbsp; איך בעט דיך זייער, אם קטן אתה בעניך ראש שבטי ישראל אתה, האלט זיך נישט קליין דו האסט די כחות צו העלפן די מוסד, אנשי שלומינו געטרויען דיך, אלע ווייסן דיין גראדקייט אז דו זאגסט אמת, און מען שפירט גוט ווען די צדקה גייט דורך דיר. &nbsp; זמן חרותינו - מקרא קודש

    < זעה מער כב אדר ב' תשפ"ד 📝
  • שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה אינעם חדר אין קרית ברסלב

    פארגאנגענעם מאנטאג האבן די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית ברסלב געהאט די זכי' אז זיי האבן געהאט א געהויבענע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; צוערשט איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין אין מחנה אילן החיים, אין בעפארברייטונג צום זומער און קעמפ סעזאן הבעל"ט ווי מען דארף מסדר זיין די קינדער אין די קעמפס. דערנאך האט דער ראש ישיבה באזוכט דער ישיבה אין שטעטל, דער נאך די קינדער אין תלמוד תורה, אזוי אויך אינעם אדמיניסטראציע אפיסעס, דער קרן הדפסה פאבריק, און די אפיסעס פונעם כולל און נאך. &nbsp; די קינדערגארטן קינדער האט דער ראש ישיבה באגעגנט ווען זיי זענען געווען אויפן וועג אהיים, דער ראש ישיבה האט זיי געטיילט קענדיס, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין יעדע כתה באזונדער, און אין יעדע כתה האט דער ראש ישיבה אויסגערימט די קינדער און ארויסגעברעגט די ספעציעלקייט פון דעם כתה, און ווי שטארק ער פריידט זיך צו קענען קומען און ווי ער האט זיך שוין אזוי געבענקט צו זיי, און ווי ער זעט ווי די קינדער זענען וואויל און צדיקים, דער ראש ישיבה האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער און האט מחזק געווען די מלמדים. &nbsp; אין כתה א' האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די חשיבות פון רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוטע שפראך, און האט פארציילט פאר די קינדער מעשיות ווי דער רבי האט געבעטן דעם אויבערשטן וואס ער האט געדארפט. דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער צי זיי האבן א "מעשה פון תפלה", איינער האט געזאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "זעסט דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיין תפלה, איך בין דא", דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אויך ער בעט דעם אויבערשטן אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן צדיקים און תלמידי חכמים. &nbsp; אין כתה ב' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון פיאות און ציצית, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער א ווארט פון צדיקים אז ווען מ'קושט די ציצית און מען לייגט עס אויף די אויגן און מען זאגט "מצוות ה' ברא מאירת עינים", איז עס מסוגל אז די אויגן זאלן בלייבן געזונט מען זאל קענען אייביג זען. &nbsp; אין כתה ג' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די מגילה, מ'איז געגאנגען צו די סעודה פון אחשורוש, היינט איז אויך דא אזעלעכע זאכן - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - מען מאכט קאנצערטן אן יראת שמים, און די וואס פאלגן מרדכי הצדיק גייען נישט אהין. וואס לערנט אונז מרדכי הצדיק אויס? מען זאל שרייען צום אויבערשטן "העלף מיר". דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים, וויבאלד זיי זענען שוין גרויס, דארפן זיי פארשטיין אז וואס עלטערן זאגן איז הייליג און טייער, און אז מען ווערט נישט מעכטיג מיט א טייערע פארשטעלאכטס. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון די גרויסקייט פון משניות. &nbsp; אין כתה ד' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די פרשה פון בויען די משכן. "בקרוב וועט משיח קומען, און ער וועט רופן דעם מנהל ער זאל שיקן די געשיקטע קינדער זאלן אים העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער מנהל וועט אים ענטפערן, איך בעט דיר איבער, אבער די קינדער דארפן לערנען תורה, ווייל די הלכה איז אז לערנען תורה איז מער חשוב ווי בויען דעם בית המקדש", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די מיאוסקייט פון מחלקות און די גרויסקייט פון שלום. דער ראש ישיבה האט געוויזן אויפן דאך און זיי געזאגט עטס זעטס די לעכער, דאס זענען קעמרעס, ווייל דער אויבערשטער זעט אלעס, אבער נישט נאר פון די לעכער נאר איבעראל אין די גאנצע וועלט זעט דער אויבערשטער. &nbsp; און כיתה ו' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים הבעל"ט, ווי דער זוהר שרייבט אז יום כפורים איז נאר אזוי ווי פורים, פארוואס? ווייל פורים איז יעדער פאר זיך, מען דאווענט אין בית המדרש, מען פאסט, אבער פורים פארמערט מען מיט אחדות מען שיקט זיך איינער צום צווייטן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן, און דאס איז חשובער פון יום כיפור. &nbsp; אין כיתה ז' האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער שפירט זיך דא ממש ווי אין ישיבה, גרויסע בחורים. די קינדער האבן געבעטן אז זיי ווילן שוין קומען אין בית המדרש דאווענען מיט מנין, דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן דערפון מיטן מנהל, דער ראש ישיבה האט געזען אז פילע קינדער קענען אויסנווייניג די דרייצן אני מאמינ'ס. דער ראש ישיבה האט זיי געגעבן א סימן מען זאל געדענקען וועלכע אני מאמין איז וואס. א' איז "א"מונה, ב' דער "ב"ורא איז מנהיג לכל הבריאים, ג' איז דער אויבעשטער איז נישט קיין "ג"וף, ה' איז "ה"תבודדות, נאר צום אויבערשטן קען מען דאווענען, י' איז "י"ודע, דער אויבערשטער ווייסט אלעס אפילו וואס מיר טראכטן, י"ג די לעצטע איז תחיית המתים, און פארדעם וועט משיח קומען, דערפאר איז י"ב ביאת המשיח. &nbsp; די באזוך האט געמאכט א געוואלדיגע רושם אויף די קינדער, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

    < זעה מער כז אדר א' תשפ"ד 📝
  • מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש גרייטן צו רבי מאיר בעל הנס פושקע

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה פונעם גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אז מען גרייט זיך צו פראדוצירן און אויסטיילן די נייע פושקע פאר די הייליגע ארץ ישראל'דיגע מוסדות מען זאל קענען געבן צדקה אין די פושקע וואס דער ראש ישיבה שרייבט דערויף אז עס איז "צדקת רבי מאיר בעל הנס" און ווער עס וועט דארפן א ישועה זאל לייגן אין דעם פושקע, אזוי אויך די פרויען פארן ליכט צינדן.&nbsp; &nbsp; ר' אהרן זאגט אונז אז דער בריוו האט געמאכט א גרויסע שטורעם און ווי ער גייט און שטייט בעט מען אים א פושקע, אבער ער זאגט אז די פושקעס זענען נאך יעצט אין פראדאקשן, און ער האפט בעזרת השם יתברך בקרוב צו האבן גענוג פושקעס, און עס קענען געבן פאר אלעמען. &nbsp; פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו פארן גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש "לכבוד מיין טייערע אהרן בן פיגא ני"ו, טייל אויס פאר יעדן פון אנשי שלומינו א פושקע פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל "קופת רבי מאיר בעל הנס", און ווען די פרויען גייען צינדן די שבת ליכט זאלן זיי לייגן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. אזוי אויך ווען מען וויל פועל'ן א ישועה וועט מען לייגן צדקה אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות און מען וועט זען א ישועה. אלע זענען זייער ווארעם צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב און מיר לערנען נישט און רעדן נישט זייער טריפה'נעם שפראך, האב נישט מורא, אלע וועלן דיר העלפן, אלע ווילן האבן א חלק אין תורת ארץ ישראל" &nbsp; אנשי שלומינו געבן צדקה מיט שמחה און געבן וויפיל מען קען יעצט, מען ווייסט די גרויסע חשיבות פון צדקה, און אז דער אויבערשטער דארף נישט דווקא די מיליאנען פון די גרויסע עשירים, דער אויבערשטער וויל מזכה זיין יעדן איד מיט די מצוה פון צדקה, מען לייגט אריין איין פרוטה פארן דאווענען שחרית, א פרוטה פאר מנחה, א פרוטה פאר מערב, יעדעס מאל מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג לייגט מען אריין א פרוטה און מען זאגט עטליכע ווערטער צום אויבערשטן אז די וועג זאל דורכגיין בשלום, מען זאל נישט כאפן קיין טיקעט, עס זאל נישט זיין קיין טרעפיק, מען זאל נישט מאכן קיין עקסידענט, יעדעס מאל ביי התבודדות נעמט מען ארויס א פרוטה פון טאש און מען לייגט עס אריין אין די פושקע. און פרוטה פרוטה מצטרפת, פון די קליינע מטבע'לעך קען מען בעזרת השם אויסצאלן א מלמד אדער צוויי. &nbsp; אויך זענען דא פילע אנשי שלומינו וועלכע וועלן נעמען פושקעס ארום צו גיין אין שול זייער מנין שחרית. מען טוט זיך אן מיט עזות דקדושה און גייט ארום מען קלאפט מיט די פושקע (ליקוטי מוהר"ן ח"א סימן כ"ב) וואס איז ממתיק אלע דינים פון זיך און פון גאנץ כלל ישראל, און פון די פרוטה'לעך וואס אידישע קינדער לייגן אריין ביי שחרית קען זיך איינזאמלען במשך דעם יאר עטליכע טויזענט דאלער!

    < זעה מער כח טבת תשפ"ד 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com