Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו שליסן שותפות מיט די מוסדות ביי בן גמלא מסיבות

    מיטן וואוקס פון די הייליגע מוסדות די תלמוד תורה און מיידל סקול וואקסט קע"ה, ווען מען עפענט כסדר פרישע סניפים אין נאך שטעט און נאך לענדעראין די וועלט, צוזאמען מיט דעם וואקסט דער בודזשעט און די פעיראל וואס די מוסדות נעמט זיך אונטער צו באצאלן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צייט, איז די מצב געווארן גאר ענג, ממש מען קען נישט באצאלן, עס איז פשוט נישטא פון וואו.   דערפאר זענען אנשי שלומינו זייער דאנקבאר די צוויי חשובע עסקנים וואס זענען שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו מיט זייער ווארים הארץ פארן אייבערשטן, מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו  מיט מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו וואס האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן שאפן די נויטיגע געלט מען זאל קענען באצאלן די טייערע איבערגעגעבענע מלמדים און טישטערס, וואס געבן זיך אוועק מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט, און לייגן אריין גרויסע כחות צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגשמיות און ברוחניות.   יעצט האט מען ווידער אויפגעפרישט דעם "בן גמלא" קאמפיין, וואס גייט שוין אן צום גוטן פאר די לעצטע דריי יאר, ווי פילע אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצוקויפן די זכות לימוד התורה פון א מלמד מיט זיין גאנצע כיתה פאר א חודש.   אין די טעג קומען פאר מסיבות צו אויפטרייבן נדבות צום קאמייפן, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת אין מאנסי אין שטוב פון מו”ה אלי’ קנאלל הי”ו וואס איז אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן, און יעצט האט ער אויך זיך ארויסגעשטעלט און געגעבן זיין דירה פארן אט די הייליגע מסיבה. א צווייטע מסיבה איז פארגעקומען אין בארא פארק אין שטוב פון מו”ה שמעון גאנצפריעד הי”ו. אינמיטן די מסיבה איז געווען גאר א שיינעם סורפרייז ווען דער ראש ישיבה שליט”א איז געקומען זיך משתתף זיין און באשיינען די מסיבה. עס איז פארמירט געווארן א שיינעם שמועס מיטן ראש ישיבה שליט”א פאר א שטיק צייט, פון וואס אנשי שלומינו אין בארא פארק האבן זייער הנאה געהאט און באקומען חיזוק אויף ווייטער.   דער אדמיניסטראטאר מו"ה ראפל פארסט הי"ו געט איבער האט זיך שטארק אנגעזען די ווארימקייט פונעם ציבור. ווען עס איז אריינגקומען גאר שיינע נדבות ביי די מסיבות, וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו קענען אביסל באלאנסירן דעם בודזשעט פון די מוסדות, און וועט שטארק צוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל נישט דארפן טראגן קיין געלט דאגה פון די מוסדות.   אין די קומענדיגע טעג גרייטן זיך די צוויי חשובע עסקנים צו קומען צו די אנדערע געגענטער ווי אנשי שלומינו געפונען זיך בעזרת השם יתברך, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך פרייען צו אפקויפן דעם גרויסן זכות פון "בן גמלא" און העלפן באצאלן א מלמד וואס לייגט אריין אמונה, תמימות, יראת שמים און מידות טובות אין א גאנצע קלאס פון קינדער.     צו באשטייערן און נעמען א חלק קען מען אלץ רופן די געטרייע גבאים מו”ה אברהם משה שטראססער הי”ו אדער מו”ה יעקב משה אינדארסקי הי”ו.  

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ד 📝
  • הגה"צ סעלישער רב שליט"א צוגאסט אין תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל

    א גאר געהויבענע מאמענט איז געווען אין די חדר היכל הקודש אין קרית יואל, ווען מען האט געהאט די זכי' אז הגה"צ ר' חיים קלמן קליין שליט"א דער סעלישער רב ורב המקוואות איז געקומען באזוכן און אויפגעטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; שוין א לאנגע צייט וואס די מלמדים לערנען מיט די קינדער דעם הייליגן ספר וואס דער הייליגער רבי האט פארפאסט נאך איידער זיין בר מצוה, דער ספר וואס איז באוויסט מיטן נאמען "ספר המדות", דער ספר אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד", מען לערנט דעם ספר וואס לערנט אויס פאר איד וויאזוי מען דארף זיך פירן, און איז פול מיט עצות פארן לעבן און חיזוק אויף עבודת ה' לעובדה ולמעשה. &nbsp; לכבוד דעם וואס מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם ספר האט דער געטרייער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געפראוועט א שיינע סיום מיט די קינדער, און דער חשובער רב שליט"א איז געקומען אויפטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; דער רב האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער, האט זייער באוואונדערט די קינדער'ס התמדה, יראת שמים, און מידות טובות. דערנאך האט ער גערעדט עטליכע ווערטער און געזאגט אז עס איז באקאנט אז דער נאמען פון סמ"ך מ"ם איז ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, דאס מיינט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אז מען זאל נישט ענדיגן קיין מסכת, און אפילו אויב ער קען נישט אויספירן מען זאל נישט לערנען, וועט ער אבער זיך לייגן אין די לענג און די ברייט מען זאל נישט ענדיגן. האט דער רב צוגעלייגט, אז זיין נאמען איז אויך ראשי תיבות "ספר מידות אין ללמוד", ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון דעם הייליגן ספר, ער ווייסט אז דורך דעם ספר פארלירט ער די מענטש, ווייל דארט וועט מען טרעפן עצות אויף יעדע וועג וואס ער פרובירט נאך צו כאפן א מענטש, וועט מען דורך דעם הייליגן ספר קענען צוריק קומען צום אויבערשטן. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט דארף מען ארויסברענגען די שטארקע הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פארן רב שליט"א, וואס אלע יאר זייט די שטעטל שטייט איז ער האלט גרייט און שטייט צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביים בויען און אויסארבעטן די פילע מקוואות טהרה וואס מען בויעט אין יעדע געגענט, וואס דער רב טוט בלי שום תשלום גמול. &nbsp; כלל ישראל בכלל און היכל הקודש בפרט וואונטשן דעם רב שליט"א אז דער אויבערשטער זאל אים געבן ווייטער כח צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידישע קינדער, און ער זאל קענען ווייטער מהנה זיין כלל ישראל מיט קדושה וטהרה, אמן. &nbsp;

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • פלענער צו בויען א נייע בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב

    אין די טעג הערט מען גאר פריידיגע נייעס פון די הנהלת המוסדות אין שטעטל, אז עס האט זיך געשאפן פרישע פלענער איבער א נייע בנין פארן תלמוד תורה, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי בנינים איז שוין ברוך השם אויסגעוואקסן, און עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ אריינצולייגן נאך קינדער קע&rdquo;ה. &nbsp; אנדערש ווי מען האט באריכטעט א שטיק צייט צוריק איבער א פלאן איבערצובויען דעם בנין אויף מעין סטריט, כדי עס אהערשטעלן פאר א חדר, איז דאס אבער געווארן אפגעשטעלט צוליב וואס מען האט געזען אז מען וועט דארפן אריינלייגן צופיל געלט אויסצופירן דעם פלאן. די געזעץ איז אז יעדע קאמערציאלע בנין דארף האבן א ספרינקלער סיסטעם צו זיין גרייט אין פאל עס מאכט זיך לא עלינו א פייער, און כדי דאס צו קענען אינסטאלירן וואלט מען געדארפט גראבן אינטער א סטעיט ראוד, וואס דאס וואלט געברענגט גאר אסאך שוועריקייטן, און וואלט אריינגעשלעפט אין גאר גרויסע סכומים פון אפאר הונדערט טויזענט דאלער, במילא האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו לייגן דעם גאנצן פלאן אין א זייט, און אנגעהויבן טראכטן אויף פרישע געדאנקען. &nbsp; במשך דעם גאנצן צייט האט מען שטענדיג געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ פארן תלמוד תורה, אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט פאר אנשי שלומינו אז מען ארבעט גאר שווער אויף אלע פראנטן צו טרעפן א בנין, וואס דאס האט אויך געברענגט אז אנשי שלומינו זאל ארויסהעלפן מיט תפילות מען זאל טרעפן א פאסיגע פלאץ. &nbsp; ברוך השם יעצט הערט מען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף פלענער צו בויען פון פריש א נייע גרויסע בנין אויף די שטח המוסדות ביים ווינקל פון דענמען און רוט 52 . די שטח איז 50 אקער גרויס (וואס באדייט צוויי מיליאן סקווער פיס) וואו מען וועט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף בויען א בנין פון 20 טויזענט סקווער פיס, און וועט האבן פלאץ פאר בערך צוויי טויזענט קינדער. &nbsp; די מעלה פון נוצן דעם שטח איז אז מען קען שטענדיג צובויען ווען עס פעלט אויס, און אזוי אויך פארמאגט עס אסאך פלאץ פאר די קינדער צו שפילן אינדרויסן. &nbsp; לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען יעצט בויען בנין פון צוויי שטאקן, אבער וועט ווערן געבויעט אויף א וועג מען זאל קענען ארויפציען דערויף נאך שטאקן ווען עס פעלט אויס. עס וועט אנטהאלטן א ריזיגע עס זאל פון 6,000 סקווער פיס, וואס דאס וועט אויך קענען ווערן געניצט פאר מעמדים אין די קהילה. &nbsp; עס איז וויכטיג אנצומערקען אז דער שטח איז געקויפט געווארן מיט די געלט וואס אנשי שלומינו צאלן איין ביים קויפן א דירה אין שטעטל. &nbsp; יעצט ארבעט מען אהערצושטעלן א ריזיגע סוער פלענט, וואס מען גייט בויען לכתחילה פאר טאפלט פון וויפיל קינדער עס גייט אריין אין דעם בנין. &nbsp; בלייבט נאר איבער פאר אונז צו בעטן דעם אייבערשטן אז אלע פלענער זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן, און מען זאל שוין בקרוב קענען אנהייבן די גרוב ארבעט און בקרוב אנהייבן נוצן דעם בנין, וואס דער בנין וועט ווערן גענוצט אריינצולייגן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן, און די געשמאק צו תורה ומצוות אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר&rsquo;ט מיט אונז שטענדיג. &nbsp;

    < זעה מער יז אלול תשפ"ג 📝
  • גרינדונג פון תלמוד תורה היכל הקודש אין בני ברק

    זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, נאך דעם וואס עס גייען שוין אן מיטן איייבערשטנס הילף צוויי תלמודי תורה היכל הקדוש ארץ ישראל מיט א געוואלדיגע הצלחה, די ערשטע אין ירושלים עיה"ק און די צווייטע אין עיה"ק טבריה, האט מען מיט סייעתא דשמיא געעפענט די דריטע תלמוד תורה אין ארץ ישראל, יעצט איז געקומען די רייעם אויפן עיר התורה והחסידות בני ברק. &nbsp; דער תלמוד תורה וועט ווי די אנדערע תלמודי תורה היכל הקודש שטיין בנשיאות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט האלטן פאר די אויגן די ציל צו לערנען מיט די קינדער פון אנשי שלומינו אין בני ברק די ריינע אמונה, אז זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריסטע יוגענט וויסענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט זיי, און מען קען אלץ אלעס בעטן פון אים. דא וועט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפצוען תלמידים וואס וועלן ליב האבן דעם אויבערשטן, און וועלן וויסן אז דער אויבערשטער הט זיי ליב, זיי וועלן בס"ד אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו די מצוות, און שפירן די חשיבות פון יעדע פשוטע מצווה. &nbsp; די תלמוד תורה וואס געפונט זיך אויף רחוב מרים הנביאה עפענען אירע טירן בעזרת השם די וואך דאנערשטאג פרשת שופטים א' דר"ח אלול הבעל"ט.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אהערגעשטעלט א געוואלדיגע געלונגענע סטעף דער געטרייער גבאי פונעם בית המדרש און בני ברק הר"ר אבא חייא רייזמאן שליט"א, הר"ר נחמן יצחק רעכניצער שליט"א, בראש פונעם מנהל הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א. &nbsp; די חדר האט ארויסגעשיקט בריוו צו אלע עלטערן ווי מען ערקלערט דער ציל פונעם חדר, די סדר היום ווען מען קומט און מען גייט, דער סדר הלימודים, סיי פון די אינגערע קינדער און פון די עלטערע קינדער, און אויסגעפירט מיט די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע אינעם הייליגן ספר "אוצר חינוך הילדים" איבער די וויכטיגקייט צו ארבעטן אינאיינעם מיטן מלמד צו רעדן און איבערשמועסן מיט אים וואס דאס איז א וויכטיגע יסוד צו מצליח זיין אין חינוך פון די קינדער, און מיטן בעטן די עלטערן זאלן אריינלייגן פילע תפילות אז מען זאל טאקע מצליח זיין אין די הייליגע עבודה פון מחנך זיין ערליכע דורות אויפן וועג ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט. &nbsp; אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון (שיחות הר"ן סימן רט)

    < זעה מער כו אב תשפ"ג 📝
  • ברסלב'ע קינדער אין קרית יואל באזוכן לרגל די הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

    אין די ברסלב'ע חדר היכל הקודש קרית יואל זוכן די מלמדים צו געבן פאר די תלמידים אינהאלטספולע טריפס, מען זוכט אז די קינדער זאל סיי הנאה האבן, און אויך ארויסגיין דערפון מיט א לימוד אויפן לעבן. &nbsp; אזוי ווי די קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט מיט דרך ארץ, דאווענען, לערנען און מידות טובות האט דער געטרייער איבערגעגעבענער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געגעבן פאר די קינדער אן אויספלוג, און זייענדיג אין די טעג בעפאר די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט מען זיך אריבערגעכאפט באזוכן איינער פון זיינע גרויסע תלמידים הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א פון קרית יואל, א איד וואס איז זוכה צו ענדיגן ש"ס יעדעס איינציגע יאר, צו הערן פון אים וואס ער קען איבערגעבן פונעם גרויסן צדיק, און וואס מען קען זיך אפלערנען צו גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; הרה"ח ר' יזחקאל שליט"א האט זיך זייער געפרייט צו די לעכטיגע קינדער, ער האט זיי זייער שיין אויפגענומען, און זיי מכבד געווען מיט עסן און טרונקען, ער האט געקוואלן נחת פון די טייערע צאן קדשים, ער האט פארציילט ווי נאך די מלחמה איז מען געווען אזוי צובראכן, און נאר די גמרא און די הייליגע תורה האבן געהאלטן די אידן ביים לעבן. &nbsp; די קינדער האבן דערנאך געזונגען דעם ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין חיות, א בלאט גמרא געבט מיר חיות, איך בין א ש"ס איד, דער באשעפער האט מיר ליב, די תנאים אמוראים זענען מיינע פריינט, עס וועט מיר אויסנעמען פון אלע קלעמען, א בלעטעלע גמרא דאס האב איך אין מיין האנט!" &nbsp; הרה"ח ר' יחזקאל האט זיך זייער ווארים באדאנקט פאר'ן מלמד און פאר די קינדער, און האט האט זיך אויסגעדרוקט מיט טרערן אין די אויגן פאר די קינדער "כאפטס אריין בלעטער ש"ס וועט איר זיין פריש און מינטער"! די קינדער זענען ארויס פון התפעלות זעענדיג א איד וואס נוצט אויס די צייט, און זאגט בלעטער ש"ס, א זאך צו וואס יעדער זוכה זיין און יעדער קען נאכמאכן. &nbsp; גם כי יזקין לא יסור ממנו

    < זעה מער כג אב תשפ"ג 📝
  • צוולעף יעריג קינד פון ברסלבע חדר מסיים ש"ס בעזהשי"ת

    די קינדער פונעם ברסלב'ע חדר אין קרית ברסלב און פון וויליאמסבורג וועלכע געפונען זיך אין די טעג אינעם קעמפ אילן החיים האבן פאריגע וואך געפייערט אן אומבלויבליכן דערגרייכונג פון איינע פון זייערע חברים, דער צוועלף יעריגער אברהם לעסער ני"ו האט זוכה געווען און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געענדיגט גאנץ ש"ס, א זאך וואס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אפילו פאר ערוואקסענע, און זיכער פאר א אינג קינד. &nbsp; אברהם לעסער ני"ו אן איינוואוינער פון קרית ברסלב, איז דער זון פון דעם גרויסן תלמוד חכם מחברי הכולל הרה"ג ר' יעקב שליט"א, און אן אייניקל פון הרב יצחק שליט"א פון יבנאל לערנט שוין אין די ברסלב'ע מוסדות אסאך יארן, ווי ער האט זיך אלץ אויסגעצייכענט מיט התמדת התורה, יראת שמים און מידות טובות. און אדאנק זיין געוואלדיגע התמדת התורה האט ער יעצט זוכה געווען בסייעתא דשמיא צו מסיים זיין ש"ס. &nbsp; ווען דער צוועלף יעריגער אברהם איז צוגאנגען צום ראש ישיבה און אים מיטגעטיילט מיט די גרויסע בשורה אז ער גייט אין די טעג ענדיגן ש&rdquo;ס, איז דער ראש ישיבה געווען אזוי איבערגענומען און האט זיך אזוי שטארק געפריידט, אז ער האט אים איינגעלאנדענט ער זאל קומען צום נאכמיטאג שיעור און ער זאל דארט מאכן דעם סיום ברבים אין היכל ראזענבערג. &nbsp; און טאקע פארגאנגענעם מיטוואך מטות מסעי זענען אלע קינדער אריבער געקומען פון מחנה אילן החיים צו היכל ראזענבערג זיך מיטפרייען מיט די שמחה, אלע חברים זענען געקומען אנגעטון בבדי שבת קודש מיט ווייסע העמדער לכבוד די גרויסע שמחה וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווי די קינדער האב געזינגען לכבוד זייער חבר שיינע ווארימע ניגונים פון תורה. &nbsp; ווען דער בעל שמחה דער אינגל אברהם ני"ו האט גערעדט האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן, פאר זיינע עלטערן און פאר דער ראש ישיבה וואס האבן אים געגעבן די כחות און חיזוק אנוצקומען צו דעם מאמענט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט מיט גרויס איבערגענומענקייט און געזאגט ווי שטארק ער איז מרוגש פון אזא מעמד ווי א קינד וואס האט נאך אפילו נישט בר מצוה געהאט האט געענדיגט ש&rdquo;ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז אברהמ'ס סיום הש"ס איז נישט געוקמען אויפן חשבון פון די לימודים פון חדר, די בלעטער גמרא האט ער געלערנט אין די זייטיגע צייטן, ווען אנשטאט ארומצוגיין ליידיג, האט ער גענומען די גמרא און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן, ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש&rdquo;ס, וואס דער רבי זאגט דערויף אז מיט דעם איז ער ממשיך אויף זיך א צלם אלקים. &nbsp; נאכן סיום זענען אלע תלמידים אריבער געגאנגען וואונטשן מזל טוב פאר'ן חתן התורה, דער ראש ישיבה האט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט צו פרעגן יעדן באזונדער וואו זיי האלטן מיט זייער שיעור אין ש"ס. &nbsp; די סיום האט איבערגעלאזט אויף אלעמען א שטארקע רושם, אלע האבן זיך געמאכט א חשבון הנפש און זיך פארגענומען אנצוהייבן פון פריש לערנען יעדן טאג, גמרא, משניות, חוחש און אזוי ווייטער. וואס נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איז און זיין צוגעקלעבט צום אויבערשטן. &nbsp; 📸 בילדער פונעם סיום &nbsp; 🎦 ווידיא פונעם סיום מיט'ן שיעור פונעם ראש ישיבה &nbsp; בילדער פונעם סיום

    < זעה מער ה אב תשפ"ג 📝
  • סעודת ראש חודש און חנוכת "בנין אברהם הערש" אין מחנה אילן החיים

    היינט האבן די קינדער אין מחנה אילן החיים געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז זיי געקומען באזכון אין קעמפ, ווי עס איז פארגעקומען א גרויסע מעמד לכבוד דאס באנייען פונעם נייעם בית המדרש "בנין אברהם הערש" אין מחנה אילן החיים. &nbsp; דער גרויסער באזוך האט זיך אנגעהויבן אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען דאווענען שחרית מיט די קינדער אינעם נייעם בנין הבית המדרש, צום שיינעם באזוך האבן זיך מיטגעכאפט אסאך פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געוואלט ארויסלאזן דעם געלעגענהייט מיט צו האלטן דעם שיינעם מעמד. &nbsp; מען האט אראפגעלייגט א געשמאקע ווארימע דאווענען מיט הלל און מוסף, און נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א און דער נדבן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א געקלאפט מזוזות אויף די טירן צום בית המדרש. &nbsp; תיכף נאכדעם האט מען סערווירט א רייכע פרישטאג וסעודות ראש חודש, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א מיטן חשוב'ן נדבן. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם נדבן הר"ר אברהם הערש שליט"א צו זאגן אפאר ווערטער, ר' אברהם הערש האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה און וויפיל ער איז דאנקבאר דעם אויבערשטן אויף די זכי' אז ער איז מקורב צום הייליגן רבין, און נאך מער אז ער האט נאך אלץ א געפיל צום הייליגן רבין, און ער האט געהאט די זכי' צו מנדב זיין א בנין פאר די הייליגע מוסודות. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אפאר ווערטער, און ארויסגעברענגט אז דער נדבן איז נישט סתם אבי ווער, ער איז א גרויסער עושר, מיט א גאר א גרויסע פארמעגן, נעמליך דער נדבן פארמאגט אין זיין באנק אַקאונט שוין מער פון זעקס און ניינציג מאל ששה סדרי משנה, א פארמעגן וואס זייער ווייניג פארמאגן, און א פארמעגן וואס פארמאגט די בעסטע אינשורעס וואס קיינער קען נישט צונעמען. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, און ארויסגעברעגנט אז די גאנצע וועלט שטייט נאר אויף די תורה וואס די קינדער תינוקות של בית רבן לערנען, אבער - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - עס איז דא עפעס וואס איז נאך גרעסער פון דעם, דרך ארץ. דרך ארץ קדמה לתורה, פארוואס איז עס גרעסער? ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין צו לערנען. דער ראש ישיבה האט שטארק ארויסגעברענגט וואס דאס מיינט האבן דרך ארץ פאר די מלמדים און מחנכים, און אז דאס איז די שליסל צו קענען מקבל זיין און וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. &nbsp; נאכן בענטשן איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די קינדער אין וואלד ווי עס געפונען זיך די דריי גרויסע כיתות, ווי די קינדער לערנען יעדן טאג צווישן די ביימער, דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען צו יעדע כתה באזונדער, און געגעבן א שמועס פאר די קינדער. &nbsp; דער באזוך האט איבערגעלאזט גאר א גרויסע רושם אויף די סטעף און אויף די קינדער וואס האבן זיך פריש באנייט מיטן לערנען און מיט מידות טובות.

    < זעה מער א אב תשפ"ג 📝
  • חומש סעודה ביי די כתה א' קינדער פון שטעטל

    דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען א שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין שטעטל, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש. &nbsp; די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים דעם שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט התרגשות און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. צווישן די זיידעס האבן זיך אנגעזען הר"ר דניאל בוים שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און כ"ק גאב"ד מראה יחזקאל שליט"א, וועלכע זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע זיסע אייניקלעך. &nbsp; די קינדער זענען אריינגעקומען מיט א זיסע מארש, וואס די קינדער האבן אינאיינעם געזונגען, וואס איז געווארן באגלייט דורכן מוזיקאנט מאנשי שלומינו הי"ו אברהם צוויבל הי"ו נאכדעם האט איין אינגל געפרעגט די שאלות וואס גייט מען האבן? פינף עפעלעך פינף קארעלעך?" און האט געענטפערט זיסערהייט "פינף חומשים" און אזוי ווייטער, נאכדעם האבן עטליכע קינדער אינאיינעם אזוי שיין פארגעזאגט די פסוקים פון פרשת ויקרא "וידבר השם" מיט די טייטש, דערנאך האבן די קינדער געזונגען שיינע ווארימע ניגונים איבער לערנען תורה און האבן יראת שמים ווי "והערב נא השם אלוקינו", און "אוי טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד". &nbsp; דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און האט ארויסגעברענגט אז די עלטערן און זיידעס בעטן דעם אויבערשטן זיי ווילן זען נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, און נחת מיינט נישט די מערסטע קיוט קינד, אדער דער קינד וואס שטייט גראד און עקט די בעסטע ביים חומש סעודה, און דעם תלמוד תורה לייגט מען א דגוש אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט מען בויעט זיי אויף מען רעדט זיי איבער זיי זאלן גלייבן אין זיך, און וויסן אז דער אויבערשטער גייט מיט מיט זיי, און אז מיטן אויבערשטן קען מען אנקומען זייער ווייט. &nbsp; נאכדעם האט דער מנהל שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. און דער געטרייער מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א האט געגעבן פאר די קינדער א פעקל נאש. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן! &nbsp;

    < זעה מער ל סיון תשפ"ג 📝
  • דרייצן יאר צום עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט דרייצן יאר צוריק אין די יעצטיגע טעג - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך השם צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, ישיבות, כוללים, וכו' וואס האבן זיך געעפענט זינט דעמאלטס אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין קרית ברסלב ליבערטי, טבריה, און ירושלים. די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט א גאר ווייטע אפקלאנג, אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הכרת פניהם ענתה בם, ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן און אלץ האבן זיי צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן לעבן מיטן אייבערשטן זייער גאנצע לעבן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. עס איז מערקווירדיג צו פארציילן וואס מוהרא"ש האט פארציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט דרייצן יאר צוריק ווען ער איז געזיצן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח, און איז איבערגעגאנגען מיט מוהרא"ש אלע פרטים איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר פריער. אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלבער ביהמ"ד האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". פארן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער ד אייר תשפ"ג 📝
  • א יאר פונעם עפענונג תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט א קיילעכיג יאר זינט מען האט געעפענט די טויערן פון די תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים. דער חדר האט זיך געעפענט מיט איין מלמד און בלויז עטליכע קינדער ביי איינע פון אנשי שלומינו, וואס איז געווען גרייט צו אוועקגעבן א צימער פון זיין דירה פאר די חדר, צוביסלעך האט זיך עס פארגרעסערט און פארשפרייט, און אינצווישן האט מען שוין געעפענט נאך א כיתה, נאכדעם וואס עס זענען נתרבה געווארן די תלמידים און עס זענען צוגעקומען נאך קינדער וואס ווילן באקומען דעם ריינעם און הייליגן חינוך פון אמונה וואס דער ראש ישיבה געבט פאר זיינע תלמידים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשריבן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל: "די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש&rdquo;ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא&rdquo;ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא&rdquo;ש, מוהרא&rdquo;ש האט געהאט די שליסל פון די "בולעטין בארד" וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא&rdquo;ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא&rdquo;ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט... &nbsp; איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: &ldquo;שכוח אייבערשטער!&rdquo; &nbsp; יעדעס מאל וואס דער ראש ישיבה פארט קיין ארץ ישראל קומט ער אלץ באזוכן דעם חדר, און ער שעפט נחת פון די ריינע קינדער תינוקות של בית רבן, ווען ער זעט ווי זיי וואקסן אויף געזונט ברוחניות וגשמיות, מען בויעט אויף די קינדער, מען לערט זיי אויס וואס עס מיינט לעבן, מען לערט זיי אויס די ריינע אמונה, נישט מורא צו האבן פאר קיינעם, און וויסן אז דער אייבישטער איז אלץ מיט זיי. &nbsp; אין די אלע יארן זענען שוין געווען טויזנטער און טויזנטער אנשי שלומינו וואס זענען אנגעקומען צום גרויסן סוד וואס הייסט היכל הקודש, מען האט געטראפן דעם באהאלטענעם צדיק מוהרא"ש זי"ע, מען האט אנגעהויבן לעבן מיטן אייבערשטן, די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, אבער צום גרויס ווייטאג איז עס ווייטער געבליבן א סוד, די קומענדיגע דור, האט זיך ווידער געטראפן אין די טונקל, די קינדער האבן געלערנט אין מוסדות וואס ברסלב בכלל און היכל הקודש בפרט איז געווען אראפגעקוקט, די קינדער זיך געשעמט פון זייערע חברים, און די עלטערן האבן געהאלטן דעם גרויסן געהיימעניס מיט זיך.&nbsp; &nbsp; יעצט ווען עס האט זיך געעענדיגט זיך א גאנצע יאר פון די חדר אין ירושלים, איז א פאסיגע צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטון מיט אונז, סיי אין ירושלים, און סיי אין די פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט, אז ביי אנשי שלומינו איז ברסלב און היכל הקודש מער נישט "אונטער די קארפעט". מענטשן שטייען און שטוינען ווען זיי זעען ווי קינדער גייען ארום מיט די קונטרסים און זענען מפיץ ביי די טירן. און די הפצה און נישט קיין פארשעמטע זאך, נאר עס איז פאר זיי די בעסטע באלוינונג. די מלמדים זאגן פאר די קינדער "אויב מען וועט זיין וואויל, מען וועט האבן גענוג טיקעטס וועט מען אריינגיין אין א גורל צו קענען גיין הפצה". &nbsp; בפרט יעצט ביי מוהרא"ש'ס יארצייט, איז דאס א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, אז מען איז זוכה צו מקיים זיין מוהרא"ש'ס רצון, און איבערגעבן דעם רבינ'ס לימודים פאר די קומענדיגע דור. &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו שליסן שותפות מיט די מוסדות ביי בן גמלא מסיבות

    מיטן וואוקס פון די הייליגע מוסדות די תלמוד תורה און מיידל סקול וואקסט קע"ה, ווען מען עפענט כסדר פרישע סניפים אין נאך שטעט און נאך לענדעראין די וועלט, צוזאמען מיט דעם וואקסט דער בודזשעט און די פעיראל וואס די מוסדות נעמט זיך אונטער צו באצאלן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צייט, איז די מצב געווארן גאר ענג, ממש מען קען נישט באצאלן, עס איז פשוט נישטא פון וואו. &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו זייער דאנקבאר די צוויי חשובע עסקנים וואס זענען שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו מיט זייער ווארים הארץ פארן אייבערשטן, מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו&nbsp; מיט מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו וואס האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן שאפן די נויטיגע געלט מען זאל קענען באצאלן די טייערע איבערגעגעבענע מלמדים און טישטערס, וואס געבן זיך אוועק מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט, און לייגן אריין גרויסע כחות צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגשמיות און ברוחניות. &nbsp; יעצט האט מען ווידער אויפגעפרישט דעם "בן גמלא" קאמפיין, וואס גייט שוין אן צום גוטן פאר די לעצטע צוויי יאר, ווי פילע אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצוקויפן די זכות לימוד התורה פון א מלמד מיט זיין גאנצע כיתה פאר א חודש. נעכטן איז פארגעקומען איין אזא מסיבה אין שטעטל אין שטוב פון מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו, ווי דער עולם האט זיך זייער ווארים אנגערופן, יעדער וויל האבן די זכיה ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה וואס וויל נאר איין זאך, אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין אונזערע קינדער. &nbsp; דער אדמיניסטראטאר מו"ה ראפל פארסט הי"ו געט אונז איבער האט זיך שטארק אנגעזען די ווארימקייט פונעם ציבור. ווען עס איז אריינגקומען צענדליגע טויזנטע דאלער ביים מסיבה, וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו קענען אביסל באלאנסירן דעם בודזשעט פון די מוסדות, און וועט שטארק צוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל נישט דארפן טראגן קיין געלט דאגה פון די מוסדות. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג גרייטן זיך די צוויי חשובע עסקנים צו קומען קיין לעיקוואוד בעזרת השם יתברך, ווי אנשי שלומינו אין שטאט ווארטן ארויס צו קענען אפקויפן דעם גרויסן זכות פון "בן גמלא" און העלפן באצאלן א מלמד וואס לייגט אריין אמונה, תמימות, יראת שמים און מידות טובות אין א גאנצע קלאס פון קינדער. &nbsp; אין די קומענדיגע צוויי וואכן וועלן פארקומען נאך עטליכע אזעלכע מסיבות אין נאך שטעט אין געגענטער ווי אנשי שלומינו געפונען זיך, אנשי שלומינו גרייטן זיך אויפצונעמען די חשובע שלוחי דרחמנא מיט גרויס ווארימקייט, און וועלן זיך משתתף זיין יותר מכפי יכלתם.

    < זעה מער טז טבת תשפ"ג 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com