Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • רעגיסטראציע פאר שנת הלימודים תשפ"ב אין פולן שוואונג

    קרעדיט: מו"ה רפאל פורסט הי"ו אזוי ווי די רעגיסטראציע פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב פארן קומענדיגן יאר תשפ"ב הבא עלינו לטובה איז שוין אריין אין פולן שוואונג, האט די אדמיניסטראציע פון די הייליגע מוסדות ארויסגעשיקט רעגיסטראציע בויגענס פאר אלע חשובע עלטערן די שותפים אין די חינוך פון די טייערע קינדערלעך. די הנהלה בעט זייער שטארק אלע חשובע עלטערן מען זאל זיך נעמען די צייט און איבערקוקן אלע פארמס וואס מ'האט געשיקט, און באשטעטיגן/פאררעכטן די אינפארמציע, און צולייגן אלע פארלאנגעט דאקומענטן, העלט פארמס, אימוניזענשאן רעקארדס, מסדר זיין די שכר לימוד און און צוריק שיקן צו די אפיס ווי אמשנעלסטן. די איינוואוינער אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דארפן אויך אויספילן א "דיסטריקט באסינג פארם", וואס דורכדעם וועט מען בעזרת השם יתברך באקומען צוגעשטעלט באס טראנספארטאציע דורך די שטאט. די הנהלה שפירט פאר וויכטיג צו באטאנען אז אזוי ווי די הייליגע מוסדות זענען זיך זייער צואוואקסן קיין עין הרע, און די פלאץ איז שוין זייער זייער ענג, בעטן זיי בכל לשון של בקשה אז מען זאל מסדר די רעגיסטראציע ווי אמשנעלסטן, כדי צו פארמיידן עגמת נפש שפעטער, און מען זאל נאך קענען מסדר זיין יעדן קינד על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך. מען קען צוריק שיקן די רעגיסטראציע דורך די פאסט, אדער דורך פעקס 718-463-5397 אדער אימעיל tuition@breslevoffice.com. צו איישרייבן נייע קינדער דארף מען רופן אין אפיס 718-384-1652 עקסטענשאן 105. די ברסלבע מוסדות וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר דא איז דער עיקר אויסצולערנען די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל. אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד און טיטשער גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען פון די מוסדות הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט און ווייבלעך תלמידים און תלמידות פון די הייליגע מוסדות, יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא. אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן

    < זעה מער יט אב תשפ"א 📝
  • די קינדער פון די ברסלבע תלמוד תורה אין די גלילות פון מאנרא פארברענגען א געשמאקע טאג אין קרית ברסלב ליבערטי

    קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א היינט דינסטאג פנחס, נאכדעם וואס די קינדער האבן געלערנט אין חדר ווי יעדן טאג, די אינגערע קינדער די הייליגע אלף בית, און די עלטערע קינדער חומש און משניות. האבן די חשובע מלמדים הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א געטראגן די קינדערלעך אויף א געשמאקע אויספלוג צום שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די גאנצע אטמאספערע פון שטאט באשטייט פון "אמונה". מען איז אנגעקומען מיטאג צייט. צום ערשט איז מען געגאנגען באזוכן דעם תלמוד תורה, ווי מען איז אנטפאנגען געווארן אין לאָנטש-רום דורך חשובן מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א און הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א, ווי אויך די אנדערע חשובע מלמדים שליט"א, ווי ר' משה בוים און ר' עזריאל כ"ץ, וואס האבן צוגעשטעלט פאר די קינדער א געשמאקע לאנטש, די קינדער האבן געגעסן און געהערט שיינע ווערטער פונעם מנהל שליט"א. נאך לאנטש זענען די קינדער אריינגעשפרינגען אין די וואסער ריידס וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורכ'ן מלמד הר"ר ישעי' איידליס שליט"א, ווי די קינדער האבן גאר געשמאק פארברענגט און הנאה געהאט. דערנאך זענען די טייערע קינדער געפארן צום בית התבשיל אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי זיי האבן געליינט קריאת שמע צום וואך נאכט פונעם ניי געבוירן אינגל בעיבי ביים מנהל פון בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי די קינדער האבן ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה ער זאל זען נחת פון זיינע קינדער, און האבן מתפלל געווען מיט די מלמדים אז דאס קינד זאל אויסוואקסן ערליך, און גיין אין די וועגן פון זיינע עלטערן. ר' שלמה נ"י - מנהל בית התבשיל האט מכבד געווען די קינדער מיט פיינע עסן און טרינקען. דערנאך איז מען צוגעפארן צום ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש, ווי די קינדער זענען דורכגעגאנגען איינס ביי איינס, און דער ראש ישיבה שליט"א האט עקסטער זיך אינטערעסירט ביי יעדעס קינד וואס ער מאכט. שפעט נאכמיטאג זענען די טייערע קינדערלעך אהיים געפארן מלא חיות, פרייליך און אויפגעלעבט, און מיט פרישע כחות אויסצונוצן די טעג ווייטער אנגעפילט מיט תורה, מצוות און יראת שמים. 📸 די קינדער אין קרית ברסלב ליבערטי וכל עצי השדה ימחאו כף

    < זעה מער יט תמוז תשפ"א 📝
  • פרייליכע אלף בית סיום דורך די תינוקות של בית רבן אין ברסלבע חדר

    קרעדיט: הרב יואל טייטלבוים שליט"א מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה זענען די תינוקות של בית רבן געקומען אין חדר פאריגע וואך דאנערשטאג. די קינדער פון פּרי כתה אלף, האבן מיט פרייד געענדיגט דורכן יאר די הייליגע אותיות התורה, ביים מלמד מומחה וירא שמים הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א, וואס געבט זיך אפ מיט די לעכטיגע נשמה'לעך מיט די גרעסטע מאס געדולד און איבערגעגעבנקייט. לכבוד דעם וואס מען האט יעצט מסיים געווען די הייליגע אלף בית, זענען די קינדער געקומען אין חדר אנגעטון מיט בגדי שבת, ווי מען האט געדעקט דעם טיש, און געגעסן פיינע נאש, און געזונגען שיינע ניגונים, ווי מען האט ארייגעפרעדיגט אין די קינדער די גרויסע שמחה אז "שלא עשני גוי", ווי שטארק מען דארף זיך פרייען בלויז מיט דעם אז מען איז א איד, און מען האט א קאפל, פיאות און ציצית. דער חדר פירט זיך א גאנץ יאר אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס, אז קינדער וואס באקומען די מצוות און אידישקייט מיט שמחה, וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף בלייבן ערליך, און קיינמאל נישט וועלן אוועקגיין פון אידישקייט. די קינדער פונעם חדר לעבן מיטן אייבערשטן אויף א וועג וואס מען זעט נישט אין די גאנצע וועלט. די קינדער ווייסן און געדענקען אז דער באשעפער איז מיט זיי אייביג און איבעראל, און דאס דערקענט זיך אויף זייער התנהגות סיי בין אדם למקום - די גרויסע שמחה וואס מען זעט אויף סיי ביי יעדע דבר שבקדושה; און סיי בין אדם לחברו - דאס געוואלדיגע דרך ארץ מיט וואס די קינדער פירן זיך אויף איינע צום צווייטן, ווען זיי געדענקען אז "איינער" קוקט, דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און און שטאלץ מיט זייער אויפפירונג. יונקי שדים אמרו זה קלי ואנוהו 📰 דער ראש ישיבה באזוכט אין חדר 📜 די חינוך וואס מען לייגט אריין 💬 שאלות און תשובות פאר מלמדים 📚 קונטרסים אויף חינוך 📚 דער נייער קונטרס פון ראש ישיבה "אידישקייט אין שיין"

    < זעה מער יג תמוז תשפ"א 📝
  • שיינע חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג

    קרעדיט: מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו נעכטן זונטאג חוקת העעל"ט, איז פארגעקומען אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג דער שיינער "חומש סעודה", ווי די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מסיבת "חומש סעודה". די הערצער פון די פילע עלטערן און זיידעס וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווארן איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער און אנגעווינטשן פאר די קינדער צו וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. אזוי אויך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און אזוי אויך פון הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א. דער ברסלבער תלמוד תורה וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל. אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא. אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן 📸 די שיינע חומש סעודה

    < זעה מער ד תמוז תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין ברסלבע תלמוד תורה נעבן מאנרא

    נעכטן מאנטאג אחרי קדושים האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשטאט א שיינע באזוך אינעם חדר, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און געזען די שיינע פירות פון די הייליגע חדר. די מלמדים אין די ברסלבע חדר, לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים און גוטע מידות. מען רעדט צו זיי איבער די חשיבות פון פשטות יהדות, ווי גוט איז אז מען ווייסט פון באשעפער, ווי פרייליך זענען מיר אז דער אייבישטער האט אונז געגעבן זיין תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון, מיר האבן הייליגע ימים טובים, די מלמדים זינגען מיט די קינדער ניגונים פון שמחה של מצוה ווי צום ביישפּיל "א מחיה קאפּל, א מחיה ציצית, א מחיה איך האב פיאות"; די מלמדים זוכן אויף אסאך מעשיות פון צדיקים צו פארציילן פאר די קינדער, מעשיות וואס רעדן צו זיי און און מאכט זיי שפירן ווי זיי קענען עס אויך נאכמאכן, אזוי ארום אז די קינדער שטרעבן אליינס אויך צו זיין א צדיק. די קינדער ווערן אויסגעלערענט דורך די מלמדים אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז, און דער אייבישטער הערט אונז אויס, און אז זיי קענען צו רעדן צום אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס זיי דארפן. דער חדר האט זיך אין די קורצע תקופה שוין קונה געווען א געוואלדיגע גוטע נאמען, מען הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די די עלטערן ווי זייערע קינדער שיינען און בליען אין דעם הייליגן חדר. עס קומען כסדר צו פרישע משפחות וואס ווילן אריינשטעלן זייערע קינדער אינעם חדר, כדי אז אויך זייערע קינדער זאלן באקומען דעם שיינעם חינוך. צו פארשטיין ווי ריין און הייליג די זיסע קינדער וואקסן אויף, איז כדי צו פארציילן איין קליינע מעשה'לע (פון צענדליגע) וואס עלטערן פארציילן וויאזוי די קינדער וואקסן אויף מיט די ריינע אמונה: איינע פון די קינדער אין חדר "דוד", האט איין טאג געשפעטיגט די באס. זיין מאמע האט גערופן ליבערמאנ'ס קאר סערוויס. דער דרייווער - א היימישער איד - איז אנגעקומען אין חדר מיט דוד'ל, און האט גענומען דאס קינד פון קוים 4 יאר ביי די האנט, און אים אריינגעטראגן אין חדר, אבער אזוי ווי דער באס דארף אין די זעלבע צייט ארום פארן אויפפּיקן מערערע קינדער, איז דוד'ל אנגעקומען זייער פרי אין חדר בעפאר די מלמדים און קינדער, און דער דרייווער איז געווען אין א דילעמא, "וואס טו איך מיט'ן קינד? איך קען אים נישט איבערלאזן דא אליינס", האט ער געזאגט פארן קינד "דוד'ל, איך מיין איך דארף קאלן דיין מאמע, און פרעגן וואס איך זאל טון מיט דיר, ווייל איך קען דיר נישט איבערלאזן דא אליינס...", ווי איבעראשט איז דער דרייווער געווארן ווען דער קליינער דוד'ל רופט זיך אָן מיט דרייסט, "דרייווער, קענסט גיין. איך בין נישט אליינס. דער אייבישטער איז דא. איך האב נישט מורא". (געהערט פונעם טאטן, וואס האט עס געהערט פונעם דרייווער). דער ראש ישיבה האט זייער ליב צו באזוכן די טייערע קינדערלעך. דער ראש ישיבה האט געשעפּט פון די חדר פולע הויפענעס נחת ווי שיין און ערליך די טייערע קינדער ווערן נתחנך, דער ראש ישיבה האט הויך פארגעליינט אלע "מצוה צעטלעך" פון די קינדער, דערנאך האט דער ראש ישיבה האט פארציילט פאר די קינדער א מעשה פון א צדיק, צו וואס די קינדער האבן זיך צוגעהערט מיט גרויס אינטערעסע. דאן האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער "ווער האט א מעשה פון תפלה?", אלע קינדער האבן געהאט צו פארציילן הויפענעס פון מעשיות, ווי זיי האבן עפעס געדארפט, און זיי האבן אנשטאט מוטשען זייער מאמע, געבעטן דעם אייבערשטן, און דער אייבישטער האט זיי געהאלפן, און זיי האבן עס באקומען. פאר'ן גיין האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר אלע קינדער א שטיקל טשאקאלאד, אויף וואס די קינדער האבן געמאכט אן ערליכע ברכה, און געדאנקט דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט פארלאזט די חדר מיט א געוואלדיגע קורת רוח. אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן (שבת קי"ט:) 📸 דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה - מאנטאג אח"ק תשפ"א 💬 וועלכע סארט מעשיות דערציילט מען פאר קינדער? 💬 ווי אזוי איז מען מחנך קינדער? 📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה קרית ברסלב - מאנטאג אח"ק תשפ"א 📸 די קינדער פון קרית ברסלב ליבערטי מאכן א ברכה אויף די ביימער - זונטאג תז"מ תשפ"א 📸 די קינדער פון היכל הקודש וויליאמסבורג מאכן א ברכה אויף די ביימער - מיטוואך תז"מ תשפ"א 🎞️ דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה ליבערטי - ה' וירא תשפ"א 📰 עלף יאר אפגעצייכנט צום עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב" וויליאמסבורג 📰 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס" 📰 זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות 🎹 סיום הש"ס של הילד שמעון ב"ר מאיר דוד פארקאש ני"ו - ד' בא תשפ''א 📖 ספר אוצר חינוך הילדים

    < זעה מער ח אייר תשפ"א 📝
  • עלף יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב" וויליאמסבורג

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט עלף יאר פון עס האט זיך געעפנט דער תלמוד תורה "היכל הקודש ברסלב" אין וויליאמסבורג. אין די לעצטע יארן, האט שוין די תלמוד תורה געהאט א ווייט גרייכנדע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די קינדער א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט און ערליכקייט וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער זענען שטענדיג פארנומען צו דערציילן "מעשיות פון תפלה", זאכן וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. די הארץ ווערט איבערגענומען ווען מען הערט ווי די תמימות'דיגע קינדער, דערציילן ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און ווי דער אייבערשטער העלפט זיי שטענדיג. עטליכע קינדער האבן דערציילט פאר'ן מלמד נאך פסח, אז זיי האבן נישט געוואלט מוטשען זייערע עלטערן צו באקומען א גוטע אפיקומן, אנשטאט דעם מוטשען זיי ענדערש דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער העלפן. ווען עס ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצער צו לעבן מיטן אייבערשטן, וועט דאס מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. עס דערמאנט זיך די התחלה פון די תלמוד תורה, מיט עלף יאר צוריק ווען די ההנהלה איז געזיצן ביי מוהרא"ש חול המועד פסח אין יאר תש"ע איבערצוגיין אלע דעטאלן איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דערציילט דעמאלט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט די ערשטע ברסלב'ע בית המדרש אין וויליאמסבורג. בימים ההם איז ברסלב געווען א נייע זאך וואס ווייניג האט בכלל געהערט דערפון, מען האט זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. מאכט זיך אמאל אז דער גבאי פון בית המדרש האט זיך אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - אז מען מוטשעט זיך זייער מיט צוזאמשטעלן מנין יעדן שבת אין בית המדרש. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע תלמוד תורה'ס, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". פאר דעם גבאי'ן איז דאס געווען ווי א ווילדער חלום, און ער האט זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ", יעצט - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - זעט מען אז די חלום איז ברוך ה' מקוים געווארן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט זיך די תלמוד תורה גאר שטארק פארברייטערט און פארבעסערט במשך די יארן, צו די צופרידענהייט פון אלע עלטערן. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ! &nbsp; 📅 מכתב יומי פון ראש ישיבה (דריטע בריוו) איבער די ערשטע יארן פונעם חדר 📸 חומש סעודה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט 📰 חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט 📜 גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער 📰 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס" 📰 ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט 🎞️ חומש סעודה - תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב - א קרח תשע"ח 📸 א חנוכה מסיבה אין ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג 📸 די לעכטיגע ברסלב קינדער טאנץ ל"ג בעומר אין חדר

    < זעה מער כה ניסן תשפ"א 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין

    אין די יעצטיגע טעג ווערט פראקלאמירט דער יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין, וואס צילט אויסצוצאלן אלע מלמדים און כלי קודש פון די מוסדות אויף פסח. אזויווי אין די לעצטע וואכן האט דער בן גמלא ספאנסערשיפ קאמפיין מצליח געווען מיטן אייבערשטענס הילף, און פילע אידן האבן זיך שיין משתתף געווען. און דערמיט אפגעצאלט אסאך חובות וואס מען איז געווען שולדיג פאר די טייערע מלמדים.&nbsp; דערפאר איז באשלאסן געווארן אז לכבוד די קמחא דפסחא קאמפיין וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו אנצושליסן אינעם בן גמלא קאמפיין דורך ערמעגליכן צו צעטיילן די בן גמלא פעימענטס אויף בלויז $84 א חודש, וואס איז א סכום וואס מער קענען זיך ערלויבן און אזוי ארום אנטייל נעמען אינעם בן גמלא-קמחא דפסחא קאמפיין, און באצאלן א מלמד פאר איין וואך. דער ציל פונעם קמחא דפסחא קאמפיין איז אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב. און אויך סטאביליזירן די בודזשעט מ'זאל צאלן צייטליך די מלמדים יעדע וואך פון יעצט. דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב פון די מוסדות זייער שווער. ברוך ה' די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קמחא דפסחא קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. שליסט אייך אן און שטיצט די הייליגע מוסדות, רופט ר' אברהם משה שטראסער 917-578-0495 אדער ר' אהרן פיש 347-889-9892. כל דכפין ייתי ויכול! 📸&nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אריין די וואס זענען זיך משתתף אינעם קמחא דפסחא קאמפיין תש"פ &nbsp;

    < זעה מער יט אדר תשפ"א 📝
  • 🎭 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"

    אין א באזוך וואס דער ראש ישיבה האט אפגעשטאט אין חדר פאריגע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די קינדער איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים וואס קומט שוין אן, און וואס מען לערנט זיך ארויס פון די מגילה. אינמיטן די שמועס האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט פאר די קינדער און זיי געוויזן א לעבעדיגע ביישפיל, אז מען זאל נישט מוטשען א מאמע און ארויסקוועטשן דורכדעם טייערע פארשטעלאכטס, כדי צו ווערן אזוי א "מעכטיגע אינגל" - ווי די קינדער רופן דאס. "וויאזוי איז מען א מעכטיגע אינגל"? האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער - "ווער עס טשעפעט נישט - ער איז דער מעכטיגסטער אינגל אין ברסלב!" האט דער ראש ישיבה געענטפערט, "מעכטיג איז א אינגל וואס פאנטשט נישט אנדערע קינדער!" דער ראש ישיבה האט ווייטער ערקלערט פאר די קינדער "אויב פורים גייסטו זען אין שול א אינגל וואס האט נישט עפעס א טייערע קאסטיום, ער האט עפעס א פלעינע זאך, זיין מאמע האט אים געזאגט 'דאס' איז די בעסטע פארשטעלאכטס", דער ראש ישיבה האט ארומגעבינדן א שאל ארום זיין קאפ און געוויזן פאר די קינדער "וועסט זיין א באביטשקע, גיי ארום אזוי איינגעבויגן", דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט און געוויזן פאר די קינדער צו די געלעכטער פון די זיסע קינדערלעך, "אזא גוטע פארשטעלכאטס" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט, "עס קאסט נישט קיין געלט!", "אויך קען מען מאכט די גלעזער פארקערט, אזוי" האט דער ראש ישיבה געוויזן, "קוק, איך בין פארשטעלט!" דערנאך האט דער ראש ישיבה זיי געוויזן וויאזוי מ'קען זיך פארשטעלן ווי א רבי, "יעצט וועל איך זיך מאכן ווייסע פיאות". דער ראש ישיבה האט גענומען א טישו, עס איינגעדרייט און אריינגעלייגט אין די גלעזער "קוק מיין ווייסע פיאות, עס קאסט נישט קיין געלט! א מעכטיגע פארשטעלאכטס!", דער ראש ישיבה האט געלייגט א טישו אויף זיין מויל "יעצט האב איך א ווייסע בארד" האט דער ראש ישיבה געוויזן צו די געלעטכער פון די קינדער. דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אזוי "פארשטעלטערהייט" ארומגעגאנגען די טישן פון די קינדער, איינגעבויגענערהייט ווי אן "עכטע רבי" וואס געט א ברכה פאר די חסידים, אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך געמאכט ווי ער פאלט פלוצלינג אראפ, בשעת די קינדער קוילערן זיך פאר געלעכטער און קענען נישט צו זיך קומען. דער ראש ישיבה האט זיך צוריק געזעצט אויף זיין פלאץ און אויסגעטון זיין "פארשטעלאכטס", און געזאגט פאר די קינדער "עטס האטס געזען? א גוטע פארשטעלאכסט!!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז נישט ווער עס מוטשעט די מאמע און פארמאגט א טייערע קאסטיום איז א מעכטיגע אינגל, "א מעכטיגע אינגל" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז צופרידן מיט וואס די מאמע געבט אים". דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די קינדער זאלן פארציילן ווער עס האט א "מעשה פון נישט מוטשען די מאמע", ווען די זיסע קינדער איינער נאך די צווייטע פארציילן מיט שטאלץ א מעשה'לע ווי ער האט נישט געמוטשעט זיין מאמע ווען ער האט עפעס געדארפט צו די ווארימע קאמפלימענטן פונעם ראש ישיבה "דאס איז א שיינע מעשה", "דאס איז א מעכטיגע אינגל!", "דאס איז מעכטיגע קינדער" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט. און אזוי האט זיך דער שמועס ווייטער געצויגן מיט די קינדער, און זיי ערלקערט וואס מיינט כיבוד אב ואם, און אז נישט געלט מאכט א מענטש חשוב, נאר זיין אויפפירונג, זיין 'עדיטוט' איז וואס מאכט דעם מענטש ארויפגעקוקט. 📸 בילדער ▶️ דער גאנצער שיעור ▶️ קורצע אויסשניט פונעם שיעור אויף "חיזוק יומי המתורגם"

    < זעה מער י אדר תשפ"א 📝
  • ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט

    די וועלט זאגט אז מען דארף טון (אדער נישט טון) פארשידענע זאכן כדי צו טרעפן א שידוך. "מ'דארף אויסזען אזוי, גיין אזוי, לערנען דארף מען דוקא אין דער און דער מצויינים ישיבה. ווייל נאר אזוי וועסטו טרעפן א גוטע שידוך". דער ראש ישיבה אבער, לערנט אויס פאר זיינע תלמידים אז עס נישט אזוי. מען דארף נאר קוקן וואס קענסטו טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן. און געדענקען אז עס קען נישט זיין מען זאל האבן א שאדן פון טון דעם רצון ה'. אויפן בילד פון קעפל - וואס איז גענומען געווארן מיט צוויי יאר צוריק - זעט מען אכט בחורים וואס זענען פרייליך מיט די זכיה אז זיי קענען ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות, ביי א "מסיבת הכרת הטוב" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט פאר די בחורים וואס דרייוון פאר די מוסדות. די אלע בחורים האבן פלייסיג געלערענט אין ישיבה, און אויסערדעם זיך אויסגעצייכענט מיט גוטע מידות, און צוגאב צו דעם האבן זיי ספעציעל גענומען דרייווערס לייסענס, כדי זיי זאלן קענען אין די פרייע צייט אביסל העלפן די הייליגע מוסדות. און ברוך ה', היינט זען מען ווי דער אויבערשטער האט זיי זייער שיין באצאלט, ווען יעצט מיט צוויי יאר שפעטער האבן זיי שוין אלע ב"ה זייער גוט חתונה געהאט, אויסער איינער - וואס איז שוין ב"ה אויך א חתן. אלעס אין זכות פון העלפן די הייליגע מוסדות.

    < זעה מער כ שבט תשפ"א 📝
  • טיי אווענט מיטוואך נאכט אין קרית יואל פאר די ברסלבע מוסדות

    עס איז בכלל נישט קיין סוד מיט וואס די הייליגע ברסלבע מוסדות צייכענען זיך אויס. עס איז גאר גוט באקאנט אז אין די הייליגע מוסדות לייגט מען דעם עיקר דגוש אז די קינדער פון קליינווייז אן, זאלן לעבן מיט לויטערע ריינע אמונה, וואס זאל זיין אזוי קלאר, אז זיי זאלן שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און זיי זאל קענען רעדן צום אייבערשטן ממש ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר וואס ער זעט נעבן זיך. מען זעט ברוך השם ווי עס קומען ארויס הערליכע תלמידים פון די הייליגע מוסדות, וואס שטעלן אויף הערליכע אידישע שטובער, און זענען גרייט צו די עכטע לעבן וואס ווארט זיי נאך די חתונה, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, און פירן זיך מיט דרך ארץ וואס דער הייליגע רבי לערנט זיי אויס. &nbsp; יעצט וועלן תושבי קרית יואל האבן די געלענעגעהייט צו שטיצן די הייליגע מוסדות ביי טיי אווענט וואס וועט פארקומען מארגן מיטוואך נאכט אינעם הערליכן דירה אויף 39 מעריווארלד לעין סאוט, אין בלומיג גראוו (GPS: 39 Merriewold Ln South, Monroe NY 10950)

    < זעה מער יג שבט תשפ"א 📝
  • נייע "בנינו" פראגראם, צילט איינצושרייבן 1,000 מעמבערס ביז א וואך

    די הייליגע מוסדות האבן יעצט אנגעהויבן א פרישע פראגראם "בנינו", וואס וועט העלפן בעז"ה אויסצאלן די מלמדים און טישערס פון די הייליגע מוסדות. די אלע וואס ווערן מעמבערס אין "בנינו" ווערן זייערע קרעדיט קארדס געטשארדזשט 5 דאלער, יעדע וואך ערב שבת קודש פארן לעכט צינדן. דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו, ווי ער בעט מ'זאל זיך אנשליסן אינעם פראגראם "בנינו - אוזערע קינדער, וואס טוט נישט א מענטש ער זאל זען נחתן פון זיינע קינדער".&nbsp; מוהרא"ש שרייבט אז די צייט וואס א פרוי צינדט אן די לעכט עש"ק איז די העכסטע צייט צו זיך אויסצובעטן ערליכע קינדער מיט יראת שמים. מוהאר"ש שרייבט אז ווען פרויען וואלטן געוויסט די גרויסקייט פון זייערע תפילות וואלט זיי פשוט נישט אוועקגעגאנגען. בפרט ווען מען ווייסט אז מען האט יעצט געגעבן צדקה פאר אזא הייליגע פלאץ אויסצוצאלן די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די קינדערלעך אריינצולייגן אין זיי אמונה און יראת שמים. די זכות פון געבן פאר אזא הייליגע צדקה, וועט זיכער מגין זיין אז אירע תפולת אין אזא געהויבענע זמן זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און וועט זיכער פועלן ביים אייבערשטן, צו זוכה זיין צו הייליגע ערליכע דורות. פינף דאלער א וואך קען אויסזען גאנץ ווייניג פאר א מענטש, אבער פאר די הייליגע מוסדות וועט עס מיינעך אסאך. א באזע פון טויזענט מעמבערס, וואס קומט אויס צו פינף טוינזט דאלער א וואך, וועט זיכער אראפנעמען א גרויסע עול פון די מוסדות, און וועט העלפן מען זאל קענען אויסצאלן די מלמדים און טיטשערס יעדע וואך. זיך איינצושרייבן רופט 929-630-6070 אדער קליקט דא א שיינע קליפ פונעם מנהל הרב אברהם משה שטראסער, איבערן נייעם בנינו פראגראם &nbsp;

    < זעה מער יב שבט תשפ"א 📝
  • זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות

    די הנהלת המוסדות האט פראקלאמירט א פרישע פראגראם, אז מען קען קויפן א זכות "בן גמלא", דאס הייסט אז מען קויפט אפ א וואך פון א חדר אין תלמוד תורה, און די זכות פון די תפילות און די תורה וואס די הייליגע קינדערלעך לערנען און דאווענען וועט גיין אויפן חשבון פונעם נדבן. אזוי אויך וועלן די קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן מתפלל זיין צום באשעפער אויף זייער פשוטע שפראך פאר די הצלחה אדער ישועה פונעם נדבן. די תפילות פון די קינדער וואס קומט ארויס פון זייער ריינע הארץ איז בוקע רקיעים, און וועט זיכער עושה רושם זיין ביים באשעפער. א הערליכע שטר שותפות "בן גמלא" וועט בעז"ה אונטערגעשריבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א, און וועט געגעבן ווערן פארן נדבן למשמרת. צו קויפן א "בן גמלא", רופט 347-889-9892 דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט אינגעלייט אין קרית ברסלב ליבערטי דער ראש ישיבה שרייבט אונטער "בן גמלא" שטרות מיט עטליכע אינגעלייט דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט מו"ה יודל ליכטענשטיין הי"ו

    < זעה מער כח טבת תשפ"א 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com