Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חומש סעודה אין ת"ת היכל הקודש קרית יואל

    א גרויס שמחה האט געהערשט אין תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית יואל, ווען די כיתה א' קינדער האבן אלע זוכה געווען צו ענדיגן די הייליגע אלף בית און די עברי, און מען האלט שוין יעצט ביים אנהייבן צו לערנען די הייליגע פסוקים פון חומש.   היינט האבן די קינדער געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען אין חדר מחזק זיין די מלמדים און די קינדער און דערביי זיך דערקוויקט מיט נחת ווי די קינדער וואקסן און בליען אזוי שיין.   ווי דער מנהג איז, אז ווען מען הייבט אן חומש הייבט מען מיט די ערשטע פסוקים "פרשת ויקרא" וואס רעדט זיך פון די קרבנות, און מען מאכט א גרויסע שמחה אין חדר, עס זאל אריינגיין אין די קינדער א געשמאק אין די הייליגע תורה.   די מלמדים האבן געמאכט שיינע פאפירענע קרוינען א "כתר תורה" וואס אלע קינדער האבן אנגעטון, דער ראש ישיבה האט זייער באוואונדערט ווי וואויל די קינדער פירן זיך אויף, דער ראש ישיבה האט געזאגט וואס פארא נחת דאס איז ווען ער זעט ווי די קינדער פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ.   די קינדער האבן געזינגען לכבוד דעם גרויסן מעמד שיינע פאסיגע ניגונים "ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה", "והערב נא", "איך וויל נאר לערנען די הייליגע תורה".   דערנאך האט מען געפרעגט די שאלות אויף פרשת ויקרא ווי דער מנהג איז און די מלמדים האבן פארציילט פאר די קינדער ווי אלע נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א אידיש אינגל אויף דער וועלט וואס איז זוכה און כאפט אריין א פסוק חומש.   דערנאך האבן די קינדער מיט די מלמדים געלערנט אינאיינעם די ערשטע פסוקים פון פרשת ויקרא.   נאדעם האבן די קינדער געזונגען מיט גרויס שמחה דער ניגון "א מחיה חומש", און נאך שיינע ניגונים.   דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער עטליכע ווערטער איבער כיבוד אב ואם, ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו פאלגן א טאטע און מאמע און זיי נישט מוטשען. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער איבער אמונה, ווי דער אייבישטער איז דא מיט אונז, און הערט אונז אויס אלעס וואס מיר רעדן, און איבער די גרויסקייט פון "רעדן צום אייבערשטן". דערנאך האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער ווער עס האט "מעשיות פון תפלה", און די קינדער האבן זיס פארציילט איינע נאך די אנדערע ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן און ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן.   פאר דער ראש ישיבה איז געגאנגען האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע ווערטער צו די געטרייע מלמדים, די מלמדים האבן איבערגעשמועסט פארשידענע ענינים איבער וויאזוי צו פירן דעם חדר, און דער ראש ישיבה האט מחזק געווען די מלמדים זיי זאל האבן כח ווייטער צו גיין מיט זייער הייליגע ארבעט פון ערציען דעם קומענדיגן דור, אז אויך זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן   טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף

    < זעה מער כג חשון תשפ"ג 📝
  • סיום הש"ס פון הילד נחמן נתן ני"ו א זון פון ראש ישיבה שליט"א

    א גאר רירענדע מעמד סיום הש"ס איז פארגעקומען פארגאנגענעם ליל ששי (פרשת עקב) ווען הילד החשוב נחמן נתן נרו יאיר א זון פון ראש ישיבה שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך אפאר יאר הארעווען און לערנען יעדן טאג בלעטער גמרא פון די אייגענע צייט, פאר אדער נאך חדר. &nbsp; אלע קינדער פון אינגל קעמפ זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט נחמן נתן'ס שמחה, קודם האט מען געזינגען עטליכע שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון די תורה, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן הייליגע ווערטער פונעם טאטן פונעם חתן התורה - דער ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט מלא התרגשות פונעם גרויסן זכי' וואס ער האט אז זיין זון - נאך פאר די בר מצוה - האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און האט ארויסגעברענגט אז דאס איז געווען דער רצון פון הייליגן רבי'ן אז אלע זאלן ענדיגן ש"ס, און אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דורכדעם וואס א איד איז זוכה צו ענדיגן ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז מוהרא"ש האט טאקע אזוי איינגעפירט אין תלמוד תורה אין יבנאל אז אלע אינגלעך זאלן ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשריבן א שיינע בריוו ווי ער לאדענט איין דעם עולם צום סיום אט איז דער בריוו: &nbsp; איך וויל דיר איינליידענען צו די סיום הש"ס פון מיין זון הילד נחמן נתן נרו יאיר היינט נאכט אום ניין אזייגער, וואס וועט פארקומען אינאיינעם מיט די וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין ישיבה, אין שטעטל. די ווייבער שול וועט זיין אפן. &nbsp; איך וואונטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו אזא זאך, זיצן ביי דיין זון'ס סיום הש"ס און ביים סיום הש"ס פון דיינע אייניקלעך. די הרגשה איז נישט צום באשרייבן; וואס נאך דארפן עלטערן מער פון נחת ביי די קינדער, זען ווי זיי לערנען און דאווענען. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו &nbsp;

    < זעה מער כה אב תשפ"ב 📝
  • קינדער פון חדר פארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים אין מאנסי

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א &nbsp; א צייט צוריק אין אן ערב ראש חודש זענען די קינדער געפארן קיין מאנסי צום ציון פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט, די מלמדים האבן צוגעגרייט די קינדער, איבער די גרויסקייט פון א צדיק, בפרט דעם הייליגן ריבניצער רבי וואס האט געהאט אפענע אויגן, און בעל שמ'סקע מעשיות האבן זיך דארט געוואלגערט אונטערן טיש, אויך האט מען גערעדט איבער דעם וואס חז"ל זאגן אז צדיקים אפילו ווען זיי לעבן שוין נישט זענען זיי נאך אסאך גרעסער ווי ביים לעבן, און ווי דער רבי זאגט אז א צדיק ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט, איז עס בלויז ווי ער גייט פון איין צימער צו א צווייטע, און מען קען פועלן גאר גרויסע זאכן ביי א ציון. די קינדער זענען געווען זייער פרייליך צו גיין מתפלל זיין, זיי אלע זענען דאך שוין געוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן, און זיי האבן זיך געגרייט יעדער איינער צו בעטן זייערע בקשות ביים ציון פון הייליגן צדיק. &nbsp; אנקומענדיג צום ציון זענען די קינדער גלייך צוגעגאנגען צום הייליגן ציון, מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין, קינדער ווי וואויל און דרך ארצ'דיג זיי זאלן זיין, זענען זיי נאכאלץ קינדער, און געזונטע קינדער זענען נישט פארשלאפן, נאר האבן אסאך ענערגיע וואס זיי דארפן ארויסגעבן. דארט ביים ציון איז געזיצן א איד וואס האט נישט געקענט פארנעמען די געפילדער פון די קינדער, ער האט זעט אויס געדארפט אביסל שטילקייט, און האט זיך כסדר געבייזערט און געטיילט פסקים צו די קינדער "גייטס נישט דא", "זייטס שטיל", "גייטס אריין", "גייטס ארויס", און וואס די קינדער האבן נאר נישט געטון איז ער נישט געווען צופרידן. &nbsp; אזוי אויך דערנאך ווען מען איז צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן וויזניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט דערנעבן, איז ער ווייטער געשטאנען אין וועג, און געשריגן אויף זיי "מאך אויף די טיר", "מאך צו די טיר", און אזוי ווייטער. &nbsp; אויפן וועג אהיים האבן די טייער מלמדים געשמועסט מיט די קינדער, "פארוואס איז דעי מענטש אזוי גערעגט? פארוואס שריידט ער א גאנצן צייט"? האבן זיי געוואלט פארשטיין, די מלמדים האבן שיין ערקלערט פאר די תמימות'דיגע קינדער, אז ווי עס זעט אויס איז ער זייער צובראכן, און דערפאר זעט אויס איז ער דא געקומען מתפלל זיין, און לאמיר טאקע אינאיינעם מתפלל זיין פאר דעם איד אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף, און קומענדיגע מאל זאל מען אים שוין טרעפן פרייליך. אזוי האבן די קינדער טאקע געטון, און די קינדער אינאיינעם מיט די מלמדים האבן ערליך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דעם איד, און ער זאל שוין געהאלפן ווערן. &nbsp; קומענדיגע מאל ערב ראש חודש ווען מען איז ווידער געפארן קיין מאנסי צו די ציונים פון די צדיקים, האבן זיך די קינדער אויפן וועג דערמאנט פונעם עפיזאד פאריגע חודש, און עס איז געווען א שטיקל "דעבאטע" צווישן זיי אויף וואס מען דארף מתפלל זיין, א טייל האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אים נאכאמאל טרעפן אבער פרייליכערהייט, און אנדערע האבן מתפלל געווען אז ער זאל נישט דארט זיין. &nbsp; ווי ערשטוינט זענען די קינדער געווען, ווען זיי זענען אנגעקומען דאס מאל, האבן זיי געטראפן דעם זעלבן איד, אבער דאס מאל האט ער געהאט א גרויסע שמייכל אויפן פנים, ער האט אויפגענומען די קינדער גוטמוטיג, און זיי געפרעגט וואס זיי מאכן, און זיי געמאכט שפירן גוט. די קינדער זענען אויך געווען זייער פרייליך אים צו זען אין א גוטע מוד. אזוי האבן זיי דארט פארברענגט מיט זאגן קאפיטלעך תהלים און האבן מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס זיי דארפן. &nbsp; ווען מען איז אהיים געפארן האבן די קינדער פרייליכערהייט געזאגט פאר די מלמדים אז זיי זענען זיכער אז זייערע תפילות זענען אויסגעהערט געווארן, און דער אייבישטער האט געשיקט פאר דעם איד די ישועה וואס ער האט געדארפט, און זיי זענען זייער צופרידן צו זען ווי דער איד איז שוין יעצט פרייליך. &nbsp; אזוי וואקסן די טייערע קינדער אויף מיט די גרעסטע מתנה וואס א טאטע קען נאר געבן פאר זיין קינד, אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס הערט אים אויס, און קען אים העלפן, און וויל אים העלפן, און וועט אים העלפן. &nbsp; חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ב 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש

    דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען די שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש. &nbsp; די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט ווארעמקייט און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. &nbsp; דער חשובער מלמד הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען האלט שוין דא ביים ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, ער האט באדאנקט די חשובע עלטערן וואס האבן אזוי שיין מיטגעארבעט א גאנץ יאר מיט די קינדער און גע'חזר'ט מיט זיי די הייליגע עברי, ווי אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט זיכער צו מאכן אז יעדעס קינד קען גוט די עברי, וואס דאס איז ממש דער יסוד ער זאל קענען אויפוואקסן אן ערליכער איד. דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און ביים סוף האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. &nbsp; * היינט מאנטאג, האט זיך די זעלבע זאך אפגעשפילט אין שטעטל, ווי די קינדער האבן געפראוועט זייער חומש סעודה, כמעשהו בוויליאמסבורג, כך מעשהו אין שעטל, ווי די עלטערן און זיידעס זענען געקומען שעפן נחת פון די טייערע קינדער. &nbsp; הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט אין נאמען פון די מוסדות פארן חשובן מלמד הר"ר בערל שניצלער וואס האט אריינגעארבעט גאר אסאך כחות די גאנצע יאר, ווי מען זעט ווי די גאנצע כיתה קען ברוך השם די עברי זייער פיין. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן א זיידע פון איינע פון די קינדער הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט געזאגט אז אין די וואכעדיגע סדרה זעט מען ווי קרח האט געוואלט געבן אסאך געלט פאר משה רבינו, וואס מ'וואלט דערמיט געקענט בויען שיינע בנינים פאר די קינדער. אבער משה רבינו האט דאס נישט געוואלט, ער האט ענדערש געוואלט פשוט אבער מחנך זיין די קינדער מיטן אייבערשטן. דא האט הר"ר אהרן געזאגט דער בנין איז טאקע נישט אזוי שיין, אבער די אמונה וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, וועט זיי בעזר השם באגלייטן זייער גאנץ לעבן, ווען זיי וועלן אלץ מקיים זיין דעם שויתי השם לנגדי תמיד, אלץ וועלן זיי וויסן אז דער באשעפער איז ביי זיי, מיט זיי און נעבן זיי, און אלץ וואס מען דארף קען מען אים און דארף מען אים בעטן. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די זיסע קינדערלעך זייער ערשטע אייגענע סידור, וואס די קינדער האבן דערנאך מיט שטאלץ עס געוויזן פאר זייערע עלטערן און זיידעס. &nbsp; * &nbsp; די ברסלב'ע תלמוד תורה איז באקאנט פאר אלעמען אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס נאר ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, די אמונה זאל זיין ביי זיי קלאר און זיכער, זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל, ווי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלס אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. &nbsp; אין דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן זיך רעכענען מיט א צווייטנ'ס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. &nbsp; ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט וואס זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטיבער על דרך ישראל סבא. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן!

    < זעה מער כח סיון תשפ"ב 📝
  • צוועלף יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט צוועלף יאר צוריק אין די יעצטיגע טעג - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. &nbsp; עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך השם צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, וכו' וואס האבן זיך געעפענט זינט דעמאלטס אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין קרית ברסלב ליבערטי און אין ירושלים.&nbsp; &nbsp; די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט א גאר ווייטע אפקלאנג, אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. &nbsp; די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן און אלץ האבן זיי צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. &nbsp; מורא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן לעבן מיטן אייבערשטן זייער גאנצע לעבן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג צו פארציילן וואס מוהרא"ש האט פארציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט צוועלף יאר צוריק ווען ער איז געזיצן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח, און איז איבערגעגאנגען מיט מוהרא"ש אלע פרטים איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר פריער. &nbsp; אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלבער ביהמ"ד האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". &nbsp; פארן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ב 📝
  • קמחא דפסחא קאפמיין וועט בעז"ה העלפן אויסצאלן אלע מלמדים אויף פסח

    אין די יעצטיגע טעג איז איינגעפעדימיט געווארן די יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין וואס צילט צו דעקן די געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס אין אונזערע מוסדות, אז די ערליך פארדינטע פעיראל פון אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אויסגעצאלט ביז פסח. &nbsp; די פינאנציעלע מצב פון די הייליגע מוסדות איז יעצט זייער שווער. עס האלט שוין דארט אז מען איז שוין שולדיג שווערע צענדליגע טויזנטער דאלערס פאר די פאר די איינגעשטעלטע פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה, און די סקול. &nbsp; געלויבט דעם אייבערשטן, אז מען האט זוכה געווען צו עפענען אין די לעצטע יאר נאך עטליכע סניפים פון די מסדות אין עטליכע שטעט וואס גייט אן ברוך השם מיט גרויס הצלחה, וואס האט אבער פון די אנדערע זייט צוגעלייגט גאר אסאך פישע הוצאות, וואס די הנהלת המוסדות פלאגן זיך יעדן טאג צו טרעפן פון וואו צו דעקן דעם שטארק פארגרעסערטן דעפעציט. &nbsp; אין די יעצטיגע ערב פסח צייט, פילן אנשי שלומינו פאר וויכטיג ארויסצווייזן הכרת הטוב און שטיצע פאר די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר אונזערע קינדער במשך די גאנצע יאר, זיי לייגן אריין זייער הארץ און נשמה אין די טייערע קינדערלעך, און טוען אלעס וואס זיי קענען אז זיי זאלן אויסוואקסן מיט א ריינע אמונה, און פילן אן די קעפעלעך מיט תורה און יראת שמים. דאס אלעס טוען זיי אן דערנידערן אדער פארשעמען ח"ו, נאר גיין אויפן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, פארקערט מען בויעט אויף די קינדער, און אזוי לייגט מען אריין אין זיי א ליבשאפט צום אייבערשטן, צו די תורה, און צו די מצוות. &nbsp; יעצט ווען עס קומט דער פרייליכער יום טוב פסח, איז אונזער פליכט צו טון וואס מיר קענען אז זיי זאלן זיך נישט דארפן מוטשען צו קענען איינקויפן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס לכבוד יום טוב. &nbsp; אין די לעצטערע יארן איז דער קאמפיין ברוך השם געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב.&nbsp; &nbsp; מיט אייער ווארימע נדבה וועלן די פילע משפחות אויך היי יאר קענען אריינברענגען דעם יום טוב בעזרת השם יתברך מיט הרחבת הדעת. און איר וועט זיין א גלייכע שותף אין די הייליגע ארבעט. &nbsp; רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 / 0 און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-578-0495. &nbsp; מען קען זיך משתתף זיין אנליין, דורכן פּעיפּעל פּלאטפארמע. &nbsp; כל דכפין ייתי ויכול!

    < זעה מער כו אדר ב' תשפ"ב 📝
  • הערליכע ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער" גייט שוין צום דרוק ב"ה

    אין די יעצטיגע טעג גייט צום דרוק דער ערשטער פון א סעריע ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדער" אנגעפילט מיט תוכן'דיגע מעשיות, אראפגעשריבן אויף א קלארע שפראך געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס ציעט די אויגן פון די טייערע צאן קדשים, געמאלן דורכן היימישן מעלער פון ארץ ישראל הר"ר יחיאל בליאש שליט"א. &nbsp; די מעשיות זענען אראפגעשריבן געווארן וועכענטליך דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז געדורקט געווארן במשך די לעצטע יאר ביים סוף פון די וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, מיט וואס אלע האבן זיך מחיה געווען. יעצט איז געקומען די צייט, ווען עס האט זיך שוין אנגעזאמעלט א שיינע צאל מעשה'לעך, האט מען דאס צוזאם גענומען לפונדק אחד, און מען גייט עס דרוקן מיט שיינע גרויסע געפינטלטע אותיות, אויף שטארקע דויערהאפטיגע פאפיר&nbsp; געאייגענט פאר די קינדער. דער גאנצער ביכל איז איבערגעקוקט געווארן דורכן ראש ישיבה פארן גיין צום דרוק, און האט אנגעוויזן אויף יעדע פרט וואס צו טון. &nbsp; דער ביכל וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארייבאקן אין די טייערע קינדערלעך תינוקות של בית רבן אמונה, דרך ארץ, תורה, תפילה,&nbsp; שמחה של מצוה, מידות טובות, תמימות, און וועט זיי העלפן וואקסן אין יראת שמים וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט איבער דעם נייעם ביכל אין א בריוו פון זונטאג ויקרא העעל"ט "איך האב באקומען דעם קינדער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער'לעך"; איך בין אזוי איבערגענומען פון די שיינע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט; אזוי שיין די גרעפיקס, אזוי שיין די אויסשטעל; דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר די מפיצים, מען וועט גיין מיט דעם ביי די הייזער, עלטערן וועלן דאס זען וועלן זיי דאס נעמען פאר די קינדער; די מעשיות זענען פול מיט יראת שמים און ריינע אמונה." &nbsp; די נייע ביכלעך גייען שוין צום דרוק אין די טעג, און בקרוב וועט מען עס בעז"ה שוין קענען באקומען אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, ביים קרן הדפסה, און ביי די מפיצים. &nbsp; "איך זאג אז סיפורי מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (חיי מוהר"ן סימן כ"ה) 📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס 💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99 🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים 📰 פורים אין ישיבה תפארת התורה 📖 ספרים אויף פסח &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער יב אדר ב' תשפ"ב 📝
  • בנין פון די מוסדות אין שטעטל אריבער גרונטליכע רענאוואציעס

    היינט ווען מען קומט באזוכן די מוסדות, זעט מען די הייליגע מוסדות אין שטעטל איינקוואטירט אינעם גרויסן פרעכטיגן בנין אויף טשעסטנאט ראוד. א שיינע דריי שטאקיגע ציגעלנע בנין, שיין און שטארק, ווי די קינדער לערנען און פארברעגען במשך די וואך מיט הרחבת הדעת. א יאר צוריק האט מען דאס נאך נישט געהאט. מען האט ניטאמאל געחלומט פון אזא בנין, ווען דער ראש ישיבה האט געעפענט דאס שטעטל, האט מען נישט געוויסט וואו מען וועט פלאצירן די מוסדות, מען האט געהאט גאר גרויסע פלענער, די פלענער זענען באשטאנען פון תפילות, תפילות פון אלע איינוואוינער פון שטעטל, תפילות פון קינדער תינוקות של בית רבין וויסנדיג אז דער אייבערשטער וועט שוין האבן זיינע וועגן וויאזוי מען וועט האבן א בנין פאר די מוסדות. צוערשט איז מען מען געווען אין בעיסמענטס צוזייט און צושפרייט צווישן עטליכע לאקאלן, און אזוי האט מען דורכגעשטופט דעם ערשטן יאר, ווען מען האט מחנך געווען די טייערע קינדערלעך אויפן הייליגן אויסגעטרעטענעם וועג פון די פריערדיגע צדיקים, און אויסגעלערענט די קינדער אז וואס זיי דארפן נאר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן. די קינדער האבן מתפלל געווען כסדר אז מען זאל האבן א גוטע פלאץ פאר די תלמוד תורה און די סקול. דער אייבערשטער&nbsp; דער שומע תפלת כל פה האט צוגעהערט די תפילות, און אומגעראכטן צוגעשיקט א פאסיגע פלאץ, גרויס און שיין, נאנט צום שטעטל, א פולקאם גרייטע בנין, מיט פילע קלאס צימערן, א קאך, א גרויסע לאנטש רום, און אלע געברויכן וואס מען דארף נאר האבן.&nbsp; דער בנין איז געבויט מיט מסירת נפש פאר בערך הונדערט יאר צוריק דורך די אידן וואס האבן געוואוינט אין דעם געגענט, און האבן גענוצט דעם פלאץ צו לערנען און דאווענען און אלע אידישע געברויכן. ליידער איז די געגענט געווארן אויסגעשפילט מיט די צייט, און דער בנין האט געפּוסטעוועט. דאן איז עס ארויפגעקומען אויף די מארקעט פאר א גאר גוטע פרייז, און ברוך השם, אז דער בנין איז דאן אריבער צו די הייליגע מוסדות, וואס האבן עס תיכף אריינגענומען אין באנוץ פאר די וואקסנדע מוסדות. אזוי ווי עס האט נאך געדארפט האבן פארשידענע רענאוואציעס, צוליב דעם וואס דער בנין איז שוין נישט געווען אין באנוץ פאר לענגערע צייט, האט מען זיך תיכף גענומען צו די ארבעט, און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך צוגעכאפט און אפגעקויפט דער זכות פונעם בנין מיט די רענאוואציעס. יעצט ווען די ארבעט איז שוין ב"ה פארטיג געווארן, האט מען ארויפגעלייגט שיינע גרויסע אותיות אינדערויסן פונעם בנין וואס טראגט מיט שטאלץ די ווערטער "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, בהתייסדות כ"ק מוהרא"ש ז"ל, בנשיאות הראש ישיבה שליט"א" און אין צענטער א שיינע ברסלבע קרוין. אין דעם בנין וועט מען ווייטער לערנען מיט אידישע קינדער אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, און ערציען די קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים ביז משיח'ס טאג.

    < זעה מער יד שבט תשפ"ב 📝
  • תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים עיה"ק

    זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א יאר פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער חדר "תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו האבן די זכיה צו לערנען פון מלמדים מומחים יראי השם תלמידי היכל הקודש. און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואכני" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלץ אינגערמאן). אנגעהויבן פאריגע וואך האט זיך דער חדר געעפענט אינעם עזרת נשים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און די וואך איז מען אריבער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו, וואס האט לעצטענס איבערגעבויעט זיין דירה, און אראפגענומען א צימער וואס זאל זיין געאייגענט פאר געסט. און יעצט האט מו"ה שמעון עוזר הי"ו זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן דעם צימער פאר די נייע תלמוד תורה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן.&nbsp; מען האט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג. און טאקע די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבנער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און לערנט מיט די קינדער, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אין אייבערשטן, אויף אזא וועג אז דאס וועלן זיין מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן בעזהשי"ת. אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים

    < זעה מער י שבט תשפ"ב 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com