Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קינדער פון ת"ת ברסלב קרית יואל באקומען הארציגע ברכה פונעם וויזשניצער ראש ישיבה שליט"א

    עס איז געווען א גאר פרייליכער מאמענט פאר די קינדער אינעם חדר אין קרית יואל, די אינגע קינדער האבן זוכה געווען צו פראווען נאך א סיום. די לעכטיגע קינדער האבן פלייסיג געלערנט יעדן טאג אביסל, און זענען זוכה געווען צו ענדיגן אות ב' פונעם הייליגן "ספר המידות" פונעם הייליגן רבי'ן. די געטרייע מלמדים הרב יואל טייטלבוים שליט"א און הרב לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א האבן געמאלדן פאר די טייערע קינדער, אז לכבוד דעם סיום וועלן זיי באלוינט ווערן מיט א ספעציעלן טריפ. א נסיעה צו די הייליגע ציונים אין מאנסי, וואו עס ליגן די צדיקים הרה"ק מריבניץ, די צדיקים לבית וויזניץ און סקולען, זכותם יגן עלינו. דארט וועלן די קינדער האבן די געלעגנהייט צו מקיים זיין וואס זיי האבן געלערנט אין ספר המדות איבער די גרויסקייט פון מתפלל זיין ביי א קבר פון א צדיק, וואס דער רבי זאגט אז מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות אפילו מען איז עס נישט ווערד.   ביי דער נסיעה האט זיי אפגעווארט אן אומגעראכטענע סורפרייז. ווען די קינדער האבן געענדיגט זאגן תהלים און אויסגיסן זייער הארץ ביי די קברי צדיקים, האבן זיי באגעגנט דעם חשוב'ן ראש ישיבה פון וויזשניץ, הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א, וועלכער איז פונקט ווי זיי אויך געקומען פוקד זיין די ציונים פון די צדיקים און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ער איז פונקט פארבייגעגאנגען די לעכטיגע קינדער. זעענדיג די לעכטיגע קינדער האט ער זיך אפגעשטעלט זיי צו באגריסן. מען האט געזען אויפן ראש ישיבה'ס פנים די גרויסע התפעלות וואס ער האט פון די קינדער. ער האט זיך נאכגעפרעגט וועלכע חדר דאס איז, און נאכן שמועסן עטליכע מינוט מיט די קינדער האט ער געזאגט בזה הלשון, "יכרו שהם זרע ברך ה'", ער האט געקוקט אויף די ריינע קינדער און געזאגט אז מען זעט אויף זיי אז זיי לעבן מיטן אויבערשטן.   דער ראש ישיבה האט ארויסגעוויזן א שטארקע אינטערעסע אין די קינדער. ער איז געווען שטארק איבערגענומען צו זען אזעלכע ריינע נשמות ווי זיי לעבן מיט אמונה און יראת שמים. ער האט זיי אויסגעהערט און זיך נאכגעפרעגט אויף וואס זיי לערנען.   דערנאך האט ער זיי געבענטשט מיט הארציגע ברכות זיי זאלן מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, און האט צוגעלייגט אז מען זעט אויף די ברסלב'ע קינדער דעם פסוק "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך."

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ו 📝
  • כיתה א' קינדער אין שטעטל פראווען שיינע חומש סעודה

    זונטאג פרשת קרח איז פארגעקומען א גאר הערליכע מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש אינעם ברסלב'ן שטעטל, ווען די זיסע קינדערלעך פון כתה א' האבן זוכה געווען צו פייערן זייער מעמד התחלת לימוד חומש. &nbsp; די זאל אינעם תלמוד תורה איז געווען אנגעפילט מיט עלטערן טאטעס, מאמעס זיידעס און באבעס וועלכע זענען געקומען שעפן נחתן פון זייערע קינדער און אייניקלעך. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטאג צייט ווען די קינדער האבן אריינמארשירט אינעם זאל, ווי זיי האבן געזונגען שיינע ניגונים לכבוד היום. &nbsp; ווי איינגעפירט האבן זיי געזאגט די ערשטע פסוקים פון חומש ויקרא, און דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פונעם מלמד וואס געבט זיך אזוי געטריי אפ מיט די קינדער, ער קוקט נישט נאר אויף "שארט טורם" נאר ער טראכט אויף שפעטער, די קינדער וועלן אויפוואקסן, און יעדער וועט שוין לאנג פארגעסן ווי קיוט ער פלעגט זינגען דער ניגון וואס דער מלמד האט אים אויסגעלערענט, און ווען די עכטע לעבן וועט זיך אנהייבן, וועט דער אויבערשטער זיין ביי זיי א זאך וואס מען נעמט ארויס איין אדער צוויי מאל א יאר ארויס פון שעלף, פסח ביים סדר, און פורים נאכמיטאג, אדער וועלן זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן טאג טעגליך.&nbsp; &nbsp; סתם אזוי ווען מען קוקט אויף די קינדער, זעט מען זיסע לעכטיגע קינדער, אזוי ווי אלע קינדער, אבער ווען מען רעדט מיט זיי זעט מען די ארבעט פונעם מלמד, די קינדער לעבן מיט אזא תמימות, זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיי זענען אויפגעבויעט און אנגעפילט מיט אמונה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט די זכי' צו זיין מלמד, און ער קען פארברענגען זיין צייט מיט אריינלייגן אמונה אין קינדער. אזוי אויך האט ער געדאנקט דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן אים געבן די געלעגענהייט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א - וואס איז אויך געווען א זיידע פון איינע פון די קינדער, האט דערנאך אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז מען כאפט נישט די חשיבות פון א מלמד, וויפיל כחות ער לייגט אריין, ביז ווען ווען דער מלמד קען אמאל נישט קומען, און מען דארף א סאבסיטוט, דעמאלט קען מען זען די גרויסע כחות פון א מלמד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך, ווי ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי דער מלמד האט באהאנדעלט א קינד, אזוי קלוג און איידל, זיך אפגעגעבן מיט אים, אין די צייט וואס מען וואלט זיך געקענט רעגן אויפן קינד און אים חלילה פארשעמען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבער דעם וואס מען פירט זיך אז מען הייבט אן מיט קליינע קינדער לערנען חומש ביי "ויקרא" וואס האט א קליינע "אלף", ווייל דאס איז א חדר, מען לייגט אריין דעם "אלף" דער אויבערשטער וואס איז דער "אלופו של עולם" אין די קליינע קינדער. &nbsp; מיר אלע - האט דער ראש ישיבה געזאגט - לערנען אויך אין חדר, דער הייליגער רבי איז אונזער מלמד, און ער לייגט אריין אין אונז דעם אלופו של עולם, ער לערנט אונז אויס צו בעטן דעם אויבערשטן יעדע זאך. &nbsp; נאכ'ן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע ריקוד, און די קינדער האבן באקומען א פערזענליכע סידור, מיט זייער נאמען ארויפגעקריצט מיט גאלדענע אותיות. &nbsp; נאך די חומש סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען קוקן נעבן די חדר ווי מען האט אראפ געווארפן אן אלטן געביידע וואס מען האט האט אפגעקויפט, צו מאכן דארט א פלעי גראונד די קינדער זאלן קענען שפילן.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א באזוכט תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב קרית יואל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ערב ל"ג בעומר תשפ"ד, האָבן די הייליקע תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל געהאט די זכי׳ צו צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם סאטמאר'ן ראש הכולל אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א. דער גאון שליט"א האָט גערעדט צו די קינדער ווארימע דברי התחזקות, און זיי צוגעגרייט צום גרויסן טאג ל"ג בעומר - יומא דהילולא דרשב"י. אין דער צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס זיין חשובער ברודער הר"ר פנחס נחום בן חי', וועלכער האט זיך ליידער דאן געפונען אין גאר א שווערע געזונטהייט מצב. דער ראש הכולל האָט געבעטן אז די טייערע קינדערלעך זאָלן מתפלל זיין פאר אים מיטן גאנץ הארץ. די קינדער, האבן מיט זייערע ריינע תפילות, מתפלל און געבעטן דעם אויבערשטן מיט פשוטע ווערטער וואס האט געשפאלטן הימלען. הר"ר פנחס נחום איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע געזונטהייט קאמפליקאציע, און די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, זאגענדיג אז עס איז נישטא וואס צו טון מער. אבער נאכדעם וואס די קינדערלעך האבן מתפלל געווען, האט זיך דער מצב געטוישט. די דאקטוירים האבן אנגעהויבן צו באמערקן א קליינע שינוי לטובה, און געזאָגט אז יעצט קען מען שוין פרובירן צו מאכן אן אפעראציע, וואס פריער איז דאס בכלל נישט געקומען אין באטראכטן, אבער יעצט - האבן זיי געזאגט - געבן זיי אויך נישט קיין גרויסע שאנסן, אבער דערלייגן קען מען שוין נישט. און אזוי האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, אז נישט מענטשן פירן די וועלט, נאר גארנישט פאסירט אן דעם רצון פונעם אייבערשטן. און דעם פאלגענדן ערב שבת קודש, נאך די הימל שפאלדטענדע תפילות פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן, איז הר"ר פנחס נחום אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע געזונט און שטארק - קעגן אלע שווארצע נביאות'ער פון די דאקטוירים, וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט: "אזאנס האבן מיר נאך קיינמאל געהאט"... דער אויבערשטער וועלכע הערט אויס תפילות ישראל, זאל געבן א גענצליכע רפואה פאר אלע חולי ישראל. &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ה 📝
  • פופצן יאר פון לערנען אמונה און יראת שמים דורך די תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט גענוי פופצן יאר צוריק - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט זיך געעפענט א נייע קאפיטל אין קהילת היכל הקודש. אין יענע טעג איז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע אינגעלייט תלמדים פון מוהרא"ש אריינגעשפרינגען אין א שווערן אינטערנעמונג, און בס"ד געעפענט די טויערן פון דעם נייעם חדר "היכל הקודש", אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. עס לאזט זיך שווערן גלייבן, ווי שיין דער אויבערשטער האט געפירט, און פון דעם חלום האט זיך עס צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", בתי מדרשים, חדרים, מיידל שולעס, כוללים, ישיבות און מוסדות החסד, וואס גייען אן היינט אין פילע שטעט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאד, און בפרט אין ארץ הקודש, ווי עס זענען דא מוסדות אין עטליכע שטעט. די מוסדות היכל הקודש פארקויפן נאר איין זאך, עס איז אראפ געשטעלט אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט א פאקוס אויף שפעטער. די קינדער זענען די צוקונפט פון כללי ישראל, און פון זיי וועט אויסוואקסן דער קומענדיגער דור פון רבנים, מורי הוראה, מחנכים און בעלי בתים, און דער ראש ישיבה נוצט די עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט וויאזוי מען קען אריינלייגן אין זיי תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, אז עס זאל זיך האלטן אויף לאנגע יארן, ווען דער מלמד אדער טיטשער וועט שוין נישט שטיין אויף זייער קאפ, זאלן זיי וויסן אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויף זיי זאלן זיי געדענקען אז אלעס סיי גוטע זאכן, אדער חלילה שווערע זאכן קומט נאר פון אויבערשטן, און מען דארף זיך ווענדן נאר צו אים. &nbsp; אלע עלטערן זאגן פה אחת אז מען זעט אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובעיקר צוליב וואס די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן. אלץ האבן די קינדער צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. פופצן יאר צוריק ווען מוהרא"ש איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די תלמוד תורה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, האט מוהרא"ש דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אן אינטערעסאנטן סיפור וואס עס האט זיך אפגעשפילט ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג פופציג יאר פריער. ברסלב איז דאן געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, און מען האט זיך שטארק געמוטשעט מיט מנין אינעם ברסלבער ביהמ"ד. איינמאל האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז דאן געווען א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". דער גבאי האט דאס אנגעקוקט ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ה 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ה

    שטייענדיג מיט ביידע פיס אין די שלשים יום קודם לחג הפסח, טרעפן זיך די מנהלי המוסדות און דער חשובער אדמיניסטראטאר אין אן אייגענארטיגע מצב, פון איין זייט בליען די מוסדות קיין עין הרע, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, מען עפענט פרישע קלאסן, מען נעמט אויף פרישע מלמדים און טיטשערס, אבער פון די אנדערע זייט איז דורך א שווערע ווינטער, מען פלאגט זיך ממש טאג טעגליך צו דעקן דעם בודזשעט, כאטש וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען צו צאלן אין צייט האט מען אנגעהויבן צו ווערן אינטערשטעליג מיט די מאגערע געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס. &nbsp; פאריאר, זאגט אונז דער מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א איז דער מלמדים קאמפיין ערב פסח געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען די מלמדים קאמפיין האט געדעקט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, וואס האט באוויזן בסייעתא דשמיא גענצליך אראפ צו נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, און האט געהאלפן גענצליך באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות אויף יום טוב. &nbsp; אבער די הצלחה פון פאריאר איז נישט ממש גענוג פאר היי יאר, נאך א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלה, מיט די אדמיניסטראטאר פון די מוסדות צו מאכן א גרעסערע ציל פארן קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע ווינטער אויף די מוסדות פון א פינאנציעלער שטאנדפונקט, האט מען געזען אז כדי צו קענען דורכמאכן דאס יאר און באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס דארף מען אויפקומען מיט איבער פיר הונדערט טויזענט דאלער, כדי זיך צו קענען דעקן, און ווי אלע יארן האט זיך דער מנהל אריינגעלייגט אינעם קאמפיין, און רופט ארום אנשי שלומינו זיי צו מזכה זיין מיט די גרויסע זכיה פון צאלן אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס וואס זענען איבערגעגעבן א גאנץ יאר פאר די קינדער בלב ונפש, געבן זיך איבער מיט'ן גאנצן הארץ זיי צו אנגרייטן פארן לעבן, אריינלייגן אין זיי אמונה, יראת שמים, מידות טובות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אינגעלייט און איבערגעגעבענע מאמעס. &nbsp; דער מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א זאגט אונז אז ער איז איבעראשט און איבערגענומען פון די ווארימקייט מיט וואס אנשי שלומינו נעמען אים אויף, אלע ווייסן אז עס קומט א קאמפיין און ערווארטן דעם יערליכן רוף, און רופן זיך אן מיט גרויס ווארימקייט. &nbsp; די מוסדות ברוך השם וואקסן און בליען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ווי שטארק די קינדער שפירן ווי זייערע מלמדים און מחנכים האבן זיי ליב און זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, די עלטערן שעפן הויפנס פון נחת ווי די קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, זיי לעבן מיט א ריינע אמונה, האבן ליב תורה ומצוות, וואקסן און שטייגן מיט מידות טובות, זיי ווערן אנגעגרייט צום לעבן, עס קומען כסדר צו נאך און נאך קינדער, מען דארף כסדר צובויען נאך בנינים און נאך קלאס צימערן, נאך באסעס, נאך מלמדים, נאך טיטשערס און אזוי ווייטער, און מיט דעם וואקסט דער בודזשעט, און מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף וועט מען אויך היי יאר אין די שווערע מצב הפרנסה אויך קענען באצאלן די טייערע מסירת נפש מלמדים, זיי זאלן קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן אפילו נישט דער מנהל זאל זיי רופן, מען רופט אן דעם מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א אויף 917-578-0495 און מען איז זיך משתתף מיט שיינע נדבות, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז אלע בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, בני חיי ומזוני סייעתא דשמיא. אויב דער מנהל הייבט נישט אויף זאל מען ביטע לאזן א מעסעדזש.

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • פרעזענטאציע פון מוסדות ארץ ישראל על טהרות הקודש פארעפענטליכט

    אנשי שלומינו האבן איבערגעפילט דעם עטרת חי' שרה זאל אין מאנס פאר צוויי וואכן צוריק ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, ווען די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן דאן אפגעהאלטן א הערליכע מסיבה של מצוה אויפצוטרייבן נדבות פון אנשי שלומינו צו קענען דעקן די שנעל וואקסענדע מוסודת היכל הקודש אין ארץ ישראל. &nbsp; דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען א הערליכע פראפעסיאנעלע פרעזענטאציע, מען האט געשפירט ווי מען גייט פערזענליך שפאצירן אויף די געסאלאך אין ארץ ישראל און מען האלט מיט א טאג אין די הייליגע מוסדות. דער פרעזענטציע האט איבערגעלאזט א אומגעהויערער רושם אויף אלע וואס האבן עס געזען, און עס זענען געקומען פילע ווענדונגען סיי פון באטייליגטע וואס ווילן עס ווידער זען, און פון פילע וואס האבן זיך נישט געקענט באטייליגן, צי ווייל זיי וואוינען אין אנעדערע שטעט אדער פאר אנדערע סיבות, אז מען זאל פארעפענטליכן דעם הערליכן פרעזענטציע. &nbsp; ב"ה אז היינט האט מען ארויפגעלייגט דעם פרעזענטציע אויפן פאולערען וועבסייט "ברסלב עני טיים" אונטערן נאמען "מוסדות ירושלים בני ברק טבריה" ווי מען מען פליעט אריין מיט'ן פרעזענטאציע קיין ירושלים עיה"ק מיט די שלוחים פון פונעם ראש ישיבה, באזוכן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, מען זעט דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען זעט די בא'חנ'טע ארץ ישראל'דיגע קינדער בחורים און אינגעלייט, מלמדים און עלטערן און מען האלט מיט א טאג פון די מוסדות. &nbsp; צווישן אנדערע שטופט מען זיך דורך צווישן די שמאלע ירושלימער מאה שערים'דיגע געסאלאך, דער מנהל המוסדות הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א איז מקבל פנים דעם גבאי פון רבי מאיר בעל הנס וואס איז געקומען צו פליען פון אמעריקע הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. מען גייט אריין צו די קליינע קינדער צום ישיבה קטנה. שפאצירנדיג אין בתי אונגארן גייט מען דורך די השתלשלות פון די מוסדות, פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געשטרעבט צו עפענען א קהלה און מוסדות אין ירושלים פאר לאנגע יארן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און די מוסדות האבן זיך געעפענט בזעיר אנפין, און וואו מען האלט היינט. &nbsp; מען קוקט אריין צו די גרויסע קינדער אין חדר וואס לערנען פלייסיג חומש און זאפן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מען כאפט א שמועס מיט די געטרייע מלמדים הר"ר יוסל כ"ץ שליט"א מיט'ן תלמוד הישיבה ר' יעקב סאמעט וואס העלפט די מלמדים און די מוסדות, דער מנהל אין זיין אפיס לייגט אראפ די ציל פון די מוסדות, וואס וויל מען די קינדער זאלן קונה זיין אין חדר, אין סקול און אין ישיבה, מען שמועסט מיט'ן אפיס מענעדזשער ר' שלמה מינצבערג וואס גייט דורך אביסל די בודזשעט, די הכנסות, שכר לימוד, וכדומה, און וויאזוי מען באווייזט צו דעקן די הוצאות. &nbsp; מען באזוכט אין די קיך פון די מוסדות, ווי מען לערנט אויס די בחורים ארויס צו העלפן און ווערן זעלבסט שטענדיג, מען זעט זיי אנגרייטן די נארהאפטיגע געשמאקע פרישטאגס, און די פליישיגע מיטאגס וואס זעטיגט פילע קינדער וואס האבן נישט ערגעץ אנדערש וואס צו עסן. &nbsp; מען הערט איבער די פלענער צו בויען א געהעריגע קיך, נאכדעם וואס יעצט ארבעט מען אין א צימער אן קיין וואסער און און קיין סינקס, מען הערט די נייעס אז דער זכות איז געווארן אפגעקויפט געווארן דורך הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א, און וועט באקומען דעם פאסיגן נאמען "רבי ישעי'לעס קאך", וואס וועט גלייכצייטיג אויך צושטעלן עסן פאר משפחות וואס האבן נישט. &nbsp; מען זעט די לעכטיגע בחורים אין ישיבה לערנען סדר דרך הלימוד, מען שמועסט אביסל מיט'ן מגיד שיעור וואס לייגט אראפ דער ציל און די סדר פון די ישיבה, דערנאך בליקט מען אריין צו די פיצעלעך פון בית פיגא ווי מען לייגט אריין תפילה אמונה און מידות טובות אין די קינדער. &nbsp; מען באזוכט אינעם נישנוש רעסטוראנט אין הר נוף ווי מען באגעגענט דעם אייגענטומער ר' נח לעווי א טאטע פון תלמידים און מען הערט ווי שטארק די עלטערן זענען צופרידן, און ווי די גאנצע שטוב האט זיך געטוישט זינט די קינדער לערנען אין די מוסודת. &nbsp; פון דארט פארט מען אריבער צום עיר התורה בני ברק, מען זעט די ברסלב'ע קינדער שפילן אין הויף, און דערנאך זעט מען זיי מיט'ן מלמד ווי זיי לערנען פלייסיג, מען לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די קינדער, די קינדער פארציילן מעשיות פון תפלה, מען כאפט א שטיקל שמועס מיט'ן מלמד הר"ר אבא חייא רייזמאן, און מיט ר' משה רעכניצער, ר' ישראל דוד ברוקמאן, טאטעס פון תלמידי המוסדות, מען הערט פון זיי ווי שטארק זייערע קינדער פרייען זיך צו גיין אין חדר. דערנאך זעט מען ווי די שליחי המוסודות בעטן זיך אויס ביים ציון פונעם גרויסן גאון דער חזון איש זי"ע פאר זיך און פאר אלע תומכים. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש, ווי מען בעט דעם אויבערשטן אין זכות פונעם צדיק וואס האט אונז איבערגעגעבן די אלע זיסע עצות און לימודים, און האט אונז אריינגעלייגט די אמונה פשוטה, און האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז אלע זיינע יארן. &nbsp; דערנאך קומט מען אן צו היכל הקודש טבריה, מען זעט די קינדערלעך לערנען פלייסיג ביים מלמד הר"ר יוסף סאקס שליט"א, מען שמועסט אביסל מיט ר' משה ראזענבערג און מיט ר' נפתלי קארנבלי וואס האבן קינדער אין די מוסדות אין טבריה, וואס פארציילן ווי שטארק זיי זענען פרייליך אז זיינע קינדער לערנען אין ברלב, ווי מען לייגט אריין אמונה אין זייערע קינדער. &nbsp; דערנאך זעט מען דעם מלמד פון טבריה הר"ר יוסף סאקס שליט"א וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט פאר א שליח צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה יעדע ערב שבת, יעדע ערב ראש חודש, און סיי ווען מען דארף א ישועה פאר אלע אנשי שלומינו וואס שטיצן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, וואס פארציילט גרויסע ישועות וואס ער האט שוין געזען דורך מתפלל זיין ביי דעם מקום קדוש. &nbsp; פרעזענטאציע פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און טבריה

    < זעה מער כ טבת תשפ"ה 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ו
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com