Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אלע תלמידים פון די ערשטע עלטסטע כיתה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב האבן שוין ב"ה געטראפן זייער שידוך למזל טוב

    מיט גרויס התרגשות האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע נייעס היינט דינסטאג פונם שידוך שליסן ביי הבחור החשוב לייבי אפפעל נ"י, וואס איז געווען איינע פון די ערשטע תלמידים פונעם ת"ת ווען עס האט זיך געעפענט מיט אכט א האלב יאר צוריק. עס איז א נחת צוצוקוקן די טייערע תלמידים, וואס זענען ארויסגעקומען במשך די פארגאנגענע יארן, ווי זיי לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן הערליכע שטובער. מען דאנקט דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ב"ה באוויזן דורכצופירן מוהרא"ש'ס רצון אלע יארן, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן פון קליינערהייט מיטן אייבערשטן, און מיט א געזונטע צוגאנג צום לעבן. די קינדער זאלן וויסן אויך ווען זיי וואקסן אויף וואו מען דארף זיך ווענדן ווען מ'האט סיי וואס פארא פראבלעם, און זאלן פאלגן די עצות פונעם צדיק און האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט. דער ברסלבער ת"ת אין וויליאמסבורג רופט ארויס וואונדער ביי יעדעם וואס זעט עס, עס זעט אויס ווי א חלום, ווער וואלט זיך געגלייבט פאר עטליכע יאר צוריק אז עס וועט זיין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג וואס וועט טראגן מיט שטאלץ דעם הייליגן רבינ'ס נאמען אויף זיך. יעצט ב"ה זעט מען די הערליכע פירות. דא האבן מיר א בילד פון די ערשטע עלטסטע כיתה פונעם תלמוד תורה אין יאר תשס"ט. מען זעט אויף די בילד פון רעכטס צו לינקס: דער מלמלד הר"ר מרדכי יונה שיק שליט"א, הר"ר יוסף שניטצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' הערשל שניצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' אברהם יושע וועבערמאן, און החתן לייבי אפפעל.  נוצר תאנה יאכל פריו.

    < זעה מער יד חשון תשע"ט 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען זונטאג אינדערפרי פר' קרח אין אולם אפעל פון קהלת היכל הקודש וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדערזענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. דער זאל האט זיך צוביסלע אנגעפילט מיט טאטעס און זיידעס, אזוי אויך די עזרת נשים האט זיך אנגעפילט מיט מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס גייען שוין אט בעז"ה אנהייבן חומש. דער חשובער מנהל הר"ר מרדכי אנדיג שליט"א האט אריינגעפירט דעם מעמד, און ארויסגעברענגט דעם "והיה ראשיתך מצער", אז מיט גענוי אזויפיל קינדער וויפיל די גאנצע כיתה א' איז יעצט, איז מיט בלויז עטליכע יאר צוריק געווען דער גאצער תלמוד תורה ווען עס האט זיך געעפענט. און יעצט קע"ה האט זיך דער הייליגער מוסד אזוי שיין צובליעט. דערנאך האט דער חשובער מלמד הר"ר ישראל יוסף שניצלער שליט"א, אליינס פון די ערשטע תלמידים פונעם חדר ארויסגעברענגט די כחות וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער נאך פון גאר קליינערהייט, אריין צו לייגן אין זיי די ריינע אמונה, און א געשמאק און אידישקייט, אז זיי זאלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידן. דערנאך האבן די קינדערלעך געזונגען שיינע ניגונים מיט זייערע זיסע שטימעס, אויך האבן עטליכע קינדער געזונגען סאלא. דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערענען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פארן ראש ישיבה שליט"א פאר די כחות וואס ער לייגט אריין. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א סידור אריינגעקריצט זייער נאמען, און א פעקל נאש. &nbsp;יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות בילדער פון די זיסע קינדערלעך ביים חומש סעודה א קליפ פון חומש סעודה

    < זעה מער כז סיון תשע"ח 📝
  • אנ"ש רופן זיך אן ווארעם צום קמחא דפסחא קאמפיין

    ווי איבערגעגעבן דארף ווערן אויפגעטריבן $100,000 אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, און שטיינעדיג איינס און א האלב וואכן בעפאר'ן יום טוב פסח קומט אריין די גוטע נייעס פון די הנהלה אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז שוין אריינגעקומען פונעם ציבור פאר די קמחא דפסחא קאמפיין אן ערך פון $40,000. עס פעלט נאך אויס בערך $60,000 כדי אלע איינגעשטעלטע זאלן ווערן פולקאם אויסגעצאלט אויף יום טוב, און זיי זאלן קענען אריינברעגען דעם הייליגן יום טוב מיט הרחבת הדעת. איר קענט נאך אריינכאפן, רופט אייך יעצט אן ווארעם און שטיצט די הייליגע ברסלב'ע מוסדות, ווי אפילו קליינע קינדער ווייסן שוין אז אויף יעדע פראבלעם דארף מען נאר גיין צום אייבערשטן, און וואקסן אויף שוין פון אינגערהייט מיט א קלארע אמונה. זייט אייך משתתף יעצט אויף איינע פון די פאלגעדע אופנים: קארדקנאקס פּעיפּעל אדער רופט אריין אין אפיס 718-384-1652 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, אנפאנג פונעם קאמפיין דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, היינט מיטוואך צו

    < זעה מער ד ניסן תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com