Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט (תבא) איז פארגעקומען א הערליכע שמחת החתונה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה ברוך הי"ו, בן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א, עב"ג בת מו"ה הערש אלימלך דים הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אלע בחורים זענען אהיימגעפארן פון קעמפ און זענען געפארן קיין מאנסי זיך משתתף צו זיין אין די פרייליכע חתונה. די בחורים האבן שיין געטאנצן און משמח געווען דעם חתן, אויסער די שמחה פון א חבר וואס האט חתונה, איז דא געווען א ספעצילע שמחה ווען דער מחותן, ר' נתן יאקאבאוויטש, איז דער באקאנטער גרויסער מפיץ וואס האט שוין מקרב געווען טויזנטער אידישע קינדער צו די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם זיי דערנענטערט צום אייבערשטן. אסאך אידן בכלל און פילע אנשי שלומינו בפרט זענען געקומען צו די חתונה צו אנוואונטשן און זיך באדאנקען פאר דעם חשובן מחותן וואס האט זיי אזויפיל געהאלפן אין לעבן מיט דעם וואס ער האט זיי געגעבן די הייליגע קונטרסים וואס זיי געעפנט די אויגן און זיי געוויזן דער ריכטיגער וועג אין לעבן. נאך די הערליכע חתונה איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין א שפעטע שעה. דעם דינסטאג איז פארגעקומען א שיינער שבע ברכות אין ישיבה, ספעציעל געווידמעט פאר אלע מפיצים. עס זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע צאל מפיצים זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט עטליכע חשובע רעדנער וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון הפצה, וואס דאס מיינט צו גיין טיילן ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, וואס כאטש וואס דאס איז נישט אלעמאל אזוי בא'טעמ'ט, איז דאס אבער א געוואלדיגע גרויסע זכות צו העלפן אידישע קינדער וואס מוטשען זיך אין לעבן, און די הייליגע קונטרסים קען זיי אזוי שטארק ארויסהעלפן, און דער מחותן איז א מוסטער פאר אלע מפיצים וואס גייען אין זיינע פיס טריט. דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, ער האט ארום גערעדט איבער דעם וואס מיר לערנען אין די וואכעדיגע פרשה די מצוה פון ביכורים, וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון הכרת הטוב, מען דארף ברענגען ביכורים אין בית המקדש זיך צו באדאנקען פאר'ן אייבערשטן אויף די פרוכט וואס מען האט באקומען, און דעריבער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער וויל זיך אויך באדאנקען פאר'ן חשובן מחותן ר' נתן וואס ער האט אים געגעבן דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" מיט יארן צוריק, און דאס איז געווען דאס וואס האט אים מקרב געווען צו מוהרא"ש און צום הייליגן רבי'ן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון גיין הפצה, און האט מסיים מיט דברי ברכה פאר די חתן כלה, פאר די מחותנים, און פאר אלע מפיצים. צום לעצט האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשובן מחותן ר' נתן, וואס האט אויך שטארק מחזק געווען די מפיצים. נאכ'ן בענטשן האט מען געטאנצן און משמח געווען דעם חתן. מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א קלענערע שבע ברכות אין הויז פונעם ראש ישיבה שליט"א. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מחותן זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און די פרישע פאר-פאלק זאלן זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט דורות ישרים ומבורכים. צו זען די ווידיא דרוקט דא.

    < זעה מער יד אלול תשע"ז 📝
  • הערליכע שמחת בר מצוה פון א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פ' שופטים) איז פארגעקומען די הערליכע שמחת בר מצוה פון הבחור החשוב אלחנן חיים ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א. די בר מצוה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם גרויסן זיידן פונעם ראש ישיבה, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט באשיינט די שמחה. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט געסט, די קרובי המשפחה מיט פילע אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט, וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שיינע שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט דברי תורה פון הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, דער שווער פונעם ראש ישיבה, וואס האט שיין ארומגערעדט טרעפליכע דיבורים לכבוד די שמחה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און מכבד געווען דעם חתן הבר מצוה צו זאגן דעם פשעטל. נאכ'ן זאגן דעם פשעטל האט גערעדט דער חשובער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, דומ"ץ קארלסבורג, וואס האט א לענגערע צייט מאריך געווען מיט הערליכע דברי תורה, מיט הדרכות פאר'ן בר מצוה בחור ווי אזוי ער זאל אויסנוצן זיינע טעג און יארן ווי עס דארף צו זיין, מיט דברי ברכה פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן. אחרון אחרון חביב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן, דער קארלסבורגער רב שליט"א, וואס האט גערעדט דברי תורה און דברי ברכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און נאכ'ן בענטשן איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט א דערהויבנקייט, בלייבנדיג אונטער די איינדרוק פון די הערליכע שמחה. דעם קומענדיגן טאג, פרייטאג אינדערפרי, איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען מיט'ן בר מצוה בחור צום גרויסן זיידן, דער קארסלבורגער רב שליט"א, צו לייגן תפלין צום ערשטן מאל. א געפיל פון העכערקייט האט זיך געשפירט אין שול ווען דער רב האט ארויפגעדרייט די תפלין אויפ'ן האנט פונ'ם בר מצוה בחור, און דערנאך אים אנגעטון די תפלין של ראש. נאכ'ן דאווענען האט מען געגעבן לחיים, און דער רב האט געזאגט שיינע דברי ברכה. ומשפע מצות תפלין יתמשך עלי חיים ארוכים ושפע קודש! צו זען די ווידיא דרוקט דא צו זען די בילדער דרוקט דא

    < זעה מער ב אלול תשע"ז 📝
  • שיינע בר מצוה אין קעמפ

    די פארגאנגענע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א שיינע בר מצוה אין קעמפ, די בר מצוה פון הבחור החשוב אברהם ב"ר מיכאל אלטמאן הי"ו. אין א המשך צו די שיינע חתונה וואס איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש אין וויליאמסבורג פאר די זומער, ווען די חתונה איז געמאכט געווארן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אז די מחותנים און די גאנצע פאמיליע זאלן קענען זיך אמת'דיג פרייען מיט די שמחה אן דעם וואס דאס הארץ זאל דארפן דרוקן פון די שווערע לאסט פון חובות, איז יעצט אויך געמאכט געווארן די בר מצוה אויף א ביליגע און פשוטע פארנעם. די בר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין קעמפ, און די פרויען זענען געווען אין די ווייבער שול. עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובי המשפחה און די תושבי המחנה זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר מצוה האט געזאגט דעם פשעטל, האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מצות תפלין וואס דער בר מצוה בחור גייט יעצט אנהויבן צו לייגן, א מענטש מיינט אז מען איז מצליח אין לעבן ווען מען האט גאלדענע געלונגענע הענט, מען האט אן אייזערנעם קאפ, האט אבער דער אייבערשטער געהייסן אז מען זאל זיך ארויפבינדען די תפלין אויף די הענט און אויפ'ן קאפ, און אין די תפלין שטייט די הייליגע אמונה אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט און מיר ליגן אינגאנצן אין זיינע הענט, און מיט דעם זאלן מיר געדענקען יעדן טאג אז נישט אין אונזער הענט און קאפ ליגט די הצלחה, נאר מיר זאלן שטענדיג גיין נאר צום אייבערשטן און בעטן זיין הילף, און נאר אזוי וועלן מיר קענען מצליח זיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור און פאר זיינע עלטערן. די קינדער, די חברים פונעם בר מצוה בחור, האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט א גוטן טעם אין מויל פון די שיינע שמחה. כי שם ה' נקרא עליך - אלו תפילין שבראש!

    < זעה מער כו תמוז תשע"ז 📝
  • הערליכע חתונה אין היכל הישיבה

    די וואך דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן הערשי שניטצלער בן מו"ה משה ארי', עב"ג בת מו"ה אהרן וועבערמאן, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג. א גרויסער עולם איז זיך צוזאמגעקומען צו די חתונה. אויסער די קרובים און בני המשפחה, זענען נאך פילע אידן געקומען צו די חתונה, מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן אז אויב איז דא א ריכטיגע רצון קען מען באווייזן אויך דאס וואס זעט אויס אוממעגליך. אלס טייל פונעם פלאן אז די חתונה זאל זיין די גרינגסטע און די ביליגסטע, האט מען אנגעהויבן די חתונה גאנץ פרי. 5 אזייגער פונקטליך האט זיך אנגעהויבן די קבלת פנים, ווען מען האט אויך געמאכט דעם תנאים און טעלער ברעכן. אום 6 אזייגער איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גאס אין פארענט פון בית המדרש. נאך די חופה איז דער עולם אריינגעגאנגען אין שול וואו עס איז שוין געווען צוגעגרייט אויף די טישן בילקעלעך און געפילטע פיש. ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט ווארימע מאכלים, פלייש, קוגל, און נאך. די סעודה איז געקאכט געווארן דורך די בני הקהלה, ווען יעדער האט געוואלט נעמען א חלק אין די שיינע חתונה. עס זענען נישט געווען קיין סערווירער, נאר יעדער האט אליין גענומען וואס אים האט געשמעקט. דער עולם האט זיך געוואשן און זיך געזעצט צו די סעודה, און יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק, סיי אז די סעודה האט גארנישט געקאסט, און סיי אז מען האט נישט אראפגעלייגט אויף יעדן פלאץ א טעלער, וואס פילע דערפון גייען געווענליך אין די מיסט, נאר יעדער האט געקענט אליין נעמען וואס זיין הארץ באגערט. דער חתן איז אריינגעקומען אום 8 אזייגער צום טאנצן, הערליכע מוזיק האט געשפילט אויף די ספיקערס, רעקארדירונג פון היימישע זינגער אין שפילער. מען האט אפילו נישט געמאכט קיין "די דזשע", אז איינער זאל דארפן שטיין און קאנטראלירן די ניגונים, עס האט בלויז געשפילט א רעקארדירונג פון אנדערע חתונות. דער עולם האט זיך געהויבן און געטאנצן מיט גרויס פרייד און משמח געווען דעם חתן פאר צוויי שעה. אום צען אזייגער איז די כלה אריינגעקומען צום בענטשן, און דערנאך איז פארגעקומען די מצוה טאנץ. עס איז נישט געווען קיין גראמער, דער שמש האט געמאכט א שיינעם יעמוד; אויפרופנדיג בלויז די זיידעס און די מחותנים, און דערנאך די חתן כלה. אום 11:20 איז די חתונה שוין געווען פארטיג, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט די געשמאקע געפיל אז מען וועט קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג נארמאלערהייט. אום 11:30 האט מען שוין אנגעהויבן אויפרוימען דעם שול, אז ס'זאל קענען זיין גרייט אויפ'ן מארגנדיגן טאג לתורה ולתפלה, אויפ'ן געווענליכן סדר. עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מען קען באווייזן צו מאכן א חתונה וואס זאל קאסטן ממש גארנישט. די זאל האט נישט געקאסט, די סעודה האט כמעט גארנישט געקאסט, קיין סערווירער איז נישט געווען, קיין זינגער און שפילער איז נישט געווען, קיין גראמער איז אויך נישט געווען, די בלומען פאר די כלה זענען נישט געווען קיין עכטע, און אזוי ווייטער אז אין סך הכל האט די חתונה נאכט געקאסט נישט מער ווי עטליכע הונדערט דאלער. און דער גרעסטער חידוש איז געווען אז עס איז געווען גאר א ספעציעלע שיינע פרייליכע חתונה; די מחותנים, די חתן כלה, און אלע באטייליגטע זענען געווען באמת פרייליך, מען האט געקענט טאנצן און זיך פרייען מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז אונטער די שיינע חתונה האט זיך נישט געגאסן קיין אידיש בלוט. די חתונה האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג ביים היימישן ציבור, עס איז געווארן דער געשפרעך פון טאג אין די גאנצע אידישע וועלט, יעדער קוקט ארויף די חשובע מחותנים און די חתן כלה וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא דורכברוך פון א חתונה, און דאס וועט זיכער משפיע זיין אויך אויף אנדערע אידן צו וויסן אז מען קען חתונה מאכן פאר ביליג, און עס דארף נישט דרוקן אויפ'ן הארץ יעדע חתונה. דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה און פאר די מחותנים אז זיי זאלן זען נאר אידיש נחת, עס זאל זיין א קשר של קיימא און בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, פרנסה בריווח, מיט אריכת ימים ושנים געזונטערהייט. קול מצהלות חתנים מחופתם, ונערים ממשתה נגינתם!

    < זעה מער כח סיון תשע"ז 📝
  • הערליכע שמחת ברית מילה ביים ראש ישיבה שליט"א

    דעם דאנערשטאג האבן אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די וועלט בכלל, זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א וואס האט אריינגעברענגט זיין אינגל בבריתו של אברהם אבינו. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביי זיין גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א. די בחורים פון ישיבה, מיט נאך פילע אנשי שלומינו, האבן זיך משתתף געווען און זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה. ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט דעם "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", אז אלע מצות און מעשים טובים וואס מען טוט דעם גאנצן לעבן זאלן זיין אריינגעקריצט אין די ביינער, און נישט נאר מן השפה ולחוץ. דערנאך האט גערעדט דער זיידע הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, וואס האט געזאגט אז אזוי ווי דאס קינד טוט די מצוה פון ברית מילה מיט א תמימות ופשיטות, אזוי ווי ער ווייסט דאך נאך גארנישט, די זעלבע וואונטשט מען אז ער זאל דאס אנהאלטן זיין גאנץ לעבן צו דינען דעם באשעפער מיט תמימות. נאכדעם האט דער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, רב הצעיר דקארלסבורג, גערעדט שיינע ווארימע דיבורים, און ער האט אנגעוואונטשן פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין צו מרביץ תורה זיין און מחזק זיין אידישע קינדער. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט געזאגט ווארימע דברי ברכה. נאכ'ן ברית איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פרישע כוחות און חיות נאך אזא שיינע שמחה. בטוב צדיקים תעלוץ קריה!

    < זעה מער כט אייר תשע"ז 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשע״ז
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com