• ENGLISH
  • |
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • שיינע קידוש לרגל הולדת הבת ביי מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פארגאנגענעם שבת קודש קרח נאכן דאווענען, איז פארגעקומען א קידוש אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף די פרעמישלאן גאס אין קרית יואל, צום געבורט פון א מיידל ביי האברך החשוב מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, בן הרה"ח ר' בנציון יושע שליט"א, וחתן הרה"ח משה שמואל סאמעט שליט"א. דער קידוש  ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט פילע קרובים וידידים פונעם בעל שמחה - איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם אופן אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה שליט"T לערנט אויס. ספעציעל האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ורב דביהמ"ד בית שמואל בנימין דקיט"ל דסאטמאר חדב"ן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט ווי געשמאק דער לופט פון ביהמ"ד איז, און האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דא אין ביהמ"ד א ריינע לופט, מען שפירט דא אן אטמאספערע פון אמונה, עס איז א פלאץ וואס מען רעדט נאר פון אמונה". דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו איז פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביהמ"ד וואס שפירט אלץ פאר א זכיה ווי ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן אין בית המדרש. דער אייבישטער זאל העלפן דער בעל שמחה זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"א 📝
  • גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה יעקב פיש ני"ו מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי אנשי שלומינו די פרישע נייעס איבער דעם שידוך פון החתן נתנאל ני"ו דער זון פון המפיץ הגדול הרב יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל עב"ג די חשובע כלה תחי' די טאכטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער שידוך איז געווארן געשלאסן אין א מזל'דיגע שעה פארגאנגענעם ליל שישי אין שטוב פון גרויסן זיידן הרה"ח רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון די זיידעס כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בארא פארק, און הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א דער זיידע פונעם חתן וואס איז געקומען צו פארן פון קרית יואל. דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען זיין שווער הגה"צ ר מררדכי אהרן שליט"א מיט קריאת התנאים. די חשובע זיידעס שליט"א האבן געזאגט שיינע דברי ברכה און אנגעווינטשן פאר חתן כלה. די עדות זענען געווען מו"ה אייזיק אפפעל&nbsp; ני"ו און מו"ה יעקב פיש ני"ו, ערב קבלן איז געווען הרב מרדכי אינדיג ני"ו און מו"ה העניך אינדיג ני"ו. סיי דער חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב און זענען גוט אויסגעלערענט וואס דאס לעבן איז, זיי דארפן גארנישט אויסער אויפשטעלן א אידישע שטוב על דרך ישראל סבא, זיי דארפן נישט קיין תנאים און קיין בלומען, עס אינטערעסירט זיי נישט קיין מתנות און קיין פוירניטשור, זיי טראכטן נישט פון קיין זאל און קיין זינגער, עס מאכט זיי נישט פרייליך די שטריימל און די קליידער; זיי זענען איבער-גליקליך אז דער אייבישטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך אין א מזל'דיגע שעה, און זיי גייען אנהייבן זייער לעבן אויף די וועג פון אונזערע עלטערן און רבי'ס זכותם יגן עלינו. אלע אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך מיט די נייעס, און וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה פילע הויפענעס אידיש נחת, פון די פארפאלק זאל זיך ווייטער ציען הייליגע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה 📸 מעמד לחיים ווארט תנאים פון החתן נתנאל פארקאש עב"ג בת הראש ישיבה - ליל שישי שלח תשפ"א 📰 שידוך פון עלסטן זון פון ראש ישיבה הרב שלמה שליט"א עב"ג בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א - אדר א' תשע"ט 📰 חתונה פון הרב שלמה שליט"א זון פון ראש ישיבה שליט"א - סיון תשע"ט 🗞️ מ'קען חתונה מאכן אָן בארגן אדער גנב'נען 🎞️ די פייערדיגע טענץ ביים חתונה פון עלטסטן זון פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער כז סיון תשפ"א 📝
  • געהויבענע שמחת וואך נאכט און ברית פון הילד יחזקאל נ"י בן הראש ישיבה שליט"א

    א שיינע וואך נאכט איז געפראוועט געווארן מאנטאג נאכט אין בית המדרש פון הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען דער שווער פון ראש ישיבה שליט"א, ווי א שיינע ציבור איז געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה. דער קינד וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב פאריגע וואך ווען דער זיידע כ"ק מרן מקארלסבורג זצוק"ל איז נאך געווען מיט אונז, עס איז געווען זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס קינד זאל אריינגיין בבריתו של אברהם אבינו ע"ה על ברכיו פונעם גרויסן זיידן. נאכן גרויס קלאפ ווען דער זיידע זצוק"ל איז פלוצלינג נסתלק געווארן לחיי העולם הבא דעם זונטאג, און דער זיידע דער ממלא מקום הגה"צ מקארלסבורג שליט"א איז געפארן צום לויה אין עיה"ק מירון, האט מען געהאפט אז דער זיידע וועט שוין זיין צוריק אויף היינט דינסטאג מיטאג, איז געווען דער פלאן אז מען וועט פראווען דער ברית אין אין בית המדרשו ביהמ"ד קארלסבורג אין בארא פארק. אבער צוליב דער מצב העולם האט זיך דער פליגער פארשלעפט, און אינמיטן טאג איז קלאר געווארן אז דער זיידע וועט נישט אנקומען פאר עס ווערט נאכט, האט מען געפראוועט דעם ברית בעתו ובזמנו דינסטאג מיטאג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג. דער מעמד הברית איז אויסגענוצט געווארן דורכן פארזאמעלטן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען די חז"ל די גרויסע עת רצון וואס איז דא ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות. דער מוהל איז געווען הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען, קוואטער איז געווען דער זון פון ראש ישיבה הר"ר אלחנן חיים ראטה שליט"א; אל הכסא איז געווען הרה"ג יונה זינגער שליט"א, דיין דקהילתנו; מן הכסא איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג הערשל הורוויץ שליט"א. יד אבי הבן איז געווען א ברודער פון ראש ישיבה הרה"ג חיים יוסף ראטה שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווען הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מן הסנדק איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג אשר זעליג מייזליש שליט"א, עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מיט ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א, א ברודער פון ראש ישיבה. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "יחזקאל", נאכן גרויסן זיידן הגה"צ מקארלסבורג זצוק"ל, וואס איז נאך יעצט אין די דריי טעג פון זיין הסתלקות. דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, שווער פון ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע פלפול איבער "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא", ווי ער האט ארויסגעברעגט אז אויב מען באקומט די מצוה דורך א שליח איז דא שכר מצוה אויף דער וועלט, דערפאר איז דער שכר פאר "שבת" נחלה בלי מצרים, ווייל די מצוה איז איבערגעגעבן געווארן דורך משה רבינו, און האט אויסגעפירט "דער ראש ישיבה שליט"א האט אזוי סאך אויפגעטון אין דעם אז מ'זאל נישט אויסגעבן געלט אויף איבעריגע זאכן ביי א שמחה". אבער די מצוות קאסטן יא געלט וואס ביי דעם שפארט מען נישט. תפילין קאסט געלט, מצות און וויין אויף פסח קאסט געלט, און אזוי ווייטער... דערפאר דארף האט ער אנגעווינטשן אז עס זאל זיין נחלה בלי מצרים, עס זאל נישט פעלן קיין געלט ביי אידישע קינדער, מען זאל קענען מקיים זיין די מצוות כדבעי. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און געפרעגט, פארוואס זאגט מען דווקא ביי א ברית "כשם שנכנס... כן יכנס", און נישט ביי אנדערע מצוות, צום ביישפיל ביי א בר מצוה זאל מען זאגן "כשם שהנחת תפילין, כן יכנס"? נאר דער שפת אמת פרעגט, יעקב אבינו האט געוואונטשן פאר יוסף "בך יברך ישראל ישמך אלקים כאפרים וכמנשה", פארוואס מנשה און אפרים? אלע שבטי יה האט דאך יעקב אבינו ליב געהאט? נאך מער; יעקב האט דאך נארוואס געזאגט פאר יוסף "אפרים ומנשה - כראובן ושמעון יהיו לי"? ענטפערט דער הייליגער שפת אמת: אסאך מאל זעט מען עלטערן זענען ערליכע אידן, אבער די קינדער און אייניקלעך פאלן ליידער אביסל. און דאס דאס איז געווען די ברכה פון יעקב אבינו ווייל "אפרים ומנשה" זענען "כראובן&nbsp; ושמעון" וואס איז געווען א דור צוריק, עס איז נישט געווען ביי זיי קיין ירידת הדורות, וועט יעדער ווינטשן זיינע קינדער "זאלסט זיין כאפרים וכמנשה" וואס זענען געבליבן אויף די מדריגה פון די פריערדיגע. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז דאס ווינטשט מען ביים ברית ווען מ'געט א נאמען נאך א זיידע פון פריערדיגן דור, מ'געדענקט די פריערדיגע דורות, וואונטשט מען דאס קינד אז "כן יכנס לתורה לחופה" ער זאל בלייבן זיין גאנץ לעבן מיט די פייער פון די פריערדיגע דורות נאך וועמען ער הייסט. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט, נעכטן ביים וואך נאכט האט דער פעטער הר"ר יקותיאל טייטלבוים שליט"א זיך אנגערופן אין א שמועס, אז קארלסבורגער רב זצ"ל איז געווען פארקערט פון אלע רבי'ס. געווענליך ביי א גוטער איד איז דער וואס איז אינדרויסן ער זעט דעם רבי'ן מיטן שטריימל און ווייסע בעקיטשע און אלע קלאטשן פאר אים, ער איז א חסיד; די וואס דרייען זיך נאנט צו אים אינעווייניג זעט זיין הנהגה ווען קיינער זעט נישט. די וועלט זאגט אז די ווייב, דער גבאי און די קינדער קענען נישט זיין קיין חסידים... ביי רב זצוק"ל איז געווען פארקערט. די פון אינדרויסן האבן נישט אייביג פארשטאנען זיין הנהגה, אבער די נאנטע האב געזען פאר זיך א צדיק וואס איז אויסגעטון פון דער וועלט, עס אינטערעסירט אים גארנישט נאר זיצט און לערנט שעות אויף שעות, און דינט דעם אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת. דער ראש ישיבה שליט"אהאט אנגעווינטשן אלע משתתפים מען זאל זוכה זיין אריינצוכאפן וואס מער צו דינען דעם אייבערשטן אין די יארן וואס מען האט אויף דער וועלט. הָרַחֲמָן, הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי יְהֹוָה אֱלֹהָיו עִמּוֹ. 📅 טעגליכע בריוו, כ"ה אדר תשפ"א, איבער די ברית 📅 טעגליכע בריוו, כ"ד אדר תשפ"א, איבער די פטירה פונעם זיידן 📸 מעמד הברית 🎞️ מעמד קריאת השם - ויקרא שמו בישראל "יחזקאל" ▶️ די פולע דרשות ביים סעודת ברית 📰 מזל טוב צום ראש ישיבה צום געבורט פון א אינגל 🎙️ פסחים ק"ח (15:20 איבער עבודת ה' פונעם גרויסן זיידן) 🎙️ פסחים ק"ט (9:10 איבער די ברית, און איבער די התמדת התורה פון זיידן) 🗞️ כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע 📰 פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 💬 שאלות ותשובות: שמחות 📜 בריוו: שמחות

    < זעה מער כו אדר תשפ"א 📝
  • שמחת הברית למזל טוב ביים ראש ישיבה שליט"א היינט אין ישיבה

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. דער ברית קומט פאר היינט בעז"ה דינסטאג ויקה"פ אין ישיבה היכל הקודש 2:00 מיטאג. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (פון ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל גיין צו א ברית ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב) וַהֲקִמֹתִי אֶת בְּרִיתִי אִתּוֹ לִבְרִית עוֹלָם לְזַרְעוֹ אַחֲרָיו 📜 נעמען נאר א מוהל מומחה 📰 וואך נאכט און ברית ל"ג בעומר תש"פ פון ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים וואך נאכט פון ערשטן אייניקל 📸 ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה 📸 סעדות ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה

    < זעה מער כה אדר תשפ"א 📝
  • נאך צוויי חתונות די וואך אין ישיבה גענצליך בחנם

    די וואך איז פארגעקומען צוויי חתונות אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, הערליכע שיינע און פרייליכע חתונות, וואס האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה שטראה הי"ו, בן מו"ה שרגא הי"ו פון קרית יואל, עב"ג בת מו"ה ראובן קאליש הי"ו פון וויליאמסבורג. די חתונה איז געווען גאר געשמאק און פרייליך, מ'האט משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. אום דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אברהם פיש הי"ו, בן מו"ה זעליג פיש הי"ו פון בארא פארק, עב"ג בת מו"ה צבי אהרן ניימאן הי"ו פון ירושלים עיה"ק, אויך ביי די חתונה איז די שמחה געווען גאר גרויס, מ'האט געטאנצן און משמח געווען גאר שיין. צום אכצנטן און צום ניינצטן מאל איז נאכאמאל שווער געווארן די קשיא פארוואס מ'דארף אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אזויפיל מחותנים ברעכן אונטער יעדן טאג פון דעם שווערן עול פון חתונה מאכן די קינדער, אזויפיל אידישע קינדער מוטשען זיך צו צאלן יעדן חודש שווערע געלטער וואס זענען נאך שולדיג פון עטליכע קינדער'ס חתונות פון די פארגאנגענע יארן, זיי קענען מער נישט אויסהאלטן דעם שווערן לאסט. און ברוך ה' אז דא אין ישיבה שטעלט די קהלה צו די חתונות בחנם ממש, די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און זיי קענען צוגיין צו די שמחה מיט א רואיגע און פרייליכע געמיט. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי די חתן כלה זענען מסכים צו אזא פשוטע חתונה, דער תירוץ איז אז דאס אלעס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען. אויסער די פילע וויכטיגע זאכן וואס מ'לערנט אין שולע מיט די מיידלעך, זיי זאלן גוט וויסן פונקטליך אלע פרעזידענטן וואס האבן רעגירט אין אמעריקע אין לויף פון איר היסטאריע, וועלכע סארט עסנווארג די ווייסע בערן עסן נאכ'ן אויפשטיין פון זייער ווינטער שלאף, און ווי אזוי צו רעכענען טיפע אלזשעברא חשבונות, און אזוי ווייטער, וואס די אלע זאכן קענען די מיידלעך גארנישט טון דערמיט איין טאג נאך די חתונה, לערנט מען אויך מיט די מיידלעך וואס די לעבן מיינט, ווי אזוי אויפצושטעלן אן ערליכע און געשמאקע אידישע שטוב, מ'לערנט מיט זיי אז געלט וואקסט נישט אויפ'ן בוים, די עלטערן ארבעטן שווער צו שאפן א דאלער צו קענען אנגיין אין לעבן, מ'לערנט מיט זיי אז מ'דארף נישט געפעלן פאר חבר'טעס, ווייל די חבר'טעס וועלן דיר נישט קומען צו הילף אין לעבן בכלל, אז מ'האט חתונה ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן און אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, און נישט ווייל יעדער זאל שמועסן און זען די בלומען ביי די חתונה, די מעכטיגע כלי זמר ביי די חתונה און די איבריגע נארישקייטן, און אזוי ווייטער שטעלט מען זיי אוועק זיי זאלן וויסן וואס דאס לעבן איז און ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות. און אז מ'באקומט א גוטן חינוך, ווארצלט זיך עס איין ביי זיי, און זיי דארפן בכלל נישט די אלע שטותים, וואס ברענגען נישט קיין שום נוצן, נאר אפשר אביסל איינגערעדטע כבוד, וואס מ'מיינט אז מ'ווערט ארויפגעקוקט פאר עטליכע שעה. און דאס בלייבט נישט בלויז ביי די חתונה נאכט, דאס נעמען זיי ווייטער מיט אין לעבן נישט אויסצוברענגען געלט פאר אומזיסט, מ'דארף נישט קויפן יעדע זאך וואס שטייט יעצט צום פארקויפן, יעדע טייערע זאך וואס א חבר'טע האט זיך געשאפט, און יעדע נייע סטייל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, און דאס העלפט זיי אזויפיל ארויס אין לעבן. און די זעלבע איז ביי די אנדערע זייט מחיצה, א חתן וואס האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ער איז גוט אנגעגרייט אין לעבן, ער ווייסט גוט דעם אינטערשייד פון וואס דער אמת'ער לעבן איז, און וואס די זייטיגע נארישקייטן זענען, ער קען זיך באמת פרייען ביי די חתונה אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן זיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו געפעלן פאר קיינעם. די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, נעמט ער מיט אויפ'ן גאנצן לעבן, ער קען דאס נוצן יעדן טאג אין לעבן, נישט נאר אלס בחור אין ישיבה צו געפעלן פאר'ן משגיח. אז מ'האלט מיט א חתונה אין ישיבה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי נאריש מענטשן זענען אז מ'מאכט נאכאלץ די אזויגערופענע "נארמאלע" חתונות. עס כאפט אן עקל ווען מ'זעט נאכדעם אן אויפרייסערישע חתונה פון א כבוד שמעקער וואס מיינט מ'וועט אים ארויפקוקן ווען ער וועט זיך אויפרייסן מיט עפעס א מעכטיגע פרישע איידיע פאר זיין אפגעריסענע/אויפגעריסענע חתונה. אפגערעדט איינער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, ער דארף בארגן/גנב'ען געלט פאר דעם, איז דאך נישטא וואס צו רעדן, אבער אפילו די געציילטע וואס האט יא דאס געלט פאר פארשווענדערישע שמחות, זיי דארפן ברוך ה' נישט צוקומען צו אנדערע, שפירט זיך אויך אן אפשיי זעענדיג ווי מ'ווארפט אויס אידיש געלט פאר אזעלכע קינדערישקייטן. די חתונות אין ישיבה זענען טאקע פון איין זייט אזוי פשוט און איינפאך צוגעשטעלט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי פרייליך, געשמאק, און בא'טעמ'ט, וואס דאס קען מען נישט פארשטיין ביז ווי לאנג מ'האלט עס מיט כאטש איינמאל מיט די אייגענע אויגן. די מחותנים, וואס האבן די וואך חתונה געמאכט אין ישיבה, האבן נישט געקענט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן צושטעלן אזעלכע הערליכע חתונות פאר אומזיסט. נישט מיט געצווינגענע תקנות וואס מ'דארף זוכן וועגן ווי אזוי זיי אויסצושפילן, נאר מיט'ן אריינברענגען א טראפעלע שכל, צו טראכטן מיט א ניכטערן בליק וואס א אידישע חתונה איז, און אז דאס לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די ארומיגע קאפ פארדרייענישן. דער ראש ישיבה שרייבט די וואך אין א בריוו: "ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה. "אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה. "ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער." דער אייבערשטער זאל העלפן אז די פרישע פאר פעלקער זאלן זוכה זיין אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים לה' ולתורתו, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! בילדער פון חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון סיום הש"ס פון שלומי שטראה קליפס פון די חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון חתונה פון אברמי פיש קליפס פון די חתונה פון אברמי פיש

    < זעה מער ז שבט תשפ"א 📝
  • שמחה'דיגע טעג אין ישיבה ווען עטליכע מפיצים טוען שידוכים

    א גרויס שמחה הערשט אין די טעג ווען עס זענען געשלאסן געווארן עטליכע שידוכים צווישן די תלמידי הישיבה. פארגאנגענם דאנערשטאג העלל"ט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ חיים ישעי נ"י בן המפיץ הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון קענווי איילאנד, ענגלאנד מיט הכלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. נעכטן דינסטאג מיטאג איז געשלאסן געווארן דער שידוך צווישן החתן המפיץ שלום יוסף נ"י בן המפיץ הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א מיט הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל הישיבה. נעכט ביינאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ יעקב הלל נ"י בן המפיץ הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס קט. בן הר"ר אברהם חיים פארקאש שליט"א, מיט הכלה בת הר"ר ישראל מאיר הרוויץ שליט"א פון בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן זיי זאלן אלע אויפשטעלן שיינע אידישע שטובער, און האבן דורות ישרים ומבורכים. &nbsp;קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה &nbsp; בילדער: שידוך דעפריס-שארף, דאנערשטאג ויחי &nbsp; בילדער: תנאים דעפריס-שארף, ליל שישי ויחי &nbsp; בילדער: שידוך ניישטיין-יאקאבאוויטש, דינסטאג שמות &nbsp; בילדער: שידוך פארקאש-הורוויץ, דינסטאג שמות

    < זעה מער כב טבת תשפ"א 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה ביים ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווען הבחור החשוב שמעון ני"ו איז אריינגעקומען לעול המצוות. די סעודה לכבוד די בר מצוה איז פארגעקומען ביים גרויסן זיידן הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, בבית מדרשו אין בארא פארק. פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די שיינע שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר המצוה האט געזאגט זיין פשעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווארעמע דיבורים צום פרישן בר מצוה בחור, "וישם את אפרים לפני מנשה", האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער רבי זאגט אז א איד דארף טון אסאך גוטע זאכן, לערנען און דאווענען, טון פיל מצות און מעשים טובים, און דורכדעם וועלן די שלעכטע זאכן שוין אוועקפאלן פון זיך אליין. אז דער בר מצוה בחור גייט יעצט אריין לעול התורה והמצות, זאל ער זיך שטארקן מיט דעם, אריינצוכאפן ווי מער גוטע זאכן". דערנאך האט גערעדט דער חשובער זיידע, הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. "אנו עמלים והם עמלים, א איד פלאגט זיך און א גוי פלאגט זיך, אבער א איד באקומט שכר פאר זיין ארבעט". האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים, "א גוי באקומט דאך אויך באצאלט פאר זיין ארבעט? נאר, דער חילוק איז אז דער איד באקומט שכר אפילו ווען די ארבעט געלונגט נישט, בלויז פאר'ן זיך אנשטרענגען און פרובירן צו טון גוטע זאכן, קריגט ער שוין אסאך שכר אויף דעם". ער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם בר מצוה בחור וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה מיט גרויס התמדה, און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים. צו די זעלבע צייט האט ער גערעדט פון די חשיבות פון זיין איידעם, דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשובער זיידע, הרב הצעיר מקארלסבורג שליט"א, וואס האט גערעדט זייער שיין פאר א לענגערע צייט, פילע שיינע חידושים און געדאנקען פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מוסר נפש אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם איז ער מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן עלטער זיידע, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פון די וואכנדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה. * דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א ווידער אריבערגעפארן צום גרויסן זיידן, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, צו תפלין לייגן. דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן בר מצוה בחור, און אים שיין אנגעוואונטשן. ס'איז געווען גאר א שיינע שמחה, און מיר אלע וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת ביי דעם בר מצוה בחור און ביי אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. בילדער פונעם בר מצוה בילדער פון תפילין לייגן קליפס פונעם בר מצוה &nbsp; סימן טוב ומזל טוב!

    < זעה מער כ טבת תשפ"א 📝
  • בר מצוה פון הבחור שמעון ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה היינט נאכט אין ביהמ"ד קארלסבורג

    היינט נאכט מאנטאג ויחי, קומט פאר בעז"ה די בר מצוה פון הב' שמעון נ"י דער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד פון גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א, אויף 1556 53סטע גאס אין בארא פארק. דער ראש ישיבה לאדענט איין אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ביים שמחה, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם היינטן מכתב יומי: "איך מאך היינט בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר; איך וויל דיר פערזענליך לאדענען. די בר מצוה וועט פארקומען אין בארא פארק ביי מיין זיידע אין בית המדרש, הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קארלסבורג; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה."&nbsp; בריוו פון ראש ישיבה &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יג טבת תשפ"א 📝
  • כח הצדיק - די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה פאר אומזיסט

    דעם מאנטאג איז פארגעקומען די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן קלמן ני"ו בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו. צום זיבענצנטן מאל האט זיך ארויסגעוויזן אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגן געוויסן, די חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין איינציגע פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז די איבריגע הוצאות פון ארום און ארום איז אויך געווען אויפ'ן מינימאלסטן פארנעם. אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען.&nbsp;מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים". מוהרא"ש זי"ע האט זייער אסאך געבלוטיגט אויף דעם וואס מ'האלט זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער, און ליידער זענען די רעזולטאטן דערפון זייער נישט גוט, פילע קינדער פאלן ליידער אוועק, און איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט א שידוך צו טון מיט די קינדער, כאטש וואס נישט יעדער וויל מודה זיין דערצו, איז ווייל מ'ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דאס געלט דערפאר. די הוצאות החתונה שטייגן כסדר, ווען איין משוגענער עושר מאכט אפ צו מאכן עפעס א פרישע משוגעת ביי זיין שמחה, מוז שוין יעדער צוביסלעך עס אנהויבן נאכצומאכן, אזוי אז עס קומט אויס אז א דורכשניטליכער אינגערמאן, וואס פארדינט שיין פרנסה, ברעכט אבער אונטער ווען ס'קומט חתונה צו מאכן די קינדער. דערפאר האט מוהרא"ש געבויעט א זאל אין יבנאל, וואו מ'קען חתונה מאכן גענצליך בחנם, די איינוואוינער פון שטאט קאכן און באקן פאר די סעודה, און אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפ'ן שענסטן פארנעם, אן דעם וואס ס'זאל עפעס קאסטן פאר די מחותנים. דער "כח הצדיק" שטעלט זיך נישט אפ, אויך דא אין אמעריקע האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעשטעלט דער גרויסער בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג אז מ'זאל קענען דארט חתונה מאכן פאר אומזיסט, און ברוך ה' אז מ'האלט שוין ביי די זיבעצנסטע חתונה אין שול, פיר און דרייסיג מחותנים האבן זיך שוין געשפארט אזויפיל עגמת נפש, חובות, און הארץ ווייטאג, און געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אן אמת'ע שמחה, אן דארפן טראכטן די גאנצע צייט ווי אזוי ער וועט באווייזן צו דעקן די אלע שווערע חובות. מענטשן וואס האבן נאכנישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט א חתונה אין ישיבה, קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי דאס זעט אויס, מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי חתן כלה און מחותנים זאלן מסכים זיין צו אזא סארט חתונה. אבער איינמאל מ'זעט עס מיט די אייגענע אויגן, זעט מען דעם אמת אז די פרייליכקייט און געשמאק ביי די חתונות שטייגט איבער פילע אנדערע מעכטיגע חתונות וואס ווערן געפראוועט אין טייערע זאלן. פארקערט, איין מאל מ'האט שוין מיטגעהאלטן א חתונה אין ישיבה, און דערנאך באטייליגט מען זיך ביי א צווייטע אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פארוואס ס'פעלט אויס צו ווארפן אידיש געלט אין די מיסט, ווען מ'קען האבן פיל א שענערע און לעבעדיגערע חתונה, און ס'זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה. די יעצטיגע חתונה איז געווען נאך א ביישפיל, ס'איז געווען גאר א שיינע לעבעדיגע חתונה, די חופה איז געווען אום זעקס אזייגער. די סעודה איז געווען צוגעשטעלט פאר די נאנטע קרובי המשפחה און איז געקאכט און געבאקן געווארן דורך אנשי שלומינו. ביים טאנצן האט דער עולם זיך געהויבן אין די לופטן, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א פרייליכען פארנעם. די מצוה טאנץ איז געווען ווי דער מנהג אז מ'מאכט א יעמוד און מ'רופט אויס די זיידעס און מחותנים און דערנאך חתן כלה. און אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג. פילע געסט קומען ארויף ביי יעדע חתונה מיטצוהאלטן און זען ווי אזוי ס'זעט אויס א חתונה אין ישיבה, און אלע זאגן אז וויפיל זיי האבן שוין נאכגעהערט וועגן דעם, ווען זיי זעען עס אבער אליין, קענען זיך נישט גענוג איבערקומען פון די שיינקייט פון די חתונה. א אינגערמאן וואס איז ארויפגעקומען האט געזאגט מיט א געשטיקטן קול, "איך האב נישט לאנג צוריק חתונה געמאכט, זיך אנגעבארגט פון די גאנצע שטאט, די שבע ברכות'ן זענען שוין דורך, און יעצט האב איך נישט קיין מושג פון וואו אנצוהויבן צאלן. ווען איך זאל ווען וויסן אז מ'קען אזוי חתונה מאכן פאר אומזיסט, וואלט איך גאר אנדערש געהאנדלט". א צווייטער האט אים אבער געענטפערט מיט ווייטאג, "איך האלט נאך פאר די חתונה פון מיין טאכטער, אין עטליכע חדשים ארום, אבער אפילו איך ווייס און איך זע אז מ'קען חתונה מאכן אומזיסט, קען איך עס אבער נישט באווייזן צוליב די דרוק פון די ארומיגע צו זיין א "נארמאלער" מענטש". ברוך ה' אז אין היכל הקודש איז פארהאן מער שכל פון דעם, א מענטש זאל זען דעם אמת וואס ער קען צושטעלן, און נישט קוקן וואס די ארומיגע וועלן זאגן, אין די צייט וואס די ארומיגע קענען אים גארנישט העלפן אין לעבן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח איז ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה". עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, און אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער רואיגערהייט מיט שמחה און פרייד, אן קיין איבריגע דאגות און עגמת נפש, און זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט. שמחה מתוך שמחה &nbsp;

    < זעה מער ט טבת תשפ"א 📝
  • גאר פרייליכע חתונה אין ישיבה

    א גאר פרייליכע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החתן קלמן בן הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הר"ר נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט, איז די חתונה צוגעשטעטלט געווארן אין ישיבה געצליך בחנם פאר ביידע מחותנים. עס איז געווען א גאר פרייליכע חתונה. ווי די מחותנים און משתתפים געבן איבער האט גארנישט געפעלט פון די חתונה אויסער "חובות" און "קאפוויי"... נאך די חופה האבן די קרובים געגעסן א פיינע סעודה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו די פרייליכע ריקודין, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט. אלע זענען אהיים פרייליך און גענצליך איבערגענומען, צוזעענדיג וואס מיינט אן אמתע אידישע שמחה, ווי מען איז פרייליך מיט די אמת'ע שמחה - עס שטעלט זיך אויף א נייע ערליכע אידישע שטוב. מען דארף נישט קיין "עכטע" זאל/בלומען/זיגער (ליין: "עכטע" חובות/בזניונות...) עס זאל אויסזען ווי מען איז פרייליך. מען האט זייער גוט געקענט זען אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו באלעסטיגן די גאנצע שטאט מיט הלוואת און טיי אווענט ביי כמעט יעדע חתונה. דא האט מען געהאט ברוך השם "עכטע" שמחה, "עכטע" גליקליכע חתן כלה און מחותנים. און "פאלשע" חובות. דער אייבישטער זאל העלף אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן בויען צוזאמען א בית נאמן בישראל, און זאלן זען שיינע לעכטיגע דורות. בילדער &nbsp; עטליכע קורצע קליפס

    < זעה מער ז טבת תשפ"א 📝
  • בחורים פרייען זיך ביי חתונות פון צוויי תלמידי הישיבה

    די וואך זענען פארגעקומען צוויי חתונות פון תלמידים פון ישיבה. דעם זונטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן יואל משה מייזעלס ב"ר אברהם נחמן הי"ו עב"ג בת מו"ה שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו, און מיטוואך איז פארגעקומען די חתונה פון החתן משה זוסמאן ב"ר ישראל מרדכי הי"ו עב"ג בת מו"ה בערל בערקאוויטש הי"ו. די בחורים זיך משתתף געווען און משמח געווען ביי ביידע חתונות אויף א שיינעם פארנעם. דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטיבער, ס'זאל זיין א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; דער ראש ישיבה ביים חתונה פון החתן יואל משה מייזעלס

    < זעה מער כד כסלו תשפ"א 📝
  • שמחת התורה ביי הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות ביים סיום מסכת עירובין מוצאי שבת תולדות תשפ"א

    א ריזיגן ציבור פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען פייערן דעם גרויסן מאמענט פון מסיים זיין מסכת עירובין, און התחלת מסכת פסחים, פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, אין זאל פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן דעם גרויסן שמחה וואס יעדער האט געשפירט אין הארץ וויסענדיג אז ברוך השם מען האט זוכה געווען אין די לעצטע הונדערט און פינף טעג צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, (וואס אין זיי איז אריינגערעכענט פילע פארנומענע ימים טובים טעג, שמחות, די "קאראנע טעג", און בפרט די שטורמישע ערב ראש השנה טעג זייענדיג פארוואגעלט פון איין עירפארט צום צווייטן) נישט אויסלאזן קיין איין טאג, און זיך נישט געלייגט שלאפן אן דעם דף גמרא. א שיינע מלוה מלכה איז סערווירט געווארן לכבוד דעם מעמד, און ביי יעדעמ'ס פלאץ איז געווען א שיינע מתנה א "קריאת שמע שעל המיטה נוסח האריז"ל". בשעת די מעמד איז געזונגען געווארן גאר שיינע ניגוגים דורך די קינדער פון די טאלאנטפולע "אידיש נחת" כאר, אנגעפירט ביי ר' משה קרויס, צוזאמען מיט די הערליכע "הלוים" כאר, אנגעפירט דורך ר' אברמי דאנציגער. ר' משה קרויס מיט די "אידיש נחת" קינדער האבן סורפרייזט דעם ציבור מיט'ן פאכמאניש אראפזינגען א נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט איבער די חשיבות פון לימוד משניות (וואס וועט זיין אויף זיין נייעם סידי "אידיש נחת 4" וואס קומט בעזרת השם ארויס אין די נאנטע טעג). אזוי אויך האט מען געהערט א שיינע אויפטריט פון זינגער און גראמער ר' חיים מאיר ערפס, וואס האט מיט קונצליכע גראמען אויפגעשפילט צוזאמען מיט א ילד הפלא די חשיבות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס דורך דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם. הרב אלימלך שארף שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה ווי ער האט ארויסגעברעגט אז מיר דארפן געדענען אז מיר זענען "ש"ס אידן", און דאס איז אונזער שטאלץ און דאס איז אינזער לעבן. דערנאך האט מען געהערט א שיינע נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם סיום, איבער די ווערטער פון די גמרא (יבמות קכ"א ע"א) "אמר רבן גמליאל, פעם אחת הייתי מהלך בספינה, וראיתי ספינה אחת שנשברה, והייתי מצטער על תלמיד חכם שבה ומנו רבי עקיבא, וכשעליתי ביבשה בא וישב ודן לפני בהלכה, אמרתי לו בני מי העלך, אמר לי דף של ספינה נזדמן לי וכל גל וגל שבא עלי נענעתי לו ראשי", ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויב מען כאפט זיך אן אינעם "דף גמרא" קען מען איבערקומען אלע שטורמעס און כוואליעס, פון וואס דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט. אויך האט מען געטיילט פלעקס פאר פארשידענע עסקנים און נדבנים וואס האבן ארויסגעהאלפן די הייליגע מוסדות, און האבן צוגעלייגט א פלייצע אז דער שיינער סיום זאל קענען אפגעראכטן ווערן מיט סוקסעס. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ווי מען זעט אז יעדער אינגערמאן האט א חלום תיכף נאך די חתונה צו האבן "אן אייגענע דירה", מען טראכט אז מען וויל נישט וואוינען אויף יענעמ'ס חסדים, "מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש א סגולה צו האבן אן אייגענע דירה, צו לערנען יעדן טאג א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, וואס דאס איז ראשי תיבות בי"ת, און דאס וועט אונז געבן אויך א בית אויף יענע וועלט - א "בית נצחי". דער ראש ישיבה האט אויך שטארק ארום גערעדט פונעם רבינס דרך הלימוד, (שיחות הר"ן שיחה ע"ו) "כי אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". דאס איז די גרויסע שמחה ביים דעם סיום, אז אלע האלטן מיט די דף גמרא, נישט נאר די איין פראצענט לומדים, די איין פראצענט גוטע קעפ, די איין פראצענט כולל אינגעלייט, דא זאגט יעדער איינער דעם דף גמרא, עלטערע אידן, מידל-עידזש, אינגעלייט, ארבייטער, כולל אינגעלייט, ארבייטער בחורים, ישיבה בחורים, און אפילו קינדער. דאס איז דעם רבינ'ס חידוש, ער גיט א וועג צו לערנען פאר יעדעם אין יעדן מצב. דו קענסט אויך קונה זיין די הייליגע תורה. דו קענסט אויך האבן א שייכות מיטן אייבערשטן. דו קענסט אויך האבן שלום בית. נאך די מסיבה האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט א קליינע פסחים גמרא פאר אלע משתתפים צו קענען לערנען אין די קאר אדער אין אפיס.&nbsp; בילדער פונעם סיום ווידיאס פונעם סיום

    < זעה מער ז כסלו תשפ"א 📝
  • שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך דינסטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יושע ראבינאוויטש הי"ו, א זון פון האדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת האדמו"ר מנאדבורנא שליט"א פון בית שמש. די חתונה איז פארגעקומען אין שטאט בארא פארק, עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp;

    < זעה מער ג כסלו תשפ"א 📝
  • גרויסארטיגער סיום מסכת עירובין דעם מוצאי שבת קודש

    די לעצטע צוגרייטונגען ווערן יעצט געמאכט צום גרויסארטיגן סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען דעם מוצאי שב"ק, און אנטשפרעכט צו זיין גאר א געשמאקער מעמד, ווען מ'וועט זיך פרייען און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן מסכת עירובין, און זיך גרייטן מיט א פרישקייט אנצוהויבן מסכת פסחים.פאלגנד איז דער סדר המעמד: אום 8:45 עפענען זיך די טירן, א רייכע סעודה וועט זיין צוגעשטעלט לכבוד דעם פרייליכן סיום, און אום 9:00 וועט מען זינגען די זמירות למוצאי שבת.עס וועט רעדן הר"ר אלימלך שארף שליט"א, וואס עס מיינט צו זיין א "ש"ס איד", פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע, און פארוואס עס פעלט צו מאכן אזא גרויסארטיגן סיום ברוב עם ביים ענדיגן א מסכתא.א חשובער טאלאנטפולער גאסט רעדנער וועט דערציילן ווי אזוי מיט יארן צוריק האט אן איינצלנער איד, מיט א שטארקע רצון צו העלפן אידן קענען לערנען תורה, מצליח געווען ממש איבערצודרייען די גאנצע אידישע וועלט, און מאכן אז יעדער זאל קענען לערנען תורה.מען וועט מסיים זיין מסכת עירובין און גלייך אנהויבן מסכת פסחים, און דאן זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען זוכה צו לערנען זיין הייליגע תורה יעדן טאג. דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש.אין לויף פונעם מעמד וועט מהנה זיין דעם עולם די באקאנטע "אידיש נחת" קינדער קווייער, אנגעפירט דורך ר' משה קרויס הי"ו, אינאיינעם מיט די טאלאנטפולע אינגעלייט פון די "הלוים" קווייער. ווי אויך וועט מהנה זיין דעם ציבור ר' חיים מאיר ערפס הי"ו.א נייער ניגון, פארפאסט געווארן דורך וועלט בארימטן קאמפאזירער ר' יוסי גרין הי"ו, וועט אויפגעשפילט ווערן ביים מעמד. און נאך פילע איבעראשונגען במשך דעם סיום.דער מעמד וועט זיך ענדיגן אום 11:45 שארף, אלע זמנים וועלן אי"ה געהאלטן ווערן זייער פונקטליך, דעריבער בעט מען דעם חשובן ציבור צו קומען צייטליך, נישט צו פארפאסן קיין איין מינוט פון דעם געשמאקן סיום.טיקעטס צום מעמד קען מען קויפן אין&nbsp;וויליאמסבורג ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738, אין&nbsp;בארא פארק ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053, אין&nbsp;ברסלב ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;בנציון&nbsp;יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054, אין&nbsp;קרית יואל ביי&nbsp;מו"ה&nbsp;יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299. &nbsp; ווי אויך קענט איר דא קויפן טיקעטס קליקטס דא&nbsp;צוליב דעם מצב וועלן אריינגעלאזט ווערן אין זאל נאר א געצוימטע צאל מענטשן. מאכט זיכער צו האבן אייערע טיקעטס באצייטנס.אזוי ווי ביים פארגאנגענעם סיום איז די פרויען זאַל נישט געווען צוגעשטעלט ווי מ'דארף, האבן מיר דאס מאל אריינגעלייגט באזונדערע כוחות אז די פרויען זאלן האבן א באקוועמע פלאץ, און קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. ווי אויך וועט זיין צוגעשטעלט בעביסיטינג פאר אומזיסט, פאר קינדער ביז דריי יאר אלט. הדרן עלך מסכת עירובין! &nbsp;

    < זעה מער ב כסלו תשפ"א 📝
  • צוויי פרייליכע חתונות פון תלמידי הישיבה

    די וואך מאנטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יעקב איידליס הי"ו, בן מו"ה דוד יודא איידליס הי"ו וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו. עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. &nbsp; א טאג דערויף, אום דינסטאג, איז פארגעקומען נאך א חתונה, ווען החתן שמעון איינהארן הי"ו, בן מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו. &nbsp; די חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה, און אזוי ווי ביי אלע פריערדיגע חתונות אין ישיבה האט עס דאס מאל אויך נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. עס דערפרייט דאס הארץ צו זען ווי תלמידי היכל הקודש האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי זוכן נישט אויסגעבן טייער אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, זיך איינצורעדן אז איינער קוקט עס בכלל ארויף, נאר מ'מאכט חתונה אויפ'ן פשוט'סטן און ביליגסטן אופן, בלויז ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן אז מ'דארף חתונה מאכן די קינדער. &nbsp; ווי מ'האט שוין געזען ביי די פריערדיגע חתונות אין בית המדרש, זענען די חתונות געווען גאר גאר פרייליך, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שטארקן פארנעם, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע איבריגע נארישקייטן אויף וואס מענטשן ווארפן געלט אין מיסט, העלפן בכלל נישט ארויס צו די שמחה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונות איז נאר געווען די חובות. &nbsp; ווער עס האט שוין זיך אמאל פערזענליך באטייליגט ביי א חתונה אין ישיבה, ווייסט ווי פרייליך און געשמאק דאס איז, גארנישט אונטערשטעליג פון א חתונה אין אן אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה זאל, און ווען מ'זעט נאכדעם א צווייטע חתונה וואונדערט מען זיך פארוואס מענטשן געבן אויס אידיש געלט פאר אזעלכע נארישקייטן, וואס ברענגען נישט קיין שום ניצן פאר קיינעם. &nbsp; איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט חתונה צו מאכן די קינדער, איז מיט די הארבע פראגע פון "כסף מנלן", פון וואו מ'וועט נעמען דאס געלט דערפאר, אין די צייט וואס די חברים פון וועמען מ'האט געבארגט פאר די פריערדיגע שמחות זענען נאכנישט באצאלט געווארן. און אט זעט מען ווידעראמאל א לעבעדיגע ביישפיל ווי אזוי יעדער קען זיך ערלויבן רואיגערהייט חתונה צו מאכן די קינדער. די חתונה נאכט קאסט נישט קיין געלט, און די איבריגע הוצאות החתונה איז אויף אזא פארנעם וואס יעדער געווענליכער אינגערמאן קען זיך ערלויבן. &nbsp; און דער גרעסטער חידוש איז אז די חתן כלה זענען נישט "מסכים" חתונה צו האבן אויף אזא פשוטן אופן, נאר זיי "בעטן" זיך גאר ביי זייערע עלטערן אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה, און אז מ'זאל אויסגעבן אויף די חתונה בלויז די מינימאלסטע וואס איז שייך. דאס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען אז די אלע נארישקייטן אויף וואס מ'בארגט זיך אן געלט ברענגט נישט קיין שום תועלת אין לעבן, עס מאכט גארנישט פרייליך, און גלייכצייטיג זעען זיי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה, די שיינע שטיבער וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת, טראץ דעם וואס די עלטערן האבן נישט געדארפט האבן קיין הארץ דרוקענישן צוליב די חתונה. &nbsp; צו זעהן א חלק פונעם חתונה קליקטס דא &nbsp; שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 19 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשע״ז
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com