• ENGLISH
  • |
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • פערציג חתונות בחנם אפגעצייכענט

    אין די יעצטיגע טעג איז געווארן אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש. דאס איז א נומער וואס דארף ווערן באצייכענט מיט גאלדענע אותיות. דאס זענען פערציג חתונות וואס אכציג מחותנים און אכציג מחותנת'טעס, פערציג חתנים און פערציג כלות, פון אלע סארטן און אלע מינים, טייל זענען רייכע, טייל ארימע, צווישן זיי זענען דא כאניאקעס, רבישע, פרומע, באלעבטישע, בעסערע, צופלויגענע און צוזאם גענומענע און אלעס אינצווישן, וואס האבן אבער באשלאסן אז זייער חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב.   די חתונות אין בית המדרש זענען א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די קהלה פאר געצליך בחינם; מענטשן מיינען אז ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם, איז עס א גוזמא, מען טראכט וויבאלד מען בעט "בלויז דריי-און-א-האלב טויזענט דאלער א זייט" וואס איז ממש בחנם קעגן אדערע זאַלן, דרוקט מען זיך אויס אז עס איז "בחנם". אבער ניין, ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם מיינט מען עס ממש אין פילן זין פון ווארט. די קהלה שטעלט צו די סערוויס פון א גאנצע חתונה נאכט, טישן, בענקלעך, עסן, מוזיק, בלומען, און מצוה טאנץ און אזוי ווייטער פאר קיין איין פעני אויף א גאלדענעם טאץ. די מחותנים און חתן כלה דארפן בלויז אריינשפאצירן אויפן אפגעשמועסטן דאטום און פראווען די שמחה און קוועלן פון נחת ווען מען שטעלט אויף א פרישע אידישע שטוב, אן קיין הארץ דרוקעניש פון חובות און בזיונות.   מענטשן וואונדערן זיך, מען רעדט שוין יארן אין די אידישע עסקנות וועלט וואס שפעקולירט און פלאנירט טאג און נאכט מיט עצות און געדאנקען וויאזוי מען קען ראטעווען די אכציג-נייציג פראצענט פון אידן וואס ברעכן אונטער ביים חתונה מאכן די קינדער.   מען האט שוין פרובירט תקנות, חתונה מאלס, אסיפות, דרשות, הסברות, עקספאוס, האט-ליינס, מארקעטינג פארמעסטן, ניגונים, כח היחיד, כח הרבים, גמליאל קאמפיין, כלל ישראל אסיפות, און מען וואונדערט זיך פארוואס מען קען נישט פועלן לכל הפחות צו האלטן די חתונות ביי די סטאנדארטן פון נעכטן? פארוואס מיט יעדע חודש שפעטער "מוז" מען שוין אויסגעבן נאך "נאר עטליכע טויזנט דאלער" נישט חלילה זיך אויפצורייסן, נאר פשוט צו הייסן א "נארמאלע" מענטש? מען קוקט זיך צו מיט אנגסט, און מען זעט ווי עס וואקסן ארויס יעדן טאג פרישע נייע "מנהגים" וויאזוי א "נארמאלע אידישע שמחה" דארף אויסזען, דאס הארץ טוט וויי ווען מען שרייבט כסדר צו פרישע סעיפים אינעם "שלחן ערוך של הנארמאלע" פונקטליך וואספארא נייע מתנות מען איז שוין יעצט מחייב צו געבן, און אין די זעלבע צייט קומען כסדר צו נייע "ימים טובים" ווען מען "מוז" קויפן מתנות. אזוי אויך אויף די קליידער געבט מען חלילה נישט אויף, די מארקעטערס שלאפן נישט און באווייזן אריינצולייגן פרישע סעיפים אינעם שלחן ערוך פונקטליך וויפיל קליידער, שיך און שטריימלעך מען מוז קויפן, וויפיל מאל מען מעג אנטון א קלייד במשך די ימי השמחה, מען ארבעט אויס די פרטי ההלכה וויפיל מוז דער שטריימל קאסטן, עקסטער פארן חתן, און מען איז מחזק די נייע תקנה אז די מחותנים מוזן זיך אויך קויפן א פרישע שטריימל ביי יעדן קינד'ס חתונה. די חכמי כעלעם זיצן ביי אסיפות וואס באשליסן וואס פארא מעבל "אידישע" פוירניטשור נארמאלע מענטשן קויפן. די מעניו וואס מען "מוז" געבן פארנעמט גאנצעטע בענדער אין "הלכות נארמאלקייט", עס איז אראפגעשריבן בפרטי פרטיות פונקטליך וואס פארא מעניו "באלעבאטישע" מענטשן מוז געבן ביי די ווארט, תנאים, לחיים, קידוש, קבלת פנים, און די חתונה, חלילה נישט אויסלאזן די שמאגערס באורד, און מיט וואס צו "מכבד זיין" ביים לאנגווייליגן "גראמען", אזוי אויך זיצן די "פארטי פלענערס" און ארבעטן אויס די וויכטיגע מעניוס פון די באווארפן, די פילע שבע ברכות, און שבת שבע ברכות. אפגערעדט איז די חתונה נאכט, ווי יעדע נייע "מנהג" מוז מען מקיים זיין ביז מסירת נפש, מען מוז האבן א קעניגליכע זאל, יעדער מוז באקומען סערווירט א גאנצע פארציע אפילו רוב גייט אין מיסט, מען מוז באשטעלן מינימום קאפלס, מען מוז האבן אן "עכטע" לייוו בענד, זינגערס און שפילערס און לייטינג וואס מאכן זיך און יעדעם משוגע, מען מוז טאנצן אזוי און אזוי, און דערנאך מוז איינער א "גראמער" גראגערן אין קאפ ביז צוויי אזייגער פארטאגס.   קהילת היכל הקודש האט נישט קיין "כח הרבים" אדער "כח היחיד", היכל הקודש האט עפעס אנדערש, דאס איז דא דער "כח הצדיק". מוהרא"ש האט יארן גערעדט דערפון און האט אין זיינער צייט געקענט אויסקוקן ווי א קול קורא במדבר, אבער ניין, דער צדיק'ס כח גייט נישט לאיבוד, ער האט איינגעזייט און איינגעפלאצט פאר פופציג יאר, און ברוך השם יעצט וואקסט ארויס די שיינע פירות וואס בליעט אזוי שיין לשם ולתפארת.   דער צדיק לערנט אונז אויס צו קוקן אויף וואס עס איז וויכטיג אין לעבן. מען זאל קוקן וואס דער אייבישטער וויל. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה האבן, און וואס פשוטער און גרינגער אלס שנעלער קען מען בעזר השם טון שידוכים און חתונה האבן. דער צדיק קלארט אונז אויס די אמונה, און ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז דא, ליגט שוין נישט די קאפ אין געפעלן פאר מענטשן, מען געבט נישט אויס קיין געלט - אפילו ווער עס דארף נישט בארגן - נאר כדי אז די אזוי גערופענע "חברים" זאלן כלומר'שט האלטן פון מיר.   דעפאר איז דאס א גרויסע שמחה ווען מען האלט דא אז מען האט אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש, און מיטן כח פונעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וועלן מיר ווייטער מצליח זיין צו אויפשטעלן א דור וואס וועט גיין לויט די מסורה אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים.  

    < זעה מער יח אלול תשפ"ב 📝
  • שיינע שבע ברכות אין שטוב פון ראש ישיבה לכבוד משפחת אפפעל הי"ו

    קרעדיט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א &nbsp; נעכטן מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א שבע ברכות ביים ראש ישיבה אין שטוב לכבוד די חשובע משפחת מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו וואס האט געפירט זיין זון דער חתן גדלי' אונטער די חופה עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה יואל ג'ברא הי"ו פון וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס ביים שבע ברכות און זיך אויסגעדרוקט אז היינט מאכן מיר שוין נישט קיין שבע ברכות פאר יעדע חתן כלה אין די קהילה, עס איז דא קע"ה דא אסאך שמחות, און עס איז פשוט נישט שייך. אבער פאר משפחת אפפעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מוזן מיר מאכן, ווייל זיי האבן זיך אוועק געגעבן אלע יארן פאר די קהלה בלב ונפש. &nbsp; עס איז שווער אויסצורעכענען די פילע פעולות וואס די חשובע משפחה האט אלץ געטון פאר די קהילה, צום ערשטן איז די לעידיס אקזילערי וואס מרת אפעל תחי' האט געגרינדעט שוין מיט בערך צען יאר צוריק, ווי די חשובע פרויען זענען זיך מחזק איינע דעם צווייטן, און אזוי אויך מאכט מען כסדר פארטיס אריינצוברענגען נדבות פאר די ישיבה. &nbsp; ר' אייזיק איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון ראש ישיבה שליט"א, ווען מען האט איבערגעבויעט דער בנין אויף סקילמאן סט. איז א גרויסע חלק פון די ארבעט געטון געווארן דורך ר' אייזיק'ס צוויי רעכטע הענט. &nbsp; ר' אייזיק פירט אן דעם פאנדרעיזינג אפאראט פאר די נייע מוסדות היכל הקודש ברסלב על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש, וואס וואקסט און בליעט קע"ה יעדן טאג. &nbsp; בפרט דארף מען ארויסברענגען דעם זאל "עטרת אפעל" וואס די חשובע משפחת אפעל האט אויפגעבויעט, וואס שפארט טויזנטער דאלערס ביי די שמחות פון אנ"ש סיי חתונות, שבע ברכות, און בר מצות. יעצט ווען ער האט זוכה געווען צו פירן זיין זון אונטער די חופה צייכענט מען אפ די פערציגסטע אין בית המדרש, וואס האט שוין געשפארט פאר אנשי שלומינו לכל הפחות א האלבע מיליאן דאלער. &nbsp; זאל דער אייבישטער באצאלן פאר די חשובע מחותנים פאר אלע גוטע מעשים וואס זיי טוען, זיי זאלן זען פיל שמחה ונחת ביי דעם קינד און ביי אלע אנדערע קינדער געזנוטערהייט.

    < זעה מער יז אלול תשפ"ב 📝
  • הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א מחשובי אנ"ש ממונה אלץ חבר וועד המקוואות שע"י קהל יטב לב

    אין קרית יואל איז א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו ווען הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א וואס איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט, וואס זיצט און לערנט שוין איבער צוואנציג יאר אינעם בארימטן מבצר הכוללים אין קרית יואל, וואס אויסער די אלע לימודים פונעם כולל איז די הייליגע תורה אלץ שגור על פיו, ווי ער לערנט כסדר דורך כל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין אין יעדע מינוט וואס ער קען נאר. אין די אלע יארן האט ער שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגער מאל משניות, און מסיים זיין עטליכע מאל ש"ס אויפן רבי'נס וועג, במשך די יארן האט ער זיך משלים געווען אין אסאך מקצועות התורה, און יעצט האט ער זוכה געווען לברך על המוגמר און האט געענדיגט לערנען די שווערע קאמפליצירטע הלכות פון מקוואת. &nbsp; דער בית הוראה דקהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל, וואס האט אין די טעג מסדר געווען א וועד אויף פילע באזונדערע אפטיילונגען אינעם גרויסן בית הוראה וואס באדינט די טויזנטער תושבי העיר, האט אויסגעקליבן דעם גרויסן תלמיד חכם און מתמיד הר"ר זלמן לייב שליט"א צו דינען אלץ חבר אינעם וועד המקוואות, וואס אויסער וואס ער איז א בקי נפלא אין די אלע שווערע הלכות אין מקוואות האט ער שוין אויך קונה געווען אסאך פראקטיק אין די שווערע מקצוע. &nbsp; אנשי שלומינו בכלל און תושבי קרית יואל בפרט וואונטשן א מזל טוב פאר רבי זלמן לייב שליט"א, מחשובי אנ"ש און שטאט, וואס פון די ערשטע מינוט וואס מ'האט געעפענט דעם ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף העיס קאורט, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו קומען דאווענען, אפילו ער האט געוואוינט גאר ווייט; עקסטער וואונטשט מען א מזל טוב פאר זיין חשובן פאטער וואס פירט דעם בית המדרש, הר"ר אברהם חיים שליט"א וזוגתו האשה החשובה תחי', וועלכע זענען זיך מוסר נפש פארן ביהמ"ד היכל הקודש די אלע יארן, אנגעהויבן מיטן אראפנעמען איין גאנצע דירה פארן בית המדרש, אזוי אויך וואך נאך וואך במשך די אלע יארן כולן שוין לטובה, מאכן זיי זיכער מיט אזא געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אז אלע געברויכן אין בית המדרש זאל נישט פעלן, אריינגערעכנט קידוש און שלש סעודות יעדע וואך שלא על מנת לקבל פרס; צו די זעלבע צייט אויך פאר זיין חשובן שווער הרה"צ ר' יושע באנדא שליט"א, וואס האט זוכה געווען צו א געוואלדיג קירבה ביי מוהרא"ש זי"ע ווען הרב רבי יושע זאל זיין געזונט האט באשיינט ביי די שמחות פון הר"ר זלמן לייב שליט"א אין בית המדרש פון מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז הר"ר זלמן לייב שליט"א זאל ווייטער זען פרי בעמלו, און קענען ארויסהעלפן אידן להורות את דבר ה' זו הלכה, די זיידעס זאלן זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך. &nbsp; כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם (ב"מ פ"ה ע"א)

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ב 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמוד הישיבה מיט א תלמידה בית פיגא

    א גרויסע שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הבחור גדלי' אפפעל נ"י פון וויליאמסבורג וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פון מו"ה יואל יצחק גברא הי"ו וויליאמסבורג. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, דער חתן נ"י לערנט שוין אינעם מוסד פון אלס קליין קינד, אזוי ווי איר קענט זעהן אינעם בילד, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און ענדיגן מסכת תענית 40 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין העלפן די הייליגע מוסד ווי נאר עס פעלט אויס, וואס דאס איז אים זיכער צוניץ געקומען, מען זעהט אז דער הייליגער רבי צאלט צוריק פאר ווער עס העלפט אים. אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל. די לחיים / ווארט / תנאים איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מען האט גלייך געליינט תנאים, און מיט דעם געשפארט אפאר טויזענט דאללער וואס קאסט צו אהערשטעלן עקסטער א תנאים. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין בית המדרש

    נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' ישעי' נ"י א זון פונעם מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער הי"ו איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן. &nbsp; דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פראווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך". &nbsp; די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו. &nbsp; א שיינע ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען און זיך מיטגעפרייט מיטן בעל שמחה וואס איז אזוי געטריי איבערגעגעבן צו די הייליגע מוסדות, און האבן געווינטשן דעם הבר מצוה בחור זאל ווייטער שטייגן בתורה ויראת שמים. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש &nbsp; 📸 בילדער 💬 הדרכה פאר א בר מצוה בחור 🎭 פורים קאלעקשאן אין ברסלב סענטער (ניי! "מגילת אסתר - גנזי המלך") &nbsp;

    < זעה מער ג אדר א' תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין שטעטל מיט א אידישע חן

    דער ציבור אין קרית ברסלב וואקסט כסדר, און א שמחה אין שטעטל איז ב"ה שוין נישט קיין זעלטנהייט.&nbsp; פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען א "בר מצוה אין שטעטל" ווען הבחור בנימין זאב נ"י בן מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, איז אריין לעול התורה והמצוות. די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין שטעטל אויף האשקי, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט כסדר אויס אז אפילו אויב מען קען זיך ערלויבן זאל מען נישט אויסגעבן געלט פאר קיין נארישקייטן ביי די שמחות, נאר פראווען די שמחות אויף א פשוטע אופן, מיט א אידישע טעם און א אידישע חן, נישט ווי אנדערע וואס זאגן "דאס איז נאר איינמאל אין לעבן"... און מען גיבט אויס גרויסע געלטער - וואס מען האט אפילו נישט... אין היכל הקודש האט מען גרויס רחמנות אויף די וואס בארגן געלט נאר כדי מען זאל אים זאגן "וואוא, אזזזזא ששיינע סימכע!" בשעת ווען אונטער זיין רוקן קייען זיינע "גוטע חברים" די "בשר" וואס ער האט צוגעשטעלט פאר זיי ביים מעכטיגן "סימכע", און קאכן "אויף וועמענ'ס חשבון פאטשקעט ער דא!? פארוואס באצאלט ער נישט זיינע חובות?!"... דער אייבערשטער זאל העלפן דער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און א גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין. איך האט געגליסט צו האבן א זון וואס וועט יעדן טאג גיין אין שול מיט טלית ותפילין (דברי רבינו) 🎞️ דער שיינער בר מצוה 📰 בית המדרש "אשר בנחל" צוריק אין דינסט נאך רענאוואציעס 📰 איבער 30 אומזיסטע חתונות אין בית המדרש 📚 קונטרס "א שיינע חתונה" פאר בלויז $1.49 📚 קוטרנס "האב רחמנות אויף דיין קינד פאר בלויז $1.49 &nbsp;

    < זעה מער כו טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת המפיץ הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים

    פאריגע וואך מאנטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה די טאכטער פונעם גרויסן מפיץ דער ראש וראשון לכל דבר בהפצה הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א, ווי פילע אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך געקומען משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיטן בעל שמחה. עס האט זיך אנגעזען זייער אסאך אידן וועם דער מחותן האט נאך קיינמאל געזען, וואס זענען געקומען פשוט איבער געבן זייער הכרת הטוב פאר ר' שמעון עוזר. ר' שמעון עוזר מיט זיין בני בית זענען איבערגעגעבן פאר'ן הייליגן רבין, פאר הפצה, פאר די הייליגע קהלה היכל הקודש מיט זייער גאנצע הארץ און נשמה, ביי זיי אין שטוב האט זיך אנגעהויבן די קהלה ווען קודם איז מען בלויז געקומען צו שלש סעודות. דערנאך האט ער געעפענט דעם דרוקעריי וואס שטייט בראש פון אלע בתי הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל וואס געפונט זיך ביז היינט ביי אים אין שטוב אין זיין דייניג רום. ווי ער מיט זיין שטוב זענען מתרגם און דרוק יעדע וואך די גליונות און עצתו אמונה, וואס ווערט דערנאך פארשפרייט אין די טויזנטער איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און האט שוין מקרב געווען אומצאליגע אידן לאבינו שבשמים. עס דארף ווערן אונטערגעשטראכן די מסירת נפש פונעם מחותן און זיין בני בית, ווען אין די גאנצע וואך פון די חתונה און די שבע ברכות האט מען ווייטער מתרגם געווען און געדרוקט די גליונות ווי געהעריג ביי זיי אין שטוב, און אזוי אויך איז די שבת שבע ברכות טאקע פארגעקומען ביי זיי אין שטוב אינעם דיינינג רום-בית הדפוס. נעכט זונטאג איז פארגעקומען א געהויבענע שבע ברכות אין ביהמ"ד אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים לכבוד דעם מחותן הר"ר שמעון עוזר. אנשי שלומינו האבן געוואלט ארויסווייזן אות הכרת הטוב פארן מחותן, וואס מען האט צוערשט געטראכט צו געבן א שיינע פלעק, וכו', אבער מען האט דערנאך באשלאסן אז עס איז א שאד אידיש געלט, און אנשטאט האט מען פשוט געגעבן פאר מחותן גלאטע צוויי א האלב טויזנט שקל, פשוט ארויסצואווייזן אביסל הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות לטובת אנשי שלומינו. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און זיך משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה. שמחות אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך צו די חתונה וואס וועט פארקומען מארגן דינסטאג נאכט אין בית שמש, ווען מו"ה יצחק ראטה הי"ו, דער מנהל בית הדפוס בית שמש וועט אונטערפירן זיין טאכטער אונטער די חופה מיט די חתן הב' אברהם כהן ני"ו וואס איז שוין א לענגערע צייט פון די גרויסע מפיצים אין בית שמש, און פלעגט אלץ נעמען גליונות פון בית הדפוס און צושפרייטן אין אלע שולן פון שטאט. דער חתונה קומט פאר בעז"ה מארגן נאכט אין אולם פארהאנד, אויף רחוב רשב"י, אין בית שמש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת המפיצים. 📸 דער שיינע שבע ברכות

    < זעה מער יב חשון תשפ"ב 📝
  • פרישע אומזיסטע חתונות אין ישיבה

    &nbsp; די חתונה סעזאן איז יעצט אין איר פולסטן שוואונג, יעדע נאכט קומען פאר ברוך ה' צענדליגע חתונות אין אלע היימישע געגנטער, פאמיליע און גוטע פריינד האלטן מיט יעדן טאג נאך פרייליכע חתונות ביי זייערע נאנטע, עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אזויפיל אידישע שטיבער וואס ווערן אויפגעשטעלט יעדן טאג לשם ולתפארת. פון די אנדערע זייט טוט אבער וויי דאס הארץ אז אזויפיל פון די שמחות זענען נעבעך אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש, רוב רובם פון די מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די חתונה, אויף דעם גאר טייערן "סטאנדארט" ווי עס ווערט היינט געמאכט. מ'דארף צוזאמקראצן, זיך אנבארגן, און ליידער אפילו גנב'ענען ר"ל, נישט קענענדיג באצאלן אלעס וואס מ'דארף צושטעלן אז ס'זאל זיין אן אזוי גערופענע - "נארמאלע" חתונה. דעריבער איז גאר דערפרישנד צו זען די חתונות וואס קומען כסדר פאר אין ישיבה, הערליכע פרייליכע געשמאקע חתונות, וואס די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, אויסער די פילע אנדערע הוצאות וואס מ'געבט נאר אויס וויפיל עס פעלט באמת אויס, נישט וואס מ'דארף נאר צו געפעלן פאר "יענעם". מ'קען דאס נישט גלויבן און באגרייפן ביז ווען מ'זעט דאס מיט די אייגענע אויגן. די משפחות פון די מחותנים, וועלכע האלטן מיט די חתונות אין ישיבה, קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פארוואס מענטשן זענען אזוי קינדיש צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן וואס קיינער האט גארנישט דערפון, אין די צייט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן אז מ'קען אהערשטעלן אזעלכע שיינע געשמאקע חתונות פאר ממש אומזיסט, און יעדער האט אזוי שטארק הנאה דערפון. דאס איז אויסער דעם וואס די חתונות ענדיגן זיך באצייטנס, א זאך מיט וואס יעדער איז זיך גאר שטארק מחי', מ'קען גיין שלאפן נארמאל, און אנהויבן דעם סדר היום דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. די לאנגווייליגע רעדעס און משלים מיט וואס די מספידים רופן אויס יעדן צום מצוה טאנץ, איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס יעדער האט ביים זיך באטייליגן ביי א נאנטע משפחה שמחה. א זאך וואס מ'האט אויך צוריקגעברענגט צום ארגיענעלן וועג ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס טון, דער שמש מאכט א "יעמוד יעמוד" אויפצורופן די זיידעס און די מחותנים צו גיין טאנצן לקראת הכלה. די חתונות ברענגען צוריק דעם אמאליגן בא'טעמ'טן גלאנץ וואס א אידישע שמחה האט געהאט, מ'קרויזט אויס אלע נארישקייטן וואס ווערן צוגעלייגט צו די חתונות יעדן צווייטן טאג, און נאכדעם וואס צוויי דריי נארנים טוען עס, כדי צו ווייזן פאר יעדן ווי מעכטיג זיי זענען, ווערט עס שוין ווי א "מסורה" וואס מ'טאר זיך פון דעם נישט אוועקרירן. די עלטערע זיידעס וואס באטייליגן זיך ביי די חתונות פון זייערע אייניקלעך אין ישיבה, דרוקן זיך כסדר אויס מיט נאסטאלגיע ווי אזוי די חתונות האבן אזא אידישן טעם, ממש ווי אמאל, אן אמת'ע געשמאקע שמחה, אן די אלע צוגעלייגטע נייע זאכן. פארגאנגענע וואך מיטוואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה אשר קרויס הי"ו, פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון מו"ה משה קרויס שליט"א, פון די חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. די שמחה איז פארגעקומען אין ישיבה, מיט די באטייליגונג פון קרובים און גוטע פריינד, און מיט א הערליכן געשמאקן אידישן חן, וואס האט דערפריידט און באצויבערט אלע משתתפים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, מיט בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. שמח תשמח רעים האהובים! 📰 שבע ברכות מיט סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו &nbsp;

    < זעה מער ז חשון תשפ"ב 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשע״ז
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com