Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברכת מזל טוב פארן ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון ערשטן אייניקל

    א גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש ברסלב מיט די נייעס אז עס איז געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הר"ר שלמה ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל. יעצט אין די צייט פון די געהויבענע שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א - וואס איז זיך מוסר נפש און עס גייט אים אין לעבן אז נאך אידן זאלן האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן, האבן שלום בית, און עכט אידיש נחת פון די קינדער - וואונטשן אים אלע אנשי שלומינו אז ער זאל ווייטער קענען ברענגען אידן צום אייבערשטן און ווייטער קענען פארשפרייטן די גוטע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט, כאוות נפשו, און ער זאל זען אידיש נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך. אזוי אויך פארן זיידן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז דער איבערגעגעבענער גבאי פונעם ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, און איז א לעכטיג ווינקל אינעם עצי תמרים קווארטל פון קרית יואל, ווי אידן פון גאנצע שטאט וואס זוכן א גוט ווארט און אן עצה פארן לעבן ווייסן אז דארט קען מען קען שטענדיג באקומען לופט צום אטעמען און חיות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, יעצט ווען עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי הר"ר יואל שליט"א איז די וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, און קענען מפיץ זיין דעם אור פון הייליגן רבין לכל דורש ומבקש, און ער זאל האבן רב תענוג ונחת ביי קינדער און אייניקלעך. אין דער צייט איז אויך דער וואונטש פון אנשי שלומינו צום בעל שמחה הר"ר שלמה שליט"א מלומדי כולל היכל הקודש ברסלב ווי ער לערנט מיט גרויס התמדה טאג טעגליך און איז זיך משלים אין תורה והוראה, אז ער זאל ווייטער שטייגן בתורה און יראת שמים און ער זאל זען רב תענוג ונחת אמן.   סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל.

    < זעה מער יא אייר תשפ 📝
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די פארגאנגענע וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס. וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.&nbsp; ויזכו לבנות בית נאמן בישראל! בילדער &nbsp; ווידיא

    < זעה מער ו אייר תשפ 📝
  • די ארבעט ביים שטח אין אומאן ווערט באנייט נאך א שווערע און לאנגע ווינטער

    נאך א לאנגע איבעררייס פון די ארבעט ביים נייעם בנין, ווערט יעצט איבערגעגעבן, אז מ'בויעט שוין ווייטער ביים שטח אין אומאן. נאכדעם וואס מ'האט אריינגעלייט פיל ארבעט דארט ביים שטח אין די לעצטע דריי יאר, ווי מען האט אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס אנטהאלט אלע הצטרכות'ן פאר אנשי שלומינו אינג און אלט, פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, אריינגערעכענט, א מקוה מפוארה, מיט שויערס, א קאך מיט א לאנטש רום, א ריזיגער בית המדרש, און פילע שטאקן מיט צימערן צום שלאפן. נאכדעם וואס מ'האט ברוך השם אריינגעלייגט אסאך ארבעט און פארבעסערט דאס פלאץ יעדעס יאר, מ'האט צוגעלייגט נאך צימערן צום שלאפן, מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה, גרייט מען זיך היי יאר צוצולייגן פילע תיקונים פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור. די ערשטע זאך אויף וואס מ'גייט בעז"ה ארבעטן איז צו פארגרעסערן דאס וואסער סופליי.&nbsp; ווי באקאנט, קען די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן נישט דערהייבן דאס וואסער געברויך פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחליט געווען צו גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל קענען שעפן פרישע ריינע וואסער פון פאראויס, אזוי אויך אז מ'זאל אינסטאלירן גרויסע וואסער טענק, מ'זאל עס סטארעדזשן דאס וואסער. פאר צוויי יאר צוריק האט מען זיך גענומען זוכן קוועלער, און ברוך השם מען האט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן זעקס (!) שפרולדעדיגע וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג. פאריאר האט מען געבויעט אויפן שטח א גרויסן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער איז געווארן געסטארדזשד, און האב ב"ה שטארק געהאלפן לינדערן דאס וואסער מאנגל אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג. מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג געווען פארן ריזיגן באנוץ קע"ה, דערפאר ווערן יעצט פארענדיגט די פלענער פאר א גיגאנטישע וואסער טאנק וואס וועט קענען אנטהאלטן בערך 50,000 גאלאן, וואס וועט האפענטליך בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. כאטש וואס מיר שטייען נאך הארט נאך פסח, האבן שוין פילע אידן זיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. אין די נאנטע טעג וועט שוין בעז"ה קענען דינגען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספערע - פרטים יבואו בעז"ה. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער ג אייר תשפ 📝
  • לעצטע געלעגנהייט זיך משתתף צו זיין אינעם "קמחא דפסחא" קאמפיין

    אין די לעצטע וואך פאר דעם יום טוב פסח, גייט ווייטער אן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די סקול. אין די יעצטיגע שווערע צייט, ווען די מוסדות זענען אפגעשלאסן, איז נאך פיל וויכטיגער צו שטיצן די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר די קינדער במשך די גאנצע יאר אין די פרידנס צייטן, און יעצט מוטשען זיי זיך צו קענען איינקויפן לכבוד יום טוב. מיט אייער ברייטע נדבה וועט איר קענען אריינברענגען א ליכטיגקייט אויף יום טוב אין פילע אידישע שטיבער. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 - #101 . און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-746-7317 כל דכפין ייתי ויכול! &nbsp;

    < זעה מער ח ניסן תשפ 📝
  • נייע סידי "טאנץ מיט קאראנע" קומט ארויס

    די וועלט האלט זיך נאך אינמיטן שאקלען מיט די קאראנע וויירוס, דער אייבערשטער ווייזט יעצט פאר די גאנצע וועלט אז נאר ער איז דער איינציגסטער בעל הבית אויף דער וועלט, קיינער קען גארנישט טון צו די שרעקליכע וויירוס, נאר אויפהויבן דעם הענט צום הימל, זיך ווענדען צום אייבערשטן און אים בעטן זיין הילף. אין די יעצטיגע שווערע קאראנע צייט זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט. מיט'ן רבינ'ס דיבורים קען מען זיך שטארקן איבער די פחדים, נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אינעם פאניק און פארלוירנקייט, וואס דאס העלפט סיי ווי נישט אויף קיין שום פאל. די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט. לאור המצב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארפאסט זעקס ניגונים איבער די קאראנע וויירוס, פול מיט עצות און חיזוק אויף קאראנע, ווי אזוי זיך צו שטארקן מיט אמונה און מיט שמחה, נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף א גאנצע רפואה פאר אלע קראנקע, און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט, און זיך מחזק זיין אז די שווערע צייטן וועלן אריבערגיין, דער אייבערשטער וועט אונז אויסלייזן פון אלע צרות. די ניגונים איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין דעם נייעם סידי "טאנץ מיט קאראנע", וואס איז דא צו באקומען ביי אלע מפיצים, ווי אויך קען מען הערן די ניגונים אויפ'ן "קול אמונה" טעלעפאן ליין&nbsp; די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 , און דרוקט 1 און 1 און 7 און 1. ביי די ספעציעלע קאראנע אפטיילונג אויפ'ן ליין קען מען אויך הערן קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין אין דעם יעצטיגן מצב, ווי אויך קען מען הערן פארגעליינט דעם קונטרס "קאראנע וויירוס", און אויך א תפלה צו מתפלל זיין אויף קאראנע, אינטערוויוס איבער קאראנע, קאראנע חדר, און נאך. לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס. &nbsp; לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!

    < זעה מער ז ניסן תשפ 📝
  • פרישער חתן אין ישיבה

    א פרישער חתן איז דא די וואך אין ישיבה; החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו. דער חתן איז געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און געהייסן דאס אויפקריצן אויף זיין מצבה, אז יעדער וואס דארף א שידוך וואס וועט אויסזאגן ספר תהלים ברציפות ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א שידוך ווי שנעלער. ווי אויך האט ער געטון די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען פערציג מאל מסכת תענית אין פערציג טעג. דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס, וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; שמחה ונחת לרוב!

    < זעה מער ה ניסן תשפ 📝
  • פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שרגא בן מוה"ר אברהם משה שטראססער שליט"א, מנהל כללי מוסדות ברסלב בארה"ב, עב"ג בת מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הקדושים, חתן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א. צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט. די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. שמח תשמח רעים האהובים! &nbsp; בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער א ניסן תשפ 📝
  • די עצות פון הייליגן רבי'ן בארואיגט אידן איבער די וועלט פון די שרעק פון די קאראנע וויירוס

    שטייענדיג אין שאטן פונעם פחד און פאניק וואס נעמט איין די וועלט פון די קאראנע וויירוס, זענען אידן זיך מחי' מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבי'ן, וואס נאר ער האט די שפראך צו יעדן אידיש קינד, אין יעדן מצב, ער ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, אז מ'זאל זיך נישט שרעקן פון קיין שום זאך, וויסן אז קיין שום שלעכטס קען נישט פאסירן צו א מענטש אן א באפעל פונעם אייבערשטן אליין, מיר ליגן אלע אין די הענט פונעם אייבערשטן, נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, און נאר ער קען אונז העלפן, סיי ווען ס'איז דא א קאראנע וויירוס אויף דער וועלט, און סיי ווען נישט. די מפיצים געבן איבער אז די ספרים, קונטרסים, גליונות, און סידיס, ווערן צעכאפט דורך יעדן איינעם, אידישע קינדער זענען זיך ממש מחי' און לעבן אויף, ווען זיי הערן און ליינען די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, וואס בארואיגט דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, זיך צו קענען ספראווען מיט די איבערפלוס פון פאניק וואס ווערט פארשפרייט אויף דער וועלט. ספעציעל דער נייער קונטרס "קאראנע וויירוס", וואס איז שוין געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש, ענגליש, און לשון הקודש, ווערט גאר שטארק צעכאפט דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, דאס העלפט זיך צו קענען כאפן דעם אטעם, נישט צו ווערן אריינגעכאפט אין איבריגע אומזיסטע פחדים, פרובירן זיך אכטונג צו געבן אויף ווי ווייט מעגליך, און זיך איבערגעבן אינגאנצן צום אייבערשטן, פארמערן תורה און תפלה, און בעטן דעם אייבערשטן געראטעוועט צו ווערן פון אלעם שלעכטס. די טעלעפאן ליניעס פון "קול ברסלב", ווערן איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אריינרופער, וואס ווילן הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק און מעודד אויף אמונה, ווי אזוי זיך שטארקן איבער די פחדים, און ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן אין דעם שווערן מצב. אויפ'ן פארלאנג פונעם ציבור האט מען געמאכט א ספעציעלע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" איבער די קאראנע וויירוס, וואו מ'קען הערן הערליכע ניגונים איבער קאראנע, קורצע און לענגערע שיעורים איבער דעם וויירוס, עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אומצוגיין. די נומערן פון "קול ברסלב" זענען 212-444-9191, אפסטעיט 845-351-0910, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066 - אנצוקומען צום קאראנא אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 און דערנאך 1 און דערנאך 7. לאמיר זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, וואס דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט דעם וויירוס, און אזוי וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון אלע שלעכטס. &nbsp; לך עמי בא בחדריך וסגור דלתיך בעדך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם!

    < זעה מער כט אדר תשפ 📝
  • מסיבת הכרת הטוב דעם פארגאנגענעם מוצש"ק

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק זענען פילע אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת "הכרת הטוב" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך די גאנצע יאר. די "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וועלכע טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט פאר'ן בנין פון די הייליגע ישיבה. די צוויי חשובע אינגעלייט ווערן אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט יעדן חודש דורך אנשי שלומינו, וועלכע שפירן א זכיה צו קענען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט, וואס מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה און תפלה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. צום ערשט האבן גערעדט עטליכע בעלי דרשנים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט אויסגעטיילט מתנות פאר אלע נדבנים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט פונעם הערליכן געשמאקן פראגראם. עזוב תעזוב עמו &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח אדר תשפ 📝
  • די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט. אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. עס איז זייער מערקווערדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט צען יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. ווען אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דורש אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'. די פארלאנג איז שוין אזוי שאטרק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי דאס צו פארמיידן וועט מען היי יאר נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים. ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp;

    < זעה מער ז אדר תשפ 📝
  • חודש'ליכע פרויען צוזאמקום פון חודש אדר קומט פאר אין די וואך פון פרשת תרומה

    לכבוד דעם נייעם פרייליכן חודש אדר וואס קומט יעצט אן, ווערט יעצט געמאלדן מיט גרויס פרייד פאר אלע די פרויען אנשי שלומינו אז מען וועט זיך צוזאם קומען אין אלע שטעט און געגענטער זיך מחזק צו זיין און זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון הייליגן רבין. עס איז א גרויס שמחה צו זען ווי די אלע חודש'ליכע פארברענגען טוען זיך פארמערן יעדע חודש מיט פילע פרישע מקורבים און אזוי אויך קומען כסדר צו פרישע געגענטער וואס פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט. מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו. - בפרט יעצט ווען עס קומען די פרייליכע און אנגעשטרענגטע ימים טובים סעזאן, וועלן די פרויען האבן די זכיה צו הערן עצות און פראקטישע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע זמנים אויפן בעסטן פארנעם, און אנהאלטן אן אנגענעמע און פאזיטיווע אטמאספערע אין שטוב, אז די קינדער זאלן שפירן און געדענקען ווי געשמאק און ווי גוט איז צו זיין א איד און צו מקיים זיין די מצוות פון הייליגן באשעפער. &nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp;פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער: &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;וויליאמסבורג - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בארא פארק - מיטוואך תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 1236 50סטע סטירט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית יואל - מאנטאג תרומה, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. 845-637-0399 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;מאנסי - מיטוואך תרומה, 8:30 - 845-200-8998 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית ברסלב ליבערטי - מיטוואך תרומה, פרטים וועלן געמאלדן ווערן אי"ה. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;דזשערסי סיטי - פרטים וועלן בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית טאהש, קאנאדע - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט 371 בית הלוי. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;ירושלים - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, שומרי אמונים 12, קומה ג' - 0583275645 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;צפת - דינסטאג תרומה, 8:15 ביינאכט, מאור חיים 5, כניסה אמצעית 3. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;בית שמש - מיטוואך תרומה, 8:30 ביינאכט, נהר הירדן 54 קומה א', 0559821013. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תרומה, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער ל שבט תשפ 📝
  • שטארקע סוקסעס מיט די פלעי "דער בערגער און דער ארעמאן"

    די געשפרעך פונעם טאג איז יעצט איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די וואך זונטאג און מאנטאג דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, אין די זאלן פון עדן פאלאס אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. אום זונטאג איז די פלעי געשפילט געווארן צוויי מאל, איינמאל נאכמיטאג און די צווייטע מאל ביינאכט, און אום מאנטאג איז די פלעי פארגעקומען איינמאל פארנאכטס. אלע באטייליגטע פרויען זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל'ס וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. &nbsp; למען תספר באזני בנך!

    < זעה מער כה שבט תשפ 📝
  • מסיבת מלוה מלכה הכרת הטוב קומענדיגע מוצש"ק תרומה

    די "רענט קאמפיין" געבט איבער אז זיי טוען איינלאדענען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת הכרת הטוב די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן צו צו באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות. די מסיבה מסיבה וואס אנשפרעכט צו זיין מיט א הערליכע געשמאקע פראגראם פון וואס אלע וועלן בעז"ה זייער הנאה האבן וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצש"ק פרשת תרומה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp; די רענט קאמפיין ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. און די אלע וואס לייגן צו א פלייצע און העלפן צו נעמען זיי מיט דעם אראפ דעם פינאנציעלע עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז זיינע תלמידים און אריינלייגן און אונז אלע תורה און תפלה און אונז געבן עצות און חיזוק אנצוגיין.

    < זעה מער כד שבט תשפ 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צום אייבערשטן. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און געהייסן דאס אויסקריצן אויף זיין מצבה אז יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל.&nbsp; מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה אז אזוי ווי ביי זיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך אים, די זעלבע וועט אויך זיין נאך זיין הסתלקות אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן. און דאס האט ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע טויזנטער אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן, דאס זענען גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד. דאס איז אן אמת'ער רבי, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מוהרא"ש האט געטון ווען ער איז געווען א יונגער בחור'ל און ער האט געטראפן א ספר'ל פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט אים געטוישט זיין לעבן, ס'האט אים געברענגט נאנט צום אייבערשטן, און דאן האט מוהרא"ש נישט געהאלטן דעם סוד פאר זיך, נאר ער האט זיך גענומען פאר א ציל אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער איבער די גאנצע וועלט. אין יענע צייטן איז דער נאמען פון רבי'ן נאך נישט געווען באקאנט בכלל פאר זייער אסאך אידן, און חפץ ה' בידו הצליח אז ער האט זוכה געווען אריינצוברענגען די עצות און לימודים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט. און דאס איז אונזער פליכט ווייטער ממשיך צו זיין, יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער קען איבערגעבן די לימודים ווייטער פאר נאך אידן, אויב דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונז געברענגט צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר דאס פארגינען אויך פאר נאך איינעם. נארישע מענטשן האבן מורא פון די "כאפערס", די געטרייע מפיצים וואס טראגן ארום און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. וואס וויל זיי דען? וואס שטייט אין די קונטרסים? די איינציגסטע זאך וואס די קונטרסים ברענגען ארויס איז דאך נאר צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, צו ווייזן פאר יעדן איינציגסטן מענטש אז ער האט נאך אויך א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט, אז ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן נאר שטענדיג זיך אויפהויבן און זיך מחזק זיין, צו וויסן א וועג ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווי אזוי צו האבן שלום בית, און נאך פילע גוטע עצות אין לעבן. ווען דער מפיץ קומט צום טיר מיט א קונטרס, איז ער נישט דא געקומען צו פארכאפן מענטשן קיין ברסלב, ער איז געקומען מזכה צו זיין אידן מיט חיזוק און אמונה, מיט עצות און הילף, מ'זאל ווייטער קענען אנגיין אין לעבן, נאר אויך ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זייער לעבן. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז נטאציע איבער די פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזע גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון פילע אידן ווי אזוי די הייליגע ספרים און קונטרסים האבן זיי מחיה ווי אויך האט מען געהערט די געווען און זיי געגעבן א נייעם לעבן. די ערשטע דרשה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן אין ישיבה תפארת התורה אין יאר תשס"ט. און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק!&nbsp; &nbsp; די גאנצע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים סעודת הילולא

    < זעה מער יז שבט תשפ 📝
  • טיקעטס צום שפיל "דער בערגער און דער ארימאן", וואס ווערט פארגעשטעלט דורך "בית פיגא" סקול - שוין דא צו באקומען

    עס איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן פאר אלע חשובע פרויען וואס פרעגן כסדר איבער טיקעטס פארן שפיל אז מען קען שוין ב"ה קויפן טיקעטס פאר די בית פיגא ברלסב שפיל "דער בערגער און דער ארעמאן", אין אלע היימישע געגענטער. דער גאר פראפעשאנעל שפיל וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג (נאכמטיג און פארנאכטס) און מאנטאג (פארנאכטס), אין די זאלן פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג, עס ווערט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער שפיל זאל זיין סיי גאר דראמאטיש, ציענד, און אזוי אויך שטארק באלערענד. דער שפיל אנטשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אן איבערלעבעניש וואס וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן ווערן פון די באטייליגטע. די צוקוקער וועלן בעז"ה אויסער ענדזשויען יעדע מינוט, אויך מיטנעמען די באלערענדע מוסר השכל'ס וואס דער הייליגער רבי האט באהאלטן די הייליגע מעשיות, ווי דער רבי האט געזאגט אויף זיינע הייליגע מעשיות אז "עס וועט אויפוועקן דעם מענטש פון שלאף". &nbsp; פאלגענד זענען די לאקאציעס ווי מען קען עס שוין קויפן: פארקאש טלתים: וויליאמסבורג - 187 ראדני סט. קרית יואל - 8 העיס קט. מאנסי - 86 רוט 59. בארא פארק - 4529 16 עוו. &nbsp; טויס טו דיסקאווער: וויליאמסבורג - 147 ליע עוו. בארא פארק - 5504 18 עוו. &nbsp; די טיקעטס זענען זייער לימיטעד. איילט אייך צו צו קויפן ווילאנג עס איז נאך דא. &nbsp; טייערע פרויען און מיידלעך, האלט אייך געשפאנט - עס ערווארט אייך אן עקספירענס וואס איר וועט געדענקען אויף לאנגע יארן בעזר השם יתברך. &nbsp; מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 1 מען גרייט צו די פראפס צום שפיל 2

    < זעה מער טז שבט תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1291 to 1305 of 1672 results

1 2 ... 84 85 86 87 88 89 90 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com