Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואקסינען

    שאלה: א גוטן ר' גרשון קרעמער, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס מיינט דאס "וואקסינען"? און וויאזוי ווערט מען "וואקסינירט"? אזוי אויך וויל איך וויסן פארוואס די מוסדות זענען אזוי שטרענג נישט אנצונעמען קיין קינדער וואס האבן נישט באקומען קיין וואקסינען?   משה טייטלבוים     ענטפער פון גרשון קרעמער:   וואקסינירן מיינט אז מען מאכט דעם מענטש ער זאל זיין צוגעגרייט, אז אויב עס פאסירט ח"ו די קרענק אויף וואס מען געבט די וואקסינאציע, זאל ער עס קענען באקעמפן און זיך שלאגן דערמיט. למשל, א מענטש וואס ווערט וואקסינירט אין די יונגע יארן מיט אמונה און בטחון — מען האט אים אויסגעלערנט פון ווען ער איז נאך א קליין קינד אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, מען לערנט אים אויס צו לעבן מיט קדושה און טהרה, און ער זאל וויסן אז עס זענען דא קראנקע מענטשן פון וועמען מען דארף שטיין ווייט — אזא קינד וועט אויפוואקסן געזונט בעז"ה, און ער וועט זיך קענען שלאגן קעגן אלע קרענק און אנשיקענישן וואס וועלן אים נאך אונטערקומען. די אלע נסיונות וועט ער בעז"ה קענען ביישטיין, ווייל ער איז וואקסינירט.   בנוגע דעם וואס דו פרעגסט, פארוואס די מוסדות זענען אזוי שטרענג נאר אנצונעמען קינדער וואס האבן באקומען די וואקסינען? פונקט ווי מען דארף זיין וואקסינירט ברוחניות, דורך אנגרייטן די קינדער צו שוועריקייטן מיט אמונה און קדושה, דארף מען אויך אנגרייטן די קינדער בגשמיות, אז זיי זאלן נישט באקומען די פארשידענע מחלות וואס עס זענען דא דערויף וואקסינען. די וואקסין "לערנט אויס" דעם קערפער וויאזוי צו באקעמפן די מחלה. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו ווי פאלגנד: "דיין ווייב האט מיר געשריבן איך זאל איר אויסקלארן וועגן געבן פאר די קינדער שאטס, ווייל די עלטערן שטייען טאג און נאכט און האקן אין קאפ קעגן שאטס, אז אלע צרות קומען דערפון. איך בין נעכטן געווען אין שטעטל א גאנצן טאג, און גלייך ווען איך בין אהיים געקומען בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער געבן שאטס. מיין ווייב תחי' בעט מיר איך זאל מיטגיין מיט איר געבן נידלעך פאר די קינדער; בשעת'ן געבן די שאטס בין איך געווען זייער פרייליך צו טון וואס איז ריכטיג פאר די קינדער. דער רבי האט געזאגט מען זאל געבן פאר די קינדער וואקסינען. דער רבי האט געזאגט, אז אפילו ווינטער ווען עס איז שטארק קאלט זאל מען פארן מיט די קינדער צום דאקטער געבן וואקסינען. אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי רעדט נישט פון די היינטיגע וואקסינען, און אז היינט איז דאס יא שעדליך. קומט מוהרא"ש און זאגט אין שו"ת ברסלב (חלק ז, מכתב תתטז, ועוד) מען זאל געבן וואקסינען פאר די קינדער, אזוי טו איך און אזוי טוען אלע תלמידי היכל הקודש. לאז זיך זיך נישט פארנארן מיט די נארישע דמיונות אז אלע פראבלעמען קומען פון די וואקסינען. איינמאל מען הייבט אן אויסצוהערן די שטותים ווערט מען אינגאנצן פארפירט, און מען קען אנקומען צו סכנות'דיגע זאכן. שטארק זיך אין הפצה; גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן דורכאויס די אלע יארן. דאס זענען אזעלכע אוצרות, אז ווער עס קוקט אריין אין די ספרים ווערט אן ערליכער איד.   אויך שרייבט דער ראש ישיבה אין אן אנדער בריוו: "בנוגע געבן 'שאטס' (וואקסינען) פאר קינדער; יעצט זענען נעבעך אוועק עטליכע קליינע קינדער אין ירושלים עיר הקודש פון די מחלה 'מיזעלס' מען זעט קלאר וואס דער רבי האט געזאגט מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, אז ווער עס גיט נישט קיין שאטס פאר די קינדער – איז א רוצח. אינטערעסאנט איז, אז אין ברסלב אין מאה שערים, וואו מען טוט אלעס וואס דער רבי זאגט – זאל מען האבן אזעלכע חכמות, רחמנא לצלן. אויך ביי אונז אין שטעטל זענען דא טייערע וואוילע משפחות וואס טוען אלעס וואס דער רבי זאגט, ביז עס קומט צו געבן שאטס פאר די קינדער."   דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס דעם בריוו: "וואויל איז דעם וואס פאלגט די תורה, פאלגט וואס די צדיקים זאגן, און גייט נישט נאך דעם אייגענעם שכל."

    < זעה מער יז אייר תשפ"ו 📝
  • צוטריט צו מירון אין פראגע צייכן

    גרשון קרעמער &nbsp; שטייענדיג ערב דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען צענדליגער טויזנטער אידן האבן א געוואלדיגע תשוקה צו פארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, קומט אריין די נייעס אז די ציוניסטישע רעגירונג וויל פארשפארן דעם הייליגן ציון מיט'ן תירוץ אז די שטימונג אין צפון איז אנגעצויגן, דער מצב מיט כיזבאלא אין לבנון איז נישט גלאטיג, און עס איז נישט קיין אחריות צו לאזן טויזנטער מענטשן זיך פארזאמלען אינאיינעם אויף איין פלאץ. &nbsp; פון איין זייט איז עס א גרויסער ווייטאג, ווייל ווער עס איז שוין אמאל געווען ביים הייליגן ציון אין מירון קען עדות זאגן אויף די געוואלדיגע קרבת אלוקים וואס מען שפירט דארט. מען בעט זיך אויס ביים אויבערשטן פונקט ווי א קינד וואס וויינט זיך אויס פאר זיין טאטן; עס איז דא דארט אזא התעוררות, דאס הארץ עפנט זיך אויף און מען געפינט די ריכטיגע דיבורים זיך אויסצושמועסן מיט'ן באשעפער. &nbsp; אבער פון די אנדערע זייט איז וויכטיג צו געדענקען אז די פאליציי האט נישט קיין שום שליטה אויף די מערה; זיי האבן נישט דעם שליסל און נישט דעם שלאס. זיי קענען אפשר לייגן בלאקאדעס אויף די וועגן וואס פירן קיין מירון, זיי קענען שלאגן און שטופגן די אידן וואס ווילן צוקומען פיזיש צום ציון, אבער צום פתח המערה קענען זיי בשום אופן נישט צוקומען. זיי ווייסן בכלל נישט וואו דאס געפינט זיך, און זיי קענען נישט צוריקהאלטן מיר און דיר פון צוקומען אהין. &nbsp; אפילו דו געפינסט זיך אין אמעריקע, אין ענגלאנד אדער אויסטראליע, שטייסטו יעצט ביים טויער פון די מערה. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט ל"ג בעומר: "די חתונה איז דארט, אבער דער חתן איז דא". עס איז אמת אז דארט קען מען זיך אויסוויינען צום אויבערשטן, און עס איז אמת אז די שמחה וואס מען שפירט דערנאך קען מען נישט באשרייבן &ndash; מען שפירט ווי מען האט אראפגענומען א שטיין פון הארץ &ndash; אבער אויב מען איז זוכה מקיים צו זיין די לימודים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, דאן שטייסטו יעצט ביים טויער פון די מערה. &nbsp; ציונים קענען נישט צושפארן די מערת רבי שמעון. דער רבי זאגט אז די חתונה איז דארט, אבער דער חתן איז דא. דא לערנט מען תורת רבי שמעון, וואס נאר אדאנק אים קען מען זיך דערהאלטן אינעם שווערן גלות. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט א געוואלדיגע הארציגע תפילה פון רבי נתן אין ליקוטי תפילות חלק ב', סימן מז, וואס עס איז זייער כדאי צו זאגן אין דעם טאג: &nbsp; "הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, דוּ הָאסְט אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה, דוּרְךְ דַיין הֵיילִיגֶע זוֹהַר וֶועלְן מִיר אַרוֹיסְגֵיין פוּן גָלוּת. אֲפִילוּ מִיר וֶועלְן זַיין אִין דִי וַוייטְסְטֶע פְּלֶעצֶער, הַסְתָּרָה שֶׁבְּתוֹךְ הַסְתָּרָה - וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה פוּן אוּנְז, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט: "וְאָנֹכִי הַסְתֵּר אַסְתִּיר פָּנַי בַּיּוֹם הַהוּא עַל כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו לְעֵד כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ". &nbsp; וְהִנֵּה, יֶעצְט זֶענֶען מִיר אִין אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע צַייט, דִי גָלוּת צִיט זִיךְ שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג, יֶעדְן טָאג וָואס גֵייט פַארְבֵּיי וֶוערְן מִיר וַוייטֶער אוּן וַוייטֶער, מִיר זֶענֶען אַזוֹי וִוי יְתוֹמִים, קֵיינֶער נֶעמְט זִיךְ נִישְׁט אָן פַאר אוּנְז. &nbsp; פוּן אֵיין זַייט זֶעט מֶען אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, פוּן דִי צַייטְן פוּן הֵיילִיגְן אֲרִיזַ"ל זֶעט מֶען אַ מִין בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אִין דִי פְרִיעֶרְדִיגֶע צַייטְן, מֶענְטְשְׁן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְבֶּענְקְט צוּ דִיר, מֶענְטְשְׁן וִוילְן דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט אִיז שְׁרֶעקְלִיךְ, מֶענְטְשְׁן פַאלְן אַוֶועק אָן אַ שִׁיעוּר, דִי נִסְיוֹנוֹת זֶענֶען אַזוֹי שְׁרֶעקְלִיךְ, אִידִישֶׁע קִינְדֶער פַאלְן אִין דִי עֶרְגְסְטֶע פְּלֶעצֶער. &nbsp; בֶּאֱמֶת בִּין אִיךְ נִישְׁט דֶער וָואס זָאל דִיר קוּמֶען דֶערְצֵיילְן וָואס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט, דוּ וֵוייסְט דָאס אַלֵיינְס, דוּ וֵוייסְט דֶעם מַצָב הַדוֹר, וִוי אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת פַאלְן נֶעבֶּעךְ, אִיךְ וִויל זִיךְ פָּשׁוּט אוֹיסְרֶעדְן מַיין אֵייגֶענֶע וֵוייטָאג, אִיךְ אַלֵיינְס בִּין נֶעבֶּעךְ אַזוֹי וַוייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, קוּק מַיינֶע עֲבֵירוֹת, וִוי אִיךְ הַאלְט אִין אֵיין פּוֹגֵם זַיין, עַל אֵלֶּה אֲנִי בּוֹכִיָ', אִיךְ וֵויין צוּ דִיר, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַ פַארְלוֹירֶענֶער, אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען שְׁטַארְקְן צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ פַארְרֶעכְטְן? וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ אָפְּלָאזְן מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע וֶועגְן? וואוּ קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְשְׁטֶעקְן פַאר בּוּשָׁה וֶוען אִיךְ דֶערְמַאן זִיךְ וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ גֶעטוּן? וֵויי אִיז מִיר, וָואס טוּ אִיךְ דָא וַוייטֶער? אִיךְ וֵוייס אָבֶּער אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער קֶען יֶעדְן אֵיינֶעם הֶעלְפְן, דֶערִיבֶּער קוּם אִיךְ צוּ דִיר הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן וִוי אַן אָרֶעמַאן וָואס בֶּעט זִיךְ מֶען זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף אִים. &nbsp; הֵיילִיגֶער צַדִיק רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, וִוי אַזוֹי קֶענְסְטוּ אוֹיסְהַאלְטְן דִי צָרוֹת פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער; וֶועק זִיךְ אוֹיף אוּן וֶועק אוֹיף אַלֶע צַדִיקִים, אוּן קוּקְט וָואס גֵייט פָאר מִיט כְּלַל יִשְׂרָאֵל אוּן אוֹיף מִיר זִינְדִיגֶער מֶענְטְשׁ, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ וֵוייסְט דָאךְ וָואס אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען אַלְץ אַרִיבֶּער פוּן אָנְהוֹיבּ גָלוּת בִּיז יֶעצְט, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף יֶעדְן אֵיינֶעם בִּכְלָלִיּוּת וּבִפְּרָטִיּוּת, וּבִּפְרַט אוֹיף מִיר, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר פוּן וֶוען אִיךְ בִּין גֶעבּוֹירְן אוּן פוּן וֶוען מַיין נְשָׁמָה, רוּחַ וָנֶפֶשׁ, אוּן אַלֶע מַיינֶע גִּלְגּוּלִים זֶענֶען בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן, בִּפְרַט פוּן דֶעם גִּלְגּוּל, וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ עוֹבֵר גֶעוֶוען; וָואס זָאל אִיךְ זָאגְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְטֵיידִיגְן? &nbsp; רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, גֶעבּ אַרַיין אִין דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, אִין זַיין הַארְץ, אַ וִוילְן מִיר צוּ הֶעלְפְן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, לֵייג אַרַיין אִין דִי הֶערְצֶער פוּן אַלֶע אֱמֶתְ'עֶ צַדִיקִים זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט בַּאהַאלְטְן פוּן מִיר, זֵיי זָאלְן זִיךְ אָנְנֶעמֶען פַאר מִיר, זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן אִין מִיר גוּטֶע זַאכְן, זֵיי זָאלְן מִיךְ בְּרֶענְגֶען נָאנְט צוּ דִיר, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַלֶעס צוּ פַארְרֶעכְטְן, אִיךְ זָאל שׁוֹין תְּשׁוּבָה טוּן בֶּאֱמֶת וּבְלֵב שָׁלֵם. &nbsp; הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ הָאסְט דָאךְ אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט דִי תּוֹרָה נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן, בֶּעט אִיךְ דִיר, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת, דֶערְבַּארֶעם זִיךְ אוֹיף מִיר, קוּק נִישְׁט שְׁלֶעכְט אוֹיף מִיר, אוֹיף אַלֶע שְׁלֶעכְטְס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן בִּיז אַהֶער. אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט גֶערֶעכְט, וַוייל אִיךְ הָאבּ אַזוֹיפִיל עֵצוֹת אוּן וֶועגְן וִוי אַזוֹי צוּ זַיין עֶרְלִיךְ, אוּן דָאךְ גֵיי אִיךְ וַוייטֶער דֶערְצֶערֶענֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן קוּק נִישְׁט אוֹיף דֶעם, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר, הֶעלְף מִיר, אִיךְ הָאבּ נָאר אֵיין וֶועג צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ תְּפִלָה; זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן דָאס הַארְץ, (אַז אִיךְ וֶועל זוֹכֶה זַיין צוּ קוּמֶען קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל אוּן זַיין בַּיי דַיין צִיוּן וֶועל אִיךְ דִיר דָאס אַלֶעס דֶערְצֵיילְן, אִיךְ וֶועל זִיךְ קֶענֶען אוֹיסְשְׁמוּעֶסְן מִיט דִיר), אִין דִי זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ קֶענֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס, אָמֵן".

    < זעה מער טז אייר תשפ"ו 📝
  • פלאנצן קארטאפל

    גרשון קרעמער &nbsp; עס האט זיך ב"ה אנגעהויבן דער זומער סעזאן, און מען קען געניסן פון די געשמאקע ווארימע וועטערס. מען גייט ארויס אין די נאטור צווישן די גראז און ביימער און מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן; וואס קען דען זיין געשמאקער פון דעם? &nbsp; אזוי ווי א שיינע צאל פון אונזערע ליינער וואוינען אפסטעיט, וואו מען האט א שטיקל הויף ארום דעם הויז, האט מען אונז געבעטן מיר זאלן געבן בעיסיק אנווייזונגען וויאזוי צו פלאנצן פשוטע גרינצייג. &nbsp; וויבאלד רוב פון אונז האבן נישט קיין שום ערפארונג אין פעלד-ארבעט, האבן מיר באשלאסן אנהויבן דאס ערשטע מיט קארטאפל, היות דאס איז עפעס וואס יעדער קען טון אליינס, מען דארף גארנישט קויפן אין קיין ספעציעלע געשעפטן, און עס וואקסט גוט אין ניו יארק. יעצט (אפריל - מאי למספרם) איז טאקע די פאסיגע סעזאן עס איינצופלאנצן. &nbsp; די ערשטע זאך נעמט א פשוט'ן קארטאפל און לאזט עס ליגן אויפ'ן קאונטער פאר א וואך-צוויי. ווען איר זעט קליינע ווייסע אדער גרינע ווארצלען ארויסקומען (וואס מען רופט "אויגן"), זענט איר גרייט פאר'ן קומענדיגן שטאפל. &nbsp; מען נעמט דעם קארטאפל און מען צושניידט אים אין עטליכע שטיקער, און מען מאכט זיכער צו לאזן צוויי "אויגן" אויף יעדן שטיקל. נאכ'ן שניידן לאזט די שטיקער ליגן אינדרויסן פאר 24 שעה, כדי די געשניטענע זייט זאל ווערן אביסל אויסגעטרוקנט, וואס דאס וועט העלפן אז דער קארטאפל זאל נישט פארפוילט ווערן אין די ערד. &nbsp; יעצט קען מען שוין לייגן די קארטאפל אין דער ערד, אבער עס איז דא א בעסערע עצה: לייגט דעם שטיקל קארטאפל (מיט די "אויגן" ארויף) אויף דער ערד אדער אויף א שטיקל קארדבארד, און דעקט עס איבער מיט א דיקן שיכט (כאטש 6-8 אינטשעס) פון טרוקענע געשניטענע גראז אדער שטרוי. די מעלה פון פלאנצן אין גראז איז אז עס האלט בעסער די פייכטקייט און לאזט נישט די ווילדע גראזן וואקסן. נאך א בענעפיט איז, אז ווען עס קומט די צייט ארויסצונעמען די פארטיגע פירות, דארף מען נישט ניצן קיין שאוול; מען רוקט פשוט אוועק די גראז אין א זייט און מען האט פארטיגע, געשמאקע, פרישע קארטאפל בס"ד. &nbsp; אביסל אנווייזונגען: קארטאפל האבן ליב זון (בערך 6-8 שעה א טאג) און אסאך וואסער (אבער נישט איבערגעטריבן). וויפיל וואסער? מאכט זיכער אז דער שיכט גראז איז כסדר פייכט. נאך בערך 3-4 חדשים, ווען די בלעטער פון דעם קארטאפל-געוויקס אינדרויסן ווערן געל און הייבן אן צו וועלקן, איז עס א סימן אז די קארטאפל אונטער דער ערד זענען שוין רייף און גרייט. &nbsp; וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די קארטאפל וואס ווערט געפלאנצט? ווען דו האסט א נסיון, און עס קומט דיר אונטער צו זען עפעס וואס דער אויבערשטער לאזט נישט &mdash; דו ביסט אין גאס אדער אין אפיס &mdash; און דו בייגסט אראפ דיינע אויגן, דו "פלאנצט איין" דיינע אויגן; כאטש דו לייגסט אראפ דיינע אויגן, קוקסטו דאך ארויף צום הימל און דו בעטסט דעם אויבערשטן ער זאל דיר העלפן און באגלייטן. דו מאכסט זיכער עס צו האלטן כסדר פייכט, דו באגיסט עס מיט טרערן, און כאטש קיינער זעט עס נישט, וואקסט עס אונטער די ערד. זאלסטו זיכער זיין אז עס וועלן וואקסן שיינע פירות פון דיין האראווניע; איין קוק ווייניגער איז גאר אסאך ווערט.

    < זעה מער יג אייר תשפ"ו 📝
  • אנטיסעמיטישע שטעכעריי אין לאנדאן

    נעכטן איז פארגעקומען אין לאנדאן א שרעקליכער אינצידענט, אבער קודם דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן אז די צוויי אידישע קרבנות זענען ברוך השם נישט אין קיין סכנה און ערהוילן זיך גוט. דער אינצידענט האט פאסירט אין סטעמפארד היל, וואו אן אנטיסעמיט האט אטאקירט צוויי היימישע אידן מיט א מעסער. ב"ה די פאליציי האט שנעל ארעסטירט דעם פארשוין, און די פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג. עס איז א גרויסער ווייטאג אז אזא זאך האט פאסירט, אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר זיין בלינד נישט צו זען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער שטעכער האט געזוכט צו שעדיגן און פייניגן אידישע קינדער, האט אבער דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז נישט ארויסגעקומען קיין פערמענאנטע שאדנס דערפון, און ברוך השם עס זענען דא רפואות דערויף. די דאקטוירים לייגן סטיטשעס, די צושטאכענע &mdash; זאגט מען &mdash; ערהוילן זיך פיין, און מיט דער צייט וועט נישט בלייבן דערפון קיין זכר בסייעתא דשמיא. אבער עס זענען דא אנדערע סארט "מעסערס" וואס שטעכן אויף א וועג וואס איז אסאך שווערער אויסצוהיילן. ווען א מענטש האט א הפקר מויל און ער ניצט זיין מויל צו זאגן שטעכעדיגע ווערטער פאר א צווייטן, מיינט ער אפשר אז ער מאכט א וויץ, "איך האב נאר געזאגט", אבער באמת גייט ער ארום מיט א שווערד וואס קען איבערלאזן שווערע וואונדן אויף לאנגע יארן. קריטיק, שארפע ווערטער, א שלעכטע באמערקונג אדער א נארישער וויץ קען באמת "שטעכן", און פאר דעם העלפן נישט קיין סטיטשעס; מענטשן גייען נעבעך ארום א גאנץ לעבן מיט א צושינטן הארץ. ווען עס האט פאסירט די טראגעדיע מיט לייבי קלעצקי ע"ה, האט מוהרא"ש מורא'דיג געוויינט. ער האט געקלאגט אויף די קינדער וואס ווערן נעבעך "צושניטן" יעדן טאג דורך הארצלאזע מענטשן; מען ווערט נערוועז אויף א קינד, מען פארשעמט אים און מען דערנידערט אים, וואס דאס לאזט איבער אומאויסהיילבארע שאדנס אויף אידישע נשמות. דערפאר, אז עס האט פאסירט אזא זאך &ndash; האט מוהרא"ש דאן געזאגט &ndash; דארפן מיר זיכער מאכן צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, וואס וועלן לערנען מיט אידישע קינדער צו געדענקען די חשיבות פון א אידישע נשמה, א "חלק אלוקי ממעל", וואס מען דארף שעצן און אכטונג געבן אויף איר. אזוי וועט מען בעז"ה האבן נחת פון די קינדער. יעצט אז מיר געפינען זיך אין די טעג פון ספירה, א צייט ווען מיר דערמאנען זיך אין די תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען ליידער אומגעקומען ווייל "לא נהגו כבוד זה בזה", דארפן מיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן אנהייבן אכטונג געבן אויף אונזער שפראך. מיר זאלן נוצן אונזער מויל נאר פאר גוטע זאכן: זאגן א גוט ווארט פאר א חבר, געבן קאמפלימענטן אן קיין חשבונות צי עס מאכט יא סענס אדער נישט, און רעדן מיט איידלקייט און רעספעקט אפילו ווען מיר זענען נישט מסכים מיט יענעמ'ס מיינונג. אין זכות פון נוהג כבוד זיין איינער צום צווייטן, וועט דער אויבערשטער העלפן אז אלע שונאי ישראל זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונז, און מיר וועלן נאר הערן גוטע בשורות.

    < זעה מער יג אייר תשפ"ו 📝
  • ערנסטע הכנות אין שטעטל צום גרויסן מעמד הדלקה קומענדיגן ל"ג בעומר

    אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אנשי שלומינו אין שטעטל. דאס איז אנדערש ווי אין די פארגאנגענע יארן, ווען דער ראש ישיבה שליט"א פלעגט פארן קיין מירון צו וויילן דעם שיינעם יום טוב אין עיר הקודש מירון ביים הייליגן ציון פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א. &nbsp; מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז היי יאר פלאנט ער צו בלייבן דא און פארברענגען מיט אנשי שלומינו, וואו מען וועט אפרעכטן דעם טאג מיט גרויס שמחה און התעוררות. ער וויל אויסנוצן די געלעגנהייט אנוצווארימען אידישע קינדער צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא, בפרט דורך לערנען תורת רבי שמעון בר יוחאי, און מאכן אן אויפוואכונג אז מען זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און אין די תיקונים. מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסקייט און הייליגקייט פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא האט אונז איבערגעלאזט; אפילו בלויז צו זאגן די ווערטער איז מקדש און מטהר א מענטש, און עס איז מסוגל צו באהעפטן א אידיש קינד צום אויבערשטן. &nbsp; וויבאלד דער ראש ישיבה שליט"א וועט דא וויילן, וועט מען פראווען א גרויסע מעמד הדלקה אינעם שטעטל. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה וועט מען עס מאכן דינסטאג נאכמיטאג, כדי די קינדער - וואס זענען דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן - זאלן אויך קענען מיטהאלטן און מיטנעמען מיט זיך אויפן גאנצן לעבן דעם געשמאק און זיסקייט פון תורה און אידישקייט. &nbsp; אזוי ווי עס ווערט ערווארטעט א גאר גרויסער ציבור און דער מעמד ההדלקה וועט פארקומען ביים פארקינג לאט, האט מען מסדר געווען מיט די פאליציי אפצושפארן דעם גאנצן פארקער אויף האשקי רד. כדי עס זאל זיין ארדענונג און אלע זאלן קענען מיטהאלטן. עס וועט זיין א באגרעניצטע צאל VIP פארקינג ערטער פאר די ספאנסערס פונעם מעמד; ווער עס וויל באקומען א פארקינג אדער קויפן זכותים קען זיך מעלדן צום משמש ר' ישראל פוקס אויף 845-720-2560. &nbsp; מיט די הילף פונעם אויבערשטן וועט די הדלקה אינעם חצר פון בית המדרש זיך אנהייבן אום 5:30 נאכמיטאג. וויבאלד עס וועט נישט זיין קיין פארקינג פארן אלגעמיינעם ציבור ביים בית המדרש, וועט ארויסגיין א באס אום 5:15 אפצונעמען דעם עולם צום מעמד פון "לעמאנעיד סופערמארקעט", פונעם "בית התבשיל", און פון ירושלים גאס. אזוי אויך וועט במשך דעם מעמד זיין א שאטל באס פונעם באזאר צום הדלקה און צוריק. נאכן מעמד וועלן זיין באסעס צוריקצופירן דעם עולם צו די דריי אויבנדערמאנטע סטאנציעס: לעמאנעיד סופערמארקעט, בית התבשיל און ירושלים גאס.

    < זעה מער יג אייר תשפ"ו 📝
  • די שטארקייט פון צעמענט

    שאלה: וויאזוי מאכט מען צעמענט? צוערשט וויל איך פארשטיין וואס איז די זאמד-שטויב וואס מען מישט אויס מיט וואסער, און פון וואו קומט עס? צווייטנס, וויאזוי ווערט עס הארט ווי א שטיין נאכדעם וואס עס טרוקנט אויס? און דריטנס, צעמענט איז מצד אחד זייער שטארק &ndash; עס קען האלטן אויף זיך א בריק מיט צענדליגער טראקס און באסעס &ndash; אבער מצד שני קען מען אפברעכן שטיקלעך דערפון מיט די בלויזע הענט. קענט איר מיר ביטע ענטפערן א גוטע תשובה אין די "אלץ און אלעמען" רובריק? &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp; ענטפער: האסט געפרעגט אסאך שאלות, לאמיר גיין על ראשון ראשון. וואס איז דער צעמענט-שטויב? ווי איר פארשטייט אליין, איז עס נישט קיין פשוט'ע זאמד; עס באשטייט פון עטליכע קאמפאנענטן. בעיקר איז עס קאלך (Limestone) און ליים (Clay). מען הייצט אן די קאלך און ליים שטיינער גאר הייס (יא, א פשוט'ע "קאלך אויוון") ביז זיי ווערן צולאזט, און דערנאך ווערן זיי צוריק פארהארטעוועט. נאכדעם צומאלט מען דעם שטיין צו שטויב, און דאס איז די "זאמד" מיט וואס מען מאכט צעמענט. &nbsp; יעצט, וויאזוי ווערט עס טאקע הארט ווי א שטיין? עס ווערט נישט הארט ווייל עס ווערט "אויסגעטרוקנט" אזוי ווי עס זעט אונז אויס, נאר עס ווערט הארט דורך א כעמישע רעאקציע. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין פארשידענע מאטעריאלן א טבע, אז אויב זיי קומען זיך צוזאמען איינס מיט'ן צווייטן, האבן זיי א השפעה און עס ווערט א נייע בריאה; בערך אזוי ווי פון מעל און וואסער ווערט א טייג און דערנאך ברויט. ברויט איז נישט קיין מעל, עס איז א פרישע בריאה וואס ווערט געשאפן נאכדעם וואס דאס מעל און דאס וואסער קומען צוזאמען. ווען די צעמענט-שטויב רירט אן וואסער, פאסירט אן אנדערע סארט כעמישע רעאקציע, און עס הייבן זיך אן צו פארמירן קליינע קריסטאלן וואס קניפן זיך אן איינס אינעם צווייטן גאר שטארק, ביז די גאנצע זאך ווערט איין שטיק הארטע שטיין. &nbsp; פרעגסטו, וויאזוי קען עס זיין שטארק און שוואך אין די זעלבע צייט? אויף דעם איז דער ענטפער, אז צעמענט איז שטארק ווען עס קומט צו אויסהאלטן דרוק, אבער עס איז שוואך ווען מען וויל עס בייגן. דאס איז פארקערט פון אייזן, וואס לאזט זיך טאקע בייגן אבער עס וועט זיך זייער שווער איבערברעכן, בעת צעמענט וועט זיך גאנץ גרינג ברעכן ווען מען לייגט אויף עס א בייגעדיגע דרוק. דאס איז די סיבה פארוואס מען לייגט אריין אייזערנע שטעקענס (ריבאר) אינעם צעמענט, אזוי ארום באקומט מען א גוטן באלאנס פון ביידע כוחות, און עס קען פיל בעסער אויסהאלטן אלע סארטן דרוק. &nbsp; ווען מיר חזר'ן אמונה און מיר גייען אין די וועגן פון אברהם אבינו, וואס האט זיך געהאלטן שטארק מיט זיין אמונה און איז דורכגעגאנגען דעם נסיון פונעם קאלך אויוון, באקומען מיר די כוחות זיך צו האלטן שטארק און זיך נישט בייגן פארן שטערקסטן דרוק; ווייל אויב מיר געבן זיך איבער פארן אויבערשטן, קען אונז קיינער גארנישט טון.

    < זעה מער יא אייר תשפ"ו 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו ענדיגן מסכת מנחות און אנהייבן מסכת חולין

    מיט גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צום קומענדיגן עש"ק, ווען יעדער וועט דאנקען דעם אויבערשטן "שהחיינו וקיימנו" אויף דעם וואס מען איז זוכה מסיים צו זיין און ארייננעמען אין זיך נאך א גאנצע מסכתא, נאכדעם וואס מען האט פאר איבער הונדערט טעג געלערנט יעדן טאג א דף גמרא. מען וועט גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא אביי, וואס זאגט אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב): "אמר אביי, תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן" &ndash; אז ווען א תלמיד חכם האט מסיים געווען א מסכתא, האט ער געמאכט א יום טוב פאר די תלמידים. אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו פראווען א יום טוב און מאכן א שיינעם סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים, און מיטנעמען די ווייב און קינדער אין די גרויסע שמחה, כדי אריינצוברינגען אין שטוב א ליבשאפט צום אויבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. עס איז נישטא קיין בעסערע זאך אויף דער וועלט ווי לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. נאר דאס מאכט א איד פרייליך און פילט אים אן מיט צופרידנהייט; אזוי אויך מאכט עס א מענטש געזונט ברוחניות ובגשמיות. און אויב איר טראכט ביי זיך: "איך בין נישט געמאכט צו ענדיגן ש"ס, דאס איז אפשר געמאכט פאר א רב אדער פאר א דיין," לאמיר אריינקוקן אין רש"י, וואס לייגט צו עטליכע ווערטער דארט אויפן פלאץ. אביי האט זיך געפריידט מיט יעדן תלמיד "דשלים מסכתיה" (וואס האט געענדיגט זיין מסכתא), זאגט רש"י: "שגרסה" &ndash; ער האט עס געזאגט. דאס איז עפעס וואס יעדער איד קען טון אין יעדן מצב. דאס איז איינע פון די זיסטע מתנות וואס דער רבי האט אונז געגעבן. קוקט עס נאך אין שיחת הר"ן סימן ע"ו, וואו דער רבי גיט אונז א לעכטיגן "סדר דרך הלימוד". דער רבי ברענגט דארט ארויס אז מען זאל לערנען זייער שנעל, און אפילו בלויז זאגן די ווערטער, ווייל מען וועט עס ממילא פארשטיין; און אויב נישט ביים ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל. דער רבי פירט אויס: "און אויב מען וועט עס בכלל נישט פארשטיין, וואס איז?" ווייל אויף יענער וועלט וועט מען שוין דערמאנען און פארשטיין אלעס וואס מען לערנט דא אויף דער וועלט. דערפאר זייט קלוג און ווארט נישט אפילו איין טאג. הייבט אן היינט מסכת מנחות דף ק"ז, און קוקט נישט צי איר האט א קאפ, צי איר האט געדולד, צי איר פארשטייט, אדער צי איר זענט טרוד; ווייל יעדער איינער קען זוכה זיין לכתרה של תורה און ענדיגן דעם גאנצן ש"ס.

    < זעה מער יא אייר תשפ"ו 📝
  • און צום דריטן מאל: טראמפ ווידערמאל געראטעוועט פון א שיסעריי

    גרשון קרעמער &nbsp; עס איז פשוט און קלאר אז דער אויבערשטער פירט די גאנצע וועלט; זאל עס זיין ווי גרויס און וויכטיג עס זעט אויס אין אונזערע אויגן, אדער ווי קליין און נישטיג עס דאכט זיך אונז, אלעס איז אין די הענט פונעם אויבערשטן וואס פירט זיין וועלט פונקטליך און גענוי וויאזוי ער וויל. &nbsp; דאס איז ביי יעדע זאך אין לעבן, און די זעלבע זאך איז ביי מלכים און שרים וואס דער אויבערשטער פירט זיי ווי פאפעטס אין די הענט פון א שוי-שפילער. פאר אונז זעט עס אויס ווי די סיקרעט סערוויס פאלט דורך אדער איז סוקסעספול, דער פרעזידענט איז דער גרעסטער דזשיניעס אדער גאר א ווילדער צודרייטער וואס קאפעט און שטויסט ווי א ספוילד קינד וואס האט נישט באקומען זיין לאלי; אבער "לב מלכים ושרים ביד ה'", יעדע ריר און יעדע קויל האט איר אדרעס. &nbsp; דער אויבערשטער האט ווידער געפירט אז טראמפ זאל דורכגיין א פרישן אטענטאט-פארזוך. דאס מאל איז עס פארגעקומען אינעם זאל פונעם "וואשינגטאן הילטאן" האטעל, וואס איז געווען הערליך אנגעגרייט פאר די טויזנטער מידיע פערזענליכקייטן ביים יערליכן "ווייסע הויז קארעספאנדענטן" דינער. אנדערש ווי יעדעס יאר איז ער געזעסן ביים אויבנאן און פארברענגט רואיג, ווען פלוצלונג האט זיך די רואיגקייט געטוישט אין איין רגע. &nbsp; הילכיגע קולות האבן אפגעקלינגען אינעם לאבי. "איך האב געמיינט אז א טאץ איז אראפגעפאלן," האט דער פרעזידענט שפעטער געזאגט. עס איז אבער בכלל נישט געווען קיין טאץ; דאס איז געווען א דריטע אטענטאט-פארזוך קעגן דעם פרעזידענט אין ווייניגער פון דריי יאר. אין איין סעקונדע זענען אלע פארזאמעלטע, אריינגערעכנט הויכע באאמטע ווי דער וויצע-פרעזידענט און דער סעקרעטערי אוו סטעיט, עוואקואירט געווארן. מענטשן האבן זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד אין שרעק, בשעת די סיקרעט סערוויס אגענטן שרייען: "מאכט פלאץ! רוקטס ענק אוועק!" &nbsp; ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דער שיסער אידענטיפיצירט געווארן אלס קאול טאמעס אלען פון קאליפארניע. &nbsp; וואס עס איז נוגע פאר אונז, איז ווייטער צו חזר'ן אז דער שיסער איז נישט דער וואס באשליסט וואס עס וועט געשען; נישט טראמפ פירט די וועלט, און נישט די סיקרעט סערוויס היט טראמפ. אבער דאס איז נישט גענוג. מיר דארפן עס נעמען צו אונזער לעבן, בפרטי פרטיות. קלאפ דיר נישט אין רוקן מיט א געפיל פון "כחי ועוצם ידי" ווען דו זעסט ווי דיין פירמע איז מצליח, און דו דארפסט נישט זיין דעפרעסט אויב דו שפירסט זיך ווי א דורכפאל. דער עיקר אויף וואס מיר דארפן פאקוסן איז: וואו לויף איך ווען עס גייט מיר עפעס דורך? לאמיר געדענקען צו גיין צום אויבערשטן און זיך ווענדן נאר צו אים, דאן וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער י אייר תשפ"ו 📝
  • אומפארגעסליכע נסיעה פון די תלמידי הישיבה קיין עיר הבירה וואשינגטאן

    די חשוב'ע תלמידי הישיבה פון וויליאמסבורג און קרית ברסלב האבן זיך ארויסגעלאזט פארגאנגענעם מאנטאג אויף א ספעציעלע נסיעה צום עיר הבירה, וואשינגטאן די.סי. די נסיעה איז געקומען אלס א ספעציעלע באלוינונג פאר די בחורים וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט אין די פארגאנגענע פורים טעג און צוזאמגענומען צדקה פאר די ישיבה. די נסיעה איז פארגעקומען מיט די פערזענליכע באטייליגונג פונעם מגיד שיעור הר"ר ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א, וועלכער האט זיכער געמאכט אז מען זאל אויסנוצן די געלעגנהייט ארויסצונעמען מוסר השכל פון דעם וואס מען זעט, כדי צו קענען דינען דעם אויבערשטן. דער ערשטער סטאפ איז געווען ביים היסטארישן קעפיטאל געביידע. א דאנק די באמיאונגען פון העסקן ר' מנחם שטיינבערג הי"ו, האבן די בחורים געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין אינעם זאל פון קאנגרעס און סענאט, און געזען דעם ארט וואו עס ווערן דורכגעפירט די געזעצן פון די אמעריקאנער רעגירונג. שפעטער האבן די בחורים זיך אפגעשטעלט פאר א קורצע וויילע פארענט פונעם ווייסן הויז, וואו מען האט געכאפט א בילד. א גרויסע רושם האט איבערגעלאזט דער באזוך אינעם האלאקאוסט מוזעאום. דורכאויס די פיר שטאקן פון דעם בנין האבן די בחורים מיטגעלעבט די שווערע קאפיטלען וואס אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט אינעם גרויסן חורבן. דער באזוך האט אריינגעברענגט אין די תלמידים געפילן פון אמונה און גבורה, זעענדיג וויאזוי כלל ישראל האט איבערגעלעבט די טונקלסטע צייטן און האט נישט אויפגעגעבן, נאר זיך געשטארקט מיט אמונה און זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס. ווי טייל בחורים זאגן, איז דער הויכפונקט פון דער נסיעה געווען דוקא די שווערקייטן אויפ'ן וועג צוריק. אינמיטן וועג האט א רעדל פונעם באס געפלאצט, צוליב וואס מען האט געדארפט ווארטן בערך פיר שעה אויפ'ן הייוועי פאר א פרישן באס. טראץ דעם וואס די בחורים זענען שוין געווען וואך פאר כמעט פיר און צוואנציג שעה רצופות, האט קיינער נישט פארפירט; פארקערט, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט מיט לערנען, מען האט געזינגען אינאיינעם הארציגע ניגונים פון אמונה, און געהערט געשמאקע דברי חיזוק פונעם מגיד שיעור. די בחורים זענען צוריק אנגעקומען אין די פריע פארטאגס שעה'ן, מיד אבער זאט און אנגעפילט מיט פרישע כוחות און הערליכע זכרונות וואס וועלן בלייבן איינגעקריצט אין זייערע הערצער פאר א לאנגע צייט.

    < זעה מער ו אייר תשפ"ו 📝
  • גרייט זיך ריכטיג צו צו קבלת התורה מיט'ן "קרן הדפסה"

    אין די יעצטיגע טעג, ווען מיר גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב שבועות &ndash; זמן מתן תורתינו, טוט זיך לעבעדיג אין די גרויסע זאלן פונעם אמונה-פאבריק, דער קרן הדפסה. מען איז שטארק פארנומען מיט די ארבעט אנצופילן דעם דורשט פון טויזנטער אידן וואס זוכן חיות און התחזקות. די געטרייע מפיצים קומען כסדר אפנעמען פרישע פעק מיט ספרים און קונטרסים, און זענען מפיץ די הייליגע ווערטער צו יעדן איד באשר הוא שם. עס הערן נישט אויף צו קומען גוטע גרוסן פון אלע זייטן פון אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די הייליגע ספרים. געלויבט דעם אויבערשטן אז די קונטרסים און ספרים ווערן צעכאפט דורך יונג און אלט. די מפיצים דערציילן מיט התרגשות וויאזוי אידן כאפן יעדן פרישן ספר וואס מען דרוקט; בפרט די ספרים וואס רעדן פונעם זמן וואו מען שטייט, אויף וואס עס איז דא א גאר גרויסער פארלאנג, וויסנדיג אז אין די הייליגע ספרים וועלן זיי טרעפן דאס וואס זיי זוכן &ndash; צו געפינען דעם אויבערשטן אינעם טאג-טעגליכן לעבן. דאס יאר זענען דא פרישע חידושים אינעם דרוקעריי: קונטרס "מתן תורה": צום ערשטן מאל דרוקט מען דא אין אמעריקע דעם באקאנטן קונטרס "מתן תורה" אויף לשון הקודש. מען דרוקט עס איבער מיט א פרישן שיינעם אויסלייג און א געשמאקן פראכטפולן דעקל. ספר "אוצר ל"ג בעומר": דער ספר איז פריש איבערגעדרוקט געווארן מיט א הערליכן דעקל, כדי אידן איבער די וועלט זאלן זיך קענען געהעריג גרייטן צום גרויסן טאג ל"ג בעומר. חודש אייר מאיר ושמח: עס איז אויך צוגעקומען א הערליכער קונטרס "חודש אייר מאיר ושמח", וואס איז געשריבן געווארן מיט א גאר געשמאקן טאלאנט דורך הרה"צ ר' יצחק לעסער שליט"א פון יבנאל. הפצה קארטלעך: מען דרוקט כסדר א גרויסן אויסוואל פון "הפצה קארטלעך". יעצט לכבוד ל"ג בעומר האט מען אנגעגרייט א גרויסן סטאק פונעם פאפולערן קארטל "לעבט מיט רבי שמעון", וואס די מפיצים פארשפרייטן איבעראל. די אלע פעולות זענען נאר א קליינער חלק פון דער גרויסער אפעראציע וואס קומט ארויס פונעם "קרן הדפסה" אויף א טעגליכן פארנעם. "קרן הדפסה" איז דער אדרעס פאר יעדע סארט הפצה וואס מען קען נאר טון &ndash; זאל עס זיין די וועבסייט, האטליין, אויסגאבעס, און אזוי ווייטער. אלעס ווערט געטון מיט'ן ציל אז נאך א איד זאל געדענקען אז ער קען אויך לעבן מיט'ן אויבערשטן.

    < זעה מער ו אייר תשפ"ו 📝
  • ה' אייר און די מלחמה קעגן די אפיקורסים פון יעדן דור

    מיט גענוי צוויי הונדערט און זעכצן יאר צוריק פונעם היינטיגן טאג &mdash; דאס מיינט אום ה' אייר שנת תק"ע &mdash; האט דער הייליגער רבי זי"ע זיך אריינגעצויגן אין דער שטאט אומאן, וואס איז דאן באטראכט געווארן אלס א צענטער פון משכילים. עס זענען געווען נאך צדיקים וואס האבן פריער פרובירט זיך אהין צו ציען &mdash; אריינגערעכנט דער הייליגער קדושת לוי פון בארדיטשוב זי"ע און דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני-אוסטראה זי"ע &mdash; אבער זיי האבן דארט נישט געקענט בלייבן צוליב די שטארקע רדיפות פון די משכילים. &nbsp; די גאנצע השתלשלות וויאזוי דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין אומאן ווערט באריכות פארציילט אינעם ספר הקדוש פעולות הצדיק (אנגעהויבן פון סימן תתקל"ג). דארט ווערט געברענגט וויאזוי דער הייליגער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אומאן מיט אן אש קודש, אינאיינעם מיט זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע, מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשאלטענע השכלה וואס האט דאן פארכאפט פילע אידן. דער רבי האט מיט זיין גרויס קדושה און חכמה באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע מעשה באריכות. &nbsp; אינעם ספר פעולת הצדיק (סימן תתקל"ה) ווערט געברענגט, אז אויפן וועג איז דער רבי געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר. היינט, ווען מען האלט שוין איבער זיבעציג יאר וואס כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט אונז באטראפן, קען זיין אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט. קוים עטליכע יאר נאכדעם וואס דער נאצישער שלאנג האט פיזיש אומגעברענגט מיליאנען אידן על קידוש השם, האט אונז באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אינעם טאג פון ה' אייר, וואס האט שוין ליידער אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן, רחמנא ליצלן. &nbsp; דערפאר איז היינט אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האבן נאך ביזן היינטיגן טאג דעם כח ארויסצונעמען די השכלה און די אויבער-חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינצולייגן אין אונז א קלארע אמונה אינעם אויבערשטן, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דעם כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דעם גרעסטן עובד אדער בעל מדרגה ער זאל זיך קענען באהעפטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש צו דינען דעם באשעפער; און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים, און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסער רחמנות, ווי שטארק ער האט אונז ליב אלס "השוכן אתם בתוך טומאותם". דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו.

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • ענגלאנד פירט צוביסלעך איין א גענצליכע פארבאט צו רייכערן

    אין ענגלאנד האט דער פארלאמענט באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט פאר יעדן וואס איז געבוירן פונעם יאר 2008 למספרם און ווייטער צו קויפן לעגאל סיי וועלכע ציגארעטל אדער טאבאקע פראדוקט. &nbsp; די בריטישע רעגירונג וויל דערמיט שאפן די וועלטס ערשטע "רייכערן-פרייע געזעלשאפט". וויבאלד זיי פארשטייען אז עס איז נישט רעאליסטיש צו פארבאטן רייכערן פאר יעדן איינעם אויפאיינמאל, האבן זיי אנשטאט דעם איינגעפירט א "ראלינג עלטער-פארבאט". דאס מיינט אז יעדעס יאר וועט די לעגאלע עלטער צו מעגן קויפן טאבאקאו ארויפגיין מיט איין יאר, אזוי אז די וואס זענען היינט אונטער 15-16 יאר וועלן קיינמאל נישט אנקומען צו די לעגאלע עלטער. &nbsp; דער פארבאט נעמט אריין אלע טאבאקאו פראדוקטן, אריינגערעכנט ציגארן און אנדערע סארטן טאבאקאו וואס מען ניצט צום רייכערן. לויטן געזעץ וועלן געשעפטן וואס וועלן געכאפט ווערן פארקויפן טאבאקאו פאר די וואס זענען נישט ערלויבט, באקומען גרויסע געלט-שטראפן און זייער גאנצע סחורה וועט קאנפיסקירט ווערן. &nbsp; כאטש דער נייער געזעץ איז בעיקר געצילט אויף טאבאקאו, לייגט עס אבער אויך שטארקע באגרעניצונגען אויף עלעקטראנישע סיגארעטן (וועיפינג), ווען פארשידענע פלעיווארס און קאלירפולע פעקעדזשינג וועלן פארבאטן ווערן. &nbsp; עס זענען דא עטליכע צילן פארן פארבאט, אבער דער הויפט ציל איז געזונטהייט: רייכערן ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע טויט-אורזאך אין רוב לענדער. לויט די סטאטיסטיקס פירט רייכערן צו הונדערטער טויזנטער פעלער פון יענע מחלה און הארץ קראנקהייטן ל"ע יעדעס יאר אין ענגלאנד. &nbsp; אויך טענה'ט די רעגירונג אז די קאסטן וואס די "נאציאנאלע העלט סערוויס" (NHS) צאלט צו היילן די פילע מחלות ל"ע וואס קומען פון רייכערן, זענען פיל העכער ווי די שטייערן וואס דאס לאנד פארדינט פון טאבאקאו פארקויף. &nbsp; וואס זאגט דער ראש ישיבה איבער רייכערן? "רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. דו ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם אז דו זאלסט נישט רייכערן. רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט נאר מער אנגעצויגן; אויב דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה אדער פונעם בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה." &nbsp; איבער עלעקטראנישע ציגארעטלעך שרייבט דער ראש ישיבה: "זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל. עס איז נישט גוט דאס עלעקטראנישע ציגארעטל, מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען דאס האבן, השם ישמרינו. דו שרייבסט: 'איך האב אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל נאך אסאך אסאך תפילות'; טאקע נאר אזוי קען מען זיך אפגעוויינען פון שלעכטס, נאר דורך תפילה, מיט אסאך סבלנות, און בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל." &nbsp; רייכערן ברענגט אויך מיט זיך גרויסע מכשולות פון חילול שבת און חילול יום טוב, אזוי ווי דער ראש ישיבה שרייבט: "רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב. מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן ביי די דרשות אין אומאן אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב (איין יאר האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו זיין איידעם, דער דיין הרב משה עסטרייכער שליט"א, אים פרעגן אויב עס איז טאקע אזוי). דו ביסט געקומען רעדן צו מיר יום טוב און דו האסט געשטינקען פון סיגארעטלעך, דאס האט מיר זייער פארדראסן, דעריבער האב איך נישט געוואלט רעדן מיט דיר. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו נעמסט אויף זיך מער נישט צו רייכערן יום טוב, בין איך זייער צופרידן. עס האט מיר זייער געשטערט אז ביי אונז אין בנין רייכערט מען יום טוב. באניי זיך מיט'ן לימוד פון ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויך מיט'ן זאגן דעם 'יום תהילים'; זיי נישט מוותר אויף די צוויי שיעורים, וועסטו זען גרויסע ישועות בגשמיות וברוחניות."

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • קאווע און וואוקס

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון, קודם כל, א גרויסן יישר כח פאר דיינע אלע ארטיקלען יעדע וואך; עס איז זייער שיין און אינטערעסאנט. &nbsp; איך האב געוואלט פרעגן וועגן קאווע, צי עס איז אמת אז עס שטערט פון וואקסן אדער נישט. אויך האב איך געהערט אז די שפאנישע זענען נידעריג ווייל זיי טרינקען אסאך קאווע. ביטע לאזט מיר וויסן ווי שנעלער, ווייל מיין קאווע ווערט שוין קאלט. יישר כח. &nbsp; ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה און עקסטער פאר די שיינע ווארעמע ווערטער. ערשטנס, דו דארפסט נישט ווארטן ביז דו ענדיגסט ליינען דעם ענטפער; דו קענסט שוין יעצט אויסטרינקען דיין קאווע רואיגערהייט, איך וויל נישט עס זאל ווערן קאלט... &nbsp; לגבי דיין שאלה צי עס איז אמת אז קאווע שטערט פון וואקסן, אויסער אלטע איינרעדענישן ליגט גארנישט דערין. סיי דאקטוירים און סיי וויסנשאפטלער זענען איינשטימיג אז קאווע און קאפעין האבן נישט קיין שום השפעה אויף די ביינער אדער אויף דעם פיזישן וואוקס פון א מענטש. די הויכקייט פון א מענטש ווענדט זיך בעיקר לויט די נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן (גענעטיקס). און דער עיקר וואס מאכט אויס אויסער גענעטיקס, איז געזונטע נעהרונג (שפייז) און שלאף אין די יונגע יארן. &nbsp; מיט וואס מען נעהרט דעם מענטש אין די אינגע יארן האט א געוואלדיגע השפעה אויף שפעטער. ווען א קינד הערט אלס די חשיבות פון ערליכע אידן און ער זעט ווי זיינע עלטערן לעבן פארן אויבערשטן, באקומט ער די וויכטיגע נערונג וואס ער דארף כדי אויפצוואקסן געזונט און שטארק, צו קענען נעמען זיינע שוועריקייטן אז ער זאל נישט אונטערברעכן פון יעדע זאך. &nbsp; דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט געהערט אז שפאנישע מענטשן זענען נידריג צוליב דעם וואס זיי טרינקען קאווע, האט גארנישט מיט'ן מציאות. דער בעסטער באווייז אז דאס איז בלויז זייער נאטורליכע גענעטיקס איז אז די לענדער וואו מען טרינקט די מערסטע קאווע אין דער גאנצער וועלט זענען די סקאנדינאווישע לענדער (פינלאנד, נארוועגיע און שוועדן), און דארט זענען די מענטשן פון די העכסטע אין דער וועלט! &nbsp; דו קענסט רואיג טרינקען קאווע, אבער מאך זיכער צו מאכן אן ערליכע ברכה און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די געשמאקע קאווע מיט וואס דו דערקוויקסט זיך טאג-טעגליך. &nbsp; שהכל נהי' בדברו

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער וועג צו ליבערטי

    א גוטן ר' גרשון קרעמער. איך האב א שאלה בנוגע דעם "ליבערטי מאנטיסעלאו" סיין וואס געפינט זיך ביי עקזיט 19 אויפ'ן טרואוועי, ווען מ'פארט פון קאנאדע קיין קרית יואל. נאכדעם וואס מ'נעמט דעם עקזיט, דארף מען נאך פארן כמעט א שעה צייט ביז מ'קומט אן קיין ליבערטי; מען דארף דורכפארן רוט 28, 209, 42, און 52. יעדע פון די אלע וועגן פירן צו פילע פארשידענע שטעטלעך, און לויט מיין חשבון קען מען פון דעם איינעם עקזיט אנקומען צו איבער הונדערט שטעט. אויב אזוי, בין איך נייגעריג צו וויסן פארוואס זענען דוקא "ליבערטי" און "מאנטיסעלאו" אויסגעקליבן געווארן ארויפצוגיין אויפ'ן סיין. אמת אז פאר אונז אידן האט עס א געוויסע חשיבות, וויבאלד די צוויי שטעט זענען די היים פון גרויסע הייליגע אידישע קהילות, אבער איך וואונדער מיך פארוואס ביי די אלגעמיינע גאס ווערט דאס אויך פאררעכנט פאר אזא וויכטיגע זאך אז מ'זאל עס ארויסשרייבן. &nbsp; י. גוטמאן, מאנטריאל &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp; צום ערשט, דאס איז זייער א גוטע שאלה. די אלע סיינס ווערן געשטעלט דורך די "דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע" (DOT), וואס האבן זייערע אייגענע רעגולאציעס צו באשלוסן וועלכע שטעט זאלן פיגורירן אויף די גרויסע גרינע וועג-ווייזער שילדן. &nbsp; מיר וועלן דא אויסרעכענען עטליכע פונקטן וואס קענען העלפן פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט: די ערשטע זאך זענען די "קאנטראל סיטיס". לויט די פעדעראלע אנווייזונגען, קלויבט די די-או-טי (DOT) אויס פארשידענע שטעט וואס ווערן אנגערופן "קאנטראל שטעט". דאס זענען באקאנטע שטעט וואס דינען אלס אן אנדייטונג פאר דרייווערס צו וויסן אויב זיי פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. וויבאלד ליבערטי און מאנטיסעלאו זענען די צוויי גרעסטע שטעט אין די סאליוואן קאונטי ראיאן, זענען זיי באשטימט געווארן אלס קאנטראל שטעט. אפילו אויב עס נעמט נאך א שעה צו פארן ביז אהין, העלפט דער סיין פאר די רייזענדע &mdash; ספעציעל פאר די וואס קומען פון ווייט און קענען נישט גוט דעם געגנט &mdash; צו פארשטיין אז זיי פארן ריכטיג. &nbsp; אויסער דעם איז עקזיט 19 (קינגסטאן) א גאר וויכטיגער שיידוועג, היות עס דינט אלס דער הויפט אריינגאנג וואס פארבינדט דעם "טרואוועי" (I-87) מיט'ן קעטסקילס ראיאן דורך רוט 28 און רוט 209. בכלל, סיי היסטאריש און סיי עקאנאמיש, זענען ליבערטי און מאנטיסעלאו די גרעסטע האנדל און טוריזם צענטערן פונעם גאנצן ראיאן, וואו מיליאנען מענטשן פארן אהין פאר פארשידענע סיבות, אריינגערעכנט די פארקס, טרעילס, און אנדערע פארוויילונג ערטער. &nbsp; דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס מאנט און פאדערט פון אונז כסדר מיר זאלן קוקן און מאכן א חשבון הנפש, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זען צי מיר פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. מיר דארפן כסדר האלטן פאר די אויגן וואו אונזער ציל איז. עס איז אמת אז כדי צו טרעפן דעם אויבערשטן זענען דא די גאנצע תרי"ג מצוות &ndash; יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אויבערשטן און יעדע גוטע זאך פירט אים צום ריכטיגן דעסטינאציע &ndash; אבער אויף די הויפט 'הייוועי' דארף מען ארויפשרייבן די וויכטיגסטע שטעט, וואס וועלן דערמאנען דעם מענטשן וואו ער דארף אנקומען. דער רבי האט זיך פארלייגט אויף געוויסע ספעציפישע זאכן, ווייל דאס וועט ברענגען דעם מענטשן צו אלעס אנדערש. צום ערשט איז דאס רעדן צום אויבערשטן; א מענטש זאל זיך קובע זיין א צייט ווען ער עפענט זיין מויל און שמועסט זיך דורך מיט'ן באשעפער. נאכדעם איז וויכטיג א מענטש זאל טון אלעס וואס ער קען נאר כדי צו זיין פרייליך. דאס זענען די צוויי זאכן מיט וואס א מענטש זאל זיך ארומנעמען, וואס דאס וועט אים העלפן אריבערגיין דעם וועג בשלום. "די וועלט איז ווי א שמאלע בריק," האט דער רבי געזאגט, "און דער עיקר איז נישט מורא צו האבן." פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס זאל א מענטש טון כדי ער זאל נישט מורא האבן? ער זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן: פון איין זייט אמונה, און פון די צווייטע זייט שמחה."

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען ל"ג בעומר אין שטעטל

    גאנץ כלל ישראל שפירט א שטארקע שייכות צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, אבער ביי חסידי ברסלב איז דער קשר אן אויסנאם. ברסלב'ער חסידים האבן שטענדיג געהערט פונעם רבי'ן איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, די חשיבות פון מתפלל זיין ביי קברי צדיקים וואו מען קען פועלן אפילו ווען מען איז עס נישט ווערד, און די געוואלדיגקייט פון לערנען דעם זוהר הקדוש. &nbsp; נאך לאנג איידער מירון איז געווארן פאפולער אין די וועלט, אפילו ווען עס איז נאך געווען גאר שווער אנצוקומען צום ציון הקדוש אין מירון, פלעגט מען שטענדיג טרעפן ברסלב'ער חסידים מתפלל זיין און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון אין מירון. &nbsp; יעצט ווען עס קומט שוין נענטער דער גרויסער און הייליגער טאג ל"ג בעומר, גרייטן זיך די גבאים צום גרויסן טאג אזוי ווי יעדעס יאר. אבער בפרט דאס יאר האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גוטע בשורה מיט פרייד, אז צום ערשטן מאל וועלן מיר האבן די זכיה אז דער ראש ישיבה וועט פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אונז דא אין אמעריקע. אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארן וואס ער פלעגט פארן קיין מירון צום ציון הקדוש, וועט מען זיך דאס יאר מקשר זיין צום צדיק דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים, דעם זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, פון וואו אימער מען געפינט זיך. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט: "עס איז מיר חשוב'ער צו בלייבן דא מיט אנשי שלומינו ווי איידער צו פארן קיין מירון, אויב קען איך פועל'ן אז אנשי שלומינו זאלן אנהייבן לערנען זוהר הקדוש". דער ראש ישיבה וויל מאכן אן אויפוואכונג אז יעדער זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, און דאס איז אים פיל וויכטיגער און חשוב'ער ווי זיין ל"ג בעומר אין מירון. &nbsp; דער פלאן איז אז אי"ה ל"ג בעומר - דינסטאג פרשת בהר-בחוקותי נאכמיטאג - וועט מען זיך צאמקומען פארנט פונעם בית המדרש הגדול אויף האשקי ראוד, וואו מען וועט אנצינדן א גרויסע מדורה אזוי ווי מען פירט זיך בכל תפוצות ישראל. מען וועט זינגען און טאנצן לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און פועל'ן אלעס גוטס דורך שמחה של מצוה. &nbsp; דערנאך וועט צוגעשטעלט ווערן א גרויסע סעודה אין בית המדרש, וואו מען וועט האבן די זכיה צו הערן ביים סעודה גאר וויכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער וואס מען דארף זיך פארנעמען אין אט דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר. &nbsp; די פייער און די טענץ אינדרויסן פון שול וועלן פארקומען אויפן גרויסן פארקינג לאט פארנט פון בית המדרש. די פרויען וועלן שטיין ביים אויבערשטן פארקינג לאט, וואו עס וועט זיין גאר באקוועם מיטצוהאלטן דעם גאנצן מעמד. &nbsp; די עוסקים במלאכת הקודש האבן געבעטן מודיע צו זיין אז עס ווערן געזוכט בחורים און אינגעלייט וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט'ן מעמד במשך דעם גאנצן טאג, אנגעהויבן פון פירן די טרעפיק אויף האשקי און דרייוון די באסעס אויפצופיקן דעם ציבור פון די באשטימטע פארקינג פלעצער (ווי עס הייסט יעצט וועלן זיין שאטעלס וואס וועלן אויפנעמען דעם עולם פונעם 'באזאר' וואו עס איז דא פיל פארקינג), און אזוי אויך צוצושטעלן די סעודה וכדומה. ווער עס וויל האבן די זכיה זאל זיך ביטע מעלדן צום משמש מו"ה ישראל פוקס הי"ו. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער מעמד זאל ברענגן די ריכטיגע השפעות פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל, און דער עיקר זאל מען קענען ארויסנעמען דערפון לעובדא ולמעשה וויאזוי זיך צו פירן אין לעבן ווי ערליכע אידן. &nbsp; תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו.

    < זעה מער ג אייר תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 1770 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 117 118
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com