Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    היינט מיטוואך תרומה איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך פון א תלמיד הישיבה, ווען הב' דוד ראבינאוויטש, א זון פונעם ביאלע רבי פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א. דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. ער איז געווען פון די בחורים וואס האבן געענדיג מסכת תענית אין קעמפ יעדן טאג פאר פערציג טעג אין א צו. אויסער דעם האט ער פיל ארויסגעהאלפן דעם ראש ישיבה ווען נאר ער האט געקענט. די ישיבה תפארת התורה האט א ספעציעלע הכרת הטוב פארן מחותן מצד החתן דער ביאלע רבי, וואס פאר צען יאר צוריק, ווען די ישיבה האט געהאלטן אין די ערשטע יארן פון כל התחלות קשות, האט די ישיבה געהאט איר אכסניה אין ביהמ"ד ביאלע אין בארא פארק. דער מחותן מצד הכלה איז הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א, וואס איז פון די תלמידים פון מוהרא"ש פאר לאנגע יארן, און געט זיך אוועק לייב און לעבן ווייטער צו פארשפרייטן זיינע הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט, אויף פארשידענע אופנים. זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל. עוד ישמע בערי יהודה   בילדער

    < זעה מער א אדר א' תשע"ט 📝
  • סוקסעספולע מסיבה אין בארא פארק לטובת די ברסלבע כולל

    נעכטן מיטוואך אווענט, ווען אין גאס האט געהערשט א סיבירישע קעלט פון עטליכע ציפערן אונטער זערא, מיט בוזשעווענדע ווינטן וואס האבן געמאכט שפירן די קעלט ווי 20-30 אונטער זערא, האט אין שטוב פון מו"ה יצחק משה רייך הי"ו געהערשט א ווארימע הייסע אטמאספער, ווען א ריזיגע ציבור אידן פון אינג און אלט, פון אלע קהלות הקודש פון בארא פארק זענען געקומען זיך ווארעם באטייליגן ביים "טיי אווענט" וואס איז גערופן געווארן דורך מו"ה יואל מאשקאוויטש הי"ו און מו"ה יצחק משה רייך הי"ו, צוזאמען מיט די הילף פון מו"ה יענקי פיש הי"ו, מו"ה יענקי יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו. "איך קען דיר זאגן איין זאך" האט אונז ר' יואל מאשקאוויטש געזאגט "די פינאנציעלע און מאראלישע חיזוק וואס דער ברייטער ציבור האט אונז נעכטן געגעבן, האט מיר ממש איבערגענומען". די אלע אידן זענען געקומען דורך בלויז א טעלעפאן רוף וואס זיי האבן באקומען, אדער דורך א קליין צעטעלע וואס איינער האט זיי געגעבן אין בית המדרש, אויסער דעם איז בכלל נישט געווען קיין אדווערטייזמענטס. דער מסיבה איז געקרוינט געווארן אלץ א קנאקעדיגער סוקסעס לויט אלע דיעות, עס איז אריינגעקומען א גאר גרויסער סכום געלט מער פון אלע ערווארטונגען, עס זענען געקומען א ריזיגע ציבור פון אלע עידזשעס און פול אלע קרייזן. עס זענען געווען צוגעגרייט שיינע געדעקטע טישן, דער עולם האט געשטראמט ביז שפעט אין די נאכט שעות. אויך האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך משתתף געווען פון 11:30 ביז 1:30. עס איז געווען צוגעשטעלט ווארימע זופ, ווארימע טיי, און ווארימע קוגל זיך אנצואווארימען די פארפרויענע ביינער, פון די שרעקליך קאלטע וועטער אין גאס. דערנאך איז געווען שיין צוגעגרייט אויף די טישן פארשידענען געשמאקע מעדנים און מטעמים, פון וואס דער עולם האט טועם געווען. טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף &nbsp; בילדער

    < זעה מער כה שבט תשע"ט 📝
  • הערליכע פרייליכע חתונה אין היכל הבית המדרש

    די וואך מאנטאג אוונט איז פארגעקומען א הערליכע פרייליכע חתונה אין אונזער בית המדרש אין וויליאמסבורג, די פינפטע אזא סארט חתונה וואס קומט פאר אין שול. עס איז געגאנגען אונטער די חופה הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, מחשובי תלמידי הישיבה, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו. די חתונה האט זיך אנגעהויבן אום 5 אזייגער נאכמיטאג, ווען דער עולם האט זיך אנגעהויבן צוזאמצוקומען צום קבלת פנים, 6 אזייגער איז מען געגאנגען צו די חופה אין פארנט פון בית המדרש, ביי די לעצטע חתונה האט מען אהערגעשטעלט גאר א שיינע חופה, הערליך ארויפגענייעט מאמרים פון רבי'ן ארום און ארום ווי 'מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד' 'קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען' א.א.וו. ביי די חופה האבן די פעטערס פונעם חתן שיין געזינגען ווארעמע התעוררות ניגונים. במשך די חופה זענען די בחורים פון ישיבה געווען פארנומען אין שול, זיי האבן אפגערוימט פונעם קבלת פנים און צוגעגרייט די סעודה. ווען דער עולם איז אריינגעקומען אין שול נאך די חופה, איז שוין געווען שיין געגרייט די טישן, מיט בילקעס און געפילטע פיש מיט דיפס. ביי די זייט איז געווען צוגעגרייט פיינע הייסע עסנווארג, מיט וואס יעדער האט זיך געקענט אליין מחיה זיין כאוות נפשו. די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה. ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען. אום אכט אזייגער איז דער חתן אריינגעקומען, און די פרייליכע טענץ האבן זיך אנגעהויבן. פרייליכע מוזיק האט געשפילט, וואס איז געווען א פשוטער טעיפ אפגעכאפט פון אנדערע חתונות, און אין זאל האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, דער עולם האט געטאנצען און געהאפקעט מיט גרויס שמחה, געוויסע האבן געמאכט פארשידענע קונצן פרייליך צו מאכן, און אזוי ווייטער איז די טאנצן געווען אויף א גאר א פרייליכער פארנעם, און אום 9:45 האט זיך די מוזיק אפגעשטעלט און מ'איז געגאנגען צום בענטשן. נאכ'ן בענטשן האט זיך אויפגעשטעלט דער "גראמער", דער שמש פון די קהלה, וואס האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ מיט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד", בלויז די זיידעס, די מחותנים, און צום לעצט די חתן כלה. יעדער פון זיי האט געטאנצן פאר עטליכע מינוט לקראת הכלה, און אום 10:40 איז די חתונה שוין געווארט פארטיג, און אויף עלף אזייגער זענען שוין די טישן און בענקלעך געווען צוריקגעשטעלט אויפ'ן ארט, די שול האט מען שיין אויפגערוימט, ס'זאל זיין גרייט פאר די בחורים וואס וועלן קומען מארגן אינדערפרי לערנען פלייסיג. דער חידוש פון די חתונות איז שול איז ממש אומבאגרייפלעך, די גאנצע חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז ווען די נאכט פון די חתונה איז אומזיסט, קען שוין נישט די איבריגע זאכן ארום און ארום קאסטן צופיל געלט, ווי מ'האט גראדע געהערט פון די פעטערס ביי די יעצטיגע חתונה אז זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן אויסצוגעבן צופיל געלט פאר קליידער, מאכן די האר, וכדומה, ווייל דעמאלט וואלט די חתונה זיי שוין געקאסט מער ווי פאר'ן מחותן אליין... די חתונה איז געווען באמת א שיינע פרייליכע חתונה, גארנישט ווייניגער ווי סיי וועלכע אנדערע חתונה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונה איז נאר געווען די חובות... און נאכדערצו אז ס'האט זיך געענדיגט אזוי פרי, א זאך וואס דערלייכטערט גאר שטארק פאר אלע קרובים און משפחה, וואס קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. יעדער ווייסט די געפיל וואס מען האט אין מח ווען מ'זעצט זיך אוועק ביי א חתונה נאכ'ן בענטשן צום מצוה טאנץ, "יעצט גייט מען דארפן זיצן מיט געדולד און אויסהערן דעם גראמער פאר די קומענדיגע פאר שעה", קיינער אין זאל ווייסט נישט פארוואס דאס פעלט אויס, דער גראמער זינגט אפ זיינע שיינע גראמען און רומט אויס דעם עולם, אין די צייט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז הוילע נארישקייטן, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט דערין. און ביי די חתונות אין שול, ווען דער עולם הערט דעם 'יעמוד יעמוד' און נאך א האלבע מינוט שטעלט זיך שוין אויף דער ערשטער זיידע צו טאנצן, זעט זיך גאר שטארק אן דעם שמייכל און דערלייכטערונג אויף די פנימ'ער פון די פארזאלמטע. און ביים אויסרופן דעם צווייטן זיידן האט דער עולם שוין געקענט דעם נוסח פונעם "יעמוד", און יעדער האט מיטגעברומט מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. א חתונה אין שול איז באמת נישט קיין נייע זאך, פארקערט, חתונות אין א זאל איז א נייע זאך. אינדערהיים האבן רוב אידן געוואוינט אין קליינע שטעטלעך, וואו ס'איז בכלל נישט געווען קיין זאל און די חתונות זענען פארגעקומען אין הויז אדער אין שול. און ווי ס'ווייזט זיך ארויס קומט יעצט צוריק די אמאליגע אידישע טעם פון א שמחה, וואס האט אלע חן אויף דער וועלט. איינער האט געמאכט א חשבון אז אויב א נארמאלע באלעבאטישע חתונה קאסט ארום 80 טויזנט דאלער, און מ'טאנצט ביי די חתונה פאר ארום 80 מינוט, קומט אויס אז יעדע מינוט קאסט טויזנט דאלער... ס'איז נישט זיכער צי דער חשבון שטימט פונקטליך ביי יעדע חתונה, אבער דאס איז אמאל זיכער אז כמעט יעדער וואס האט שוין אמאל חתונה געמאכט האט געמוזט אנבארגן געלט עס צו קענען באצאלן, און געווענליך שטימט דארט בכלל נישט דער חשבון ווי אזוי עס וועט ווערן צוריק געצאלט. צום פינפטן מאל האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט אז דאס פעלט בכלל נישט אויס, מ'קען חתונה מאכן פאר ממש קליין געלט, און די חתונה נאכט דארף גארנישט צו קאסטן. און עס איז צום האפן אז די חתונות וועלן זיין א גוטער ביישפיל אויך פאר אנדערע אידן, וואס וועלן זיך צוכאפן צו דעם געדאנק, און קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אן קיין איבריגע דאגות, חובות און הארץ ווייטאג. ואת עמודיו חמשה וחשוקיהם זהב! מען גרייט צו די חופה מען גרייט צו דאס עסן קבלת פנים די פרייליכע ריקודים די מצוה טאנץ פון ראש ישיבה דער שמש רופט אויס צום מצוה טאנץ קליפ: די פרייליכע ריקודים קליפ: דער ראש ישיבה טאנצט מצוה טאנץ

    < זעה מער כה שבט תשע"ט 📝
  • שיינער שידוך פון א תלמיד הישיבה

    גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי די בחורים אין ישיבה, וואס פרייען זיך מיט די שמחה פון נאך א חבר וואס איז א חתן געווארן למזל טוב. הבחור החשוב ישראל סאמעט ני"ו איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א. די שמחת ווארט/לחיים/תנאים איז פארגעקומען די וואך מיטוואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק. דער חשובער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע גרויסע פעולות אין הפצה, אויסער זיין התמדת התורה און מדות טובות, איז ער גאר שטארק אריינגעטון אין הפצה אויף פארשידענע אופנים, צו פארשפרייטן די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן איבער די גאנצע וועלט, אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. און ספעציעל העלפט ער ארויס גאר אסאך פאר די "חיזוק יומי המתורגם", איבערצוטיישטן די חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף פילע שפראכן, אז זיי זאלן קענען אנקומען צו יעדן איינעם אן אויסנאם. דער אייבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, אז דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת, מיט אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות. שמח תשמח רעים האהובים! לחיים אין &nbsp;ישיבה תנאים אין ביהמ"ד היכל הקודש ב"פ קליפ: דער ראש ישיבה שליט"א ליינט פאר דער תנאים

    < זעה מער כה שבט תשע"ט 📝
  • טיי אווענט אין בארא פארק פארן כולל היכל הקודש וויליאמסבורג

    היינט מיטוואך משפטים אווענט קומט בעז"ה פאר א מסיבה לטובת די כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי אינגעלייט וואס תורתם אמונתם הארעווען זיך צו משלים זיין בש"ס ופוסקים והוראה. דער טיי אווענט קומט פאר אין שטוב פון מו"ה יצחק משה רייך הי"ו אויף 1515 54סטע גאס. כי טוב סחרה מכל סחורה &nbsp; בריוו פונעם ראש ישיבה איבער די חשיבות פונעם כולל היכל הקודש

    < זעה מער כד שבט תשע"ט 📝
  • טיי אווענט פארן כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג

    נעכטן נאכט איז פארגעקומען א מסיבה פארן כולל היכל הקודש וויליאמסבורג בנשיאות דער ראש ישיבה שליט"א, ווי עס זיצן אין לערנען אינגעלייט תלמידי חכמים וואס תורתם אומנותם, און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. &nbsp; דער מסיבה איז פארקומען מיט גרויס סוקסעס אין שטוב פון מו"ה העניך אינדיג הי"ו, אויף 450 קענט עוועניו. בילדער

    < זעה מער יח שבט תשע"ט 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צום אייבערשטן. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה, און ספעציעל ווען א בחור אדער מיידל וועט דארט אויסזאגן תהלים, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל. מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה אז אזוי ווי ביי זיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך אים, די זעלבע וועט אויך זיין נאך זיין הסתלקות אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן. און דאס האט מען ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע טויזנטער אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן, דאס זענען גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד. דאס איז אן אמת'ער רבי, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס מוהרא"ש האט געטון ווען ער איז געווען א יונגער בחור'ל און ער האט געטראפן א ספר'ל פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט אים געטוישט זיין לעבן, ס'האט אים געברענגט נאנט צום אייבערשטן, און דערפאר האט מוהרא"ש נישט געוואלט האלטן דעם סוד פאר זיך, האט ער גענומען פאר זיך א ציל אין לעבן, צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער איבער די גאנצע וועלט. אין יענע צייטן איז דער נאמען פון רבי'ן נאך נישט געווען באקאנט בכלל פאר זייער אסאך אידן, און חפץ ה' בידו הצליח אז ער האט זוכה געווען אריינצוברענגען די עצות און לימודים פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט. דאס איז אונזער פליכט ווייטער ממשיך צו זיין, יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער קען איבערגעבן די לימודים ווייטער פאר נאך אידן, אויב דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן און אונז געברענגט צום הייליגן רבי'ן, דארפן מיר דאס פארגינען אויך פאר נאך איינעם. נארישע מענטשן האבן מורא פון די "כאפערס", די געטרייע מפיצים וואס טראגן ארום און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. וואס וויל זיי דען? וואס שטייט אין די קונטרסים? די איינציגסטע זאך וואס די קונטרסים ברענגען ארויס איז דאך נאר צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, צו ווייזן פאר יעדן איינציגסטן מענטש אז ער האט נאך אויך א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט, אז ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן נאר שטענדיג זיך אויפהויבן און זיך מחזק זיין, צו וויסן א וועג ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווי אזוי צו האבן שלום בית, און נאך פילע גוטע עצות אין לעבן. ווען דער מפיץ קומט צום טיר מיט א קונטרס, איז ער נישט דא געקומען צו פארכאפן מענטשן קיין ברסלב, ער איז געקומען מזכה צו זיין אידן מיט חיזוק און אמונה, מיט עצות און הילף, מ'זאל ווייטער קענען אנגיין אין לעבן, נאר אויך ארייננעמען דעם אייבערשטן אין זייער לעבן. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון פילע מפיצים ווי אזוי די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען מחי' און מחזק אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! בילדער

    < זעה מער יח שבט תשע"ט 📝
  • פרישע חתונה אין היכל הישיבה קומענדיגע וואך מאנטאג משפטים

    דעם קומענדיגן מאנטאג פ' משפטים וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג. ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט. מיט די פארמערונג פון חתונות אין היכל הישיבה, ווערט פון איין זייט די רעש פון "א חתונה אין בית המדרש" שטילער, אבער פון די אנדערע זייט שרייעט די שטילקייט אזש עס קען ממש טויב מאכן די אויערן. פאר אן אפהאנדלונג איבער די פילע חתונות אין ישיבה, ליינט דעם פרישן ארטיקל (לינק בייגעלייגט פון אונטן) ארטיקל: ס'מערן זיך חתונות אין היכל הישיבה &nbsp;

    < זעה מער יח שבט תשע"ט 📝
  • עצות אמונה איבערגעזעצט אויף ענגליש ווערט צוכאפט

    צוליב די גרויסע נאכפראגע ביי אידן וועלכע לעכטצן נאך די עצות און חיזוק פונעם רבין וואס ווערט געשריבן דורך ראש ישיבה שליט"א אין די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס קענען נישט ליינען קיין אידיש, נאר ענגליש, האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט עטליכע אידן מומחים במלאכה, איבער צו זעצן די בריוו אויף ענגליש. און עס האט באקומען דער נאמען "The Light of Emunah". דער ענגליש רעדנדע ציבור באוואונדער די פראפעסיאנעלע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דערין, פון איין זייט זאל עס זיין פליסיג און גרינג, און פון די אנדערע זייט נישט אוועקצוגיין פון די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט. גלייך נאדעם וואס עס איז ארויס פון דרוק עטליכע הונדערט שטיק, איז עס תיכף צוכאפט געווארן, און מען האט געדארפט איבער דרוקן, כדי נאכצוקומען דעם פארלאנג. דאס איז אויסער די עצתו אמונה וואס ווערט איבערגעזעצט אויף לשון הקודש דורך די מערכת "חיזוק יומי המתורגם", וואס מאכט א געוואלדיגע ארבעט ביי די אידן וואס רעדן נאר לשון הקודש, און ווערט צוכאפט דורך זיי יעדע וואך. די אידישע און די ענגלישע עצתו אמונה איז דא צו באקומען יעדע וואך א פרישע באנד, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט., אזוי אויך קען מען עס באקומען ביי די מפיצים. אויך קענט איר עס באקומען דעליווערט צום טיר דורך רופן די מערכת "חיזוק צום טיר" 347-509-4908 וואס וועלן אייך צוברענגען צום טיר וואס איר דארפט, סידיס, קונטרסים, ספרים, עס די קארדס, א.א.וו. דא אויפן וועבסייט קענט איר עס טרפען צו זען און צו דאונלאודען, אינטערן בלאט "ספרים". (לינק) לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער יח שבט תשע"ט 📝
  • אידן זענען מרבה בתפלות פאר יצחק בן אהובה שושנה

    פארגאנגעם וואך איז הבחור החשוב ממזכי את הרבים (פון די רעדאקציע פון די "חיזוק יומי המתורגם") איציק מענדאלוויטש געווען געפארן קיין אייראפע צו מתפלל זיין אויף קברי צדיקים, דעם זונטאג מיטאג איז דער חשובער בחור געפארן אויפן וועג פארנדיג אין א טעקסי אויפן וועג ארויס פון ליזענסק ווי ער האט מתפלל געווען ביים הייליגן ציון פונעם רבין רבי אלימלך זי"ע, און איז זיך רואיג געשלאפן אויפן הונטערשטן זיץ, זייענדיג אויסגמוטשעט פון זיין לאנגע רייזע, ווען פלוצלינג האט דער קאר געכאפט א שרעקליכן גליטש אויף די אייז, און האט זיך אינגאנצן איבערגעדרייט, און איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערן מצב, און ביז יעצט האט ער זיך ליידער נאך אלץ נישט אויפגעוועקט. ברוך השם אז מען האט אים נעכטן נאכט אפגעפירט קיין ארץ ישראל וואו די דאקטוירים פראבירן אים צו ראטעווען. אידן ווערן געבעטן צו מתפלל זיין פאר יצחק בן אהובה שושנה. &nbsp; בילדער

    < זעה מער יז שבט תשע"ט 📝
  • צענטראלע יארצייט סעודה פון מוהרא"ש ז"ל היינט דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג

    היינט דינסטאג אווענט אור ליום י"ז שבט, ווען עס פאלט אויס די פערטע יארצייט פון מוהרא"ש ז"ל, וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט. ווי מען וועט זיך וואשן צום יארצייט סעודה, און זיך מחזק זיין אינאיינעם צו גיין ווייטער אין זיינע וועגן, צו זיין גרייט אלעס אוועק צו געבן פון זיך אלעס אבי פאר נאך א איד זאל גיין גוט, נאך א איד זאל וויסן אז מען קען יא האבן שלום בית, נאך איינער זאל געוואר ווערן אז אויך ער קען לערנען כל התורה כולה. מען וועט זיך מחזק זיין אין דאס וואס ער האט געלייגט דער עיקר דגוש בחיים חיותו, אז מיר אלע זאלן זיך אנשטרענגען צו מפיץ זיין די תורה פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. און בכלל מחזק זיין די מפיצים אויף אלע מיני אופנים וואס מיר קענען נאר. און מיטן אייבערשטענס הילף ווייטער גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און לערנען זיינע הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט דברי חיזוק וואס מיר וועלן אלע מיטנעמען מיט זיך צו קענען אנגיין ווייטער, און דינען דעם אייבערשטן. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו

    < זעה מער טז שבט תשע"ט 📝
  • שיינע חתונה פון אנשי שלומינו אין קרית יואל

    פארגאנגעם וואך דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הילל בן מו"ה ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל מיט די טאכטער פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד עצי תמרים קרית יואל. די חתונה איז פארגעקומען אין קרית יואל מיט די באטייליגונג פון פילע אנ"ש און שכנים און ידידים וואס קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד פונעם מחותן, וויסנדיג אז דארט איז א פלאץ ווי מ'וועט ארויסגיין מיט פילע באגאדזשן חיזוק און אמונה צו קענען מיטנעמען אהיים. אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א ספעציעל ארויס געקומען קיין קרית יואל זיך צו באטייליגן ביים געהויבענעם חתונה, און זיך מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה. שבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן אינעם בית המדרש פונעם מחותן "היכל הקודש" קרית יואל עצי תמרים, ביי של"ש זענען מכובד געווארן מיט זמירות שב"ק די זיידעס פון חתן כלה, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, הר"ר יושע שמאיע שליט"א, הר"ר חיים מאיר הכהן סאנדער שליט"א און הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א, מנהל בית רחל קרית יואל. &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • שבת הכרת הטוב פאר די אינגעלייט וואס העלפן ארויס מיט גרויסע סכומים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן

    פארגאנגעם שבת וארא הבעל"ט איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן צו קעטסקיל בערג קיין עלענוויל צו פראווען א שיינע שבת התוועדות מיט אן ענגע צאל אינגעלייט מיט זייערע משפחות וואס העלפן ארויס מיט גאר שיינע סכומים צו בויען דעם נייעם בנין אין אומאן. דער שיינער שבת איז אפגעראכטן אויף א גאר שיינעם פארנעם מיט ווארימע תפילות, שיינע סעודת, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען דרשות פול מיט חיזוק און עצות. די אינגעלייט זענען אהיים געפארן אנגעזאפט מיט כחות אנצוגיין ווייטער אויפן לאנגן ווינטער. בילדער &nbsp; דרשה ביים מלוה מלכה מוצש"ק

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • נייער קליפ: א חתונה אומזיסט

    די פרייליכע חתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר צוויי וואכט צוריק, דער פערטער חתונה אין צאל צו ווערן געפראוועט אין ישיבה גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, האט איבערגעלאזט שאק כוואליעס אין די גאנצע חרדישע וועלט. בפרט יעצט ווען עס האט אנגעהויבן ארום פארן דער נייער קליפ "א חתונה אומזיסט", די פאכמאנישע ארבעט פונעם מומחה "שרוליק סאמעט", ווי מען זעט קורצע אויסצוגן פון די חתונה, די ווארימע חופה, די פרייליכע טענץ, און די אויסטערלישע פרייליכע אטמאספערע ביי די חתונה. מענטשן ציפן זיך די באקן "בין איך וואך, אדער איך חלום?", אידן ווייסן נישט צו זיי זאלן וויינען צו לאכן. "פארוואס דען טראג איך אויף מיינע פלייצעס צענדליגע טויזנטער דאלאר חובות, איך האב נישט קיין טאג און קיין נאכט, אויב נישט ווייל נאר אזוי האב איך געקענט מאכן א נארמאלע חתונה?" וויינען געוועזענע מחותנים. ביי אנדערע האט זיך אנגעצינדן א שטראל פון האפענונג "יעצט קען איך שוין אנהייבן אויסהערן שידוכים פאר מיינע קינדער, עס איז שוין בכלל נישט קיין צרה זיי חתונה צו מאכן. קוק ווי שיין א חתונה אומזיסט קוקט אויס" טראכטן זיי. &nbsp; דער קליפ "א חתונה אומזיסט"

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    דערנענטערנדיג זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו פארן ארויס קיין ארץ ישראל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן וועלן זיך צוזאמנעמען בכל מקומות מושבותיהם און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און די פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאם קומען אי"ה צום יארצייט קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת יתרו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף 27 סקילמאן סט. אום 8:00 אווענט. ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די וועגן פון מוהרא"ש צו פארשפרייטן דעם רבינס עצות אויף די גאנצע וועלט, און אזוי ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים. הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער ח שבט תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1471 to 1485 of 1670 results

1 2 ... 96 97 98 99 100 101 102 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com