Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • באזוך פון הגה"צ ראש הישיבה שליט"א אין בית הדפוס אין יבנאל

    היינט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אינעם בית הדפוס אין יבניאל וואס ווערט געפירט דורך המאו"ר הגדול הרב מאור בניזרי שליט"א. פון וואו עס ווערט צושפרייט אין די הונדערטער טויזנטער בלי גוזמה איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע. דער ראש ישיבה שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די מאשינען און אויף די טויזנטער ספרים וואס זענען דארט געדרוקט געווארן מיט הערליכע אויגפארכאפענדע גראפיקס און אויף די בעסטע פאפיר, מיט שיינע גרויסע אותיות. דער ראש ישיבה האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די הערליכקייט און הויכע קוואליטעט פון די ספרים. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פאר ר' מאור הי"ו אז דער בית הדפוס אין וויליאמסבורג, פון וואו עס גייען ארויס מיליאנען ספרים און קונטרסים איבער גאנץ ניו יארק און ארום, גרייט זיך בקרוב צו קויפן א גאר פארגעשניטענע מיליאן דאלארדיגע מאשין, צו קענען דרוק ספרים מיט הארטע דעקלעך.  דערנאך זענען זיי געגאנגען צוזאמען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע צו פועלן אלעס גוטס. בילדער: באזוך אין בית הדפוס יבנאל

    < זעה מער יח כסלו תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון עורך "חיזוק יומי המתורגם"

    וויילענדיג אין ארץ הקודש האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט צו אפשטאטן א באזוך אין הויז פונעם גרויסן מפיץ ר' נחמן פילמער הי"ו אין שטאט בני ברק. ער איז דער וואס האט גענומען אויף זיך די ארבעט פון איבערטייטשן די "חיזוק יומי" אויף לשון הקודש, כדי צו מזכה זיין די אלע וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן אויך קענען זיך אויפלעבן און מחיה זיין מיט די עצות און הדרכות וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיט אונז איבער. "חיזוק יומי המתורגם" האט געמאכט א מורא'דיגע מהפכה אין ארץ ישראל. צענדליגע טויזנטער אידן פון איבעראל מאכן זיכער טאג טעגליך צו איינעמען א דאזע חיזוק, כדי צו קענען אנגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן לעבן, און נישט זיך לאזן אונטערברעכן פון אלע צרות און יסורים וואס מען גייט אריבער. דאס אלעס איז טאקע אין זכות פון ר' נחמן, וואס לייגט אריין גאר אסאך כוחות, זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש גייט ארויס קלאר, און איז איבערגעטייטש מיט א געשמאקע און גרינגע לשון הקודש. דער ראש ישיבה שליט"א האט אים אנגעווינטשן אז אין דעם זכות זאל ער האבן הצלחה אין אלע ענינים. בילדער: באזוך אין שטוב פון מו"ה נחמן פילמער לינק צו חיזוק יומי המתורגם תשע"ח

    < זעה מער יח כסלו תשע"ח 📝
  • ספרי ברסלב, דרשות, ניגונים, און נאך; געברענגט צו אייער טיר

    אין די יעצטיגע טעג ווערט געעפנט א פרישע סערוויס, צו קענען באקומען אלע ספרי ברסלב, קונטרסים, דרשות, ניגונים, און נאך; דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק. ווי שוין ברייט באקאנט, האבן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש ז"ל, און די דרשות און ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גאר א גרויסע מהפיכה ביים היימישן ציבור. פילע אידן שעפן זייער חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן, זיך צו קענען דערהאלטן ברוחניות ובגשמיות, פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט דאס אפגעשריבן און אראפגעברענגט אויף גאר א לייכטע וועג וואס יעדער איינער קען פארשטיין, און יעדער קען מקיים זיין די געוואלדיגע עצות וואס ווייזן דעם ריכטיגן וועג אין יעדן הינזיכט פון לעבן. די געטרייע מפיצים גייען ארום אין די הייזער, אין די שולן, און ביי שמחות, און טיילן אויס די קונטרסים און ספרים, די דרשות און ניגונים, מיט וואס אידישע קינדער באלעקן זיך די פינגער, דאס בלאזט אריין אין זיי א נייער גייסט שטענדיג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און צו וויסן ווי אזוי צו האנדלן ביי סיי וועלכע מצב וואס מאכט זיך אין לעבן. אויך דער "גליון היכל הקודש" ווערט אויסגעטיילט יעדע וואך אין גאר אסאך שולן איבער אלע היימישע געגנטער, אז מען זאל קענען זען שיינע זאכן אויף די וואכעדיגע פרשה, און האבן וואס נאכצוזאגן ביים שבת טיש, נישט בלויז א שיינע תורה אויף די פרשה, נאר תורות וואס געבן עצות אין לעבן, און איז מחי' און מחזק. אין די לעצטע שטיק צייט ווערט אויך געדרוקט יעדע וואך א וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה", דאס איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן במשך די וואך פאר די פילע שאלות וואס זענען געשיקט געווארן צו אים. די בריוו זענען גאר אינטערעסאנט און ווערדפול פאר יעדן איינעם, ווייל די אלע שאלות זענען גאר שטארק אקטועל, עס איז נוגע פאר יעדן אויף זיין אייגנארטיגע וועג. גלייכצייטיג ווערט געדרוקט יעדע וואך א קונטרס "בית נצחי", דאס איז די שיעורים פון גמרא בבלי און ירושלמי און תוספתא, לויט'ן סדר וואס מוהרא"ש ז"ל האט איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא; דער קונטרס איז גאר גרינג און פראקטיש מיטצונעמען יעדן טאג סיי וואו מען דארף גיין, און אזוי זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די דריי שיעורים, וואס די ראשי תיבות פון זיי איז בי"ת, מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די שיעורים, בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי" אויף יענע וועלט. אזוי ווי נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו באקומען די אלע גוטע זאכן, די מפיצים קענען נישט אנקומען צו יעדן איינעם, און אסאך מאל זענען דא אידן וואס ווילן באקומען זאכן, אבער זיי האבן נישט קיין וועג אנצוקומען דערצו, דעריבער האט מען יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס צו קענען באקומען דעליווערט צו אייער טיר, אין אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק, אלעס וואס איר דארפט האבן, ווי למשל די וועכנטליכער גליון, עצתו אמונה, בית נצחי, ברסלב'ע קונטרסים, סידי'ס פון דרשות און ניגונים, יו-עס-בי'ס מיט אלע דרשות און ניגונים, און נאך. רופט אריין מיט אייער פארלאנג צו&nbsp;347-509-4908, און מיר וועלן פרובירן בעז"ה עס צו שיקן צו אייך אהיים.

    < זעה מער ח כסלו תשע"ח 📝
  • נדבות ווערן שוין אנגענומען אויפן וועבסייט

    נאך א לאנגע תקופה פון איבער דריי חדשים וואס דער וועבסייט איז שוין אפן, ווילן מיר מעלדן אז בסייעתא דשמיא איז ב"ה פארטיג געווארן דער בלאט פון "נדבות" אויפן וועבסייט. מען קען אויסוועלן וואו די נדבה זאל גיין, פאר די ישיבה, אדער פאר די וועבסייט, אדער פאר הדפסה. ישיבה ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט, ס'איז איבריג ארויסצוברענגען די געוואלדיגע מעלות פון די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געברענגט אזויפיל בחורים צום אייבערשטן, א ישיבה וואו די בחורים האבן ליב דעם ראש ישיבה און ווילן נאר פאלגן וואס ער זאגט, די בחורים זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה, דאווענען מיט אן ערליכקייט, אנגעפילט מיט יראת שמים און מדות טובות. אבער די ישיבה איז שוין היינט נישט נאר אינעם בנין הישיבה, די שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א זאגט אין ישיבה, ווערן שוין היינט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, פילע טויזנטער בחורים און אינגעלייט און אפילו עלטערע אידן לערנען אין ישיבה... זיי האלטן מיט די געוואלדיגע דרשות און שיעורים, וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס מוהרא"ש האט געלערנט די הייליגע עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, וואס לעבט אויף און איז מחיה און מחזק יעדן איד, אין וואסערע מצב ער געפינט זיך נאר. איר קענט אויך האבן א חלק אין די הייליגע ישיבה, מיט דעם וואס ער וועט מנדב זיין ארויסצוהעלפן די ישיבה, אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש אן קיין שטער פון געלט. נעמט א חלק אין די הוצאות, און איר האט א גלייכער חלק אין די געוואלדיגע שכר וואס דער אייבערשטער געבט פאר דער וואס איז מקרב אידן צו אים. וועבסייט אין די היינטיגע טעכנעלאגישע וועלט, ווען פילע מענטשן זענען אנגעשלאסן צו זייער קאמפיוטער און טעלעפאן צו קענען זיין פארבינדען מיט די גרויסע וועלט, קען מען מקרב זיין פילע אידן צום אייבערשטן דורכ'ן צושיקן צו זיי די אלע שיעורים און דרשות, ספרים און קונטרסים, דורך דעם וועבסייט וואס מיר האבן אויפגעשטעלט בסייעתא דשמיא. ערליכע אידן לייגן ארויף א פילטער אויף זייערע כלים, צו זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטע זאכן צו וואס מען קען ליידער אזוי גרינג צוקומען, דעריבער האבן מיר זיך אנגעשטרענגט און אריינגעלייגט שווערע צענדליגע טויזנטער דאלארן צו קענען האבן אן אייגענעם וועבסייט, וואס זאל זיין אפגעהיטן בלויז פאר גוטע און ערליכע זאכן. טויזנטער מענטשן באזוכן יעדן טאג דעם וועבסייט, און זענען זיך מחיה מיט די פילע שיעורים, שאלות ותשובות, בריוון, און נאך; פול מיט חיזוק און עצות פאר'ן טאג טעגליכן לעבן. ועוד ידינו נטויה, מיר האבן נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע און נוצבארע אפטיילונגען וואס דארפן נאך ווערן צוגעלייגט צום וועבסייט, אבער דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער. מיט דעם וואס נעמט א חלק אין די גרויסע קאסטן, האט איר א גלייכער טייל אין די עבודת הקודש פון מחי' זיין אזויפיל אידישע קינדער. אויב האט איר הנאה פון דעם וועבסייט, ווילט איר דאך אוודאי אז נאך אידן זאל הנאה האבן דערפון, און איר ווילט זיכער אז מען זאל עס נאך מער פארשענערן און פארברייטערן. זייט אייך משתתף ברוח נדיבה, און דער זכות וועט אייך ביישטיין אז איר זאל געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות. הדפסה "קרן הדפסה היכל הקודש" האט זיך גענומען פאר א ציל צו דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עס צושפרייטן איבער די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין אזויפיל אידישע קינדער צום אייבערשטן. יעדעס יאר ווערט געדרוקט מיליאנען ספרים און קונטרסים בלי שום גוזמא, און זיי ווערן צושפרייט איבער אלע אידישע געגנטער פאר עטליכע פרוטות. טויזנטער אידן זאגן עדות אז זייער לעבן האט זיך געטוישט נאכדעם וואס זיי האבן באקומען א ספר אדער א קונטרס וואס האט זיי געעפנט די אויגן צו זען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און ער הערט אויס יעדן איינעם צו יעדע צייט. די געוואלדיגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, בלאזט אריין א חיות אין יעדן וואס הערט זיך צו צו זיינע רייד. פארשטייט זיך אז די עטליכע פרוטות וואס מען צאלט פאר א ספר, קען נישט אויסצאלן די אומגעהויערע הוצאות פון דרוקן אזויפיל ספרים. מיט דעם וואס איר נעמט א טייל און איר זענט זיך משתתף ארויסצוהעלפן צו דרוקן די ספרים, וועט איר זוכה זיין צו די געוואלדיגע ברכות וואס דער הייליגער זוהר זאגט אויף דעם וואס איז מקרב אידן צום אייבערשטן. &nbsp; מען קען זיך אויסוועלן די זכות פון פרנס היום פאר 600$, פרנס השבוע פאר 1,200$, פרנס החודש פאר 1,800$, אדער קען מען געבן סיי וועלכע סכום. &nbsp; צו מנדב זיין דורכן וועבסייט

    < זעה מער ג כסלו תשע"ח 📝
  • ספר ארך אפים אין אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר ארך אפים איבערגעזעצט אויף אידיש. דער ספר איז געווען פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, עס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען און מקרב געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביי די קרן הדפסה היכל הקודש אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כט אב תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "צושנייד מיך נישט"

    אידן איבער די וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס אינטערעסע דעם נייעם קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס איז יעצט ארויסגעקומען פונעם בית הדפוס. ליל שישי פרשת דברים תשע"א לפ"ק האט מוהרא"ש ז"ל געזאגט גאר א רירנדע און הארצרייסנדע הספד אויף הילד לייבי קלעצקי ע"ה וואס איז דאן אומגעברענגט געווארן אויף א שרעקליכן אופן רח"ל, דורך א איד וואס האט זיך פאררופן צו זיין א שומר תורה ומצות, און נישט לאנג נאכדעם איז דערשטאכן געווארן צום טויט רח"ל דער צדיק רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל, און מוהרא"ש האט דאן געזאגט דברי הספד וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט. מוהרא"ש האט געזאגט אז דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן אז עס זענען דא טויזנטער אידישע קינדערלעך וואס לערנען אין די חדרים און אין די מיידל שולעס, און זיי ווערן נעבעך צעשניטן טאג טעגליך דורך די מלמדים און לערערינס וועלכע ווייסן נישט ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט קינדער ווי עס דארף צו זיין. מען פארשעמט קינדער, מען דערנידערט קינדער, מען שלאגט און מען שפעט אפ פון קינדער, און דורך דעם ווערן זיי ממש צעשניטן לעבעדיגערהייט. מוהרא"ש האט זייער געוואלט אז מען זאל אפשרייבן די דברי הספד און מאכן פון דעם א קונטרס, און יעצט האבן מיר ב"ה זוכה געווען דאס אויסצופירן, און דער קונטרס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. עס איז דא א גרויסע נאכפראגע פאר דעם קונטרס, פילע תלמודי תורה האבן באשטעלט גרויסע קוואנטומס פונעם קונטרס, עס צו קענען אויסטיילן פאר אלע מלמדים. דאס איז ממש א חיוב פאר יעדן מלמד דורכצולערנען דעם קונטרס איידער ער גייט אריין אין קלאס, אז ער זאל זייער אכטונג נישט צו צעשניידן קיין קינדער חס ושלום. ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם! דרוקט דעם לינק צו ליינען אדער דאונלאודן דעם קונטרס.

    < זעה מער ז אב תשע"ז 📝
  • קול ברסלב טעלעפאן ליין גענצליך איבערגעמאכט אויף אן הערליכן פארנעם

    די קול ברסלב טעלעפאן ליין איז שוין ברייט באקאנט ביי אידן איבער די וועלט, צענדליגע טויזנטער אידן רופן אריין טאג טעגליך און זענען זיך מחי' מיט די פילע&nbsp;קורצע און לאנגע שיעורים, מיט די ניגונים פון אמונה, און נאך.עס זענען אריינגעקומען פילע פארלאנגען פון אידן פון אלע עקן וועלט אז מען זאל פון פריש מסדר זיין דעם האטליין אויף א שיינעם מסודר'דיגן אופן אז עס זאל זיין גרינג און געשמאק צו טרעפן אלעס וואס מען וויל הערן אויף א לייכטע וועג. דעריבער איז גרויס די פרייד אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר דאס באוויזן און מיר האבן אויסגעשטעלט דעם האטליין אויף א הערליכע און געשמאקע פארנעם, צו די צופרידנהייט פון די פילע טויזנטער צוהערער. ווי אויך וועט מיט די צייט ווערן צוגעלייגט נאך פילע אינטערעסאנטע און נוצליכע אפטיילונגען צום טעלעפאן ליין. דער נומער צו רופן אין אמעריקע איז 212-444-9191, און צו דעם געלעגנהייט האבן מיר אויך צוגעשטעלט א נייע לאקאלער נומער צו קענען רופן דעם טעלעפאן ליין פון לאנדאן ענגלאנד, די לאקאלער נומער איז 03303 50 2361 עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און זיך מחי' זיין מיט'ן נייעם האטליין. שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כא סיון תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד"

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד". דער קונטרס ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אז די עלטערן זאלן רחמנות אויף זייערע קינדער און זען זיי חתונה צו מאכן ווי פריער. אינעם קונטרס ווערט ערקלערט די סיבות וואס האלטן אפ די עלטערן פון חתונה מאכן די קינדער באצייטנס, און עצות ווי אזוי דאס צו&nbsp;פארמיידן, ווייל די וויכטיגסטע זאך פאר די קינדער איז אז זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. ווי אויך ווערט שיין ארומגערעדט אינעם קונטרס וואס עס איז די סיבה וואס מען זעט ליידער אזויפיל אידישע קינדער וועלכע פאלן אוועק אויך פון גאר היימישע שטובער, און עצות ווי אזוי דאס צוריק צו האלטן. דער קונטרס, ווי אויך נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. והשיב לב אבות על בנים! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער א סיון תשע"ז 📝
  • קורצע "תיקון ליל שבועות" איבערגעדרוקט

    די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות", אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון. אלע יארן פלעגט מוהרא"ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע&nbsp;תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים, און אויך די תרי"ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג, האט מוהרא"ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כה אייר תשע"ז 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com