Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קרן הדפסה נעמט זיך אונטער מזכיר זיין ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל

    אין א פרישע באגריסנדע שריט פונעם "קרן הדפסה", האבן די עסקנים אינעם הדפסה אונטערגענומען א נייע אונטערנעמונג. דהיינו א שליח מיוחד פונעם קרן הדפסה, וועט ספעציעל אראפגיין און מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש און פועל'ן ישועות פאר אלע וואס וועלן מנדב זיין פון $100 א חודש און העכער. דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, איז שוין היינט גוט באקאנט אלץ א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות, וואו טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן, און מען גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ און מען גייט אהיים מיט פילע זעק פון ישועות. ווי די עסקנים אינעם קרן הדפסה געבן איבער, טוען זיי דאס אלץ הכרת הטוב, זעענדיג ווי אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די הייליגע ארבעט און דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. דער קרן הדפסה האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם גרויסארטיגן פראיעקט פון שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען אפקויפן א נייעם בנין פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט פונעם קרן הדפסה, אזוי אויך ווער עס וויל זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל, זאל רופן צום קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103, וואַטסעפּ איז 1-518-966-2370 אדער אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. א גרויסע טייל זכותים אינעם בנין איז שוין אויספארקויפט געווארן, עס איז נאך דא עטליכע שיינע זכותים פארבליבן, וכל הקודם זכה. פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין קויפן דעם בנין ווי מען גייט דרוקן מיליאנען הייליגע ספרים, וואס וועלן בעז"ה נענטער ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו 📰 קרן הדפסה שטעלט ארויס צענדליגע פרישע ספרים זיך צו דערקוויקן די נשמה 📰 המזכים קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה   🖱️ אנליין פלאטפארמע צו מנדב זיין פארן קרן הדפסה  

    < זעה מער כה טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו שטיצן הדפסה והפצה אינעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן

    גאר פרייליכע נייעס הערט מען פון קרן הדפסה היכל הקודש אז מען האט שוין געשאפן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאלער פאר'ן נייעם בנין וואס מען איז יעצט אין קאנטראקט אין קרית ברסלב ליבערטי. מען דארף שאפן בערך נאך דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער, צו קענען ענדיגן דעם מקח ווי אמשנעלסטן. היינט אין טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, רופט זיך אנשי שלומינו אן ווארים, און נעמען א חלק אינעם איינמאליגן זכות, וואס דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג ביים יארצייט פון רבי נתן מעורר זיין אנשי שלומינו מען זאל אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און זיינע תלמידים אויף די גאנצע וועלט. אנשי שלומינו טוען טאקע דאס, און זענען זיך משתתף און קויפן זיך זכותים אדירים אינעם נייעם הערליכן בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. צו קויפן א זכות קען מען רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן זכותים אינעם בנין אויפן אנליין פּלאַטפאָרמע דורך דרוקן דעם לינק דא אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ב 📝
  • דורכברוך: באשטעלט דעם גליון היכל הקודש פאר אייער לאקאלער שול

    &nbsp; מיט צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן. עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צוריק צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אלגעמיינע חסידישע אידן פון אלע קרייזן און שטעט - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו ווי א דורשטריגער צו קאלטע וואסער, מענטשן גלייכן זייער די פשוטע שפראך פונעם גליון, מען ליינט מיט אינטערעסע די געשמאקע עצות און חיזוק, און מען גרייט זיך צום שבת טיש מיט די שיינע תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל. דער געדאנק אז שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א שטארק אנגענומענע זאך, און עס האבן תיכף אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידענע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש. אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, א הפצה וואס האלט שוין אן פאר איבער צען יאר אָן אפשטעל. יעדע וואך, יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפילט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. היינט צו טאגס ווערט דער גליון געדריקט אין טויזנטער קאפיעס, און אזוי אויך ווערט עס צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, אזוי אויך ווערט עס איבערגעטייטש און געדרוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין לאקאלע שולן, יעדער אין זיין שטאט און געגנט. די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זאגנדיג אז דאס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי שוין דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין זייערע קביעות'דיגע שולן באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע שיינע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" ווי מען ליינט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף אן אנדערע ענין באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע ווערטער וואס ערוועקט דעם אידישן נשמה - ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אן אקטועלן ענין, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע שאלה אויף למעשה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות. מען קען זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון (אזוי אויך די אנדערע גליונות, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלעטל", "בית נצחי", "גליון סיפורי מעשיות") יעדע וואך אויף די פאסט קען מען דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 3 אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org. אין א פרייליכע אנטוויקלונג, איז יעצט צוגעלייגט געווארן די אפציע אז גבאים און מפיצים וואס ווילן באקומען א גרעסערן קוואנטום פונעם בארימטן גליון היכל הקודש צוגעשיקט יעדע וואך צום טיר פאר א גאר א מינימאלער אפצאל, קענען יעצט רופן דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 102, ווי מען וועט זיך קענען איינשרייבן. פאר בלויז $2.99 א וואך וועט מען באקומען 5 גליונות צום טיר, און 10 גליונות פאר בלויז $3.99, 50 גליונות פאר בלויז $11.99, און 100 גליונות פאר בלויז $21.99. רופט אריין 718-387-2961 עקסטענשאן 102 און שמועס איבער אייער ספעציפישער געברויך, און מען וועט אייך בעז"ה צופרידן שטעלן על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך 📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש 📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש 📰 סובסקריבשאן ספעשל: באקומט 4 וואכן דעם גליון בחנם 📰 "קרית ברסלב בלעטל" גרעסער און שענער

    < זעה מער ט טבת תשפ"ב 📝
  • חנוכה סובסקריבשאן ספעשל: 4 וואכן בחנם עצתו אמונה אויף די פאסט

    לכבוד חנוכה טוט "קרן הדפסה היכל הקודש" פראקלאמירן א ספּעשל, ווען מען שרייבט זיך איין צו באקומען די עצתו אמונה פאר א יאר, וועט מען עס באקומען פאר 4 וואכן בחנם. א סובסקריבשאן פאר "עצתו אמונה" איז די שענסטע מתנה וואס איר קענט נאר געבן פאר זיך און פאר די קינדער, דאס איז א מתנה פון לעבן מיט אייבערשטן, א מתנה פון לעבן מיט די הייליגע תורה, א מתנה פון וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין נאר איך האב דעם באשעפער אייביג מיט זיך און איך קען מיך ווענדן צו אים, וואס דאס אלעס וועט זיי געבן א זיס לעבן אויף דער וועלט, און וועט זיי באגלייטן לעד ולנצח נצחים אויף יענער וועלט. היינט אינעם שווערן דור, וואס מיר גייען דורך נסיונות און פראבלעמען וואס מען האט אפילו נישט גע'חלומ'ט דערפון אין די פריערדיגע דורות. די גוי'אישע גאס בליטשקעט און רופט דעם יוגענט, עס קען זיך דאכטן ביי פילע בחורים און מיידלעך כאילו "דארט" געפינט זיך גליק, עס קען אויסזען ווי דארט טרעפט מען ווארימקייט און ליבשאפט, און ליידער רבים חללים הפילה, פילע אומגליקן הערט מען כסדר ווי עס זענען פארכאפט געווארן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל. געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אונז נישט פארלאזט נאר האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, שוין פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די נשמה פון הייליגן רבין איז אראפגעקומען אויף דער וועלט צו באלייכטן די שווערע תקופה פון עקבתא דמשיחא, דער הייליגער רבי ווייזט אונז דעם וועג אז אנשטאט צו קרעכצן און וויינען ווי ביטער דער דור איז, געבט ער די ווערטער און עצות וואס מאכט ליכטיג אונזער פינסטערע תקופה, און באווייזט אריין צו שיינען די שיינקייט פון אידישקייט און פון אמונה אין באשעפער, די זיסקייט פון תורה ומצות, און די געשמאק פון פירן א אידיש לעבן אין אונז און אין אונזערע קינדער. מען זעט טאקע אז מיטן יעדן טאג נענטער צו משיח'ס צייטן ווערן די קונטרסים און בריוו מער און מער פארשפרייט און צוכאפט דורך כלל ישראל. אין די קונטרסים און בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, טרעפן זיך אלע דערין אויף א פערזענליכע פארנעם, יעדער שפירט ווי די ענטפערס רעדן צו אים און צו זיינע שאלות און קווענקלענישן - וואס די אלע תשובות זענען געבויט אויף די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע, רבי נתן זי"ע, און הייליגן רבין - וואס געשריבן געווארן טאקע פאר אונזער דור וואס שלינגט מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק אונזערע צובראכענע הערצער און היילט אויס אונזערע וואונדן. טויזנטער שטובער ווערן אויפגעלאכטן יעדע וואך ערב שבת קודש, ווען זיי באקומען די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה" אויף די פאסט, לכבוד שבת קודש, און גיבט אין זיי אריין א חיות, א געשמאק אין אידישקייט, און עצות אויף פילע שוועריקייטן וואס זיי גייען דורך. שרייבט אייך שוין איין, רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org און פרעגט איבערן "חנוכה סובסקריבשאן ספעשל". להודות ולהלל לשמך הגדול! 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ב 📝
  • פרישע פאלדינג מאשין קומט אן אין בית הדפוס

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז "קרן הדפסה היכל הקודש" האט געקויפט א פרישע מאשין וואס וועט אסאך פארגרינגערן די ארבעט אינערהאלב דעם בית הדפוס. די רעדע איז פון א נייע מאשין וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען דרוקן גליונות אויף גאר א גרינגן און שנעלן פארנעם, די מאשין דרוקט זייער שנעל און טוט אויך קנייטשן גליונות. ביז יעצט האט מען גענוצט א מאשין וואס קען נישט פארנעמען אזוי סאך גליונות אויף איינמאל, וואס דאס האט גורם געווען אז דרוקן די גליונות זאל נעמען זייער אסאך צייט, יעצט מיטן נייעם מאשין וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף קענען דרוקן אזויפיל ווי זעכצן טויזנט (!) גליונות א שעה. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך משפחת בריגער החשובה. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס, דער זכות וועט זיי זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און יענע וועלט. אלע אידן וואס וועלן ליינען א גליון און נעמען התחזקות דערפון, וועט גיין אויף זייער קרעדיט בזה ובבא. אויב נויטיגט איר זיך אין א ישועה, קענט איר אלץ מנדב זיין פארן בית הדפוס, און געהאלפן ווערן מיט די ישועה וואס איר דארפט, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט. צו מנדב זיין רופט אין "קרן הדפסה" #103 718-387-2691 אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו &nbsp;

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה ווירבלט מיט ארבעט פון ארויסגעבן פילע ספרים און קונטרסים

    א רוף צו אנשי שלומינו איבערצוקוקן די אוצרות מיט יעדן דורכגייענדן טאג, קומען ארויס פילע פרישע קונטרסים און ספרים וואס מען דרוקט פריש איבער פון אנפאנג, סיי די אותיות, סיי מיט הגה, און אויך מיט א הערליכע פרישע דעקל וואס ציעט מען זאל עס נעמען. אין לויף פון די ארבעט אין קרן הדפסה נאכדעם וואס מען האט שוין זוכה געווען אז הונדערטער קונטרסים זענען געדרוקט געווארן, האט מען שוין געהאט פילע פעלער ווען נאכדעם וואס דער קרן הדפסה האט ארויסגעגעבן לאור עולם א פרישע קונטרס אדער ספר, איז אפיר געקומען איינער וואס האט געזאגט אז ער האט ביי זיך די גאנצע ספר אין א טעקסט פארמאט וואס מען וואלט געקענט נוצן איבערצודרוקן דעם ספר, אסאך שנעלער און ביליגער. דערפאר איז דער קרן הדפסה ארויסגעקומען אין א רוף צו אנשי שלומינו: "אל תמנע טוב מבעליו!", געבט ארויס אייער אוצרות! טייערע ידידים, איר האט ביי זיך אין באזיץ פיילס פון ספרים אדער קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס מען קען דערמיט באלייכטן די וועלט? איר קענט פארשפארן פיל צייט פון דארפן פריש איבערטייפן דעם גאנצן קונטרס! אויף וועם ווארט איר? פארבינדט אייך שוין צום קרן הדפסה דורכן שיקן אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. אין אנדערע נייעס זענען במשך די לעצטע וואך זענען ארויסגעקומען נאך פילע ספרים און קונטרסים ביים קרן הדפסה, צווישן זיי: ברכת הפרנסה, האלט זיך שטארק, סדר דרך הלימוד, רק רגע, יסוד האמונה, הצלחה לתמיד צעיר, אידישקייט איז שיין, תן חיוך, און נאך פיל. כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • בשעת'ן קויפן אויף עמאַזאָן געבט איר צדקה פאר די הייליגע ספרים

    יא איר האט גוט געליינט. איר קענט אנשטעלן אייער עמעזאן אקאונט, אז בשעתן קויפן ביי זיי, וועלן זיי אראפגעבן א קליינע פראצענט פון אייער איינקויף פארן "קרן הדפסה". וויאזוי ארבעט דאס? עמעזאן האט לעצטענס איינגעפירט ביי זייער וועבסייט, אז מען קען אויסוועלן א "טשעריטי" וואס זיי וועלן אוועקגעבן א האלבע פראצענט פון די איינקויף פרייז פאר יענעם ארגאניזאציע. די גאנצע זאך קאסט "גארנישט" פארן קאסטומער וואס קויפט איין, די פרייזן פון די פראדוקטן אויף עמעזאן בלייבן די זעלבע. נאר עמעזאן נעמט אראפ א קליינע פראצענט פון זייער אייגענע ריווח, און גיבט דאס פארן ארגאניזאציע וואס דער קאסטומער האט אויסגעוועלט. אויף די נאכפראגע פון אנשי שלומינו וואס קויפן איין אויף עמעזאן און ווילן נישט אז זייער געלט זאל גיין פאר עפעס א "טשעריטי", נאר ווילן געבן זייער געלט פאר אמת'ע צדקה, בפרט ווילן אנשי שלומינו שטיצן דעם "קרן הדפסה" היכל הקודש, וואס איז פון די גרעסטע צדקות וואס איז שייך, דהיינו דרוקן די הייליגע ספרים, און זיי פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט. דערפאר איז א שמחה צו מעלדן אלע אונזערע ליינער, אז דער "קרן הדפסה" איז פולקאם רעגיסטרירט ביי עמעזאן אלץ א "טשעריטי", און מען קען שוין אויסוועלן ביי עמעזאן סמייל "קרן הדפסה ברסלב". &nbsp; די גאנצע זאך איז זייער גרינג: 1.גיי צו עמעזאן דורך https://smile.amazon.com 2. קלויב אויס Keren Hadfusa of Breslev &nbsp; און פון דא און ווייטער, יעדעס מאל וואס דו קויפסט ביי עמעזאן דורך Amazon Smile, נעמסטו אויטאמאטיש א חלק אין די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און עצות פאר אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם דערנענטערן אידישע קינדער צום באשעפער.

    < זעה מער כו חשון תשפ"ב 📝
  • "הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט פריש איבערגעדרוקט דורכן "קרן הדפסה"

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל און ביי די מפיצים בפרט, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" גייט אט אט צום דרוק אויפן נייעם איבערגעארבעטן "סדר הדלקת נר חנוכה". דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" וואס ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, אנטהאלט די סדר הדלקת נר חנוכה, מיט שיינע שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע צוזאם גענומען פון די פילע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקט אויף א איד אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, און איבער די גרויסע עת רצון וואס מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן. אויך אנטהאלט עס פילע גאר ווארימע תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי אויף גוטע קינדער, אויף שידוכים, פרנסה, וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף חנוכה. די תפילות עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות. נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים, האלט מען שוין אט דא אז מען גרייט זיך שוין צו גיין צום דרוק. מען האט אלעס פריש איבערגעארבעט, דער דעזיין, די אויסשטעל, די אותיות, און מיט א גוטע הגה. אויפן שטייגער ווי מען האט איבערגעמאכט די "הגדה של פסח", און דער "תיקון ליל שבועות". פארשטייט זיך אז דאס ציעט אריין אין גרויסע הוצאות. מען קען נעמען א חלק און דעם גרויסן איינמאליגן זכות. פאר בלויז $500 קענט איר האבן א זכות אינעם ספר. צו מנדב זיין רופט דעם "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 #103, אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. &nbsp; 🎦 מוהרא"ש ביים צינדן חנוכה ליכט &nbsp;

    < זעה מער כב חשון תשפ"ב 📝
  • היסטארישער דורכברוך: ספר "קדושת ישראל" פון מוהרא"ש ווערט פריש איבערגעדרוקט

    קרעדיט: יהושע העשיל דובדבני געלויבט דעם אייבערשטן, אז נאך אסאך יארן וואס מען האט אלץ איבערגעדרוקט קאפיעס פונעם ערשטן דרוק פונעם ספר "קדושת ישראל", האט מען יעצט פולקאם איבערגעמאכט דעם ספר פון אנהייב. מען האט פריש געטייפּט די הייליגע ווערטער, הערליך אויסגעשטעלט מיט שיינע קלארע אותיות, פריש מנקד געווען, דורכגעגאנגען א גוטע הגה, אזוי אויך האט מען גוט איבערגעקוקט אלע מראי מקומות, זיכער צו מאכן אז עס איז גוט צוגעצייכענט, וואס דאס אליינס איז געווען אן ארבעט פון עטליכע חדשים. דאס האט מען געמאכט מיטן ציל עס זאל ארויסקומען ווי יעדע חסידיש ספר, וואס זאל אנקומען איבעראל. דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"... פאר טויזנט שקל (בערך $315) קען מען ווערן שותף מיטן דרוקן דעם הייליגן ספר (מען וועט קענען אריינלייגן א נאמען און לע"נ ביים סוף ספר) פאר צען טויזנט שקל (בערך $3150) קען מען אפקויפן דעם נאמען פונעם מהדורה. צו מנדב זיין קען מען דרוקן אויף דעם לינק מרכז הפצה היכל הקודש פאר קעש נדבות קען מען רופן 011-52-7644-664

    < זעה מער כא חשון תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו רופן זיך ווארעם אן צום "המזכים" קאמפיין לטובת דעם נייעם בנין פארן קרן הדפסה

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים פון קרן הדפסה וואס זענען עוסק טעג און נעכט מיט דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. און זענען לעצטענס אריינגעשפרינגען אינעם טייערן פראיעקט פון אפקויפן א פרישע פלאץ פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים, צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. ברוך השם אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארים, און מען באשטייערט זיך מיט שיינע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט. בעלי פרנסה קויפן זיך גרעסערע זכותים, א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000 (שוין פארקויפט), דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000 (5 שערים - צוויי שוין פארקויפט). עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז פילע זכותים זענען שוין פארקויפט געווארן, און ווערט אויספארקויפט מיט יעדן טאג מער און מער. כאפט אריין ווילאנג מען קען נאך, ווייל דאס איז אן איינמאליגע געלעגענהייט וואס קומט נישט פאר יעדן טאג. מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500. צו קויפן א זכות קען מען דרוקן דא אדער רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער ח חשון תשפ"ב 📝
  • נייעס פון די מפיצים אין ארץ ישראל

    אין ארץ ישראל גייט אן די הפצה אויף גאר א שטארקע פארנעם, טויזנטער גליונות ווערן געדרוקט וועכנטליך, און ווערן פארשפרייט אין אלע עקן לאנד. היינט צוטאגס איז שוין דא עטליכע לאקאלן וואו מען דרוקט אליינס די גליונות יעדע וואך, איינס איז אין ירושלים, עקסטער איז דא דרוקערייען אין בני ברק, צפת, יבנאל, און בית שמש. לעצטנס האט מען אין ארץ ישראל גאר שיין איבערגעמאכט דעם בארימטן "גליון היכל הקודש" אויף אן הערליכן נייעם אויסשטעל און גאר פראפעסיאנאלע גרעפיקס, וואס דאס האט גאר שטארק פארשענערט דעם גליון, און ציעט מער פאר מענטשן עס צו וועלן נעמען. דער גליון ווערט איבערגעטייטשט יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש, און דאס צושפרייט דערנאך מען איבעראל. אזוי אויך ווערן דארט איבערגעטייטש יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש די "גליון סיפורי מעשיות", דער קונטרס "אשר היה אל יואל". ראש השנה און יום כיפור האט מען איבערגעטייטש די דרשות תקיעת שופר און דרשת כל נדרי. אין יבנאל איז דא א חשובער אינגערמאן פון אנשי שלומינו וואס גייט ארום יעדן ערב שבת צו אלע משפחות אנשי שלומינו וואס וואוינען אין יבנאל, און טיילט אויס אלע גליונות וואס קומט ארויס אינערהאלב מוסדות היכל הקודש, בפרט דעם קונטרס "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש, וואס אויף דעם ווארטן שוין אלע יעדע וואך ווען עס גייט שוין ארויס קומען און מען וועט קענען שעפן אביסל חיזוק און עצות פאר די וואך. גאר אסאך אידן פון ארץ ישראל זענען צוגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א אין אומאן זיך באדאנקען פאר די חיזוק און עצות וואס זיי האבן פון די שיעורים, און פון בריוון אין עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך. במשך די טעג וואס מען האט געוויילט אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חביבות פאר די מפיצים פון ארץ ישראל, דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען צום שלאף צימער פון די מפיצים און דארט געקלאפט א מזוזה אויפן טיר און זיך אנגערופן צו איינער פון די מפיצים אין ירושלים, "איך ווארט שוין א גאנץ יאר זיך צו טרעפן מיט דיר, איך בין געקומען ספעציעל צו דעם צימער קלאפן א מזוזה ווייל ענק זענען מפיצים!". און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צו איינער פון די אמעריקאנע אידן און זיך אנגערופן: "דארפסט איינזינקען פאר בושה פאר דעם אינגערמאן פון ארץ ישראל, זיי האבן געמאכט דארט א מהפכה, זיי זענען מקרב בחורים און דערנאך מאכט מען זיי פאר מפיצים, נישט סתם מען ברענגט בחורים און דערנאך בלייבן זיי זיצן נעבן דעם ראש ישיבה און טוען גארנישט..." אויך האט מען געהערט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ספעציעל אנגערופן ערב ראש השנה עטליכע חשובע מפיצים פון ארץ ישראל וואס האבן נישט געקענט קומען אויף אומאן, און זיי ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, און זיי געגעבן א ברכה זיי זאלן ווייטער האבן כח ממשיך צו זיין מיט די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין גאנץ ארץ ישראל אן קיין שטער. מען קען נעמען א חלק אין הפצה אין ארץ ישראל דורך געבן אויפן וועבסייט פון "נדרים פלאס" מוסד נומער 2812745 &nbsp;

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו קויפן א נייעם בנין פארן בארימטן קרן הדפסה היכל הקודש

    קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו עס איז אומגלויבליך ווי שטארק דער קרן הדפסה אפאראט האט זיך פארשפרייט אין די לעצטע צייט. אבער ווען מען זעט די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים מיט וואס זיי פארפלייצן דער גאנצער אידישער וועלט, און לאזן נישט נאך, פארשטייט מען וויאזוי דער גרויסער וואוקס איז צושטאנד געקומען. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט די פארלאנג פאר די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, און אזוי איז דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש פשוט קליין געווארן אין די קורצע צייט. עס האלט ביי א מצב אז מען איז פשוט געצווינגען אריינצוגיין אינעם פרישן פראיעקט פון שאפן פלאץ צו פלאצירן די פילע פרישע מאשינען און ספרים וואס ווערן כסדר געדרוקט. און ברוך השם אז אנשי שלומינו ווייסן אז היכל הקודש מיט הפצה איז איין און דער זעלבע זאך, און שפירן פאר א זכיה צו האבן א חלק אינעם נייעם גרויסן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט, און רופן זיך אן ווארים צום רוף פון די עסקנים פון קרן הדפסה צו נעמען א חלק אין אפקויפן און אהערשטעלן דעם נייעם בנין. אין די טעג וואס אנשי שלומינו האבן געוויילט אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה, האט זיי אפגעווארט אן אנגענעמע איבערראשונג. מען האט געהערט די פרישע נייעס, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" איז נארוואס אריינגעגאנגען אין א קאנטראקט אפצוקויפן א פרישע גרויסער בנין, און דער נייער "המזכים" קאמפיין איז אריין אין שוואונג. אנשי שלומינו האבן זיך אביסל באקענט מיט די גרויסע אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה, מען האט געזען די בילדער פון די פילע מאשינען מיט וואס דער קרן הדפסה אפערירט, מען האט געזען די פלענער פאר די פילע פרישע מאשינען וואס קרן הדפסה פלאנט איינצוקויפן אין די נאנטע צוקונפט בעזרת השם יתברך. פילע האבן זיך אויפן פלאץ אנגערופן מיט גאר שיינע סכומים. און פילע רופן כסדר אריין זיך צו נאכפרעגן וועלכע זכותים זענען נאך אוועליבל. אינגעלייט בעלי פרנסה קויפן זיך איין גרעסערע זכותים א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000, דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000. מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500. צו קויפן א זכות קען מען רופן די קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַטסעפּפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ב 📝
  • מען גרייט זיך מיט גרויס שמחה צום פרייליכן יום טוב סוכות

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום געהויבענעם יום טוב סוכות הבעל"ט, וואס ווערט געפראוועט מיט גרויס שמחה און התרוממות. אלע שולן פון היכל הקודש פון אלע שטעט וועלן בעז"ה זיין אפן ביי אלע תפילות. היינט זונטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א ספעציעלע שיעור פאר די אברכים ובעלי בתים "הכנה צום הייליגן יום טוב סוכות", וויאזוי מען זאל אויסנוצן דעם הייליגן יום טוב ווי עס דארף צו זיין אז מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. דער שיעור וועט קענען ווערן מיטגעהאלטן אין אלע שטעט ווי עס זענען דא שולן פון היכל הקודש, פאר מער פרטים פרעגט די לאקאלע גבאים פון שול. &nbsp; זמנים פון יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה ערשטע טעג: שחרית ביידע טעג וועט זיין אום צען אזייגער, און מנחה אום 7:00 אין וויליאמסבורג. יארצייט פון הייליגן רבין: דאנערשטאג נאכט חול המועד אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי, 181 האשקי רד. אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון ביהמ"ד - מען וועט זיך וואשן צו א סעודה. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק. עס וועט מהנה זיין בעזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכ'ן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה.&nbsp; הושענא רבה: מען וועט ליינען משנה תורה תיכף נאך מעריב, און שחרית וועט זיין בעז"ה אום 8:30 אין ווילימסבורג שמיני עצרת: שחרית, 10:00 - מנחה 7:30. דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה שמחת תורה: שחרית 9:00 - מנחה 7:00. &nbsp; א קורצע באריכט איבער יום כיפור ביים ראש ישיבה: גרויס התעוררות האט געהערשט ביים ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש אין וויליאמסבורג. פילע זענען געקומען פון אלע געגנטער אויף יום כיפור מיטצוהאלטן דעם יום טוב, די תפלות זענען געווען מיט גרויס ווארעמקייט, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד אלע תפלות, די געשמאק און געפיל האט איבערגענומען אלע ביינער, און מיר האבן זיכער גע'פועל'ט א זיס ליכטיג יאר. פאר כל נדרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט קורצע דברי התחזקות והתעוררות ווי אזוי אריינצוגיין און אויסנוצן דעם הייליגסטן טאג פון יאר. ביי פויזע צווישן שחרית און מוסף, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא מיט געשמאק, דאס איז געווען א באזונדערע לימוד אז אפילו אום יום כיפור דארף מען אויך לערנען די שיעורי תורה. &nbsp; אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס לכבוד יום טוב דער בית התבשיל פון קרית ברסלב ליבערטי, אנגעפירט דורך האברך החשוב מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, איז שוין ברייט באקאנט מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, ספעציעל לכבוד שבת ויום טוב. די פעולות פונעם בית התבשיל גייען ארויס פיל ווייטער פון די גרעניצן פון שטעטל, אין אלע געגענטער זענען אנשי שלומינו נהנה פונעם בית התבשיל, וואס שטעלט צו כסדר גרויסע חלוקות פון עסן, וואס העלפט גאר שטארק ארויס יעדן איינעם. יעצט לכבוד יום טוב האט דער בית התבשיל באצאלט די גראסערי ארדערס אויף יום טוב פאר פילע אידן וואס נויטיגן זיך דערין, וואס פון איין זייט איז דאס די גרעסטע זאך, צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביים עסן קען מען נישט אפנארן קיין מענטשן, אז מ'געבט צו עסן פאר א איד איז דאס זיכער די גרעסטע מצוה פון צדקה, אבער פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, און פילע אידן ווילן האבן א שותפות אין די הייליגע צדקה. אידישע קינדער רופן זיך אן זייער ווארעם און העלפן ארויס דעם בית התבשיל צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע הייליגע ארבעט, ספעציעל יעצט צו קענען צושטעלן פאר אידן צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב מיט שמחה און הרחבת הדעת. מען קען נעמען א חלק אין די מצוה דורך אריינרופן מיט א ברייטהארציגע נדבה אויף 718-306-2448. ושמחת בחגך והיית אך שמח 📰 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ב 📝
  • דער נייער "קרית ברסלב בלעטל": שענער, בעסער און גרעסער

    קרעדיט: מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווען דער בארימטער "קרית ברסלב בלעטל" איז ערשינען צום ערשטן מאל פאר פונקט צוויי יאר צוריק אויף ראש השנה שנת תש"פ האט מען זיך נישט געראכטן אויף אזא הצלחה בס"ד. געלויבט דער אייבישטער אז מען הערט צוריק פון פילע אידן ווי סאך דער בלעטל האט שוין אויפגעטון אין די קארגע צוויי יאר. גאר שטארק האט געכאפט דאס אויג "די מעשיות פון תפלה" אינעם גליון, מענטשן האב געזען "אינגעלייט" שרייבן פערזענליכע מעשה וואס זיי האבן געהאט, ווי דער אייבישטער הערט אויס יעדעם איינעם אויף יעדע זאך, און האבן זיך געעפענט די אויגן אז בעטן דעם אייבערשטן "מיינט מיר אויך", איך קען אויך בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, איך דארף נישט שרייען און זיך רעגן אויף מיינע ארומיגע ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל, קיינער איז נישט שולדיג אויף מיינע פראבלעמען, עס איז פשוט דער אייבישטער וויל מיר דערמאנען איך זאל רעדן צו אים און אים בעטן וואס איך וויל, און דער אייבערשטער העלפט. באזונדער האבן פילע אידן זייער הנאה געהאט פון די "נייעס אין שטעטל", מענטשן גלייכן נייעס, מען וויל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך, בפרט ווען עס בויעט זיך א נייע שטאט, און נאך מער ווען עס רעדט זיך פון א "ברסלבע שטעטל", א זאך וואס איז נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, א שטעטל וואו אלע לעבן מיטן אייבערשטען, קינד און קייט לעבן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. גאר שטארק האבן זיך אידן צוגעכאפט צו די "בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א" ווי מען ליינט יעדע וואך א פאסיגע בריוו פאר די צייט, פון וואס אלע נעמען הדרכה חיזוק און עצות, און שטייגן אין עבודת ה' מיט די הייליגע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אלע טייערע קינדער האבן דאס מערסטע ארויסגעקוקט אויף די "חידות אפטיילונג", וואס איז געשטעלט אריינצוברענגען אין די קינדער, צו קענען די שיחות און לעבן די שיחות פון הייליגן רבין. דאס איז אלעס געווען ביז יעצט. אבער יעצט האבן מיר א גוטע בשורה, אז נאך גאנצע צוויי יאר פונעם שיינעם בלעטל, האט דער וועד פונם בלעטל האט באשלאסן אז איז צייט צו גיין מעלין בקודש און ארויפגיין א שטאפל מיט דעם בלעטל, וואס איז גאר וויכטיגט בפרט ווען עס קומט אריינצוברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות דארף מען אלץ זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער, אז נאך א מענטש זאלן וועלן הערן פון די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז צו פארקויפן. צום ערשט איז דער בלעטל שטארק פארשענערט געווארן מיט א גאר פראפעסיאנאלן אויסשטעל וואס איז געשמאק צום אויג צום ליינען, און אויך האט מען צוגלייגט נאך בלעטער און אנגעפילט מיט פילע נייע אפטיילונגען מיט שיינע און רייכע תוכן. צום ערשט איז צוגעקומען דער פרישע אפטיילונג "היכל הקודש נייעס", וואס דארט וועט ווערן געדעקט די נייעס אינערהאלב קהילות היכל הקודש. אויך איז געווארן צוגעלייגט אן אפטיילונג "א מעשה פון א צדיק", וואס וועט אנטהאלטן בעז"ה יעדע וואך א שיינע מעשה פון א צדיק שיין און דראמאטיש ארארפגעלייגט. ווי באקאנט רעדט דער דער ראש ישיבה שליט"א כסדר איבער די שטארקע וויכטיגקייט שטענדיג ליינען און פארציילן מעשיות פון צדיקים, וואס וועקט אויף דעם איד ער זאל וויסן אז אויך ער קען נאכמאכן דעם צדיק. דערנאך איז צוגעלייגט געווארן א "פארזעצונג אפטיילונג", וואס וועט האבן א לאנגע שפאנענדע אמת'ע מעשה צוטיילט אין וועכענטליכע פארזעצונגען. אלץ דער ערשטער מעשה אינעם אפטיילונג וועט פארציילט ווערן די העכסט דראמאטישע מעשה פון די נסיעה פון הייליגן רבינ'ס קיין ארץ ישראל. וואס וועט האלטן געשפאנט קינד און קייט פאר א לאנגע וואכן, ביז די דראמאטישע ענדע, וואס וועט בעז"ה גלייך נאכפאלגן מיט א נייע שפאנענדע פארזעצונג. אזוי זענען אויך צוגעלייגט געווארן נאך פילע אינטערסאנטע אפטיילונגען, וואס אלע ליינער וועלן מיטן אייבערשטענ'ס הילף שטארק הנאה האבן. פילע האבן זיך סובסקרייבט צו באקומען דעם שיינעם גליון יעדע וואך, מיט וואס אלע אין שטוב די טאטע, מאמע קינדער זענען זיך מחיה יעדע וואך. זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון אדער די אנדערע גליונות רופט אין אפיס פון קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3. פאר הערות און קאמענטארן וויאזוי צו פארבעסערן דעם גליון קענט איר שטענדיג רופן 347-379-1161 📌 דער נייער קרית ברסלב בלעטל 📰 פדיון נפש פאר ראש השנה 💳 לינק צו פדיון נפש&nbsp; 📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג 📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט 📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן 📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש 📰 ברסלב פריים שטארק פאפולער ביי אנשי שלומינו 📰 איבערזיכט איבער די גליונות פון היכל הקודש - טבת תשפ"א

    < זעה מער כד אלול תשפ"א 📝
  • ניסי נסים: צדקה ראטעוועט די מפיצים פון אראבישע לינטש ר"ל

    קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו דער פאלגענדע סיפור וואס האט פאסירט פאריגע וואך האט אויפגעטרייסעלט גאנץ ארץ ישראל שפעט אינמיטן די נאכט, דער מפיץ הרב בעריש קרויס הי"ו, פון די מתפללים קביעים אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה צו די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל, מיטנעמענדיג מיט זיך א גרופע טייערע בחורים, כדרכו בקודש האט ער מזכה געווען אלע מיטרייזענדע אריינצולייגן עטליכע פרוטות פאר צדקה אינעם פושקע פונעם מרכז הפצה וואס ליגט אלץ אין זיין קאר, און שטילערהייט מתפלל געווען אז אין זכות פון צדקה זאל מען גיין און קומען געזונטערהייט. נישט חלומענדיג אין וואס פארא דראמאטישע פאסירונג זיי וועלן באלד אריינפאלן, זענען זיי צום ערשט צוגעפארן צום ציון פון רבי יושע דסכנין, וואס געפינט זיך אין א געפארפולע אראביש דערפל. אבער צוליב דער שפעטע נאכט שעה, האבן זיי נישט קיין סאך געקווענקעלט אריינצוגיין. ווען זיי זענען אנגעקומען צום פארלאזטן דערפל, האבן זיי באגעגענט א גרופע אראבער - וועם זיי האבן געפרעגט דירעקציעס וואו מען פארט צום ציון. דערנאך האבן זיי געזען די גרופע אראבער גייען זיך אוועק צו א געוויסע הויז. די מפיצים זענען אנגעקומען צום ציון און זיך געשטעלט מתפלל זיין, ארויסקומענדיג דערזעען זיי פאר זיך די זעלבע גרופע אראבער, וואס האבן זיי יעצט צוגעוויזן צו פארן צו א געסל ווי מען פארט כלומר'שט ארויס פון דערפל. ר' בעריש האט געזאגט דעם עולם זאל זיך גלייך אריינזעצן אינעם קאר, ווען פלוצלינג זענען אנגקומען נאך און נאך אראבער מיט גרויסע שטעקענעס אין די הענט און רינגלען ארום דעם קאר, און זיי האבן אנגעהויבן האקן און זעצן אויפן קאר, זיי האבן צוהאקט די פענסטער, און האב נישט אויפגעהערט צו האקן און שרייען אן רחמנות מיט קולי קולות. דער דרייווער צוזענדיג דעם מצב האט גלייך פארשטאנען אז אויב ער טוט נישט עפעס דראסטיש תיכף, קען עס צוקומען צו סכנת נפשות, און זעענדיג אז ער איז געבלאקט פון פארן, האט ער אנגעשטעלט דעם קאר צו "ריווערס" אראפגעדוקט דעם געז פעדל ביז אונטן, און אנגעהויבן צו בעקן אינעם פארקערטן דירעקציע - אריינהאקענדיג עטליכע מאל אין געפארקטע קארס, און אפגעצויגן פון דארף. געלויבט דעם אייבערשטן אז די אראבער וואס האבן אנגעהויבן נאכלויפן דעם קאר האבן זיי נישט געקענט דערגרייכן, און מיט גרויסע נסים זענען אלע ארויס אן קיין שום קריץ. "אלעס אין זכות פון הפצה. איך פאר קיינמאל נישט ארויס אן דעם וואס אלע רייזענדע לייגן אריין א פרוטה אין פושקע פון מרכז הפצה", "מיר האבן אלע געהאט די קמיע פון מוהרא"ש, און מיר האבן נישט אויפגעהערט מתפלל זיין צום אייבערשטן אז מיר זאלן ארויסגיין בשלום. &nbsp; א שיינע הפצה צימער אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - חנוכת הבית בקרוב בעז"ה אין אנדערע נייעס פון הפצה אין ירושלים האט מען אין ליכט פונעם גרויסן פארלאנג און אויף די אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גרויסע רענאווציעס אינעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש ירושלים. דער גרויסער צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ ווייבער שול, וועט פון היינט דינען אלץ הפצה צימער, וואס דארט וועט מען פארקויפן די פילע הונדערטע ספרים און קונטרסים. און דער קליינע צימער דערנעבן וועט דינען אלץ א סטארעדזש פאר די פילע ספרים אין סטאק. מרכז הפצה איז שטארק דאנקבאר פארן איבערגעגעבענעם גבאי מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו פארן זיין גרויסע הילף מיטן פראיעקט. דער אייבישטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. 📚 היינט ערשינען! לוח ברסלב תשפ"א אידיש &nbsp; 📸 דער נייער הפצה צימער אין ירושלים &nbsp;

    < זעה מער ד אלול תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 47 results

1 2 3 4
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com