Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מעגא פעקעדזש פון קרן הדפסה אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז

    נאך א שטארקע נאכפראגע ביי אנשי שלומינו צו האבן אן עפארדעבל פעקעדזש פון די גליונות פון היכל הקודש, מיט א פארלעסליכע דעליווערי, האט קרן הדפסה נארוואס געמאלדן א נייע "שבת גליונות מעגא פעקעדזש" צו אדרעסירן אט דעם פארלאנג.   דער נייער פעקעדזש סובסקריבשאן פלאן וועט צושטעלן א ריכטיגע עונג שבת פאר די גאנצע משפחה, סיי די קינדער און סיי די ערוואקסענע, מענער און פרויען מיט לייען מאטריאל אנגעפולט מיט אמונה, מידות טובות, עצות און חיזוק.   פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל אין שטוב פון די גאס האבן זיך באקלאגט אז די ביז יעצטיגע סובסקריבשאן פלענער זענען געווען אדער צו טייער, אדער נישט גענונג פארלעסליך, זייענדיג געשיקט דורך די פאסט סערוויס וואס כאטש מען האט שטארק פרובירט עס זאל אנקומען אויף שבת, און צוליב דעם האבן די ארויסגעבער פון אלע גליונות זיך אנגעשטרענגט אז אלע גליונות זאלן שוין גיין צום דרוק אנפאנג וואך, און די שטאב פון קרן הדפסה האט געמאכט אלע אנשטרענגונגען עס צו דרוקן און ארויסשיקן די שנעלסטע וואס מעגליך, איז עס נישט געווען גענוג גוט, צוליב וואס די פאסט סערוויס האט געהאלטן אין איין ווערן פארשלעפט, און דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן אזוי שטארק געוואלט האבן די שיינע גליונות אויף שבת קודש.   דערפאר האבן אנשי שלומינו זייער פרייליך אויפגענומען די גוטע בשורה אז אין קרן הדפסה האט מען זיך צוגעהערט צו די פילע בקשות און ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן וואס הייסט "מעגא פעקעדזש" וואס וועט אנהאלטן אלע גליונות אויף שבת אריינגערעכענט: עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון היכל הקודש און דער גליון שיעורי חינוך, און דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן בעז"ה מיט די מער פארלעסליכע UPS דעליווערי פירמע, וואס איז גאראנטירט בעז"ה אנצוקומען אין צייט אויף שבת קודש.   די וואס עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג עס זאל אנקומען בעפאר שבת וועלן זיך קענען איינצושרייבן צו באקומען די בית נצחי אדער די עצתו אמונה, דורך די ביליגערע פאסט סערוויס, און וועט האפענטליך אבער נישט זיכער אנקומען בעפאר שבת. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די בית נצחי וועט מען שיקן אלץ מיט א גאנצע וואך פריער כדי אז מען זאל עס בעז"ה באקומען אין צייט.   רופט שוין אריין צום אפיס פון קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3 זיך איינצושרייבן פארן מעגא פעקעדזש, פון וואס איר וועט זיכער הנאה האבן.   אויך די וואס באקומען שוין ביז יעצט די גליונות און ווילן ווייטער באקומען דארפן אריינרופן און זיך פריש איינשרייבן צו איינע פון די אפציעס. ביטע רופט וואס פריער ווייל די נייע סיסטעם גייט שוין אריין אין קראפט קומענדיגן פרשת שמות הבעל"ט. ווארט נישט אויף שפעטער, רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע מוזיק ווידיאס ערשינען

    א נייע הערליכע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "זאל זיין אזוי, אלעס איז דער אויבערשטער" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ארויסגעקומען וואס ברענגט ארויס אז אלעס וואס פאסירט מיט א מענטש, סיי געשמאקע און סיי חלילה שווערע קומען נאר פונעם אויבערשטן, און אויב גייט עפעס אנדערש ווי איך וויל, נעם איך עס אן באהבה, ווייל איך ווייס אז אזוי וויל דער אויבערשטער. &nbsp; אויפן מוזיק ווידיא שפילט מען אויף סצענעס וואס מאכן זיך טאג טעגליך, צום ביישפיל איינער מאכט א קאווע און קלאפט זיך אריין און עס גיסט זיך אויס; מען קומט ארויס פון שטוב אינדערפרי צו א פרישע טאג, און בומס א טיקעט ליגט אויפן קאר פענסטער; מען לייגט ארויף זאכן אויף א הויכע שעלף ענדליך אלעס איז שוין דארט און טראך, אלעס פאלט אראפ, מען פרובירט אריינצודרייען א נאגל איינמאל און נאכאמאל אבער אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, דער נאגל גייט נישט אריין עס פאלט אראפ; מען פארן אין קאר אויף א געשמאקע פארברענג, און פלוצליג שפירט מען ווי די לופט פונעם רעדל איז ארויסגעגאנגען, מען טרעפט זיך מיט א פלאכע רעדל; מען פרובירט אריינצולייגן די שפיץ פונעם פאדעם אין נאדל לאך אבער עס גייט איבעראל אויסער ווי מען וויל; מען שלעפט ארויף א שווערע באקס, פלוצלינג שטאלפערט מען זיך אן אין עפעס און דאס גאנצע אינהאלט קוילערט זיך אראפ אלע טרעפ; מען מאכט אן אייער שפייז אינדערפרי נאכן דאווענען, אבער פלוצלינג איין איי צוקראכט זיך אויף די פלאר. דער ניגון ברענגט ארויס ווי מען דארף זיך שטארקן און געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און מען זאל זיך נישט נעמען צום הארצן. &nbsp; היינטיגע צייטן וואס דער סמ"ך מ"ם דרייט איבער א וועלט און פרובירט אריינצוקומען צו אידישע הערצער פון יעדע מעגליכע שפאלט אדער לעכל, מוזן מיר טון די זעלבע זאך, און דערמאנען אידישע קינדער אויף יעדן וועג מעגליך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און מען קען זיך ווענדן צו אים, און נאר צו אים קען מען און דארף מען האפן. איינע פון די גאר אפעקטיווע וועגן זענען די מוזיק ווידיאס וואס ברענגען אריין אמונה אין אידישע קינדער אויף א געשמאקע און ציענדע וועג. &nbsp; די ווידיאס זענען פראפעסינאל רעקארדירט געווארן דורך מו"ה שרולי סאמעט הי"ו, און איז געספאנסערט געווארן דורך מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו פון יואלי'ס קולינג. מען קען באשטעלן עירקאנדישן אדער היטינג דורך רופן 845-470-8888. &nbsp; אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם ניגון "דער אויבערשטער איז איבעראל" וואס איז פאכמאיש אראפגעשפילט אין א געשמאקע וועלדל ביי פארברענג מיט פילע בחורים און קינדער וואס שפילן גאר שיין אויף די ניגון מיט זינגען און טאנצן, בשעת מען זיצט און טאנצט נעבן געדעקטע טישן מיט שיינע לעמפ און א קעמפ פייער, בשעת די זון גייט צוביסליך אונטער. &nbsp; די מוזיק ווידיאס זענען אפגעכאפט געווארן פארגאנגעם זומער העעל"ט, און זענען הערליך און פראפעסיאנאל אויסגעארבעט געשמאק און אינטערעסאנט. שמעו ותחי נפשכם. &nbsp; 🎦 דער אויבערשטער איז איבעראל &nbsp; 🎦 זאל זיין אזוי &nbsp;

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • קרית ברסלב בלעטל גרייכט צוויי הונדערט אויסגאבעס

    איך האף אז מיר דארפן נישט פארשטעלן פאר אונזערע ליינער דעם קרית ברסלב בלעטל, וואס עס שטעלט מיט זיך פאר, און וואס דאס איז. אלע משפחות פון אנשי שלומינו ליינען דורך די פילע אינהאלטספולע בלעטער יעדע וואך, און מען ברענגט עס אהיים רואיג וויסענדיג אז דא וועט מען ליינען ערליכע מאטריאל וואס וועט נאר ברענגען יראת שמים, מידות טובות, אמונת חכמים, תמימות, און אריינלייגן די פילע עצות פון הייליגן רבין אויף א געשמאקע אופן. &nbsp; בראש פונעם אויסגאבע שטייט דער געטרייער רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש יעדע וואך לאנגע שעות און טעג, און מאכט זיכער אז אנשי שלומינו זאל האבן ערליכע געשמאקע ליין מאטריאל ואתו עמו די רעדאקציע, שרייבער און גראפיקער כל אחד בשמו הטוב יבורך. &nbsp; לכבוד די צוויי הונדערטסטע אויסגאבע האט אריינגעלייגט די וואך א ספעציעלע פראיעקט געשריבן דורכן בארימטן שרייבער ר' ישראל דוד העסקעל ני"ו, וואס וועט מהנה זיין דעם עולם, ווי מען וועט קענען זען אין די יעצטיגע אויסגאבע. אנשי שלומינו האבן זייער הנאה צו ליינען די פילע אפטיילונגען, אנגעהויבן פון די "וועלטליכע נייעס" געשריבן דורך ר' גרשון קרעמער וואס ברענגט ארויס כסדר פילע אינטערסאטנע אנעקדאטן פון די וועלט און וואס עס מיינט פאר אונז. דערנאך קומט די נייעס פון היכל הקודש וואס האלט אנשי שלומינו אינפארמירט איבער די פילע נייעסן און אפדעיטס וואס טוט זיך איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דערנאך קומט די גאר געשמאקע "מעשיות פון תפלה" קאלום וואס איז לעבנסוויכטיג זיך צו דערמאנען כסדר ווער עס פירט די וועלט און וועם מען דארף בעטן און ווער עס קען העלפן, ווען מען זעט יעדע וואך עטליכע געקליבענע מעשיות מיט נעמען וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן ווען מען האט אים געבעטן. &nbsp; נאכדעם איז דא וועכעטליך א קורצע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז מיר זאלן נישט פארעסן וואס אונזער ציל אויף דער וועלט און איז און געבט געשמאקע ווירקזאמע עצות אויפן לעבן. אויף די זייט דערפון איז דא א "שיחה פון ראש ישיבה שליט"א", א קורצע שמועס איבער א נושא, וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט די בליק פון די תורה אויף אן ענין. &nbsp; נאכדעם איז דא די פרישע קאלום איבער אלץ און אלעמען דורך ר' גרשון קרעמער, וואס שרייבט איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים וואונדער פונעם באשעפערס וועלט, און וואס דאס קען אונז לערנען טאג טעגליך. &nbsp; יעדע וואך באלעקן זיך אנשי שלומינו די פינגער מיט די הומאריסטישע און געשמאקע ארטיקל פון ר' משה ארי' שניטצלער וואס טראגט אונז אויף א רייד יעדע וואך ערגעץ אנדערש, צו אויף די הרי החושך, אדער גאר צו עפעס א מאשקע אין קרעטשמע, פון וועלכע מען קומט ארויס מיט א שיינע מוסר השכל אנצוהויבן פריש לערנען און דאווענען, יעדע וואך אויף א פרישע וועג. &nbsp; די קאלום פון "א מעשה פון א צדיק" קען מען זיכער נישט אויסלאזן, דארט ברענגט מען א שיינע מעשה פון א צדיק וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, אויף א וועג וואס מען קען זיך דערפון עפעס לערנען אז אויך מיר זאלן קענען ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דערנאך קומט די "לענבסגעשיכטע פון הייליגן רבי'ן" אין פארזעצונגען, ווי עס ווערט געשילדערט אויף גאר א דראמאטישע וועג די פילע מיטמאכענישן פון הייליגן רבין ווי ער האט זיך געפלאגט און געאקערט אלעס כדי מיר זאלן קענען הערן זיינע הייליגע ווערטער און נאנט ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין לאנדאן הבירה צום געשמאקן שריפטשטעלער ר' ישראל דוד העסקעל, וואס פירט אונז אריין אין אן אנדערע וועלט, און טיילט אונז מיט א שמועס אדער עפיזאד אויף א הומאריסטישע וועג וואס מען נעמט מיט טאג טעגליך צו קענען זיין אן ערליכע איד, און זיך נישט לאזן פאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז נאר צוברעכן. &nbsp; דערנאך קומט די הויכפונקט, "א סעודה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", ווי עס ווערט יעדע וואך אראפ געלייגט די געשמאקע סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי ער געבט זיך אפ מיט זיין שטוב, ער רעדט שיין צו זיין ווייב און קינדער, מאכט זיי פרייליך. אנשי שלומינו ליינען עס מיט דורשט און בעטן דעם אויבערשטן אז אויך זיי זאלן קענען פירן א שיינע סעודה און קענען פרייליך מאכן אין שטוב. &nbsp; דערנאך קומט די פרויען אפטיילונג מיט פילע ארטיקלען פאר די חשובע פרויען און מיידלעך, קודם קומט א פאכמאנישע פאום געשריבן דורך מרת מ. פורסט תחי' וועלכע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע ענין אויף א שיינע וועג, און דערנאך קומט די הערליכע ארטיקל "פאר די ברסלבע שטוב" געשריבן דורך מרת מ. פאפענהיים תחי' פון ירושלים עיה"ק וועלכע שרייבט גאר שיינע זאכן פאר די פרויען וועלכע קענען קוים ווארטן צו ליינען די געשמאקע ארטיקל יעדע וואך. &nbsp; דערנאך קומט די "מעשיות פון תפלה" פאר די פרויען ווי די פרויען פון אנשי שלומינו לייגן אריין זייערע מעשיות ווי זיי האבן געבעטן דעם אויבערשטן און דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן, און זענען מקיים דעם "בתוך רבים אהללנו" און דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים דורך די שפאלטענעס פונעם אויסגאבע. &nbsp; יעצט קומען די קלענערע צו גיין, עס קומען אן פילע בלעטער פאר די קינדער, חידות, קעסטל רעטענישן, וועגן, ספר המדות פאר קינדער, שיחות פון רבין פאר קינדער, טרעף חילוקים, עצתו אמונה רעטעניש. און דערנאך טרעפן זיך די קלענערע קינדער אין די בילדער, ווי גרויס איז די שמחה פון א קינד וואס טרעפט זיך מיט זיין קליקס אדער לעגא וואס ער האט צוזאם געשטעלט א שיינע פארק, אדער פרעה'ס חלום. און מעשיות פון תפילה פאר קינדער מיט די שיינע בילדער וואס באקט אין די יוגענט פון די וויגעלע אז יא עס איז דא א באשעפער, און ער פירט אלעס, גרויסע זאכן און אויך קליינע זאכן און אלעס אינצווישן, און דו קענסט אים בעטן אלעס, אויך אז דו זאסלט האבן א גוטע ריסעס, און אויך אז דיין בובו זאל זיך אויסהיילן. און דאס וועט ער מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנצע לעבן, אז ווען עפעס וועט אים זיין שווער אויפן הארץ וועט ער וויסן צו וועם זיך צו ווענדן. &nbsp; צום סוף קומט וועכענטליך די בילדער אפטיילונג, ווי מען קען זען שיינע בילדער פון אנשי שלומינו איבער די וועלט, וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה, שמחות ביי אנשי שלומינו, פארברענגען און מסיבות, ווי עס בויען זיך בנינים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט ערליכע ליין מאטריאל, און אז עס זאל ארויסקומען נאר א כבוד שמים פון אלע בלעטער און ארטיקלען.

    < זעה מער א טבת תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך צו יום טוב חנוכה

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז דער הערליכער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס איבערגעדרוקט געווארן, און איז שוין ווידער דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון בלויז $2.99. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן שטארק ארויס אויף דעם הערליכען "סדר הדלקת נר חנוכה" וואס באשטייט פון דעם נוסח הדלקת נר חנוכה מיט אלע מזמורים פיוטים און מנהגים ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט, באגלייט מיט שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע ספרים איבער די גרויסע צייט וואס עס טוט זיך אפ אין אלע וועלטן ווען א איד צינדט די הייליגע חנוכה ליכט, און דער גרויסער עת רצון וואס מ'קען דאן פועלן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; אזוי אויך אנטהאלט עס פילע גאר ווארימע תפילות אויף פאַרשידענע ענינים ווי אויף קינדער, נחת פון די קינדער, שידוכים, פרנסה, וואָס מוהרא"ש האָט געשריבן ספעציעל צו זאגן חנוכה ווען די לעכט ברענען. די תפילות עפענען אויף דאָס האַרץ צום&nbsp; אייבערשטן, און פועלן גאָר גרויסע ישועות. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן פון פריש, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. &nbsp; מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר באשטעלט עס שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. 📚 "סדר הדלקת נר חנוכה" - אידיש פאר בלויז $2.99 📚 קונטרס "חנוכה שמחה" פאר בלויז $1.49 📚 קונטרס "פארליר זיך נישט" שיעור ליל שישי חנוכה תשע"ד &nbsp; &nbsp; 💳 ברסלב סענטער שאפ גיפט קארטל BreslevCenter.com gift card &nbsp;

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ד 📝
  • ערשטע באנד פון ספר אשר היה אל יואל ווערט געדרוקט

    נאכדעם וואס עס איז שוין דורך כמעט א יאר פון וואס דער הערליכער גליון אשר היה אל יואל האט אנגעהויבן צו ערשיינען, האט דער בית הדפוס געמאלדן אז זיי זענען יעצט אינעם פראסעס פון דרוקן די ערשטע באנד אלץ א באזונדערע ספר. &nbsp; די ספרים און קונטרסים "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך ביי שלש סעודת, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון שלש סעודות פון ראש ישיבה שליט"א ערשט האנטיג האבן דורך דעם די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר. &nbsp; די שלש סעודות תורה פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען קומט ארויס א פרישע מענטש פעסט באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'. &nbsp; דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורכן קרן הדפסה, וועלכע לייגט אריין גאר גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ווי זיי געבן אונז איבער גייט עס בעז"ה גיין צום דרוק בערך אין א חודש פון יעצט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אויף דעם ספר אז די זעלבע הבטחה וואס מוהרא"ש האט געגעבן אז מען וועט זען זיכערע ישועות אויב מען דרוקט "אשר בנחל" גייט אויך אן ביי "עצתו אמונה" און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס איז אויך ביי "אשר היה אל יואל". די וואס ווילן קויפן א זכות אין דעם ספר פאר $500 אדער דער וואס וויל אפקויפן די זכות פון די מהודרה פאר פינף טויזענט דאלער קען זיך ווענדן צום געטרייען גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ד 📝
  • גליון "דער ראש ישיבה זאגט" אויף ענגליש צייכענט אפ א יאר

    עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער היינטיגער גרויסער מפיץ מו"ה שמואלי קאהאן הי"ו פון ירושלים, וועלכע רעדט א פליסיגער ענגליש האט אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה מיט עטליכע יאר צוריק, וואס מיט די צייט האט ער געשפירט ווי די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א גייען אריין אין זיין הארץ מער און מער, און ער האט זיך געטראפן כסדר אין מצבים וואס ער האט ווי געזאגט צו זיך אליינס "דער ראש ישיבה זאגט" אזוי און אזוי. &nbsp; דערפאר האט ער אביסל מער פון צוויי יאר צוריק האט אנגעהויבן פארשפרייטן שיינע מעסעדזשעס אויף ענגליש פון א קרישקעלע פון בערך א האלבע מינוט איינע פון די טויזנטע דיאמאנטן וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארקויפט יעדן טאג, ער האט עס אפגעטייפט פאר זיך איבערגעטייטש אויף ענגליש, און האט עס רעקארדירט שיין און קלאר און ארויסגעשיקט פאר די חברים וואס רעדן ענגליש, אז זיי זאלן אויך קענען טרונקען פון די יין המשומר פון די אונגארישע וויין. &nbsp; נאכדעם וואס דאס האט אנגעהאלטן איבער א יאר, האט ער באמערקט אז ער האט יעדע וואך זעקס הערליכע פערל ווערטער חיזוק און עצות הדרכה אויף למעשה וואס איז שוין אפגעטייפט אויף ענגליש, וואס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך מען זאל עס ארויסגעבן פאר די וועלט, אז אויך די וואס באקומען נישט זיינע מעסעדזשעס אויפן טעלעפאן זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון, ער האט מיטגעלטיילט זיין געדאנק מיטן גרויסן מפיץ אין ירושלים דער גבאי פונעם בית המדרש מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א וואס האט אים שטארק מעודד געווען און האט אליינס גענומען די אפגעטייפטע ווערטער פון אים און האט עס הערליך אויסגעשטעלט אלץ א גליון מיט די נאמען "דער ראש ישיבה זאגט", ווי יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די ווערטער "דער ראש ישיבה זאגט", ארויסגענומען פון א בריוו, א דרשה, א חיזוק יומי, א גליון, וכדומה. &nbsp; די גליונות ווערן יעדע וואך צוכאפט ביי די ענגליש רעדנדע אידן, ווי די מפיצים אין לעיקוואוד, און בארא פארק פלעטבוש זאגן עדות, ווען פילע שולן און יחידים בעטן כסדר מען זאל זיי ברענגען דעם הערליכן גליון דער ראש ישיבה זאגט וואס ווי זיי זאגן קענען זיי נישט צוגיין צו א שבת אן זיך דערקוויקן מיט די הערליכע עצות. &nbsp; דער גליון קען מען באקומען דא אויפן וועבסייט. אויך קען מען עס באקומען אויף אימעיל, און ביי די מפיצים. &nbsp; 📌 דער גליון אויפן וועבסייט צו דאונלאודן יעדע וואך בעז"ה

    < זעה מער כב חשון תשפ"ד 📝
  • נייעס ספרים אויף ברסלב סענטער געשעפט

    אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ספרים צום וועבסייט וואס מען האט אריינגעברענגט ספעציעל פאר אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן צו האבן די ספרים. &nbsp; בראש וראשון איז די גמרא מנוקד בבא קמא, וואס איז יעצט די ריכטיגע צייט עס צו קויפן צום בעפארשטיינדן אנהייב פון די שיינע מסכת קומענדיגן זונטאג פרשת חיי שרה, און נישט קיין חילוק צי מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור הקהלה אין גמרא ביז יעצט אדער נישט איז עס א זייער פאסיגע צייט זיך מיטצוכאפן. די חילוק וועט זיין אז די וואס האבן עס מיטגעהאלטן ביז יעצט וועלן בעזרת השם יתברך ענדיגן ש"ס אין דריי יאר ארום, און די וואס הייבן יעצט אן וועלן ענדיגן אין זיבן יאר ארום בעז"ה ווען מען וועט ענדיגן מסכת קידושין וועלן זיי פראווען זייער אייגענע סיום הש"ס. &nbsp; עס איז איבעריג צו רעדן פאר תלמידי היכל הקודש די גרויסקייט פון א בלאט גמרא, א זאך וואס מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מאנען אייביג, ווען מען קוקט אריין אין די בריוון און מען הערט אויס די דרשות קען מען נישט פארפאסן די פילע בקשות וואס מען באגעגענט כסדר "לערן א בלאט גמרא וועט דיר גוט זיין בזה ובבא" און אזוי ווייטער. יעצט האט די קרן הדפסה געלאזט באשטעלן א באגרעניצע צאל גמרות מיט גרויסע שיינע אותיות מנוקד אז אלע זאלן קענען לערנען די גמרא וואס מען הייבט יעצט אן. &nbsp; אויך האט מען באשטעלט ספעציעל פאר אנשי שלומינו די נייע קיצור שלחן ערוך מנוקד מיט די פסקים צוגעשריבן פון משנה ברורה, א הערליכע שיינע ארבעט פון עוז והדר, שיינע גרויסע לעכטיגע אותיות מנוקד, אז מען זאל קענען מקיים זיין די בקשה פון רבין אז מען זאל יעדן טאג לערנען הלכה, א זאך וואס ביי יעדע ברסלב'ע חסיד אז א חק ולא יעבור. ווייל אן הלכה וויאזוי ווייסט מען וויאזוי א איד דארף זיך פירן. &nbsp; מען קען שוין באשטעלן די ספרים און נאך פילע הונדערטער ספרים קונטרסים וכדומה פונעם רבין און זיינע תלמידים אויפן וועבסייט און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע דיבורים, וואס רעדן צו אונזער דור הלכה למעשה. און אז מען וועט לערנען די הייליגע ספרים און פאלגן זיינע עצות וועלן מיר האבן א חיים טובים אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער טז חשון תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה לייגט צו פרישע אפיסיס

    די הנהלה פון קרן הדפסה שלאפט נישט, די פילע אפטיילונגען פון די הפסה ווערן כסדר צוגעלייגט נאך אין נאך פראיעקטן. און פארשידענע אפיסעס זענען געווען צוזייט און צושפרייט אין צייטווייליגע לאקאלן, און פאר די תועלת פון די הפצה, האט מען באשלאסן אז מען זאל צובויען פרישע אפיסעס, כדי אלע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם בפונדק אחד, מיטן ציל צו מפרסם און מגלה זיין דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; די נייע אפסיס וועלן זיין געווידמעט פאר די פאלגענדע אפטיילונגען: טרענסלעישאן: דער אפיס וועט דינען די חשובע איבערטייטשער וואס לייגט אריין פילע כחות צו איבערטייטשן פילע ספרים, גליונות און קונטרסים אויף ענגליש, וואס מיט א פערמענאנטע אפיס וועט מען בעז"ה קענען אויסברייטערן די טרענסלעשאן אסאך מער און בעסער. &nbsp; גרעפיקס: קרן הדפסה האלט אויף א גראפיקער וואס איז שטארק פארנומען אויף א טעגליכע און א וועכענטליכע פארנעם צו דעזיינען און אויסשטעלן די דעקלעך פאר די קוטרנסים, די וועכענטליכע גליונות און קרית ברסלב בלעטל. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער נייער אפיס צוגעבן אסאך הרחבת הדעת צו קענען מאכן נאך מער און נאך בעסער. &nbsp; קול ברסלב: דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט איבערגעגעבן די ארבעט אנצופירן דעם פארצווייגטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין פארן געטרייען אינגערמאן מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו נאך מער צו פארברייטערן דעם ליין מיט נאך פילע נייע אפטיילונגען, וואס דאס וועט בעז"ה געטון ווערן הויפטזעכליך פון דעם אפיס. &nbsp; קרית ברסלב בלעטל: עס איז דא א ספעציעלע אפיס פאר די שרייבער און מגיהים פונעם וועכענטליכן פאפולערן גליון "קרית ברסלב בלעטל" פאר די שרייבערס און מגיהים וואס האבן נישט קיין אפיס און קיין קאמפיוטער וואו זיי קענען אריינקומען שרייבן זייערע געשמאקע ארטיקלען, מיט וואס אלע אנשי שלומינו זענען זיך מחי'. &nbsp; דאס איז אויסער די פילע אקטיוויטעטן פונעם הדפסה וואס פון דארט גייט ארויס הפצה אויף גאר אסאך וועגן, קונטרסים, ספרים, גליונות, סידיס, יו-עס-בי'ס, וועבסייט, סטאר, סובסקריבשאנס, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם וועבן זיך נאך פילע נייע פלענער וואס מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל האבן די כחות אויסצופירן מכח אל הפועל, אלעס מיטן ציל צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט וואס דאס דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, וואס מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.

    < זעה מער י חשון תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו זענען שטארק אקטיוו צו העלפן אידישע קינדער בשעת מלחמה

    רעדנדיג צו אנשי שלומינו אין ארץ ישראל צו הערן וויאזוי מען גייט אן אין די צייט פון די מלחמה, וויאזוי עס אפעקטירט די ערליכע אידן בכלל און אנשי שלומינו בכלל, האבן זיי נישט געוויסן פון וואס מיר רעדן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז די מלחמה האט זיי בכלל נישט אפעקטירט, זיי זענען פארנומען מיט לערנען, דאווענען, און אויב עס האט עפעס אפעקטירט האט עס נאר אפעקטירט די הפצה און מחזק זיין אנדערע. &nbsp; יעצט איז א צייט וואס אלע דרשנים זענען שטיל, אידן זענען פארפאניקט און דערשראקן פארשפארט מיט דריי שלעסער, און די ווארטזאגערס פון כלל ישראל האבן נישט וואס צו זאגן, יעצט קוקן אלע ארויס אויף די מפיצים, אפילו די וואס אין אלגעמיין האבן זיי נישט קיין געדולד צו די גליונות "פארוואס דארף מען עס בכלל? ווער דארף חיזוק?", אבער יעצט איז אן אנדערע פרשה, אלע שלונגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון רבין וואס איז כמים קרים על נפש עייפה. &nbsp; תלמידי היכל הקודש אין ארץ ישראל זענען נאך מער פארנומען די טעג זיי גייען ארום פון שטוב צו שטוב און זענען מפיץ די גליונות ספרים און סידיס, און בפרט האט מען יעצט געלאזט דרוקן א נייע קארטל "די מצב איז שרעקליך" און אין לשון הקודש "המצב משתק אותך" וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען, און זיי באקומען דעם אדרעס וואו זיך צו ווענדן פאר טערעפי פאר די נשמה, וואס איז אמונה אמונה און נאכאמאל אמונה, אידישע קינדער ווילן בלויז הערן איין זאך אין די טעג "דער אויבערשטער פירט די וועלט, האב נישט קיין מורא פון קיינעם". &nbsp; אזוי אויך כאפן זיך אלע צו צו די באקאנטע קמיע וואס מוהרא"ש האט געמאכט ביים אינטיפאדא ווען די אראבער האבן זיך דאן אויך צולאזט און אויפגעריסן פילע באמבעס פון וואס אסאך זענען נעבעך געשעדיגט געווארן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט טראגן דעם קמיע איז ער מבטיח אז ער וועט נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; אויך איז מען געגאנגען מחזק זיין אין די שפיטעלער ווי עס געפונען זיך ליידער פילע פארוואנדעטע און צובראכענע אידן, ווי מען האט דערפרייט די פאציענטן וואס האבן זיך מחיה געווען מיט די פרייליכע פנים פון אנשי שלומינו, וואס גיסן אריבער חיזוק אמונה און שמחה צו אלע ארומיגע. &nbsp; 🛒 קמיע פון מוהרא"ש צו קויפן

    < זעה מער ט חשון תשפ"ד 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער 2 גייט בעז"ה ענדליך צום דרוק

    זינט דער ביכל מעשה'לעך פאר קינדער איז ארויס מיט בערך א יאר צוריק איז עס פון די בעסט גייענדע ארטיקלען ביי די מפיצים, דער ביכל מיט הערליכע מעשיות אזוי ציענדיג אראפ געלייגט מיט הערליכע קאלירטע בילדער אויף גלאנציגע פאפיר מיט שיינע גרויסע אותיות מנוקד האט א געוואלדיגע צואונגס קראפט, און עס איז דא דערויף א גאר גרויסע פארלאנג, במשך די צייט האבן די מדפיסים אריינגעלייגט כחות אויף נאך פילע פראיעקטן אינעם סעריע פון מעשה'לעך ווי די אוידיא, קאלערינג ביכל און די ענגלישע ווערסיע פון מעשה'לעך, וואס אלעס ווערט צוכאפט פון די מפיצים, און איז באמת פון די חשובס'טע פראיעקטן פונעם בית הדפוס צוליב וואס דאס צילט די קינדערלעך וואס האבן נאך מער תמימות אין זיך אזוי אז די קומענדיגע דור וועט בעז"ה אויפוואסקן מיט די מעשיות דערציילט דורכן ראש ישיבה וועט אריינבאקן אין זיי די ריינע אמונה, אז דער אויבערשטער איז דא און מען קען רעדן צו אים, א ליבשאפט צו די מצוות אויך די וואס מען טוט יעדן טאג, מידות טובות - רעדן שיין, טראכן גוט און העלפן א צווייטן איד. &nbsp; יעצט ביים ענדע פון חודש תשרי איז שוין אלע מעשה'לעך נומער איינס אינגאנצן אויסגעגאנגען, דער ריזיגער סטאק וואס מען האט געדרוקט איז שוין מער נישטא צו באקומען, די זעלבע זאך איז מיט די ענגלישע Little Stories וואס איז שוין אויך נישטא צו באקומען. &nbsp; דערפאר איז עס א געוואליגע נייעס אז יעצט גייט מען גיין צום דרוק אויף 3 ביכלעך אין די זעלבע צייט, סיי די ערשטע ביכל אויף אידיש, אזוי אויך די ערשטע ביכל אויף אידיש, אבער די גרעסטע נייעס איז אז ענדליך גייט מען שוין צום דרוק אויף די "מעשה'לעך פאר קינדערלעך נומער צוויי", וואס וועט אזוי ווי דער ערשטער האלטן געשפאנט די קינדער מיט די הייליגע לויטערע מעשיות פון די פריערדיגע צדיקים, אראפ געלייגט אזוי צוגעלאזן און געשמאק דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אריינצולייגן חינוך'דיגע מעסעדזשעס צווישן די שורות, ווען די קינדערס הערצעלעך זענען אפן און הערן זיך צו צו די גאר דראמטישע סיפורים גייען די מוסר השכל אריין אין זייערע הערצער זיסערהייט וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דער צווייטער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; די זכות פון די מהדורה אויף די אידישע ביכל נומער אייס און צוויי איז שוין אפגעקויפט געווארן, אבער מען קען נאך האבן די זכי' צו ספאנסערן די ענגלישע ביכל, וואס פאר ווער עס כאפט נישט, איז דא ארום אונז א ציבור חרדישע ענליש רעדנדע ציבור פיל מאל גרעסער ווי מען קען זיך נאר פארשטעלן, וואס די ביכלעך ווערן צוכאפט דורך זיי ווי א דורשטריגער אין א מדבר, ווער עס וויל האבן די זכיה עס אפצוקויפן קען רופן דעם גבאי מו"ה לייב ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 103 אדער אויף אימעיל&nbsp; donate@kerenhadfusa.com

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ד 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ד אין אידיש איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp;אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן.&nbsp;דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת.&nbsp;און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן.&nbsp;יעצט קענען מיר שוין ב"ה מעלדן אז כאטש דער לוח אין אידיש האט צוליב טעכנישע סיבות אביסל געשפעטיגט איז שוין אויך דער לוח אין אידיש פארן יאר תשפ"ד הבעל"ט דא צו קויפן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו.

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ד 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ד איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. &nbsp; דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. &nbsp; און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן. &nbsp; דער נייער לוח אין לשון הקודש פארן יאר תשפ"ד הבעל"ט קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, און איז דא צו באקומען אין אידיש אדער לשון הקודש פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; דער לוח אין אידיש האט צוליב טעכנישע סיבות אביסל געשפעטיגט, אבער איז שוין דא צובאקומען צו דאונלאודן אויף ברסלב סענטער, און וועט זיין צו באקומען פארן זעלבן ביליגן פרייז בעז"ה אין די נאנטע טעג. &nbsp; היום אם בקולו תשמעו 📖 לוח ברסלב תשפ"ד לשון הקודש צו קויפן 📖 לוח ברסלב תשפ"ד אידיש צו דאונלאודן &nbsp; 📖 ספרי ברסלב אויף ראש השנה &nbsp;

    < זעה מער כא אלול תשפ"ג 📝
  • פרישע וועכענטליכע קונטרסים אשית עצות בנפשי

    אין די טעג איז נתגלה געווארן א פרישע אור אין היכל הקודש וואס רופט זיך קונטרס "אשית עצות בנפשי". דער קונטרס וואס קומט שוין ארויס פאר עטליכע חדשים אין ארץ ישראל און ווערט געשריבן דורך הר"ר יואל לעווי שליט"א פון ארץ ישראל, האט יעצט בהסכמת הראש ישיבה אנגעהויבן צו פארשפרייט ווערן פאר אלע אנשי שלומינו. &nbsp; די וועכענטליכע קונטרסים אנטהאלטן די ליל שישי שיעורים פון ראש ישיבה וואס זענען רעקארדירט געווארן איבערגעשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך אויף א גרינגע לשון הקודש, און צוגאב ווערט צוגעלייגט נאך א שמועס פון ראש ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן. &nbsp; דאס פילט אן א גרויסע חלל וואס האט נאך געפעלט ביז יעצט, ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש זאגן אז א זאך וואס ווערט נישט אפגעשריבן ווערט פארלוירן, אבער א זאך וואס ווערט געדרוקט בלייבט לדורות עולם, ברוך ה' אז די שיעורים פון שבת קודש ווערט שוין אראפ געשריבן א לענגערע צייט, אזוי אויך די שיעורי חינוך. יעצט איז געקומען די רייע אז אויך די הערליכע ליל שישי שיעורים זאלן ווערן געדרוקט און פארשפרייט. &nbsp; ווי הר"ר יואל פארציילט אונז האט זיך עס אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אפצושרייבן פשוט נאטיצן און נקודות פונעם שיעור, כדי ער זאל געדענקען וואס מען האט גערעדט, אבער די חברים האבן אנגעהויבן צו בעטן אז ער זאל זיין מזכה זיין מיט קאפיעס, און אזוי האט מען עס צוביסלעך אויך אנגעהויבן צו אפטייפן בעפאר מען האט עס געקאפיט, ביז עס איז ברוך ה' אנטוויקעלט געווארן די הערליכע קונטרס "אשית עצות בנפשי". &nbsp; דאס איז די ערשטע מאל וואס די גאנצע שיעורים פון ראש ישיבה ווערן געדרוקט, און ווי די ליינער זאגן גייט אריין אין די ביינער און איז משפיע חיזוק און אמונה. בפרט זענען זיך מחי' די וואס האבן נישט קיין געלעגענהייט צו הערן די שיעורים אויפן טעלעפאן, אדער די וואס ווילן לערנען די שיעורים אום שבת קודש, אדער די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש. &nbsp; אויך זאגט ער אז די נאמען אשית עצות בנפשי, איז געגעבן ווייל "אשית" די ערשטע דריי אותיות איז ראשי תיבות מוהרא"ש'ס נאמען מיטן ראש ישיבה'ס נאמען און ת' איז תורת, און "עצות" שטימט מיטן נאמען פון די ספר פון די בריוו פון ראש ישיבה "עצתו אמונה", וואס דאס לערנט מען "בנפשי" יעדער נעמט עס אויף למעשה צו שטייגן אין אמונה טהורה, תורה, תפלה און עבודת ה'. &nbsp; מען קען עס באקומען ביי אלע צענטערן פון הדפסה אין ארץ ישראל און אין אמעריקע. אדער קען מען עס בעטן אויף ushiseb@gmail.com. אויך וועט מען עס קענען דאונלאודן בעז"ה יעדע וואך אויף אונזער וועבסייט ביי די ספרים אפטיילונג ברסלב סענטער.קאם / ספרים / גליונות / אשית עצות בנפשי

    < זעה מער יט אלול תשפ"ג 📝
  • עצתו אמונה חלק ח ארויס פון דרוק ב"ה

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייסטער באנד עצתו אמונה חלק ח' איז היינט ארויס פון דרוקעריי אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נענטער צום אויבערשטן, צי דורך די עצה פון גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, צי דורך די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך וואס האט שוין צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה. דער הייליגער ספר ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות אין שטוב, רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; אומצאליגע אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און מאכן זיך א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. &nbsp; יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה ארויס פון דרוק, גייען עס די מפיצים פון ארץ ישראל בעז"ה מיטברענגען קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט ווי מען וועט זיך קענען איינהאנדלען דעם גרויסן אוצר. &nbsp; אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אין די קומענדיגע בענדער "עצתו אמונה". צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל Maebreslev@gmail.com.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ג 📝
  • געפונען געווארן ליקוטי הלכות וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע

    קוים האבן מיר געברענגט א באריכט פון א היסטארישע כתב יד וואס ווערט ליציטירט, דורך די עתיקים ליציטאציע פירמע וואס ליציטירט אין די יעצטיגע טעג א בלעטל פון הייליגן ספר ויואל משה געשריבן געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אליינס, ווי ער ברענגט אראפ און שרייבט גרויסע זאכן איבערן הייליגן רבין. &nbsp; שוין קומט אריין א פרישע באריכט, דאס מאל פונעם "גנזים" פירמע וואס וועט ליציטירן אין די טעג א באנד פון הייליגן ספר ליקוטי הלכות חלק אבן העזר און חושן משפט וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע, וואס איז געווען דער רבי פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. &nbsp; דער הייליגער ספר ליקוטי הלכות האט דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן רבי נתן אליינס געשריבן, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי האט אים געבעטן צו שרייבן חידושים אויפן סדר פון שלחן ערוך. דער ספר איז איין שטיק התחזקות און עצות אין עבודת השם, און ווי באקאנט האט מוהרא"ש געלערנט דעם ספר ליקוטי הלכות האט מוהרא"ש געלערענט אומצאליגע מאל, און זענען געווארן ווי א שטיק פון אים, און ווי מען קען זען פון די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, זענען בדרך כלל גאנצע שטיקער ליקוטי הלכות, ארויסגעקליבן די בעסטע חיזוק שטיקלעך. &nbsp; אזוי אויך ווערט דארט ליציטירט א "תיקון הכללי" פון ערשטן דרוק, ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי נתן אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש א דרוק ביי זיך אינדערהיים, כדי צו קענען דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, און דארט האט מען אויך געדרוקט דעם תיקון הכללי צום ערשטן מאל. &nbsp; דער תיקון הכללי האט דער הייליגער רבי געשטעלט עדות אז דאס איז א תיקון אויף עבירות רח"ל, מ'זאל גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ. אויך האט דער רבי געזאגט איז עס א סגולה לרופאה און פרנסה. &nbsp; ליקוטי הלכות פון הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע &nbsp; תיקון הכללי דפוס ראשון בבית מוהרנ"ת זי"ע &nbsp;

    < זעה מער יד אלול תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 38 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com