Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ערשטע באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" ערשינען

    מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער ערשטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע, און איז שוין דא צו באקומען פאר יעדן איינעם. ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס. אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. דעם ספר קען מען באקומען אין וויליאמסבורג ביים "קרן הדפסה היכל הקודש" אין ישיבה, ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער .347-509-4908   להחיות בהם נפש כל חי!

    < זעה מער ז כסלו תשפ 📝
  • טאנץ מיט אמונה #4 קומט ארויס בקרוב

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פאר'ן חשוב'ן ציבור, אז די ארבעט אויפ'ן לאנג ערווארטעטער אלבום, דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה אויפ'ן וועג ארויסצוקומען בקרוב. טראץ דעם וואס אין די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גאר גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, און סיי אין די אינהאלט, איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. די פריערדיגע אלבומס אין די סעריע זענען געווארן גאר שטארק פאפולער ביים היימישן ציבור, די ניגונים פול מיט אמונה און יראת שמים, חיזוק אויף אידישקייט, וויל יעדער טאטע מאמע אז זייערע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט; און די מפיצים זאגן אז יעדער בעט און וויל האבן די מוזיק אלבומס פונעם ראש ישיבה שליט"א, און ווארטן שוין קוים אויף א פרישער אלבום. ווארט מיט שפאנונג אויפ'ן נייעם אלבום וואס קומט ארויס אי"ה אין די נאנטע טעג. &nbsp; שירו לה' שיר חדש!

    < זעה מער ה כסלו תשפ 📝
  • טויזנט בריוון פון ראש ישיבה שליט"א אפגעצייכעט

    מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי איבער 1000 בריוון פון ראש ישיבה, אנגפילט מיט הדרכה און חיזוק פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט. אלע בריוו ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון שאלות ותשובות וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און אזוי אויך די "בריוו פאר פרויען". די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער. מען קען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון פון די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא. לדעת את המעשה אשר יעשון &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ 📝
  • ערשטע באנד ספר עצתו אמונה - שו"ת פון ראש ישיבה שליט"א, ווערט צוגעגרייט צום דרוק

    ספר וועט אנטהאלטן די ערשטע קרוב צו הונדערט בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א - וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם אין די קומענדיגע וואכן ווער עס האט שוין אמאל באגעגענט די קונטרסים פון "עצתו אמונה" דעם דארף מען שוין נישט ערלקערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנגט געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן און קיין חקירות און פילאזאפיע א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און גיט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגילות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פון אינגעלייט "קינדערלעך, היט איך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp; בילד אויפן קעפל: דער ראש ישיבה שרייבט א בריוו, אין פליגער אויפן וועגן קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יג אלול תשע"ט 📝
  • גליון היכל הקודש גרייכט ציפער פון 400 גליונות

    דער וועלט בארימטער גליון היכל הקודש איז שוין היינט וועלט בארימט איבער די גאנצע וועלט, מיט וואס צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט (בלי גוזמא) זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס, האט נארוואס אפגעצייכעט דער געוואליגער ציפער פון 400 גליונות, דאס איז א קיימא לן פון בערך 8 יאר, וואס עטליכע אידן זענען זיך מוסר נפש בלי שום תשלום גמול און ארבעטן שעות על גבי שעות יעדע וואך אלעס נאר בכדי צו נאך איד זאל מחזק זיין און מחיה זיין און טרעפן עצות און התחזקות, ער זאל זיך ווידער שטארקן אהיים צו גיין און זיך איבערבעטן מיט זיין ווייב, ער זאל זיך אויפוועקן פון שלאף און זיך דערמאנען אז עס איז יא דא צו וועם צו גיין אין אן עת צרה, ער זאל זיך עפענען דאס מויל און געבן א קרעכץ צום אייבערשטן "באשעפער, איך וויל זיין ערליך", ער זאל טראכטן א מינוט פון תכלית, און אנהייבן פון יעצט עפענען א חומש, א משניות, א גמרא, און אריינכאפן עטליכע מינוט יעדן טאג פון לערנען די הייליגע תורה, און עפעס מיטנעמען מיט זיך אויף יענע וועלט. גאר אסאך אידן פארציילן ווי דער גליון האט זיי שוין געראטעוועט אין א שווערע מינוט, ווען זיי האבן "פונקט" (דהיינו בהשגחה עליונה) באגעגענט דעם גליון און געזען א ווארט פון רבין, א מעשה'לע פון מוהרא"ש, א טרעפליכע תשובה פון ראש ישיבה, און דאס האט זיי געכאפט, און האט זיי צוריק געברעגנט, און האט זיי געראטעוועט פון טון נארישקייטן. אִיר מֶעגְט עוֹסֵק זַיין אִין אַנְדֶערֶע פַּרְנָסוֹת אוֹיךְ. נָאר דָאס זָאלְט אִיר זֶען תָּמִיד צוּ טָאן, אָנצוּטְרִינְקֶען בֵּיימֶער (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחיגר)

    < זעה מער ה אלול תשע"ט 📝
  • הפצה צענטער אין ירושלים עיה"ק

    עס איז אונז א שמחה צו לאזן וויסן פאר אלע תושבי ארץ הקודש בכלל און פאר תושבי ירושלים בפרט איבער די הפצה צענטער ירושלים עיה"ק. דארט וועט איר בעז"ה קענען באקומען אלע דרשות שיעורים פונעם ראש ישיבה. צום ביישפיל, אַן 'עס-די קארטל', אדער א 'יו-עס-בי סטיק' אנגעפילט מיט אלע הערליכע ניגונים אלבום, נוסחאות אלבום, און ארום 500 דרשות חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, קענט איר דארט באקומען פאר די נישטיגע סומע פון בלויז 18 שקל (דאס קומט אויס בערך 5 אמעריקאנע דאלער...). אזוי אויך קען מען זיך איינשרייבן פאר נסיעות צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל עיר ברסלב. די נסיעות פארן ארויס כסדר פון ירושלים עיה"ק, פון בני ברק און נאך שטעט ברחבי ארצנו הקדושה. (קומענדיגע נסיעה פארט ארויס קומענדיגן דאנערשטאג פרשת ראה, כ"ח אב, אום 11 אינדערפרי הבעל"ט) &nbsp; פאר דאס אלעס און נאך קען מער רופן אויפן נומער 052-7644-664

    < זעה מער יז אב תשע"ט 📝
  • טאנץ מיט אמונה 4# איז בעזר ה' אויפן וועג

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום. טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. &nbsp; "ניגון וכלי שיר יש להם כח גדול להמשיך את האדם לה' יתברך. על כן טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך"&nbsp;

    < זעה מער ו אב תשע"ט 📝
  • ערשינען הערליכע סידיס פון שיעורים פון ספר שמואל א' און ב' פון ראש ישיבה שליט"א

    עס איז א גרויסע שמחה צו לאזן וויסן אז עס איז נארוואס ערשינען די הערליכע וועלט בארימטע שיעורים אין תנ"ך פונעם ראש ישיבה שליט"א. די שיעורים אין תנ"ך ספעצילע בארימט מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט, און ווי ער נעמט ארויס די חיזוק און מוסר פון די הייליגע פסוקים וואס מיר דארפן מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן. יעצט זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז עס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. אין קעמפ אויף 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; אדער קען מען רופן אויף 347-509-4908. אזוי אויך קען מען עס דאונלאודן פון דראפ באקס. בעזר ה' וועלן די איבעריגע ספרי תנ"ך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה ערשיינען בקרוב. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער כח סיון תשע"ט 📝
  • עצתו אמונה צו באקומען אויף די פּאסט

    די שאלות ותשובות "עצתו אמונה" זענען שוין ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור איבער דער גארער וועלט. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבעראל צו ענטפערן יעדן מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" - פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינעם וואס פון איין זייט וועט ער קענען פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, צו וויסן די אמת'ע רעאליטעט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון דעם כבוד און געלט א.ד.ג., און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, נישט זאגן "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. דער וועבסייט ווערט כסדר אפדעיטעד מיט די פילע שאלות ותשובות, וואס ווערן שפעטער געדרוקט אין א קונטרס אין וואס עס איז צוזאמגענומען אלע בריוו פון די וואך, סיי די טעגליכע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדן טאג פאר אלע תלמידים און אנ"ש, סיי בריוו געשריבן פאר יחידים, און בעיקר די שאלות ותשובות, וואו עס ווערט געענטפערט אלע אקטועלע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן אין פארשידענע מצבים, און דאס ווערט געענטפערט מיט א קלארע דעת תורה און פראקטישן בליק, לויט'ן רבינ'ס עצות ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. דער וועכענטליכער קונטרס ווערט צעשפרייט דורך די מפיצים, און ווערט צוכאפט דורך אידן בכל מקומות מושבותיהם, וואס זענען זיך מחיה מיט די קלארע געשמאקע עצות אויף יעדן מצב. אויך איז דער קונטרס דא צו באקומען יעדן סוף וואך אין ישיבה, און ווי אויך ווערט עס ארויסגעשיקט אויף בליץ פאסט אויפ'ן פארלאנג. לעצטנס איז געווארן א גרויסע פארלאנג פון אידן אז זיי ווילן עס קענען באקומען אין א געדרוקטן פארמאט אויף די פאסט, דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז עס וועט אי"ה זיין צו באקומען פון היינט און ווייטער אויך אויף די פאסט. צו באקומען קען מען זיך פארבינדען אויפ'ן נומער 845-200-1732. עצתו אמונה פעולתו אמת! &nbsp;

    < זעה מער א סיון תשע"ט 📝
  • קורצע שיינע תיקון ליל שבועות ווידער איבערגעדרוקט

    צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען די וואך האט דער בית הדפוס פריש איבערגעדרוקט דעם &ldquo;תיקון ליל שבועות&rdquo;, וואס איז ארויסגעקומען זייער שיין און קלאר. אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא&rdquo;ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה שטעלט זיך ארויס מען אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי&rdquo;ג מצות, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות" אויף דעם וועג, האט מוהרא&rdquo;ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. אין קרית יואל און בארא פארק ביי פארקאש טלתים. כי הם חיינו ואורך ימינו! פאלגענד איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע צו איינער וואס האט אנגעפרעגט וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות (איבערגעזעצט אויף אידיש) &nbsp; בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. און אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל, און פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער הנ', און מען דאווענט וותיקון, און דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פון דאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים

    < זעה מער כט אייר תשע"ט 📝
  • די צענדליגע טויזנטער חיזוק יומי געניסער וואונטשן א הארציגן מזל טוב צום חתונה פונעם עורך שרוליק סאמעט הי"ו

    יעצט ווען מען האלט אינמיטן די שבע ברכות טעג פון החתן ישראל סאמעט הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אין היכל הישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג. נעכטן מאנטאג אווענט האט דער זיידע פונעם חתן אפגעראכטן א שיינע שבע ברכות אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל, ווי עס האבן זיך באטייליגט א גרויסע ציבור סאטמארע חסידים קינדער און אייניקלעך פונעם עלטער פעטער פונעם חתן הרב שאול לייב זאלדאן שליט"א. ביי דעם געלגענהייט האט הרב יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו (פון די חשובע אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות אלס א קרוב משפחה) זיך אויפגעשטעלט און געגעבן א שיינע מתנה פאר חתן אין נאמען פון אלע וואס געניסן פון זיינע פילע פעולות פון הפצה, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און ארויסגעברענגט אז דער חתן איז אן אייניקל פונעם באוויסטן גבאי צדקה הרה"ח ר' יעקב וואלף זאלדאן זכרונו לברכה, וואס זיין בילד ליגט פאר די אויגן פון פילע, ווי ער פלעגט זיך ארומשלעפן זומער און ווינטער מיט די גרעסטע מסירות נפש האבנדיג א ווייעדיג פוס, צוזאמשטעלנדיג סכומים אדורים ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין זייערע שווערע מצבים. אין דעם דרך איז ממשיך זיין חשוב'ער אייניקל דער חתן וכו' צו מחי' אידן טויזנטער אידן מיט התחזקות. צום מתנה איז געווען צוגעלייגט א שיינע פאום געשריבן אויף לשון הקודש, וואס מיר וועלן דא צוברענגען (מיט א אידישע איבערזעצונג) בעזהשי"ת "מאנטאג בחוקותי תשע"ט א הארציגע ברכת מזל טוב צום טייערן חתן כמר ישראליק סאמעט ולזוגתו החשובה תחי'. וואונטשן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס באקומען חיזוק פון די "חיזוק יומי" אין עטליכע שפראכן, די "בליץ חיזוק" אין "סטאטוס", די "קארטלעך", און נאך און נאך. אזוי אויך די גאנצע שטאב פון "חיזוק יומי" און "טעגליכע בריוו", וואס וואונשטן אייך א ברכת מזל טוב פון טיפן הארץ, און פארשטייט זיך פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בעט פאר אייך יעדן טאג און שעצט זייער אייער טייערע און חשובע ארבעט, פון מחזק זיין צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. אין זכות פון די אלע הייליגע פעולות, זאלט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב ווי דאס שטרעבן פון אייערע עלטערן און רביס, און איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, און ווי דער ראש ישיבה'ס ברכה: "ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט". אמן ואמן." &nbsp; בילדער פונעם שיינעם שבע ברכות פאר משפחת זאלדאן החשובה אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל

    < זעה מער כג אייר תשע"ט 📝
  • היינט עש"ק כ"ח ניסן 26טער יארצייט פונעם גרויסן מפיץ רבי שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל

    היינט געפאלט אויס דער יארצייט פונעם אומפארגעסליכן גרויסן מפיץ הרה"ח ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז זצ"ל, וואס איז נפטר געווארן פאר 26 יאר צוריק, כ"ח ניסן תשנ"ג. רבי שמואל דוד ע"ה איז געווען אן תלמוד מובהק פון מוהרא"ש זי"ע, וואס זינט ער איז נתקרב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע האט ער זיך צוגעבינדן צו מוהרא"ש און געפאלגט מיט די גרעסטע תמימות אלעס וואס מוהרא"ש האט געלערענט. ער האט דורכגעלערענט כל התורה כולה איין מאל און נאכאמל מיט א געוואלדיגע התמדה, ער האט אסאך אסאך גערעדט צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אים באקרוינט מיטן טיטל "דער גרויסער מפיץ", דערפאר וואס ער האט גענומען אויף זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ספרים מיט א מורא'דיגע פלייס און איבערגעגעבענקייט. ער פלעגט טאג טעגליך ארום גיין אין די גאסן, באס סטאנציעס און שאפינג סעטנערס א.א.וו. מיט א געוואלדיגע זיסקייט, ער פלעגט זיך אונטערזינגען זיין בחנטע ניגונדיגל "מי רוצה מתנה, שיתן צדקה", "ווער עס וויל א מתנה, זאל ביטע געבן עפעס פאר צדקה", אזוי פלעגט ער גיין אין די געסלעך און געשעפטן מיט א געוואלדיגע שמירת עינים. ער איז געווען זייער באליבט ביי יעדעם, ער האט אלץ געהאט פאר יעדעם א גוט ווארט, און מחזק זיין און אויסגעהערט וועם עס האט נאר אויסגעפעלט. ברסלבע חסידים תלמדי היכל הקודש וועלן געדענקען דעם גרויסן יארצייט מיטן לערענען און טון מעשים טובים לעילוי נשמת הרב שמואל דוד בן הרב יעקב צבי זכרונות לברכה, און זיך אפלערנען צו טון צו פארשפרייטן דעם רבינס עצות פאר די גאנצע וועלט, יעדער איינער אויף זיין שטייגער מיט וואס ער קען. &nbsp; קליפ: רבי שמואל דוד ע"ה גייט הפצה אין די גאסן און געשעפטן

    < זעה מער כח ניסן תשע"ט 📝
  • די נייע אשר בנחל אויף אידיש מיט מפתחות שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין ישיבה דער פרישער שיפמענט פון די איבערגעדירקטע "אשר בנחל אויף אידש" דאס מאל האט מען צוגעלייגט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים. טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג א פארציע אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס, איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים. עס וועקט אויף דעם מענטש, אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף אים ביז יעצט, זאל ער יעצט אויפשטיין פון בעט, זיך אפגיסן נעגל וואסער, לויפן אין מקוה, און גיין דאווענען מיט מנין, און דערנאך גיין אביסל לערנען, און אזוי אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי. ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר, שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש האט רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן. מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף. זעט עטליכע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל" עטליכע בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון "אשר בנחל"

    < זעה מער יא ניסן תשע"ט 📝
  • די סידיס פון די ניגונים שוין דא צו באקומען אין ירושלים

    צום פרייד פונעם ציבור תושבי ירושלים עיה"ק זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז איז שוין דא צו באקומען אלע ניגונים אלבומס פונעם ראש שיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. עס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע דובדבני משפחה, די אדרעס איז: רחוב הרב אלמושנינו 4/6, רמת שלמה, ירושלים. פאר גרעסער באשטעלונגען קען מען רופן אויף 052-7644-664. ווי מען געט איבער ווערן די דיסקס ממש צוכאפט פונעם עולם, און מען קען זייער שווער נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. &nbsp; צווישן די אלבומס ציילן זיך: פון יעצט, גראמען, ניגנום פון תשובה, נוסח תפלה, קום צוריק, און טאנץ מיט אמונה.

    < זעה מער ו ניסן תשע"ט 📝
  • חידוש אין הפצה: אנגעפולטע MP3 player ווערן צוכאפט פון די מפיצים

    עס קומט אריין גוטע נייעס פון די מפצים וואס גיין ארום טעג און נעכט פארשפרייטן די עצות פון רבין, די מיפצים האבן אנגעהויבן צו טיילן נישט נאר סידיס וואס מען דארף זוכן א סידי פלעיער (איר געדענקט נאך אזא מאשין?... גייט זוכט עס אין מוזעאום) און נישט נאר עס-די קארדס וואס מען דארף ווייטער זוכן א וועג ווי צו הערן די דרשות שיעורים ניגונים וכו'. פון יעצט וועלן זיי אויסטיילן פאר אלעמען א פארטיגע "עם-פי-טרי פלעיער" אנגעפילט מיט דרשות חיזוק און ניגונים, וואס ארבעט מיט א בעטערי, און האט שוין אפילו העד פאונס, עס וועט נישט קאסטן קיין געלט, מען וועט דארפן געבן צדקה. די פלעיער איז א הונדערט פראצענט כשר'ע מאשין, מען קען עס בשום אופן נישט אויסשפילן, עס קען בכלל נישט האבן קיין ווידיא, ראדיא, אדער סיי וועלכע אומ'כשר'ע קאננעקשאן. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט עס צוכאפט אויף א פארנעם וואס עס איז זייער שווער נאכצוקומען דעם פארלאנג. &nbsp; כאפט ווילאנג עס איז דא...

    < זעה מער כז אדר ב' תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 18 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com