Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער ראש ישיבה שליט"א אין א רוף צו עלטערן "דיין קינד ווארט אויף דיך"

    דער גלאנציגער סמארטפאון וואס רייסט שטיקער פון די שענסטע משפחות, און פילע ווייבלעך און אינגעלייט וואס זענען געווארן עדיקטעד דערצו כאפן בכלל נישט וואס פארא געפערליכע חורבנות עס מאכט זיי אן, עס רייסט אפ ר"ל עלטערן פון קינדער, און צוברעכט זייער משפחות. דער ראש ישיבה שליט"א זענדיגע דעם גרויסן חורבן, איז ארויסגעקומען מיט א גאר הארץ רייסענדע רוף צו עלטערן: "געוואלד טאטעס און מאמעס: א סמארטפאון איז א שרעקליכע זאך, עס מאכט גאר שווערע שאדענס צום חינוך פון די טייערע קינדער, דיין קינד איז אליין... זיין הערצעלע וויינט... ער ווארט אויף ווארעמקייט פון טאטי... ליבשאפט פון מאמי..." דרוקט דא פאר דעם קליפ.  

    < זעה מער כט כסלו תשע"ט 📝
  • קול הלשון ארץ ישראל שטעלט צו א דירעקטע ליין צו ראש ישיבה'ס שיעורים

    מטעם קול הלשון פון ארץ ישראל איז געמאלדן געווארן א בשורה טובה, אז צוליב די פילע פארלאנגען, וואס רופן אריין צו הערן דעם ראש ישיבה'ס שיעורים, האבן זיי צוגעשטעלט א דירעקטע ליין, ווי מ'וועט קענען אנקומען תיכף צום ראש ישיבה'ס שיעורים. דער נייער נומער איז 073-2951514 (פון אמעריקע 011-972-73-295-1514) &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער ג חשון תשע"ט 📝
  • נייער הערליכער סידי "קום צוריק"

    דער נייער אלבום, דער דריטער פון די בארימטע סעריע "טאנץ מיט אמונה" מיטן נאמען "קום צוריק" איז שוין ב"ה ערשינען, און איז שוין דא צו דאונלאודן אויפן וועבסייט. די ניגונים וועקן אויף א מענטש פון שלאף און דערמאנט אז מען קען אויך צוריק קומען צום אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין איך בין. איך זינג מיך אונטער א גאנצן טאג "באשפער העלף אונז לעבן בשלום, ווי טויבעלעך אין א זיסער חלום", זאגן פילע אידן פאר די מפיצים, אנדערע זאגן "איך האב מיך אויפגעוועקט פון מיין דמיון אז געלט איז דער תכלית". אזעלכע און ענדליכע קאמענטארן - וואס מ'הערט נישט אויף קיין שום אלבום אויף דער וועלט - הערן די מפיצים כסדר. יעדער ניגון פון דעם אלבום, ברעגנט ארויס א באזונדער עצה אדער חיזוק וואס מ'קען מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן, און עס לייגן אויף למעשה. דא קענט איר הערן&nbsp;אדער דאונלאדן דעם שיינעם אלבום. הערט און האט הנאה.

    < זעה מער ז תשרי תשע"ט 📝
  • ווארטס מיט שפאונוג: נייער אלבום "קום צוריק", איז בעז"ה אויפן וועג

    די לאנג ערווערטעטע אלבום, די דריטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען היינט נאכט, מיטן נאמען "קום צוריק". דער נייער הערליכער אלבום אנטהאלט 9 פרייליכע ניגונים, וואס וועקן אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. די ניגונים און זייער אינהאלט אין קורצן זענען ווי פאלגענד: 1 בעטן און בעטן - דארפסט עפעס, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין, דער אייבישטער הערט דיר אויס 2 א שיינע שטוב - כדי צו האבן שלום בית דארף מען האבן וותרנות 3 קום צוריק - דו ביסט נישט דערנאך, קענסט היינט תשובה טון 4 יבניאל - מוהרא"ש האט אונז לעכטיג געמאכט, און געזוכט צו העלפן יעדן איד 5 בעט דעם באשעפער - גיי נישט צו קייעם ווען דו דארסט עפעס, נאר צום אייבערשטן 6 שבת איז גוט - מיר דאנקען דעם באשעפער אויף די גרויסע מתנה "שבת" 7 אלעס איז דער אייבישטער - דער באשעפער פירט אונז מיט א פונקטליכע השגחה פרטית 8 דעם לעצטן טאג - געדענק אז מ'נעמט גארנישט מיט, אויסער מצות און מעשים טובים 7 וואוילע קינדער - האב רחמנות אויף דיין קינד, מאך אים חתונה וואס אינגער &nbsp; דער נייער אלבום וועט זיין בעזהשי"ת צו באקומען אין אומאן, און נאך ראש השנה אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און ביי די מפיצים פאר האלסעיל קען מען רופן 718.384.1652 / 5

    < זעה מער כג אלול תשע"ח 📝
  • "עס די קארד" מיט דרשות און ניגונים שוין דא צו באקומען

    צוליב דעם וואס אין היינטיגע קארס און אין נאך פארשידענע מוזיק פלעיערס, איז נישטא קיין מעגליכקייט צו הערן דרשות און ניגונים דורך סידיס, מ'קען עס נאר נוצן דורך "עס די קארדס", האט דער עולם אין די לעצטע שטיק צייט פארלאנגט אז זיי ווילן האבן די דרשות און ניגונים אויך אויף "עס די קארדס". די עס די קארדס האב נאך א מעלה, אז מ'קען ארויף לייגן דערויף זייער אסאך דרשות און ניגונים, אסאך מער ווי אויף א סידי, און אויך האלט זיך עס אסאך לענגער און צוקראצט זיך נישט. די עוסקים במלאכת הקודש אינעם קרן הדפסה והפצה האבן געארבעט דערויף פאר די לעצטע שטיק צייט, און זענען יעצט ב"ה פארטיג געווארן מיט א נייע "עס די קארד", וואס אנטהאלט דערויף איבער צוויי הונדערט דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און הערליכע ניגונים. און מען קען עס שוין באקומען ביי אלע מפיצים. כאפט ווילאנג עס איז נאך דא! בילדער

    < זעה מער כג תמוז תשע"ח 📝
  • בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" ווערט איבערגעפרישט

    גרויסע רענאוואציעס גייט יעצט אן ביים בית הדפוס פון די "קרן הדפסה היכל הקודש" אין וויליאמסבורג, פילע פרינטינג מאשינען ווערן ארויסגעפירט, און עס ווערט אריינגעברענגט פרישע גרויסע מאשינען, וועלכע וועלן ארויפברענגען דעם בית הדפוס צו גאר א נייעם שטאפל, צו קענען דרוקן די ספרים שענער און בעסער, שנעלער און שטערקער. די ברסלב'ע ספרים און קונטרסים ווערן היינט צוכאפט ביי אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם אויף א ריזיגן פארנעם. די הייליגע ספרים, די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, זענען פול מיט עצות און חיזוק פאר יעדן איינציגן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך, עס געבט הדרכה אין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, צו וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אז מען זאל מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. דער פארלאנג פאר די ספרים און קונטרסים איז גאר גרויס, און טראץ די שווערע ארבעט וואס מען לייגט אריין צו דרוקן ווי מער, קען מען נאכאלץ נישט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. הונדערטער טויזענטער ספרים און קונטרסים זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בית הדפוס, אבער וויפיל מען דרוקט איז קיינמאל נישט גענוג, די מפיצים פארלאנגען אז מען זאל זיך מער צופלייסן און דרוקן נאך פיל מער. אין די לעצטע שטיק צייט זענען די עסקנים געזעסן מיט פארשטייער פון עטליכע גרויסע קאמפאניס אויף זיצונגען, צו זען ווער פון זיי עס קען צושטעלן די בעסטע פרינטינג מאשינען וואס זאלן קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנגען. ביז מען האט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געשלאסן קאנטראקט מיט א גרויסע פירמע וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן די בעסטע מאשינען. דער בית הדפוס האט געמוזט אפשטעלן די ארבעט פאר עטליכע טעג די וואך, אז מ'זאל קענען אריינברענגען די אלע נייע גרויסע מאשינען, זיי אויפשטעלן און מסדר זיין ווי עס דארף צו זיין. דאס איז אבער געווען נאר א ירידה לצורך עליה, ווייל ווי נאר די מאשינען זענען גרייט געווארן, האט מען ווידער אנגעהויבן צו דרוקן ווייטער ביתר שאת וביתר עז. ווער עס וויל האבן א חלק און ארויסהעלפן די הייליגע ארבעט, וואס איז מחיה און מחזק אזויפיל אידישע קינדער, קען רופן אויפ'ן נומער 845-248-1651. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך שטארקן ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, ביז די גאנצע וועלט וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן במהרה בימינו אמן. &nbsp; לקראת צמא התיו מים!

    < זעה מער כ תמוז תשע"ח 📝
  • דער באקאנטער "תיקון ליל שבועות דפוס היכל הקודש", צו באקומען ביי פארקאש טליתים

    מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט אז דאס זאגן "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן. מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז) דערפאר האט דער בית הדפוס פון היכל הקודש אין וויליאמסבורג אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, און מוהרא&rdquo;ש האט דאן גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש. דער "תיקון ליל שבועות" איז דא דא צו באקומען אין ישיבה תפארת התורה וויליאמסבורג &ndash; 27 סקילמאן סט. פארקאש טליתים בארא פארק &ndash; 4529 16 עוו. פארקאש טליתים קרית יואל - 8 העיס קט.

    < זעה מער ב סיון תשע"ח 📝
  • קורצע “תיקון ליל שבועות” איבערגעדרוקט

    די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם &ldquo;תיקון ליל שבועות&rdquo; , אזוי ווי מוהרא&rdquo;ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון. אלע יארן פלעגט מוהרא&rdquo;ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות , אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון , און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון , זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים , און אויך די תרי&rdquo;ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג , האט מוהרא&rdquo;ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון , זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון , און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש , און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כז אייר תשע"ח 📝
  • נייע אפטיילונג אויפן וועבסייט: ספרים שאנק

    אין די יעצטיגע טעג איז מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט געווארן די ספרים אפטיילונג פונעם וועבסייט, ווי איז דא די מעגליכקייט צו זען און דאונלאונדען הונדערטע ספרי ברסלב. עס איז אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כחות אינעם ספרים אפטיילונג. יעצט האט מען שוין די אויסוואל צו זען דעם ספר אָנליין, אדער קען מען עס דאונלאודן. בקרוב וועט אויך צוגעלייגט ווערן די מעגליכקייט צו באשטעלן די ספרים און עס באקומען דעליווערט אהיים. עס ווערט יעצט אריינגעלייגט כוחות צו צולייגן א "סוירטש" אפשען; דאס הייסט, מ'זאל קענען זוכן אין די טעקסט פון די ספרים. אויך וועט מען בקרוב בעזהשי"ת צולייגן די מעגליכקייט צו זען א פי-די-עף פייל פון אלע שיעורים פון יענע טאג ביי די לוח השיעורים פעידזש. אזוי אויך וועט בעזהשי"ת דארט זיין א לינק צום שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פונעם דף פון יענע טאג. דער פעידזש איז איינגעטיילט אין עטליכע הויפט קאטאגרעיס: ספרי רבינו, ספרי רבי נתן, ספרי מוהרא"ש, ספרי הראש ישיבה, שיעורים כסדרן, און גליונות. אונטער דעם זענען דא סוב-קאטאגאריעס ווי איר וועט קענען זען. די ספרים שאנק ווערט יעצט מער און מער אנגעפילט. ספרים שאנק

    < זעה מער יב ניסן תשע"ח 📝
  • מתרגם חיזוק יומי אויף ספאניש – ר' אלכסדר זאיד הי"ו פון מעקסיקא באזוכט אין ישיבה

    אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א האלבע יאר צוריק נאך סוכות ווען איינער האט אים געשיקט א חיזוק יומי המתורגם פונעם ראש ישיבה שליט"א, "איך האב געהערט מורא'דיגע שיינע דיבורים, פשוטע דיבורים, וואס איך האב געשפירט אז יעדער איד אין די וועלט וואלט געדארפט הערן", האט אונז ר' אלכסנדר געזאגט אין א שמועס מיט אים. זייענדיג אין א סביבה וואס רעדן די שפאנישע שפראך, האט ער זיך פארבינדן מיט ר' נחמן פילמער וואס מאכט די חיזוק יומי המתורגם, ער זאל אים העלפן עס מאכן אויף ספאניש. די חיזוק יומי אויף שפאניש גייט זייט דעמאלטס אן מיט א שטארקייט טאג טעגליך בעזהשי"ת, און ווערט מער און מער צושפרייט צווישן צעדליגע שפאניש רעדנדע לענדער אין דער וועלט, טייל פון זיי איז ליידער דא זייער ווייניג אידישקייט, וואס זענען זיך זייער מחזק און הייבן אן צו לעבן מיטן אייבערשטן דורך די חיזוק יומי איבערגעטייטשט. ער זאגט אז מענטשן וועם ער קען אפילו נישט שטעלן אים אפ אויף די גאסן, און מ'באדאנקט אים אז עס האט ממש געטוישט זייער לעבן צום גוטן, מיט לימוד התורה, עניני קדושה, חינוך פון די קינדער, שלום בית, א.א.וו. איינער האט אים פארציילט ווי ער האט מיטגעהאלטן&nbsp;ווי א אידיש פאר-פאלק האבן זיך ארום געקריגט אין א רעסטוראנט, איינע פון די גויאישע&nbsp;ארבייטער האבן דאס באמערקט, האט דער גוי ארויסגענומען זיין טעלעפאן און צוגעגאנען צום זיי און אנגעצינדן איינע פון די חיזוק יומי וואס איז געווען איבערגעטייטשט אויף ספאניש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון מכבד זיין איינע דעם צווייטן "קוק וואס דער אידישער ראביי זאגט,&nbsp;אז א&nbsp;פאר-פאלק קען נאר מצליח זיין ווען עס איז דא רעספעקטן וותרנות"... יעצט ווען איז געקומען קיין וויליאמסבורג אויף יום טוב פסח, האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריבערגעקומען אין ישיבה צו שחרית ספעציעל זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך ביינאכט האט ער צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן ווי דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אינגעלייט. מ'קען באקומען די חיזוק יומי אויף ספאניש דורך רופן + 252-84112266 בילדער

    < זעה מער יא ניסן תשע"ח 📝
  • ברכת מזל טוב פאר מו"ה נחמן פילמער הי"ו, עורך חיזוק יומי המתורגם

    די אלע טויזנטער אידן באקומען די חיזוק יומי המתורגם פרייען זיך מיט מיט די שמחת הולדת הבן ביי הרב נחמן פילמער הי"ו פון בני ברק, וואס איז זיך מוסר נפש צו איבערטייטשן און פארשפרייטן די הייליגע דיבורים עצות און חיזוק פון רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז געלערענט וואס ווערט איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אידיש &ndash; אז די אלע אידן וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן זיך אויך קענען מחי' זיין און קענען לעבן מיט די עצות און שכל, און ווערן נאנט צום אייבערשטן. זאל אים די זכותים ביישטיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיינע קינדער, און ער זאל האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו. אמן.

    < זעה מער ט ניסן תשע"ח 📝
  • ספר "עצתו אמונה" ערשיינט וועכענטליך אין א הערליכע באנד

    כאטש די אלע בריוו, פראגעס און ענפערס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ווערן מיטן אויבערשטנ'ס הילף פארעפענטליכט טעגליך דא אויפן וועבסייט, ערשיינט שוין לעצטענס אויף א פראוועזארישן פארנעם. די קונטרים "עצתו אמונה", זענען ממש צוכאפט געווארן דורכן ציבור, וועלכע האט זיך מחיה געווען דערמיט. דערפאר האבן די מדפיסים יעצט אנגעהויבן צו דרוקן די בריוו אין קונטרסים מיטן נאמען "עצתו אמונה" אויף א הערליכע אויגפארכאפענדען דרוק, און וועט ארויסקומען בעז"ה וועכענטליך מיט די בריוו פון די פארגאנגענעם וואך. אידן פארציילן אז זיי קענען זיך נישט לייגן שלאפן יעדן טאג, איידער זיי האבן נישט געלערנט כאטש איין בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה". דער ספר הייבט זיך אן מיט די טעגליכע בריוו פאר די תלמידים און אנ"ש, און די בריוו געשריבן פאר יחידים, דערנאך קומען די בריוו וואס ווערן געשריבן פאר די שאולים דא אויפן וועבסייט, וואס קודם ווערט אראפ געברענגט די שאלה, און דערנאך די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט דעם דעת תורה הברורה, און קלארט אויס די נושא וואס דער שואל האט געוואלט וויסן, און לערנט אויס דעם ליינער וואס דער אייבישטער וויל פון אים אין זיין יעצטיגער מצב, און אז דער באשפער וויל אז ער זאל גלייבן אין אים, און זיך ווענדן צו אים, און אזוי וועט ער ווערן געהאלפן בעזרת השי"ת. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבער דער גארער וועלט צו עטפערן יעדער מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינער וואס פון איין זייט וועט זיך קענען אראפלאזן צו פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון מיר כבוד, געלט, וכדו'. און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה דא ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. וועט זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן יעדן זונטאג בעז"ה פאר האלסעיל רופט 347-509-4908

    < זעה מער כז אדר תשע"ח 📝
  • בית הדפוס גרייט זיך אויף פסח

    אין בית הדפוס איז די ערב פסח טעג זייער א פארנומענע סעזאן. עס איז יעצט דא גאר אסאך ארבעט. פאר פסח איז דא גאר א גרויסע פארלאנג אויף ספרים און קונטרסים אויף פסח פון מוהרא"ש ז"ל, בפרט בעט מען די הגדה "אור זורע". מען דרוקט די אריגאנעלע לשה"ק, און אויך די איבערגעטייטשטע אויף אידיש. עס ווערט שיין איינגעפאקט אין א בעג כדי עס זאל בלייבן ריין כשר לפסח צו קענען נוצן ביים סדר. די הגדה אור זרוע איז פול מיט גאר שיינע זאכן צו זאגן ביים סדר, אריינצוברענגען אמונה אין זיך און אין די קינדער, און ווערט ממש צוכאכפט פון אלע מפיצים. אויך ווערט יעצט געדרוקט דער קונטרס "א כשרן פסח", וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון פסח, און לערנט אויס וויאזוי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א כשר'ן פסח פרייליכערהייט.&nbsp; וויאזוי אריינצוברענגען דעם פסח מיט א שמחה של מצוה, און נישט אז פסח זאל חלילה גיין אינאיינעם מיט כעס און אנגעצויגענקייט. עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן רד.

    < זעה מער כא אדר תשע"ח 📝
  • קונטרס "א פרייליכן פורים"

    אריינטרעטנדיג אין חודש אדר, האט מען די וואך איבערגעדרוקט דעם הערליכן קונטרס "א פרייליכן פורים". כשמו כן הוא, דער קונטרס שמועסט אויס גוטע און גרינגע עצות ווי אזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג פון פורים און פון חודש אדר ווי עס דארף צו זיין, און ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין ארויסנעמען פון די הייליגע טעג דאס בעסטע; אינ'ם קונטרס איז אויך אריינגעדרוקט געווארן די מגילת אסתר וואס וועטצוניץ קומען צו קענען אויסהערן די מגילה פון אינעווייניג. ווי אויך איז יעצט געווארן איבערגעדרוקט דער הייליגער ספר "גנזי המלך", א פירוש אויף מגילת אסתר. די קונטרסים און ספרים און נאך פילע אנדערע איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער ד אדר תשע"ח 📝
  • דער נייער הערלכיער אלבום "טאנץ מיט אמונה" נומער 2 שוין ערשינען

    מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז דער נייער אלבום "טאנץ מיט אמונה 2" איז שוין ענדליך ערשינען. דער סידי אנטהאלט 9 הערליכע אייגענארטיגע טאנץ ניגונים. די שיינע גראמען אויף א געשמאקע שפראך זענען געמאכט און געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז&nbsp;געשפילט און געזינגען גאר פראפעשנאל, און איז באגלייט דורך&nbsp;א הערליכע כאאר. יעדע ניגון איז ממש ווי א גאנצער שיעור פול מיט אמונה חיזוק און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן. דער ערשטער ניגון "אמונה", איז א הערליכער טאנץ ניגון. עס ברענגט ארויס, אז די בעסטע עצה ארויסצוגיין פון אלע צרות, איז חזר'ן און אריינבאקן איך זיך אמונה. דער צווייטער ניגון איז "תורה". א הערליכע לעבעדיגע ניגון, וואס ברענגט ארויס ווי יעדער קען זוכה זיין צו קונה זיין תורה, און ווען א מענטש לערנט תורה, ווערט ער אן ערליכער איד, און ער ווערט א פרייליכער מענטש, און דאס וועט נאכדעם איבערדייען זיין שטוב צו א געשמאקע הויז. דער דריטער ניגון הייסט "סבלנות". דא איז א שיינע ניגון, ווי דער ראש ישיבה זאגט אין שיינע גראמען, אז א מענטש דארף האבן געדולד און אויסווארטן זיין ישועה. "ווארט אויס, און זיי מתפלל, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך ענדיגן גוט". זאגט דער ניגון. נאכדעם קומט דער ניגון "רבי". א געשמאקער ניגון, וואס ברענגט ארויס וואס דעם רבינ'ס ציל איז געווען. דער רבי זי"ע האט מפקיר געווען אלעס וואס ער האט געהאט נאר אז פאר דיר זאל גיין גוט. און אז דער רבי קען פאררעכטן און אויפהייבן יעדעם איינעם, נישט קיין חילוק וואס ער איז נאר דורך. ניגון נומער פינף איז "שבת", א ניגון וואס מאכט טאנצן מיט די שמחה פון שבת. עס זינגט זיך ווי גוט און געשמאק שבת איז, און ווי מען פריידט זיך מיט די געשמאקע שבת מאכלים, און די געשמאקקייט פון די שבת טיש און די שבת'דיגע זמירות. יעצט קומט ניגון נומער זעקס "משיח". א גאר שיינער ניגון, וואס רעדט פונעם טאג אויף וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, ווי גוט עס וועט דעמאלטס זיין, און וויאזוי משיח'ס טעג וועלן אויסזען, ווען יעדער אפילו גויים וועלן רעדן צום באשעפער. ניגון נומער זיבן "הפצה", לייגט אראפ דאס וואס מענטש גייען דורך טעגליך שרעקליכע שוועריקייטן ל"ע, דער האט נישט קיין פרנסה, דעם פאלן קידער אוועק, איינער האט נישט קיין שלום בית, און א צווייטער טרעפט נישט קיין שידוך, א.א.וו., ווי ער זיצט אזוי פארצווייפעלט, פלוצלינג ערשיינט ביים טיר א ברסלבער מיט קונטרסים, פול מיט עצות און חיזוק פונקט צוגעפאסט צו זיין מצב, און געט אים האפענונג אנצוגיין, און די וועג זיך ארויסזען פון זיין מצב. און ווער עס האט שכל נעמט אויף שיין דעם ברסלבער. און אז דער ברסלבער וויל דיר נישט&nbsp;פארכאפן פון דיין רבי, נאר דיר צו דערמאנען צו רעדן צום באשעפער דארט וואו דו ביסט. נאכדעם איז דער ניגון "תשובה", א ניגון וואס ברעגט ארויס ווי דער אייבישטער שטייט און ווארט מיט אן אפענעם טיר אז דו זאלסט צוריק קומען צו אים. און איז מסביר אז תשובה טוט מען דורך זאגן פארן באשעפער אז מען האט געזינדיגט, און פון יעצט הייבט מען אן א נייער בלעטל. דער לעצטער ניגון איז "ממלא כל עלמין", וואס זינגט און דערמאנט אז דער אייבישטער איז דא, איז אלץ געווען, און וועט אייביג זיין, און הערט אלעס און פארשטייט אלעס, און אז א מענטש איז קיינמאל אליינס, און אז דער אייבישטער ליגט באהאלטן אין יעדע שוועריקייט, און אז דו ווארטסט אויס, וועסטו זען אז אלעס איז געווען לטובה. סענדי ראטה ני"ו וואס האט געשפילט קיבארד און האט עס ארעינדזשט, זאגט אונז אז מען האט אנגעהויבן צו&nbsp;ארבעטן דערויף תיכף נאכדעם ווען מען האט געענדיגט צו ארבעטן אויפן ערשטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום, ער זאגט אז ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, און מ'האט געטראפן ב"ה גאר שיינע שפילערס צו שפילן דערויף, און עס איז ב"ה זייער שיין אויסגעקומען. אויך זאגט ער אונז אז מען האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויפן דריטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום. ר' אייזיק ראטה ני"ו האט אונז פארציילט איבער אן ארץ ישראלדיגער איד וואס האט געמיקסט, וואס האט אים געזאגט א טראץ וואס ער פארשטייט נישט קיין אידיש, האט ער מורא'דיגע הנאה געהאט פון ארבעטן דערויף, און איז געווארן זייער איבערגענומען דערפון. די שפילערס דערפון זענען: קיבארד און ערעידזשער: סענדר ראטה, דראמס: אסיר פעדי, גיטאר: יוני קייסער, באסס: אבי יפרח, וואוקעל רעקארדינג: די מיוזיקל קעיוו, רעקארדיג: עף או עס סטודיאס, מיקס און מעסטער: חיים גאטעסמאן, געזונגען: הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א און די תלמידים. פאר די סידי אויף dropbox דרוקט דא

    < זעה מער יא שבט תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 16 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com