Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייער בית המדרש "היכל הקודש" אין מאנסי

    גרויס פרייד הערשט ביי אנשי שלומינו צו די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" אין מאנסי. אנשי שלומינו אין מאנסי האבן זיך צוזאמגענומען און באשטימט א נייעם שטיבל וואו מען וועט זיך צוזאמקומען אינאיינעם זיך צו שטארקן איינער דעם צווייטן, און לערנען אינאיינעם די תורות און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. דעם ליל שישי זענען זיך די אינגעלייט צוזאמגעקומען צום ערשטן מאל אינעם נייעם בית המדרש, מען האט געלערנט אינאיינעם דעם ספר הקדוש "שיחות הר"ן" און נאכאמאל איבערגעשמועסט די עצות און לימודים פון רבי'ן, זיך צו שטארקן אנצוגיין ווייטער אין עבודת ה'. אז נדברו יראי ה' איש את רעהו!

    < זעה מער ה אב תשע"ז 📝
  • מען גרייט זיך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה

    &nbsp; דער זומער אין קעמפ "מחנה תפארת התורה" גייט ב"ה ווייטער אן מיט א געוואלדיגע סוקסעס, דער קול תורה הילכט אפ אין קעמפ, ווען די צענדליגע טייערע בחורים זיצן און הארעווען אויף די הייליגע תורה, און נוצן אויס די טייערע צייט זיך אנצופולן מיט תורה און יראת שמים. ווער עס קומט נאר אריין אין קעמפ קען גלייך שפירן די לויטערע לופט, די לופט וואס איז אנגעפולט מיט תורה, מיט תפלה, מיט אסאך רעדן צום אייבערשטן. די אכט וואכן פון קעמפ איז די ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים ווען מיר גייען שוין אט אט אריינטרעטן אין די הייליגע פארכטיגע תשובה טעג ווען עס גייט פארקומען דער פארכטיגער משפט, מען גייט אנשרייבן פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיין יאר וועט דורכגיין. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געדאווענט די תפלות אינאיינעם מיט גרויס השתפכות הנפש אין אונזער שיינעם בית המדרש, מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. אין די יעצטיגע טעג קומט פאר העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן, מען האט שוין געענדיגט גיסן דעם פונדאמענט, און מען הויבט שוין אן ארויפצוציען דעם בנין, ווי עס זעט אבער אויס וועט דער בנין נאכנישט זיין גרייט צום באנוץ אויף דעם קומענדיגן ראש השנה, דעריבער וועלן מיר דאס יאר ווייטער זיין אינ'ם זעלבן פלאץ ווי די לעצטע פאר יאר. אויך דער צייטווייליגער פלאץ ווערט אויפגעפרישט און פארראכטן צו די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. פילע פון די הונדערטער צוגעגרייטע בעטן זענען שוין צוכאפט געווארן, עס איז נאר געבליבן א קליינע צאל פלעצער, אזוי ווי אלע אנשי שלומינו ווילן זיך האלטן צוזאמען און פירן דעם יום טוב אינאיינעם. ווער עס וויל נאך אריינכאפן צו רעזערווירן א פלאץ, זאל זיך מעלדן ווי פריער צום "חבורת היכל הקודש באומאן" אויפ'ן נומער 347-452-0412, וכל הקודם זכה. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער ד אב תשע"ז 📝
  • שיינע בר מצוה אין קעמפ

    די פארגאנגענע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א שיינע בר מצוה אין קעמפ, די בר מצוה פון הבחור החשוב אברהם ב"ר מיכאל אלטמאן הי"ו. אין א המשך צו די שיינע חתונה וואס איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש אין וויליאמסבורג פאר די זומער, ווען די חתונה איז געמאכט געווארן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אז די מחותנים און די גאנצע פאמיליע זאלן קענען זיך אמת'דיג פרייען מיט די שמחה אן דעם וואס דאס הארץ זאל דארפן דרוקן פון די שווערע לאסט פון חובות, איז יעצט אויך געמאכט געווארן די בר מצוה אויף א ביליגע און פשוטע פארנעם. די בר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין קעמפ, און די פרויען זענען געווען אין די ווייבער שול. עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובי המשפחה און די תושבי המחנה זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר מצוה האט געזאגט דעם פשעטל, האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מצות תפלין וואס דער בר מצוה בחור גייט יעצט אנהויבן צו לייגן, א מענטש מיינט אז מען איז מצליח אין לעבן ווען מען האט גאלדענע געלונגענע הענט, מען האט אן אייזערנעם קאפ, האט אבער דער אייבערשטער געהייסן אז מען זאל זיך ארויפבינדען די תפלין אויף די הענט און אויפ'ן קאפ, און אין די תפלין שטייט די הייליגע אמונה אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט און מיר ליגן אינגאנצן אין זיינע הענט, און מיט דעם זאלן מיר געדענקען יעדן טאג אז נישט אין אונזער הענט און קאפ ליגט די הצלחה, נאר מיר זאלן שטענדיג גיין נאר צום אייבערשטן און בעטן זיין הילף, און נאר אזוי וועלן מיר קענען מצליח זיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור און פאר זיינע עלטערן. די קינדער, די חברים פונעם בר מצוה בחור, האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט א גוטן טעם אין מויל פון די שיינע שמחה. כי שם ה' נקרא עליך - אלו תפילין שבראש!

    < זעה מער כו תמוז תשע"ז 📝
  • העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם שטח אין אומאן

    ווי באקאנט האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט אז מיר זאלן קומען צו זיין ציון אין אומאן יעדעס יאר אויף ראש השנה, דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער ארבעטן פאר אים און אויס'פועל'ן פאר אים א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר, אפילו אינמיטן די יאר, און וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים פון "תיקון הכללי", אפילו דער מענטש האט שוין געטון די ערגסטע עבירות וועט אים דער רבי פאררעכטן, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית. פון דעסט וועגן האט דער רבי געזאגט אז אפילו וועמען ער קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען ער אבער יעדן איינעם פאררעכטן ווען מען קומט צו אים אויף ראש השנה. דעריבער קומען יעדעס יאר אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן קיין אומאן אויף ראש השנה, און פועל'ן דארט אויס ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. אין די לעצטע יארן האבן אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, ארויסגעדינגען א פלאץ אין אומאן צו קענען זיין אינאיינעם אויף ראש השנה, צו דאווענען אינאיינעם און פירן די סעודות אינאיינעם און אזוי ווייטער. יעצט איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט באוויזן צו קויפן א גרויסער שטח אין אומאן, וואו עס ווערט יעצט געבויעט א גרויסער פראכטפולער בנין, וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן. די וואך האט מען געגאסן די צעמענט פאר'ן פונדאמענט, און די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן. אין די יעצטיגע טעג ווערן אויספארקויפט די זכותים פונ'ם בנין, וואס דאס איז אן איינמאליגע געלעגנהייט צו קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות הרבים אז אנשי שלומינו זאלן האבן א שיינעם רואיגן ווינקל אין אומאן, און קענען אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר מיט מנוחת הנפש. עס ווערט יעצט פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, עמוד הבעל תפלה פאר 4,500$, די מקוה פאר 75,000$, בור הטבילה פאר 25,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית. זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין! &nbsp; בילדער ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן ווידיאס ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן

    < זעה מער יב תמוז תשע"ז 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ה תמוז תשע"ז 📝
  • הערליכע חתונה אין היכל הישיבה

    די וואך דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן הערשי שניטצלער בן מו"ה משה ארי', עב"ג בת מו"ה אהרן וועבערמאן, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג. א גרויסער עולם איז זיך צוזאמגעקומען צו די חתונה. אויסער די קרובים און בני המשפחה, זענען נאך פילע אידן געקומען צו די חתונה, מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן אז אויב איז דא א ריכטיגע רצון קען מען באווייזן אויך דאס וואס זעט אויס אוממעגליך. אלס טייל פונעם פלאן אז די חתונה זאל זיין די גרינגסטע און די ביליגסטע, האט מען אנגעהויבן די חתונה גאנץ פרי. 5 אזייגער פונקטליך האט זיך אנגעהויבן די קבלת פנים, ווען מען האט אויך געמאכט דעם תנאים און טעלער ברעכן. אום 6 אזייגער איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גאס אין פארענט פון בית המדרש. נאך די חופה איז דער עולם אריינגעגאנגען אין שול וואו עס איז שוין געווען צוגעגרייט אויף די טישן בילקעלעך און געפילטע פיש. ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט ווארימע מאכלים, פלייש, קוגל, און נאך. די סעודה איז געקאכט געווארן דורך די בני הקהלה, ווען יעדער האט געוואלט נעמען א חלק אין די שיינע חתונה. עס זענען נישט געווען קיין סערווירער, נאר יעדער האט אליין גענומען וואס אים האט געשמעקט. דער עולם האט זיך געוואשן און זיך געזעצט צו די סעודה, און יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק, סיי אז די סעודה האט גארנישט געקאסט, און סיי אז מען האט נישט אראפגעלייגט אויף יעדן פלאץ א טעלער, וואס פילע דערפון גייען געווענליך אין די מיסט, נאר יעדער האט געקענט אליין נעמען וואס זיין הארץ באגערט. דער חתן איז אריינגעקומען אום 8 אזייגער צום טאנצן, הערליכע מוזיק האט געשפילט אויף די ספיקערס, רעקארדירונג פון היימישע זינגער אין שפילער. מען האט אפילו נישט געמאכט קיין "די דזשע", אז איינער זאל דארפן שטיין און קאנטראלירן די ניגונים, עס האט בלויז געשפילט א רעקארדירונג פון אנדערע חתונות. דער עולם האט זיך געהויבן און געטאנצן מיט גרויס פרייד און משמח געווען דעם חתן פאר צוויי שעה. אום צען אזייגער איז די כלה אריינגעקומען צום בענטשן, און דערנאך איז פארגעקומען די מצוה טאנץ. עס איז נישט געווען קיין גראמער, דער שמש האט געמאכט א שיינעם יעמוד; אויפרופנדיג בלויז די זיידעס און די מחותנים, און דערנאך די חתן כלה. אום 11:20 איז די חתונה שוין געווען פארטיג, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט די געשמאקע געפיל אז מען וועט קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג נארמאלערהייט. אום 11:30 האט מען שוין אנגעהויבן אויפרוימען דעם שול, אז ס'זאל קענען זיין גרייט אויפ'ן מארגנדיגן טאג לתורה ולתפלה, אויפ'ן געווענליכן סדר. עס האט זיך ארויסגעוויזן אז מען קען באווייזן צו מאכן א חתונה וואס זאל קאסטן ממש גארנישט. די זאל האט נישט געקאסט, די סעודה האט כמעט גארנישט געקאסט, קיין סערווירער איז נישט געווען, קיין זינגער און שפילער איז נישט געווען, קיין גראמער איז אויך נישט געווען, די בלומען פאר די כלה זענען נישט געווען קיין עכטע, און אזוי ווייטער אז אין סך הכל האט די חתונה נאכט געקאסט נישט מער ווי עטליכע הונדערט דאלער. און דער גרעסטער חידוש איז געווען אז עס איז געווען גאר א ספעציעלע שיינע פרייליכע חתונה; די מחותנים, די חתן כלה, און אלע באטייליגטע זענען געווען באמת פרייליך, מען האט געקענט טאנצן און זיך פרייען מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז אונטער די שיינע חתונה האט זיך נישט געגאסן קיין אידיש בלוט. די חתונה האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג ביים היימישן ציבור, עס איז געווארן דער געשפרעך פון טאג אין די גאנצע אידישע וועלט, יעדער קוקט ארויף די חשובע מחותנים און די חתן כלה וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא דורכברוך פון א חתונה, און דאס וועט זיכער משפיע זיין אויך אויף אנדערע אידן צו וויסן אז מען קען חתונה מאכן פאר ביליג, און עס דארף נישט דרוקן אויפ'ן הארץ יעדע חתונה. דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה און פאר די מחותנים אז זיי זאלן זען נאר אידיש נחת, עס זאל זיין א קשר של קיימא און בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, פרנסה בריווח, מיט אריכת ימים ושנים געזונטערהייט. קול מצהלות חתנים מחופתם, ונערים ממשתה נגינתם!

    < זעה מער כח סיון תשע"ז 📝
  • קול ברסלב טעלעפאן ליין גענצליך איבערגעמאכט אויף אן הערליכן פארנעם

    די קול ברסלב טעלעפאן ליין איז שוין ברייט באקאנט ביי אידן איבער די וועלט, צענדליגע טויזנטער אידן רופן אריין טאג טעגליך און זענען זיך מחי' מיט די פילע&nbsp;קורצע און לאנגע שיעורים, מיט די ניגונים פון אמונה, און נאך.עס זענען אריינגעקומען פילע פארלאנגען פון אידן פון אלע עקן וועלט אז מען זאל פון פריש מסדר זיין דעם האטליין אויף א שיינעם מסודר'דיגן אופן אז עס זאל זיין גרינג און געשמאק צו טרעפן אלעס וואס מען וויל הערן אויף א לייכטע וועג. דעריבער איז גרויס די פרייד אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר דאס באוויזן און מיר האבן אויסגעשטעלט דעם האטליין אויף א הערליכע און געשמאקע פארנעם, צו די צופרידנהייט פון די פילע טויזנטער צוהערער. ווי אויך וועט מיט די צייט ווערן צוגעלייגט נאך פילע אינטערעסאנטע און נוצליכע אפטיילונגען צום טעלעפאן ליין. דער נומער צו רופן אין אמעריקע איז 212-444-9191, און צו דעם געלעגנהייט האבן מיר אויך צוגעשטעלט א נייע לאקאלער נומער צו קענען רופן דעם טעלעפאן ליין פון לאנדאן ענגלאנד, די לאקאלער נומער איז 03303 50 2361 עס איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן און זיך מחי' זיין מיט'ן נייעם האטליין. שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כא סיון תשע"ז 📝
  • סיום הש"ס אין ישיבת "כוכבי אור" מאנסי

    דער פארגאנגענעם מיטוואך נאכט איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע בחורים, זיך צו באטייליגן ביי א גרויסער "סיום הש"ס" פון א בחור וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, אין די ברסלב'ע ישיבה "כוכבי אור" אין מאנסי. אזוי ווי דער חשובער בחור איז נתעורר געווארן אנצוהויבן לערנען ש"ס פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט ער איינגעלאדענט דעם ראש ישיבה שליט"א צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע סיום הש"ס. אויסער די בחורי הישיבה זענען זיך אויך צוזאם געקומען פילע בחורים פון פארשידענע ישיבות מיטצוהאלטן דעם געוואלדיגן מעמד ווי אזוי א בחור אין ישיבה איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ווען א איד איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס, ווי אויך האט ער שטארק ארויסגעברענגט אז דאס ווייזט ווי אזוי א בחור וואס לערנט אין סיי וועלכע ישיבה, ער האלט מיט אלע סדרים אין זיין ישיבה, פון דעסט וועגן קען ער זיך צופלייסן און זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס בלויז אין די אייגענע זייטיגע צייטן. נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט פרישע קבלות טובות, פילע בחורים זענען זייער נתעורר געווארן פון דעם געהויבענעם מעמד, און האבן באשלאסן אויך אריינצוטאנצן אין דעם און אנהויבן צו לערנען אסאך גמרא אין די אייגענע צייטן, צו אנהויבן פון מסכת ברכות און גיין אין א סדר ביז'ן זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער יד סיון תשע"ז 📝
  • יום טוב שבועות בין כותלי הישיבה

    א הערליכע יום טוב האבן די בחורים אפגעראכטן אין ישיבה, אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד האט מען פון פריש מקבל געווען די תורה. שבועות ביינאכט זענען זיך אלע בחורים צוזאמגעקומען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו צו זאגן צוזאמען תיקון ליל שבועות, קודם האט זיך יעדער געלערנט זיינע שיעורים, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז שבועות ביינאכט זאל מען לערנען אביסל פון יעדע לימוד וואס מען וויל לערנען במשך די יאר, און דאס איז א סגולה אז מען זאל טאקע זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר די שיעורים. דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט די תיקון ליל שבועות מיט גרויס התעוררות און געשמאק. אינצווישן האט מען אויך געזונגען ווארימע ניגונים, זיך אויסבעטנדיג ביים אייבערשטן אין די הייליגע נאכט אז מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה ווי עס דארף צו זיין, צו זוכה זיין צו לערנען און צו מקיים זיין די תורה. שפעטער האט מען זיך געשטעלט דאווענען, א שיינע ווארימע דאווענען נאכגעפאלגט מיט די הייליגע פיוט אקדמות און קבלת התורה, מיט גרויס דערהויבנקייט. עס האט זיך געשפירט אין די לופט די דערהויבנקייט פון די הייליגע מאמענטען, ווען מען האט זוכה געווען פון פריש מקבל צו זיין די תורה. קבועין כן תהווין בהנהו חבורתא!

    < זעה מער ח סיון תשע"ז 📝
  • נייער בית המדרש "היכל הקודש" אין בלומינגראוו

    מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס איבער די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" אין די געגנט פון בלומינגראוו אין די גלילות פון קרית יואל. אין די לעצטערע יארן האבן זיך פילע משפחות אריבערגעצויגן צו די געגנט פון בלומינגראוו, צווישן זיי אויך עטליכע אנשי שלומינו. אזוי ווי דער פארלאנג פאר פרישע שולן אין די געגנט איז געווארן גרעסער, האבן זיך צוזאמגעשטעלט אנשי שלומינו צו עפענען דעם נייעם בית המדרש. דעם פארגאנגענעם שבת האבן זיך געעפנט די טויערן פון בית המדרש צום ערשטן מאל, פילע אידן פון די געגנט זענען געקומען דאווענען, און האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם נייעם געשמאקן בית המדרש. די זמנים פאר די שבתים בימות הקיץ איז פרייטאג צו נאכטס דאווענט מען 35 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנירות, שבת אינדערפרי דאווענט מען 9:45, און נאכ'ן דאווענען איז דא צוגעשטעלט א קידוש מיט א שיינעם שיעור אינעם ספר הקדוש "ספורי מעשיות", מנחה און שלש סעודות איז א האלבע שעה נאכ'ן זמן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער בית המדרש דינען אלס א לייכט טורעם פאר די גאנצע אומגעגנט. פתחו שערים ויבוא גוי צדיק!

    < זעה מער ג סיון תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד"

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד". דער קונטרס ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אז די עלטערן זאלן רחמנות אויף זייערע קינדער און זען זיי חתונה צו מאכן ווי פריער. אינעם קונטרס ווערט ערקלערט די סיבות וואס האלטן אפ די עלטערן פון חתונה מאכן די קינדער באצייטנס, און עצות ווי אזוי דאס צו&nbsp;פארמיידן, ווייל די וויכטיגסטע זאך פאר די קינדער איז אז זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. ווי אויך ווערט שיין ארומגערעדט אינעם קונטרס וואס עס איז די סיבה וואס מען זעט ליידער אזויפיל אידישע קינדער וועלכע פאלן אוועק אויך פון גאר היימישע שטובער, און עצות ווי אזוי דאס צוריק צו האלטן. דער קונטרס, ווי אויך נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. והשיב לב אבות על בנים! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער א סיון תשע"ז 📝
  • הערליכע שמחת ברית מילה ביים ראש ישיבה שליט"א

    דעם דאנערשטאג האבן אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די וועלט בכלל, זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א וואס האט אריינגעברענגט זיין אינגל בבריתו של אברהם אבינו. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביי זיין גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א. די בחורים פון ישיבה, מיט נאך פילע אנשי שלומינו, האבן זיך משתתף געווען און זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה. ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט דעם "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", אז אלע מצות און מעשים טובים וואס מען טוט דעם גאנצן לעבן זאלן זיין אריינגעקריצט אין די ביינער, און נישט נאר מן השפה ולחוץ. דערנאך האט גערעדט דער זיידע הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, וואס האט געזאגט אז אזוי ווי דאס קינד טוט די מצוה פון ברית מילה מיט א תמימות ופשיטות, אזוי ווי ער ווייסט דאך נאך גארנישט, די זעלבע וואונטשט מען אז ער זאל דאס אנהאלטן זיין גאנץ לעבן צו דינען דעם באשעפער מיט תמימות. נאכדעם האט דער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, רב הצעיר דקארלסבורג, גערעדט שיינע ווארימע דיבורים, און ער האט אנגעוואונטשן פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין צו מרביץ תורה זיין און מחזק זיין אידישע קינדער. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט געזאגט ווארימע דברי ברכה. נאכ'ן ברית איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פרישע כוחות און חיות נאך אזא שיינע שמחה. בטוב צדיקים תעלוץ קריה!

    < זעה מער כט אייר תשע"ז 📝
  • קורצע "תיקון ליל שבועות" איבערגעדרוקט

    די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות", אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון. אלע יארן פלעגט מוהרא"ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע&nbsp;תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים, און אויך די תרי"ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג, האט מוהרא"ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כה אייר תשע"ז 📝
  • הערליכע סעודת ל"ג בעומר

    דעם פארגאנגענעם זונטאג, ל"ג בעומר, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, צו פראווען אינאיינעם דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים, און דערנאך מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רבי שמעון בר יוחאי, וואס ער האט מגלה געווען פאר די וועלט די חשיבות פון יעדע מצוה, וואס גרויסע זאכן עס דרייען זיך איבער אין אלע וועלטן ווען א איד איז זוכה צו קומען אין שול דאווענען, ווען א איד איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער יעדע מצוה וואס א איד טוט, וואס דאס פארשאפט א געוואלדיגע נחת רוח פאר'ן אייבערשטן און עס טוט גרויסע תיקונים אין אלע וועלטן. דעריבער דארפן מיר זיך זייער פרייען אין דעם גרויסן טאג, און נאכדערצו אז דער הייליגער רבי האט עס נאך מער אראפגעברענגט פאר אונז, דער רבי לערנט אונז אויס אז יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן, קיינער זאל נישט טראכטן אז ער איז צו ווייט פון דעם, אז ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער דארף נישט האבן זיינע מצות, נאר פונקט פארקערט, ווען א איד ווייסט ביי זיך אז ער איז ווייט פונעם אייבערשטן און פון דעסט וועגן שטרענגט ער זיך אן צו טון א מצוה, ער שטרענגט זיך אן זיך צוריק צו האלטן פון אן עבירה, איז דאס נאך פיל מער חשוב ביים אייבערשטן. די עצה פאר יעדן מענטש איז צו עפענען זיין מויל און אנהויבן צו רעדן צום אייבערשטן, צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, יעדע טאג אראפנעמען א מינוט צו כאפן א שמועס מיט'ן אייבערשטן, און דאן וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן דעם מענטש אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס ער דארף און ער זאל ווערן אמת'דיג נאנט צום אייבערשטן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם טאג, און פון אלע געוואלדיגע עצות און לימודים וואס דער רבי לערנט אונז. און ער האט אויסגעפירט אז ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פון די מערה האט ער געזאגט אז ער גייט עפעס טון צו העלפן די שטאט, און די זעלבע דארף זאגן יעדער איד וואס האט זוכה געווען צו הערן און מקיים זיין די עצות פון רבי'ן, דאס האט אים געהאלפן און אויפגעלאכטן זיין לעבן, דארף ער זען צו העלפן נאך אידן, און זיי דערציילן איבער דעם הייליגן רבי'ן וואס האט די כוחות צו העלפן יעדן איד אין יעדן מצב, ווען א איד וועט לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקיים זיין וואס דארט שטייט, וועט ער זיכער ארויסקריכן פון אלע זיינע פראבלעמען, ער וועט גאר שטארק מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד התנא האלקי. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו!

    < זעה מער יט אייר תשע"ז 📝
  • פרויען פארטי געווען א גרויסע סוקסעס

    דעם זונטאג איז פארגעקומען די יערליכער פארטי לטובת מוסדותינו הקדושים אין שטוב פון די חשובע מרת ניימאן (פראממער) שתחי', וואס איז באקאנט מיט אירע פילע לייסטונגען ארויסצוהעלפן אידישע קינדער איבעראל, און ספעציעל איז זי גאר שטארק איבערגעגעבן פאר אונזערע מוסדות, און זי העלפט שטענדיג ארויס מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. די פארטי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אן אויסערגעווענליכע סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די פארטי, און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און האבן א חלק אין די הייליגע מוסדות וואס איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות. די פרויען וועלכע האבן נישט געקענט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען נאך אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 עקס. 101. חכמות נשים בנתה ביתה!

    < זעה מער ה אייר תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1651 to 1665 of 1670 results

1 2 ... 103 104 105 106 107 108 109 110 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com