Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • גרויסע ציבור באטייליגטע ביים סעודת הילולא פון רבינו ז"ל אין היכל הקודש וויליאמסבורג

    א הערליכע ציבור פון אנ"ש מיט פילע געסט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגעם מוצש"ק מוצאי שבת חוה"מ אינעם גרויסן סוכה פון ישיבה תפארת התורה אויף 27 סקילמאן סט. לכבוד די הילולא פונעם רבין ז"ל. א שיינע רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט. דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט דורשט צו די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט. "וואס הייסט א ברסלבע חסיד? איז דא עפעס א ברסלבע הוט אדער קאפל? פארן קיין אומאן ראש השנה מאכט איינעם פאר א ברסלבער?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "דאס אלעס מאכט נישט איינעם פאר א ברסלבע חסיד, פאר קיין אומאן אויף ראש השנה געהערט צו גאנץ גאנץ כלל ישראל, קענסט זיין אין וועלכע חסידות דו ביסט, בלייב מיט די זעלבע לבוש, די זעלבע מאכלים, און די זעלבע מנהגים וואס דיין טאטע האט זיך געפירט. ברסלבע חסידות איז אז זאלסט געדענקען אז דער אייבישטער איז מיט דיר און דו קענסט רעדן צו אים יעדע רגע וואס עס דרוקט דיר נאר…" דער ראש ישיבה האט אויסגערופן אז "מיר גייען גרינדן א כולל ערב יעדע נאכט, מ'גייט לערנען א שיעור אין גמרא, און עס וועט זיין דארט צוגעשטעלט פיינע טיי, קאווע וכו'" און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "יעדע נאכט אנשטאט 'גיין אין ביהמ"ד לערנען...' [וואס דיין ווייב ווייסט זייער גוט אז עס מיינט 'שמועסן מיט חברים' - א ווייב קען מען נישט פאפן...] גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, און דארט וועט זיין די כולל ערב. נעם ארויס די גרויסע ש"ס וואס דיין שווער האט דיר געקויפט ביי דיין חתונה, און לערן אויפן קול א בלאט גמרא. וויסלט אויך שמועסן מיט איינעם אין כולל? נעם א גלאז טיי אדער קאווע און שמועס מיט דיין ווייב..." דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מוהרא"ש זצ"ל האט געברענט אריינצוברענגען אין אונז די הערליכע הנהגה פון רעדן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, וואס די וועלט מיינט אז עס באלאנגט נאר פאר יחידי סגולה אדער גרויסע צדיקים. "לעצטענס" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האט מען געהערט פון א גאסט דא אין ביהמ"ד וואס האט פארציילט אז מען האט אונטערגעהערט א געוויסע צדיק ווי ער האט ערב יום כיפור געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען גרינג פאסטן יום כיפור, און אז ס'זאל נישט רעגענען סוכות - ביי אונז", האט דער ראש ישיבה געזאגט "איז דאס פשוטע זאכן, מוהרא"ש זצ"ל האט אריינגעברענגט אין אונז אז מיר זאלן נישט פארשטיין וואס איז די חידוש פון די מעשה? וואס איז דא דא צו פארציילן? - אמאל" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האבן די תלמידים פון רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע זיך אונטער געהערט ווי זייער רבי בעט דעם אייבערשטן ביים סוף פון שמו"ע אז זיין ווייב זאל טרעפן א גוטע דינסט, די תלמדים האבן זיך זייער געוואונדערט: 'וואס האט דאס געקענט מיינען?' זיי האבן זיך אנגעהויבן צו טענה'ן וואס דער רבי האט געמיינט, אפשר איז די שכינה געגליכן צו א שפחה אין גלות, אדער גייט עס ארויף אויף כנסת ישראל א.א.וו. און דער רבי האט געבעטן אויף די גאולה - ווען דער רבי האט געהערט ווי זיי טענה'ן זיך ארום האט ער זיי געזאגט, 'מיין רביצין האט זיך מיר באקלאגט אז די דינסטן - די קלינינג גויטעס - האלטן זיך נישט ביי איר, אדער טויגן זיי נישט און זי מוז זיי פארשיקן, אדער טרעפן זיי זיך אנדערע הייזער וואו מ'באצאלט זיי בעסער, און זי פלאגט זיך זייער ארום דערמיט, האב איך פשוט געבעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל טרעפן א גוטע קלינינג גויטע - דאס אלעס." האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "דאס וויל דער רבי פון אונז. אלע צדיקים וקדושים האבן אזוי געטון, ביי די וועלט איז דאס א חידוש, ביי אונז איז דאס פשוט - און וואס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "פשוט, אלעס וואסט דרוקט מיר". דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיט מעורר זיין אז מ'זאל זיך נישט לאזן נערן, און אנהייבן מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך פון זונטאג און זיך נישט פארלאזן אויף פרייטאג. "מוהרא"ש זצ"ל פלעגט דאס דערמאנען ביי יעדע שיעור - וואך איין וואך אויס" האט דער ראש ישיבה געזאגט. "בפרט יעצט ווען מ'האלט ביי די אנהייב לאנגע סדרות און עס קומען די קורצע ווינטער ערב שבת טעג". דערנאך איז מען ארויף אין ביהמ"ד און געטאנצט לכבוד שמחת בית השואבה מיט א געוואלדיגע שמחה ביז 3:00 פארטאגס. ווען דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ח 📝
  • העכער 75,000 אידן געוויילט אין אומאן ראש השנה תשע"ח

    כאטש א גאנץ יאר, 24 שעה ארום-דעם-זייגער, איז דער ציון הקדוש אויך געווען א תל תלפיות וואו אידן פון די גאנצע וועלט זענען געקומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים ציון פון רבין, און געפועלט ביים אייבערשטן אלע ישועות - האבן אבער אין די טעג בעפאר ראש השנה אויך די אומאנער גאסן אנגעהויבן צו ווירבלען אלץ מיט מער און מער מיט אלע סארט מענטשן פון יעדע קרייז פון אלע עקן וועלט. צענדליגע געשעפטן, האטעלן, בתי מדרשים, און הכנסות אורחים טענטס וואס זענען געשטאנען ליידיג א גאנץ יאר האבן זיך אנגעהויבן עפענען איינע נאך די אנדערע. דינסטאג נאכמיטאג, זענען שוין די גאסן געווען איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אידן. פון מינוט צו מינוט איז די שטראם געווארן אלץ גרעסערע און גרעסער. מ'האט געזען ווי אידן קומען אן מיט די פעק און זעק, לויפן גראד צום אכסניה בלויז אויף אראפ צו לייגן דעם שווערע רענצל, "וואו איז דא א מקוה וואס איז יעצט אפן?" איז געווען די ערשטע פראגע וואס מ'האט געפרעגט, געלאפן אין מקוה, און גראד צום ציון. "דיינע פעקלעך זענען אנגעקומען?" הער איך א פראגע ווי איינער האט איינעם געפרעגט "אוי, פרעג נישט" הער איך זיין ענטפער, "מיינע פעקלעך האט דערווייל מיר קיינער נישט געקענט צונעמען. איך בין יעצט אויפן וועג צום ציון און דארט וועל איך אראפ פאקן אלע מיינע פעקלעך, און איך נעם עס נישט צוריק...". ביים ריזיגן היכל פון ציון זעט זיך אן א גרויסע געדערנג. טויזנטער אידן שטייען יעדער ביי זיין ווינקל. דער זאגט תיקון הכללי מיט בכיות, און דער אנדערער שטייט און גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט יעצט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אים אריבער, און בעט זיך אויס ישועות פארן קומענדיגן יאר. אן אנדערער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן א רבי וואס פארשטייט אים, א רבי וואס מאכט אים לערנען און דאווענען, ער פארציילט וויפיל מסכתות ער האט געענדיגט, וויפיל מאל ער האט געענדיגט ששה סדרי משנה, וויפיל מאל ער האט געקענט מוותר זיין אין שטוב, און וויפיל זיין שלום בית האט זיך געבעסערט. אנדערע זיצן ביי די הונדערטע זיץ פלעצער און לערנען זיך יעדער זיינע&nbsp;שיעורים. דער איז מעביר סדרה, דער זאגט תהלים, דער משניות, דער גמרא, א.א.וו. אין די לופט שפירט זיך שוין די הייליגע לופט פונעם יום הדין וואס קומט. עס איז שוין באלד חצות הלילה. ווען די מנינים פון סליחות "זכור ברית" הייבן זיך אן. ווי באקאנט, האט מוהרא"ש זי"ע געבעטן אז די תלמדי היכל הקודש זאלן זיך האלטן איאיינעם אויך אין אומאן, אז מ'זאל נישט דארפן פארברענגען די צייט מיט גיין און קומען צום דירה, מקוה, בית המדש, און עסן, און אודאי נישט מיט איינקויפן ביי די לאקאלע געשעפטן אדער חלילה ביי די נידעריגע אוקריינער גוים, נאר מ'זאל קענען אויסנוצן די פאר טעג נאר צו גיין צום ציון און זיך אויסבעטן פאר א גאנץ יאר. דערפאר האבן אנ"ש תלמידי היכל הקודש בראשות פונעם ראש הישיבה שליט"א אפגעדיגנען א ריין ווינקל אין אומאן - אינדרויסן פונעם טומל און פון די הויפט גאס "פושקינא", אבער גענוג נאנט צום ציון - ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פולע אש"ל, צימערן צו שלאפן, סעודות יום טוב און שבת, א לאקאלע בית המדרש, און א ריינע מקוה. ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט "שיינער" אויפגעשטעלט אין צענטער פון די פושקינא גאס זיינע גיגאנטישע הכנסת ארוחים טענטס מיט צענדליגער טויזנטער זיצן, היי יאר האט ער עס נאך מער פארברייטערט, צו קענען אנטפאנגען די פארגרעסערטע פלייץ פון געסט. אויך האט ער צוגעשטעלט 2 גרויסע טעימה צענטערן, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט מזונות און טרונקען 24 שעה א טאג בחנם. דארט אויפן פלאץ האט ער אויך אויפגעבויעט 4 גיגאנטישע בתי מדרשים: "בית משולם פייש" לע"נ הרה"ק מטאהש זי"ע, "חזון עובדיה" לע"נ רבי עובדיה יוסף, "בית חב"ד", און "סאטמאר". אינעם לאקאלן היכל הקודש בית המדרש זענען זיך הונדערטער אידן צוזאם געקומען ליל זכור ברית צו סליחות, ווי דער ראש ישיבה איז געווען דער שליח ציבור, און מען האט געזאגט די סליחות מיט גרויס ווארימקייט. ערב ראש השנה אינדערפרי האבן אנ"ש געהאט די זכי' צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט באשטימט דאס געלט צו מפיץ זיין דעם הייליגן רבינס אור אויף די גאנצע וועלט. ווי איינגעפירט אין די לעצטע פאר יאר, איז ערב ראש השנה ביי חצות היום פארגעקומען א "תיקון הכללי העולמי", ווי איבער 30,000 אידן זענען זיך צוזאם געקומען, און שווארץ געמאכט אלע גאסן ארום דעם ציון, און צוזאמען געזאגט דעם תיקון הכללי וואס האט געשפאלטן הימלען, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך צענדליגע טויזנטער משפחה ווייבער און קינדער וואס זענען געבליבן אינדערהיים אויף יום טוב. ערב ראש השנה נאכמיטאג, יעדער איילט זיך צוצוענדיגן די הכנות צום הייליגן טאג, מ'לויפט אין מקוה, און יעדע איבעריגע מינוט, לויפט מען צום ציון &ndash; ווי קען מען פארפאטשקען די מינוטן אין אזא הייליגע טאג? דא און דארט, זעט זיך אן&nbsp;אידן מיט רענצלעך&nbsp;וואס האבן נארוואס באוויזן אנצוקומען אין די לעצטע מינוט. אין לאקאלן בית המדרש היכל הקודש האבן הונדערטער אידן געדאווענט. נאכן דאווענען האבן זיך די הונדערטע אידן געווינטשן "לשנה טובה" איינער פארן צווייטן מיט גרויס ווארימקייט. פון די אנדערע זייט זעט זיך אן א געוואלדיגע ערנסטקייט. קיינער רעדט נישט קיין איבעריגע ווערטער ראש השנה. די גאסן פון אומאן זענען איבערגעפילט פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען ארויס פון אלע בתי מדרשים. צענדליגע טויזנטע גייען צו די גיגאנטישע "שיינער" טענטס, הונדערטער שפאנען צו "פעדער", און אויך צו פילע אנדערע הכנסות אורחים'ס וואס זענען צוזייט אין צושפרייט איבער גאנץ אומאן. אין חצר פון היכל הקודש זענען אלע תיכף נאכן דאווענען געגאנגען צום עס זאל, ווי עס איז סערווירט געווארן א געשמאקע סעודה, מ'זינגט ניגוני התעורוות לכבוד יום טוב, די לופט איז זייער ערנסט, יעדער שפירט וואס דער רבי זאגט אז ביז מ'בלאזט נישט קיין שופר איז א געוואלדיגע ערנסטע צייט, די ספרי מתים וספרי חיים זענען אפן. עס איז נישט קיין צייט צו זינגען פרייליכע ניגונים. און אוודאי נישט צו שמועסן. נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה אויסגערופן אז "יעדער זאל שוין אנגרייטן נעגל וואסער, ליינען קריאת שמע און זיך לייגן שלאפן, צו קענען אויפשטיין פארטאגס ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, און ביזן דאווענען וועט זיין גענוג צייט צו גיין צום ציון". ביידע טעג ראש השנה, איז מען אויפגעשטאנען זייער פרי פארטאגס, יעדער איז געלאפן אין מקוה, און דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט א שיעור אין א בלאט גמרא בעיון (אזוי ווי יעדן טאג) און דערנאך האבן אנ"ש אויסגענוצט די הייליגע צייט ביזן דאווענען און געלאפן צום ציון. אן אינטערעסאנטע זאך האבן די געסט אנגעמערקט: כאטש טויזנטער קענען שוין קוים ווארטן צו צוקומען צום ציון, דאך טוט קיינער קיינעם נישט שטופן. יעדער ווארט אויס מיט געדולד ביז עס וועט קומען זיין רייע. מ'קען אפילו זען ווי צוויי טענה'ן זיך "גיי דו יעצט", ניין," טענה דער אנדערער צוריק "עס איז דיין רייע". ווי דער רבי האט געזאגט "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פארא דרך ארץ איך לערן אויס מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען דרך ארץ ביי מיר". אדון עולם האט זיך אנגעהויבן אום 8:00 אינעם גרויסן קלויז היכל הקודש נעבן ציון, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט דאווענען אלע יארן. און ווי אין די פארגאנגענע יארן האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית און הרה"צ רבי דניאל בוים שליט"א האט געדאווענט מוסף, און הרה"צ רבי יצחק לעזער שליט"א איז געווען דער בעל קורא. א ריזיגער ציבור פון טויזנטער אידן האבן געדאווענט אינאיינעם, און ווי אין די פארגענע יארן האט די קאפעליע פון די ישיבה מהנה געווען דעם עולם. די וועטער אין אומאן איז געווען זייער הייס היי יאר &ndash; ווי נאך קיינמאל בעפאר &ndash; איבער 85 דעגריס. און פרייטאג און שבת זענען געווען זייער רעגענדיג. אבער דאס האט נישט אפגעהאלט די צענדליגע טויזנטער פון אויסנוצן יעדע מינוט צו גיין צום הייליגן ציון. די בייטאג סעודות זענען אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. דעם ערשטן טאג ראש השנה איז מען תיכף נאך די סעודה געגאנגען צום נאנטן טייכל צו זאגן תשליך צוזמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קורצע רקידה'לע. דעם צווייטן טאג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכע דרשה, ווי א ריזיגער ציבור איז זיך צוזאם געקומען און געשליגן די ווערטער מיט דורשט. עס האט זיך אנגעזען טויזנטער געסט פון די גאנצע וועלט וואס הערן אויס א גאנץ יאר די דרשות און זענען זיך מחי' דערמיט. און האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט צו קומען זיך באדאנקען פערזענליך פאר די עצות און חיזוק מיט וואס זיי זענען זיך מחיה א גאנץ יאר. היי יאר האבן אנ"ש געהאט א באנוס &ndash; א שבת ביים רבין. א הערליכע שבת איז אפגעראכטן געווארן אין אומאן. פרייטאג צו נאכטס זענען זיך הונדערטער צוזאם געקומען צום באטע, ווי מען האט געזונען זמירות שירות ותשבחות אינאיינעם, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ווארימע דיבורים, און מחזק געווען אז מ'זאל נישט אהיים גיין מיט ליידיגע הענט. מ'זאל נאך ווייטער אריינכאפן און גיין צום ציון וויפיל מ'קען, און אהיים נעמען מיט זיך די מתנות וואס דער רבי וויל אונז געבן. יעדער זאל זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, נעמען א משניות און זאגן א פרק נאך א פרק אפילו מ'פארשטייט נישט, זיין שטארק מיט א בלאט גמרא יעדן טאג. און בעיקר צו זיין א וותרן אין שטוב. "ביים ציון קען מען אלעס פועלן, אבער צו האבן שלום בית מוז מען האבן שכל און זיין א וותרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. אביסל שפעטער האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט "אוודאי קען מען פועלן ביים רבין שלום בית אויך. אבער מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן אז "איך" זאל האבן שכל און זיין א וותרן". אויך שבת בייטאג זענען די תפלות און די סעודות אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. און ביי שלש סעודות זענען זיך ווייטער צוזאם געקומען הונדערטער אידן צו הערן די דברות קודש פונען ראש ישיבה שליט"א. ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט הערליכע חיזוק ווערטער מיט צו נעמען א גאנץ יאר. ויום טוב היו עושין בצאתם בשלום מן הקודש. א געוואלדיגע שמחה האט געהערשט ביי אנשי שלומינו מוצאי יום טוב, ווי מען האט זיך געפריידט זיך אז מען האט געהאט די זכי' צו זיין ביים רבין אויף יום טוב - ווי דער רבי האט געזאגט "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה", און דער עולם איז זיך אהיים געפארן יעדער אויף זיין וועג זייענדיג זיכער אז מען האט געפועלט א גוט געבענטש יאר.

    < זעה מער ו תשרי תשע"ח 📝
  • הערליכע "אומאן פארברענג" פארגעקומען די וואך

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע "אומאן פארברענג", וואו די חשובע פרויען פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו שטארקן אינאיינעם אויף די גרויסע זכי' אז זייערע מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אהיימצוברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדע פרוי וויל האבן די זכי' זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. עס איז געווען א שיינער פראגראם, א רייכע מאלצייט איז סערווירט געווארן, עס איז געהערט געווארן שיינע דרשות, עס איז געווען א פאנעל פון דריי פרויען וואס האבן געענטפערט פראגעס איבער אומאן, און ס'איז געוויזן געווארן אן אינטערעסאנטע סלייד פרעזענטאציע, פון וואס די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט. איש את רעהו יעזורו! &nbsp; צו זען די דרשה פונעם ראש ישיבה ביי די פארברענג

    < זעה מער כג אלול תשע"ז 📝
  • לעצטע הכנות צו אומאן ראש השנה

    ווען מיר שטייען יעצט עטליכע טעג פאר'ן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זענען אידן פארנומען צו מאכן די לעצט מינוטיגע הכנות אויף די געהויבענע נסיעה. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. די תפלות דאווענט מען אינעם גיגאנטישן קלויז "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן. איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער קומען זיך צוזאם אלע אנשי שלומינו צו דאווענען אינאיינעם אינעם קלויז "היכל הקודש&rdquo; אין אומאן, און צוזאמען איז מען ממשיך אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן. די הערליכע הארציגע תפלות האבן א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער כב אלול תשע"ז 📝
  • "אומאן פארברענג" דורך די פרויען פון אנשי שלומינו

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם מיטוואך פ' נצבים-וילך הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כ אלול תשע"ז 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך האלטן אינאיינעם ראש השנה אין אומאן

    שטייענדיג געציילטע וואכן אפגערוקט פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה, דערקענט זיך גאר שטארק די הכנות פון די צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וועלכע וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה. ווי באקאנט פלעגן מיר דאווענען ראש השנה אין אומאן אינאיינעם מיט מורינו ורבינו עטרת ראשינו כ"ק מרן מוהרא"ש זצוקללה"ה אינעם גיגאנטישן בית המדרש "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן. איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער וועלן אלע אנשי שלומינו ווייטער דאווענען אינאיינעם אינעם גרויסן בית המדרש "היכל הקודש&rdquo; אין אומאן, אזוי ווי אלע יארן בהלו נרו על ראשינו, און אינאיינעם וועלן מיר ממשיך זיין אויף אונז די אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן. אין די לעצטע יארן האט מוהרא"ש געשטעלט דעם ראש הישיבה הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א צו דאווענען ביי אים די תפלות שחרית ראש השנה, אינאיינעם מיט די הערליכע קאפעליע פון בחורי הישיבה, און די תפלות מוסף האט געדאווענט הרה"ג ר' דניאל בוים שליט"א, אויך אינאיינעם מיט די קאפעליע בחורים. די הערליכע הארציגע תפלות האבן געהאט א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פלעגן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער טז אלול תשע"ז 📝
  • הערליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט (תבא) איז פארגעקומען א הערליכע שמחת החתונה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה ברוך הי"ו, בן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א, עב"ג בת מו"ה הערש אלימלך דים הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אלע בחורים זענען אהיימגעפארן פון קעמפ און זענען געפארן קיין מאנסי זיך משתתף צו זיין אין די פרייליכע חתונה. די בחורים האבן שיין געטאנצן און משמח געווען דעם חתן, אויסער די שמחה פון א חבר וואס האט חתונה, איז דא געווען א ספעצילע שמחה ווען דער מחותן, ר' נתן יאקאבאוויטש, איז דער באקאנטער גרויסער מפיץ וואס האט שוין מקרב געווען טויזנטער אידישע קינדער צו די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם זיי דערנענטערט צום אייבערשטן. אסאך אידן בכלל און פילע אנשי שלומינו בפרט זענען געקומען צו די חתונה צו אנוואונטשן און זיך באדאנקען פאר דעם חשובן מחותן וואס האט זיי אזויפיל געהאלפן אין לעבן מיט דעם וואס ער האט זיי געגעבן די הייליגע קונטרסים וואס זיי געעפנט די אויגן און זיי געוויזן דער ריכטיגער וועג אין לעבן. נאך די הערליכע חתונה איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין א שפעטע שעה. דעם דינסטאג איז פארגעקומען א שיינער שבע ברכות אין ישיבה, ספעציעל געווידמעט פאר אלע מפיצים. עס זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע צאל מפיצים זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט עטליכע חשובע רעדנער וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון הפצה, וואס דאס מיינט צו גיין טיילן ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, וואס כאטש וואס דאס איז נישט אלעמאל אזוי בא'טעמ'ט, איז דאס אבער א געוואלדיגע גרויסע זכות צו העלפן אידישע קינדער וואס מוטשען זיך אין לעבן, און די הייליגע קונטרסים קען זיי אזוי שטארק ארויסהעלפן, און דער מחותן איז א מוסטער פאר אלע מפיצים וואס גייען אין זיינע פיס טריט. דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, ער האט ארום גערעדט איבער דעם וואס מיר לערנען אין די וואכעדיגע פרשה די מצוה פון ביכורים, וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון הכרת הטוב, מען דארף ברענגען ביכורים אין בית המקדש זיך צו באדאנקען פאר'ן אייבערשטן אויף די פרוכט וואס מען האט באקומען, און דעריבער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער וויל זיך אויך באדאנקען פאר'ן חשובן מחותן ר' נתן וואס ער האט אים געגעבן דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" מיט יארן צוריק, און דאס איז געווען דאס וואס האט אים מקרב געווען צו מוהרא"ש און צום הייליגן רבי'ן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון גיין הפצה, און האט מסיים מיט דברי ברכה פאר די חתן כלה, פאר די מחותנים, און פאר אלע מפיצים. צום לעצט האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשובן מחותן ר' נתן, וואס האט אויך שטארק מחזק געווען די מפיצים. נאכ'ן בענטשן האט מען געטאנצן און משמח געווען דעם חתן. מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א קלענערע שבע ברכות אין הויז פונעם ראש ישיבה שליט"א. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מחותן זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און די פרישע פאר-פאלק זאלן זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט דורות ישרים ומבורכים. צו זען די ווידיא דרוקט דא.

    < זעה מער יד אלול תשע"ז 📝
  • הערליכע שמחת בר מצוה פון א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פ' שופטים) איז פארגעקומען די הערליכע שמחת בר מצוה פון הבחור החשוב אלחנן חיים ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א. די בר מצוה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם גרויסן זיידן פונעם ראש ישיבה, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט באשיינט די שמחה. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט געסט, די קרובי המשפחה מיט פילע אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט, וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שיינע שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט דברי תורה פון הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, דער שווער פונעם ראש ישיבה, וואס האט שיין ארומגערעדט טרעפליכע דיבורים לכבוד די שמחה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און מכבד געווען דעם חתן הבר מצוה צו זאגן דעם פשעטל. נאכ'ן זאגן דעם פשעטל האט גערעדט דער חשובער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, דומ"ץ קארלסבורג, וואס האט א לענגערע צייט מאריך געווען מיט הערליכע דברי תורה, מיט הדרכות פאר'ן בר מצוה בחור ווי אזוי ער זאל אויסנוצן זיינע טעג און יארן ווי עס דארף צו זיין, מיט דברי ברכה פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן. אחרון אחרון חביב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן, דער קארלסבורגער רב שליט"א, וואס האט גערעדט דברי תורה און דברי ברכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און נאכ'ן בענטשן איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט א דערהויבנקייט, בלייבנדיג אונטער די איינדרוק פון די הערליכע שמחה. דעם קומענדיגן טאג, פרייטאג אינדערפרי, איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען מיט'ן בר מצוה בחור צום גרויסן זיידן, דער קארסלבורגער רב שליט"א, צו לייגן תפלין צום ערשטן מאל. א געפיל פון העכערקייט האט זיך געשפירט אין שול ווען דער רב האט ארויפגעדרייט די תפלין אויפ'ן האנט פונ'ם בר מצוה בחור, און דערנאך אים אנגעטון די תפלין של ראש. נאכ'ן דאווענען האט מען געגעבן לחיים, און דער רב האט געזאגט שיינע דברי ברכה. ומשפע מצות תפלין יתמשך עלי חיים ארוכים ושפע קודש! צו זען די ווידיא דרוקט דא צו זען די בילדער דרוקט דא

    < זעה מער ב אלול תשע"ז 📝
  • די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך ווייטער

    די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן גייט ווייטער אן מיט א פעסטקייט, די וואך האט מען שוין ארויפגעצויגן די צעמענטענע זוילן וואס וועלן האלטן דעם בנין, ווי עס זעט אבער אויס וועט דער בנין נאכנישט זיין גרייט צום באנוץ אויף דעם קומענדיגן ראש השנה, דעריבער וועלן מיר דאס יאר ווייטער זיין אינ'ם זעלבן פלאץ ווי די לעצטע פאר יאר. דערווייל ווערט דער צייטווייליגער פלאץ אויך אויפגעפרישט און פארראכטן צו די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געדאווענט די תפלות אינאיינעם מיט גרויס השתפכות הנפש אין אונזער שיינעם בית המדרש, מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. יעצט ווען מען האלט שוין ביים לעצטן וואך פון קעמפ אין "מחנה תפארת התורה", נוצן די בחורים אויס ווי עס דארף צו זיין די לעצטע פאר טאג אין קעמפ, דער קול תורה הילכט אפ אין קעמפ, ווען די צענדליגע טייערע בחורים זיצן און הארעווען אויף די הייליגע תורה, און נוצן אויס די טייערע צייט זיך אנצופולן מיט תורה און יראת שמים. ווער עס קומט נאר אריין אין קעמפ קען גלייך שפירן די לויטערע לופט, די לופט וואס איז אנגעפולט מיט תורה, מיט תפלה, מיט אסאך רעדן צום אייבערשטן. די אכט וואכן פון קעמפ איז די ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים ווען מיר גייען שוין אט אט אריינטרעטן אין די הייליגע פארכטיגע תשובה טעג ווען עס גייט פארקומען דער פארכטיגער משפט, מען גייט אנשרייבן פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיין יאר וועט דורכגיין. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. ראש השנה שלי עולה על הכל! מיר האבן ארויפגעשטעלט פרישע בילדער און קליפס פון די אנגייענדיגע ארבעט ביים בנין אין אומאן. צו זען די בילדער צו זען די קליפס

    < זעה מער א אלול תשע"ז 📝
  • ספר ארך אפים אין אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר ארך אפים איבערגעזעצט אויף אידיש. דער ספר איז געווען פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, עס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען און מקרב געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביי די קרן הדפסה היכל הקודש אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כט אב תשע"ז 📝
  • שיינער סיום הש"ס אין קעמפ

    די וואך דינסטאג (פ'ראה) איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום פינפטן מאל. אזוי ווי ער האט זיך איינגעפירט די לעצטע פאר יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס, און ער קומט יעדעס יאר אין קעמפ צו מאכן דעם סיום. א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה. נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה, וואס ער האט אים געגעבן די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג אסאך גמרא, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער איז זוכה צו לערנען יעדן טאג. נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, ווען ער האט זוכה געווען אין די לעצטע פיר יאר צו מאכן יעדעס יאר א סיום הש"ס, און דאס יאר האט ער צום פינפטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט און נעמען דאס פאר א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אויף אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה. מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה. כי הם חיינו ואורך ימינו! &nbsp; צו זען די ווידיא דרוקט דא

    < זעה מער כג אב תשע"ז 📝
  • מען בויעט ווייטער דעם נייעם בנין אין אומאן

    ווי שוין געמאלדן, האט מען אנגעהויבן בויען א נייעם הערליכן בנין אין אומאן וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן. די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן. אנשי שלומינו רופן זיך אן גאר ווארים צום נייעם בנין, יעדער שטרענגט זיך אן ארויסצוהעלפן און זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים, אז מען זאל קענען ענדיגן דעם בנין ווי שנעלער אויפ'ן בעסטן פארנעם. עס ווערט אויך פארקויפט ספעציעלע זכותים וואס מען קען אפקויפן צו האבן א זכות אינעם בנין. די זכות פונעם בור הטבילה פון די מקוה איז שוין אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, און יעצט איז אויך אפגעקויפט געווארן די זכות פונעם עמוד הבעל תפלה דורך הרה"ח מו"ה מרדכי קאפלאן הי"ו, לע"נ זיינע עלטערן; החסיד התמים ר' דובער ב"ר יצחק ע"ה, נפטר ד' טבת תשס"ד. וזוג' חיה אדל בת ר' יצחק הכהן ע"ה, נפטרה כ"ה אלול תשע"ה. אויסער דעם ווערט אויך פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, די מקוה פאר 75,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית. זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א. &gt;&gt;&gt; זעט ווידיא ווי די ארבעט רוקט זיך בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

    < זעה מער יז אב תשע"ז 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    אין די יעצטיגע טעג טוט זיך אויף טישן און אויף בענק אין ישיבה, די בחורים זענען צוגענאגלט צו די בענקלעך, און די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, זיי לערנען פלייסיג מיט חשק, און ענדיגן יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. מיט זעקס יאר צוריק, אין יאר תשע"א, האט די ישיבה באקומען זייער א שלעכטער נאמען אויף די גאס, שלעכטע פארשוינען האבן ארויסגעלאזט פארשידענע סארט הוצאת שם רע אויף די ישיבה, און דאס האט געברענגט דערצו אז די בחורים האבן שווער געקענט טרעפן א שידוך. כאטש וואס יעדער האט געקענט אליין אריינקומען אין ישיבה און זיך איבערצייגן אין די פאלשקייט פון די אלע לשון הרע'ס, מען קען דאך זען מיט די אויגן די טייערע בחורים וועלכע זיצן און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, דאווענען ערליך, פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און מדות טובות, איז דאך אבער "גזירה על לשון הרע שתתקבל&nbsp;על הלב", מענטשן נעמען זייער גרינג אן לשון הרע, און קיינער האט נישט געוואלט הערן פון נעמען א בחור פון ישיבה. ווען די ישיבה איז דאן געווען אין קעמפ, האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מוהרא"ש אויב ער קען עפעס טון צו העלפן די בחורים, האט מוהרא"ש דאן געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. אום חמשה עשר באב איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. מער האט נישט אויסגעפעלט, פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. &gt;&gt;&gt; זעט בילדער פון תשע"א ווי אזוי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ ווערט מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אויסגעליידיגט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, אזוי ווי די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט מער נישט געקענט ארויספארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפ און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזיצן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג נאך א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. &gt;&gt;&gt; זעט אין די ווידיא ווי די בחורים לערנען מסכת תענית ביים שווערן האריקעין [די ווידיא איז אויפגעשפילט געווארן א' מקץ תשע"ה, ביי א שבע ברכות אין ישיבה פאר ר' שמואל דוד ברוין. מוהרא"ש האט זיך דאן באטייליגט ביי די שבע ברכות און האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די בחורים האבן געלערנט מיט אזא מסירת נפש] למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. די וואך מאנטאג, חמשה עשר באב, האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די בחורים אז דאס יאר וועט מען דאס נאכאמאל טון. אלע בחורים העכער זיבעצן יאר וועלן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, אין די פערציג טעג ביז ראש השנה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. אויך דאס מאל האבן די בחורים זיך גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, און ווען מען קומט אריין אין בית המדרש איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, ווייל יעדער איז פארנומען מיט די הייליגע גמרא, אלע בחורים ענדיגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית. &gt;&gt;&gt; זעט בילדער ווי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית &nbsp;אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער טז אב תשע"ז 📝
  • תשעה באב אין קעמפ

    דער תשעה באב איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה אין קעמפ מיט גרויס התעוררות. פארנאכטס זענען זיך צוזאמגעקומען די גאנצע ישיבה, מיט די פילע אנשי שלומינו תושבי המחנה, צו מתאבל זיין און מקונן זיין אינאיינעם אויפ'ן חורבן בית המקדש. נאך מעריב האט מען זיך געזעצט אויף דער ערד צו זאגן איכה און קינות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט איכה מיט גרויס התעוררות. שפעטער ביינאכט, נאך די קינות, האט מען זיך אראפגעזעצט צו זינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים פון השתוקקות צו משיח צדקינו און צום בנין בית המקדש במהרה בימינו. דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט נאכגעזאגט וואס דער רבי זאגט אז ווען מען זאגט איכה און קינות, דארף דאס יעדער אויסטייטשן אויף זיך אליין, אויף זיין אייגענעם חורבן, אויף דעם וואס ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, און אויף דעם וואס ער האלט צוריק ביאת המשיח. די שמועס האט אנגעהאלטן ביז גאר שפעט אין די נאכט שעה'ן, מיט פילע ניגונים און דיבורים. (מען קען זען דעם גאנצן שמועס אויפ'ן לינק דא אונטן). אינדערפרי נאך שחרית האט מען ווידער זיך אראפגעזעצט צו זאגן קינות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט ביז נאך חצות. זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א. ליל תשעה באב תשע"ז - חלק א' ליל תשעה באב תשע"ז - חלק ב' &nbsp; מוצאי תשעה באב, נאכ'ן אויספאסטן, האט מען געמאכט קידוש לבנה ברוב עם אויפ'ן פעלד אין קעמפ. דערנאך האט מען געטאנצן אינאיינעם, און נאכדעם האט מען זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן פרייען פעלד פאר א קומזיץ, וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים צוזאמען. בילדער ווידיא

    < זעה מער י אב תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "צושנייד מיך נישט"

    אידן איבער די וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס אינטערעסע דעם נייעם קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס איז יעצט ארויסגעקומען פונעם בית הדפוס. ליל שישי פרשת דברים תשע"א לפ"ק האט מוהרא"ש ז"ל געזאגט גאר א רירנדע און הארצרייסנדע הספד אויף הילד לייבי קלעצקי ע"ה וואס איז דאן אומגעברענגט געווארן אויף א שרעקליכן אופן רח"ל, דורך א איד וואס האט זיך פאררופן צו זיין א שומר תורה ומצות, און נישט לאנג נאכדעם איז דערשטאכן געווארן צום טויט רח"ל דער צדיק רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל, און מוהרא"ש האט דאן געזאגט דברי הספד וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט. מוהרא"ש האט געזאגט אז דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן אז עס זענען דא טויזנטער אידישע קינדערלעך וואס לערנען אין די חדרים און אין די מיידל שולעס, און זיי ווערן נעבעך צעשניטן טאג טעגליך דורך די מלמדים און לערערינס וועלכע ווייסן נישט ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט קינדער ווי עס דארף צו זיין. מען פארשעמט קינדער, מען דערנידערט קינדער, מען שלאגט און מען שפעט אפ פון קינדער, און דורך דעם ווערן זיי ממש צעשניטן לעבעדיגערהייט. מוהרא"ש האט זייער געוואלט אז מען זאל אפשרייבן די דברי הספד און מאכן פון דעם א קונטרס, און יעצט האבן מיר ב"ה זוכה געווען דאס אויסצופירן, און דער קונטרס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. עס איז דא א גרויסע נאכפראגע פאר דעם קונטרס, פילע תלמודי תורה האבן באשטעלט גרויסע קוואנטומס פונעם קונטרס, עס צו קענען אויסטיילן פאר אלע מלמדים. דאס איז ממש א חיוב פאר יעדן מלמד דורכצולערנען דעם קונטרס איידער ער גייט אריין אין קלאס, אז ער זאל זייער אכטונג נישט צו צעשניידן קיין קינדער חס ושלום. ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם! דרוקט דעם לינק צו ליינען אדער דאונלאודן דעם קונטרס.

    < זעה מער ז אב תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1636 to 1650 of 1670 results

1 2 ... 103 104 105 106 107 108 109 110 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com