Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • זיבן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב"

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט זיבן יאר פון ווען מיר האבן געעפנט די תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". אין די לעצטע יארן, האט שוין די תלמוד תורה געהאט א ווייט גרייכנדע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די קינדער א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט און ערליכקייט וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער זענען שטענדיג פארנומען צו דערציילן "מעשיות פון תפלה", זאכן וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. די הארץ ווערט איבערגענומען ווען מען הערט ווי די תמימות'דיגע קינדער, דערציילן ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און ווי דער אייבערשטער העלפט זיי שטענדיג. עטליכע קינדער האבן דערציילט פאר'ן מלמד נאך פסח, אז זיי האבן נישט געוואלט מוטשען זייערע עלטערן צו באקומען א גוטע אפיקומן, אנשטאט דעם מוטשען זיי ענדערש דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער העלפן. ווען עס ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצער צו לעבן מיטן אייבערשטן, וועט דאס מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. עס דערמאנט זיך די התחלה פון די תלמוד תורה, מיט זיבן יאר צוריק ווען די חברי ההנהלה זענען געזיצן ביי מוהרא"ש חול המועד פסח אין יאר תש"ע איבערצוגיין אלע דעטאלן איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דערציילט דעמאלט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט די ערשטע ברסלב'ע בית המדרש אין וויליאמסבורג. בימים ההם איז ברסלב געווען א נייע זאך וואס ווייניג האט דערפון געהערט, און מען האט זיך זייער געמוטשעט מיט מנין, מאכט זיך אמאל אז דער גבאי פון בית המדרש האט זיך אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - אז מען מוטשעט זיך זייער מיט צוזאמשטעלן מנין יעדן שבת אין בית המדרש. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע תלמוד תורה'ס, האט מוהרא"ש געזאגט, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". פאר דעם גבאי'ן איז דאס געווען ווי א ווילדער חלום, און ער האט זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ", יעצט - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - זעט מען אז די חלום איז ברוך ה' מקוים געווארן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט זיך די תלמוד תורה גאר שטארק פארברייטערט און פארבעסערט במשך די יארן, צו די צופרידענהייט פון אלע עלטערן. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כה ניסן תשע"ז 📝
  • שיינע נסיעה קיין יבניאל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם פארגאנגענעם שבת פ' ויקרא האבן א גרופע בחורים אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין יבניאל. די נסיעה איז ארויסגעפארן מיטוואך נאכט פון ניו יארק, אנקומענדיג דאנערשטאג פארנאכטס אין ארץ ישראל. פרייטאג פארטאגס האבן די בחורים אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן דאס אויסגעקריצן אויף זיין מציבה, "איך זאג צו אז יעדער בחור אדער מיידל וואס דארף א שידוך און זיי וועלן קומען דא אויף מיין קבר און דורכזאגן גאנץ ספר תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך טון אלעס וואס איך קען, אז זיי זאלן טרעפן זייער שידוך. און דאס זאג איך צו מיט א שטארקע הבטחה". שבת קודש האט מען געפראוועט אין יבניאל מיט גרויס דערהויבנקייט, די איינוואוינער אין יבניאל האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פון דעם שיינעם שבת. מוצאי שבת צום מלוה מלכה זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון נאנט און ווייט, זיך אנצואווארימען מיט די חיזוק און התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א. אין לויף פון די עטליכע טעג וואס מען האט געוויילט אין ארץ ישראל איז מען אינאיינעם ארומגעפארן צו פילע קברי צדיקים, וואו מען האט זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. ביים ציון הק' פון רבי חייא האט מען אויך געלערנט אינאיינעם א פרק אין תוספתא וואס רבי חייא האט געשריבן. דער ראש ישיבה האט דערציילט פאר די בחורים די מעשה וואס חז"ל דערציילן (בבא מציעא פ"ה) אז א מענטש איז בלינד געווארן נאכדעם וואס ער האט געקוקט אויף רבי חייא אויבן אין הימל, און דערנאך איז ער געגאנגען צו זיין ציון און געבעטן פון רבי חייא אז ער זאל האבן א רפואה אויף די אויגן אין זכות וואס ער לערנט די תוספתא וואס רבי חייא האט מסדר געווען, און ער איז טאקע אויסגעהיילט געווארן. די בחורים לערנען אויך יעדן טאג א פרק אין תוספתא, און מען האט מתפלל געווען געהאלפן צו ווערן מיט אלע ישועות און רפואות. אזוי איז מען ווייטער ארומגעפארן צו אסאך קברי צדיקים, ביז ווען מען איז זונטאג נאכט צוריק געקומען קיין אמעריקא, מיט פרישע חשק אנצוגיין צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, און מיט די שטארקע אמונה אז מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס. לקדושים אשר בארץ המה!

    < זעה מער ט ניסן תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "א כשר'ן פסח"

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "א כשר'ן פסח". יעצט אין די צייט ווען מען גרייט זיך צו דעם הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, איז די בעסטע צייט צו חזר'ן וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און ווי אויסצונוצן דעם יום טוב אויפ'ן בעסטן אופן. דער קונטרס געבט א קלארן בליק אויף די אלע זאכן, און וועט פארשאפען אן אמת'ן עונג יום&nbsp;טוב פאר די אלע וועלכע ליינען דעם קונטרס, און זענען מקיים וואס דארט שטייט. דער קונטרס, ווי אויך די הערליכע הגדה של פסח "אור זרוע" אין אידיש, און &nbsp;נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. כאילו הוא יצא ממצרים!

    < זעה מער א ניסן תשע"ז 📝
  • פרייליכע פורים און שושן פורים אין ישיבה

    אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש, "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין. גאר א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. צומארגנס, אום שושן פורים, איז פארגעקומען א סעודה אין ישיבה, אינאיינעם מיט די שמחת שבע ברכות פאר החתן יצחק לעווי הי"ו. פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי מיר דארפן מיטנעמען דעם פורים אויך אויף די גאנצע יאר, ווי אויך איבער דאס איבערגעטריבנקייט פון די טייערע שמחות, מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט פאר טייערע און רייכע שמחות און מען האט גארנישט דערפון, דאס נעמט נאר אוועק דעם אפעטיט פון אידישע קינדער צו וועלן מאכן א שמחה, דאס בעסטע איז ווען מען מאכט א שמחה גאר באשיידן און נישט זוכן זיך אויפצורייסן און ווייזן פאר יעדן אז מען האט געמאכט א גאר מעכטיגע און טייערע שמחה. נאכ'ן בענטשן האבן עטליכע אינגעלייט און בחורים אהערגעשטעלט א שיינע פארשטעלונג פון וואס יעדער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, מען האט משמח געווען דעם חתן, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים. והימים האלה נזכרים ונעשים!

    < זעה מער יח אדר תשע"ז 📝
  • בחורי הישיבה שיין אויפגענומען דורך נדיבי עם בעצם יום הפורים

    אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן זענען די בחורים פון ישיבה אויך דאס יאר ארומגעגאנגען אום יום טוב פורים צו די נדיבים בעם, צוזאמנעמען באשטייערונגען פאר די הייליגע מוסדות. די בחורים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד, וויסענדיג פון וועלכע ישיבה עס האנדעלט זיך, א ישיבה וואו די בחורים לעבן מיטן אייבערשטן, א ישיבה וואו יעדער בחור לערנט יעדן טאג בהתמדה רבה, בחורים וואס זענען אויסגעצייכנט מיט יראת שמים, מדות טובות, און איידלקייט, וואס מען טרעפט נישט. עס זענען געווען דריי גרופעס, א גרופע אין וויליאמסבורג, א גרופע אין בארא פארק. און א גרופע אין קרית יואל. די בחורים זענען ארויף געגאנגען און געזינגען די אלע באקאנטע אידישע ניגונים צום אייבערשטן. עס זענען צוריק געהערט געווארן גאר גוטע גריסן, ווי די חשובע נגידים האבן גאר שטארק הנאה געהאט, און זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז עס אריבער מיט גאר גרויס הצלחה, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!

    < זעה מער טז אדר תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1666 to 1670 of 1670 results

1 2 ... 103 104 105 106 107 108 109 110 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com