Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וויכטיגע אנווייזונגען אויפ'ן וועג קיין אומאן

    וויכטיגע אנווייזונגען פאר די רייזע קיין אומאן, צוגעשטעלט דורך אייער געטרייע טרעוול אגענט  Plan-it-Rite וואס שטעלט אייך צו אלע טרעוול געברויכן קיין אומאן, און סיי וואו איר פארט א גאנץ יאר.   צום ערשט דארפט איר זיכער מאכן, אז אייער לעגאלער נאמען (די לעצטע און די ערשטע) וואס שטייט אויפ'ן פאספארט, זאל זיין ארויסגעשריבן ממש די זעלבע אויפ'ן טיקעט. עס איז ראטזאם און גרינגער אריין-צו-טשעקן אנליין. מ'קען אריין-טשעקן פון פיר-און-צוואנציג שעה ביז צוויי שעה פאר די פליגער הייבט זיך. אריין-טשעקן אין עירפארט נעמט אסאך צייט און קען צומאל זיין א פראבלעם אויב קומט מען שפעט, אזוי אויך קען עס צומאל קאסט א טשארדזש (ביי יוקרעין עירליינס קאסט עס $17 דאלער). אזוי אויך זיך אליינס אויסוועלן דעם זיץ אויפן פליגער, קען קאסטן א באזונדערע פרייז. (ביי יוקרעין עירליינס זענען די פרייזן הייבן זיך צווישן $15 און $50 דאלער א וועג - געוואנדען אינעם זיץ). אז איינער וויל נעמען געפאקטע באקסעס אויפן פליגער, זאל מען עס ארומגענומען מיט סארען רעפּ (Saran wrap), און יעדע באקס דארף זיין באזונדער, נישט צוויי באקסעס צוזאמען. אויב האט מען מער רענצלעך פון וויפיל מ'איז בארעכטיגט צו מיטנעמען מיט'ן פליגער, וועט עס אויסקומען ביליגער, אויב מען באשטעלט עס כאטשיג 48 שעה פאר די פליגער הייבט זיך. די טשעק-אין אין עירפארט גייט אן אנגעהייבן פון דריי שעה פאר די פליגער פארט, און ענדיגט זיך א שעה פאר די פליגער הייבט זיך. דערנאך ווערט  שוין קיינער נישט אריינגעלאזט. עס איז גוט צו מאכן טרעוול אינשורענס. דאס וועט בעז"ה פארמיידן שאדנס פון צעבראכענע אדער פארלוירענע חפצים/בגדים. אזוי אויך איז גאר וויכטיג צו האבן מעדיקעל אינשורענס, כדי אויב מען דארף (נישט אויף קיין שום איד געדאכט) ח"ו צוקומען צו סיי וועלכע מעדיצין אדער דאקטוירים דורכאויס די רייזע, אדער חלילה אריין גיין אין שפיטאל, זאל מען זיין געדעקט. אויב איינער פון די עלטערן פארן אליין, און מען נעמען מיט א קינד/קינדער אונטער די עלטער פון זעכצן, דארף מען מיטברענגן א צעטל וואס האט א בילד פון די מאן'ס/ווייב'ס אידענטיפיקאציע (ID) און אויף דעם זאל זיין א חתימה אז זיי געבן רעכט פאר'ן קינד מיט צו פארן. אסאך עירליינס - אריינגערעכענט יוקרעין אינטערנעשענאל - זענען זייער שטרענג מיט די האנט באגאזשן וועלכע מען נעמט ארויף אויפן פליגער. עס מעג וועגן א מאקסימום פון 15 פונט. אזוי אויך די ברייט הייך און לענג קען זיין מאקסימום 15.7 אינטשעס (40 סענטימעטער) ביי 21.6 אינטשעס (55 סענטימעטער). זע אינעם בילד אויבן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל פארן געזונטערהייט און צוריק קומען געזונטערהייט, און פועל'ן אלעס גוטס ביים הייליגן רבי'ן, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.   Plan-it-Rite 718-506-4341

    < זעה מער טז אלול תשע"ט 📝
  • איבער 100,000 אידן ערווארטעט אין אומאן אויף ראש השנה תש"פ

    לב מי לא יחרד, וועמענ'ס הארץ ציטערט נישט ווען עס קומט דער גרויסער יום הדין. מען זעט ווען א מענטש האט באקומען א טיקעט פון א פאליציאנט פאר טרעפיק פארלעצונגען און ער פארכט זיך אז ער וועט באקומען עטליכע פוינסט, און אפשר גאר וועט מען אים חלילה צונעמען זיין לייסענס, וועט ער איבערדרייען א וועלט, ער וועט זיך נאכפרעגן און נאכזון דעם בעסטן לאיער, און צאלן א גרויסע סכום געלט אבי אז ער זאל האבן א גוטע לאיער וואס אפשר וועט ער מצליח זיין און מעורר זיין רחמים ביים דזשאדזש און ער וועט אפקומען מיט בלויז א פארקינג טיקעט. וואס זאל מען זאגן ביי אונזער פאל ווען דער שופט כל הארץ וואס וועט וועט אונז משפט'ן אויף אונזערע מעשים פון א גאנץ יאר, וואס מיר ווייסן זייער גוט וויאזוי זיי האבן ליידער אויסגעזען, און אונזער ריכטער דער הייליגער באשעפער אליין וועט דן זיין דעם מענטש אויפן קומענדיגן גאנצן יאר, נישט נאר צו ער וועט באקומען א געלט שטראף, צי מ'וועט אים צונעמען די לייסענס, נאר אויך אויף אלעס וואס נעמט ארום דעם מענטש, זיין געזונט, זיין פרנסה, מי יחיה ומי ימות, מי בקוצו ומי לא בקוצו, מי במים ומי באש וכו' וכו'. דארפן מיר דאך אלע נעמען דעם בעסטן לאיער, און אים בעטן ער זאל אונז פארטרעטן ביים משפט, און ממליץ טוב זיין פאר אונז. און וואס בעט ער דען פון אונז, בלויז אז מיר זאלן קויפן א טיקעט און פארן צו אים אויף די פאר טעג ווען דער משפט קומט פאר. ווער קען זיך ערלויבן צו פארפאטשקען אזא געלעגענהייט? דערפאר זעט מען טאקע, ווי די ווארימקייט און התעוררות ביים ציבור שטייגט פון יאר צו יאר, און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט, קוקן נישט אויף קיין שום שטערונגען און שווערקייטן וואס קומען אונטער, און כאפן דעם רענצל און פליען אפ צום ציון קודש הקדשים אין אומאן צו וויילן אויף ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ. ווי וואונדערליך עס צו זען ווי מען קומט אן קיין אומאן יעדעס יאר עקסטער, איז דער שטאט ממש נישט צו דערקענען, ווי עס וואקסן ארויס אויף יעדע ווינקל און יעדע גאס נייע ריזיגע בתי מדרשים פון פארשידענע קהילות הקודש, און פילע האטעלן, געשעפטן, הכנסות אורחים'ס יעדע מיט זיין אייגענארטיגן חן צוגעפאסט פאר יעדע קרייז און יעדע שבט פון כלל ישראל. ווי די טראוועל אגענטן געבן איבער, ווערן די זיצן אויף די פליגעס צוכאפט ווי קיינמאל בעפאר, און לויט די טיקעסט וואס ווערן פארקויפט ווערט געשאצט אז היי יאר וועלן זיין אין אומאן אויף ראש השנה דער אומגעהויערע ציפער פון איבער הונדערט טויזנט אידן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען און איבערגעקומען זייערע מניעות, דער פון זיין קרייז, דער פון משפחה, דער פון געלט, דער פון געזונט, און געקומען פאלגן דעם רבין בתמימות ובפשיטות, און רעכטן אפ דעם היילגן יום טוב ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ אין אומאן, אז דער רבי זאל זיי פאררעכטן און גייען אהיים מיט פילע זעק ישועות און רפואות ברוחניות ובגשמיות. ראש השנה שלי עולה על הכל - איש בל יעדר! &nbsp; אויפן בילד: מוהרא"ש ז"ל בענטשט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיינע קינדער אין אומאן ראש השנה תשע"א

    < זעה מער טו אלול תשע"ט 📝
  • ערשטע באנד ספר עצתו אמונה - שו"ת פון ראש ישיבה שליט"א, ווערט צוגעגרייט צום דרוק

    ספר וועט אנטהאלטן די ערשטע קרוב צו הונדערט בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א - וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם אין די קומענדיגע וואכן ווער עס האט שוין אמאל באגעגענט די קונטרסים פון "עצתו אמונה" דעם דארף מען שוין נישט ערלקערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנגט געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן און קיין חקירות און פילאזאפיע א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און גיט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגילות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פון אינגעלייט "קינדערלעך, היט איך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp; בילד אויפן קעפל: דער ראש ישיבה שרייבט א בריוו, אין פליגער אויפן וועגן קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יג אלול תשע"ט 📝
  • סיום הש"ס אין ישיבה דורך מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד

    נעכט מאנטאג תצא איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה ווען מו"ה יודל דעפריס הי"ו איז געקומען צו פארן מיט זיין משפחה און עלטערן צו מאכן זיין סיום הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן פונקט עלף חדשים צוריק אום שב"ק ט' חשון תשע"ט, ווען ער איז געקומען צו פארן צו שמועסן מיטן ראש ישיבה, און דער ראש ישיבה האט אים מחזק געווען ער זאל נעמען אויף זיך דעם רבי'נס סדר דרך הלימוד, און ער האט עס גענומען מיט א שטארקייט, און יעצט פונקט עלף חדשים שפעטער איז מען זוכה אז מען שטייט שוין דא ביי א סיום הש"ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש אנדערע וועלן חוזק מאכן פונעם הייליגן סדר דרך הלימוד "וואס? דו דאווענסט גמרא?", אבער ווען א מענטש קוקט מיט אן אמת'ע אויג, און ער קוקט זיך אן וויאזוי ער האט שוין אלעס פרובירט און עס גייט דורך טעג, וואכן און יארן, און כאטש די "פיקטשער" זעט אויס שיין, ער האט א "חברותא", אבער מען לערנט נישט, צי ווייל מ'שמועסט, צי ווייל די קאפ איז נישטא, א.א.וו. און ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש, און ער הערט דעם הייליגן רבינס ווערטער אין שיחת הר"ן סימן ע"ו, אז "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", דאס הייסט אז "מען דארף נישט מער ווי זאגן די ווערטער ווען מ'לערנט", און ער פרובירט עס אויס, דארף ער שוין גארנישט מער פון דעם, ער ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, ער לערנט דורך כל התורה כולה אין א קורצע צייט, און ער הייבט אן צו באמערקן צוביסלעך אז ער פארשטייט דאס לערנען אפילו מיטן בלויז זאגן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעווינטשן פאר ר' יודל'ס עלטערן וואס זענען זיך אויך געקומען זיך באטייליגן אסאך נחת פון אלע קינדער. דערנאך האט ר' יודל פאטער הרה"ח ר' אליעזר מרדכי שליט"א אנגעווינטשן פאר זיין זון און פארן ראש ישיבה שליט"א ער זאל האבן הצלחה מיט די תלמידים. דערנאך האט ר' יודל אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז דער ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער זענען נישט עפעס א בלויזע "טעאָריע", נאר מיר דארפן עס נעמען לעובדא ולמעשה, נעמען די משניות און זאגן פרקים, און דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען, אזוי אויך רעדן צום אייבערשטן, און האט זיך באדאקנט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. דערנאך האט מען געזונגען שיינע ניגונים לכבוד די מאורע. &nbsp; תורת ה' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער י אלול תשע"ט 📝
  • ברית לבן מו"ה נחום ברילל הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    היינט איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווען מו"ה נחום ברילל הי"ו האט מכניס געווען זיין זון בבריתו של אברהם אבינו ע"ה. פילע משפחה און אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען היינט מאנטאג אינדערפרי צום דאווענען, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען די פרייליכע שמחה, דער מוהל איז געווען הרב אהרן ווייס שליט"א, און מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמוד. דערנאך איז פארגעקומען א שיינע סעודת ברית אין ביהמ"ד, ווי מען האט זיך געפרייט אינאיינעם און געזונגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער בעל שמחה זאל זען רב תענוג ונחת פון אלע זיינע קינדער. כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים &nbsp; בילדער

    < זעה מער ט אלול תשע"ט 📝
  • פרויען פון אנשי שלומינו קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף א הערליכע אומאן פארברענג

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז זיי שיקן זייערע מענער צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה מאנטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, ווי מ'וועט הערן שיינע דרשות, און מ'וועט מיטהאלטן א שיינעם פראגראם. עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף די גרויסע זכי'. ולאחיו יאמר חזק! דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ז דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ח

    < זעה מער ח אלול תשע"ט 📝
  • גליון היכל הקודש גרייכט ציפער פון 400 גליונות

    דער וועלט בארימטער גליון היכל הקודש איז שוין היינט וועלט בארימט איבער די גאנצע וועלט, מיט וואס צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט (בלי גוזמא) זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס, האט נארוואס אפגעצייכעט דער געוואליגער ציפער פון 400 גליונות, דאס איז א קיימא לן פון בערך 8 יאר, וואס עטליכע אידן זענען זיך מוסר נפש בלי שום תשלום גמול און ארבעטן שעות על גבי שעות יעדע וואך אלעס נאר בכדי צו נאך איד זאל מחזק זיין און מחיה זיין און טרעפן עצות און התחזקות, ער זאל זיך ווידער שטארקן אהיים צו גיין און זיך איבערבעטן מיט זיין ווייב, ער זאל זיך אויפוועקן פון שלאף און זיך דערמאנען אז עס איז יא דא צו וועם צו גיין אין אן עת צרה, ער זאל זיך עפענען דאס מויל און געבן א קרעכץ צום אייבערשטן "באשעפער, איך וויל זיין ערליך", ער זאל טראכטן א מינוט פון תכלית, און אנהייבן פון יעצט עפענען א חומש, א משניות, א גמרא, און אריינכאפן עטליכע מינוט יעדן טאג פון לערנען די הייליגע תורה, און עפעס מיטנעמען מיט זיך אויף יענע וועלט. גאר אסאך אידן פארציילן ווי דער גליון האט זיי שוין געראטעוועט אין א שווערע מינוט, ווען זיי האבן "פונקט" (דהיינו בהשגחה עליונה) באגעגענט דעם גליון און געזען א ווארט פון רבין, א מעשה'לע פון מוהרא"ש, א טרעפליכע תשובה פון ראש ישיבה, און דאס האט זיי געכאפט, און האט זיי צוריק געברעגנט, און האט זיי געראטעוועט פון טון נארישקייטן. אִיר מֶעגְט עוֹסֵק זַיין אִין אַנְדֶערֶע פַּרְנָסוֹת אוֹיךְ. נָאר דָאס זָאלְט אִיר זֶען תָּמִיד צוּ טָאן, אָנצוּטְרִינְקֶען בֵּיימֶער (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחיגר)

    < זעה מער ה אלול תשע"ט 📝
  • גרויס פארשריט ווערט געמאכט אין די מקוה אין אומאן

    ווי שוין איבערגעגעבן אין א פריערדיגע באריכט האט מען באשטעלט א טייערע פארגעשריטענע פילטער פון א אידשע פירמע אין ארץ ישראל, וואס איז ספעציעל געאייגענט צו האלטן מקוואות ריין און זויבער. ווי נאר דער פילטער איז אנגעקומען, האט מען זיך גלייך גענומען צו די ארבעט דאס צו אינסטאלירן, און ב"ה מען קען שוין איבערגעבן אז דער פילטער איז שוין גוט אינסטאלירט, און וועט שוין דינען דעם ציבור בעז"ה אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. אזוי אויך ווערט געמאכט אסאך פּראגרעס אין די הייצינג סיסטעם פון די מקוה. מען לייגט יעצט אריין אן "אלומינום ראדיעטאר הייצונג סיסטעם", - א סיסטעם פון געדרייטע פייפס - וואס רוב מקוואות נוצן טאג טעגליך צו הייצן. מען האפט אז ביז א וואך וועט מען פארטיג ווערן מיט די הייצונג ארבעט בעז"ה. אין אנדערע נייעס פונעם בנין אין אומאן: * די פענסטערס (פון די אויבערשטע צוויי - דערווייל אומבאנוצטע - שטאקן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן ב"ה. * מ'האט שוין אנגעהויבן צו אינסטאלירן די פלאמבינג פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * די עלקטריק פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן וועט שוין בעז"ה זיין פערטיג די וואך. * מ'דארף נאך קויפן טיילס פאר די האלוועי פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * קומענדיגע וואך דארף שוין אנצוקומען די גרויסע פענסטערס פאר די סטעפס. &nbsp; מיר זענען שוין ב"ה אריין אינעם חודש הרחמים והרצון, דער חודש אלול, און מיר גרייטן זיך אלע מיט תורה, תפילה, און מעשים טובים צום גרויסן טאג ראש השנה ווען דער אויבערשטערן איז דן יעדעם באזונדער, מי יחיה ומי ימות, מי במים ומי באש וכו' וכו', און מיר זענען מתפלל צו מקיים זיין וואס דער רבי האט געבעטן "ווער עס גלייבט און מיר זאל קומען אויף ראש השנה", און ער האט געזאגט אז ער וועט אונז מתקן זיין "אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר", און מיר וועלן פועלן דארט ביים אייבערשטן א גוט און זיס יאר ישועות, רפואות און שידוכים פאר אונז, אונזערע משפחות, און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ד אלול תשע"ט 📝
  • ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין מחנה תפארת התורה אין מאנטיסעלא, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער. יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים וועלן זיצן און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן. דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. בערך אכט דרייסיג &ndash; גלייך נאכ'ן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א בלאט ירושלמי; היינט האט מען זוכה געווען מסיים צו זיין תלמוד ירושלמי &ndash; סדר זרעים, מארגן הייבט מען אן ירושלמי סדר מועד, מסכת שבת. נאך די צוויי שיעורים גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים &ndash; יעדער פאר זיך &ndash; זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא; נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה און פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש. אין דריי וואכן ארום פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". &nbsp; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.

    < זעה מער ג אלול תשע"ט 📝
  • א הערליכע זומער איז דורך אין מחנה תפארת התורה

    נאך צוויי לעכטיגע חדשים וואס די בחורים האבן זוכה געווען צו זיין אין קעמפ, און זיך אנגעפילט מיט תורה ותפלה און יראת שמים מיט התחזקות, פארן די בחורים יעצט צוריק אין שטאט, און נעמען מיט אלעס וואס מען האט זיך איינגעזאפט אין די זומער צווישן די בערג צו די&nbsp;שטאט, צו ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עז מיט די אלע הייליגע לימודים וואס מען האט אריינגעכאפט אין קעמפ. דער יעצטיגער זומער איז געווען גאר א ספעציעלער זומער, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט און זיך אנגעפילט מיט תורה, עבודה און יראת שמים. טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען געלערנט געווארן אין קעמפ, אויסער די פילע אנדערע שיעורי תורה וואס די בחורים האבן אריינגעכאפט. עס פארט זיך אהיים גאר אנדערש וויסענדיג אז מען נעמט עפעס מיט אין די האנט, מען פארט אהיים אנגעפולט מיט תורה ועבודה. יעצט הייבט מען שוין אן דעם סדר הלימודים אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און זיך גרייטן צו די געהויבענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, די גאנצע ישיבה וועט אי"ה פארן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, און זוכה זיין צו די אלע גוטע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

    < זעה מער א אלול תשע"ט 📝
  • רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג

    אין די לעצטע עטליכע וואכן - ווען רוב ציבור האט זיך געפינען אין די קעטסקילס - האבן די עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כחות איבערצופרישן דעם בית המדרש, מען האט געסקרעיפט דעם פלאר, און שיין איבערגעמאכט די ווענט, געפארבט און פארראכטן אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט. דער גרויסער היכל וועלכע דינט שוין צענדליגע יארן אלץ א צענטראלע ביהמ"ד פאר די קהילה, ווי מען דאווענט און מען לערנט יעדן טאג, עס קומען דארט פאר פארשידענע כינוסים במשכ'ן יאר, ווי יארצייט סעודות, מסיבות, שמחות, א.א.וו. אזוי אויך דינט עס א גאנצע וואך במשך אלע שעות פון טאג אלץ בית המדרש פון די הייליגע ישיבה ווי די בחורים זיצן און לערנען, אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דא אין בית המדרש עטליכע שיעורים א טאג, איין שיעור אין גמרא אינדערפרי פארן דאווענען, א שיעור אין גמרא פאר די בחורים אינמיטן טאג, און א שיעור אין התחזקות יעדן נאכמיטאג, אזוי אויך געבט דער ראש ישיבה שליט"א א שיעור פאר אינגעלייט יעדע דאנערשטאג אווענט, ועל כולם קומט פאר אינעם בית המדרש די וועלט בארימטע חתונות בחנם, ווי די שמחה איז עד לב השמים, און מען טאנץ מיט אזא שמחה אזש די ווענט שפירנגען מיט. דאס אלעס האט צוגעברענגט אז דער בית המדרש איז געווארן אפגענוצט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל איבערפרישן דעם בית המדרש דער בית מקדש מעט ווי עס פאסט פאר א הייליג ביהמ"ד. א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר העסקן הדוגל מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו פון "אפעל וואודווארקס" וואס יום ולילה לא ישבות, און האט אריינגעלייגט גאר אסאך צייט, כח און געלט, לפאר ולרומם בית ה'. די זכותים וואס וועט בעז"ה ארויסקומען פון דעם בית המדרש, ווי עס וועט געלערענט ווערן צענדליגע טויזנטער שעות תורה, פילע הונדערטע אידן וועלן באקומען פון דא טאנען פון חיזוק און האפענונג, מיליאנען דאלער אידיש געלט וועט בעז"ה דא געשפארט ווערן, וועט אוודאי גיין אויפן קאנטע פון די אלע עוסקים במלאכת הקודש.

    < זעה מער כח אב תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום פון ערב ר"ח אלול

    די חשובע פרויען אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען זיך צו מחזק זיין איינע דעם צווייטן, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, אין קרית יואל, אין קעמפ, אין זשערסי סיטי, און אין ירושלים עיה"ק. אזוי אויך וועט מען אויפשפילן א רעקארדירטע דרשה פון די ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די חשובע פרויען, צו געבן חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס בויען אויף כלל ישראל מיט מסירת נפש. אזוי אויך וועט מען דארט האבן די געלעגענהייט צו ברענגען וועש און קליידער אין א גוטע צושטאנד, וואס די באטייליגטע וועלן יעדער זיך קענען אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך, און אזוי וועט געשפארט ווערן טייערע אידיש געלט. &nbsp; די צייטן און לאקאציעס זענען ווי פאלגענד: * אין קרית יואל: דינסטאג ראה כ"ו אב, 9:00 אווענט, אויף 6 גארפיעלד רד. * אין די קעטסקילס: מיטוואך ראה, 10:00 אווענט, אויף 117 אלד רוט 17, מאנטיסעלא * אין דזשורסי סיטי: מיטוואך ראה, 9:00 אווענט, אויף 54 רענדאלף עוו. * אין ירושלים עיה"ק: מיטוואך ראה, כ"ז אב, רופט 058-327-5645

    < זעה מער כז אב תשע"ט 📝
  • בחורי הישיבה פארן ארויס צום ציון הקדוש פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל ביומא דהילולא

    היינט דינסטאג גייען די בחורים בעז"ה ארויספארן אינאיינעם צום ציון הקדוש אין קרית יואל זיך אויסצובעטן אלעס גוטס אין טאג פונעם יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אלע יארן, פארן די בחורים ארויס אינאיינעם יעדעס יאר צו די יארצייט, אויסצונוצן דעם גרויסן טאג און זיך אויסבעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'. דאס איז אויסער עטליכע מאל במשך די יאר וואס די גאנצע ישיבה כאפט זיך אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע דערהויבענע געלעגנהייט. פאריאר נאכן פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין קרית יואל זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. צווישן אנדערע האט ער דערציילט אז ווען מוהרא"ש איז געקומען אמאל צו א הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דארט אין בית המדרש, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש געזאגט דעמאלט אז רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט זיכער א נחת רוח אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שול, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג רירט מען זיךנישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס ער האט געלערנט אלע יארן. מוהרא"ש פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'. תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp; אויפן בילד, דער ראש ישיבה שליט"א איז פוקד דעם ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די פריע פארטאגס שעה'ן

    < זעה מער כו אב תשע"ט 📝
  • פארשריט ביים נייעם בנין אין אומאן

    שטיינענדיג שוין ווייניגער פון פינף וואכן ביז מיר וועלן בעזר השם זיך הייבן אין די לופטן צו פליען פון אלע עקן וועלט צום ציון פון הייליגן רבין אין עיר הקודש אומאן, פילן מיר פאר וויכטיג צו האלטן דעם חשובן ציבור אפדעיטעד מיט די פארשריט וואס ווערט געמאכט טאג טעגליך ביים נייעם בנין אין אומאן, ווי הונדערטער אנשי שלומינו וועלן וויילן פאר ראש השנה אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען וועט דאווענען אלע תפילות מיט השתפכות הנפש, און לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדר, און עסן די סעודת שבת ויום טוב אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך וועלן די קינדער ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע איבערגעגעבנע מלמדים, וועלכע וועלן לערנען און דאווענען מיט די קינדער. יעצט ווען די שורות ווערן געשריבן קען מען שוין ב"ה שרייבן אז מען האט שוין אינגאנצן געענדיגט דעם דאך פון אויבן. די רופינג ארבעט איז שוין ב"ה קאמפליט פארטיג, עס וועט שוין בעז"ה נישט אריינרעגענען פונעם דאך. אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די פענסטערס פאר די העכסטע צוויי שטאקן (וואס וועט נאך נישט זיין אין באנוץ היי יאר) אויך איז שוין באשטעלט געווארן די הערליכע שטארקע גלאזענע ווענט פאר די טרעפן צימער פון אונטן ביז אויבן - וואס וועט זיין העליך שיין, עס וועט האבן א ספעציעלע טינט מ'זאל קען געהעריג ארויסקוקן, און אויך וועט די ליכטיגקייט פון די זון הערליכע אריינקומען, אבער פונדרויסן וועט עס זיין ווי א הערליכע שווארצע שפיגל. העכער די טרעפ וועט אינסטאלירט ווערן א הערליכע זעקס פוסיגע רינדיגע שווארצע שפיגל גלאז, דערויף וועט געלייגט ווערן א הערליכע גאלדענע "ברסלב קרוין", וואס וועט צוגעבן א פראכט צום בנין. יעצט ווערט אריינגעלייגט אסאך ארבעט אין די קאך,&nbsp; עס ווערן אינסטאלירן געהעריגע קאמערציאלע סינקס, עס ווערן געבויט געהעריגע שעלפס, און אזוי ווייטער. אזוי אויך ארבעט מען יעצט פעסט אויף די פערטע שטאק (די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, וואס גייט היי יאר בעז"ה באנייט ווערן), מלייגט ווייטער די טיילס, עס ווערן אינסטאלירט די טירן, עס ווערן געצויגן עלעקטריק און פלאמבינג, און דערנאך וועט מען בעז"ה פעינטן. הראש השנה שלי עולה על הכל בילדער פון די ארבעט &nbsp; א הארציגע מוזיק ווידיא איבער די גרויסקייט פון זיין ראש השנה אין אומאן

    < זעה מער כה אב תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה אין יבנאל פון א תלמיד הישיבה

    פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון החתן מו"ה משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו, פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג בת מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו פון ירושלים עיה"ק. די חתונה איז פארגעקומען אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט, אין די זאל אונטער'ן גרויסן בית המדרש, וואס מוהרא"ש האט געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אז מ'זאל קענען חתונה מאכן די קינדער גרינג און ביליג, אן דעם וואס מ'זאל זיך דארפן אנ'חובות'ן פאר נארישע אומזיסטע הוצאות. דער קלוגער חתן מיט די קלוגע מחותנים האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז א שאד אוועקצואווארפן אזויפיל אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, וואס קיינער האט גארנישט דערפון א טאג נאך די חתונה, און דעריבער האט מען געמאכט די חתונה אינ'ם זאל אין יבנאל. דער זאל זעלבסט ווערט צוגעשטעלט אינגאנצן בחנם, די אנשי הקהלה אין יבנאל האבן געקאכט פאר די שמחה, און ביי די חתונה האבן אויך די ארטיגע אידן ארויסגעהאלפן מיט אלע צוגעהער, אראפצושטעלן דאס עסן אויף די טישן, פון וואו יעדער זאל זיך קענען נעמען לויט זיין באגער אין די פלאסטיק געשיר וואס איז געווען צוגעשטעלט. די מוזיק און זינגער זענען טאקע געווען בלויז א 'די-זשעי סיסטעם', אבער די שמחה וואס מ'האט געשפירט אין די לופטן איז געווען אומבאשרייבלעך. דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן און משמח געווען חתן כלה, עס איז געווען גאר אן אויסנאם פרייליכע חתונה. ס'האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין איבריגע חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. קול מצהלות חתנים מחופתם!א קליפ פון די פרייליכע חתונה &nbsp; בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער כד אב תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1351 to 1365 of 1672 results

1 2 ... 88 89 90 91 92 93 94 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com