Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ערשינען הערליכע סידיס פון שיעורים פון ספר שמואל א' און ב' פון ראש ישיבה שליט"א

    עס איז א גרויסע שמחה צו לאזן וויסן אז עס איז נארוואס ערשינען די הערליכע וועלט בארימטע שיעורים אין תנ"ך פונעם ראש ישיבה שליט"א. די שיעורים אין תנ"ך ספעצילע בארימט מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט, און ווי ער נעמט ארויס די חיזוק און מוסר פון די הייליגע פסוקים וואס מיר דארפן מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן. יעצט זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז עס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. אין קעמפ אויף 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.  אדער קען מען רופן אויף 347-509-4908. אזוי אויך קען מען עס דאונלאודן פון דראפ באקס. בעזר ה' וועלן די איבעריגע ספרי תנ"ך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה ערשיינען בקרוב. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער כח סיון תשע"ט 📝
  • ערשטע שבת אין קעמפ דורך זייער שיין

    פארגאנגעם סוף וואך זענען שוין די משפחות ארויסגעקומען אין קעמפ, צו וויילן אויפן קומענדיגן זומער הבעל"ט. עס איז דורך א זייער שיינעם שבת. נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי דער ראש ישיבה האט געשמוסט שיינע התחזקות. ער האט נאכגעזאגט פון רבין "אִיבֶּער דֶעם הָאבִּן דִי כִּיתָּה גִעקְלֶערְט. אוֹיבּ סֶ'גִעפִינְט זִיךְ אַזאַ בּוֹים וָואס אַלֶע חַיוֹת אוּן אַלֶע עוֹפוֹת זָאלִן וֶועלִן רוּעֶן אִין דֶעם שאטִן פוּן דֶעם בּוֹים, ווַייל דֶער תַּעֲנוּג וָואס סֶ'אִיז דָארְט בַּיי דֶעם בּוֹים הָאט קֵיין שִׁיעוּר נִישט". (מעשה י"ג פון די זיבן בעטלערס) האט דער ראש ישיבה געזאגט עס זענען פארהאן קאנטריס וואס אזא קראוד געפינט זיך דארט אין פלאץ, און אנדערע קעמפס וואס איז געמאכט פאר דער געוויסער קרייז אן אזוי ווייטער, אבער ביים רבין - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - איז דער בוים וואס אין איר שאטן ווילן אלע חיות און עופות רוען, נישט קיין חילוק פון וועלכע אפשטאם, קראוד, געזעלשאפלטיכע שטאנד, שבט, אדער גזע, ווייל אלע קומען דא בלויז צו הערן דעם הייליגן רבינס דיבורים, און דער תענוג וואס געפינט זיך ביי דער בוים האט קיין שיעור נישט שבת קודש אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות (מעשה י"ב - דער בעל תפלה) "וִוי דֶער בַּעַל תְּפִלָּה אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר דֶערְזֶעהְן אַז סֶ'גֵייעֶן מֶענְטשְׁן אוּן בֶּעטִן גָאט בָּרוּךְ הוּא אוּן זֶענֶען מִתְפַּלֵל, אוּן זֵיי טְרָאגִן סְפָרִים פוּן תְּפִילוֹת. הָאט עֶר זִיךְ דֶערשְׁרָאקִן פַאר זֵיי. אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ פַאר אִים אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקִן. הָאט עֶר זִיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין, אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ אוֹיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין." האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס איז די עצה פאר די שוועריקייטן פחדים, ענקזייעטיס, פאבעיס א.א.וו. וואס מענטשן גייען היינט דורך. אז דו האסט מורא פון עפעס אנשטאט גיין צו טערעפי, בעט עס דעם אייבערטשן "באשפער, איך האב מורא פון דאס און דאס, העלף מיר עס זאל צו מיר נישט געשען דאס און דאס" אזוי וועט א מענטש ארויסגיין פון אלע זיינע פראבלעמען. תפלה קען ארויס נעמען דעם מענטשפון די גרעסטע תאוות, נסיונות, און עדיקשאנס, נאר בתנאי אז דו געסט נישט אויף, לייג נאך א תפלה און נאך א תפלה, וועסטו זיכער פועלן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט אסאך פערזעליכע מעשיות ווי אידן זענען ארויס פון די גרעסטע צרות דורך תפלה. מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מ'פירט זיך צו פארציילן מעשיות פון צדיקים ביי מלוה מלכה ווייל אז מ'וויל א וואך פון הצלחה דארף מען האבן אמונת חכמים, ווי מ'זינגט ביים דעם ניגון "גאט פון אברהם", די וועלט ווינטשט "א וואך פון ישועות, א וואך רפואות, א וואך פון אסאך געלט", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס וועט דיר "אסאך געלט" העלפן, אנשטאט דעם דארף מען וויכטיג האבן א וואך פון אסאך אמונת חכמים, ווייל די עצות פון די צדיקים דאס ברענגט אונז אלע ישועות. די בחורים וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע טעג, ווי זיי וועלן מיטן אייבערשטן הילף פארברענגען א זומער אויף די פרישע ריינע לופט אינעם קעמפ וואס דער ראש ישיבה גלייכט צו רופן "א ריהעב פון אמונה", און זיך אנשעפן פרישע כחות צו דינעם דעם אייבערשטן פאר א גאנץ יאר. &nbsp; אט איז דער סדר היום אין קעמפ: ערשטע מנין שחרות 7:15 (זונטאג 8:15) דערנאך אום 8:00 גמרא בבלי ירושלמי דורכן ראש ישיבה (זונטאג 9:00) צווייטע מנין שחרית אום 10:00 (זונטאג 11:00) &nbsp; 2:30 שיעור גמרא דורכן ראש ישיבה מנחה 4:00 שווימען 4:20 סאפער 7:00 שיעור התחקות דורכן ראש ישיבה 8:30 מעריב 9:45 &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כז סיון תשע"ט 📝
  • ניינטע חתונה אין היכל בית המדרש

    דעם דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שלמה גרינבלאט הי"ו בן מו"ה מאיר הי"ו, עב"ג בת מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, וואו א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען זיך מיטצופרייען מיט די שמחת חתן וכלה. ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די ניינטע חתונה וואס קאסט "גארנישט" פאר די מחותנים. כמעשהו בראשונות כך מעשהו בשניות, אזוי ווי די פריערדיגע חתונות האט מען יעצט נאכאמאל געזען באשיינפערליך אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אסאך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. &nbsp; קול מצהלות חתנים מחופתם!

    < זעה מער כה סיון תשע"ט 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג

    א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען דעם זונטאג אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדער זענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. די טאטעס און מאמעס, זיידעס און באבעס, קרובים און באקאנטע, האבן געשעפט נחת צו זען ווי די טייערע קינדערלעך זינגען די שיינע הארציגע ניגונים, און זאגן די הייליגע חומש ויקרא, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ער האט ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פאר די פילע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די טייערע קינדער. נאכדעם האט גערעדט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגען אז די עיקר נחת וואס מ'נעמט מיט איז נישט דאס וואס די קינדער שטעלן זיך אויף זינגען אזוי שיין, נאר די פילע תורה און תפלה, אמונה און יראת שמים, וואס די קינדער באקומען דעם גאנצן יאר יעדן טאג אין חדר, וואס דאס בלייבט איינגעקריצט אין זייערע ביינער פאר'ן גאנצן לעבן. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א שיינעם סידור אריינגעקריצט מיט זייער נאמען, און א פעקל נאש. יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות! בילדער

    < זעה מער כד סיון תשע"ט 📝
  • נייע מיידל קעמפ ווערט באנייט

    דאס יאר האט מען ברוך השם באוויזן צו קויפן א נייעם קעמפ פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס שוין באנייען אויף דעם זומער. די מיידלעך וועלן אי"ה פארברענגען אינאיינעם דעם זומער אין אן אטמאספער פון אמונה און יראת שמים, אויף א געשמאקן און ערליכן פארנעם, מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די מיידלעך גאר שטארק הנאה האבן די ניין וואכן אין קעמפ, און אהיימקומען מיט פילע פעק פון יראת שמים, תפלה, אמונה, און מדות טובות. &nbsp; כה תאמר לבית יעקב!

    < זעה מער כג סיון תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה היינט נאכט אין בית המדרש

    היינט דינסטאג נאכט שלח וועט בעזרת השם פארקומען א פרייליכע חתונה אין ביהמ"ד, ווען החתן אליעזר שלמה גרינבלאט נ"י א תלמוד פון ישיבה תפארת התורה וועט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת עב"ג די טאכטער פון מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו מחשובי אנשי שלומינו פון בארא פארק. אזוי ווי אלע פריעדרדיגע אכט חתונות אין בית המדרש ווערט דער חתונה ערווארטעט צו זיין גאר פרייליך און געשמאק, ווען אש שיינע ציבור קרובים און ידידים וועלן זיך צוזאם קומען און זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כב סיון תשע"ט 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט אום 8:30 צו וואס עס קומען צו פארן אידן פון די נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשפער פירט דאס וועלט וויאזוי ער וויל, און מ'דארף זיך ווענדן נאר צו אים. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער כא סיון תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום היינט זונטאג און מארגן מאנטאג נאכט

    מיט גרויס פרייד נעמען די פרויען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז עס וועט אי"ה פארקומען די פרישע פרויען צוזאמקום, ווי מען וועט האבן די געלגענהייט זיך צו מחזק זיין איינע די אנדערע מיט עצות און חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און קענען ווייטער ציען שיינע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט איבער אויף אידישע קינדער. מען וועט בעזר ה' האבן די זכי' צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים. דער שיעור וועט בעזרת ה' זיין דער לעצטער שיעור פאר פרויען ביזן קעמפ, צוליב וואס מען פאר שוין אט ארויס אין עטליכע טעג. &nbsp; פאלגענד זענען די לאקאציעס און צייטן פון די געדערינגס: וויליאמסבורג: אי"ה היינט זונטאג שלח אום 8:00 אזייגער - אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. מאנסי: אי"ה מארגן 8:30 אויף 32 דאלסאן סט. קרית יואל: אי"ה מארגן 9:00 אויף 6 גארפיעלד רד. דזשורזי סיטי: אי"ה מארגן 9:00 אזייגער, אויף 159 פולטאן סט. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער כ סיון תשע"ט 📝
  • גרויסער קידוש ה' ווען א ריזיגער ציבור פון קרוב צו 4,000 נדבנים געבן צושטייער פאר "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין

    יעצט פרייטאג מיטאג ווען די דאזיגע שורות ווערן געשריבן האלטן די סכום נדבנים אין די געגענט פון 4,000. כדי צו געבן די געלעגענהייט פאר די פילע אידן וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין האט מען פארלענגערט דעם קאמפיין אויף ביז קומענדיגן זונטאג שלח אווענט. א שטארקע ווארימקייט האט זיך אנגעזען ביים ציבור ווען מ'האט זיי געבעטן זיך צו משתתף זיין, אין בארא פארק איז אראפ געשטעלט געווארן א גרויסער קאמפיין צענטער נעבן ביהמ"ד שומר שבת, ווי אידן האבן זיך צוגעהערט צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א וואס איז געווארן אויפגעשפילט דארט אויפן פלאץ, און דערביי האט מען זיך משתתף געווען יעדער איינער לפי יכלתו. מורי ורבותי, לאזט נישט ארויס דעם געוואלדיגן געלעגענהייט, כאפט אריין זיך צו משתתף זיין פאר די הייליגע מוסודת, און פארגרינגערט מיט דעם די לאסט פון ראש ישיבה שליט"א, ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון אונז אלע ברענגען צום אייבערשטן, און אונז געבן עצות און הדרכה פאר אונזער לעבן, אן דעם וואס ער זאל זיך דארפן זארגן איבער געלט. דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו באקומען ישועות פון הימל וואס איר דארפט. &nbsp; דרוקט דא צו מנדב זיין: https://www.charidy.com/breslev ליסטע פון אלע טיעמס צו געבן לכבודם (די ליסטע איז אונטן) &nbsp; דער קאמפיין אין שומר שבת (2 ווידיאס) (בילדער) &nbsp; דער קאמפיין אין ארץ ישראל

    < זעה מער יח סיון תשע"ט 📝
  • נאך בלויז 10 שעה צו גיין, צום "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין

    די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן. די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ: * וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית. * וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל. * וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות. * וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן * ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן. דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער. דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול. יעצט דאנערשטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום $280,000, רבותי עס איז נישטא מער פון קנאפע 10 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס. בשם השם נעשה ונצליח &nbsp; דא האט איר די ליסטע פון די טיעמס הכרת הטוב לראש ישיבה לע"נ הב' שמעון הכהן ענדצווייג ע"ה C J פישער Garry S. E. G. UK Team אברהם אלי' פרידריך אברהם טיקאלסקי אברהם יושע וועבערמאן אברהם משה שטראססער אברמי אלטמאן אברמי פיש אברמי רוטנער אהרן בלוי אהרן שלמה שווארטץ אייזיק אפעל אייזיק ב"ר ברוך דוד ראטה אייזיק ווייס אייזיק ראטה אלחנן שטויבער אלי מזרחי אלי ניישטיין אלי קנאלל אלימלך שארף אפרים פראממער ארי אלבוים ארי גוטמאן ארי היילפערין ארי וועבערמאן ארי לעווי ארי פארטוגאל ארי פיש ארי קרויס אריה לייב עפשטיין אשר יעקב בלום אשר לעמל זוסמאן ב. ג. בנימין בלייך בנציון ב"ר שמחה יאקאבאוויטש בנציון בר"נ יאקאבאוויטש בנציון לאנדא בערל שניטצלער ברוך יאקאבאוויטש ברוך לעזעראוויטש ברוך מרדכי פעקעטע ברסלבער אייוועלט ברסלבער קאווע שטיבל גדלי' אפעל דובי טעסללער דוד ווייזער דוד ניישטיין דוד פאמעראנץ דוד ראבינאוויטש דודי טייטש דודי לאקס הילל לעבאוויטש העניך אינדיג הערשי בוים הערשי זאבעל הערשי כ"ץ הערשי שניטצלער זאבי דייטש זלמן לייב זילבער חבורת ברסלב אש צפת טבריה חזקי זיגלער חזקי סאמעט חזקי שארץ חי' ע. גליק חיזוק יומי חיזוק יומי מתורגם אימייל חיזוק יומי מתורגם אינסטגרם חיזוק יומי מתורגם וואטסאפ חיזוק יומי מתורגם טוויטר חיזוק יומי מתורגם טלגרם חיזוק יומי מתורגם פייסבוק חיים זיינוויל אפעלדארפער חיים יוסף ראזענבערג חיים שלום קרויס חנה ראטה טלפון בא"י י. מ. כ. יאסי ג'ברא יאסי ווייס / פראממער יאסי יאקאבאוויטש יאסי לונגער יאסי פרערא ידי פאפלאנאש ידי פריינד יהושע העשיל דובדבני יואל גאלדבערגער - Goldberger's Law Offices יואל טייטלבוים יואל פעדער יואל ראזענבערג יואל שניטצלער יואלי אירגאס יואלי לאנדא יואלי מאשקאוויטש יואלי מאשקאוויטש יואלי מענדלאוויטש יואלי פיש יואליש קרויס יודא לייב ווייס יודל ליכטענשטיין יודל פעלדמאן יום טוב ארי' יונה זאבעל יוסף אירגאס יוסף פריעדמאן יושע אליעזר גליק יושע ראבינאוויטש יענקי היילפערין יענקי יאקאבאוויטש יענקי לעססער יענקי פריעד יענקי ראטטענבערג יעקב איידליס יעקב הלל פארקאש יעקב פיש יעקב צבי יונגרייז יצחק אהרן וויינבערג יצחק אפעלבוים יצחק האפמאן יצחק ליכטענשטיין יצחק לעווי יצחק מנדלוביץ יצחק משה רייך יצחק סאלי יצחק רוטנער יקותיאל פעלדמאן ישעי' איידליס ישראל יעקב ווייס ישראל מ. גאלדמאן ישראל מאיר קארסיאנסקי ישראל מאיר ראטענבערג ישראל שלום זעלקאוויטש לוי יצחק זאפיר לייבי אפעל לייבי ראטה ליפא מאנדעל ליפא שווארטץ לעזער מאסרי מאטי היימליך מאטי הערצאג מאטי פיינשטיין מאטי ראזענפעלד מאיר רייניץ מוישי פארקאש מנחם יעקובזון מנחם שטיינבערג מנשה איצקאוויטש מעכל ראזענפעלד מענדי פישביין מענדל געפנער מרדכי אינדיג מרת מארקוס (גאטהערער) מרת קאהן משה אירגאס משה ארי' שניטצלער משה זוסמאן הרב משה יעקב הורוויץ משה מארגענשטערן משה מסרי משה פעלדמאן משה ראזענבערג משפחת בלעדי משפחת לעווי משפחת פריעדמאן נ.י. יאקאבאוויטש נחום בריל נחמן נתן ברא"מ ברדוגא נחמן נתן ברדוגו נחמן פילמר נחמן שטרול נחמן שמואל יאקאבאוויטש נפתלי זאבעל נתי קרויס נתן שווארטץ נתנאל פארקאש סאלאמאן סענדי ראטה עזרא שרייבער עפי לעווי פייוול ראזענוואסער פנחס דוד וועבערמאן צעירי אשרינו קלמן וועבערמאן קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב ראובן בירנבוים רפאל כ"ץ שאול יצחק גאנץ שבתי מארקוס שבתי מזרחי שולי פינטער שולם שווארטצ שימי וואגעל שימי זיגלער שימי פארטוגאל שימי פיש שימי שווארטץ שלום יוסף ניישטיין שלום פאלמאן המפיץ שלום שניטלער שלמה שלמה האמער שלמה יאקאבאוויטש שלמה יאקאבאוויטש שלמה קרויס שלמה ראטה שלמה שווארטץ שלמה שווארטץ שלמה שטראה שמואל דוד ברוין שמואל חיים זאבעל שמחה בלאק שמעי' וואקס שרגי שטראססער שרולי קרויס

    < זעה מער יז סיון תשע"ט 📝
  • ברית ביי האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש אין ישיבה

    דינסטאג אינדערפרי האבן די בחורים געהאט די זכי' צו האבן א ברית אין ישיבה, ווען האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו האט אריינגעברענגט זיין זון לברית של אברהם אבינו. מען האט געזען ווי די אנוועזענדע נוצן אויס דעם געלעגענהייט ווען אליהו הנביא קומט ביים ברית, און מען האט יעדער פאר זיך געבעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף. דער ראש ישיבה איז געווען סנדק, דער עלטער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א, משב"ק כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד, דער זיידער מו"ה ליפא מענדלאוויטש הי"ו איז מכובד געווארן מיט אל הכסא, ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה נאך מוהרא"ש ז"ל,דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו. ביים סעודת ברית האט דער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א אויפגטרעטן מייט שיינע דברי תורה. זאל דער אייבישטער העלפן זה הקטן גדול יהי', די עלטערן און זיידעס זאלן זען אידיש נחת פון דעם קינד און אלע אנדער. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים.

    < זעה מער טז סיון תשע"ט 📝
  • יעצט דינסטאג נאכט בהעלותך - פרייליכע חתונה אין בית המדרש פון החתן נחתן נתן בוים ני"ו

    היינט נאכט גייט אונטער די חופה החתן נחמן נתן בוים ני"ו בן הר"ר עזרא הי"ו, עב"ג די טאכטער הר"ר אייזיק אפעל הי"ו, ביידע מחותנים זענען פון אנשי שלומינו לאנג יעריגע תלמדים פון מוהרא"ש זי"ע, אזוי אויך די חתן און די כלה זענען ביידע תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און פרייען זיך און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם פייענם שידוך וואס זיי האבן געטון, און דארפן גארנישט מער פון א פשוטע חתונה אין בית המדרש. ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די אכט חתונה, וואס וועט "גארנישט" קאסטן פאר די מחותנים, עס וועט בעז"ה זיין א גאר פרייליכע חתונה, מיט אן אמתן אידישן טעם. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב. עוד ישמע בערי יהודה &nbsp;

    < זעה מער טו סיון תשע"ט 📝
  • מיין לעבן מיליאן דאלאר קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות גייט אריין אין שוואונג

    די געוואלדיגע ווייטגרייכנדע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין היינט ברייט באקאנט. זיינע געוואלדיגע דרשות און שיעורים, חיזוק און עצות, בריוון און ענטפערס, האבן שוין געהאלפן טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט מיט שלום בית, חינוך, פרנסה, בין אדם לחברו, בין אדם למקום, און פיל מער, און טייל האט ער ממש געראטעוועט דאס לעבן, מיט'ן פשוט'ן אפטייטש פון ווארט. פילע אידן קענען עדות זאגן איבער די פילע שוועריקייטן און צרות וואס זיי דורכגעגאנגען אין לעבן, פיזיש און גייסטיש, רוחניות און גשמיות, ביז זיי האבן זיך איין טאג אנגעשטויסן אין די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. אסאך ווייסן פון קרובים און באקאנטע וועלכע האבן געטוישט זייער לעבנס שטייגער צום גוטן א דאנק די שיעורים, כאטש וואס טייל שעמען זיך צו זאגן אז דאס איז געווען וואס האט זיי געברענגט זייער ישועה אין לעבן. דער ראש ישיבה אליין ברויך נישט קיין געלט פאר זיך, ער בעט נישט קיין געלט פאר זיך, ווען עס קומט אבער צו זיינע מוסדות התורה, קען ער נישט זיך אליין אן עצה געבן. אויף א טעגליכן און חודש'ליכן פארנעם פרובירט מען דאס בעסטע, יעצט אבער ווען מ'דארף קויפן א נייעם בנין פאר די מוסדות צו קענען פלאצירן די הונדערטער קינדער קע"ה אויף א נארמאלן ארט, ברויך מען דרינגנד שאפן גרויסע סכומים דערפאר, און דערפאר שטרעקט ער אויס די האנט צו אידישע קינדער וואס האבן א געפיל פאר דעם פלאץ. פילע ידידים און תלמידים האבן זיך אונטערגענומען א ציל צו שאפן שיינע סכומים פון קרובים און באקאנטע, צו קענען ארויסהעלפן דעם "מיין לעבן" קאמפיין, דעם דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג בהעלותך, אנצוקומען צו די סומע פון איין מיליאן דאלער. ביטע זיי אנטקעגן קומען און זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים לכבודם, און זיי העלפן אנקומען צו מיין ציל. דער גרויסער זכות וועט אוודאי ביישטיין פאר אלע משתתפים, געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבך לטובה, מיט געזונט און פרנסה בריווח, צו זען נחת ביי די קינדער, און אלע גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות. איר קענט מנדב זיין אויפ'ן לינק: https://www.charidy.com/breslev אדער קענט איר מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן דורכ'ן רופן 929-624-6677 תזכה למצות &nbsp;

    < זעה מער יד סיון תשע"ט 📝
  • מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

    חתונה מאכן קאסט פאר'ן צד החתן זיבן טויזנט דאלער אלעס אריינגערעכנט הכל בכל מכל כל כן יברך אותנו כולנו יחד בברכה שלימה ונאמר אמן &nbsp;די חתונה די וואך דינסטאג אין ישיבה, האט געהאט גאר א גרויסן אפקלאנג ביים היימישן ציבור, זעענדיג דעם נאה דורש ונאה מקיים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געפירט זיין בכור אונטער די חופה מיט גרויס שמחה און פרייד, און די פרייליכע לעבעדיגע געשמאקע חתונה נאכט, האט נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים. די גאנצע חתונה מאכן, פונעם שידוך שליסן ביז נאך די שבע ברכות, האט געקאסט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א צירקע זיבן טויזנט דאלער, א ציפער וואס רוב אידן קענען זיך ערלויבן מיט דעם רואיג חתונה צו מאכן די קינדער, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אנבארגן און בא'גנב'ען אידישע קינדער, און בלייבן מיט א זאק פון חובות וואס מ'ווייסט נישט פון וואו צו באצאלן. &nbsp; כל השביעין חביבין מ'האלט שוין יעצט ביי די זיבעטע חתונה אין היכל הבית המדרש, אלע איינס ביי איינס זענען געווען הערליכע פרייליכע חתונות, עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונות. מיט יעדע חתונה ווערט העכער און העכער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען, מענטשן פארשטייען נישט פארוואס עס פעלט אויס צו פארשווענדען אידיש געלט וואס מ'האט נישט, פאר זאכן וואס קיינער דארף נישט, בלויז צו געפעלן פאר מענטשן וואס קוקן עס בכלל נישט ארויף. קיינער קען נישט איגנארירן די רעוועלוציע און זיך גיין רואיג ווייטער, יעדער האט עפעס צו זאגן אויף דעם, יעדער מוז עפעס אריינרעדן, יעדער ווייסט אז די היינטיגע סטאנדארטן ווי אזוי מען מאכט חתונות - און די זעלבע אויך קלענערע שמחות - האט שוין לאנג אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, יעדער וויל זען א דראסטישע פארבעסערונג אין דעם ענין, און אט זעט מען א קהלה וואס האט זיך גענומען אין האנט אריין, און אנשטאט זוכן א לעזונג פאר די פראבלעמען, האבן זיי אוועקגענומען דעם פראבלעם אינגאנצן; אנשטאט צו בויען א שפיטאל נעבן דעם צעבראכענעם בריק צו קענען היילן די פארוואונדעטע וואס זענען אראפגעפאלן פון בריק, קרויזן זיי אויס דעם בריק אינגאנצן; אנשטאט אראפצוציפן פון דא און דארט פון די אומדערטרעגליכע הוצאות החתונה, האט מען אהערגעשטעלט א וועג ווי אזוי חתונה צו מאכן אן דעם וואס ס'זאל בכלל פאלן צו לאסט אויף די מחותנים. דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה איבער א קעניג וואס איז געווען א שטערן זעער, ער האט געזען אויף די שטערנס אז ווער ס'וועט עסן פון די תבואה וואס וועט וואקסן דעם קומענדיגן יאר, וועט משוגע ווערן דערפון. האט ער גערופן זיין משנה למלך זיך דורכצושמועסן מיט אים דעם פראבלעם, דער משנה למלך האט אבער געהאט א פשוטע עצה אויף דעם, "מיר וועלן באפעלן אז מ'זאל אוועקלייגן פאר אונז גענוג און נאך תבואה פון די פארגאנגענע יאר, און אזוי וועלן מיר בכלל נישט דארפן עסן פון די שעדליכע תבואה וואס מאכט משוגע". דער קעניג איז אבער נישט געווען צופרידן פון דעם געדאנק, "אויב נאר אונז צוויי וועלן בלייבן נארמאל, און די גאנצע וועלט וועט זיין משוגע, וועלן מיר דאך זיין די משוגעים... יעדער וועט אונז אנקוקן אז מיר זענען אזוי אנדערש פון יעדן". האט דער משנה למלך געפרעגט דעם קעניג וואס ער האלט מ'זאל טון, האט דער קעניג געזאגט אז זיי זאלן אויך עסן אזוי ווי יעדן איינעם, זיי זאלן אויך משוגע ווערן אזוי ווי יעדן איינעם, "נאר מיר ביידע זאלן זיך מאכן א סימן אויפ'ן שטערן כאטש צו געדענקען אז מיר זענען משוגע... ווען איך וועל קוקן אויף דיין שטערן און דו וועסט קוקן אויף מיין שטערן, וועלן מיר זיך דערמאנען אז מיר זענען נעבעך נישט נארמאל"... דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל צו די דעם משל, אבער זיך אומקוקנדיג אויף די היינטיגע וועג ווי אזוי אידישע שמחות ווערן געפראוועט, אן קיין שום שייכות צו נארמאלקייט, מענטשן גייען ממש אראפ פון זינען און מאכן טייערע שמחות פיל העכער און מער פון זייערע מעגליכקייטן, נאר בלויז ווייל די גאנצע "נארמאלע" וועלט טוט אזוי, בלויז ווייל וואס וועט "יענער" זאגן אויף דעם, לאזט זיך גלויבן אז ס'איז שוין העכסט צייט אז מיר זאלן זיך ארויפקריצן א מערקבארן סימן אויפ'ן שטערן, כאטש צו געדענקען ווי משוגע מיר זענען אז מיר לעבן בלויז פאר יענעם. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים אמאל האט מען נאך געקענט זאגן אז א אידישע חתונה וואלט געדארפט אויסזען ווי א בר מצוה אדער וואכנאכט, היינט זענען שוין אבער די קלענערע שמחות אזוי אויפגעריסן, אז מ'קען שוין חתונה מאכן פאר א צענטל די פרייז פון די טייערע בר מצוה'ס און קלענערע שמחות. אידן זענען אנגעווייטאגט, יעדער מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט, יעדער וואס האט שוין צוגעלייגט א האנט און געהאלפן זיינ'ס א קרוב חתונה צו מאכן, ווייסט ווי שווער דאס קומט אן, ווייסט וויפיל בלוט דאס קאסט, ווייסט וויפיל חובות דאס לאזט איבער, וויפיל שאדנ'ס עס לאזט איבער אויף יעדן איינעם ארום; אבער אזוי ווי דאס איז דער "נארמאל", איז דאך נישט שייך צו טון אנדערש. אידן קוקן ארויף און שעצן זייער שטארק אז ס'איז דא א קהלה וואס האט אוועקגעלייגט דעם "נארמאל" אין די זייט, און געוויזן שווארץ אויף ווייס אז מ'קען יא חתונה מאכן די קינדער מיט מנוחת הנפש, מ'דארף אפילו נישט מאכן קיין תקנות, מ'דארף נאר פשוט עפענען די אויגן צום רעאליטעט, אז דער וועג ווי אזוי מ'מאכט היינט חתונה האט נישט קיין זכות קיום. אויב חתונה מאכן מוז קומען מיט'ן חשבון אז מ'מוז פאר דעם בארגן און נישט באצאלן, וועט עס מוזן צעפאלן מארגן אדער איבערמארגן, דאס קען נישט אנהאלטן. אז ס'איז אבער נישטא קיין אנדערע אויסוועג, איז דאך נישטא קיין ברירה, דער אייבערשטער האט אונז דאך באפוילן חתונה צו מאכן די קינדער, און דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דאס אויסצופירן. ווען מ'זעט אבער באשיינפערליך אז ס'איז יא דא א געהעריגע וועג, מ'מוז זיך נישט צעשניידן אויף שטיקער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, ווערט דאס גאר שטארק ארויפגעקוקט און געשעצט, די מציאות פאטשט אין פנים און ווייזט אז ס'איז יא מעגליך און מ'קען עס יא באווייזן. מענטשן זאגן, "כל הכבוד פאר ברסלב אז זיי האבן געקענט דורכברעכן און באווייזן אזא זאך אז מ'זאל קענען גרינג חתונה מאכן די קינדער, תחזקנה ידיכם!", דער אמת איז אבער פארקערט, כל הכבוד פאר איינעם וואס איז גרייט זיך צו צערייסן און צעפליקן, פארלירן דעם הארץ מיט'ן קאפ אינאיינעם צו קענען חתונה מאכן די קינדער; ווידער אז מ'מאכט חתונה מיט א רעאליסטישן בליק, מ'ווייסט און מ'נעמט אין חשבון וואס מ'האט אין טאש און וואס מ'קען זיך ערלויבן, איז דאס דאך פשוט און גראד שכל הישר. &nbsp; חנוך לנער על פי דרכו לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט אויף דעם טערמין "נארמאל", וואס מיינט נארמאל און וואס מיינט נישט נארמאל? ווי געזאגט פריער איז דאס געוואנדען אין די אומשטענדן ארום און ארום, וואס ביי איינעם איז נארמאל איז ביים צווייטע משוגע, און אזוי אויף פארקערט. ס'ווענדט זיך וואס איז אנגענומען צו טון אין די קרייז, אין די משפחה, אין די געגנט, און אזוי ווייטער אלעס ארום. "נע, דאס איז נישט מעגליך נאכצומאכן. די ברסלב'ע קהלה האבן א בית המדרש גרייט פאר חתונות, זיי האבן בחורים ארויסצוהעלפן, זיי האבן משפחות וואס לייגן צו א האנט. אבער אנדערע האבן נישט די וועג אין מציאות ווי אזוי דאס צו קענען אהערשטעלן" - דאס איז א געדאנק וואס מ'הערט פון פילע. און עס איז טאקע דא אן אמת אין דעם, ס'איז טאקע נישט אזוי גרינג דאס נאכצומאכן, דא איז עס צוגעשטעלט אפיציעל מטעם די קהלה, און אלע בני הקהלה מיט די בחורים פון ישיבה און די מיידלעך פון סקול, לייגן צו א האנט אז די חתונות זאלן זיין מיט סוקסעס, און ס'זאל נישט קאסטן קיין געלט. אבער דער יסוד און דער סוד ווי אזוי די קהלה האט זוכה געווען צו זיין די ערשטע דאס צו קענען באווייזן, איז יא א זאך וואס יעדער קען און דארף נאכמאכן. דער יסוד איז אז די קינדער אליין, די חתן און כלה, דארפן זיין צופרידן און פרייליך אן דעם וואס דער טאטע זאל דארפן בארגן געלט פון די זון און פון די לבנה פאר די חתונה. אויב ביים שידוך-שליסן כאפן זיך די עלטערן ביים קאפ וואס דא גייט פאר און זיי מאכן אפ אז זיי האבן נישט די רעכט על פי תורה און על פי שכל אויסצושווענדען געלט אויף אומנויטיגע זאכן ביי שמחות, קענען זיי דאס אבער נישט טון יעצט צו זייערע קינדער, וואס וועלן שפירן בא'עוול'ט אז זיי זענען אנדערש ווי זייערע חברים און פריינד וואס באקומען יא די אלע טייערע לוקסוס. אנדערש איז אבער אין היכל הקודש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר צו די בחורים פון דעם ענין, ער רייסט אראפ און ער ערקלערט די שעדליכקייט און נארישקייט פון זיך אויפרייסן ביי שמחות, א זאך וואס מ'פארדינט גארנישט דערפון, עס ברענגט נאר חובות און עגמת נפש, און די שיינקייט פון קינדער וואס פארשטייען אז געלט קאסט געלט, און די שיינקייט פון א שמחה וואס מ'מאכט אויף א ביליגן אידישן שטייגער. און פון די אנדערע זייט איז דא די חשובע מנהלת און די לערערינס אין סקול וואס רעדן כסדר צו די מיידלעך איבער דעם, צו מאכן א שמחה מיט שכל און נארמאלקייט, און אז די איבערגעטריבענע אויסברענגעריי ברענגט נישט קיין שום ניצן אין לעבן, און ווי ווייט מ'דארף אכטונג געבן אויף אידיש געלט, נישט אויסצוברענגען דאס געלט פון די עלטערן וואס זיי האבן אפילו נישט. אזוי אז עס קומט אויס אז נישט נאר וואס די חתנים און כלות קוקן בכלל נישט ארויף די טייערע שמחות, נאר פארקערט, ביי זיי איז גאר א חשיבות ווי מער מ'קען אראפברענגען די סטאנדארטן, עס איז אן אויפטו אויב מ'האט אראפגענומען נאך אן איבריגע הוצאה. איין ביישפיל איז ווערד צו דערמאנען, א פארמעסט וואס מ'האט געמאכט אין סקול פאר פורים, יעדער האט געדארפט מאכן א שיינע משלוח מנות פאר א חבר'טע, און ווער ס'האט געקענט מאכן די ביליגסטע משלוח מנות, האט געוואונען דעם פארמעסט. אלע מיידלעך האבן זיך אנגעשטרענגט צו מאכן א שיינע משלוח מנות, אויף די ביליגסטע וועג וואס איז נאר שייך. און פארשטייט זיך ווען די מיידלעך ווערן כלות למזל טוב, זוכן זיי נישט ארויסצושלעפן געלט פון די עלטערן צו קענען שיקן א זיבן שטאקיגע משלוח מנות פאר די מחותנ'סטע, און זיי ווערן נישט פרייליך ווען זיי באקומען אזוינס פון די אנדערע זייט. אז די קינדער ווערן מחונך אויף אזא וועג, אז מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן ביי א שמחה, אז מ'דארף לעבן מיט'ן רעאליטעט און נישט אויסגעבן מער געלט פון וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, אז מ'טאר נישט בארגן געלט ווען מ'ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט עס באצאלן, אז מ'טאר אויס'רודפ'ן טאטע מאמע אז מ'מוז האבן דאס און יענץ אין די צייט ווען ס'פעלט נישט אויס און ס'איז נישטא דאס געלט פאר דעם, אז די שמחה פון חתונה האבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות און איז נישט די פאר שעה פון די חתונה נאכט וואס לויפט אריבער ווי אן אויגן בליק, אז איינער וואס לעבט מיט'ן מציאות און נישט אין דמיונות איז ארויפגעקוקט און איז חשוב, אז דאס וואס דער חבר אדער חבר'טע וועט קרימען מיט די נאז מיינט גארנישט; אז מ'וואקסט אויף אזוי, דאן קענען די עלטערן חתונה מאכן די קינדער מיט הרחבת הדעת, די עלטערן זענען פרייליך, די קינדער זענען פרייליך, און מ'האט א חיים טובים. דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן. מ'קען נישט ווארטן ביז ווען מ'שליסט שוין שידוך, און דעמאלט אנהויבן צו זאגן פאר חתן כלה אז זיי זאלן נישט פארלאנגען אזויפיל. דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט האט מען שוין פארשפעטיגט די באן, אויב מ'וועט דעמאלט אנהויבן איינצוציען דעם פאסיק, וועלן די קינדער ווערן געפייניגט. טאטע מאמע קענען אבער אנהויבן רעדן צו די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, יעדעס מאל ווען מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע שמחה קען מען אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפקלערן די קינדער איבער די נארישקייט פון אויסברענגען געלט אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין ניצן. יעדעס מאל עס קומט אן אויף די פאסט א חתונה בריוול קען מען פרעגן די קינדער זיי זאלן פרובירן אויפצוקומען מיט א נארמאלן הסבר פארוואס עס פעלט אויס צו שיקן איינלאדענונגען צו א חתונה, אין די צייט וואס ווער עס ווערט געוואויר פון די חתונה נאר דורך דעם בריוול, יענער דארף בכלל נישט קומען צו די חתונה, און ווער עס ווייסט סיי ווי פון די חתונה, פאר אים פעלט דאך נישט אויס דער בריוול, און נאכדערצו אז ביז צום טאג פון די חתונה וועט שוין דאס בריוול סיי ווי זיין רעסייקעלט און דעמאלט לייגט מען דאך שוין אריין אין די טעגליכע שמחה צעטלעך איבער די חתונה. יעדער וואס האט א מייק אין די האנט, יעדער וואס האט קינדער, בחורים, אדער מיידלעך וואס הערן אים אויס. זאל עס זיין טאטע און מאמע, א מלמד צי א לערערין, א מנהל אדער א מנהלת, א רבי און א ראש ישיבה, א רב און דיין, זאלן זיך מאכן א חשבון וויפיל אידיש געלט זיי קענען שפארן פאר אידישע קינדער, וויפיל הארץ אטאקעס זיי קענען פארמיידן פון אידישע קינדער, וויפיל צער יגון ואנחה זיי קענען צוריק האלטן פון אידישע קינדער וויפיל שמחה און נחת זיי קענען אריינברענגען אין אידישע הערצער, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן ארויסנעמען אפילו איין פרוטה פון טאש, נאר בלויז מיט'ן רעדן צו די קינדער וואס עס מיינט א אידישע שמחה, ערקלערן אז די איבריגע לוקסעס מאכט נישט פרייליך, עס העלפט גארנישט אין לעבן, און ווי שיין און ריכטיג עס איז צו שפארן אידיש געלט ווען עס קומט צו שמחות. חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווען עלטערן פירן זיך מיט שכל און ווי עס דארף צו זיין, וועלן די קינדער דאס נאכמאכן. ווען די קינדער זעען אז ווען די עלטערן מאכן א שמחה פאר זיך, א קידוש, א וואכנאכט, זוכן זיי נישט אויסצוגעבן ווי מער געלט אז אלעס זאל קלאפן אויפ'ן העכסטן פארנעם, אז די גאנצע שטאט זאל זיך טאקע איינרעדן אז זיי זענען באלעבאטישע אידן, ווען די קינדער וועלן זען אז דער פעקל ביים אפשערן מוזן נישט אזוי טיפ-טאפ אז יעדע שכנ'טע זאל עס באוואונדערן, דאן וועלן זיי אויך נישט פארלאנגען אז זייער בר מצוה און חתונה זאל זיין אזוי מעכטיג. אבער אז די עלטערן בארגן זיך שוין אן ביים וואך נאכט און ברית, וועט עס שוין אויך אזוי מיטגיין לתורה ולחופה. און אפילו די עלטערן וואס האבן נאכנישט די קוראזש צו קענען מאכן א שמחה ווי א לאגישער מענטש, זיי האלטן נאכנישט אויף די מדריגה צו קענען קוקן דעם מציאות, צו קענען חתונה מאכן נאר לויט וויפיל זייער טאש ערלויבט; קענען זיי אבער טון כאטש דאס מינימאלסטע, ווען עס קומען קלוגע אידן און מאכן יא חתונה אויף א נארמאלן שטייגער, זיי חובות'ן זיך נישט אן ביים חתונה מאכן, געבן נישט אויס געלט פאר נוצלאזע נארישקייטן, זאל מען כאטש נישט חוזק מאכן פון דעם, זאל מען דאס נישט אוועקמאכן אין די אויגן פון די קינדער, זאל מען כאטש קרעכטצן, "איך קען עס טאקע נישט נאכמאכן, אבער כל הכבוד פאר די פארשטענדליכע אידן וואס קענען עס יא באווייזן". און אזוי וועט זיי דאס נישט צוריק פאטשן אין פנים ווען ס'וועט קומען אמאל א טאג ווען זיי וועלן מוזן אביסל איינציען דאס פזר'ענען, און די קינדער וועלן נישט וועלן הערן דערפון. &nbsp; בואו ונחשוב חשבונו של עולם ס'געווען אמאל א איד וואס האט געליטן אויף די אויגן לא עלינו, ער האט געמאכט א מחלה וואס האט אים געשטערט דאס זען רחמנא ליצלן. איין טאג איז ער געוואויר געווארן פון א גרויסן אויגן דאקטער וואס קען אים אויסהיילן זיין פראבלעם, ער איז געפארן צום דאקטער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט אים דער דאקטער גענצליך אויסגעהיילט, און ער האט אנגעהויבן זען אויף די אויגן כאחד האדם. פארשטייט זיך אז צו זיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, ער איז געווען גאר דאנקבאר צום דאקטער, און איז אהיימגעקומען מיט איין שמחה און דערציילט די פרייליכע בשורה אז ער קען שוין זען, דער דאקטער האט אים געמאכט זען. האט אים איין חכם אנגעהויבן אויספרעגן איבער דעם דאקטער, "וואס האט דער דאקטער דיר געמאכט זען? ער האט דיר געמאכט זען א הויז, א טיש, א בענקל, מענטשן, גאסן?", דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דער פארשוין וויל פון אים, "וואס הייסט וואס ער האט מיר געמאכט זען?! איך קען דען אויסרעכענען יעדע זאך וואס איך האב שוין געזען זינט ער האט מיר אויסגעהיילט?! און איך ווייס דען וואס נאך איך גיי אלץ זען פון יעצט און ווייטער מיין גאנץ לעבן?! איך קען נאר אזויפיל זאגן אז ער האט מיר געעפנט די אויגן און איך קען שוין זען". מענטשן האבן ליב צו זען חשבונות אויפ'ן פאפיר, וויפיל האט דאס געקאסט און וויפיל האט יענץ געקאסט, און אפשר האט מען פארגעסן אויסצורעכענען נאך זייטיגע הוצאות. ס'שווער אויסצורעכענען יעדן דעטאל וויפיל ס'האט געקאסט ביים חתונה מאכן, און אויך איז שווער צו מאכן א ליסטע וויפיל א חתונה דארפן קאסטן פאר יעדן איינעם, ווייל יעדע פאמיליע האט אנדערע זאכן וואס איז וויכטיג פאר זיי, קיינער איז נישט אייניג. דאס איז אבער יא א דבר השווה לכל נפש, אז מ'דארף זיך עפענען די אויגן, און זען וויפיל אידיש געלט עס ווערט געווארפן אין מיסט ביי יעדע שמחה, און אין וויפיל חובות מ'פאלט אריין ביי יעדע חתונה פון א קינד, און יעדער דארף זען לויט זיין מצב וויפיל ער קען זיך ערלויבן, וויפיל ער דארף זיך ערלויבן. און גוט געדענקען אז די גאנצע שמחה לויפט אדורך כהרף עין, א טאג נאכדעם האט שוין יעדער פארגעסן דערפון, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און וואס עס בלייבט יא איבער איז נאר די חובות מיט וואס מ'דארף זיך ספראווען. און דער עיקר וואס בלייבט איז די נחת וואס מ'האט פון די קינדער, ווען מ'זעט ווי דאס נייע פאר-פאלק איז זוכה אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דאס קען מען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט, דאס קען מען נאר עררייכן מיט א גוטן חינוך און מיט אסאך תפלות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס גייט אבער אין לעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מ'זאל אנהויבן חתונה מאכן די קינדער פאר ביליג, איינע פון די סיבות פארוואס מ'האלט זיך צוריק פון א שידוך מיט די קינדער איז פשוט ווייל מ'האט נישט דאס געלט פאר דעם, האט דער ראש ישיבה שליט"א פרובירט אראפצושרייבן פונקטליך וויפיל ס'האט אים געקאסט די גאנצע חתונה כדי אנדערע מענטשן זאלן זיך אויך קענען אפלערנען דערפון, און עס קענען נאכמאכן אויף זייער אופן. די חתונות אין ישיבה האלט יעדער מיט, מ'זעט מיט די אויגן ווי די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה, מענטשן ווילן אבער וויסן וואס עס טוט זיך מיט די איבריגע זייטיגע הוצאות, וויפיל מ'שפארט זיך איין דארט. דעריבער איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די דעטאלירטע ליסטע וויפיל עס האט געקאסט די גאנצע הוצאות החתונה, פון אנהויב ביז'ן סוף, פאר'ן צד החתן דער ראש ישיבה שליט"א, און זען ווי אזוי א אידישע חתונה דארף בכלל נישט קאסטן קיין סאך געלט. אנגעהויבן ביים שידוך פונעם ברעסלעט, אלע דזשולערי זענען געווען די ביליגסטע וואס מעגליך, ביי די חתונה האט אלע צירונגען פאר די כלה געקאסט אלעס אינאיינעם ווייניגער פון טויזנט דאלער. דער אמת ווייסט דאך יעדער אז א געווענליכער מענטש קען נישט דערקענען א חילוק צווישן עכטע און פאלשע שטיינדלעך, דער איינציגסטער חילוק איז אז אויב ח"ו וועט די רוימערקע גנב'ענען די צירונגען וועט זי נישט קענען קויפן דערמיט א נייע הויז אין פוילן... מען זאגט א ווערטל אז צום סוף קומט אלעס צוריק צו אידן, ווייל ווען זי בויעט איר הויז אין פוילן וועלן דאך אידן עס אפדינגען איינצושטיין דארט נעבן די קברי צדיקים... פאקטיש איז דאס אבער א גרויסע הארץ ווייטאג. אז מען האט אבער נישט די טייערע צירונגען איז עס נאר א מעלה, מען וועט עס גרינגער אראפשלינגען און גרינגער קויפן נייע. און נאך א מעלה אז אזוי ווי די סטיילס טוישן זיך דאך יעדע פאר יאר, וועט מען זיך קענען רואיג קויפן פרישע צירונגען יעדע עטליכע יאר, לויט די לעצטע מאדע... קיין תנאים האט מען נישט געמאכט, די תנאים און טעלער ברעכן איז פארגעקומען ברוב פאר והדר ביים קבלת פנים ביי די חתונה. ווען עס קומט צו שטאפיר איז אויך דא א געניטער וועג ווי אזוי די סוחרים מאכן געלט, עס איז דא א חתן פעקעדזש און א כלה פעקעדזש, יעדעס געשעפט שטעלט צו אזעלכע פעקעדזשעס וואס די איינציגסטע מעלה דערפון איז אז די סוחרים מאכן ב"ה שיין פרנסה. פארוואס זאל א חתן זיך אנקויפן מיט א גאנצע רייע פון רעקלעך, בעקיטשעס, הוטן, און אזוי ווייטער? קודם איז אים נאך זייער גוט די וואס ער האט גענוצט ביז יעצט, און אפילו ווען מען קויפט יא א נייע, איז דאך גענוג איינס אויך, פארוואס פעלט אויס דריי פון יעדע? פארוואס ווען מען קויפט איין די כלים פאר די נייע הויז, דארף מען שוין יעצט קויפן אלעס וואס מען גייט אפשר נוצן אין עטליכע יאר ארום ביים צוגרייטן די מעלאנע פאר די אפשערן פונעם בכור? פארוואס זאל מען נישט קויפן בלויז די נויטיגע זאכן, און מיט די יארן, ווען ס'וועט זיך אויספעלן, וועט מען צוקויפן אלעס וואס מען דארף. אפשר זאל מען שוין ביים ברית קויפן פאר'ן רך הנימול א וואש מאשין, וואס ער וועט זיכער דארפן האבן יארן שפעטער ווען ער וועט שוין האבן וועש צו וואשן?... פארוואס זאל א מאמע דארפן איינקויפן א גאנצע שאפע מיט קליידער און שיך פאר די כלה? אין עטליכע יאר ארום וועט דאך די מאס פון די קלייד איר שוין נישט פאסן, און די סטיילס וועלן זיך זיכער טוישן, זאל מען קויפן וויפיל מען דארף פאר יעצט, און די מאמע זאל זאגן פאר די כלה אז אין א יאר ארום, ווען זי וועט זען אז עס פעלט אויס נאך א קלייד, וועט מען איר דעמאלט קויפן. פארוואס דארף מען אלעס קויפן אויף איינמאל אז די עלטערן זאלן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע רח"ל? פארוואס דארף דער חתן באקומען א טויזנט דאלערדיגע מנורה אויף חנוכה, א זילבערנע אתרוג פושקע, א מגילה מיט א מגילה האלטער, און אזוי ווייטער און ווייטער. פארוואס אלס בחור איז אים גוט געווען א פשוטע מנורה פאר צען דאלער? פארוואס קען ער דאס נישט נוצן ווייטער נאך די חתונה? אויב די זאך איז פשוט אלס זה קלי ואנוהו, וואלט מען געדארפט קויפן פאר יעדן בר מצוה בחור א טויזנט דאלערדיגע מנורה, די הידור מצוה הויבט זיך נישט אן נאך די חתונה. פארוואס זאל מען נישט צואווארטן ביז דער אינגערמאן האט שוין קינדער און זיי וואקסן אונטער, זאל דער טאטע דעמאלט קויפן פאר זיך א טייערע מנורה, צו ווייזן פאר די קינדער וואס מיינט הידור מצוה. און דעמאלט קען ער שוין טון אפילו אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וואס האט יעדעס יאר געדארפט קויפן א פרישע מנורה, ווייל ער האט אוועקגעגעבן די פאריעריגע פאר א איד א נצרך. און וואס איז מיט גרויסע געלטער וואס מ'צאלט היינט פאר די חתן און כלה שיעורים, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען. מ'לערנט אויס מיט וועלכע פוס מ'דארף אנהויבן טאנצן, ווען מ'דארף אפשאקלען די ברעקלעך, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן וואס פעלט בכלל נישט אויס, נאר אז ער זאל מאכן שיין פרנסה. אמת טאקע אז די חתן כלה דארפן לערנען הלכות, זיי דארפן וויסן ווי אזוי אויפצושטעלן א אידישע שטוב לויט ווי דער אייבערשטער פארלאנגט, אבער דאס איז די ארבעט פונ'ם ראש ישיבה פונעם בחור אים דאס אויסצולערנען, און די לערערין פון די כלה דאס אויסצולערנען, און דאס דארף נישט נעמען אזוי לאנג, און ס'דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט. אזוי ווי ביי די יעצטיגע חתונה ווען דער בחור האט געלערנט ביי זיין ראש ישיבה, און די כלה האט געלערנט ביי איר מנהלת, און די שיעורים האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה. פארוואס דארפן די מחותנים צושטעלן באסעס צו קומען און אהיימגיין פון די שמחה? ווער ס'וויל זיך מיטפרייען, קען טרעפן א וועג צו קומען, און ווער ס'קען נישט טרעפן קיין וועג צו קומען, איז פאר אים ווארשיינליך גענוג זיך מיטצופרייען פון דערווייטנס. איין פראבלעם איז דא, ווען מ'ענדיגט די חתונה זייער שפעט אין די נאכט אריין, און דעמאלט קען מען שוין נישט טרעפן א וועג אהיים - אפילו פאר געלט - צו א צווייטע שטאט. ווען די חתונה ענדיגט זיך אבער א פערטל צו עלף, קען מען נאך רואיג טרעפן א וועג אהיים נאך די חתונה, און זיכער נאכ'ן טאנצן. פארוואס זאל מען קויפן פורניטשער פאר א יונגע קאפל? זיי וועלן זיך עס אפילו נישט אויס, און ווייסן נאכנישט וואס זיי ווילן. זאלן זיי חתונה האבן אין א פורניטשעד דירה, און ווען זיי וועלן זיך שוין אביסל באקענען, וועלן זיי אליין גיין איינקויפן לויט זייער געשמאק. פארוואס ברענט עס צו האבן אלע טייערע פורניטשער די ערשטע מינוט? פארוואס דארף מען מאכן א טייערע באווארפן? טייערע פעקלעך, א טייערע קידוש, א טייערע סעודה צו וואס עס געלאנדעט אלע קרובים און באקאנטע; מען קען עסן א געהעריגע שבת'דיגע סעודה ווי געווענליך, און דער מחותן קומט ארויף נאך די סעודה טרינקען א גלעזל סעלצער און וואונטשן לחיים. ביים קידוש איז פונקט גוט אביסל מזונות און טרינקען, העכסטנס וועט זיין ווייניגער מענטשן וואס וועלן דאס בארעדן אז דער מחותן האט זיך נעבעך אויפגעריסן מיט א מעכטיגע קידוש. פארוואס דארפן די שבע ברכות'ן קאסטן אזויפיל געלט? מ'שלעפט זיך יעדע נאכט צו א צווייטע זאל, און קיינער האט נישט קיין געשמאק און הנאה דערפון. פארוואס זאל נישט יעדע נאכט איינער פון די משפחה מאכן א שיינע נאכטמאל, און לאדענען די חתן כלה צו קומען אויף נאכטמאל. און די זעלבע איז מיט די שבת שבע ברכות וואס די שענסטע זאך איז ווען מ'מאכט א שיינע שבת'דיגע סעודה פאר די נאנטע קרובי המשפחה, און יעדער איז העכסט פרייליך און צופרידן. און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, עס איז ממש נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע דעטאלן וויפיל איבריגע הוצאות מענטשן קענען זיך שאפן פון אונטער דער ערד. דער וואס איז אבער קלוג פאר זיך, ער קוקט נישט וואס יענער זאגט, נאר טראכט מיט די אייגענע שכל וואס עס פעלט טאקע אויס און וואס נישט, דער קען זיך איינשפארן אזויפיל הוצאות ביים חתונה מאכן, און ער וועט קענען צוגיין צו די שמחה מיט אן אמת'ע צופרידנקייט און פרייד. &nbsp; יעמוד יעמוד יעמוד ווי אזוי דער מצוה טאנץ האט זיך דערקייקלט צו דאס אויסזען וואס ס'האט היינט צו טאגס על אדמת אמעריקע, איז שווער צו וויסן. אבער מאמענטאל איז די אנגענומענע געשטאלט פונעם מצוה טאנץ עפעס א מאדנע זאך וואס קיינער אין זאל ווייסט נישט פונקטליך וואס דארף צו באדייטן. דער בדחן הויבט אן מיט'ן אויסרימען ווי שיין די חתונה איז געווען - א זאך וואס ער האט בכלל נישט מיטגעהאלטן. דערנאך גייט עס ווייטער מיט'ן מספיד זיין די זיידעס און באבעס - וועמען ער האט קעגן געלערנט נישט לאנג פריער. און נאכדעם צו די פעטערס וועמען ער האט קוים זייערע נעמען באוויזן אפצושרייבן עטליכע מינוט צוריק. דער עולם איז שוין צו מיד צווייע ביינאכט צו קענען אריינטראכטן מיט א קלארן מח, און פארשטיין דער מצב וואס הערשט אין זאל. שטייט א בדחן און גראמט, קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער איז באמת נישט אינטערעסירט צו וויסן וואס ער האט צו דערציילן. געוויסע זיצן און שמועסן, אנדערע זענען מער בעלי דרך ארץ און ווילן נישט פארשעמען דעם בדחן וועלן זיי נישט רעדן הויך נאר זיצן שטיל און דרימלען. אלע האבן איין ציל זיך צו טרעפן ווי פריער אינדערהיים, און אראפלייגן די קינדער שלאפן. דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט'ן מנהג ישראל צו מאכן א מצוה טאנץ, צו מקיים זיין דעם כיצד מרקדין לפני הכלה. די געשמאקסטע זאך פאר יעדן איינעם וואלט געווען ווען מ'טוט ווען ווי מ'טוט ביי די חתונות אין בית המדרש, דער שמש שטעלט זיך אויף און מאכט א שיינעם "יעמוד יעמוד יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים, און די חתן כלה. און דאס נעמט נישט מער ווי צווישן צוואנציג מינוט און א האלבע שעה. דאס זעט מען יעדעס מאל פון פריש ביי די חתונות אין ישיבה, ווען די משפחה זעצט זיך אוועק צום מצוה טאנץ, און נאך א האלבע מינוט דארפן זיי זיך שוין אויפשטעלן מיטטאנצן מיט'ן זיידן, ווי עס שפרייט זיך אויס א ברייטן שמייכל אויף יעדנ'ס געזיכט, ווען זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן יעצט דארפן אויסהערן דעם בדחן פאר כאטש א האלבע שעה, ביז ווען מ'וועט שוין ענדליך זען דעם ערשטן מצוה טאנץ. די מחותנים האבן זיך שוין געשפארט גאר אסאך ביז'ן אנקומען צום מצוה טאנץ, אבער די ארומיגע משפחה איז דעמאלט די צייט ווען זיי שפירן עס דאס מערסטע אויף די אייגענע הויט. &nbsp; סך הכל די באריכט ווי אזוי די יעצטיגע חתונה איז צוגעגאנגען אין ישיבה, קענט איר ליינען דא; אבער די שמחה און געשמאק וואס האט זיך געשפירט אין זאל בשעת די חתונה, דאס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, דאס קען מען נישט איבערגעבן פאר איינעם וואס האט דאס נישט געשפירט און געזען מיט די אייגענע אויגן. א פשוטע חתונה אין א בית המדרש, האט אלע טעמים אין די וועלט. אלע באטייליגטע, אלע משפחה מיטגלידער פון ביידע זייטן, די פילע רבנים און דיינים וואס האבן אנטייל גענומען, אלע אנשי שלומינו, די פילע אידן וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, און אפילו די פילצאליגע מענטשן וואס האבן בלויז געוואלט אריינשטעקן דעם קאפ צו זען ווי אזוי אזא סארט חתונה זעט אויס; האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי אזוי אזא ביליגע און פשוטע חתונה, איז פיל מער פרייליך און געשמאק פון די גאר טייערע חתונות, וואו מ'האט פארשווענדעט אזויפיל אידיש געלט פאר אומזיסט, וואו בלויז די בלומען האט דארט געקאסט פיל מער ווי די גאנצע חתונה אין בית המדרש. אזא שטילע חתונה, שרייט מיט אזעלכע הויכע אומבאנומענע קולות. עס שרייט אריין אין די אויערן פון יעדן מחותן, אין די אויערן פון יעדן רעכט דענקיגן מענטש, אז ס'איז שוין צייט אפצולאזן די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן, וואס מ'קען שוין נישט אויסהאלטן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה". עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון. רבותי! ס'איז צייט אויפצושטיין פון שלאף! דאס זייפן-בלעזל האט שוין לאנג געפלאצט, מיר דארפן אנהויבן טראכטן פאר זיך אליין אז דאס איז נישט דער וועג ווייטער אזוי צו גיין! די נשמה דארף נישט ארויספליען יעדעס מאל מען מאכט חתונה! מען זאגט א ווערטל אז די נשמות פון די זיידעס קומען אראפ צו א חתונה ווייל זיי זעען ווי די נשמות פון די מחותנים פליען ארויס, קומען זיי זיי אנטקעגן מקבל פנים צו זיין... לאמיר אויפהערן צו קוקן אויף סטאנדארטן, לאמיר אנהויבן קוקן אויף זיך, לאמיר מאכן א ווינט, אן אטמאספער, אז מען קען חתונה מאכן ווי אזוי מען וויל, עס זאל זיין א נארמאלע זאך אז מען קען חתונה מאכן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אן דארפן מורא האבן אז יענער וועט לאכן. זאל דער רבונו של עולם שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זאל ער שוין אראפשיקן א רוח ממרום אין די הערצער פון אידישע קינדער אז מען זאל נישט דארפן נאכמאכן א צווייטן. די גאנצע זאך אז עס איז דא א געוויסער סארט סטאנדארט וואס אזוי דארף מען חתונה מאכן, זאל שוין בטל ווערן. מען זאל נישט דארפן נאכמאכן דעם עושר'ס חתונה, יעדער זאל לעבן נאר פאר זיך, חתונה מאכן די קינדער נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נאר שמחה און נחת פון קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.

    < זעה מער יג סיון תשע"ט 📝
  • שבע ברכות דורך פוסק הדור מרן גאב"ד קארלסבורג שליט"א

    פארגאנגעם מיטוואך האט די קארלסבורגער קהילה אין בארא פארק געפראוועט א שיינע שבע ברכות לכבוד די גרויסע שמחה פון די חתונה פונעם עטלסטן אור אייניקל בן אחר בן פונעם רב שליט"א. דער רב כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, האט אויפגעטרען מיט גאר ווארימע דברי תורה וברכה, און באווינדערט ווי די שיין חתונה איז געווען און ווי שטארק ער האט הנאה געהאט צו זען א חתונה מיט אן עכטן אידישן טעם אזוי מ'האט זיך געפירט אין אלע דורות, אן פארפאטשקענען אידיש געלט און צייט פאר נארישקייטן, און האט ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער האבן הצלחה מיט זיין הייליגע ארבעט פון הרבצת התורה און אויסגעפירט אז ממנו ילמדו וכן יעשו. כל זכות אבות יגן עלינו &nbsp; בילדער פונעם שבע ברכות

    < זעה מער יא סיון תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1396 to 1410 of 1672 results

1 2 ... 91 92 93 94 95 96 97 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com