Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואסער טענק, וואסער קוועלער, און פאמפ קאנטראל מאשין פון נייעם בנין אין אומאן שוין פערטיג ב"ה

    מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, ווערן מיר ב"ה נענטער און נענטער צום הייליגן פארכטיגן יום הדין, וואס מ'משפט יעדעם איינעם, מי יחיה ומי ימות, וכו' וכו', און מיר אלע פארן בעז"ה צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין די אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. מיר אלע קומען איבער אלע מניעות און שטיינער וואס שטעלן זיך אין וועג, און מיר מאכן א טיקעט און מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, ווי מיר וועלן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן א גוט געבענטשט יאר. זעענדיג דעם געברויך צוצשטעלן אין עיר הקודש אומאן א הייליגע ריינע און רואיגע ווינקל פאר אנשי שלומינו, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעלייגט מיט מסירת נפש אין דעם קאסטבארן און שווערן פראיעקט, און האט אויפגעבויעט א הערליכן ריזיגן בנין אויף א שטילע ווינקל וואס איז שוין באנוצט געווארן פאריאר. איינע פון די פראבלעמען אין שטאט אומאן איז ווי באקאנט, די שטאטישע וואסער סיסטעם. זייער סיסטעם קען נישט דערהייבן צוצושטעלן גענוג וואסער פאר די צוגעקומענע איבער 70,000 אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, און דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז מען זאל גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל שעפן פרישע ריינע קוואל וואסער פון פאראויס, און מ'זאל אינסטאלירן ריזיגע וואסער טענק, מ'זאל עס קענען סטארעדזשן. פאריאר האט מען זיך גענומען צו די ארבעט פון זוכן קוועלער, און מיטן אייבערשטנס הילף האט מען שוין ביז יעצט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן אזויפיל ווי זעקס (!) שפרולדעדיגע קוועלער, וואס פראדוצירן אינאיינעם דעם ריזיגן סומע פון בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג. אזוי אויך האלט מען שוין אויך ב"ה נאכן בויען דעם ערשטן ריזיגן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער וועט ווערן געסטארדזשד, וואס וועט בעז"ה ערמעגליכן א באקוועמע סכום וואסער פאר די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג. און אזוי ווי בעז"ה קומענדיגע יאר וועט גענוצט ווערן נאך שטאקן פונעם בנין צום שלאפן, דערפאר ווערן שוין יעצט געמאכט פלענער צו בויען נאך א גיגאנטישע וואסער טאנק פון קרוב צו 50,000 גאלאן, וואס וועט בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין בעז"ה. יעצט האט מען ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר פאר די אלע איינריכטונגען, די זעקס קוועלער שפרודלען שוין מיט וואסער, די 12,000 גאלאנדיגער טאנק איז שוין אינגאצן פארטיג, און מען פילט עס שוין אן מיט פרישע קוואל וואסער. אזוי אויך איז שוין אינסטאלירט געווארן די פאמפ קאנטראל מאשין (בילד פון קעפל), וואס וועט בעז"ה אנצינדן און אויסלעשן די פאמפס פאר די קוועלער לויטן געברויך.   ויחפרו ... בנח"ל, וימצאו שם באר מים חיים (בראשית כ"ו י"ט)

    < זעה מער כט תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע שפיל מלא תוכן געשפילט אין בית פיגא מיידל קעמפ

    די טייערע קינדער פון מחנה בית פיגא נוצן אויס די זומער וואכן מיט גאר אינהאלטספולע פראגמאען, וואס גרייט זיי צו צום לעבן מיטן אייבערשטן, די קינדער זאלן וויסן אז דער תכלית אין לעבן איז נאר טון דעם רצון ה', מען לייגט אריין כחות אין כיבוד אב ואם, שמחת החיים, אמונה, א.א.וו. נעכטן מאנטאג איז געווען זייער א תוכנ'דיגער שפיל, וויאזוי עס זעט אויס ווען מ'דארף נעבעך גיין צו טערעפיסט וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן, ווי זיין ערשטע דאגה איז צי דער פאציענט האט געברענגט זיין קרעדיט קארד, ווייל אן דעם קען מען אפילו נישט רעדן. וויאזוי דער אזוי גערופענער טערעפיסט מאכט ליצנות פונעם פאציענט. לעומת זה איז ארויסגעברענגט געווארן אז אמונה גלייבן אז דער אייבישטער איז דא און הערט אויס וואס מ'רעדט צו אים, שפארט מען זיך איין די אלע זאכן. מ'האט ארויסגעברענגט אז דער אייבישטער דארף נישט דיין געלט, ער דארף נישט קיין אפוינטמענט, ער קען דיר העלפן, און ער וויל דיר העלפן, און ער וועט דיר העלפן. דו דארספט בלויז רעדן צו אים, און וואס פשוטער אלץ בעסער, און אזוי וועט דיין ישועה זיכער קומען. &nbsp; כי אתה שומע תפלת כל פה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע באזוך פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א שווער פון ראש ישיבה, אין מחנה תפארת התורה ברסלב

    פארגאנגעם ערב שבת קודש פרשת פנחס, האט די קעמפ די געהאט די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם חשובן שווער שליט"א פון ראש ישיבה וואס איז געקומען באזוכן אין קעמפ. עס האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינער שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א, און הגה"צ ר' מרדכי אהרן שליט"א האט זייער הנאה געהאט פונעם באזוך, און ער האט זיך אויסגעדרוקט וואס פארא תענוג און קורת רוח ער האט געהאט פונעם באזוך אינעם קעמפ, און וואס פארא ריינע לופט ברוחניות ובגשמיות מ'שעפט דא. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • הבחור אלחנן ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה שליט"א איז מסיים מסכת תענית 101 מאל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב אלחנן ראטה ני"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, נאך פאר זיין בר מצוה האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן מסכת תענית 101 מאל, ווי מוהרא"ש האט אויסגעלערענט, און האט זיך יעצט גענומען צו ענדיגן מסכת ברכות - וואס איז די לענגסטע מסכת אין ש"ס מיט ווערטער - 101 מאל. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז שוין עטליכע יאר וואס ער מיט זיין זון האבן צוזאמען געלערענט בחברותא דעם הייליגן זוהר הקדוש. דערנאך האט דער מנהל הרב מרדכי אינדיג ארויסגעברענגט אז אלחנן - אויסער זיין גרויס התמדה - איז ער אלץ גרייט ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות מיט וואס נאר עס פעלט אויס. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער כו תמוז תשע"ט 📝
  • נייע הויך קוואליטעט מקוה פילטער אנגעקומען אין אומאן פאר נייעם בנין

    ביים נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן גייט אן פיבערהאפטיג די ארבעט צוצוגרייטן אלעס על צד היותר טוב צו זיין גרייט אויף ראש השנה פאר אנשי שלומינו וואס ווילן פארברענגען דעם יום טוב אין אן אפגעזונטערטן אפגעהיטענעם פלאץ, צוזאמען בדיבוק חברים, מיט דרשות און התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון די וועד קרן הבנין געט מען איבער אז עס איז שוין אנגעקומען די נייע פילטער וואס מ'האט באשטלעט פון א פירמע אין ארץ ישראל פאר קרוב צו 10,000$. פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון אפדעיטס צום בנין אין אומאן אין די לעצטע וואכן: * דער דאך פון דרויסן איז שוין כמעט אינגאנצן פארטיג דרך אגב, דער דאך וואס איז ספעציעל דיזיינט געווארן אויף אזא אופן אז מ'זאל קענען נוצן און הנאה פונעם דאך. אין די צוקונפט וועט דער דאך בעז"ה ארומגענומען ווערן מיט א שיינע שטארק צוים, און מען וועט זיך דארט קענען אראפ זעצן אויפן דאך צו לערנען און הנאה האבן פון די הערליכע פאנארמע וואס מ'קען פון דארט זען. - די אייזענעס פארן צוים זענען שוין אינסטאלירט געווארן. * מ'אארבעט אויף די לעקטער, פלאמבינג און טיילס פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * מ'ארבעט אויף די אינסטאלירונג פון די נייע סאפיסטיקירטע פילטער - ווי אויבן דערמאנט - צו האלטן ריין די וואסער פון די מקוה. * מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער ארום צו צוימען דעם דעם גאנצן שטח ארום, כדי די קינדער זאלן האבן א גרויסע פלאץ וואו זיך צו שפילן אונטער די אויפזיכט פון די מלמדים. * מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער צו באשטעלן נייע טישן און בענק פאר די לאנטש רום, נאכדעם וואס פאראיאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טישן און בענק זענען נישט געווען באקוועם. * בעז"ה וועט מען היי יאר נוצן צוויי שטאק פון די שלאף צימערן, און עס וועט נאר זיין אכט בעטן אין א צימער. אזוי ווי עס איז שוין גאנץ נאנט צו יום טוב, און עס דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט אינעם בנין עס זאל זיין געהעריג צוגעשטעלט, האט דער ראש ישיבה געבעטן אינעם בריוו נעכט מיטוואך כ"א תמוז אז ער זוכט ווער עס קען בארגן געלט פאר א קורצע צייט, כדי ער זאל קענען ענדיגן דעם בנין בעזר השם. פאלגענד איז די בריוו. מיט יעדן טאג נענטער צו ראש השנה, ווערט גרעסער די התרגשות און התעוררות ביי אידישע קינדער צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זוכה צו זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר אן אדוואקאט ביים גרויסן יום הדין, צו ווערן אנגעשריבן אין הימל פאר א זיס ליכטיג יאר אן קיין פראבלעמען און צרות חס ושלום. אלע בעטן אינ'ם בנין זענען שוין אפגעדינגען געווארן אויף דעם יאר, און יעצט קען מען שוין דינגען זיצן אינעם גרויסן היכל בית המדרש פאר די ווארעמע תפלות אום שבת ויום טוב. צו דינגען א זיץ קען מען רופן אדער טעקטסן 347-770-2290. &nbsp; ויאמרו הנה יום הדין!

    < זעה מער כב תמוז תשע"ט 📝
  • פרישע אפדעיטס קומען ארויף בקרוב בעז"ה צום וועבסייט

    געלויבט השי"ת אז נאך אסאך האראווניע און געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן, קומען בעז"ה אין די נאנטע טעג פרישע אפדעיטס צום וועבסייט. געשעפט בעז"ה וועט געעפענט ווערט דער "געשעפט" פעידזש דא אין וועבסייט, וואס דארט וועט מען בעז"ה קענען קויפן אלע ספרים און סידיס, עס די קארדס א.א.וו. וואס ווערט ערצייגט אינעם בית הדפוס, און מען וועט עס באקומען דעליווערט צום טיר. שפעטער וועט בעז"ה צוקומען די מעגליכקייט צו באשטעלן די גליונות, און די בית נצחי, און עס באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. און מיט די צייט וועט אי"ה אויך צוקומען די אפציעס צו קענען דארט קויפן זיצן אין ביהמ"ד אין אומאן, קויפן טיקעטס צו פארן קיין אומאן, א.א.וו. ברסלב סענטער עפּפּ מען לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו מאכן א ברסלב סענטער עפּפּ פארן טעלעפאן, וואס אין דעם דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט און ארבעט, און מיר האפן בקרוב צו קענען אפדעיטן וואו עס האלט. אוידיא שיעורים עס איז ב"ה פארראכטן געווארן די טעכנישע פראבלעמען ביי די אוידיא שיעורים אפטיילונג, וואס האט צוריק געהאלטן די מעגליכקייט פון אפדעיטן די שיעורים כסדר. יעצט האט מען שוין ב"ה אנגהויבן ארויפצולייגן שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, און בע"ה וועט עס ווערן כסדר אפדעיטעד מיט נייע שיעורים פון מוהרא"ש און פון ראש ישיבה שליט"א. נאך אסאך בעז"ה עס איז נאך דא גאר אסאך גראנדיעזע פלענער פארן וועבסייט אויפן צוקונפט בעז"ה. מיר האפן אייך&nbsp; כסדר צו קענען אפדעיטן מיט די אנטוויקלונגען. מהיכן ירק זה חי? די אלע פעולות ציען אריין אין גאר אסאך הוצאות, יעצט האט איר די געוואלדיגע געלעגענהייט ארויסצוהעלפן דעם וועבסייט פינאנציעל, איר איר וועט האבן א טייל אין די געוואלדיגע פעולות וואס האבן שוין מקרב געווען גאר אסאך אידן צום אייבערשטן, און איז מחזק און מעודד טויזטנטער אידן כסדר. &nbsp; צו מנדב זיין דרוקט דעם לינק דא

    < זעה מער כ תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה פון הב' נחמן יואל וועבערמאן בן הר"ר אהרן שליט"א

    פארגאנגענעם שב"ק איז אריינגעגאנגען לעול התורה והמצות הבחור החשוב הב' נחמן יואל וועבערמאן הי"ו פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלבער חדר אין וויליאמסבורג, א זון פון הר"ר אהרן שליט"א, א זון פון הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א, מנהל בית רחל סאטמאר קרית יואל. די סעודת הבר מצוה איז פארקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד בנין אריאל אין קרית יואל, ווי עס איז סערווירט געווארן א באשיידענע סעודה, און מ'האט זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה פונם חתן בחור וואס איז אריין לעול התורה והמצות. דער טאטע האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר זיינע חשובע עלטערן, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט אלץ פון די חינוך וואס זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אין אים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך, אריינלייגן אין די קינדער אז די אמת'ע תכלית אויף דער וועלט איז נאר תורה און מצות. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז פונקט ווי די בר מצוה איז געווען אין שול, זאל דער אייבישטער העלפ ער זוכה זיין אז אויך די חתונה זאל פארקומען אין א שול. היינט זונטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס שמחה אין קעמפ ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בחור צום ערשטן מאל. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יח תמוז תשע"ט 📝
  • סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל

    די וואך מאנטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. מאנטאג נאכט נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט אז אויסער די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם בחור המסיים, דארף מען ארויסהייבן זיין איבערגעגעבנקייט פאר די ישיבה, אז ער גרייט צו דאס עסן פאר די בחורים, און אזוי ווייטער העלפט ער ארויס מיט וואס עס פעלט נאר אויס. און דאס וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן, אז ער וועט מצליח זיין אויך נאך די חתונה, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן מצב. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער יד תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע ברית ביים ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק די וואך-נאכט ביים ראש ישיבה, ביים מלוה מלכה אין קעמפ, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשות חיזוק, ווי דער ראש ישיבה'ס שטייגער איז יעדע וואך אין קעמפ, ווי פילע אידן פון די גאנצע קעטסקיל בערג קומען צו פארן צו קענען הערן דברי התחקות, צו קענען אנגיין ווייטער. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביים גרויס זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א,&nbsp;ווי דער זיידע קארלסבורגער רב איז געווען סנדק, ויקרא שמו בישראל "מנחם".&nbsp; די סעודה איז געווען אין ביהמ"ד, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט, און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז "כשם שנכנס לברית", אז פונקט ווי די ברית איז אין שול "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", אזוי אויך זאל די בר&nbsp; מצוה און די חתונה פארקומען אין שול. דערנאך האבן ביידע געהויבענע זיידעס הגה"צ רב הצעיר דקאלרסבורג שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א גערעדט דברי תורה וברכה, און דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה. דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע אנדערע קינדער, און זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען איבערגעבן די הייליגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אזוי ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יג תמוז תשע"ט 📝
  • שמחות ביים ראש ישיבה - וואך נאכט מוצש"ק אין קעמפ, ברית זונטאג אין בארא פארק

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. ווי עס זעט אויס וועט די ברית אי"ה פארקומען בזמנו. די וואכנאכט וועט אי"ה פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' חקת אין מחנה היכל הקודש ברסלב, 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; די ברית וועט אי"ה פארקומען זונטאג פ' בלק, אין בארא פארק אין ביהמ"ד יראי ה' קארלסבורג, ביים גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, אויף 1556 53 סט. שחרית וועט זיין אי"ה אום 8:30, און דער ברית אום 9:30. די זמנים וועלן בעז"ה זיין גאר פונקטליך. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (דאטירט ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל זיך גיין צו א ברית, ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית, איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב)

    < זעה מער ח תמוז תשע"ט 📝
  • היינט נאכט: רייכע נאכטמאל אין וויליאמסבורג לטובת די בארימטע כולל היכל הקודש ברסלב

    היינט מיטוואך נאכט פרשת חוקת וועט בעז"ה פארקומען א שיינע מסיבה לטובת די בארימטע ברסלבע כולל וואס ווערט אנגעפירט דורכן ראש ישיבה, ווי עס הארעווען אינגעלייט און זענען זיך ממית באהלה של תורה מתוך הדחק, טייערע אברכים וואס תורתם אומנתם, און זענען זיך משלים אין די הייליגע ווענט פון כולל מיטן לערנען ש"ס ופוסקים. דער נאכטמאל וועט אי"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו אויף 517 דיקאלב עוו. אין ניי וויליאמסבורג אום אכט אזייגער. עס וועט אי"ה סערווירט ווערן א רייכע נאכטמאל פאר אלע משתתפים. עס וועט אי"ה זיין א רייכע פראגראם. אום 7:45 וועט זיין א טשאלענט באפעי, אום 8:00 וועט מען עסן א געשמאקע נאכטמאל בשבת אחים גם יחד, אום 8:25 וועט מען הערן פון מו"ה יענקי פיש הי"ו איבער "מיין ערשטע ראש השנה אין אומאן", אום 8:45 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה יואלי מאשקאוויטש אי"ה איבער זיין ערשטע זומער מיטן ראש ישיבה, און אום 9:00 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו איבער "מיין זשאב איז גרינגער ווייל איך לעב מיטן אייבערשטן, אום 9:20 וועט מען אי"ה דאווענען מעריב, און אום 9:30 ווען מען האבן א סופרייז גאסט וואס וועט פארשטעלן "איך האב פארלוירן מיין רעצל אין קיעוו". &nbsp; הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד

    < זעה מער ז תמוז תשע"ט 📝
  • ארטיקל: פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער

    איר האט שוין אמאל אריינגעטראכט, איר דארפט ערגעץ פארן אין די מרחקים, איר רופט אן דעם טראוועל אגעט, איר בעט גלייך אָן טראכטן אַן "עקאנאמי קלאס" טיקעט אויפן פליגער, איר קויפט דאס פאר א טויזנט דאלער. איר קומט ארויף אויפן פליגער, איר טרעפט אייער זיץ ערגעץ אין די בעק צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, קוים וואס מ'קען דארט זיצן, נישטא קיין פלאץ אפילו פאר דיין פיס, ליגן? חלומ'ט אפילו נישט דערוועגן. אבער איין רגע, פארוואס נישט חלומען? עטליכע פיס אוועק פון דא זיצן אידן ווי אין א פאלאץ, זיי האבן ברייטע באקוועמע לעדערנע פאטעלן, וואס קען ווערן מיט איין קוועטש פון א קנעפל א געהעריגע בעט, זיי קענען פארמאכן די לייטס ווען זיי שמעקט נאר, זיי באקומען זייער עסן סערווירט ווי פאר א קעניג. פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דארט א זיץ? איך בין עפעס א שלעפּער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? ווי איז יושר? איך האב טאקע קוים געקענט צוזאם קראצן ס'געלט פארן טיקעט אין דריטע קלאס, מיט דעם אלעם, פּאסט דאס דען פאר מיר? "די מחסורו אשר יחסר לו" עפעס אזוי זאגט מען... איך וועל נישט איינרוען ביז איך וועל בארגן, שנארן, גנב'ענען (דהיינו בארגן און באצאלן כשירחיב...) כ'מיין, איך גיי דאך דא פליען א גוטע צען שעה, איך מיין אז עס איז ווערט דאס געלט. אז דער איד וועט קומען צו מיר נאך געלט, גלייב איך אז איך וואלט אים געגעבן לכל הפחות א צוואנציגער, אבער נישט פארן טיקעט, נאר איך וואלט אים געשיקט מיט'ס געלט צום דאקטער. "וואס?" וואלט איך געשריגן אויף אים - "פאר די נישטיגע צען שעה פליען דארפסטו אזוי פארפירן?", "אבער מיין שכן פארט מיט די ערשטע קלאס! וואס איז יושר? פארוואס קומט עס נישט פאר מיר? וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט דאס געלט?" שרייט ער... איך מיין אז איך וואלט אים געזאגט "טאקע ביסט א גרויסע רחמנות, אבער נישט ווייל דו קענסט נישט פארן אויף די ערשטע קלאס, נאר ווייל דו פארשטייסט נישט די פשוטסטע זאכן אין לעבן וואס יעדע קינדערגארטן אינגל פארשטייט... דיר האט דער אייבישטער געגעבן אזא לעבן, דו קענסט זיך ערלויבן א דריטע קלאס טיקעט, פריי דיך מיט דעם. דיין שכן דאקעגן, האט דער אייבישטער געגעבן אביסל מער געלט, קען ער זיך עס יא ערלויבן... ער קען יא, און דו קענסט נישט, דו דארפסט נישט האבן וואס יענער האט. לעב פאר דיך וועסטו האבן א גוט לעבן." זייער פשוטע ווערטער, און מ'דארף נישט זיין קיין איינשטיין עס צו באגרייפן. אבער איין מינוט. אפשר איז דער איד וואס מוז פארן מיטן ערשטע קלאס נישט אזא חסר דעה. אפשר... אפשר... איז ער גאר גערעכט. מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האב איך - געלויבט דעם אייבערשטן - א שידוך געטון. איך בין אין זיבעטן הימל. מ'דארף קויפן א ברעיסלעט. יעדער קויפט עכטע שטיינער מיט טייערע צירונג. מ'דארף קויפן איטאליענע פוירניטשור, טייערע מתנות, א בדחן פאר לכל הפחות טויזנט דאלער, א פאפולערע זינגער, א שיינע זאל זאל וכו', איך קען זיך עס נישט ערלויבן. פינטל. אבער - איך מוז עס טון. וואס הייסט? מיין שכן טוט אזוי, מיין שוועסטער מאכט אזוי חתונה, און בכלל איז עס דאך א "אידישע שמחה", און א אידישע שמחה דארף אויסזען לייטיש! (איך זוך נאך די מקור אויף דעם מאמר, ווער עס ווייסט וועלכע יענטע האט דאס אויסגעטראפן וועט בעקומען די אינטערנאציאנאלע יענטע מעדאל) איך בין דען א שלעפער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? "די מחסורו" שרייען די א.ג. תלמידי חכמים אריין אין מיין אויער, איך האב טאקע קוים דאס געלט אויף א באשיידענע חתונה מיט די וויכטיגסטע געברויכן פאר חתן כלה, אבער מען וועט אויפרודערן א וועלט, מען גייט יעדעם איינשפאנען, אלע שכנים קרובים ידידים יעדער גייט שנארן געלט פאר די חתונה. וואס הייסט, מען קען אים נישט לאזן ווי א שנארער חתונה מאכן! דאס הייסט "בלוט וועט זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין..." דערפאר האב איך באשלאסן, אז יעבור עלי מה, איך פאר נאר מיטן ערשטן קלאס. און - ביטע - ווען איך וועל קלאפן אויף אייער טיר פאר א "איד וואס דארף אן ערשטע קלאס טיקעט אויפן פליגער" - געט מיר א שיינע נתינה. איר קענט מיר נישט אזוי פארשעמען, צו דארפן זיצן צווישן אלע שלעפערס אויף די דריטע קלאס פון הונטן. &nbsp; און פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!

    < זעה מער ו תמוז תשע"ט 📝
  • תלמידים וואונטשן מזל טוב פאר ראש ישיבה לרגל הולדת הבן

    א גרויס שמחה הערשט ביי אלע תלמידים וידידים צום פרייליכן בשורה אז היינט זונטאג אינדערפרי איז געבוירן געווארן צום ראש ישיבה א אינגל. אלע גרייטן זיך צום גרויסן געלעגענהייט ווען דער ראש ישיבה ווען פירן זיין ניי געבוירן אינגל צום פרייליכן גרויס מצוה פון ברית מילה וואס וועט האפענטליך פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת בלק, וואס וועט זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט - ווען אליהו הנביא קומט צום ברית און דער אייבישטער איז מוחל אלע עבירות - זיך צו אויסבעטן אלעס גוטס. אלע תלמידים און ידידים ווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר ראש ישיבה און זיין ווייב תחי'. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זיי זאלן זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון די אנדערע קינדער, זיי זאלן זוכה זיין צו מגדל זייערע זיינע קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט, און זיי זאלן מכניס זיין דעם רך הנולד בבריתו של אברהם אבינו בעתו במזנו. &nbsp; "רבי שמעון בן גמליאל אומר, כל מצוה שקבלו עליהם בשמחה, עדיין עושים בשמחה, כגון מילה" (שבת קל ע"א) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (כ"ט אייר תשע"ז) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (ר"ח אב תשע"ד)

    < זעה מער ד תמוז תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה קלאפט מזוזות אין ברסלב כולל קאנטרי

    יעצט ווען מען פארט ארויס צו די מאונטענס און די מיילדעך האבן זיך אריינגעצויגן אין א נייע קעמפ, האט דער ראש ישיבה באשטימט די באנגעלאוס פון נייע מיידל קעמפ פאר די טייערע כולל אינגעלייט פונעם ברסלבן כולל, וואס איז א יחיד במינה, ווי נאר אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיצן און לערנען פלייסיג און הארעווען און זענען זיך משלים בתורה בש"ס ופוסקים. &nbsp; מען האט זיך אריינגעלייגט וואס שנעלער צו צוגרייטן דאס פלאץ עס זאל זיין פאסיג פאר ערליכע אידן, מען האט באשטימט איין בנין פארן בית המדרש, און דער ראש ישיבה איז געקומען און געשעפט נחת ווי די אינגעלייט זיצן און לערנען פלייסיג, טראץ דעם וואס דער בנין איז נאך בכלל נישט פארטיג און נישט באקוועם צו לערנען דערין. דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט מזוזות אויף די טירן.

    < זעה מער א תמוז תשע"ט 📝
  • געביידע אין אומאן מאכט פארשריט יעדן טאג בעז"ה

    געלויבט דעם אייבערשטן אז אין בלויז 3 חדשים פון יעצט וועלן מיר זיך אלע געפינען אין שטאט אומאן בצל הקודש פון הייליגן רבין אויף ראש השנה תש"פ הבעל"ט. די בוי מייסטערס שטרענגען זיך אן און איילן זיך צו צו ענדיגן דעם בנין, אזוי אז אנשי שלומינו זאלן האבן א רואיגע און ריינע ווינקל אינעם ווירבלענדיגן שטאט אומאן, ווי מיר זאלן קענען פארברענגען די פאר טעג מיט הרחבת הדעת. זינט דעם פארגאנגעם ראש השנה איז שוין געמאכט געווארן אסאך פארשריט:* מען האט ארויפגעצויגן די סטרוקטור פון שטאק 5 און 6.* מען האט שוין ב"ה געענדיגט די דרויסענדיגע ווענט פון אלע 6 שטאקן.* די טרעפ פון פארנט און פון הונטן זענען שוין געענדיגט ביז אויבן.* די עלעוועטער שעפט איז שוין פארענדיגט.* מען האט ארויפגעצויגן די קוימען פאר די צוויי גיגאנטישע בוילערס ביזן דאך. יעצט גייט ווייטער אן די ארבעט פלייסיג:* מ'לייגט יעצט די פעך אויפן דרויסנדיגע דאך, עס זאל נישט אריינרעגענען.* מעענדיגט די 12,500 גאלאנדיגער וואסער טאנק.* מארבט אויף די זעקס קוועלער עס זאל בעז"ה שפורדלען פרישע וואסער גענוג פארן געברויך.* מ'עענדיגט צו אינסטאלירן די צוויי גיגאנטישע הייס וואסער בוילערס.* מ'ענדיגט די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, די טיילס, און בית הכסא'ס. מיר אלע הערן דעם הייליגן רבינ'ס רוף "ווער עס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה", מיר גלייבן מיט אמונת חכמים אין הייליג רבין וואס האט געזאגט "יעדער זאל קומען, קיינער טאר נישט פעלן", "אויך וועם איך קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען איך פאררעכטן ראש השנה", און מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאל האבן די זכי' צו פאלגן דעם הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות און קומען קיין אומאן אויף קומענדיגן ראש השנה הממשמש ובא, און אויסנוצן די הייליגע טעג זיך אויסצובעטן א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה. פילע האבן זיך שוין טאקע איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי אויך האבן שוין פילע ארויסגענומען א בעט אינעם נייעם בנין, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספער. צו דינגען א בעט קען מען רופן 347-452-1936. &nbsp; "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה"

    < זעה מער ל סיון תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1381 to 1395 of 1672 results

1 2 ... 90 91 92 93 94 95 96 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com