Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סוקסעספולע פארטי דורך די לעידיס אקזולערי לטובת מוסדות היכל הקודש

    נעכטן זונטאג אמור במשך א גאנצן טאג, האבן הונדערטער פרויען געשטראמט צום לעכטיגן ווינקל אין וויליאמסבורג צום עטרת אפעל זאל, אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי עס געפינט זיך די הייליגע ישיבה און תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, און ווי עס קומען פאר כסדר די וועלט בארימטע חתונות בחנם. פרויען פון אלע קרייזן און עידזשעס זענען געקומען שטיצן זיין די הייליגע מוסדות וואס געבט חיות און לעבן פאר זיי דורך די שיעורים, ספרים, קונטרסים, האט ליינס, און אזוי ווייטער. די פארטי איז ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס, און עס איז אריינגעקומען גאר אסאך פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פאר די הייליגע מוסדות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט וועט מען ווייטער אנגיין מיט מער מוט און פלייס צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון הייליגן רבין און מחזק זיין אידן צו לעבן מיטן אייבערשטן ביי יעדן טריט און שריט, און זיך ווענדן נאר צו אים, און אזוי ארויסגיין פון יעדן פראבלעם און פלאנטער. בזכות נשים צדקניות   בילדער פון די פארטי הערליך צוגעגרייט

    < זעה מער ח אייר תשע"ט 📝
  • חודש אייר פרויען צוזאמקום אי"ה היינט נאכט אין וויליאמסבורג

    היינט נאכט, דינסטאג קדושים אום 9:00 אוונעט וועט אי"ה פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום אין בנין הישיבה אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה, חיזוק און עצות, וויאזוי צו קענען לעבן טאג טעגליך מיטן אייבערשטן. אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך. צו הערן ווען און וואו עס וועט פארקומען אין די אנדערע געגענטער, וועט מען בעז"ה קענען הערן אויף די פרויען האטליין 212-444-9169.

    < זעה מער ב אייר תשע"ט 📝
  • יערליכע פרויען פארטי בעז"ה קומענדיגע זונטאג

    קומענדיגן זונטאג פרשת אמור (למספרם מאי 12) פון 11 אינדערפרי, ביז 10 אווענט וועלן זיך בעזרת השי"ת צוזאמקומען הונדערטער חשובע פרויען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט, צום יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, האבן זיך די פארטיס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס, ווען הונדערטער פרויען האבן זיך באטייליגט און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז יעדע פרוטה גייט פאר די טייערע קינדער אינגלעך בחורים און מיידלעך וואס ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, און גלייכצייטיג שעפן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות. דאס יאר איז ערווארטעט א פיל גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי, די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים. די וועלכע קענען זיך נישט פערזענליך באטיילגן ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקסטעשן 101. אויך קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1. אויך קען מען מנדב זיין אנליין &nbsp; בזכות נשים צדקניות!

    < זעה מער א אייר תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום מארגן מיטוואך תזריע אין אלע היימישע שטעט

    מארגן מיטוואך נאכט וועט פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה פאר די טייערע אידישע פרויען, ספעציעל פאר די קומענדיגע הייליגע פסח טעג הבעל"ט. אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך. איבעראל וועט עס זיין בעז"ה אום ניין אזייגער&lrm; אווענט. די לאקאציעס זענען אי"ה ווי פאלגענד: וויליאמסבורג: אין ישיבה, 27 סקילמאן סט. קרית יואל: שניצלער, 6 גארפיעלד רד. #303 מאנסי: ביהמ"ד היכל הקודש, 32 דאלסאן סט. דזשערסי סיטי: ביהמ"ד היכל הקודש, 47 איסטערן פארקוועי בית שמש: אדרעס קענווי איילענד ענגלאנד: רופט מרת דעפריסס 07787919493 ווער עס וויל אראנדזשירן א פרויען צוזאמקום אין זיין געגענט, קען רופן אין אפיס 718-384-1652 &nbsp; בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו

    < זעה מער כו אדר ב' תשע"ט 📝
  • "אומאן פארברענג" מארגן דינסטאג נאכט פאר פרויען אין היכל הישיבה

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם דינסטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כג אלול תשע"ח 📝
  • פלעי "די פארלוירענע בת מלך" דרוך די בית פיגא סקול

    די מיידלעך פון "בית פיגא" סקול גייען אויפשפילן די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך, די פלעי וועט זיין צוויי מאל דינסטאג נאכט און מיטוואך נאכט, אום 7:45 אויף 27 סקילמאן סט. די פרייז איז צען דאללער, עס ערווארט א גאר שיינע שפיל, עס לוינט זיך צו קומען.אינעם בית פיגא סקול לערט מען אויס די קינדער פון יונגט אן די ריינע אמונה, און די קינדער וואקסן אויף מיט א בחנ'טע תמימות וואס דערקענט זיך אויף די קינדער. &nbsp; די אלע וואס זענען געווען ביי די שפילן אין די פארגאנגענע יארן, האבן מורא'דיג הנאה געהאט, צו זען ווי די קינדער לעבן מיטן רבינס עצות. די שפיל האט אויפגעשפילט די מעשה און מוסר השכל די געוואלדיגע עצות וואס מיר קענען ארויסנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כ סיון תשע"ח 📝
  • יערליכע פארטי פאר די מוסדות

    &nbsp; דעם קומענדיגן זונטאג קומט פאר די יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, ווען מ'האט אנגעהויבן מאכן די פארטי, האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות.&nbsp;דאס יאר איז ערווארטעט פיל א גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי. די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים. די פארטי וועט פארקומען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. דעם קומענדיגן זונטאג פ' תזריע מצורע, פון 11 אינדערפרי, ביז 10 ביינאכט. די אלע פרויען וועלכע קענען נישט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקס. 101. אדער קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1. בזכות נשים צדקניות! &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כז ניסן תשע"ח 📝
  • הערליכע נייע האטליין פאר פרויען: חיזוק פאר די אידישע שטוב

    טעגליכע געדאנקען; הערליכע שיעורים און שמועסן; פערזענליכע מעשיות פון תפלה פון פרויען,&nbsp;מיידלעך, און קינדער; רעסעפיס; טיפס; שאלות ותשובות; אידישע ניגונים; און נאך די פריידיגע נייעס איבער די הערליכע נייע האטליין פאר פרויען, "חיזוק פאר די אידישע שטוב", איז בליץ שנעל צעשפרייט געווארן איבער די אידישע וועלט. טויזנטער פרויען רופן אריין טאג טעגליך און האבן אן הנאה רוחניות וגשמיות פון די פילע שיינע אפטיילונגען אויפ'ן האטליין. קנעפל 1, טעגליכע געדאנקען, ווערט אפדעיטעט יעדן טאג מיט א קורצע הערליכע געדאנק, וואס נאכ'ן דאס הערן הויבט זיך אן דער טאג גאר אנדערש. קנעפל 2, דרשות און שיעורים, ווערט כסדר אפדעיטעט מיט אינהאלטספולע שיעורים אויף פארשידענע ענינים, חיזוק אויף אלע געביטן, וואס בלאזן אריין א פרישער גייסט אין די צוהערער. דער קנעפל איז איינגעטיילט אין פארשידענע חלקים, דרשות פאר פרויען, דרשות פאר מיידלעך, לענגערע שיעורים, און קורצערע שמועסן. קנעפל 3, מעשיות פון תפלה, ווערט יעדן טאג אויפגעפרישט מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכע מעשיות וואס פרויען דערציילן פון זייער אייגענע ערפארונג ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן אין אן עת צרה דורך די פשוטע עצה פון רעדן צום אייבערשטן. דער אפטיילונג איז איינגעטיילט אין דריי, באזונדער די מעשיות פון תפלה פון פרויען, באזונדער פון גרעסערע מיידלעך, און באזונדער פון קלענערע קינדער. קנעפל 4, שאלות ותשובות, ווערט כסדר צוגעלייגט נאך שאלות ותשובות, אלע סארט שאלות וואס קענען זיך מאכן אין א אידישע שטוב, וואס איז דער ריכטיגער וועג דאס צו באהאנדלן אויפ'ן בעסטען פארנעם. קנעפל 5, רעסעפיס און טיפס, גוטע אויספרובירטע רעסיפיס און טיפס ווערן כסדר ארויפגעלייגט אויף דעם אפטיילונג, וואס קומט שטארק צוניץ פאר די חשובע באלעבאסטעס. קנעפל 6, אידישע ניגונים, ווען מען טוט די שטוב ארבעט איז די בעסטע זאך זיך צוצוהערן צו די ווארימע און פרייליכע אידישע ניגונים, אנגעפולט מיט אזויפיל אמונה און בטחון און פילע עצות אין לעבן, וואס בארואיגט די נערווען און מאכט פרייליך דעם געמיט. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ווערן צוגעלייגט מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע און אינהאלטסרייכע אפטיילונג צום האטליין, צו די צופרידענהייט פון די פילע אריינרופער. די נומערן צו רופן דעם האטליין זענען ווי פאלגענד;&nbsp;212-444-9169, אדער קען מען רופן פון אפסטעיט אויף&nbsp;845-414-8426, אויך האבן מיר צוגעשטעלט א לאקאלער נומער אין ענגלאנד&nbsp;03303502363, און מיר האפן בקרוב אויך צו האבן א לאקאלער נומער צו רופן פון ארץ ישראל. רופט אריין און שעפט אן עונג רוחני וגשמי פון יעדע מינוט וואס איר זענט אויף די ליין. &nbsp; חכמות אשה בנתה ביתה!

    < זעה מער כד חשון תשע"ח 📝
  • הערליכע "אומאן פארברענג" פארגעקומען די וואך

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע "אומאן פארברענג", וואו די חשובע פרויען פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו שטארקן אינאיינעם אויף די גרויסע זכי' אז זייערע מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אהיימצוברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדע פרוי וויל האבן די זכי' זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. עס איז געווען א שיינער פראגראם, א רייכע מאלצייט איז סערווירט געווארן, עס איז געהערט געווארן שיינע דרשות, עס איז געווען א פאנעל פון דריי פרויען וואס האבן געענטפערט פראגעס איבער אומאן, און ס'איז געוויזן געווארן אן אינטערעסאנטע סלייד פרעזענטאציע, פון וואס די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט. איש את רעהו יעזורו! &nbsp; צו זען די דרשה פונעם ראש ישיבה ביי די פארברענג

    < זעה מער כג אלול תשע"ז 📝
  • "אומאן פארברענג" דורך די פרויען פון אנשי שלומינו

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם מיטוואך פ' נצבים-וילך הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כ אלול תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 25 of 25 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com