בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#216 - נעם זיך פאר ביים ציון א שטארקע גוטע קבלה לזכות דיין שידוך
שידוכים, אומאן, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, מיין הארץ פלאצט פאר דיר אז דו האסט נאכנישט דיין שידוך, דיין משפחה האלט מיר פאר היתכן איך טו נישט פאר דיר, איך מאך נישט קיין שידוך פאר דיר; מה אומר לך, איך קען עפעס מאכן שידוכים? איין זאך וואס איך קען טון, איך בעט יעדן איינציגסטן טאג פאר דיר, היינט בין איך געווען ביים ציון, איך האב אזוי שטארק געבעטן פאר דיר, איך האלט עס נישט אויס.


איך בעט דיר זייער זאלסט גיין צום ציון און דארט וויינען צום רבי'ן ער זאל דיר העלפן; גיי נישט אוועק פון ציון ביז דו שפירסט אז דו האסט גע'פועל'ט. מאך א געשעפט מיט'ן רבי'ן, נעם זיך פאר ביים ציון א שטארקע גוטע קבלה וואס דו גייסט טון, אדער עפעס אין סור מרע וואס דו גייסט נישט טון לזכות דיין שידוך און שטארק זיך באמונה שלימה אז דו וועסט צוריק קומען די אנדערע יאר מיט א טלית.


בעט פאר גאנץ כלל ישראל, בעט פאר די גאולה כלליות, מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם ביטערן גלות.

#215 - האב נישט מורא פון חתונה האבן
שידוכים, התחדשות, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפאלן וכו' - מיינט נישט אז אלע זענען אזוי; עס איז נאריש צו טראכטן אז אלע שידוכים וואס מען רעדט פאר דיר זענען אזוי ווי די ערשטע.


האב נישט מורא פון חתונה האבן, מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך; דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - דארף מען חתונה האבן, דער אייבערשטער זאגט מען דארף האבן קינדער - דארף מען טון די מצוה, מען דארף נישט מורא האבן.


וואס איז געווען איז געווען, קוק נישט צוריק, טראכט נישט פון דיין עבר, פון דיין ערשטע זיווג; יעצט איז צייט חתונה צו האבן אזוי ווי די תורה זאגט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אלע מחשבות און בלבולים זאלן אוועק גיין.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#214 - אויב דו ווילסט נישט די שידוך זאג "ניין"
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנטלויפן איז נישט קיין עצה; אז דו ווילסט נישט - זאג "ניין", קיינער נייגט דיר נישט. אויב דו ווילסט נישט די שידוך זאג "ניין"; אבער דאס איז נישט גערעכט פון דיר, צו פארשווינדן ווערן.


אז מען שמועסט זיך אפ צו טרעפן מיט'ן מיידל און מען ווערט פארשווינדן - איז נישט גערעכט; די מיידל ווארט אויף דיר און מען ווייסט נישט וואס צו זאגן.


קיינער וויל נישט טון וואס איז נישט גוט, איך ווארט צו הערן פון דיר.

#213 - לאז זיך נישט נאך, דיין ישועה וועט זיכער אנקומען
שידוכים, אמונה, התחזקות, צדיקים, אומאן, התחדשות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., איך בעט דיר דערהאלט זיך, איך בעט דיר פון מיין הארץ געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך. איך ווייס אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף דיין שידוך, דו האסט שוין געטון אלע סגולות און אזויפיל גוטע זאכן, דו האסט שוין נישט קיין כח צו גלייבן אז עס גייט טאקע געשען, אז דו גייסט יא טרעפן דיין שידוך. דאך בעט איך דיר פון מיין הארץ, בלייב גלייבן, בלייב שטארק, ווער צוריק שטארק; האב נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין ספיקות אין אמונה, אידישע קינדער בלייבן שטארק אפילו זאל זיין וואס זאל זיין.


דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צוקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


דאס איז די גרויסקייט פון די צדיקים, ביי זיי איז אלץ גוט, זיי גלייבן אזוי שטארק (ברכות ס:): "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד"; און דאס איז די זאך פון הייליגן רבי'ן, ער ברענגט דאס אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן, פארגרעבטע און מגושמ'דיגע מענטשן, מיר זאלן אויך האבן אן השגה אין איידלקייט, מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך. מיר פארן יעצט צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן דיין שידוך, אבער געדענק, דאס וועט נאר געשען אז דו וועסט זיך נישט נאכלאזן, דו וועסט ארומגיין פרייליך, דו וועסט זיך אנטון שיין, פרישע וועש; גיין אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; זיך קובע זיין שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן ע"ו); זיין פרייליך, נישט ארומגיין מיט א זויערקייט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#212 - איך בין זיכער אז דו וועסט פועל'ן דיין שידוך אין אומאן
שידוכים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר, שטארק זיך, בלייב א איד; געב נישט אויף, זיי שטארק מיט דיין עבודות השם, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר פארן יעצט צום רבי'ן, מיר גייען אלע קיין אומאן זיין ביים רבי'ן ראש השנה; דער רבי וועט אונז אלע מתקן זיין, דארט וועלן מיר פועל'ן גרויסע ישועות.


איך בין זיכער אז דו וועסט פועל'ן דיין שידוך אין אומאן; געב נאר אכטונג נישט צו ווערן אוועק געשלעפט אין אומאן אין נישט גוטע פלעצער. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין אין ערגעץ, גלייך פון עירפארט קומען קיין אומאן. מאך נישט קיין סטאפ אין קיעוו, נישטא וואס צו טון דארט, מען קען זייער גרינג אראפפאלן רחמנא לצלן, און אין אומאן זאלסטו זיין מיט גוטע חברים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#211 - יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה
שידוכים, הכרת הטוב, סיום

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה אין וויליאמסבורג, פאר'ן איבערפעינטן און איבערסקרעיפן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר צוריק אין שטאט זונטאג לסדר כי תבוא לאומאן, איך האף די דירה וועט זיין גרייט. לאז מיר וויסן וויפיל עס קאסט, איך וועל דיר באצאלן ביזן לעצטן פרוטה.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, איך בעט פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג דו זאלסט טרעפן דיין שידוך און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


שרייב מיר ווייטער דיינע סיומים; איך האב אזוי הנאה צו זען אז דו האסט מסיים געווען די פינף און פופציגסטע מאל מסכת חגיגה און דו האסט יעצט מסיים געווען די צוויי הונדערט זיבן און צוואנציגסטע מאל משניות.

#210 - ער איז א וואוילער און אן ערליכער
שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע דעם שידוך פון ... נרו יאיר; ער איז א גאלדענער מענטש, ער האט גאלדענע מידות. אויך איז ער זייער א ווארעמער, א הארציגער, ממש פוטער, ממש נישטא אזעלכע ווייכע גוטע מענטשן; ער איז ביי מיר זייער טייער, איך האב אים זייער ליב.


ער איז זייער אן ערליכער, א ירא שמים, ער וויל אויפשטעלן א ווארעמע שטוב; ער וויל א חסידי'שע שטוב, גייט ארויס רעדן מיט אים וועט איר זיך אלעס אליינס איבערצייגן, ווי טייער ער איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#209 - איך ווייס ס'איז דיר זייער ענג, אבער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
תפילות אויף אידיש, שידוכים, התחדשות, פרישע כוחות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מיט דיין עבודות השם. איך ווייס אז עס איז דיר זייער ענג, דו ביסט צעבראכן אויף פיץ פיצלעך; שוין אזויפיל יארן ווארטסטו אויף דיין שידוך, דו זעסט נישט קיין שום שטראל פון ליכטיגקייט, מען טראגט דיר גארנישט אן, אלע דיינע חברים האבן שוין שטובער מיט קינדער, דו ביסט אזוי צעבראכן.


דאך בעט איך דיר טייערער ברודער, דראפע זיך מיט אלע דיינע כוחות; דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך, בלייב פריש. טו זיך אן שיינע זויבערע קליידער, מאך זיך שיין דיין בארד און פיאות, לאז זיך נישט נאך. והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער טאטע, דערבארעמדיגער פאטער, געב מיר מיין שידוך; געב מיר מיין פאר, געב מיר מיין באשערטע, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס, איך קען זיך מער נישט דערהאלטן, איך האלט אין איין פאלן, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל אראפ אין גראבע ביטערע עבירות.


טאטע זיסער, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט טון קיין עבירות; העלף מיר, שטארק מיר, ברענג מיר מיין שידוך ווייל איך קען נישט מער".


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות; די תפילות וועלן ארויפגיין צום אייבערשטן, שפאלטן אלע הימלען און דיר ברענגען דיין ישועה.


 

#208 - מען פארלירט נישט קיין שידוך אז מען איז ערליך
שידוכים, מוסדות, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע וואס סטראשען אז מען קען נישט טרעפן קיין שידוך אויב מען איז מקושר צום רבי'ן – דאס איז א גרויסער דמיון, מען פארלירט נישט קיין שידוך אז מען איז ערליך, מען פארלירט נישט קיין שידוך דורך עבודות השם; עס איז א נסיון וואס פרישע מקורבים גייען אריבער.


די שאלה איז, פארוואס דארף מען זאגן פאר'ן שדכן אז מען איז מקושר צום רבי'ן? ווער דארף וויסן אז מען הערט שיעורים? בפרט פרויען און מיידלעך, ביי זיי איז דאך בכלל נישט שייך מען זאל וויסן אז זיי האבן חיות פון רבי'ן, עס איז א זאך וואס דארף קיינעם נישט שטערן.


ביי בחורים און אינגעלייט איז דא אומאן, איינמאל א יאר דארף מען פארן קיין אומאן; דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן קומען צו אומאן אויף ראש השנה, דאס קען מען נישט אויסלאזן, דעמאלט קען ארויסקומען די באהאלטענע סוד אז מען איז ברסלב (מען קען דאס אויך באהאלטן מיט שכל), אבער ביי פרויען און מיידלעך איז נישטא קיין אומאן.


די שאלה האב איך צו אלע פרישע מקורבים וואס וויינען אז מען רודפ'ט זיי; ווער הייסט אייך זאגן איר זענט ברסלב? ווער הייסט אייך מאכן מחלוקות? די פרישע מקורבים זענען געווענליך זייער צוהיצט, זיי ווילן נישט ארבעטן מיט שכל און חכמה, זיי אליינס מאכן זיך די מחלוקות.


יעצט זענען געקומען צו אונז א משפחה און אריינגעלייגט די קינדער אין קעמפ, די אינגלעך מיט די מיידלעך, און די עלטערן זענען געקומען צו מיר וויינען אז די מוסד וואו זיי שיקן די קינדער א גאנץ יאר האט זיי איינגעמאלדן אז מען נעמט נישט צוריק זייערע קינדער, ווייל זיי זענען זומער אין ברסלב. מיר האט דאס זייער וויי געטון, פארוואס זאל מען ארויסווארפן קינדער פון מוסדות אויב זיי קומען זומער אין ברסלב'ער קעמפ?! איך האב אונטערגעשיקט איינעם, א משפחה פונעם מנהל דארט, פרעגן פארוואס טוט מען דאס צו ברסלב, ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך בין גערעכט, עס האט גארנישט מיט ברסלב, עס זענען די פרישע מקורבים וואס האבן נישט קיין שכל, זיי רייצן זיך. דער מנהל זאגט, פאריאר זענען די קינדער געווען אין ברסלב'ער קעמפ, נאכן זומער ווען זיי זענען צוריק געקומען האבן זיי חוזק געמאכט פון די מוסד וואו זיי לערנען, זיי האבן געזאגט: "ברסלב איז די אמת", "נאר ברסלב", "אלעס חוץ ברסלב איז שקר"; עס איז געווארן א מהפכה אינעם מוסד, האט די הנהלה באשלאסן אז אויב די קינדער גייען נאכאמאל צו ברסלב, זאלן זיי בלייבן ביים אמת, זיי זוכן נישט קינדער וואס וועלן איבערדרייען זייער מוסד.


דאס איז אויך די סיבה פארוואס ישיבות ווארפן ארויס בחורים וואס פארן קיין אומאן; ווייל די בחורים, די פרישע מקורבים - זענען צוהיצט, זיי שטורעמען זייער ישיבה מיט ברסלב, ביז מען ווארפט זיי ארויס; וואלטן זיי געהאט שכל זיך נישט צו רייצן מיט קיינעם - וואלטן זיי געקענט זיין אין ישיבה אן דעם וואס מען זאל זיי רודפ'ן, זיי וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן, זיך מחי' זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


אזוי איז אויך מיט הערן די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן; פארוואס אין דער וועלט דארף מען זיך רייצן מיט אנדערע? דערפאר פארשטיי איך נישט פארוואס דער שדכן דארף וויסן אז מען שעפט חיות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#207 - מיר גייען אריבער זייער גרויסע נסיונות אין די היינטיגע דור
בחור, שידוכים, נסיונות, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך זע דו האסט חלישות הדעת, דו האסט געבארגט א טעלעפאן פון איינעם און געזען ווי יענער שרייבט זיך מיט א גרופ פון עבירות, מען שמועסט זיך אפ רחמנא לצלן, רחמנא לצלן; דו ביסט אזוי צעטומלט 'וואס גייט דא פאר? וואו בין איך אויף דער וועלט?'


וויסן זאלסטו אז מיר גייען אריבער אין די היינטיגע דור זייער גרויסע נסיונות, מען פרובירט אונז אויס מיט שווערע ביטערע עבירות, בפרט בחורים, אויף זיי איז א גרויסע רחמנות. קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן זיין ערליך, זיי ווילן זיין אפגעהיטן, אבער זיי קענען נישט. זיי האלטן און איין פאלן אין שווערע ביטערע זינד, פגם הברית רחמנא לצלן; עס זענען דא וואס פאלן נעבעך אין נשג"ז רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן; נישט אז זיי ווילן דאס, זיי פאלן אין דעם באונס, זיי קענען זיך נישט קריגן מיט'ן יצר הרע.


אז דו האסט דאס געזען, דו האסט געזען ווי מען שמועסט זיך אפ צו טון עבירות רחמנא לצלן – ווייזט מען דיר פון הימל דו זאלסט מתפלל זיין פאר זיי, דו זאלסט טון עפעס פאר זיי, פרובירן מאכן שידוכים, רעדן מיט זיי, רחמנות האבן אויף זיי.


דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן זוכן גוטס ביי אנדערע, מיר זאלן דן זיין יעדן איינעם לכף זכות, אפילו א רשע גמור (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב). מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט: "איך וועל ארויפקומען אין בית דין של מעלה, איך וועל מאכן א רעש און א טומל מען זאל נישט דן זיין בחורים לכף חובה ווייל זיי ווילן אלע זיין גוט, זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן זיין גאנץ, כל זמן זיי זענען אליינס – פאלן זיי".


איך בעט דיר זייער, קוק גוט אויף יעדן איינעם; כל זמן מען זעט שלעכטס – איז מען נישט ביים אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא:) חנה האט געזאגט פאר עלי הכהן: "לֹא אָדוֹן אַתָּה, לַאו אִיכָּא שְׁכִינָה וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ גַּבָּךְ, שֶׁדַּנְתַּנִי לְכַף חוֹבָה וְלֹא דַּנְתַּנִי לְכַף זְכוּת", עס קען נישט זיין דו האסט רוח הקודש אז דו קוקסט שלעכט אויף מיר.


אידישע קינדער זענען הייליג און טייער, זיי פאלן נעבעך אומוועלנדיג; זיי ווילן זיין גוט.

#206 - עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער
בחור, שידוכים, טעלעפאן, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק אזוי ארויס אויף דיר, איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, איך טראכט שוין א גוטע שידוך פאר דיר; יעצט הער איך אז דו האסט א טעלעפאן, דו האסט גענומען א נישט גוטע וועג, האסט זיך געטראפן חברים וואס שלעפן דיר אראפ; א שאד, א שאד, א שאד דו ביסט נישט שטארק צו זאגן "ניין" פאר'ן יצר הרע.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכו' וכו', עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט זיך פירן מיט יראת שמים, דו וועסט לערנען און דאווענען, דו וועסט זיך חבר'ן מיט בחורים וואס האבן יראת שמים, רעדן נישט קיין מיאוס'ע רייד – וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך; דו וועסט ברענגען נחת פאר'ן אייבערשטן, נחת פאר דיינע עלטערן און נחת פאר דיר אליינס.


בארעכן זיך, זיי נישט נאריש; עס ווארט דיר א שיינע עתיד.

#205 - די ישועה איז שוין נאנט, דו וועסט פארגעסן אינגאנצן פון די צרה
בחור, שידוכים, צרות, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זע דיין צעריסענע הארץ, איך זע דיין ווייטאג, ווי שטארק דו ווארטסט שוין צו טרעפן דיין שידוך, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן כדי צו קענען זיין ערליך, אפגעהיטן פון שלעכטס.


גלייב מיר, איך פרוביר יעדן טאג צו טון פאר דיין שידוך, מיין נישט אז איך פארגעס פון דיר, איך האב אינזין אלע מיינע תלמידים און אלע בחורים וועם איך ווייס, אפילו די וואס לערנען נישט אין ישיבה.


איך בעט דיר טייערער ..., בלייב שטארק, דערהאלט זיך; באלד ווערט טאג, עס וועט פארגעסן ווערן אז עס איז אמאל געווען נאכט. אזוי האט דער מענטש פון וואלד געזאגט פאר'ן אמת'ן בן מלך (ספורי מעשיות, מעשה יא), ווען ער האט געפרעגט וואס איז דאס די גרויסע געלעכטער וואס מען הערט אינדערפרי, האט ער אים געזאגט, די נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס ווען דו קומסט האב איך שוין נישט קיין נאמען? טוט דער טאג א גרויסע געלעכטער, עיין שם.


דאס פאסירט ווען מען איז זוכה צו די ישועה, מען ווערט אזוי פרייליך, מען פארגעסט בכלל אז אמאל איז מען געווען אין א צרה.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#204 - בארד און פיאות איז די שיינקייט פון א איד
תפילות אויף אידיש, שידוכים, בארד און פאות, עזות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי זוהר הקדוש איז א גרויסע איסור צו שניידן די בארד; אז מען שניידט די בארד שניידט מען אפ אלע צינורות וואס ברענגען די שפע.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות, שנייד נישט דיין בארד. דער רבי האט געזאגט: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות"; בארד און פיאות איז דער באווייז אז מען איז א איד, די בארד און פיאות איז דער צלם אלוקים.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קנב ע"א; זוהר הקדוש נשא קלט:): "הַדְרַת פָּנִים, זָקָן", דאס שיינקייט פונעם מענטש איז ווען מען האט א בארד; מיר דארפן זיין שיין אין די אויגן פון די חכמים, שיין איז וואס איז ביים אייבערשטן שיין; אז מיר שפירן אן אנדערע שיינקייט, אז אין אונזערע אויגן איז שיין אן א בארד, מיט לאנגע האר וכו' - דארפן מיר תשובה טון.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל דיר ליב האבן; איך זאל ליב האבן דיין תורה, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי די תורה זאגט מען זאל גיין, איך זאל ליב האבן א בארד און פאות, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי א איד שערט זיך אפ די האר, איך זאל ליב האבן אידישקייט", - וועסטו מיט די צייט באקומען א געפיל צו די זאכן.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל, און דו וועסט מיט איר אינאיינעם אויפשטעלן א אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#203 - א שידוך קומט אן פלוצלינג
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט נישט באזארגט, נאך אביסל זענט איר א כלה, נאך אפאר תפילות צום אייבערשטן, נאך אביסל תודה והודאה פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אונז – און איר זענט א כלה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף", א שידוך איז אזוי ווי קריעת ים סוף; מען זעט נישט גארנישט, מען קען גארנישט טראכטן פון וואו, ווען, ווי אזוי און פלוצלונג געבט דער צדיק א שפאלט דעם ים און מען גייט אוועק פון אלע צרות. אזוי איז א שידוך, מען זעט נישט, מען ווייסט נישט, ביז פלוצלונג: "מזל טוב, כלה!"

#202 - קוקן אויף די טובה פונעם קינד, נישט אויף כבוד המדומה
שידוכים, גאווה, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך ווייס נישט פארוואס איר זענט אזוי ברוגז אויף מיר פאר'ן אנטראגן דעם שידוך.


הדבר הראשון - איך בין נישט קיין שדכן, געווענליך א שדכן האט אן אינטערעסע, ער וויל מאכן די שידוך כדי צו מאכן זיינע פאר דאלער, א טאג נאכן שידוך איז ער שוין נישט צום געפונען. איך בין נישט קיין שדכן, ווען איך מאך א שידוך פאר מיינע תלמידים - איז דאס פאר מיר ארבעט פאר מיין גאנצע לעבן; איך ארבעט ביטער שווער אז מיינע תלמידים זאלן לעבן באהבה, אחוה, שלום וריעות.


שנית, די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.): "דעלך סני, לחברך לא תעביד", וואס דו האסט אליינס פיינט, טו נישט פאר דיין חבר; אז איך האב אייך אנגעטראגן דעם שידוך, וואלט איך דאס געטון פאר מיינס א קינד אויך, איך וואלט גענומען דעם שידוך פאר מיר; חס וחלילה צו טראכטן אז איך וויל אייך ארייננארן מיט עפעס שלעכטס.


איך וועל ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז די שלעכטע זאכן, די לשון הרע'ס וואס איר האט געהערט - זאל ארויסגיין פון אייך; איר זאלט זיך בארעכענען, ווייל אזא שידוך וועט איר נישט טרעפן; בעסערס פון דעם, פאר די טובה פון אייער קינד - וועט איר נישט האבן.


אז איר קוקט אויף אייער כבוד, אויף 'מה יאמרו הבריות?' - דאס יא, עס איז דא אפשר מער כבוד המדומה, אבער בעסערס פאר אייער קינד נישט.

#201 - געב אכטונג אויף די געפילן פון אנדערע בחורים
בחור, שידוכים, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


זיי ממשיך מיט דיין לערנען און דאווענען.


געב אכטונג אויף די געפילן פון אנדערע בחורים; פיר זיך מיט גוטע מידות. גוטע מידות איז דער יסוד פונעם מענטש, יעצט אין די יונגע יארן איז די צייט צו ארבעטן אויף דעם.


איך האב שוין גערעדט מיט דיינע עלטערן א שידוך פאר דיר, א גוטע זאך, א תלמידה פון בית פיגא, א בעלת מידות טובות; מען דארף נאך אביסל ווארטן.


דיר בעט איך, רעד נישט מיט קיינעם פון שידוכים; נישט מיט בחורים און נישט מיט אינגעלייט. דו האסט גוטע עלטערן, פארשטענדליכע עלטערן, זיי ווילן פאר דיר נאר גוטס, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועסטו בקרוב האבן דיין זיווג.


נאכאמאל, ארבעט אויף גוטע מידות; זע צו מקרב זיין בחורים צו וועם דו האסט נישט קיין געפיל, גיי ארויס פון דיין וועג פאר אנדערע, טראכט נישט נאר פון דיר.

#200 - טרעף זיך יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי זיך מחזק מיט די עצה פון התבודדות. נעם אראפ אפאר מינוט, פינף מינוט יעדן טאג; גיי אין א ליידיגע פלאץ, גיי מיט דיין קאר צו א ליידיגע גאס און רעד צום אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, נאר דאס וועט דיר העלפן.


האסט דאך שוין געזען וואס פאסירט ווען מען טראכט 'דער שדכן וועט מיר העלפן, יענער שדכן האט פאר מיר מיין שידוך', ביסט שוין ארויס זיך טרעפן מיט אן א שיעור מיידלעך, ביים סוף האט זיך גארנישט אויסגעלאזט. יעצט איז געקומען די צייט ארויס צו גיין יעדע נאכט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מאל דו וועסט מאכן א פגישה מיט'ן אייבערשטן, דו וועסט רעדן מיט אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט, דו וועסט אים דאנקען אויף דיין לעבן און נאכדעם וועסטו אים בעטן אויף א שידוך, און אז דו וועט זוכה זיין צו לאזן אפאר הייסע טרערן, דו וועסט וויינען: "רבונו של עולם, איך וויל שוין חתונה האבן, איך וויל שוין נישט זיין א פלג גוף, א האלבע מענטש" - די פגישות וועט ברענגען דיין שידוך.


ארויסגיין רעדן מיט'ן אייבערשטן קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט פארן, קומען, גיין וכו' וכו'; וואו דו געפונסט זיך - דארט געפונט זיך דער אייבערשטער.


ברודער, נעם די עצה - וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך האב דיר זייער ליב.

#199 - מען קוקט נישט ביי א שידוך אויב מען איז ברסלב אדער נישט
שידוכים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


מען קען נישט קוקן ביי א שידוך אויב מען איז ברסלב אדער נישט, מען דארף קוקן אויב איז דא א גוטע קרן, אויב איז דא מידות טובות און יראת שמים; יא ברסלב נישט ברסלב - נישט דאס איז אויף וואס מען קוקט.


בכלל וויל איך פארשטיין, ווער איז ברסלב? וואס איז ברסלב? איינער וואס דריידט זיך אין ברסלב מיינט דאס אז ער איז ברסלב? איינער וואס פארט אויף אומאן איז ברסלב? מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט 'מען קען זיין יארן אין ברסלב און נישט האבן קיין שייכות מיט ברסלב'.


איך זאג אייך נאכאמאל, קוקט נישט אויף ברסלב, זוכט נישט איינער וואס איז ברסלב, זוכט א בעל מידות טובות און א ירא שמים; גייט ארויס נאכאמאל זען אויב איז דא חן צווישן ענק. געדענקט, די יארן גייען אריבער, מען קען נישט קוקן אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - טון די שידוך מיט שמחה
שידוכים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פרוביר צו מאכן א שידוך פאר דיין ברודער אבער דיין מאמע איז נאכנישט אינגאנצן איינשטימיג, זי טענה'עט 'וואס דארף מען נעמען די ערשטע שידוך וואס מען טראגט אן?' זי וויל זיך קלויבן; אפשר קענסטו רעדן צו איר שיינערהייט זיך זאל זיך נישט וועלן, זי זאל נעמען די מתנה פונעם אייבערשטן און טון די שידוך מיט שמחה.


בנוגע וכו'; רעד נישט צו קיינעם, דאס איז א סוד. א סוד בלייבט א סוד נאר אז קיינער ווייסט נישט. רעד נישט פון דעם, ווען די פרשה וועט אריבערגיין וועלן מיר קענען רעדן, מען וועט נאך אלעס דערציילן אין פריידן, לעת עתה האט מען גע'מסר'ט, די מוסרים זענען נאנטע, דארף מען שטארק אכטונג געבן.


לערן יעדן טאג די פיר שיעורים: מקרא, משנה, גמרא און מדרש, דאס איז אנטקעגן די פיר וועלטן: אצילות, בריאה, יצירה און עשיה, דאס ברענגט א גרויסע ליכטיגקייט.

#197 - מ'דארף האבן א זכות צו משמש זיין דעם רבי'ן
שידוכים, הפצה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, דו העלפסט די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט; וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף האבן א זכות, נישט יעדער איז זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן; דאס איז א זכות וואס בלייבט אויף אייביג.


האסט אוודאי געהערט די גוטע נייעס, איך האב א שידוך געטון מיט מיין טאכטער תחי', מיט הבחור החשוב החתן הרב ... שליט"א, בן הרב .... דער חתן איז א חשוב'ער תלמיד פון אונזער ישיבה, ער קומט פון זייער א חשוב'ע משפחה; די עלטערן זיינע זענען גרויסע מפיצים, שוין צענדליגער יאר וואס זיי פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ביי מיר איז דאס דער גרעסטער געווינס.


ביי איינעם איז חשוב געלט, מען זוכט ביי שידוכים א געלט משפחה; ביי איינעם איז חשוב כבוד, מען זוכט אנשים מכובדים; ביי איינעם איז חשוב צו זיין א רבי וכדומה, ביי מיר איז דאס גרעסטער כבוד, זיך משדך זיין מיט א משפחה וואס זייער גאנצע תכלית אין ציל איז איין זאך, לאוקמא שכינתא מעפרא, אויפהייבן די שכינה הקדושה פון דער ערד, אריין צו שיינען די ריינע אמונה אין אידישע נפשות, להשקות צמאי חסדך מנחל נובע.


חסדי השם יתברך מיין גאנצע שטוב איז אויף דעם גאנג, 'וואס נאך קען מען טון פאר א צווייטן איד?' און אלע מיינע מחותנים זענען כל כולו הפצה.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט צעקלאפט פון קיינעם, קריג זיך נישט מיט קיינעם - וועסטו זוכה זיין צו זיין א משמש פאר'ן רבי'ן בזה ובבא.

#196 - מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו בלייבן ביים צדיק
קדושה, שידוכים, צדיקים, חסידות ברסלב, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט צוריק געקומען אין ישיבה, האסט בוחר געווען בטוב; איך האף דו וועסט שוין בלייבן דיין גאנץ לעבן אין היכל הקודש.


מען דארף גרויס רחמים פון הימל צו בלייבן ביים צדיק, ווייל די קליפות פארלייגן זיך זייער אויף יעדן איינעם אוועק צו שלעפן פון צדיק; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט יעדן איינציגסטן טאג, מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן. דער רבי קען יעדן איינעם מתקן זיין, דער רבי איז אזוי גרויס, ער קען יעדן איינעם פאררעכטן; רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער ביים סוף תשובה טון און אלעס פאררעכטן".


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין בחורים ביי דיר אין דארמיטארי וואס האבן טעלעפאונס אדער אנדערע כלים וואס מען קען זען עבירות. אויב דיין דארמיטארי וועט זיין ריין פון די כלים וועלן אלע בקרוב טרעפן שידוכים, אבער אויב מען וועט האבן די כלים - וועט אייך זיין ביטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז) אז מען איז מתקן אות ברית קודש ברענגט מען נענטער און נענטער די שידוך, ווידעראום אז מען זינדיגט אין פגם הברית פארלירט מען דעם שידוך.


הלוואי וועסטו פאלגן דיין ראש ישיבה, וועסטו - נאר דו פארדינען פון דעם.

#195 - דער אייבערשטער באצאלט שיין פאר'ן העלפן די מוסדות
שידוכים, מוסדות, תהלים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! אלע זענען אזוי פרייליך פאר דיין שידוך; עס איז א שמחה אין די גאנצע ישיבה, א שמחה פאר די גאנצע קהלה - אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות.


קוק ווי שיין דו ווערסט באצאלט פונעם אייבערשטן פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי, קוק וואס דער רבי באצאלט; דאס איז נאך גארנישט וואס דו וועסט נאך באקומען אין לעבן פאר'ן העלפן די אלע יארן די ישיבה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען ווייטער דיין גאנץ לעבן העלפן די ישיבה; דו און דיינע דורות זאלן זיין געטריי צום רבי'ן, פארשפרייטן די הייליגע לימודים פאר די גאנצע וועלט.


וואס מען טוט - טוט מען פאר זיך אליינס; דו האסט מיר געדרוקט די שיינע גרויסע תהלים, יעצט וועסטו הערן פון דיין כלה תחי' אז זי זאגט תהלים און זי האט גע'פועל'ט איר שידוך - מיט די תהלים וואס דו האסט געדרוקט!

#194 - האלט זיך פריש
מקוה, שידוכים, התחזקות, התחדשות, טעלעפאן, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך האף אז דו דערהאלסט זיך, איך האף דו ביסט נישט מיואש, איך האף דו ווילסט נאך זיין אן ערליכער איד.


פריער האט מען מיר גערופן זיך נאכפרעגן אויף דיר פאר א שידוך, איך האב געגעבן גוטע גרוסן אויף דיר.


איך בעט דיר זייער, אנטלויף נישט; דו שטייסט שוין אט אט ביי די ישועה, יעצט איז נישט קיין צייט צו אנטלויפן. דראפע זיך און דערהאלט זיך, בלייב ערליך, האב נישט צוטון מיט נישט גוטע זאכן.


אנשטאט גיין דא און דארט זוכן גליקן – גיי צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


גיי יעדן טאג אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, דאס איז מתקן פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


 לאז זיך נישט נאך; טו זיך אן פרישע בגדים, האלט זיך פריש, וואש זיך אפ יעדן טאג און ווארף אוועק יעצט פאר קבלת התורה די טעלעפאונס און טעבלעטס וואס מען קען זען אין דעם עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים.

#193 - געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן
בחור, שידוכים, סגולות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב מתפלל געווען פאר דיר אין מירון און אין יבנאל אז דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג.


געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן, גיי אנגעטון איידל; דו ביסט יעצט אין די יארן פון שידוכים, ווילסט דאך זיכער אן איידעלע כלה, אן איידעלע משפחה – דארפסטו זיך אויך אנטון איידל.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען טוט זיך אן, עס איז דא אן איידעלע וועג און פארקערט פון איידל; שטעל זיך אהער שיין, וועסטו באקומען אן איידעלע כלה פון אן איידעלע משפחה.


בלייב שטאלץ מיט דיין בארד און פיאות; דיין בארד איז א דארן פאר אלע משחיתים, דאס היט דיר פון פאלן. בזכות וואס דו האסט בארד און פיאות וועסטו האבן פרנסה בריווח און ישוב הדעת.

#192 - העלף דיין טאכטער זיין וואויל און גוט
חינוך הילדים, שידוכים, לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב באקומען א באריכט פון חדר אין שטעטל, איך האב א גוטע גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר.


דער מלמד שרייבט מיר אז ער האט געלערנט פרשת טהרה 122 פרקים משניות און פיר בלאט גמרא, און אין פרשת אחרי-קדושים האט ער געלערנט 105 פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא.


איך פריי זיך זייער אז ער האט באקומען א חשק צו לערנען.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א קלוגע מיידל, א שארפע מיידל; זי האט אבער לעצטנס אנגעהויבן זיך אונטער צו לאכן פון די טיטשער, זי איז נישט שלעכט, זי איז וואויל, אבער דאס שטערט זייער שטארק די סדר פון סקול. אפשר קענסטו איר ווייזן דעם בריוו, זאג איר אז איך בעט איר זייער זי זאל אויסארבעטן איר נאטור, זי זאל זיין די מיידל וואס פאלגט, די מיידל וואס קאאפערירט, אלע זאלן איר נאכמאכן.


בנוגע די שידוך; איך האב גוטע נייעס, איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.