בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#424 - עוסק זיין אין שידוכים, אפילו מען כאפט בזיונות
שידוכים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דעם שידוך וואס איך האב אנגעטראגן פאר משפחת ...; ער רופט מיר אן אז דער בחור האט איינגעדרימלט אינמיטן די בעשאו. איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן צום בחור און אים מחזק זיין, ווי עס זעט אויס איז ער מיואש, ער האט שוין אויפגעגעבן, מען דארף אים זייער שטארקן.


נישטא קיין גרעסערע מצוה פון עוסק זיין אין שידוכים, און אז מען כאפט בזיונות וכו' - טאר מען נישט אפלאזן די גרויסע מצוה. מיטן מאכן שידוכים לייזט מען אויס די שכינה פון גלות, און מען ברענגט נענטער די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#423 - אפגעזאגט דעם שידוך
שידוכים, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לעבסט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט פאלגן דיינע עלטערן, אדער גיין נאך דיין הארץ וכו'; ביז דערווייל זאלסטו נאכנישט אנטון די קליידער ווי מען גייט ביי אונז חסידים, יעצט זאלסטו גיין אזוי ווי דו גייסט, און דער אייבערשטער וועט העלפן, ווען דו וועסט א חתן ווערן - וועסטו דעמאלט אנטון די חסידי'שע קליידער.


בנוגע די שידוך וואס דיין ראש ישיבה האט דיר גערעדט און דו האסט שוין געהאט א בעשאו, און יעצט האט די מיידל געזאגט ניין, און די שידוך גייט דיר נישט ארויס פון קאפ, דו דארפט אן עצה; ערשטנס, געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט 'אויב איינער דארף מיך נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט'; אז די מיידל האט אפגעלאזט - זאלסטו נישט זיין צעבראכן, צווייטנס - אלע שידוכים וואס מען טראגט אן און עס ווערט נישט, דאס איז אלעס שידוכים; יעדע שידוך וואס מען רעדט נאר, מען טראגט עס אן - איז אויך א שידוך. עס איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך, מען רעדט איינער מיטן צווייטן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך; זאגט דער רבי (ספר המדות אות חתון, סימן ז), אז דאס איז אויך א שידוך, און ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפארן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים. האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב: "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהויבן און נישט ענדיגן - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגע שידוך, עיין שם.


שטארק זיך אין דיין עבודת השם, לאז נישט נאך פון דיין לערנען און דאווענען, און גיי יעדן טאג התבודדות; זוך אויף א שטילע פלאץ און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן. זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און דו ווילסט שוין אזוי שטארק דיין שידוך, וועסטו זען ווי דיין ישועה וועט שוין קומען.


אויך זאלסטו זיך אריבערכאפן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#422 - מזל טוב פאר די הערליכע שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב מזל טוב פאר די הערליכע שידוך פון ענקער טאכטער תחי' מיטן חתן ... נרו יאיר, א זון פון די חשוב'ע משפחה, משפחת ... שיחיו; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, ערליכע געזונטע דורות.


איך האב געהאט יעצט ביי מיר די חשוב'ע מחותנים, זיי האבן געהאט א שמחה, זענען זיי געקומען ביי אונז, זיי האבן געגעסן ביי אונז די סעודות שבת, זיי זענען אזוי צופרידן פון די שידוך; ביידע זענען אויסער זיך פון די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי.


אויך א גריס פון ... נרו יאיר, ער שרייבט מיר כסדר בריוו ווי ער שטארק זיך בעבודת השם, און אויך זיין ווייב תחי', ווי זי לייגט אריין אין די תלמידות יראת שמים, צניעות, מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#421 - פון זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד, דערלייגט מען נישט
שידוכים, היכל הקודש, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, כ"ה שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן איז געבוירן געווארן א אינגל ביי מיין זון שמעון נרו יאיר, מה אשיב לה' כל תגמלוהי עלי, וויפיל דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים.


מען האט מיר דערשראקן אז אויב איך וועל זיין אין היכל הקודש וועל איך נישט מצליח זיין מיט די קינדער, עס וועט נישט גיין קיין שידוכים, עס וועט זיך נישט גוט ענדיגן. דארפסט פארשטיין, עס איז נישט געווען קיין קהילה דא אין אמעריקע, עס איז געווען צוויי מנינים באהאלטענע צדיקים, מען האט מורא געהאט צו רעדן ברבים פון מוהרא"ש, און דעמאלט ווען מיר האבן געעפנט די חדר מיט אפאר קינדער איז דאס געווען אזא געשפעט... איך פלעג יעדן טאג בעטן ביי התבודדות דעם פסוק: "רבונו של עולם, עשה עמי אות לטובה ויראו שונאי ויבושי כי אתה ה' עזרתני ונחמתני", געלויבט דעם אייבערשטן מען האלט שוין דא.


דאס שרייב איך דיר זאלסט וויסן אז יעצט ווען מען דערשרעקט דיר אז דו וועסט נישט קיין שידוכים טון, און וכו' וכו', זאלסטו וויסן אז פון קומען צום רבי'ן און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד - דערלייגט מען נישט, מען פארדינט נאר בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#420 - פארוואס איז דא ווייניג שידוכים?
שידוכים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, דער פראבלעם ביי שידוכים אינעם דור איז – אז מען קלויבט זיך ביי שידוכים. אזוי ווי א פערד, ווען זי עסט גראז מיינט זי אלץ אז ביי יענעם איז די גראז גרינער, ווען אין ווארהייט זענען אלע גראזן אייניג; אזוי איז ביי שידוכים, בחורים און מיידלעך וועלן זיך, מען קען מיינען ווער ווייסט ווער זיי אליין זענען...? און דאס איז דער אריכות הגלות, אז עס איז נישטא קיין שידוכים.


זיי זיך מקבל אז די ערשטער שידוך וואס מען וועט דיר רעדן זאלסטו טון, אזוי וועסטו זוכה זיין אויפצובויען א בית נאמן בישראל.


זיי נישט מוותר אויף דיינע שיעורים קבועים על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), צו לערנען אפילו בלי הבנה; לערן יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, ועוד...

#419 - נישט שטערן א שידוך צוליב די פלאץ וואו מען דארף וואוינען
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וועגן א שידוך וואס מען טראגט דיר אן וכו'; וויסן זאלסטו, א שידוך - און אזוי אויך וואו א איד זאל וואוינען - דאס האט נישט מיטן מענטש, דאס איז פונעם אייבערשטן, און מען קען זיך נישט קעגן שטעלן.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליין געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען דארט וכו' - וויל ער נישט דעם שידוך, ווייל ער וועט זיך נישט געפינען דארט דאס פלאץ. האט אים דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּךְ אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, דו זאלסט חס ושלום נישט שטערן קיין שידוך צוליב די פלאץ וואו מען דארף וואוינען, דו בעט דעם אייבערשטן אז אויב עס איז נישט דיין שידוך - זאלן די אנדערע דאס אפזאגן, דו זאלסט קיינמאל נישט אפזאגן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#418 - נאר מיט די דריי תפלות אין שול, קען מען האבן הצלחה
שידוכים, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט דיר, דו פלעגסט אמאל דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און יעצט זע איך אז דו ביסט מזלזל אין דאווענען.


איך וויל זיין דיין שדכן, און איך טראכט פון א גוטע שידוך פאר דיר, אבער איך וויל מיט דיר זיין אפן, איך קען זיין דיין שדכן נאר אז דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב; אז מען דאווענט נישט די דריי תפילות - איז נישטא קיין טשענס מען זאל מצליח זיין, אזוי ווי א קאר קען נישט פארן נאר מיט געז, און אויך א לעקטערישע קאר קען נישט פארן נאר מיט בעטערי, אזוי אויך קען א איד נישט האבן הצלחה נאר אז ער גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות.


הויב אן פונדאסניי צו גיין אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. אינדערפרי זאלסטו נישט גיין צו דיין ארבעט איידער דו דאווענסט, לאז די גאנצע וועלט קראכן, לאז אלעס צעפאלן, לאז די באנק אין א מיינעס, טו גארנישט פארן דאווענען, נאר נאכן דאווענען זאלסטו לויפן צו דיינע געשעפטן, אבער נישט פארן דאווענען. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "ראוי להזדרז להתפלל תמיד בבקר השכם בכל מה שיוכל", עס איז ריכטיג מען זאל זיך צואיילן צו דאווענען שטענדיג דאס פריסטע וואס מען קען נאר, "כי לפי גדל מעלת התפלה שיקרה מעלתה מאד מאד", ווייל דאווענען איז אזוי גרויס און טייער, אויב מען שטופט דאס אפ - קען מען דאס אינגאנצן פארלירן, "מי יודע אם יזכה אחר כך להתפלל", ווער ווייסט דען וואס וועט זיין, אויב מען וועט נאך קענען דאווענען, "על כן כל מה שיוכל להקדים עצמו ראוי לו לזרז מאד ולהקדים" דעריבער דארף מען דאווענען וואס פריער.


הלואי זאלסטו מיך אויסהערן, וועסטו נישט דערלייגן נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#417 - ווארפסט אוועק די טעלעפאן, ווערסטו א חתן ביז א יאר
חברים, בחור, שידוכים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט מער נישט אין ישיבה, זייט דו האסט א שטילע באהאלטענע סמ'טעלעפאן קומסטו מער נישט, דו ביסט אויף גאנצע נעכט און דיינע יארן גייען דיר אריבער מיט גארנישט.


קום צוריק אין ישיבה, איך האב דיך ליב, איך וועל דיר העלפן מיט א גוטע שידוך, איך וויל דיין תכלית, דו זאלסט גוט חתונה האבן און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


געב זיך אכטונג פון שלעכטע חברים וואס זענען נישט אין ישיבה און פארגינען נישט דיך צו זען ווי דו קומסט אין ישיבה, און בעיקר ווארף אוועק דיין טעלעפאן אין פייער, ווייל דאס איז די טיר צום גיהנום, א שאד פאר דיר און פאר דיין נשמה.


אז דו ווארפסט אוועק דיין טעלעפאן זאג איך דיר צו דו ווערסט א חתן ביז א יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#416 - אט אט קומט שוין דיין ישועה
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, שטארק זיך בלימוד התורה, אין שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; לערנען אפילו בלי הבנה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך ווייס עס איז דיר זייער שווער, דו דארפסט דיין שידוך, דו שפירסט ווי דו גייסט אראפ פון זין פון ווארטן אזוי לאנג, איך ווייס אז דו ליידסט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, און עס איז דיר זייער שווער, דו פאלסט אראפ, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן, לעבן א הייליג לעבן, א ריינע לעבן, איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך, כי קרובה ישועתך לבוא, אט אט איז דיין ישועה.


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן, וויין צו אים: "באשעפער איך וויל חתונה האבן, באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך ווייל זיין הייליג".

#415 - דאס ביסל זיצן אין ישיבה, וועט דיר העלפן פאר'ן לעבן
בחור, שידוכים, ישיבה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט מער נישט אין ישיבה; דאס ביסל וואס מען קען זיצן אין ישיבה, ביז די חתונה, קען מען זיך אנזאפן אזויפיל חכמת החיים, אזויפיל עצות און חיזוק פארן לעבן.


קום צוריק, איך ווארט אויף דיר, איך וויל דיר אנטראגן א גוטע שידוך, דיינע טייערע עלטערן ווילן דיך שוין א חתן מאכן, א שאד דאס ביסל צייט וואס דו קענסט נאך הערן די שיינע דיבורים פון רבי'ן – זאלסטו דאס פארפאסן.


איך האף דו ביסט שטארק אין לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מיר האבן דאך געמאכט א געשעפט, אז דו וועסט יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא און דו וועסט קומען צום סיום הש"ס מיט א ווייב און א קינד; איך האף דו ביסט שטארק אין דעם.


אויך זאלסטו נישט מוותר זיין אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין דוקא.



 

#414 - איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ליב דיין ערליכקייט און דיין תמימות, ווי דו שטארקסט זיך צו דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען און מיט דאווענען.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און דערהאלט זיך. איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין דיין שידוך, דו ווילסט חתונה האבן, דו האלטסט מער נישט אויס צו זיין אליין; איך בעט דיר ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז נישט אפ דיין עבודת השם יתברך, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט טרעפן דיין שידוך.

#413 - מ'טוט וואס איז ריכטיג, נישט נאר וואס מען האט ליב
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איר זענט א גוט קינד, איר זענט א טייער קינד, איך האף בקרוב וועט איר א כלה ווערן און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, וואו די שכינה וועט רוען, און ברענגען ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


איך בעט אייך, האלטס אויס דאס ביסל אין סקול, פירט זיך מיט דרך ארץ, שטעלט זיך צו צו די סקול, ווען מען דאווענט - דאווענט מיט, און ווען מען לערנט - זאלט איר מיט האלטן, און אויך ווען מען נייט - זאלט איר מיט נייען, אפילו עס איז אייך גאר ווייניג אינטערעסאנט; דאס אליין איז די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, זיך אויסלערנען אז מען טוט נישט נאר וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט וואס מען דארף טון.


איך בעט אייך מיט מיין גאנצע הארץ, האלטס אויס ביז איר ווערט א כלה; א שאד דאס ביסל צייט וואס איר האט נאך - ארויס צו פאלן פון די ווארעמע היים "בית פיגא", אפילו עס איז אייך ביטער שווער. בעטס דעם אייבערטן א תפילה איידער איר גייט אריין אין קלאס: "רבונו של עולם, געב מיר די כוחות זיך איינצובייגן מיין רוקן ביין און מיין קאפ פאר די טיטשערס, רבונו של עולם געב מיר הכנעה, רבונו של עולם העלף איך זאל קענען פאלגן וואס שטייט דא אינעם בריוו".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר באלד טרעפן אייער שידוך, אבער איך בעט אייך פאלגט מיר.

#412 - עס טוט מיר וויי אז מען פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך בעט נאכאמאל, סיי אייך און סיי אייערע חבר'טעס, מען זאל נישט רעדן קיין ניבול פה. איך הער אז מען רעדט ווייטער פון בחורים, מען רעדט ניבול פה; אויב מען וועט אזוי ווייטער ממשיך זיין - וועל איך פארמאכן ענקער קלאס, ענק וועלן מער גארנישט האבן מיט בית פיגא.


אויך איז די דרך ארץ זייער נישט גוט, ענק לאכן זיך אויס פון די געטרייע טיטשערס; עס טוט מיר זייער וויי.

#411 - די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק
שמחה, שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב צוגעזאגט פאר אלע בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי, אויב וועט נישט אריינקומען כלים וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, קליפס וכדומה - וועלן אלע דירות ווערן ליידיג די יאר, אלע וועלן חתנים ווערן און חתונה האבן, יעצט הער איך אז דו קוקסט מאוויס אין דארמיטארי, וויל איך דיר בעטן, אדער זאלסטו דאס צעברעכן און מיר ברענגען צעבראכענערהייט, אדער זאלסטו שוין ארויסגיין און זיך זוכן א צווייטע אכסניא, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן די שטארקקייט צו תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד.


קוקן מאוויס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט מער דעפרעסט און מער פארלוירן, קוקן עבירות איז אזוי שלעכט, מען פאלט אין גראבע עבירות, מען פארלירט אלעס. די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק - איז שמירת עיניים, זיך היטן די אויגן; אז מען היט זיך די אויגן האט מען אלעס גוטס, און אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען אלעס; מען פארלירט די שידוך, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט אלעס.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין באשלוס איז.

#410 - די ווארט 'באשערט' לאז פאר די אנדערע זייט
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אז מען טראגט דיר אן א שידוך - זאלסטו עס נישט אפזאגן; די ווארט 'באשערט' לאז פאר די אנדערע זייט, זאלן זיי אפזאגן די שידוך, און אז מען זאגט דיר 'ניין' - זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר זאגן עס איז נישט 'באשערט', אבער דו פון דיין זייט זאלסטו זיין גרייט אויף יעדע שידוך וואס מען טראגט דיר אן, זאלסט חתונה האבן נאר צו טון רצון השם יתברך.


געב זיך אכטונג פון די גרויסע פיינט וואס הייסט 'צייט', ווייל מען געבט זיך איין דריי און מען גייט שוין צוריק צום אייבערשטן, און מען מוז חתונה האבן און ברענגען קינדער.


וואויל איז דער וואס וועלט זיך נישט, ער טוט דעם רצון פון אייבערשטן; וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#409 - צניעות ברענגט א גוטע שידוך און ערליכע קינדער
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זוכט אייך נישט קיין צרות, זוכט אייך נישט קיין פראבלעמען, קוקט נישט אויף פרעמדע בחורים און מענער, וואס דארפט איר צרות? אז איר גייט אין גאס אדער איר פארט מיט די באס – זאלט איר נישט קוקן אויף פרעמדע, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון צרות.


אז איר וועט זיך פירן בצניעות - וועט איר באקומען א גוטע חתן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָהּ שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען אז פון איר איז ארויסגעקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך, וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען - דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות - אז פון אים איז ארויסגעקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה, און דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - לאז אפ די זיידענע ווארט פון "באשערט"
שידוכים, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אז מען טראגט דיר אן א שידוך - זאלסטו פון דיין זייט זאגן יא, לאז די זיידענע ווארט פון "באשערט", אויב עס איז באשערט וועט עס ווערן און אפשר איז עס נישט באשערט; לאז דאס פאר די צד השני, אז אויב עס איז נישט באשערט זאלן זיי זאגן ניין, דו פון דיין זייט זאג יא; ווייל עס לוינט נישט צו זיין א פלג גוף, אראפפאלן אין די ביטערע עבירות פון פוגם זיין בברית.


טייערער ..., שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א מלאך הקדוש "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן חתונה האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#407 - אזוי יונג, אזויפיל געליטן, און אזא שטארקע אמונה
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט פון רעדן מיט דיר נעכטן נאכט, בעיקר האב איך הנאה געהאט צו זען ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין, דו ביסט אזוי שטארק, ביסט אזויפיל אריבער אין לעבן, ביסט אזוי יונג מיט אזויפיל געליטן, אזויפיל צער און יסורים ווי מען האט דיך געפייניגט, און דאך איז דיין אמונה שטארק און דיין אמונת חכמים אין רבי'ן און אין די הייליגע תלמידים.


ביסט דאך יעצט געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון, האסט מסיים געווען תהילים, וועסטו זיכער בקרוב טרעפן דיין שידוך, אזוי האט מוהרא"ש מבטיח געווען, ווער עס וועט קומען קיין יבנאל און אויסזאגן תהילים ביי זיין ציון, וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים מאכן א שידוך.


בלייב שטארק, לערן דיינע שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד, זאג ארויס דעם אייבערשטן וואס באדערט דיך, וועסטו זען ישועות.

#406 - הייב אויף דיינע אויגן צום הימל
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די תורה לערנט אונז עצות אין יעדן פרט, ווי אזוי מען זאל זיך פירן, וואס מען זאל טון. אז דו דארפסט א שידוך, דו ווילסט שוין האבן דיין לעבן, עס איז דיר ביטער שווער צו זיין א פלג גוף, אליין, זאלסטו טון וואס שטייט אין די פרשה (בראשית כד, סג), "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה", יצחק איז געגאנגען שמועסן אין פעלד מיטן אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "אין שיחה אלא תפילה" (ברכות כו:), "לִפְנוֹת עָרֶב", פארנאכטס, נאך א פשט, "לִפְנוֹת עָרֶב", עס איז אים געווען טונקל, פינסטער; אז מען האט נישט חתונה, מען איז אליין, איז פינסטער. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", אן א שידוך איז טונקל וכו', יצחק איז געגאנגען דאווענען, בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א שידוך, הייליגער באשעפער איך וויל נישט זיין אליין, איך וויל חתונה האבן", "וְהִנֵּה גְמַלִּים בָּאִים", און ער האט באקומען זיין שידוך.


טייערער ..., גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ, פאר מיט דיין קאר צו א וואסער, צו א שטילע פארק און גיי דארט א שפאציר (אן די טעלעפאן), און בעט דעם אייבערשטן, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, הייב אויף דיינע הענט צום הימל און זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר", אויך דאנק, זאג שכוח אייבערשטער.



 

#405 - נעם אן מיין תשובה און געב מיר מיין שידוך
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אליעזר עבד אברהם, ווען מען האט אים געשיקט ברענגען א שידוך פאר יצחק, וואס האט ער געטון? ער האט זיך אוועקגעשטעלט אינדרויסן פון שטאט און געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי האט ער געקענט ברענגען א שידוך.


פארוואס איז די תורה אזוי לאנג מאריך אין די מעשה? די תורה וויל אונז ווייזן וואס מיר זאלן טון פאר א שידוך, מעשה אבות סימן לבנים, אז מען דארף א שידוך איז דא איין עצה, גיין אינדרויסן פון שטאט אין א שטילע ווינקל, און בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, ברענג מיר מיין שידוך, איך וויל שוין נישט זיין אליין, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין א פלג גוף, א האלבער, הייליגער באשעפער איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין גוט, איך האב חרטה אויף אלעס וואס איך האב געזינדיגט, נעם אן מיין תשובה און געב מיר מיין שידוך, און געב מיר מיין שידוך, און געב מיר א גוטע לעבן".

#404 - ווי מער שלעכטס מען רעדט, אלץ מער שידוכים ווערן
שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט אין ישיבה, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, משניות און גמרא, איך האב זייער הנאה.


אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות, פון דיין צוגעלאזנקייט צו אלע בחורים.


דו זיי ממשיך צו קומען אין ישיבה, דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מבטיח געווען פאר די בחורים אין ישיבה אז אלע וועלן טרעפן גוטע שידוכים. ווען מוהרא"ש פלעגט קומען אין ישיבה פלעגט ער חזר'ן די הבטחה, אז אלע בחורים אין ישיבה וועלן גוט חתונה האבן, און אזוי איז, צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים, די ישיבה שטייט שוין קרוב צו צוואנציג יאר און שלעכטע מענטשן זוכן נאר צו רעדן שלעכט, און ווי מער שלעכטס מען רעדט – אלץ מער שידוכים ווערן.


קוק נישט קיין מאוויס, אפילו וואס דו טראכסט אז עס איז נישט שלעכט, קוק נישט גארנישט, האלט ריין דיינע אויגן.

#403 - וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך
בחור, שידוכים, ישיבה, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט אין ישיבה לערנען און דאווענען, איך האף צו זיין דיין שדכן בקרוב.


גיי יעדן טאג התבודדות, וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך, בעט אים איבער, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין. דערצייל אים ווי שווער דיינע נסיונות זענען, ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר און ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


שמועס אויס בפרטי פרטיות ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט; מיט די שטילע ווערטער וועסטו מאכן א רעש און א טומל אין הימל, די שטילע ווערטער פון התבודדות איז אטעם באמבעס, עס וועט אראפנעמען פון דיר אלע דינים און אלע מקטריגים.


זאג פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיך נישט, איך וויל אזוי שטארק זיין א צדיק, נישט פוגם זיין, און איך האלט אין איין אראפפאלן, העלף מיר, געב מיר מיין שידוך, געב מיר א ריינע לעבן".


זיי פרייליך מיט אלע כוחות.


 

#402 - אז מען רעדט אייך א שידוך, זאגט וואס איז אייער ווילן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, ווי דאס לעבן איז אייך געווארן שיין און זיס מיט די עצות און שכל פון רבי'ן, אייער כיבוד הורים איז געווארן אזוי גוט, אזוי אויך אייער צניעות, און זייט איר זענט מקורב צום רבי'ן האט איר באקומען אן עקל צו גיין אנגעטון ווי די אומות העולם.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א שידוך א בחור וואס האט א געפיל אין הייליגן רבי'ן און וויל אויך אויפשטעלן א שטוב מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און אודאי און אודאי אז איר זענט גרייט זיך אפצושערן נאך די חתונה - זאלט איר אזוי טון, און אז מען רעדט אייך א שידוך קענט איר זאגן אז דאס איז אייער ווילן, איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט נישט קיין קליפות אין שטוב, אזוי ווי מוהרא"ש און אלע צדיקים האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#401 - אז דו וועסט נישט תשובה טון, וועסטו רחמנא לצלן פארשניטן ווערן
שידוכים, תשובה, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי דערשראקן פאר דיר אז דו טוסט עבירות מיט דיין שוועסטער; די תורה זאגט (ויקרא יח, ט), אז מען טוט עבירות מיט א שוועסטער באקומט מען כרת; דאס איז אויסער דעם וואס נאך א פאר יאר, ווען זי וועט חתונה האבן - וועט איר מאן דיך פארשעמען פאר אלעמען, דו וועסט נישט קענען קומען צו קיין שמחות ביי די משפחה, דו וועסט נישט קענען אהיים קומען צו דיין טאטע מאמע, מען וועט דיך פארשעמען, מען וועט דיך פארטרייבן; אלע וועלן אוועק נעמען די קינדער פון דיר, קיינער וועט דיך נישט לאזן קומען צו זיי אין שטוב.


ווער ווייסט אויב דאס איז די סיבה פארוואס דו האסט נאכנישט דיין שידוך; אז דו וועסט תשובה טון וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דו וועסט טרעפן א שידוך, און אז נישט - וועסטו רחמנא לצלן ווערן פארשניטן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#400 - די שידוך איז שוין אנגעגרייט נאך פון פאר'ן געבוירן ווערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ו' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט פאר אייער שידוך, ווייל אייער שידוך איז שוין אנגעגרייט נאך פון פאר איר זענט געבוירן, נאך פאר איר האט בכלל געטראכט פון חתונה האבן, און אז אייער מאמע זאגט אייך "פאר צוויי דריי יאר וועסטו נישט קיין כלה" – זאלט איר נישט צעבראכן ווערן, און חס ושלום זיך מתחצף זיין, ווייל די טאג וואס איר גייט חתונה האבן איז שוין אויך אנגעשריבן, אויך די פלאץ וואו אייער חתונה גייט זיין (אין ישיבה) – איז שוין אויך אנגעשריבן.


זארגט נישט, זייט ממשיך מיט אייערע גוטע מידות, און זייט מכבד אייערע עלטערן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און כבוד, אפילו עס איז אייך שווער.


איר זאלט האבן א זיס יאר.