בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#91 - יעדע שידוך וואס מ'רעדט, ברענגט נענטער דיין ריכטיגע שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט צעבראכן פון דעם וואס דו האסט נאך נישט געטראפן דיין שידוך, און אז פון אלע שידוכים וואס מען רעדט וכו' און מען טרעפט זיך וכו' - ענדיגט זיך מיט א 'ניין', ביים סוף ווערט נישט דער שידוך.


וויסן זאלסטו אז דאס איז אויך א שידוך, דאס דערנענטערט דיין שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חתון, סימן ז): "הַשִּׁדּוּךְ שֶׁדּוֹבְרִים", ווען מען רעדט א שידוך, "אַף-עַל-פִּי שֶׁאֵינוֹ נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ בְּעַצְמוֹ", דאס איז אויך א שידוך, "גַּם זֶה מִן הַשָּׁמַיִם", דאס איז פון הימל, "וְהַשִּׁדּוּךְ לְחוּד עוֹשֶׂה רשֶׁם בּוֹ וּבָהּ".


ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט, און עס דערנענטערט צום ריכטיגער שידוך, עיין שם.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., דראפע זיך און דערהאלט זיך, דו וועסט שיין חתונה האבן און האבן שיינע דורות; דאס וואס דו גייסט אריבער יעצט איז א שטארקע נסיון פאר דיר, צי דו וועסט בלייבן שטארק און זיך נישט פארלירן.

#90 - ווער עס העלפט דעם רבי'ן איז זוכה צו שיינע זאכן
שידוכים, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער עס העלפט דעם רבי'ן איז זוכה צו שיינע זאכן. דער רבי האט געזאגט: "ביי ווען איך נעם - געב איך"; ווער עס העלפט דעם רבי'ן באקומט שיינע מתנות אין לעבן.


דעריבער בעט איך איך דיר זייער, אז דו האסט זוכה געווען אין די מצוה פון רייניגן די סקול זאלסטו דאס טון מיט דיין גאנצע הארץ; טו עס מיט א שמחה און נעם נאך מיידלעך זאלן העלפן רייניגן די סקול. איך וויל נישט ברענגען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די הייליגע קינדער, ריינע מיידלעך - ער זאל דארפן רייניגן די סקול. נאר מיידלעך זאלן רייניגן, מיידלעך זאלן האבן די אחריות צו האלטן ריין דאס פלאץ, נישט איבערלאזן קיין עסן.


במשך אלע יארן אין ישיבה, די אלע תלמידים וואס האבן געהאלפן די ישיבה, זיי האבן געהאלפן מיט'ן רייניגן וכדומה – די האבן זייער מצליח געווען אין לעבן, און דאס זעלבע מיט די מיידלעך, די אלע תלמידות וואס האבן געהאלפן די סקול האבן שיין חתונה געהאט און לעבן א גוטע זיסע לעבן. בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער אנהאלטן די זכות פון העלפן די סקול, עס זאל זיין זויבער און ציכטיג, וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע דורות.


דו קענסט ווייזן די בריוו פאר דיינע חבר'טעס, זיי זאלן אויך העלפן רייניגן די סקול און זיין אחריות'דיג.

#89 - גיי אנגעטון איידל וועסטו באקומען אן ערליכער בחור
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער פאר דיין בריוו און איך פריי זיך אז דו האסט געענדיגט תהילים די ערשטע מאל אין דיין לעבן.


הייב אן נאכאמאל תהילים, זאג יעדן טאג תהילים; אין תהילים ליגן אלע ישועות און אלע ברכות.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, וועסטו זען גרויסע ניסים.


זע צו גיין אנגעטון איידל וועסטו באקומען אן ערליכער בחור, א בחור מיט יראת שמים. אז דו וועסט אכטונג געבן צו גיין אנגעטון צניעות'דיג און צו רעדן צניעות'דיג  - וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מאכן שידוכים
שידוכים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער עוסק זיין אין מאכן שידוכים, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מאכן שידוכים; די מצוה איז א בחינה פון מת מצוה, ווייל עס זענען נישט דא צופיל וואס זענען עוסק אין דעם, אפילו די וואס זענען עוסק אין דעם דארפן זייער אסאך חיזוק, ווייל מען ווערט פארשעמט, מען כאפט אריין זאפטיגע בזיונות וכו', וכו'.


פרעג איר אויב זי קען אנטראגן דעם שידוך פון ... פאר ...; לדעתי איז א שאד אז עס זאל זיך אפהאלטן צוליב די לבוש. איינמאל ער וועט רעדן מיט איר וועט ער מסכים זיין צו גיין ווייטער, ער איז זייער א וואוילער און א קלוגער. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני  זוהר, תיקון כא, דף ס:) אז א טיפש קוקט אויפ'ן קלייד, אבער א חכם קוקט וואס ליגט אונטער'ן לבוש; איינמאל ער וועט זיך טרעפן און רעדן וועט ער ארויסגיין פון זיין קטנות, ער וועט מסכים זיין חתונה צו האבן לשם שמים און אויפשטעלן אידישע דורות.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט'ן מפיץ זיין דעם רבינ'ס ליכט פאר אנדערע, בעיקר פאר בני הנעורים, בחורים און מיידלעך; ווייל אויף זיי גייט אריבער ביטערע נסיונות וכו', און נאר דער רבי האט א שפראך צו זיי.

#87 - דו העלפסט מיר אזוי געטריי
שידוכים, מוסדות, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך באקום כסדר א באריכט פונעם מוסד, סיי פון חדר און סיי פון סקול – ווי געטריי דו העלפסט ארויס מיט יעדן פרט וואס מען דארף.


יעדע חסד וואס א מענטש טוט מיט א צווייטן איז זייער חשוב, אבער ווען מען טוט חסד מיט א מוסד, מען בויט מוסדות וואס פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, דאס איז נאך מער חשוב ביים אייבערשטן.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך; "ווען?" ווייס איך נישט, "מיט וועם?" ווייס איך אויך נישט, אבער דאס ווייס איך זיכער, אז דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב בזכות וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי; דו ווארסט נישט אויף קיין כבוד וכו', דו העלפסט מיר אפילו איך ווייס נישט דערפון; וואס דער מנהל בעט דיר, וואס די מנהלת בעט – ווערט געטון גלייך, דורכדעם וועסטו זיכער זוכה זיין צו אלעס גוטס.


זע צו זאגן משניות; פרוביר צו זאגן ח"י פרקים יעדן טאג, אויב דו קומסט נישט אן צו זאגן אכצן פרקים זאג וויפיל דו קענסט.

#86 - מען נוצט נישט אויס קיין זכותים ווען מען בעט דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלט אייער בריוו.


יעדע זאך וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; מען נוצט נישט אויס קיין זכותים ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאכן, פארקערט מען באקומט מער און מער זכותים.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, "כִּי הַתְּפִילָּה הוּא שַׁעַר, שֶׁדֶּרֶךְ שָׁם נִכְנָסִין לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", תפילה והתבודדות איז די טויער אריין צו קומען צום אייבערשטן.


בנוגע אייער שידוך וכו', וויסן זאלט איר אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


אז איר ווילט א בחור וואס האט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, זאלט איר דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס באקומען; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִּכְרַז בַּשָׁמַיִם", דורך תפילה קען מען טוישן אפילו די שידוך וואס מען האט אויסגערופן אין הימל; אזוי ווי מיר זעען אז לאה האט געדארפט חתונה האבן מיט עשו הרשע, אבער זי האט נישט געוואלט חתונה האבן צו אזא רשע, האט זי געוויינט, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כט, יז): "וְעֵינֵי לֵאָה רַכּוֹת" - פון אסאך וויינען, אז זי זאל נישט אנקומען צו עשו; זי האט געבעטן דעם אייבערשטן אז זי וויל חתונה האבן צו א צדיק, צו יעקב אבינו, ביז דער אייבערשטער האט אויסגעהערט איר תפלה, זי האט חתונה געהאט מיט יעקב אבינו און זוכה געווען אויפצושטעלן די הייליגע שבטים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#85 - יישר כח פאר'ן מיר העלפן באצאלן די חובות
שידוכים, אמונה, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן באצאלן די חובות אין וואס איך בין אריינגעפאלן; איך דארף יעצט באצאלן ניינציג טויזנט דאללער, איך ווייס נישט פון וואו איך וועל עס באצאלן ווען עס איז הכיס ריק ואין בו.


מיין גאנצע נחמה איז "כי אליך עינינו", מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן; ווען איך קוק אויף צוריק זע איך אז עס איז א שאד צו זארגן, דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער וועט מיר זיכער העלפן ווייטער. אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועסטו זוכה זיין, און איז נישט וועט א צווייטער זוכה זיין, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט מיר העלפן.


שטארק זיך, האב נישט מורא, דו וועסט טרעפן דיין זיווג. דער אייבערשטער ווארט צו הערן א תפלה פון דיר, ער וויל הערן דיין קול, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים ב, יד): "הַרְאִינִי אֶת מַרְאַיִךְ, הַשְׁמִיעִינִי אֶת קוֹלֵךְ כִּי קוֹלֵךְ עָרֵב וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה", דיין קול איז זיס.


פאלג דעם רבי'ן; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און בעט: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א איד, איך וועל חתונה האבן און זיין אן אדם השלם"; זאג עס איבער אן א שיעור מאל.

#84 - וויפיל מאל דו פאלסט נאר, הויב זיך צוריק אויף
קדושה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל בעט איך דיר זאלסט נישט זיין ברוגז אויף מיר אז עס נעמט אזוי לאנג ביז איך שרייב דיר צוריק אויף דיין בריוו, זיי מיר דן לכף זכות, איך בין זייער פארנומען, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן אויף אלע בריוון.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות נישט צו ווערן צעפאלן, אפילו דער יצר הרע האלט דיר אין איין אראפ ווארפן, ער ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – איין מאל און נאכאמאל און אן א שיעור מאל, דאך זאלסטו צוריק קומען צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים.


מוהרא"ש שרייבט (ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור): עס איז דא א מלאך הקדוש "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין חתונה צו האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (קוק עס נאך).


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., זיי זיך נישט מייאש, הייב אן פונדאסניי, הייב אן נאכאמאל זיין אן ערליכער איד, און אפילו דו וועסט דארפן אנהייבן טויזנט מאל זאלסטו מאכן טויזנט התחלות, דער רבי האט דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן האט ער געמאכט טויזנט התחלות אין איין טאג.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זיך יעדן טאג מתבודד זיין מיט דעם:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט ווער איך נאר מער און מער דערווייטער פון דיר. טאטע זיסער, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי ווייט פארקראכן פון דיר, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים.


הייליגער באשעפער, איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף מיר, נישט חס ושלום א תירוץ אויף וואס איך טו, נאר א שטיקל לימוד זכות. עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך און ריין ווילאנג איך בין אליין. איך וויל חתונה האבן, איך וויל א ווייב וואס זאל מיר אפהיטן פון שלעכטס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אזוי לאנג אליינס, נישט אז דאס איז א תירוץ אויף מיינע מעשים. איך ווייס אז איך בין שולדיג, איך זאג דיר צו טאטע זיסער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר".


אזוי און נאך מער זאלסטו טענה'ן מיט'ן אייבערשטן, וועט קומען דער הייליגער מלאך און ארויף נעמען דיינע תפילות, און דו וועסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דיין ראש ישיבה.

#83 - פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס
שידוכים, שלום בית, חתן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע טייערע כלה ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט אהבה, אחוה, שלום וריעות. דער אייבערשטער זאל רוען צווישן אייך.


בנוגע אויב חתן כלה זאלן רעדן צווישן זיך; מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן צווישן זיך, און אז די עלטערן זענען נישט מסכים דארף מען דאס מאכן מיט חכמה וד"ל.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות. די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצוה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


 

#82 - קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער טאכטער ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זאגן קרבנות הנשיאים וכו'; דער עיקר זאלסטו זאגן תהילים, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן אביסל תהילים. דו דארפסט נאך נישט זאגן "מציאות הזיווג", יעצט זאלסטו זאגן תהילים. פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם גאנצן ספר תהילים, און אז דו קענסט נישט זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים זאלסטו זאגן אין א סדר וויפיל דו קענסט.


אז דו זעסט א מיידל איז שטיל, זי רעדט נישט מיט אנדערע און זי האט נישט מיט קיינעם - זאלסטו זיין איר חבר'טע, זאלסט רעדן מיט איר, שפאצירן מיט איר און גיין מיט איר. זאלסט שטענדיג זוכן וועם דו קענסט אויפלעבן, געב א שמייכל פאר יעדן איינעם.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפ'ן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער.


איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן רייניגן די סקול; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דעם רבי'ן, בפרט מיט'ן רייניגן די סקול, אן ארבעט וואס קיינער וויל נישט טון. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט'ן רייניגן די סקול און זאלסט איבער געבן פאר די אנדערע מיידלעך וואס העלפן רייניגן אז זיי טוען זייער א הייליגע ארבעט. איך וויל זייער שטארק נישט האבן קיין גוים אין סקול, און דער לענדלער שרייט אז אויב עס וועט נישט זיין ריין וועלן מיר מוזן נעמען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


יישר כח פאר'ן העלפן מאמי; מאמי זאגט מיר אלץ אז דו העלפסט איר ווי א מלאך פון הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - רבונו של עולם, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן
בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


אז דו ווילסט א שידוך זאלסטו יעדן טאג גיין אביסל התבודדות; זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן.


אין אנהייב וועט דיר דאס זיין שווער, בפרט ווען איינער איז א פארמאכטער מענטש בטבע, אים איז שווער זיך צו עפענען. דאך זאלסטו דאס טון מיט עקשנות יעדן טאג, ביז דו וועסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


איך שרייב דיר א קליינע תפלה אז עס זאל דיר זיין גרינגער אנצוהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער בעיקר זאלסטו רעדן דיינע אייגענע דיבורים:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל טרעפן מיין זיווג און אנהייבן לעבן א הייליגע ריינע לעבן.


הייליגער באשעפער, איך בין צעבראכן אויף פיצ-פיצליך, איך בין א שברי כלי; איך האב קיינעם נישט אויף די וועלט, איך בין איינער אליינס. איך האב נישט קיין משפחה, איך האב גארנישט. אייך זאך האב איך, נאר דיר אייבערשטער און דיין תורה; אנא ה' הושיעה נא, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר".


טייערער ליבער ... נרו יאיר, גיי אביסל שפאצירן צווישן די ביימער, צווישן די פעלדער, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב.


איך בעט און איך דאוון פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג, בפרט ביי פתיחת הארון; דעמאלט בעט איך זייער אסאך פאר דיר און פאר אלע תלמידים.


...

#80 - שטארקטס אייך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נשמות ישראל
שידוכים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי'.


איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ארץ ישראל, שרייב איך אייך אפאר ווערטער.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט אייער עבודת הקודש, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נשמות ישראל. דאס דארף זיין אונזער גאנצע מח מחשבה, אונזער גאנצע שטרעבן – אז מיר קענען משמש דעם הייליגן רבי'ן מיט'ן פארשפרייטן פאר נאך אידן זיינע לימודים, עצות, חיזוק און הדרכה.


ווער עס לערנט אשר בנחל, די בריוון וואס מוהרא"ש האט געשריבן וועט זען ווי מוהרא"ש שרייבט הונדערטער טויזנטער מאל: "מיין גאנצע לעבן איז איין זאך: משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט".


געבטס א גרוס פאר אייער זון הילד הנחמד ... נרו יאיר.


בנוגע די כלה ... תחי', לדעתי איז זי אין א גרויסע סכנה, זי זאגט אז זי וויל זיך נעמען דאס לעבן. זאלט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין; אויב זי וויל אפלאזן דעם שידוך זאל זי דאס טון וואס שנעלער, ווי איידער עס זאל חס ושלום פאסירן עפעס שלעכטס, וד"ל.


איך האף בקרוב צו קומען קיין ארץ ישראל פאר אפאר טעג.

#79 - נישט ליינען קריאת שמע אין א טעלעפאן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סמארטפאון, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): הלל הזקן פלעגט זאגן: "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך וועט נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן, "וְלֹא הַקַּפְּדָן מְלַמֵּד", און א רבי וואס רעגט זיך ווען מען פרעגט אים צו סאך שאלות קען נישט זיין קיין רבי; דעריבער זאלסטו זיך נישט שעמען צו פרעגן און איך וועל דיר ענטפערן מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע דיינע פראגעס.


בנוגע ליינען קריאת שמע וכו'; ענדערש זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו ליינען קריאת שמע פון א סידור ווי איידער צו ליינען קריאת שמע אויף א טעלעפאן; עס איז נישט כדאי צו לעבן פיר און צוואנציג שעה מיט'ן טעלעפאן, נוץ דעם טעלעפאן נאר צו רעדן וכו', אבער פאר אלע אנדערע זאכן, ווי ליינען קריאת שמע, בענטשן ברכת המזון - זאלסטו נעמען א סידור. און פארשטייט זיך אז דאווענען טאר מען אודאי נישט מיט א טעלעפאן, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן צו, סעיף א; משנה ברורה סעיף קטן ה) אז מען טאר נישט האלטן אין די האנט בשעת מען דאוונט קיין שום זאך וואס מען האט מורא אז עס וועט אראפ פאלן.


בנוגע דיין פראגע וועגן זינגען זמירות שבת ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן; א מיידל און א פרוי טארן נישט זינגען ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן, עס וואונדערט מיר ווי עס קען זיין אזאנס אז א טאטע זאל פארלאנגען פון א גרויסע מיידל אזא זאך, קען זיין אז איך האב נישט גוט פארשטאנען די פראגע. מען טאר נישט מיט זינגען אפילו שטילערהייט, און אפילו דער טאטע הייסט דארף מען זיך ארויסדרייען מיט דרך ארץ, און חס ושלום נישט מיט זינגען.


בנוגע שלאפן מיט הויזן; א מיידל טאר נישט גיין מיט הויזן, נישט קיין חילוק בייטאג אדער ביינאכט, אדער ביי עקסערסייז (איבונגען); הויזן פאר א מיידל איז פריצות. אז דו האסט זיך אזוי צוגעוואוינט און עס איז דיר שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון וועסטו באקומען מער שכר, אזוי ווי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך; דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - זינג צום אייבערשטן מזמורי תהילים וועט דיר ווערן גרינגער
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט פרייליך און צופרידן מיט דיין ארבעט, דער אייבערשטער זאל דיר ווייטער העלפן זאלסט שטענדיג זיין פרייליך און צופרידן.


אויף דיין פראגע וועגן קידוש מאכן וכו'; דו קענסט אליינס מאכן קידוש און עסן מזונות וכדומה, אזוי וועסטו נישט דארפן זיין הונגעריג ביז דיין טאטע קומט אהיים און די סעודה וועסטו מיט עסן מיט אים. הבדלה קענסטו יוצא זיין פון דיין ברודער וכו' אפילו ער זאגט נישט קלאר די ווערטער.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל מעג אראפ נעמען די האר וכו'; מען מעג אראפ נעמען די האר אונטער די הענט, דער איסור איז נאר פאר מענער.


אויף דיין פראגע וועגן גיין עדות זאגן וכו'; שטיי אוועק פון די אלע זאכן. האב נישט מורא פון קיינעם נישט; די אלע וואס שעלטן קללות און רעדן פון קפידות די ווילן סתם דערשרעקן, ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קי:): "כָּל דְּקָפִּיד קָפְּדֵי בְּהַדֵּיהּ וּדְלָא קָפִּיד לָא קָפְּדֵי בְּהַדֵּיהּ", ווער עס מאכט זיך נישט צו טון פון דעם, ווער עס לאכט זיך אויס - וועט עס אים נישט שאטן.


אויף דיין פראגע וואס צו טון שבת וכו'; נעם דיר א תהילים און זינג די קאפיטלעך וואס דוד המלך האט געזינגען ווען ער איז געווען ארומגענומען מיט חיות אין וואלד. דוד המלך האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, איז אים גוט געווארן, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ; חלק ב', סימן קיט) אז יעדע מענטש פרובירט מען אויס מיט שוועריקייטן, דער חילוק איז ווי אזוי דער מענטש נעמט דאס; איינער קרעכצט טאג און נאכט, וואס דאס אליינס מאכט אים פיל ערגער זיין מצב, און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן מזמורי תהילים וואס דורכדעם ווערט אים נאכדעם גרינגער.


אמת, דיין צער איז זייער גרויס; דו ווילסט שוין חתונה האבן און אנהייבן דיין לעבן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן צעברעכן, זאלסט זינגען צום אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן אז דו ביסט געזונט און שטארק און אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר.


אויף דיין פראגע אז דיין ברודער גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער, צי די עסן ווערט טמא; א איד איז בחזקות כשרות, דארפסטו נישט מורא האבן פון דעם, דער עיקר זאלסטו מקפיד זיין אז דו אליינס זאלסט אפגיסן נעגל וואסער.


אויף דיין פראגע וכו'; זארג נישט וכו', נאך אביסל וועסטו שיין חתונה האבן, דעמאלט וועסטו הערן פון דיין מאן גוטע ווערטער. יעצט זאלסטו זיך אליינס געבן גוטע ווערטער, ווייל עס קומט זיך דיר אסאך גוטע ווערטער אז דו קענסט זיך דערהאלטן מיט אלע שוועריקייטן, מיט אלע ביטערע טעג וואס דו גייסט אריבער וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - בעט דעם אייבערשטן פאר א שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט קיין חברט'עס פון בחורים; עס איז נישט קיין קלוגע זאך צו רעדן פון בחורים, פון שידוכים וכו' וכו'.


איך פארשטיי דיר זייער גוט אז דו ווילסט חתונה האבן, דו האלסט נישט אויס וכו' און דו ווילסט זיך שוין זען אונטער די חופה; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך שנעל און גרינג, מיר זאלן קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב", אבער מיט חבר'טעס זאלסטו נישט רעדן פון דעם.


זע צו העלפן די מנהלת מרת ... תחי' מיט וואס זי דארף אין סקול, ווען דו העלפסט אין סקול העלפסטו דעם הייליגן רבי'ן; דו ווערסט א משמש ביים רבי'ן וואס דער זכות פון דעם איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#76 - אן אומשולדיגער חתן וואס די כלה דארף אים נישט
תפילה והתבודדות, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך בין אויך זייער דערשראקן פון די פרשה און איך האב גרויס רחמנות אויף איר, בפרט אויף דעם חתן; אן אומשולדיגער חתן גרייט זיך חתונה צו האבן און ער ווייסט נישט וואס ווארט אים אין לעבן, ער חלומ'ט נישט אז זיין כלה דארף אים נישט און וויל אים נישט.


דו זאלסט זיך נישט מבלבל זיין פון קיינעם נישט; דאס מערסטע וואס דו קענסט טון איז "תפילה", דערציילן פאר'ן אייבערשטן דעם סיפור הדברים און אים בעטן עס זאל נישט ארויסקומען קיין ווייטאג פאר קיינעם, עס זאל זיך ענדיגן גוט.


בעיקר זאלסטו בעטן פאר דיר אליינס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז): "וְהָעִקָּר לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ", א מענטש דארף אסאך בעטן פאר זיך, פאר זיינע דורות הבאים און בכלליות פאר אידישע קינדער.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו א גוטע שידוך; איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל זיין דיין שדכן.

#75 - לאז נישט אפ גארנישט פון אידישקייט, דו וועסט טרעפן א שידוך
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און לאז נישט אפ גארנישט פון אידישקייט; אמת, עס איז דיר זייער שווער, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן און דו האלסט עס מער נישט אויס, דו שפירסט זיך ווי א שמאטע; דאך זאלסטו גלייבן באמונה שלמה אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג פאר'ן געבוירן ווערן רופט מען אויס אין הימל ווער די שידוך איז און וועט זיין און ווען עס זאל אנקומען.


נעם די עצה פון רבי'ן; גיי אין א זייט, אין א פלאץ וואו קיינער זעט נישט און וויין צום אייבערשטן, זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך האב מער נישט קיין כח צו זיין א בחור, א פלג גוף; אייבערשטער איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין הייליג און ריין, איך האלט שוין נישט אויס דעם נסיון פון זיין א בחור"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ביז דו וועסט זוכה זיין צו געהאלפן ווערן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#74 - דער אייבערשטער פירט די וועלט; מיר ווייסן גארנישט
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זונטאג פאר דו ביסט געפארן קיין אומאן, ווען דו ביסט זיך געקומען געזעגענען האסטו מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר דיר, ווייל זייט דו ביסט אריבער די פרשה מיט'ן אפלאזן די שידוך ביסטו נאכנישט צו זיך געקומען.


וויל איך דיר יעצט מגלה זיין, וויסן זאלסטו אז זייט דו ביסט געווארן באפאטשט פון די פרשה גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט מתפלל זיין פאר דיר, אויך מיין ווייב און קינדער – אלע זענען מיר נאכנישט געקומען צו זיך פון די פרשה, וויפיל נעכט איז אוועק פון אונז פון דיין פרשה, דאס הארץ רייסט אונז אלעמען.


פון די אנדערע זייט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט אמונה פשוטה, מיר דארפן חזר'ן אן א שיעור אז "דער אייבערשטער פירט די וועלט; מיר ווייסן גארנישט, מיר זענען דא געסט און מיר דארפן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין חשבונות און אן קיין חכמות".


איין זאך זאגן אלע (די וואס קענען דיר), זי האט פארלוירן, עס איז איר שאדן.


אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט זיך דערהאלטן, וועסטו זוכה זיין צו שענער"ס און בעסער"ס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#73 - בעט א שידוך ביים רבי'ן
שידוכים, אומאן, מוהרא"ש, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געלערנט און מסיים געווען פאר פערציג טעג ברציפות גאנץ "מסכת תענית"; פון חמשה עשר באב ביז היינט האסטו מסיים געווען פערציג מאל די מסכתא, זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט טרעפן בקרוב ממש דיין זיווג, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט פאר די בחורים אין ישיבה אלס סגולה א חתן צו ווערן, צו לערנען פון חמשה עשר באב ביז ערב ראש השנה פערציג מאל מסכת תענית.


ווען דו קומסט אן אין אומאן זאלסטו גיין צום ציון און דו זאלסט דארט וויינען צום רבי'ן: "רבי, וואס זאל איך טון? איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט זינדיגן, וואס קען איך טון? איך בין א פלג גוף, א האלבער מענטש, איך דארף מיין צווייטע חלק, איך וויל חתונה האבן, העלף מיר איך זאל טרעפן שוין מיין שידוך".


איך האב דיר אנגעטראגן א שידוך, לאמיר זען צי דאס איז דיר באשערט; איך ווארט צו הערן תשובה פון די מיידל'ס זייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#72 - דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש
שידוכים, מדות טובות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד, הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי. אזוי אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות, דו גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דו העלפסט אזוי סאך און דו טוסט דאס אן טרעטן אויף אנדערע בחורים.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט קיינמאל נישט ענדערן דיין חסידי'שע לבוש; גיי נישט נאך די וואס טוישן זיך – היינט דאס און מארגן עפעס אנדערש, בלייב פעלזן פעסט מיט די חסידי'שע קליידער. געדענק וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר'ן בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיק: "מען קען בלייבן אין אינדיק אפילו מען איז אנגעטון"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "מען קען זיין א פרייליכער בחור, הנאה האבן פון אלע תענוגים אויף די וועלט און בלייבן מיט די בארד און פיאות, מיט חסידי'שע העמדער און הויזן וכו', וכו'".


בית פיגא תלמידות וועלן נאר נעמען בחורים פון ישיבה וואס ווילן אויפשטעלן א חסידי'שע שטוב, גיין אנגעטון חסידי'ש וכו', וכו'.


בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.

#71 - דאס אויסזען פונעם מענטש איז נישט אלעס
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט ערליכע אידישע דורות לשם ולתפארת.


וואס הייסט דו ביסט ברוגז פאר'ן ענטפערן אויפן שידוך "יא"? אז דו האסט זיך מיט אים געטראפן איינמאל און נאכאמאל און דו האסט מיט דיין אייגענע ווילן געענטפערט "יא", און מען האט געמאכט א לחיים, - וואס איז שייך יעצט צו זאגן אז דו ווילסט נישט ווייטער גיין מיט'ן שידוך וועגן זיין אויסזען, אז ער זעט אויס צו א גרויסער חאניאק וכדומה?


איך וויל וויסן וואס איז פשט פון ענטפערן "יא" און א מינוט נאכדעם זאגן "ניין"; דו ברענגסט נישט ארויס אינעם בריוו קיין שום סיבה פאר'ן וועלן אפלאזן א שידוך, סתם צו זאגן אז ער איז א חאניאק וכו', דאס האסטו דאך געזען פאראויס און דאך ביסטו איינגעגאנגען אויף דעם.


עס איז זייער א שווערע שאלה צו ענטפערן, איך וואלט ווען געדארפט הערן מער פרטים פון דיר.


פון אויסנווייניג זאג איך דיר אז נישט אלעס איז דאס אויסזען פונעם מענטש. ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר שמואל הנביא ער זאל גיין זאלבן א קעניג פאר די אידן - איינער פון ישי'ס קינדער, און ער האט געזען אליאב - ישי'ס עלסטער קינד, האט ער געטראכט צו זיך: 'ער איז זיכער דער קומענדיגע קעניג', ווייל אליאב איז געווען א שיינער מענטש און א געבויטע געשטאלט, שטייט דארט אז דער איבערשטער האט געזאגט פאר שמואל הנביא (שמואל-א טז, ז): "אַל תַּבֵּט אֶל מַרְאֵהוּ", קוק נישט אויף זיין שיינע אויסזען, "וְאֶל גְּבֹהַּ קוֹמָתוֹ", און קוק נישט אויף זיין שיינע געבויטע געשטאלט, "כִּי מְאַסְתִּיהוּ", ווייל איך האב אים פאר'מיאוס'ט צו זיין קעניג.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף אים אז ער איז געווען א כעסן (פסחים סו:), פון אינדרויסן האט מען דאס נישט געזען; פון אינדערויסן האט ער אויסגעזען ווי דער שענסטער בחור. האט דער אייבערשטער געזאגט: "כִּי לֹא אֲשֶׁר יִרְאֶה הָאָדָם, כִּי הָאָדָם יִרְאֶה לַעֵינַיִם וַה' יִרְאֶה לַלֵּבָב", א מענטש זעט אנדערש, דער מענטש זעט נאר וואס די אויגן זעען אבער דער אייבערשטער זעט די הארץ.


אז דיינע עלטערן האבן זיך גוט נאכגעפרעגט אויף דעם בחור און זיי זאגן אז ער איז א גאלדענער בחור און דו אליינס ביסט געזיצן מיט אים אפאר שעה און דו האסט מסכים געווען צום שידוך, איז וואס איז יעצט פלוצלינג געשען אז דו עקלסט זיך פון אים?


איך ווארט דאס אויסצושמועסן מיט אייך.

#70 - עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער פון א בחור
קדושה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, דראפע דיר און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות. ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר און דו טרעפסט נישט דיין שידוך; דו האסט שוין געמיינט פון לאנג צוריק אז דו וועסט שוין זיין חתונה געהאט וכו'.


קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער, "עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער פון א בחור"; ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן וואס דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות און מרה שחורה'דיג, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן.


איך בעט דיר זייער, נעם אריין אין דיר די אמונה. וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט דיר אנגעגרייט א שידוך נאך פון פאר דו ביסט געבוירן געווארן, און דו וועסט געהאלפן ווערן בקרוב ממש; דו זאלסט ווייטער טון אלע סגולות וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געגעבן, בפרט די סגולות וואס דער רבי זאגט - זאלסטו מקיים זיין בתמימות ופשיטות.


זע צו זאגן יעדן טאג די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים"; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל ער זאגן אסאך די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; (די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף. דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה). נאכדעם ווען מען ענדיגט זאגן די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים', בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך:


"רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, דאס מאכט מיר אזוי צובראכן און צושאסן איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך און עס גייט מירנישט עס מיעט זיך צו עצבות ווען איך בין אליינס; אייבערשטער, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


שטארק זיך טייערער ... נרו יאיר; דו מאכסט א קידוש השם מיט דיין התנהגות, דיינע מידות און דיין התנהגות איז אויסנאם. איך בעט דיר זיי נישט צעבראכן, נאך אביסל וועט קומען דיין ישועה.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים וואס זענען אונז מחזק, מעודד ומשמח. בפרט אז מיר ווייסן פון מוהרא"ש וואס האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר מיידלעך און בחורים, "מיין זאך איז בחורים" - פלעגט מוהרא"ש זאגן; "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן". מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר בחורים זיי זאלן טענה'ען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך וויל נישט רעדן קיין ניבול פה, איך ווייס אז עס איז נישט גוט צו רעדן די רייד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך היטן פון רעדן ניבול פה".


שרייב מיר נאך בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#69 - מ'טראגט אן א שידוך וואס איז קעגן ברסלב
שידוכים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זיך נישט עקשנ'ען דוקא פאר א ברסלב'ער בחור; דער עיקר דארף מען קוקן אויב דער בחור איז א ירא שמים און א בעל מידות טובות, אז דער מאן איז א ירא שמים און א בעל מידות טובות און די ווייב איז א ברסלב'ע איז ממילא די גאנצע שטוב א ברסלב'ע שטוב.


בנוגע דאס וואס מען טראגט אייך אן א בחור מיט אלע מעלות אבער מען זאגט אייך אז דער בחור איז ממש פייער אנטקעגן ברסלב, און איר ווילט וויסן וואס צו טון ווייל אייער גאנצע לעבן איז דער רבי; איך בין ברור כשמש אז דער בחור ווייסט נישט וואס ברסלב איז, מן הסתם איז ער נישט קיין חסיד פון די אלע וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויף ברסלב, ווייל אויף ברסלב אליינס קריגט קיינער נישט. הכל מודים אז מען דארף לעבן מיט אמונה, הכל מודים אז מען דארף רעדן צום אייבערשטן, הכל מודים אז מען דארף זיין פרייליך און הכל מודים מען דארף קוקן גוט און דן זיין לכף זכות יעדן איינעם; אז מען לייגט אריין די אלע זאכן אין א קאלקעלעיטער קומט אויס דער סך הכל: "שיטת ברסלב".


גייטס זיך טרעפן מיט'ן בחור, רעדטס מיט אים איין מאל און נאכאמאל - וועט איר זען צי עס איז פאר אייך. איר מעגט אים זאגן אז אייער גאנצע לעבן האט זיך געביטן זייט איר נעמט אייער שכל און הדרכה פון רבי'ן.


איך ווארט צו הערן פון אייך בקרוב א מזל טוב.

#68 - עלטערן האבן שוין לאנג פארגעסן וואס א בחור און א מיידל גייען אריבער
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחי' ומחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; דאס דערהאלט אייך אין לעבן נישט אויפצוגעבן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זוכה געווען צו מסיים זיין די צוויי אין פערציגסטע מאל תהילים; זייטס ממשיך מיט'ן זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז אזוי ווי א שטעקן אויף וואס א שוואכע מענטש ליינט זיך אן, ווען א מענטש זאגט תהילים באקומט ער א שטארקע בטחון זיך צו פארלאזן אויפן אייבערשטן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים יח, יט): "וַיְהִי ה' לְמִשְׁעָן לִי", דער אייבערשטער איז פאר מיר א אנלאנער, איך פארלאז זיך אויף אים, איך ליג אויף אים.


בנוגע אייער שידוך וכו', איר ווילט וויסן צי איר דארפט עפעס טון ווען אייערע עלטערן זאגן אייך אז איר זאלסט זיך נישט יאגן, זיי טענה'ן אז נאר שוואכע קינדער דארף מען שנעל חתונה מאכן וכו' וכו', איר ווילט וויסן וואס צו טון; עס נישט דא וואס צו טון, ווייל עלטערן האבן שוין לאנג פארגעסן וואס א בחור און א מיידל גייען אריבער טאג נאך טאג; ווי שטארק זיי ווילן חתונה האבן און ווי שווער עס איז צו זיין אליין; ממילא איז נישט שייך וואס צו טון, איר זאלט ווייטער מתפלל זיין, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך. בעטס פאר ערליכע דורות, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן.


שרייבטס מיר ווען עס וועט זיין נאכאמאל א צוזאמקום אין ארץ ישראל וועל איך אייך שרייבן נאך א בריוו.


 

#67 - די אלע בחורים וואס האבן געהאלפן די מוסדות, האבן זייער מצליח געווען
שידוכים, מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען תורה און טון גוטע מעשים, דאס וועט דיר באגלייטן דיין גאנצע לעבן.


צווישן די בחורים אין ישיבה ביסטו אן אויסנאם; דיין צוגעלאזנקייט צו אנדערע בחורים איז עפעס אויסנאם, דו באנעמסט זיך צו אנדערע בחורים מיט א גוטע באנעמונג, נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו דרייוון א באס, אזוי וועסטו מיר קענען העלפן טראגן און ברענגען די די קינדער פון תלמוד תורה און בית פיגא. איך האף אז דו וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך, אבער ביז דו האסט חתונה, ווילאנג דו ביסט אין ישיבה – זאלסטו מיר העלפן.


געב א קוק ווי די אלע בחורים וואס האבן געהאלפן די ישיבה, די חדר, די מיידל סקול; בפרט די וואס האבן געהאלפן מיט טרענספארטעישן – האבן אזוי שיין חתונה געהאט און האבן היינט צוטאגס כל טוב, אייגענע הייזער און ביזנעסער.


לאז מיר וויסן אויב דו נעמסט אן מיין בקשה.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.