בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#302 - נישטא קיין גרעסערע מצוה פון עוסק זיין אין שידוכים
תפילה והתבודדות, שידוכים, סגולות, שדכנים, חלישות הדעת, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זיי נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז דיין ארבעט פון וואכן לאנג ארבעטן אויף א שידוך - ווערט ביים סוף נישט אויסגעפירט. געב נישט אויף, זיי ממשיך מיט דער זאך, טראג אן וואס מער שידוכים, קוק נישט אויף דעם - אויב עס ווערט יא אויסגעפירט אדער נישט, דו טו דיינס.


הלוואי זאלן נאך אנשי שלומינו עוסק זיין אין די מצוה, מוהרא"ש זאגט, נישטא קיין גרעסערע מצוה פון עוסק זיין אין שידוכים.


זאג יעדן טאג דעם יום תהילים, אויך מאך זיך א שיעור אין ליקוטי תפילות, זאג יעדן טאג תפילות און מאך התבודדות. דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים וכו'" איז מען זוכה צו מאכן גוטע שידוכים.


איך האב אויך אסאך חלישות הדעת ביים מאכן שידוכים, דאך מאכט דאס מיר נישט נישט שוואך, אדרבה, עס מאכט מיר נאר שטערקער, צו מאכן וואס מער שידוכים.


לערן יעדן טאג א בלאט גמרא.

#301 - רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט און צניעות
קינדער, צניעות, בחור, שידוכים, שלום בית, צדקה, חסידות ברסלב, בזיונות, מסורה, אידישע שטוב, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אן ערליכע ווייב, אן איידעלע ווייב - איז מער ווערד פון אלעס אויף דער וועלט. קען זיין דו ביסט יונג, עס רייצט דיך וכו' וכו', אבער איך זאג דיר עס איז נישטא עפעס בעסערס פון איידל, באשיידן און צניעות'דיג.


איך בעט דיר, רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט, ברענג איר נישט אריין נייע דערהערן פון די וועלט; עס וועט אריבערגיין די פאר יונגע היציגע יארן און דו וועסט אזוי חרטה האבן... איך זאג דיר, איך ווייס וואס איך רעד. איך האב אינגעלייט וואס וויינען צו מיר אז זייער ווייב גייט לינקס און זיי קענען גארנישט טון, ווען זיי אליינס האבן אין די עבר אראפגעריסן און חוזק געמאכט פון די איידעלע וועג.


אוי וויי, ווי שרעקעדיג די וועלט איז, אוי ווי ביטער עס ווערט ווען די ווייב ווערט אויס תמימות'דיג, זי וויל נישט נאכגיין די וועג פון צדיקים; עס ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע פאר די קינדער, אויס מיט אלעס.


מען קען פלאצן ווען בחורים ענטפערן מיר, זיי דארפן א ווייב וואס איז נישט פארפרומט. איך רעד שידוכים פאר בחורים און זיי ווייסן נישט גארנישט פון לעבן, זיי האבן די יונגע רייץ, און דעריבער זאגן זיי אפ שידוכים.


איך בעט זיך ביי זיי, האט שכל, נעם א וואוילע איידעלע ווייב, נעם א באשיידענע ווייב, נעם א ריינע תמימות'דיגע ווייב, עס איז אזוי גוט אן ערליכע פרוי; זי וועט מחנך זיין דיינע קינדער, זי וועט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זי וועט זיי וואשן נעגל וואסער; וואס האסטו מורא - אז זי וועט נישט וועלן נעמען א טעלעפאן וואס איז נישט כשר אין האנט? נאר דו וועסט דאך מרוויח זיין פון דעם, אבער די יונגע בחורים מיט די רייץ ווילן מיך נישט אויסהערן.


דיר בעט איך, האב רחמנות אויף דיין לעבן, מאך נישט אוועק צניעות, רייס נישט אראפ דיין ווייב. אז זי פרעגט דיר אויף א קלייד אויב עס איז גוט, אז זי זאגט דיר 'מיין מאמע זאגט מיר איך זאל נישט גיין מיט דעם' - לאך זיך נישט אויס און מאך א געשפעט, זאג איר: "פאלג דיין מאמע, גיי נישט מיט דעם, אזוי וועלן אונזערע קינדער אונז אויסהערן"; זאג איר: "וואס וועט זיין, אונזערע קינדער וועלן זיך אויסלאכן פון אונז, זיי וועלן מער נאכגיין די לינקע גאס".


אוי וויי, אוי ווי שרעקעדיג די וועלט איז; פארוואס זאלסטו זיך אליינס ברענגען די גיהנום? מאך נישט די טעותים ווייל שפעטער איז ביטער שווער.


בעט דיין ווייב זאל דיר דערציילן וואס מען האט נעכטן גערעדט ביים שיעור, מען האט געדערט אזעלכע וויכטיגע זאכן. מען קען זיצן אין גן עדן, מען קען שפירן אלע שי עולמות - ביז דער שלאנג קומט אן, ער הויבט אן רעדן קעגן וכו', ער פאר'סמ'ט מיט קשיות, מיט ליצנות.


נעכטן בין איך געגאנגען נאך געלט אין די שול'ן. איך בעט דעם אייבערשטן שוין א לאנגע צייט אז איך וויל גיין נאך געלט, איך וויל זוכה זיין צו מתקן זיין מיין נשמה, מוהרא"ש שרייבט אז גיין נאך געלט לויטערט אויס די נשמה. ברוך ה' איך האב געהאט די מעגליכקייט צו גיין אין שול'ן מיט א חתן וואס האט חתונה אין אפאר וואכן און האט נישט קיין געלט, וואס זאל איך דיר זאגן? איך האב געשפירט ווי עס פאלט שטיקער פון מיר, איך האב געשפירט א זיכוך, נאך יעדע שול האב איך געשפירט ווי איך ווער ניי געבוירן. איין פראבלעם האב איך געהאט, דער חתן האט געוואלט מאכן ווי מער געלט, און איך האב זיך מער געפריידט יעדע מענטש וואס האט נישט געגעבן, אזוי איז געווען די תיקון שטערקער.


גיי דו אויך נאך געלט, לכל הפחות איין מאל א וואך. אויב דו האסט נישט קיין צוועק - קען איך דיר געבן א חלק פון די קהילה, א פינטעלע פון די מוסד - וואס דאס זאל זיין דיין פראיעקט וכו'.


היינט ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - מיט וואוילע טאטע און מאמע, ווערן די קינדער נאר בעסער
קינדער, שידוכים, דירה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אז איר ווילט וויסן אינפארמעישן אויף האברך ... נרו יאיר; ער איז א גוטער מענטש, ממש כליל המעלות, איך בין זייער זייער איבערגענומען פון אים. יעדע מאל איך רעד מיט אים ווער איך פריש איבערגענומען פון אים, ער איז א שטיק איידלקייט, א שטיק ערליכקייט, א שטיק גוטע מידות; איך זאג אייך דעם אמת, עס איז נישטא צופיל מענטשן זיינ'ס גלייכן.


בנוגע אייער פראגע וואס וועט זיין מיט אייערע קינדער און זיינע קינדער? איר זארגט זיך פאר אייערע קינדער, אויב זיי וועלן האבן א ירידה דורך זיינע קינדער וכו' וכו'; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נישט שאטן, אלע וועלן נאר שטייגן. א שטוב וואס איז דא דארט א וואוילער טאטע און א וואוילע מאמע - ווערן די קינדער נאר מערער און בעסער, ווידעראום א שטוב וואס איז ליידיג, עס איז נאר דא א טאטע אדער מאמע, ווי גוט די קינדער זענען - קענען זיי זיין נאך מער, און זיכער אין געזונט; אינו דומה קינדער וואס וואקסן אויף אין א געזונטע שטוב מיט א טאטע מאמע וואס לעבן מיט ליבשאפט - ווי קינדער וואס וואקסן אויף אליינס.


בנוגע זיך אריבערציען אין אן אנדערע שטאט וכו'; דאס ווייס איך נישט, איך קען אייך נישט ענטפערן; דאס דארפט איר פרעגן אייער רב.


כל טוב.

#299 - אז דו וועסט גיין הפצה, וועסטו שנעל א חתן ווערן
שידוכים, הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר, ירושלים


האסט מיר געשיקט לכבוד שבת א גוטע הפצה קענדי; איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו הערן די מעסידזש פון די ירושלים'ע חבורה, ווי יעדער זאגט אריין וויפיל ער האט מפיץ געווען און וואו ער איז געגאנגען הפצה, א גאנץ שבת בין איך געווען פרייליך.


געב איבער פאר די גאנצע חבורה אז איך בין זייער צופרידן אז איר גייט הפצה. ביי מוהרא"ש איז געווען הפצה די ערשטע, די לעצטע, די מיטלסטע און די גאנצע זאך!


איך פלעג זען די שמייכל וואס מוהרא"ש פלעגט געבן פאר די מפיצים, ער פלעגט זיך ממש פרייען, און יעדע מאל די מפיצים זענען צוריקגעקומען פון הפצה פלעגט מוהרא"ש זיך אוועקזעצן און אויספרעגן און אויסהערן פינקטליך ווער עס האט גענומען די ספרים און ווער עס האט נישט גענומען און וואס זאגן מענטשן, ער האט זיך זייער שטארק אינטערעסירט; דאס איז געווען ביי אים די חשוב'סטע זאך.


געב איבער פאר די בחורים, אז זיי וועלן גיין הפצה - וועלן זיי טרעפן זייער שידוך; דאס וועט צואיילן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#298 - אהיימקומען נאך א טאג לערנען און דאווענען, און זיך שפירן גאר גוט
בחור, שידוכים, עבודת השם, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו דערציילסט מיר פון דיינע שיעורים, וויפיל און וואס דו לערנסט, אויך דיינע עלטערן האבן פון דיר זייער אסאך נחת.


איך וויל דיר בעטן, יעצט הויבט זיך אן א נייע יאר און מיר האבן אויפגענומען א נייעם מגיד שיעור, הרב ישראל יוסף שניטצלער נרו יאיר. איך האב גערעדט מיט אים, ער ווארט דו זאלסט קומען. ער וועט זיך פרייען, איך וועל זיך פרייען, דיינע עלטערן וועלן זיך פרייען און דו וועסט זיך דאס מערסטע פרייען, דו וועסט זיך שפירן גוט; דו וועסט אהיימקומען נאך א טאג לערנען און דאווענען, וועסט זיך שפירן גאר גוט.


נאך אביסל וועסטו שטיין אין שידוכים, וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


לאז מיך וויסן וואס דו האסט מחליט געווען.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#297 - די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן, נאר דער רבי וועט דיך העלפן
שידוכים, משניות, עבירות, נסיונות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע דיינע פגמים.


די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן; וואס קען טערעפי העלפן פאר'ן ברענעדיגן יצר הרע וואס פלאקערט און ברענט און ווארפט אראפ אין פגם הברית?! ווער רעדט נאך אז דו ביסט נעבעך אראפגעפאלן אין נשג"ז, ביסט אנגעקומען צו גוים וגויות רחמנא לצלן, ביסט אנגעקומען צום שאול תחתית; וועט נאר דער גרויסער רבי, דער גרויסער דאקטער - דיך קענען היילן מיט זיינע תרופות, מיט זיינע עצות.


ח"י פרקים - דאס נעמט ארויס פון די עבירה רחמנא לצלן, ח"י פרקים קילט אפ דעם יצר הרע.


דערפאר בעט איך דיר זייער מיין ליבער טייערער ברודער, קום אין ישיבה, שטארק זיך אויף אלע מניעות און אלע ליצנות; קום אין ישיבה פונעם צדיק און טו די עצות פון צדיק, ח"י פרקים און אסאך בלעטער גמרא.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט קומען לערנען די הייליגע תורה - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך. איך האף צו זיין דיין שדכן, דו וועסט זיך אינגאנצן רייניגן און ארויסגיין פון אלעם שלעכטס.

#296 - דריי זיך מיט בחורים יראי שמים, וועט דיר גוט זיין
בחור, שידוכים, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז דו קומסט צוריק דעם קומענדיגן זמן לערנען אין ישיבה.


אז דו וועסט לערנען דיינע שיעורים כסדרן; חומש מיט'ן תרגום יעדן טאג פון די וואך, און יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אויך זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג און אסאך בלעטער גמרא - וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך.


פאריגע יאר, שנת תשפ"ב - איז געווען פינף און צוואנציג שידוכים אין ישיבה, און די יאר וועט זיין נאך מער; עס איז שוין דא פרישע חתנים פון די נייע יאר. איך וויל און איך האף אז דו וועסט א חתן ווערן בקרוב.


אבער איך בעט דיר קום צוריק, קום יעדן טאג, קום צייטליך. קום צו די שיעורים, דריי זיך מיט בחורים יראי שמים - וועט דיר גוט זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#295 - שפיר נישט שולדיג אז דו האסט אפגעלאזט דעם שידוך
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א ברכה "ברוך שפטרני"; דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט פטור געווארן פון איר. האסט א נס אז דו האסט אפגעלאזט די שידוך; אז זי האט ארויסגעצויגן א שארפן מעסער און דיך געסטראשעט אז זי גייט זיך שעדיגן אויב דו טוסט נישט וואס זי וויל - ווייזט דאס אז זי איז נישט געזונט.


איך בעט דיר זייער, טרייב ארויס יעדע פינטל פון זיך שפירן שולדיג. יעצט גייסטו אריבערגיין א שווערע נסיון, דער יצר הרע גייט דיר נאכלויפן מיט מחשבות אז דו ביסט שולדיג, דו האסט וויי געטון א מיידל און דו וועסט באקומען אן עונש וכו' וכו'; בעט איך דיר זייער, טרייב אוועק די אלע געפילן, יעדע מאל עס קומט אריין אין דיר די שלעכטע מחשבות - זאלסטו נאכאמאל דאנקען דעם אייבערשטן: "ברוך שפטרני מענשו של זה".


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, אויך זאלסטו פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען: יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועט קומען צו זיין ציון אויסזאגן תהילים לזכותו - וועט ער נישט רוען ביז ער וועט טרעפן א שידוך; זאלסטו אזוי טון, און אז דו האסט שוין אזוי געטון - זאלסטו גיין נאכאמאל און נאכאמאל; מען מעג מוטשען א צדיק, און מען דארף מוטשען א צדיק.


אויך זאלסטו יעדן טאג זאגן צוויי פרקים משניות און איין בלאט גמרא כסדרן - וועסטו בקרוב מיר קענען מבשר זיין פון דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#294 - דארפסט נישט קיין ישיבה, בלייב אין בית המדרש מיט א הויפן ספרים
שידוכים, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע ליבער הארציגער ... נרו יאיר, ירושלים


איך הער אויף דיר זייער גוטע גריסן, אז דו לערנסט מיט א שטארקע התמדה און דו געבסט זיך איבער פאר אונזער בית המדרש מיט דיין גאנצע הארץ; דו האסט געבויט די סוכה און צענומען די סוכה, אויך זארגסטו פאר יעדע זאך - מדבר קטן עד דבר גדול. אויך העלפסטו מיט יעדע זאך וואס מען דארף אין חדר, און אזוי ווייטער.


וויסן זאלסטו, וואס מען טוט פארן רבי'ן - איז א נצחיות, און דאס ברענגט נאר גוטס פאר'ן מענטש.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. זארג נישט, נאך אביסל ווערסטו א חתן. דארפסט נישט גיין זוכן א ישיבה, בלייב זיצן אין בית המדרש מיט א הויפן ספרים; א חומש, נ"ך, משניות, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, תיקונים, לקוטי מוהר"ן און אשר בנחל; די פופצן שיעורים, אביסל פון יעדע ספר, און אויך זאלסטו זיך גיין מתבודד זיין - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


הלואי זאלסטו מיר שרייבן וואס דו לערנסט, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#293 - שמועס דיך אויס מיט'ן אייבערשטן יעדעס מאל נאכאמאל פון אנהויב
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחדשות, זיווג שני, גרים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די שידוך וואס מען רעדט דיר וכו'; דו אינטערעסיר זיך פארוואס זי האט זיך גע'גט די ערשטע מאל און פארוואס זי האט זיך גע'גט די צווייטע מאל. עס קען זיין אז זי איז א וואוילע און א גוטע, זי איז פשוט אריינגעפאלן. און גיי ארויס מיט איר, טרעף זיך מיט איר, רעד מיט איר און אז זי געפעלט דיר - גיי ארויס נאכאמאל; ביי זיווג שני איז כדאי צו רעדן מער ווי איין מאל.


בנוגע אז איר מאמע איז א גיורת; דאס דארף דיר בכלל נישט שטערן.


העיקר געב זיך איבער צום אייבערשטן, זיי זיך מבטל צום באשעפער. גיי התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין מאמע לשון, כדבר איש אל רעהו, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס. הויב אן פון אנהויב; יעדע מאל מען רעדט צום אייבערשטן - הויבט מען אן נאכאמאל פון אנהויב, כאילו דאס איז די ערשטע שמועס, דערצייל אים פון דיין לעבן, ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, דערצייל אים פארוואס דו האסט זיך גע'גט, אז זי האט אפגעלאזט די אידישע וועג, און דערצייל אים די שידוך וואס מען רעדט דיר, שמועס אויס אלע מעלות און בעט אים ער זאל דיר העלפן; אזוי וועסטו זיין קלאר וואס דו האסט צו טון.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס צו טון אין לעבן.


שרייב מיר אלע דיינע ספיקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#292 - שידוך מיט א טאכטער פון א גר צדק
שידוכים, גרים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואס דו פרעגסט, מען האט דיר אנגעטראגן א שידוך, דו ביסט ארויס מיט די מיידל און יעצט זאגט מען דיר אז איר טאטע איז א גר צדק, דו פרעגסט וואס צו טון.


א גר צדק איז נישט קיין פראבלעם; דארפסט נאר מברר זיין ווער האט געמאכט די גירות, אויב עס איז געווען אן ערליכע בית דין.


שטארק זיך, האב נישט מורא פון קיינעם.


שרייב מיר נאך בריוו - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#291 - די הרגשה פון א שבת צווישן אנשי שלומינו
שידוכים, התחזקות, הפצה, רפואה, תהלים, עבודת השם, סיום, שבת קודש, תכלית, ראש ישיבה, פירושים, קידוש לבנה, אבות ובנים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, קענסט זיך נישט פארשטעלן די הרגשה וואס מען שפירט ווען מען איז א שבת צווישן אנשי שלומינו; די תמימות, די שמחה פון שבת קודש - איז אזוי שטארק. איך וועל דיר שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל אפאר שיינע זאכן וואס איז געווען ביי אונז.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודת ליל שבת זענען זיך צאמגעקומען בחורים ביי מיר אין שטוב, מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט התחזקות. עס איז געווען זייער פרייליך, די וואך איז געווען נאך א שידוך אין ישיבה, דער חתן איז ארויפגעקומען צו די באטע. איינער פון די בחורים האט זיך אנגערופן: "דער ראש ישיבה זאל געבן חיזוק פאר די בחורים וואס דארפן שידוכים", האבן מיר גערעדט אז דאס איז דאך די גרעסטע חיזוק, אז מען זעט א צווייטן א חתן ווערן. ווען מען זעט א צווייטן מאכן א שמחה; א שידוך, אדער קינדער - איז דאס די גרעסטע חיזוק צו זען ווי דער אייבערשטער מאכט ניסים, דאס געבט חיזוק אז איך וועל אויך האבן א ישועה.


שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען האב איך נישט פארגעלערנט, איך בין געווען זייער פארקילט. איך בין נאכאלץ פארקילט, איך היס זייער שטארק, עס איז מיר שווער דאס רעדן. נאכן דאווענען ביי די קידוש האב איך יא פארגעלערנט ספורי מעשיות, איך האב זיך זייער אנגעשטרענגט, איך האב אסאך געהיסט, אבער ברוך ה' עס איז געווען שיינע התחזקות.


מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג), דער רבי דערציילט, אמאל איז געווען א גרויסע יריד אין א גרויסע שטאט, זענען אהינגעגאנגען אלע בעטלערס און די קינדער זענען אויך אהינגעגאנגען. האבן די בעטלערס געטראכט 'אפשר קען מען מאכן א שידוך צווישן די צוויי קינדער?' האבן מיר גערעדט, דער רבי ווייזט אונז דא אז מען קען זיין אינמיטן מארק, אינמיטן מאכן געשעפטן - און עוסק זיין אין די העכסטע זאכן. מענטשן טראכטן 'א איד קען מען זיין נאר אין בית המדרש, אין ישיבה, אין כולל, אבער אז מען דריידט זיך אין מארק, מען דריידט זיך צווישן אומות העולם, מען האנדלט - קען מען נישט זיין אן עובד השם'; דא זעען מיר אז דיקא אין מארק איז געווארן די שידוך פון די הייליגע קינדער.


דער רבי לערנט אונז מיר זאלן בענקען און גליסטן צום אייבערשטן סיי וואו מיר זענען; סיי אין שול, סיי אין מארק; מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן וואו מיר געפונען זיך, סיי אין שול און סיי אין גאס צי אין מארק.


ביי שלש סעודות איז געווען זייער פייערדיגע דיבורים. מיר האבן גערעדט, עס שטייט אין פסוק (בראשית ו, ט): "אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ", נח איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן; וואס מיינט דאס ער איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן? ווי אזוי גייט מען מיט'ן אייבערשטן? נאר מיט'ן רבינ'ס ווערטער קען מען דאס פארשטיין. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר, וּלְקַשֵּׁר עַצְמוֹ אֶל הַחָכְמָה וְהַשֵּׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר, כְּדֵי שֶׁיָּאִיר לוֹ הַשֵּׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי אוֹתוֹ הַדָּבָר", א איד דארף שטענדיג אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, דאס הייסט, וואס ער טוט זאל ער טראכטן צי איז דאס די ווילן פונעם אייבערשטן; אויב איז דאס רצונו יתברך  - זאל ער דאס טון און אז נישט - נישט. אזוי אויך, וואס ער זעט און וואס ער הערט זאל ער טראכטן אז דאס איז פאר אים א רמז ווי אזוי זיך צו פירן. דער רבי זאגט (שם) דאס ווערט אנגערופן אות ח', מען לעבט, חיות; מען זעט אין יעדע זאך דעם אייבערשטן. אבער די מדריגה, צו זען אין יעדע זאך דעם אייבערשטן - איז זייער א גרויסע מדריגה, מען דארף האבן א לייטער צו קענען צוקומען צו דעם; אז מען בעט דעם אייבערשטן און מען גלייבט אז אין יעדע זאך איז דא חיות אלוקותו יתברך - דעמאלט קומט מען אן צו שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, דאס איז די אות נ', ביידע אינאיינעם איז די אותיות נח; דאס זאגט די תורה, נח איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן, ער האט אין יעדע זאך געקוקט וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי ברענגט אונז הויכע מדריגות, זאכן וואס איז געמאכט פאר גרויסע צדיקים - ברענגט דער רבי פאר אונז קליינע מענטשעלעך, מיר זאלן אויך ארומגיין בענקען און גליסטן צום אייבערשטן און אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך.


מוצאי שבת האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפג) מען דארף נישט ווארטן קיין ז' שלמים, מען קען שוין מאכן נאך דריי טעג.


נאכדעם איז געווען אבות ובנים. דער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר מאכט זייער שיין די אבות ובנים, מען טיילט אויס פאר די קינדער וואס לערנען מיט די טאטעס - טיקעטס, נאש מיט פרסים. איך האב געלערנט מיט מיינע קינדער, אויך האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא.


מלוה מלכה האב איך נישט געגעסן מיט די בחורים, עס איז מיר שווער צו זיצן מיט מענטשן און היסן אין זייער פנים. אבער מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א איז אריבערגעקומען מיר ברענגען נחת, ער האט געמאכט א סיום משניות, די זעקס און פופציגסטע מאל. ביים סוף האב איך שוין זייער געהיסט, האבן מיר געבענטשט.


 אזוי אויך וועל איך נישט אויפנעמען היינט קיין קאפלס, ווייל איך היס זייער שטארק, איך קען נישט זיצן און היסן פאר מענטשן אין זייער פנים; בעט פאר מיר איך זאל האבן א גאנצע רפואה.


איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו טון, טרינקען טיי און זאגן תהילים; איך טרינק טיי און איך זאג כי טוב ה' לעולם חסדו, קאפיטל ק' - מזמור לתודה.


איך וויל ענדיגן מיט א קליינע שיינע זאך וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן. איינער האט דערציילט פאר א צווייטן, די יאר ראש השנה האב איך זייער שטארק געוויינט ביי די ווערטער: "אדם יסודו מעפר" א מענטש קומט פון ערד, "וסופו לעפר" און ער גייט צוריק צו ערד; פרעגט אים זיין חבר: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער? מילא ווען דו וואלסט באשאפן געווארן פון גאלד און ביים סוף גייט מען דיר לייגן אין ערד - איז דא וואס צו וויינען, אבער א זאך וואס קומט פון ערד און עס גייט צוריק צו ערד און דו האסט נאך אריינגעכאפט אינדערמיט בלעטער גמרא, אנגעטון טלית און תפילין און זיך מתבודד געווען צום הייליגן באשעפער - וואס איז דא צו וויינען...?"


דאס איז ממש אין קורצן וואס מוהרא"ש האט אלע יארן אונז געלערנט, מיר קומען פון ערד און מיר גייען באלד צוריק צו די ערד; און וואויל איז דעם וואס כאפט אריין, נישט א גלעזל וואדקא, נאר א פרק משניות און א בלאט גמרא און הפצה - אשרי לו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#290 - פאלגן דעם טאטען אדער מאמען?
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א קלארע הלכה, אויב טאטע און מאמע קריגן זיך, איינער זאגט פאר'ן קינד יא און דער צווייטער ניין - דארפן די קינדער פאלגן די טאטע. זיכער ווען עס רעדט זיך פון חתונה האבן, אז אייער טאטע וויל אויסהערן א שידוך פאר אייך, און אייער מאמע זאגט אז אויב מען וועט איבערהיפן דעם ברודער וועט עס שאטן פאר אייך - דארפט איר אויסהערן אייער טאטן, און שיינערהייט זאגן פאר די מאמע אז די פוסקים זאגן מען דארף נישט פרעגן רשות פון די עלטערע געשוויסטער חתונה צו האבן.


מיט תפילה וועט איר פועל'ן א שידוך סיי פאר אייך און סיי פאר אייער ברודער.


העיקר זיך נישט פארלירן; געדענקען וואס דער רבי זאגט: "גאט איז גרויס, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך אויף די וועלט"; מען דארף זיך שטארקן מיט תפילה והתבודדות, אזוי זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#289 - רבונו של עולם, איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות, סגולות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך ווייס עס איז דיר אזוי שווער, דו ביסט אזוי צעבראכן; דו האסט שוין געמיינט אפאר יאר צוריק אז דו וועסט האבן דיין שידוך, דו ביסט געווען זיכער אז מען וועט דיך צוכאפן יונגערהייט, און עס גייט אריבער נאך א יאר און נאך א יאר און גארנישט; עס גייט גארנישט, עס רירט זיך גארנישט, עס זעט אויס פארקלאפט, פארהאקט, פארמאכט אלע טירן.


דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, הארציגער חבר, געב נישט אויף; דערהאלט זיך, דראפע זיך, בלייב מיט דיין אמונה, בלייב מיט אמונת חכמים, בלייב מיט אלע סגולות וואס דו טוסט. איך בעט דיר, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין תרעומות, עס וועט דיר אויך ליכטיג ווערן, עס וועט קומען דיין ישועה, דו וועסט האבן דיין שידוך.


דו זיי ממשיך מיט התבודדות ותפילה; בעט דעם אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים:


"רבונו של עולם, איך גלייב אין דיר, איך גיי נישט אוועק פון דיר; איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל זיין ריין, איך וויל נישט פוגם זיין בברית. איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, העלף מיר, אנה ה' הושיעה נא, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך פאר דיר מוסר נפש געווען".


ברודער שטארק זיך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#288 - צעבראכן דעם טעלעפאן און זיך געקויפט א כשר'ע טעלעפאן
שידוכים, תשובה, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים, כ"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, פון די דראסטישע טויש וואס דו האסט געמאכט. האסט אוועקגעווארפן און צעבראכן דיין טעלעפאן און זיך געקויפט א כשר'ע טעלעפאן, דו דאווענסט און לערנסט אזוי שיין.


נישט אלע ווייסן פון דיין טויש, פון אינדרויסן האסטו אלץ אויסגעזען חסידי'ש, אבער דו און איך ווייסן וואס דער רבי האט געטון מיט דיר, ווי דער רבי האט דיר געמאכט פאר אן ערליכער איד.


טייערער ברודער, בלייב שטארק. גיי אן מיט דיין גוטע וועג, גיי צום ציון בעטן פאר א שידוך. זאג פאר'ן רבי'ן א יישר כח פאר'ן דיך מאכן פאר א איד און בעט אים פאר אן ערליכע שידוך, אן ערליכע שטוב.


לייג מיך אריין אין דיינע תפילות, יואל בן רייצא רעכיל.


א כתיבה וחתימה טובה.

#287 - מאכן סיומים אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער
שידוכים, שלום בית, סיום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער .... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין ווייב שרייבט אז דו ביסט איר זייער מכבד, דו רעדסט צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א קעניגן, דו פירסט זיך זייער שיין.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן, דאס איז באצאלט פאר'ן שידוך. ווען איך מאך א שידוך פאר תלמידים ותלמידות און מען וויל מיר באצאלן שדכנות, בעט איך איין זאך, מען זאל לעבן מיט ליבשאפט; דאס איז מיין שדכנות, דאס געבט מיר כח צו מאכן נאך שידוכים.


דיין ווייב שרייבט אז דו לערנסט זייער פלייסיג, זי האט זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט. זי וואלט זייער געוואלט דו זאלסט איר דערציילן ווען דו מאכסט א סיום, זי וויל דיר מאכן א שיינע מאלצייט. עס איז כדאי דו זאלסט איר דאס זאגן, אפילו דו פאר דיר - דארפסט נישט די זאכן וכו', אבער פאר איר איז דאס יא וויכטיג, עס לעבט אויף די שטוב, און אויך פאר די קינדער איז דאס וויכטיג, דאס מאכט זיי אויך א חשק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#286 - עס לוינט זיך צו ווארטן מיט געדולד דאס ביסל צייט ביז'ן שידוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווארטס מיט געדולד, עס לוינט זיך צו ווארטן דאס ביסל צייט ביז דער אייבערשטער וועט אייך שיקן אייער שידוך; איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר שפירט ווי איר קענט נישט זיין אליין, איר קענט פשוט נישט מער; דאך בעט איך אייך, ווארטס מיט געדולד.


גייט נישט צווישן בחורים און געבט אכטונג נישט צו רעדן מיט בחורים און אפילו נישט קוקן אויף זיי, זוכט זיך נישט קיין צרות, עס נעמט איין רגע און מען קען פארלירן די וועלט און יענע וועלט; איין בלינק מיט די אויגן און מען פארלירט אלעס. ליידער אסאך מיידלעך ווערן אזוי פארפאלן, ווען זיי באקומען א שמייכל אדער א שיינע ווארט וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס אים איר זאלט קענען היטן שבת, בעטס אים איר זאלט האבן כח אויס צו ווארטן ביז אייער שידוך קומט. איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בפרט א בחור אדער א מיידל וואס קומען צום אייבערשטן און בעטן אים ער זאל רחמנות האבן - ווערט אלעס אפגעשטעלט אין הימל, דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס די געבעט, און מען באקומט א ישועה.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#285 - בעטן און בעטן, אבער נישט ווערן צעדרוקט
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן בקרוב א גוטע שידוך. נאר איין זאך בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן, נישט אריינגיין אין קיין לחץ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס ווערט צעדרוקט פון די צייט, ער זאגט 'יעצט מוז איך האבן וואס איך בעט', 'יעצט מוז געשען וואס איך דארף', "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", וועט ער צעדרוקט ווערן, ער וועט אלעס פארלירן.


נעמט די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור, סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; מיט תפילה פועל'ט מען א שידוך.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים, און שרייבט מיר אייערע סיומים.


א גוט געבענטשט יאר.

#284 - העלפן דעם רבי'ן וועט נישט שאטן פאר א שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, סגולות, יבנאל, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב בייגעוואוינט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר האבן געעפנט די חדר היכל הקודש אין אמעריקע אין יאר תש"ע, אין אמעריקע טראגט מען די קינדער מיט באסעס אין חדר. איך האב דעמאלט נישט געקענט נעמען אינגעלייט זאלן ארבעטן פאר די מוסד און זיי באצאלן, ווייל מיר האבן געהאט צען צוואנציג קינדער, וואס קען ניטאמאל דעקן די קאסט פון די רענט פון די דירה וואו מיר האבן אנגעהויבן די חדר, און זיכער נישט די מלמדים; האבן מיר גענומען בחורים צו העלפן די חדר און דרייווען די באסעס, און אזוי ווייטער.


מיר האבן געהאט זייער געטרייע בחורים וואס האבן געטראגן די קינדער און געברענגט די קינדער מיט זייער גאנצע הארץ; מיר האבן קיינמאל נישט געגעבן קיין געהאלט פאר בחורים, זיי האבן דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה צו העלפן בויען די מוסדות. דעמאלט האבן מיר נישט געהאט די פאר דאלער צו קענען אנפילן די באסעס און די ווענס מיט געז, איינער פון די בחורים איז געווען אזוי געטריי, ער האט געלייגט זיין אייגענע געלט פאר געז.


ויהי היום, זיין טאטע איז געקומען צו מוהרא"ש זאגן אז דאס וואס עס מאכט זיך נישט קיין שידוך פאר אים - איז ווייל ער דרייווט די באס פאר ברסלב, דעריבער גייט אים נישט קיין שידוך. מוהרא"ש האט נישט גע'טענה'ט מיט עלטערן, מוהרא"ש האט אים געגעבן גערעכט. שפעטער האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דער טאטע מיינט אז ברסלב איז די אפהאלט פאר זיין שידוך, וואס וועט זיין יעצט ווען ער וועט אים אוועקנעמען פון ברסלב, וועט ער דען יא האבן א שידוך?!" למעשה איז זיין שידוך אנגעקומען נאר פון ברסלב.


ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן איז דער בחור געפארן צו די לוי' און ווען מען האט געעפנט מוהרא"ש'ס דירה אין יבנאל איז שוין געלעגן די צוואה אנגעגרייט אויפ'ן טיש, מען האט גלייך געמאכט קאפיס פאר אלעמען. דער בחור האט געזען אין די צוואה ווי מוהרא"ש איז מבטיח, ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן תהילים זאגט ער צו מיט א הבטחה חזקה אז ער וועט נישט רוען ביז ער באקומט זיין שידוך; אומר ועושה, ער האט אויסגעזאגט תהילים און אויפ'ן וועג אהיים, אויפ'ן פליגער, איז געווען א פארפאלק וואס זענען געפארן צו די לוי', זיי וואוינען היינט אין שטעטל; די פרוי זאגט פאר'ן מאן: "מיר געפעלט דער בחור, איך טראכט א שידוך", און אפאר טעג שפעטער איז געווארן די שידוך.


צוריק צום מעשה, דעמאלט בין איך געגאנגען מיט א צווייטע בחור צו מוהרא"ש, דער בחור האט געוואלט א ברכה פאר א שידוך. איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז דער בחור נעמט איבער דעם אנדערן בחור, האט מוהרא"ש אים געזאגט: "אז דו וועסט דרייווען פאר די רבי'ס מוסדות וועט דאס דיר גארנישט שאטן פאר דיין שידוך", עס איז געווען א שווערע נסיון פאר'ן בחור; זיינע חברים, נאנטע חברים - האבן אים אפגערעדט, מען רעדט פון חברים פון ישיבה; זיי האבן אים געזאגט: "עד כאן, מען דארף טאקע העלפן דעם רבי'ן, אבער זיך ארויפזעצן אויף א גרויסע געלע באס און ארום פארן אין שטאט, וואס יעדער קוקט ווי אזוי א יונגער וואוילער בחור, א בחור א ירא שמים, א בחור א מתמיד מיט א הוט און רעקל - דרייווט א באס, דאס וועט מאכן א שלעכטע רושם".


למעשה דער בחור האט געהאט די שטארקייט און דאס גענומען מיט'ן גאנצן הארץ. דאס איז בכלל נישט קיין גרינגע ארבעט, ווייל ווען מען פארשלאפט איז אויס חדר; ווען דער מלמד פארשלאפט - קען מען זיך אן עצה געבן, מען קען נעמען א במקום. ווען דער ראש ישיבה פארשלאפט גייט אויך אלעס אן, אבער ווען מאמעס רייסן זיך ארויס אינדערפרי טראגן די קינדער אויפ'ן באס און די באס קומט נישט צייטליך - איז געפערליך! משפחות וועלן אפילו ארויסנעמען די קינדער פון איין מוסד און לייגן ביי א צווייטע מוסד - אויב די באס איז נישט צייטליך.


וואס איז די סוף פון די מעשה? דער בחור האט געטראפן א גוטע שידוך, מוהרא"ש איז געווען זיין שדכן. מוהרא"ש האט די לעצטע חנוכה צוגערופן א אינגערמאן וואס האט געלערנט אין ישיבה און אים געזאגט: "איך האב א גוטע שידוך פאר דיין שוועסטער", און די חברים וואס האבן אים אפגערעדט האבן געדארפט אסאך ווארטן צו טרעפן זייער שידוך.


איך שרייב דיר דאס אז דו זאלסט האבן חיזוק ווען דיינע עלטערן שרייען אויף דיר אז דו האסט נישט קיין שידוך וועגן דאס, וועגן יענץ; א קינד טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן, אבער איך מעג דיר מחזק זיין און דיר זאגן אז העלפן דעם רבי'ן וועט דיר נישט שאטן פאר דיין שידוך, עס וועט דיר העלפן בזה ובבא.


איך זאג דאס פאר אלע בחורים: "וואס דו טוסט פאר'ן רבי'ן, פון רייניגן - ביז דרייווען א גרויסער טראק - וועט דיר דאס גארנישט שאטן פאר דיין שידוך, און פאר גארנישט, עס וועט דיר נאר העלפן; וואס דו טוסט פאר געלט - דאס ווענדט זיך שוין וואס, ווען און וואו".


נעם די זיסע עצה פון רבי'ן, גיי אין א ליידיגע פלאץ און וויין זיך אויס, בעט: "רבונו של עולם איך דארף מיין שידוך, איך קען נישט מער, רבונו של עולם, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): 'חֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה, אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ', אלול איז מסוגל פאר א שידוך, דער רבי זאגט אז מען איז פוגם בברית פארלירט מען די שידוך, און דער זעלבער רבי זאגט אז אן א שידוך איז מען פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אן א ווייב פאלט מען אראפ; איז דאס א רעדל וואס דריידט זיך אויף נישט די גוטע וועג, אויף צוריק; ווייל פגם הברית רחמנא לצלן שטופט אוועק מיין שידוך, און אז מען האט נישט קיין שידוך איז מען פוגם בברית; טאטע זיסער, ווי אזוי קען מען אפשטעלן די רעדל וואס דריידט זיך אויף צוריק? איינס שלעפט דאך די צווייטע! רבונו של עולם, נאר דו קענסט אפשטעלן די רעדל פון זיך דרייען אויף די נישט ריכטיגע וועג, דו קענסט מיר געבן א שידוך אז דער רעדל זאל זיך אנהויבן דרייען אויף די גוטע וועג, דו וועסט מיר געבן מיין שידוך, אזוי וועל איך מער נישט פוגם זיין - אזוי וועל איך נישט פארלירן מיין שידוך, איך וועל האבן שלום בית, און אז איך וועל האבן מיין שידוך און שלום בית - וועל איך נישט פוגם זיין.


רבונו של עולם קוק מיין הארץ, אַתָּה חוֹפֵשׂ כָּל חַדְרֵי בָטֶן וּבוֹחֵן כְּלָיוֹת וָלֵב, אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּךָּ וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ, דו ווייסט מיין הארץ ווי שטארק איך וויל זיין גוט, אבער דער יצר הרע ווארפט מיך אראפ, בעט איך דיר, געב מיר מיין שידוך און וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, אמן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#283 - פאר א שידוך איז אלעס כדאי צו טון
שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאר א שידוך איז אלעס כדאי צו טון; אז די מיידל וויל נישט הערן דאס ווארט 'ברסלב' - זאלסטו זאגן אז דו האסט גארנישט מיט ברסלב, אבי די שידוך זאל ווערן.


איך ווייס אז דו ווילסט נישט, דו ביסט בשום אין אופן נישט מסכים אויף דעם, דו ווילסט דאך דוקא יא אויפשטעלן א שטוב, לעבן א לעבן מיט'ן רבי'ן - דאך דארפסטו אלעס טון אבי חתונה צו האבן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלעס אין די וועלט צו טון אבי חתונה צו האבן, טון רצון ה'. אפילו זאכן וואס איז געווען אזוי הארב, ווי למשל זיך אפשערן די האר; מיר ווייסן דאך ווי מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו די פרויען זיי זאלן זיך שערן די האר, און אז די האר וואס מען שערט נישט האלט צוריק משיח צדקינו, דאך, ווען עס איז געקומען צו א שידוך וואס די מדוברת האט נישט געוואלט זיך שערן, האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט רעדן דערפון, נאר קודם מאכן די שידוך און נאכדעם קען מען מיט חכמה און אסאך סבלנות אלעס פועל'ן.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער צו טון אזא זאך, גיין זאגן 'איך האב מער גארנישט מיט ברסלב'; דו ווארטסט אזוי לאנג צו קענען פירן א שיינע שטוב מיט דיין ווייב מיט'ן רבינ'ס לימודים, דאך זאג איך דיר: "טו עס", זאג  אז דו האסט גארנישט מיט מיר, דו האסט נאר געלערנט דא, און מיט חכמה קען מען אלעס מאכן; מען קען מאכן די ווייב פאר א ברסלב'ע, אפילו זי וויל נישט; אויב האט מען סבלנות, מיט אביסל חכמה מיט אסאך תפילה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#282 - רעדן שמוציג שטופט אוועק די שידוך
תפילה והתבודדות, חברים, בחור, שידוכים, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, אז דו הערסט א בחור רעדן ניבול פה - זאלסטו אים פארמאכן זיין פיסק, האב נישט מורא פון קיינעם.


נעם נישט קיין בחורים ביי דיר אין קאר וואס רעדן ניבול פה. דו ווילסט דאך א חתן ווערן, זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן קיין ניבול פה און נישט צוהערן ניבול פה, ווייל דאס רעדן שמוציג שטופט אוועק די שידוך, און אפילו דו וועסט זען אז א שידוך ווערט - וועט דאס פלאצן פריער אדער שפעטער.


דו זעסט דאך ווי עס האט אנגעהויבן גיין שידוכים, יעדע פאר טעג איז דא נאך א שידוך, דו ווילסט דאך שוין אויך דיין שידוך - זאלסטו אכטונג געבן זיך צו היטן פון חברים לצים און מנוולים.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, בעט אים פאר א שידוך, בעט אים פאר גוטע חברים, בעט אים צו בלייבן פארבינדן ביים רבי'ן אין זאק.

#281 - האלט זיך ווייטער מיט אנשי שלומינו, עס וועט דיר גוט זיין
חברים, שידוכים, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פארשטיי אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך; דו האסט געמיינט שוין לאנג צוריק אז דו וועסט חתונה האבן און עס נעמט שוין אזוי לאנג, דיין צער און ווייטאג איז אזוי גרויס, דו שפירסט זיך אזוי אליין, דו שפירסט זיך ווי א דורכפאל, דו טראכסט 'קיינער דארף מיך סיי ווי נישט וכו' וכו''.


בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, האלט זיך ווייטער מיט אנשי שלומינו, קום אין ישיבה, איך האב דיר אזוי ליב. איך פלעג זיך זייער מחי' זיין ווען דו ביסט געקומען, לעצטנס קומסטו מער נישט, איך פארשטיי דיך פארוואס דו קומסט נישט, דו ביסט צעבראכן, דו טראכסט 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; עס איז נישט אמת, פון דיר וועט יא זיין, און דער אייבערשטער דארף דיך יא, און איך גלייב אז דו האסט אויך א שידוך, דארפסט זיך נאר דערהאלטן און נישט זיך נאכלאזן.


שרייב מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים; וועסטו מיר מחי' זיין.

#280 - נישט האבן קיין שייכות מיט איינעם וואס רעדט שמוציג
חברים, שידוכים, שטעטל, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט נישט האבן קיין שייכות מיט בחורים און אינגעלייט וואס רעדן שמוציג, ניבול פה - וועסטו בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


עס איז נישט גענוג אז מען רעדט נישט ניבול פה; אויב מען שטייט נעבן א מניוול, אדער מען האט אין קאר א מניוול - איז דאס אזוי שלעכט אזוי ווי מען רעדט ניבול פה.


איך ווייס זייער גוט וואס איך זאג, געלויבט דעם אייבערשטן די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, איך האב מיטגעהאלטן אסאך, איך האב געזען אסאך; די אלע בחורים וואס זענען געווען שטארק נישט צו רעדן שמוציג - האבן היינט א חיים טובים, פון זיי איז געבויט געווארן די שיינע ברסלב'ער שטעטל, און די וואס האבן זיך נישט געהיטן - די זענען נעבעך פארווארפן און פארוואגלט.


האב נישט מורא פון דעם בחור וואס סטראשעט דיר וכו', דו בלייב פעלזן פעסט.

#279 - טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו טרעפן דיין שידוך
שמחה, בחור, שידוכים, התחזקות, סגולות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט באזארגט, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך; א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, א שידוך האט נישט מיט קיין מענטשן; אז מען טראגט דיר גארנישט אן, עס רוקט זיך גארנישט - זאלסטו נישט ווערן פון דעם צעבראכן; דו טו ווייטער דיין עבודות השם, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שוין שיקן דיין זיווג.


טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו טרעפן דיין שידוך, קוק אין ספר המידות אות חיתון; דער רבי האט גרינגע סגולות זוכה זיין צו טרעפן א שידוך.


העיקר זאלסטו זיין פרייליך, זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער וויל נאר אריינברענגען א ייאוש, א פארלוירנקייט און אראפווארפן דעם מענטש אין שאול תחתית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#278 - פאר א גוטע שידוך איז ווערד צוצודעקן דעם שייטל
צניעות, שידוכים, מנהגים, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א גוטע שידוך, א גוטער בחור, א בחור מיט גוטע מידות, און סך הכל וואס זיי בעטן איז אז איר זאלט גיין מיט א צוגעדעקט שייטל - איז זיכער אז איר זאלט דאס טון; א גוטע שידוך, א גוטע משפחה - איז ווערד מען זאל זיך טוישן די לבוש.


נאך א זאך, ווען מען טוט זיך אן מער בצניעות הייסט דאס נישט געטוישט דעם לבוש; אז ביי ענק גייט מען מיט א אפענע שייטל און מען רעדט פון זיך צודעקן די שייטל - הייסט דאס נישט אז מען האט געטוישט לבוש.


דעריבער זאלט איר זאגן פאר אייער טאטע אז איר זענט גרייט אנצוטון א צודעק אויפ'ן שייטל אבי צו באקומען א גוטער בחור, אן ערליכע שטוב.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דאס וואס מענטשן וויינען: "נישטא קיין שידוכים" - איז א ליגנט; עס איז דא שידוכים, און דאס וואס מען זעט עלטערע בחורים, עלטערע מיידלעך - דאס איז ווייל מען וועלט זיך, מען זאגט אפ שידוכים; דער זאגט אפ וועגן א צודעק אויפ'ן שייטל, א צווייטער זאגט אפ צוליב די משפחה אהער משפחה אהין, די קינדער ווערן עלטער און עלטער ביז מען פאלט אראפ השם ישמרינו.


וואלט מען פארלאנגט איר זאלט זיך אויסטון דעם צודעק, אראפגיין א שטאפל - וואלט מען געדארפט אריינקלערן, אבער אז מען וויל ווערן בעסער - איז דאס בכלל נישט קיין שאלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.