Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישע אפדעיטס קומען ארויף בקרוב בעז"ה צום וועבסייט

    געלויבט השי"ת אז נאך אסאך האראווניע און געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן, קומען בעז"ה אין די נאנטע טעג פרישע אפדעיטס צום וועבסייט. געשעפט בעז"ה וועט געעפענט ווערט דער "געשעפט" פעידזש דא אין וועבסייט, וואס דארט וועט מען בעז"ה קענען קויפן אלע ספרים און סידיס, עס די קארדס א.א.וו. וואס ווערט ערצייגט אינעם בית הדפוס, און מען וועט עס באקומען דעליווערט צום טיר. שפעטער וועט בעז"ה צוקומען די מעגליכקייט צו באשטעלן די גליונות, און די בית נצחי, און עס באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. און מיט די צייט וועט אי"ה אויך צוקומען די אפציעס צו קענען דארט קויפן זיצן אין ביהמ"ד אין אומאן, קויפן טיקעטס צו פארן קיין אומאן, א.א.וו. ברסלב סענטער עפּפּ מען לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו מאכן א ברסלב סענטער עפּפּ פארן טעלעפאן, וואס אין דעם דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט און ארבעט, און מיר האפן בקרוב צו קענען אפדעיטן וואו עס האלט. אוידיא שיעורים עס איז ב"ה פארראכטן געווארן די טעכנישע פראבלעמען ביי די אוידיא שיעורים אפטיילונג, וואס האט צוריק געהאלטן די מעגליכקייט פון אפדעיטן די שיעורים כסדר. יעצט האט מען שוין ב"ה אנגהויבן ארויפצולייגן שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, און בע"ה וועט עס ווערן כסדר אפדעיטעד מיט נייע שיעורים פון מוהרא"ש און פון ראש ישיבה שליט"א. נאך אסאך בעז"ה עס איז נאך דא גאר אסאך גראנדיעזע פלענער פארן וועבסייט אויפן צוקונפט בעז"ה. מיר האפן אייך  כסדר צו קענען אפדעיטן מיט די אנטוויקלונגען. מהיכן ירק זה חי? די אלע פעולות ציען אריין אין גאר אסאך הוצאות, יעצט האט איר די געוואלדיגע געלעגענהייט ארויסצוהעלפן דעם וועבסייט פינאנציעל, איר איר וועט האבן א טייל אין די געוואלדיגע פעולות וואס האבן שוין מקרב געווען גאר אסאך אידן צום אייבערשטן, און איז מחזק און מעודד טויזטנטער אידן כסדר.   צו מנדב זיין דרוקט דעם לינק דא

    < זעה מער כ תמוז תשע"ט 📝
  • "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט אויף "טשערידי דאט קאם"

    די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און לעבן פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם געוואלדיגן געלעגענהייט צו קענען העלפן די הייליגע מוסדות, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך. די מוסדות הקדושים זענען זיך געלויבט דעם אייבערשטן זייער שטארק צואוואקסן קע"ה, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פרישע בנין פאר די מוסדות. די איציטיגע בנינים זענען שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן זייער פלאץ. די מיידלעך זענען דערווייל פלאצירט אין א צייטווייליגע פלאץ, און די הנהלה איז יעצט געצווינגען צו קויפן א פרישע געביידע פאר די מוסדות, וואס דאס וועט אריינציען אין געוואלדיגע גרויסע הוצאות. דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן א מיליאן דאלער אין זעכציג שעה. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען מצליח זיין. די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען צו שאפן פון זייערע קרובים און באקאנטע, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, ווערן געבעטן צו אויספילן דעם גוגל פארם אדער קען מען רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-635-2108, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון. בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפנען און אנרופן נדבנים זאלן רופן אויף 718-635-2108. דער קאמפיין וועט אי"ה לויפן דינסטאג, מיטוואך, און דאנערשטאג בהעלותך הבעל"ט. בריוו: דער ראש ישיבה בעט יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין

    < זעה מער י סיון תשע"ט 📝
  • ברסלב סענטער ענגליש וועבסייט בעז"ה אפן

    ברוך שהחיינו וקיימנו, אז היינט האט זיך געעפענט דער טויער פאר דער ברייטער ציבור פון צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אין די גאנצע וועלט וואס ענגלישער שפראך איז זייער מאמע לשון (וואס איז - אגב - א סאך א גרעסערע ציבור פון די אידיש רעדנדע עולם), אז אויך זיי זאלן קענען צוקומען און פארשטיין די אלע חיזוק און עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט אלע יארן, וואס דער ראש ישיבה געט אונז כסדר אין פארעם פון דרשות, בריוו, שאלות ותשובות, קליפס א.א.וו. אז אויך זיי זאלן וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין" און יעדע זאך וואס מען דארף קען מען און דארף מען נאר בעטן פון אים. דער אדרעס פונעם נייעם וועבסייט איז https://en.breslevcenter.com/. אויך קענט איר טרעפן א לינק צום ענגלישן וועבסייט דא אויפן וועבסייט אויבן נעבן דעם "לאגין" לינק. ביים יעצטיגן געלעגענהייט איז פאסיג צו דערמאנעם דעם ציבור וואס איז נהנה און שעפט חיות פונעם ראש ישיבה'ס חיזוק דורכן וועבסייט, אז מען קען מנדב זיין דא אויפן וועבסייט פאר דעם הייליגן צוועק. סיי צו קענען אויפהאלטן און פארבעסערן דעם סייט, און דורכדעם האבן א חלק אין די אלע מצוות און מעשים טובים וואס אידן ווערן נתעורר פון די אלע בריוו און דרשות פונעם ראש ישיבה וואס ווערט דעליווערט דורכן וועבסייט. אויך קענט איר דא מנדב זיין פאר די הייליגע "ישיבה" תפארת התורה וואס איז פקיע שמיה איבער די גאנצע וועלט, ווי די אלע דרשות און בריוו ווערן דארט ערצייגט און פון וואס מיר אלע זענען נהנה טאג טעגליך. אויך קענט איר אויסוועלט "הדפסה" צו מנדב זיין דאס דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס ווערט נאכדעם צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און געט לעבן ברוחניות ובגשמיות פאר טויזנטער אידן. וואס ווען נישט הפצה, וואלטן מיר קיינמאל אפילו נישט געוויסט פון הייליגן רבינ'ס נאמען. צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, ביטע דרוקט דעם לינק https://breslevcenter.com/donations און וועלט אויס "וועבסייט", "ישיבה", אדער "הדפסה", און דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. &nbsp; וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה

    < זעה מער ל אדר א' תשע"ט 📝
  • ברסלב סענטער אין די ענגלישע שפראך ווערט שוין אט פערטיג

    עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס איז געזען געווארן א שטארקע פארלאנג צו האבן די אלע לעכטיגע עצות און חיזוק אויך אויף די ענגלישע שפראך, טויזנטער אידן וואס רעדן נאר ענגליש האבן שוין געווארט און געבעטן א לענגערע צייט, "למה נגרע". דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז ברוך ה' נאך די איבערמידליכע ארבעט פון עטליכע חדשים איז שוין בעזהשי"ת די ברסלב סענטער וועבסטייט אויף ענגליש שוין כמעט אינגאצן פערטיג, און וועט ביז עטליכע טעג ווערן געעפענט פארן פובליק. &nbsp; לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה' &nbsp;

    < זעה מער ז אדר א' תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט - שעירן און דאונלאדן

    עס איז אונז א שמחה מיטצוטיילן מיט חשובן ציבור וואס באנוצט זיך מיט אונזער וועבסייט, אז געלויבט השי"ת עס איז יעצט געווארן צוגעלייגט עטליכע נייע זייער נוצבארע אפציעס צום וועבסייט. 1) שעירן (מיטטיילן) עס מאכט זיך כסדר ביי פילע באנוצער ווען זיי הערן א שיעור/ליינען א בריוו, און זיי טראכטן "דאס איז א געוואלדיגע שיעור/בריוו, איך וואלט עס געוואלט שיקן/מיטטיילן מיט אנדערע", און זיי האבן געבעטן מען זאל צולייגן אן אפציע פון שעירן. דעפאר קומען מיר יעצט מיט די גוטע נייעס, אז נאך אסאך ארבעט, איז ב"ה געלונגען צוצושטעלן דעם אפציע פון שעירן ביי אלע אפטיילונגען פונעם וועבסייט, ווי איר וועט זען די אייקאנס פון אימיעל, טוויטער און פעיסבוק, גראד אונטערן שיעור/בריוו, ווי איר וועט קענען מיט איין דרוק שעירן דעם שיעור, בריוו מיט וועם איר ווילט. 2) דאונלאודן (אראפ נעמען) פילע האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן די מעגליכקייט צו דאונלאודן די שיעורים אויף זייערע אייגענע מוזיק פלעיערס צו קענען האבן די מעגליכקייט צו הערן די שיעורים אין די צייטן וואס זיי זענען נישט אין אפיס, צום ביישפיל אינדערהיים, אדער אין קאר, ווי זיי האבן נישט די צוטריט צו א קאמפיוטער און אינטערנעט. יעצט ב"ה האט מען געענדיגט מיט די ארבעט פון צולייגן די אפציע פון "דאונלאוד". און ב"ה מ'קען שוין דאונלאודן אלע אוידיא און ווידיא שיעורים ביים וועבסייט. צו דאונלאודן א שיעור וועט איר בלויז דארפן געבן א דרוק אויפן דאונלאוד קנעפל (א בילד פון אן עראו אראפ), און אויסוועלן די לאקאציע וואו איר ווילט עס האבן. די אנפירער פון די וועבסייט שלאפן נישט, טאג און נאכט טראכטן זיי און ארבעטן שווער צו מאכן דעם וועבסייט בעסער און באקוועמער. מיר האפן אייך כסדר צו האלט אפדעיטעד מיט אלע נייע פארבעסערונגען און אפדעיטס בעזרת השם יתברך. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער כט טבת תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט: אוידיא שיעורים

    אויף די גרויסע פארלאנג פון די פילע באנוצער פונעם וועבסייט איז בעזרת ה' צוגעלייגט געווארן א נייע פעידזש אויפן וועבסייט - "אוידיא שיעורים", ווי עס וועט בעז"ה כסדר ארויפגעלייגט ווערן פרישע שיעורים אויף אוידיא פארמאט, סיי די שיעורים וואס ווערן דא ארויפגלייגט אויף א ווידיא פארמאט ווי שיעורים פאר בחורים, פאר אינגלייט, און פאר פרויען. בפרט איז א פריידיגע בשורה, אז די אלע שיעורים וואס ווערן נאר אויפגעכאפט אויף אוידיא פארמאט, צום ביישפיל די גמרא בבלי און ירושלמי שיעורים, וואס ווערט פארגעלערנט מלא חן טעגליך דורכן ראש ישיבה, אנגעפילט מיט חיזוק, עצות, און הדרכות לויט די הקדמות פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וועט שוין בעז"ה זיין אויפן וועבסייט צו הערן און צו דאונלאודן אויפן נייעם פעיזש. דער נייער אפטיילונג וואס איז נארוואס געעפענט געווארן, וועט בעז"ה ווערן אפדעיטעט טעגליך מיט די פרישע שיעורים, און אזוי אויך וועלן די אלטע שיעורים בעז"ה ווערן ארויפגעלייגט מיט די צייט. דער נייער אפטיילונג געפינט זיך אונטער די "אלבומס" טעב אויפן מעין פעידזש. שמעו ותחי נפשכם &nbsp; ברסלב סענטער/אוידיא שיעורים

    < זעה מער ה טבת תשע"ט 📝
  • 500 בריוון שאלות ותשובות אפגעצייכענט היינט ערב חנוכה

    מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי 500 שאלות ותשובות, וואס איז קלארע ענטפערס פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט. ספעציעל איז דער שמחה גרויס היינט ביי תלמידי היכל הקודש היינט, וואס היינט ערב חנוכה איז געווארן 55 יאר זינט מוהרא"ש ז"ל האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים "אשר בנחל", וואס איז מחיה און משמח צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט, און איז שוין געווארן געדרוקט טויזנטער מאל. די ספרים האבן געהאט די גרעסטע חשיבות ביי מוהרא"ש, אזוי ווייט אז ער האט געהייסן אז אויף זיין מצבה זאל מען ארויסשרייבן אלץ זיין טיטל "מחבר ספרי אשר בנחל", אויך איז באקאנט די הבטחה פון מוהרא"ש וואס ער שרייבט צענדליגע מאל אין די בריוון, אז ווער עס דארף סיי וועלכע ישועה, זאל דרוקן א באנד אשר בנחל, און ער וועט זיכער געהאלפן ווערן. אלע שאלות ותשובות ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון וואס דער ראש ישיבה שרייבט פריוואט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און צום לעצט וואס מ'האט צוגעלייגט "בריוו פאר פרויען". די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער. אזוי אויך קען מען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון איין שאלה ותשובה &nbsp;די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא. &nbsp; לדעת את המעשה אשר יעשון

    < זעה מער כד כסלו תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט: בריוו פאר פרויען

    אויפן גרויסן פארלאנג פון די חשובע פרויען, וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פון יעצט ווערן ארויפגעשטעלט אלע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פאר פרויען. כמעשהו ביי די אנדער בריוו כך מעשהו ביי די בריוו פאר פרויען, ווי אידישע פרויען און מיידלעך פון די גאנצע וועלט וועלן בעז"ה קענען ארויסנעמען חיזוק און עצות אויף טאג טעגליך, און זיך שטארקן צו טון די עבודת הקודש וואס דער אייבישטער האט איבערגעגעבן פאר די אידישע פרויען. די בריוו פאר פרויען געפינט זיך אונטער די "חיזוק" טעב פון די מעין פעידזש. בזכות נשים צדקניות נגאלו ממצרים. לינק צו די בריוו &nbsp;

    < זעה מער יח כסלו תשע"ט 📝
  • ניי אין ברסלב סענטער וועבסייט : היכל הנגינה - מוזיק

    היינט ב"ה איז פארטיג געווארן די מוזיק פעידזש אינעם וועבסייט. דער "עולם הנגינה" בלאט געפינט זיך אינעם מעין פעידזש, אזוי אויך קענט איר עס טרעפן אונטערן "אלבומס" מעניו. אין דעם נייעם אפטיילונג וועט איר בעז"ה קענען טרעפן די מוזיק אלבומס מיט הערליכע ניגונים וואס דערנענטערן אידן צום אייבערשטן. אזוי אויך וועט דארט זיין בעז"ה נוסחאות התפלה, ניגוני ברסלב, און נאך. יעצט ביים עפענונג פונעם נייעם בלאט אינעם סייט, האט מען שוין ארויפגעלייגט עטליכע שיינע אלבומס: "טאנץ מיט אמונה 1", "טאנץ מיט אמונה 2", "נוסח ימים נוראים" און "ניגונים פון תשובה 1", נאך אלבומס וועלן בעז"ה ארויפקומען אין די קומענדיגע טעג. שמעו ותחי נפשכם! http://www.breslevcenter.com/music

    < זעה מער ד אלול תשע"ח 📝
  • שטארק נוצבארע וועבסייט אפדעיטס זענען יעצט אין די לעצטע פאזעס

    1) מוזיק א שפאגל נייע אפטיילונג וועט בעז"ה געעפענעט ווערן פאר מוזיק. דער בלאט וועט בעז"ה אנטהאלטן די ניגונים וואס וועקן אויף פון שלאף אז מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, די שיינע ניגונים פון ישיבה און פונעם ראש ישיבה, ניגונים און נוסחאות פון ברסלב בכלליות, און נאך. דאס אלעס וועט בעז"ה זיין עוועיליבל אויף א הערליכן געשמאקן פארמאט סיי צו דאונלאודן, און סיי צו הערן אנליין. &nbsp; 2) שפראכן אומגעהויערע כחות ווערט אריינגעלייגט צוצולייגן נאך שפראכן צום וועבסייט. דער וועבסייט באקומט כסדר טויזנטער ווענדונגען פון אידן וואס פארשטייען נאר אנדערע שפראכן, ווי צום ביישפיל לשון הקודש און ענגליש. יעצט ארבעט מען אויס אז וואס מער אפטיילונגען פונעם וועבסייט זאל זיין צום פארשטיין פאר וואס מער אידישע קינדער איבער דער גאנצער וועלט, אז אויך זיי זאלן קענען הערן די עצות און שעפן פונעם שפרודלדיגן לעבעדיגן קוואל פונעם הייליגן רבין. &nbsp; 3) געשעפט עס וועט בעז"ה געעפענט ווערן א פול-פוקנציאנירדע געשעפט ווי מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן אויפן וועבסייט ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-ביס, און אנדערע ברסבלע ארטיקלען. אויך ארבעט מען אויס איינצופעדעמען א פארגעשניטענע שיפינג סיסטעם צו קענען שיקן גרינגערהייט די באשטעלונגען אויף די גאנצע וועלט. * די מענעדזשמענט פונעם וועבסייט געבן איבער אז זינט דער סייט איז אפן האט עס שוין געהאט איבער 30,000 באזוכער (מיט איבער 300,000 היטס אויפן מעין פעידזש). יעדע חודש האט עס בערך 5,000 באזוכער (מיט איבער 15,000 היטס אויפן מעין פעידזש). די גריסן וואס מען הערט געבן א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" שרייבט איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" געט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערע בריוו. &nbsp; טייערע אידן, נעמט א חלק אין די גרויסע הוצאות פונעם אויפבויען און אויפהאלטן דעם וועבסייט וואס ברענגט אריין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט. דרוק דעם לינק. דער אייבישטער וועט אייך אוודאי באצאלן מיט כל משאלות לבכם לטובה אמן.

    < זעה מער כא אב תשע"ח 📝
  • פרישע ספרים און גליונות ווערן בעז"ה אפדעיטעד יעדן דאנעשטאג

    "בית נצחי", די פרישע קונטרס פאר די קומענדיגע וואך; דער "בית נצחי" אנטהאלט די "בית" ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא, אין גרויסע שיינע אותיות. "גליון היכל הקודש",&nbsp;די פרישע גליון פאר שב"ק; דאס איז דער באקאנטער גליון אויף אידיש וואס ווערט פארש&lrm;פרייט יעדע וואך שבת אין אלע שולן, מיט וואס דער עולם איז זיך מחיה. "עצתו אמונה", די פרישע קונטרס&nbsp; מיט די בריוו, די שאלות און תשובות פונעם ראש ישיבה פונעם פארגאנענעם וואך. וואס אנטהאלט הויפענעס פון חיזוק און עצות פאר אידן וואס פרעגן אן. אויפן פארלאנג פונעם ציבור, וועט דאס אלעס בעז"ה ארויפגעלייגט ווערן יעדע וואך דאנערשטאג (אדער ווי נאר עס וועט ווערן פארטיג פון דרוק) ביי די ספרים אפטיילונג. הנה ימים באים&nbsp;נאם ה' והשלחתי&nbsp;רעב&nbsp;בארץ&nbsp;לא רעב ללחם&nbsp;ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה' גליון היכל הקודש אידיש בית נצחי קונטרס עצתו אמונה

    < זעה מער א תמוז תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 41 of 41 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com