Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מען בויעט ווייטער דעם נייעם בנין אין אומאן

    ווי שוין געמאלדן, האט מען אנגעהויבן בויען א נייעם הערליכן בנין אין אומאן וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן. די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן. אנשי שלומינו רופן זיך אן גאר ווארים צום נייעם בנין, יעדער שטרענגט זיך אן ארויסצוהעלפן און זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים, אז מען זאל קענען ענדיגן דעם בנין ווי שנעלער אויפ'ן בעסטן פארנעם. עס ווערט אויך פארקויפט ספעציעלע זכותים וואס מען קען אפקויפן צו האבן א זכות אינעם בנין. די זכות פונעם בור הטבילה פון די מקוה איז שוין אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, און יעצט איז אויך אפגעקויפט געווארן די זכות פונעם עמוד הבעל תפלה דורך הרה"ח מו"ה מרדכי קאפלאן הי"ו, לע"נ זיינע עלטערן; החסיד התמים ר' דובער ב"ר יצחק ע"ה, נפטר ד' טבת תשס"ד. וזוג' חיה אדל בת ר' יצחק הכהן ע"ה, נפטרה כ"ה אלול תשע"ה. אויסער דעם ווערט אויך פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, די מקוה פאר 75,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית. זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א. >>> זעט ווידיא ווי די ארבעט רוקט זיך בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

    < זעה מער יז אב תשע"ז 📝
  • מען גרייט זיך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה

    &nbsp; דער זומער אין קעמפ "מחנה תפארת התורה" גייט ב"ה ווייטער אן מיט א געוואלדיגע סוקסעס, דער קול תורה הילכט אפ אין קעמפ, ווען די צענדליגע טייערע בחורים זיצן און הארעווען אויף די הייליגע תורה, און נוצן אויס די טייערע צייט זיך אנצופולן מיט תורה און יראת שמים. ווער עס קומט נאר אריין אין קעמפ קען גלייך שפירן די לויטערע לופט, די לופט וואס איז אנגעפולט מיט תורה, מיט תפלה, מיט אסאך רעדן צום אייבערשטן. די אכט וואכן פון קעמפ איז די ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים ווען מיר גייען שוין אט אט אריינטרעטן אין די הייליגע פארכטיגע תשובה טעג ווען עס גייט פארקומען דער פארכטיגער משפט, מען גייט אנשרייבן פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיין יאר וועט דורכגיין. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געדאווענט די תפלות אינאיינעם מיט גרויס השתפכות הנפש אין אונזער שיינעם בית המדרש, מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. אין די יעצטיגע טעג קומט פאר העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן, מען האט שוין געענדיגט גיסן דעם פונדאמענט, און מען הויבט שוין אן ארויפצוציען דעם בנין, ווי עס זעט אבער אויס וועט דער בנין נאכנישט זיין גרייט צום באנוץ אויף דעם קומענדיגן ראש השנה, דעריבער וועלן מיר דאס יאר ווייטער זיין אינ'ם זעלבן פלאץ ווי די לעצטע פאר יאר. אויך דער צייטווייליגער פלאץ ווערט אויפגעפרישט און פארראכטן צו די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. פילע פון די הונדערטער צוגעגרייטע בעטן זענען שוין צוכאפט געווארן, עס איז נאר געבליבן א קליינע צאל פלעצער, אזוי ווי אלע אנשי שלומינו ווילן זיך האלטן צוזאמען און פירן דעם יום טוב אינאיינעם. ווער עס וויל נאך אריינכאפן צו רעזערווירן א פלאץ, זאל זיך מעלדן ווי פריער צום "חבורת היכל הקודש באומאן" אויפ'ן נומער 347-452-0412, וכל הקודם זכה. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער ד אב תשע"ז 📝
  • העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם שטח אין אומאן

    ווי באקאנט האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט אז מיר זאלן קומען צו זיין ציון אין אומאן יעדעס יאר אויף ראש השנה, דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה וועט ער ארבעטן פאר אים און אויס'פועל'ן פאר אים א גוט געבענטשט יאר. דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר, אפילו אינמיטן די יאר, און וועט געבן א פרוטה פאר צדקה לזכותו און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהלים פון "תיקון הכללי", אפילו דער מענטש האט שוין געטון די ערגסטע עבירות וועט אים דער רבי פאררעכטן, ביי די פיאות וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית. פון דעסט וועגן האט דער רבי געזאגט אז אפילו וועמען ער קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען ער אבער יעדן איינעם פאררעכטן ווען מען קומט צו אים אויף ראש השנה. דעריבער קומען יעדעס יאר אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן קיין אומאן אויף ראש השנה, און פועל'ן דארט אויס ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. אין די לעצטע יארן האבן אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, ארויסגעדינגען א פלאץ אין אומאן צו קענען זיין אינאיינעם אויף ראש השנה, צו דאווענען אינאיינעם און פירן די סעודות אינאיינעם און אזוי ווייטער. יעצט איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט באוויזן צו קויפן א גרויסער שטח אין אומאן, וואו עס ווערט יעצט געבויעט א גרויסער פראכטפולער בנין, וואס וועט שטייט צו דינסט פאר אנשי שלומינו אין לויף פון די טעג וואס מען וויילט ביים ציון הק' אין אומאן. די וואך האט מען געגאסן די צעמענט פאר'ן פונדאמענט, און די ארבעט רוקט זיך ב"ה פאראויס מיט'ן פולן טעמפא. מען וועט ארויפציען דריי שטאק, אויף די אונטערשטע שטאק וועט זיין די פראכטפולע מקוה, א גרויסער עס זאל, און א גרויסע פארגעשריטענע קאך. אויפ'ן צווייטן שטאק וועט זיין דער גרויסער הערליכער בית המדרש און היכל התורה צו דאווענען און לערנען. און אויפ'ן דריטן שטאק וועט זיין צימערן צו שלאפן. אין די יעצטיגע טעג ווערן אויספארקויפט די זכותים פונ'ם בנין, וואס דאס איז אן איינמאליגע געלעגנהייט צו קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות הרבים אז אנשי שלומינו זאלן האבן א שיינעם רואיגן ווינקל אין אומאן, און קענען אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר מיט מנוחת הנפש. עס ווערט יעצט פארקויפט דער נאמען פונעם בנין, דער נאמען פון בית המדרש פאר 250,000$, דער זכות פונעם ארון הקודש פאר 18,000$, דער זכות פון די בימה פאר 12,500$, עמוד הבעל תפלה פאר 4,500$, די מקוה פאר 75,000$, בור הטבילה פאר 25,000$, דער נאמען פונעם עס זאל פאר 45,000$, דער זכות פון די קאך פאר 45,000$, די אויוונס פאר 4,500$, די פריזשידערס פאר 35,000$. אדער קען מען אנטייל נעמען מיט'ן סכום פון 3,600$ צו האבן די זכות פון עמודי הבית, 1,800$ מקימי הבית, 1,000$ מייסדי הבית. זכותים ווערן פארקויפט יעדן טאג, אויב ווילט איר נאך אריינכאפן צו האבן א חלק אין דעם מקום קדוש, מעלדט אייך ווי פריער צום ראש ישיבה שליט"א. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין! &nbsp; בילדער ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן ווידיאס ביים בויען דעם נייעם בנין אין אומאן

    < זעה מער יב תמוז תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 181 to 183 of 183 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com