Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • עפארדעבל פלאן אנצוקומען צום הייליג'ן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ג

    ווי שוין באריכטעט אין "ברסלב סענטער" פאריגע וואך אונטערן קעפל "פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן" האט פלען איט רייט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא א גרויסארטיגע פלאן אויפן בעסטן וועג וואס איז נאר מעגליך לויט די מצב אין אוקראינע, וויאזוי צו ברענגען אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן צום בנין פון היכל הקודש.   יענע פלאן וואס קאסט $898 פער מענטש ביידע וועגן, רעכענט אריין באסעס וואס וועלן אפווארטן אלע איינגעשריבענע ביים עירפארט אין פוילן, דערנאך א פלאץ צו דאווענען, א מקוה מיט שויערס, פולע מאלצייטן פון פרישטאג מיטאג און נאכטמאל מיט איבערבייס דורכאויס די גאנצע רייזע, א וועג מיטן באן און מיט א באס ביז אומאן, און אויפן וועג צוריק די זעלבע זאך פלאס אן אפשטעל איבערנאכט אין א האטעל איבערצושלאפן ביז אינדערפרי.   אויפן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן אז מען זאל אויך צושטעלן אן עפארדעבל פלאן, האט מען אויסגעארבעט אז מען וועט קענען צושטעלן א טיילווייזע סערוויס פאר בלויז $399 פער מענטש, פאר דעם וועט מען באקומען ביידע וועגן א רייזע מיטן באן פון פוילן ביז אוקריינא, און דערנאך א באס ביז אומאן פאר ביידע וועגן. די מעלה פון דעם פלאן אז עס וועט זיין אסאך ביליגער, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען זיך דארפן אליינס באזארגן מיט א פלאץ וואו צו זיין נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן ביז דער באן קומט (אויב מען קומט אן אסאך פריער) אדער וועט מען דארפן זוכן א וועג אנצוקומען באצייטענס צום באן (אויב מען קומט אן שפעטער), אויך וועט מען זיך דארפן פארשאפן עסן אויף די גאר לאנגע וועג, אזוי אויך וועט מען נישט האבן קיין ביהמ"ד און מקוה, און די זעלבע זאך אויפן וועג צוריק.   אויף יעדן פאל, דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען קומען צום הייליגן רבין אויף דער וועג צי אויף יענער וועג.   דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט אז "אפילו מען זאל מיר אויסלייגן מעסערס אויף די גאנצע וועג ביזן הייליגן רבינס ציון אין אומאן, וואלט איך אויך נישט מוותר געווען אויף דעם הייליגן נסיעה", כל שכן וכל שכן אז מען קען היינטיגע צייטן אנקומען גרינג צום הייליגן רבין (אויב קוקט מען עס אן רעלאטיוו צום הייליגן רבי נתן'ס צייטן, ווען מען האט געדארפט פארן וואכן מיט פערד-און-וואגן), רייסט זיך ארויס פון מויל "אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר האבן א רבין וואס פארשטייט אונז".   אין זכות פון פאלגן דעם הייליגן צדיק וועט ער זיכער ממליץ טוב זיין פאר אונז ביים יום הדין פארשריבן צו ווערן בספרן של צדיקים גמורים.   אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן. מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026.  אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו

    < זעה מער ה אלול תשפ"ב 📝
  • פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן

    מען האלט שוין ווייניגער פון פינף וואכן צום גורל'דיגן טאג ראש השנה, דער פחד'יגער יום הדין, וואס דער אייבישטער אליינס דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך משפט'ן אלע זיינע ברואים, מען גייט מיר דן זיין וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן יאר, עס כאפט א שרעק, לב יודע מרת נפשו, וויאזוי האט מיין יאר אויסגעזען? ווער ווייסט וואס ווארט מיך אפ קומענדיגעס יאר? &nbsp; יעדער איד זוכט אין די טעג מרבה צו זיין מיט זכותים, מען לערנט מער, מען זאגט מער תהלים, און מען זוכט ווי מען קען פארמערן מיט מצוות און מעשים טובים. אין די זעלבע צייט וויל מען אויך דינגען דעם בעסטן לאָיער וואס זאל מיר פארטרעטן ביים געריכט. מען זוכט אַן אַדוואָקאַט וואס וועט זיך אננעמען פאר מיר, און פועל'ן אז מען זאל מיר געבן נאך א שאנס. &nbsp; ווען מען הערט די הבטחה פון הייליגן רבין אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט פאר די אלע וואס קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, קוקט מען שוין נישט אויף גארנישט. וואס טוט נישט א מענטש פאר די טובה פון זיין משפחה? ווי שטארק וועט מען זיך אנשטרענגען צו ברענגען פרנסה אין שטוב? בפרט ווען מען ווייסט אז דא איז אנגעהאנגען נישט נאר זיין פרנסה נאר פשוט זיין לעבן, און נאך מער אויך זיין רוחניות'דיגע לעבן. מען געדענקט וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז נישט קיין חילוק ווער און נישט קיין חילוק וואו א מענטש זאל ח"ו נישט ליגן וועט ער אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און ער וועט זוכה זיין צו א תשובה שלימה, דורכדעם וואס מען קומט צו זיין ציון. &nbsp; פון איין זייט איז טאקע שווער צו פארן, בפרט היי יאר ווען אוקריינא איז אין א מלחה צושטאנד, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אז ווי עס זעט אויס וועט מען קענען פארן, די אוקריינע רעגירונג האט געזאגט אז פון זייער זייט וועט די גרעניץ זיין גענצליך אפן פאר אלע וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, נאר זיי בעטן אז מען זאל נישט קומען זייער פרי, און אויך אז מען זאל זיך האלטן צו די פארשידענע מלחמה-צייט געזעצן. &nbsp; צוליב דעם האט די שטאב פון "פלען איט רייט" אויסגעארבעט א פולקאמע פלאן וואס וועט בעזר השם קענען ברענגען אלע תלמדים פון היכל הקודש קיין אומאן, אויפן בעסטן שטייגער מעגליך, לויטן יעצטיגן מצב. &nbsp; מיר אין "ברסלב סענטער" זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די געטרייע שטאב פון פלען איט רייט, און מיר זענען פרייליך צו מעלדן די אפדעיטס. ווי מיר הערן, האבן שוין רוב רובם פונעם ציבור געקויפט טיקעטס וואס פארן ארויס ערגעץ אין די דינסטאג נצבים נאכמיטאג צייט, און קומען אן צו עטליכע עירפארטס אין פוילן אין די נאכמיטאג שטונדן פון מיטוואך, און מען קומט צוריק קיין ניו יארק דאנערשטאג וילך במשך דעם טאג. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז עס איז ברוך השם געלונגען פאר פלען איט רייט צוצושטעלן פארן גאנצן חבורה א גאר געשמאקע וועג פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן, ווי עס וועט בעז"ה ווערן צוגעשטעלט פארן ציבור אלע געברויכן פארן לאנגען נסיעה, ווי באנען, באסעס, מקוה, דאווענען, עסן, און שלאפן, און אזוי ווייטער. &nbsp; די לאנגע רייזע פון ניו יארק קיין אומאן &nbsp; דינסטאג פ' נצבים ווי געזאגט פארט מען ארויס פון ניו יארק בשעה טובה ומצלחת בעז"ה דינסטאג נאכמיטאג.&nbsp; &nbsp; מיטוואך פ' נצבים פלען איט רייט וועט בעז"ה צושטעלן באסעס וואס וועלן אפווארטן דעם עולם במשך מיטוואך נאכמיטאג פון די עירפארטס אין ווארשא, קראקא, און ריישא יעדער לויט זיין סקעדזשולד פלייט, וואס וועלן נעמען דעם ציבור צו א געשמאקע לאקאציע אין די געגענט פון ליזענסק, דארט וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע פרישע מקוה מיט שויערס, און א נארהאפטיגע זעטיגע נאכטמאל. &nbsp; מיטוואך פ' נצבים ביינאכט ביינאכט נאכדעם וואס אלע באסעס וועלן שוין האבן אנגעקומען פון די אלע עירפארטס און יעדער וועט זיך אויפפרישן און האבן אפגעגעסן, און געדאווענט מנחה און מעריב וועט זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן נעמען דעם עולם צו די באן סטאנציע. &nbsp; פון דארט וועט מען זיך ארויפזעצן אויף א באקוועמע טרעין וואס וועט נעמען דעם עולם אויף א לאנגע זיבן שעה'דיגע רייזע קיין אוקריינא. אויפן באן וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס מיט א ברייטע האנט.&nbsp; &nbsp; דאנערשטאג פ' נצבים די באן וועט בעז"ה אנקומען צום דעסטינאציע אין אוקריינא דאנערשטאג נצבים אין די צופרי שעה'ן, ווי מען וועט זיך אפשטעלן און עס וועט דארט ווערן צוגעשטעלט א ברייטע נארהאפטיגע פרישטאג. &nbsp; נאכן פרישטאָג וועט זיין צוגעשטעלט א ריזיגע פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס בהרחבה, אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין אומאן, ווי מען וועט ענדליך זוכה זיין נאך די פילע תפילות צום אייבערשטן צו איבערטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ציון אין די פארמיטאג שעה'ן פון דאנערשטאג פרשת נצבים מיטן אייבערשטנ'ס הילף. דער וועג אהיים נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א אין אומאן, מען וועט הערן די לעכטיגע שיעורים, מען וועט מיטנעמען מיט זיך די ווארימע תפלות, שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און פועלן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל א גוט געבענטש יאר, וועט מיטן איבערשטנ'ס הילף זיין צוגעשטעלט א געשמאקע וועג צוריק אהיים צו די בענקעדיגע משפחה וואס ווארט שוין אין ניו יארק. &nbsp; מוצאי יום טוב (דינסטאג פ' וילך ביינאכט) מוצאי יום טוב וועט מען נאך איבערשלאפן אין אומאן אינעם בנין פון היכל הקודש צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, ווי מען וועט זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מען האט זוכה געווען צו וויילן דעם ראש השנה תשפ"ג במחיצתו פונעם הייליגן ציון, און איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און שטיינער, און מקיים געווען דעם רצון פון הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות. מיטוואך פ' וילך (צום גדליה) אינדערפרי צום גדליה פארטאגס וועט אפווארטן א גרויסע פלאטע פון צענדליגע באסעס פארן גאנצן עולם, און מען זיך ארויסלאזן אויפן צוויי שטונדענדיגן רייזע ביזן באן סטאנציע. און אין די פארמיטאג שעות פון צום גדליה וועט מען זיך ארויפזעצן אויפן באקוועמען באן, וואס וועט בעז"ה אנקומען פארנאכטס אין ליזענסק. &nbsp; מיטוואך פ' וילך ביינאכט אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע און געשמאקע נאכטמאל אויסצופאסטן, און דערנאך וועט מען זיך לייגן שלאפן אין א באקוועמע האטעל. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך אינדערפרי&nbsp; דאנערשטאג וילך אינדערפרי וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע מקוה, בית המדרש, און פרישטאג, און פון דארט וועט כסדר ארויספארן באסעס צו די עטליכע לופטפעלדער אין פוילן פון וואו דער עולם וועט צוריק פארן קיין ניו יארק בשעה טובה ומוצלחת. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך נאכמיטאג דער עולם וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אנקומען בשלום קיין ניו יארק אין די דאנערשטאג נאכמיטאג שעה'ן מיט פילע זעק ישועות און רפואות און א שנה טובה ומבורכת. פרייז און רעגיסטראציע דער פרייז פאר די אלע סערוויסעס, די באנען, באסעס, עסן, טרונקען, בעטן, האטעל אינאיינעם איז $889 פער מענטש. א קינד וואס דארף נישט קיין עקסטערע בעט אין די האטעל אויפן וועג צוריק וועט דארפן צאלן $839. &nbsp; אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן. &nbsp; מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026. &nbsp; איש בל יעדר!

    < זעה מער כח אב תשפ"ב 📝
  • בנין היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט פאר ראש השנה תשפ"ג הבא עלינו לטובה

    אין די יעצטיגע טעג טוט זיך העפטיגע הכנות אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אין בעפארברייטונגען צום קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, מען ארבעט פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; ביי די טרעפ ארויף צו אלע שטאקן ווערט אינסטאלירט גוטע און שטארקע רעילינגס עס זאל זיין אפגעהיטן מען זאל חס ושלום נישט געשעדיגט ווערן ווען מען גייט ארויף און אראפ פון די שלאף צימערן צום בית המדרש און צוריק. אויך ווערט אין די טעג צוגעגרייט דער עלעוועיטאר וואס וועט שטארק פארגרינגערן דאס ארויף גיין און אראפקומען ביים אנקומען אין בנין און ביים אהיים פארן. &nbsp; צוליב די יעצטיגע מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טאר ביינאכט נישט געזען ווערן קיין שום לעכטיגקייט, וועט אין אלע צימערן אינסטאלירט ווערן "ווינדאוי שעידס" כדי עס זאל נישט ארויס שיינען די לעכטיגקייט ביינאכט. אזוי אויך פילט מען שוין אן די וואסער טענק עס זאל זיין גענוג וואסער פאר די גאנצע צייט וואס מען איז דארט. &nbsp; די חשוב'ע עסקנים וואס זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א ארבעטן גאר שווער אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, טראץ דעם וואס דאס יאר איז נישט אזוי גרינג צו באקומען אלעס, דאך פרובירט מען פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין מיט אלעס ארום מיט די בעסטע און שענסטע וואס קען נאר זיין. &nbsp; און ווי שוין געמאלדן קען מען שוין דינגען זיצן אין בית המדרש אויף ראש השנה ביים גבאי מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, מען קען אים רופן אויף 347-404-8738. &nbsp; דער עיקר פון אלעם איז צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען און צוריק קומען בשלום, און קענען אהיימקומען מיט ישועות ורפואות פאר זיך און די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער יט אב תשפ"ב 📝
  • זיצן ווערן שוין פארקויפט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין אומאן

    טראץ אלע סארט נייעסן וואס מען הערט כסדר אהער און אהין, וועט מען יא קענען פארן אויף אומאן דאס יאר אדער חס ושלום נישט, זענען ברסלב'ע חסידים זיך קיינמאל נישט מייאש, מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר זאלן זוכה זיין אויך דאס יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי ער האט געבעטן און פארלאנגט פון אונז, און מיט תפלה וועלן מיר זיכער פועל'ן צו פארן בשלום און צוריק קומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן צו פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין. &nbsp; מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן. &nbsp; וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער יז אב תשפ"ב 📝
  • לעצטע אפדעיטס פון פלען איט רייט איבער אומאן ראש השנה תשפ"ג

    קרעדיט מו"ה אלי קנאל הי"ו - פלען איט רייט 845-678-3555 &nbsp; אונזער פריערדיגע באריכט פון "פלען איט רייט" איבער די פלענער פון פלייטס אנצוקומען קיין אומאן האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג ביים חשוב'ן ציבור אנשי שלומינו. עס זענען כסדר געווען ווענדונגען פון אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן מיר זאלן לאזן וויסן וואס עס זענען געווארן פון די פלענער פונעם טשארטער, און אזוי אויך אלע אנדערע טיקעט אפציעס. &nbsp; די "ברסלב סענטער" שטאב זענען כסדר געשטאנען אין פארבידונג מיט די חשובע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט", וואס מיר קענען עדות זאגן וואס פאר א כוחות זיי לייגן אריין, און פרובירן דאס בעסטע צוצושטעלן פאר אנשי שלומינו, אז זאלן קענען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיט די מערסטע מנוחת הנפש וואס מעגליך. &nbsp; יעצט ווען עס איז שוין דא פרישע באשטעטיגטע אפדעיטס, זענען מיר פרייליך זיי מיטצוטיילן מיטן ציבור. &nbsp; צום ערשט דארפן מיט צו אונזער גרויס באדויער באריכטן, אז דער דער פלאן פונעם טשארטער דירעקט קיין ריישא און דערנאך פארן מיטן באן קיין אומאן איז געווארן געקענסעלט. דאס איז צוליב דעם וואס דער עירליין איז נישט גרייט געווען צו ריפאנדן אין פאל ח"ו מען קען נישט פארן, א תנאי צו וואס "פלען איט רייט" האט זיך נישט געוואלט צושטעלן. אבער ברוך השם אז עס זענען דא פילע אנדערע אפציעס וואס מען קען נעמען. &nbsp; צום ערשט זענען דא די אינדיווידואלע טיקעטס. &nbsp; פון פלען איט רייט קומט א שטארקע רעקאמענדאציע צו פארן דורך פוילן. מען קען נעמען א פלייט קיין ווארשא (12 שעה ביז אומאן), קראקא (11 שעה) און ריישא (9.5 שעה) &nbsp; דערנאך איז דא דער עירפארט אין יאס, ראמעניע דער וועג קיין אומאן נעמט 7.5 שעה (דורך ראמעניע, מאלדאווע, אוקריינא) דאס הייסט אז מען גייט אריבער צוויי גרעניצן, דער וועג וואס מיידט אויס מאלדאווע נעמט 10.5 שעה. &nbsp; דער לעצטער אפציע (נישט רעקאמענדירט, צוליב דער נאכגעלאזטער מצב דארט) איז קישינוב, מאלדאווע. וואס נעמט 6.5 שעה ביז אומאן. &nbsp; מען קען רופן אין אפיס פון "פלען איט רייט" פאר מער אינפארמאציע איבער די אינדיווידואלע טיקעטס וואס זענען ריפאנדעבל ביז צוויי טעג פאַרן פאָרן. אזוי אויך טוט "פלען איט רייט" שטארק רעקאמנדירן פאר די וואס נעמען די אינדיווידואלע טיקעטס צו נעמען א טיקעט אהיים דאנערשטאג נאך ראש השנה. &nbsp; די נעקסטע אפציע זענען די גרופּ-טיקעטס.&nbsp; &nbsp; די מעלה פון די גרופּ-טיקעטס איז אז קומט שוין מיט קלארע פאראויס-באשטימטע פרייזן, קראקע-פוילן איז $925; ריישא-פוילן איז $1,365, נאכדעם קען מען נעמען א טיקעט וואס פארט אריין דורך יאס-ראמעניע, און צוריק פון קישינוב-מאלדאווע פאר $1,199. &nbsp; פאר די גרופ-טיקעטס דארף מען געבן א $350 דיפאזיט ביים באשטעלן, און ביז דרייסיג טעג פארן ארויספליען דארף די גאנצע באלאנץ שוין זיין אויסגעצאלט. עס רעפאנדעבל נאר ביז 30 טעג פארן ארויספליען (אויסער $250). און דערנאך וועט מען גארנישט קענען ריפאנדן אפילו אין פאל מ'וועט ח"ו נישט קענען פארן. דיסקלעימער: איבעראל ווי עס שטייט אינעם באריכט ווי לאנג עס געדויערט דער וועג קיין אומאן איז עס נאר בערך, אויך רעכענט עס נישט אריין די צייט פון ווארטן ביים גרעניץ, אזוי אויך איז עס נאר אויב מען פארט מיט א "קאר", ווייל מיט א באס נעמט עס לענגער. &nbsp; ערליכע אידן און אוודאי חסידי ברסלב ווייסן אז אלעס וואס מיר ווילן קענען מיר באקומען נאר דורך תפילה, און בפרט דער נסיעה צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, וואס דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך פון אלע זייטן דאס צו שטערן, קען מען עס נאר איבערקומען דורך אסאך אסאך תפלה.

    < זעה מער כא תמוז תשפ"ב 📝
  • אלע בעטן שוין אויספארקויפט אינעם בנין אין אומאן

    אויף די גרויסע נאכפראגע פון פילע אידן וואס ווילן נעמען א בעט אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, ווילן מיר מעלדן אז עס איז מער נישטא צו באקומען קיין בעטן, אלע פלעצער זענען שוין ארויסגעדינגען. &nbsp; וויכטיגע מעלדונג פאר די אלע וואס האבן געגעבן א דעפאזיט פאר א בעט; עס איז שוין דורך די לעצטע מינוט צו באצאלן דעם גאנצן באלאנס. פון יעצט וועט מען אי"ה צוריקגעבן די דעפאזיטס פאר די אלע וואס האבן נאכנישט אויסצאלט זייער גאנצע באלאנס. &nbsp; פאר די אלע וועלכע האבן שוין יא אויסגעצאלט זייער באלאנס, וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרובירן צוצושטעלן דעם שבת ויום טוב אין אומאן אויף א געשמאקע פארנעם. ווי באקאנט געפינט זיך אוקריינע יעצט אין א מלחמה צושטאנד, זאכן זענען פיל שווערער צו שאפן און ברענגען ווי א געווענליכע יאר. געוויסע ווייטערע שטעט וואס זענען יעצט אויפ'ן פראנט פון די מלחמה, זענען די פלעצער פון וואו מען פלעגט ברענגען פילע נויטיגע געברויכן און יעצט קען מען גארנישט באקומען פון דארט. מיר זענען מתפלל און מיר זענען זיך משתדל דאס מערסטע וואס מעגליך אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט על צד היותר טוב צו יעדנ'ס צופרידנהייט. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער א תמוז תשפ"ב 📝
  • אידישע קהילה אין קישינוב ערלעדיגט צו פארגרינגערן די גרעניץ אריבערגאנג פון מאלדאווא קיין אקוריינא

    ווי שוין באריכטעט זענען די עירפארטס אין אוקריינא אפגעשלאסן שוין עטליכע חדשים זינט דער אנהייב פון די מלחה צווישן אוקריינא און רוסלאנד. ווי ערווענט זענען די גרעניצן אויף דער ערד געהעריג אפן. עס וואלט געווען צו ערווארטן אז דער הויפט וועג אנצוקומען קיין אומאן זאל ווען זיין דורך קישינוב אין מאלדאווע, וואס פונעם דארטיגן אינטערנאציאנאלן עירפארט נעמט דער וועג קיין אומאן בלויז בערך פינף שעה. &nbsp; למעשה אבער, קומען רוב אידן וואס ווילן פארן קיין אומאן דורך פוילן, רומעניע, סלאוואקיע און אונגארן, וואס די וועגן פון דארט נעמט זייער זייער לאנג, א נסיעה וואס געדויערט צווישן צען און צוואנציג שעה געוואנדן פון וועלכע שטאט. דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער גרעניץ פונקט צווישן אוקריינא און מאלדאווא איז געווען זייער פראבלעמאטיש, פילע זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער היימלאנד, און אפילו די וואס זענען צום סוף דורכגעלאזט געווארן זענען אויפגעהאלטן געווארן שעות איבער שעות און זענען געווארן אויסגעפארשט און אויסגעפרעגט כאילו ווער ווייסט וואס זיי ווילן דארט טון. דאס האט אוועקגענומען די אפעטיט פון די אלע אידן פון זיך צו באנוצן מיט דעם גרעניץ. &nbsp; געלויבט דער אייבערשטער אז די וואך איז ארויפגעקומען א פרייליכע דורכברוך. נאכדעם וואס די אידישע קהילה אין קישינוב האט אויסגענוצט איר גוטע קשרים מיט די אוקריינישע רעגירונג, וואס האט נאך פילע פארהאנלונגען אנגעפירט דורכ'ן הויפט רב פון מאלדאווע הרה"ג ר' פנחס זאלצמאן שליט"א, געפועלט אז מען וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס דורכגיין. ווי זיי זאגן האבן זיי געגעבן צו פארשטיין די אוקריינע רעגירונג די וויכטיגקייט פון דורכלאזן גרופעס אידן וואס ווילן קומען צו די קברי צדיקים, און ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן אן אפענע אויער אין די הויכע פענסטער, וואס האבן פארשפראכן אז די גרעניץ דורכגאנג וועט געעפענט ווערן פאר גרופעס. &nbsp; מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז איידער מען מאכט פלענער צו פארן אהין, איז זייער רעקאמאנדירט זיך צו פארבינדן צו א פארלעסליכן טראוועל אגענטור וואס קען זיך אויס מיט די געזעצן און מיט די מצב אין די פלעצער כדי צו פארמיידן קאפ-וויי און עגמת נפש. &nbsp; אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אז מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה און עס וועט זיין "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", עס זאל שוין הערשן שלום אויף דער וועלט בביאת משיח צדקינו בב"א &nbsp; אנשי שלומינו ווערן געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין אז מען זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp;

    < זעה מער כט סיון תשפ"ב 📝
  • אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 &nbsp; ווי דער געזעץ לויטעט אין רוב מדינות, דארף דער פאספארט זיין גילטיג ווען מען קומט אן אויף נאך זעקס חדשים. דערפאר קוקט איבער אייערע פאספארטן און אויב לויפט עס אָפּ בעפאָר למספרם אפריל 2023 איז יעצט דער ריכטיגער צייט אריינצוגעבן צו מאכן א פרישע פאספארט, שטייענדיג פונקט 13 וואכן איידער מען וועט בעזרת השם פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון. &nbsp; דער אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט זאגט, אז די ווארט צייט צו באקומען א פאספארט אין די יעצטיגע טעג שטייט ביי "צווישן 8 און 11 וואכן". דאס מיינט אז אויב מען אפּלייעט יעצט, וועט עס בעזרת השם אנקומען פונקט אין צייט. &nbsp; פאר נאך זעכציג דאלער שטעלן זיי צו "עקפּעדייט פאספארט" סערוויס, וואס דאס איז ערווארטעט צו דויערן צווישן 5 און 7 וואכן. אזוי אז אויב מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם, קען מען עס נאך בעז"ה מסדר זיין ביז ראש השנה. &nbsp; * &nbsp; ברוך השם אז די פלענער וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט פון "פלען איט רייט" פאריגע וואך האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער געפרייט צו באקומען א שטיקל קלארקייט איבער וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פארן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; דערווייל איז נאך נישטא קיין פרישע אפדעיטס איבער די טשארטער, אדער די טראנספארטאציע מיטן באן, וכדומה. די שטאב פון פלען איט רייט זענען אין די טעג שטארק פארנומען צו באשטעטיגן און אויסארבעטן די פילע דעטאלן פון די אלע פלענער. &nbsp; אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, מען זאל קענען פארן און קומען געזונטערהייט, און אויספועלן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל אלעס גוטס.

    < זעה מער כא סיון תשפ"ב 📝
  • פלען איט רייט מעלדן פלענער צו צושטעלן וועגן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט

    מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. טראצדעם וואס מען האלט אין אזא אומזיכערע צייט, מדינות שלאגן זיך ארום איינע מיטן צווייטן, ציעט יעדעמס הארץ און קען נישט אויפהערן בענקען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; אנשי שלומינו בעטן ביים אייבערשטן צו זוכה זיין צו מקיים זיין דעם רבינ'ס בקשה "קיינער טאר נישט פעלן" און באקומען די אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט, פאר דער וואס קומען צו זיין ציון. און ווי גרעסער די מניעות זענען, אלץ מער איז מען זוכה צו באקומען ביים הילייגן רבין. &nbsp; אין די טעג, קומט אריין דער אלעמען באקאנטער טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער גוטע סערוויס בכלל, און בפרט ווען עס קומט צו אומאן ראש השנה, גייען זיי נאך אסאך מער ארויס פון וועג, און טוען אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטעלן וועגן פאר אנשי שלומינו צו קענען פארן צום רבין. פאלגענד איז די מודעה וואס פלען איט רייט האט ארויסגעלייגט: &nbsp; היות מיר קענען נישט פאָראויסזאָגן אויב עס וועט זיך עפעס טוישן ביז ראש השנה, האבן מיר ארויסגעלייגט די פלענער לויט די יעצטיגע אומשטענדן. די ערשטע זאך, דארף מען וויסן אז אלע עירפארטס אין אוקראינע זענען דערווייל פארשפארט, אבער די גרעניץ קיין אוקראינע איז נישט פארשפארט, מען קען אריינקומען מיט א קאר, טרעין, אדער באס, דערפאר לייגן מיר ארויס די אפציעס וואס מיר גייען בעז"ה צושטעלן צו קענען קיין אומאן אויף היי יאר ראש השנה תשפ"ג. &nbsp; די אָפּציעס זענען דערווייל ווי פאלגענד: &nbsp; 1) דער נענסטער עירפארט צו אומאן אינדרויסן פון אוקריינא (מיט א קאר) איז אין יאַס, רומעניע, פון דארט קען מען נעמען דעם וועג דורך מאָלדאָוואַ וואס נעמט בערך 7 שעה מיט א קאר. אויב וויל מען אויסמיידן מאָלדאָוואַ און דארפן אריבערגיין נאך א גרעניץ, קען מען פארן א לענגערע וועג בלויז אין די אוקראינישע טעריטאריע. דער וועג געדויערט 11 שעה מיט א קאר, און 12 שעה מיט א באס. &nbsp; דער פּראָבלעם פון יאַס, רומעניע איז, אַז דער עירפארט איז זייער קליין, און איז נישט געאייגענט פאר אסאך מענטשן, ווי אויך איז שווער צוצושטעלן טראנפארטאציע פון דארט.&nbsp; &nbsp; 2) נאך א נאנטע עירפארט צו אומאן איז אין קישינוב, מאָלדאָוואַ. דער וועג נעמט אַרום 8 שעה מיט א קאר, אָדער 12 שעה מיט א באס - חוץ פון די צייט ביים גרעניץ. (דער וועג נעמט אזוי לאנג, טראץ וואס עס גאנץ נאנט צו אומאן, צוליב וואס מען דארף ארומפארן די גאנצע "טראנסניסטריע" טעריטאריע פון מאלדאווע). &nbsp; די חסרון פון מאלדאווע איז אַז דאס איז אן אומסטאבילע און פּרימיטיווע לאנד, די שאסייען זענען נישט געבויעט פאר די געברויכן פון אזויפיל מענטשן, די אינפאראסטראקטור איז אַלט און צופאלן, די ראודס זענען צוהאקט, ווי אויך האבן אסאך געהאט פראבלעמען ביי זייער גרעניץ אין די לעצטע חדשים. מיט דעם אלעם האפן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף צוצושטעלן טראנפארטאציע אויך פון דארט.&nbsp; &nbsp; 3) נאך אַן אפציע (רעקעמאנדירט דורך אונז) זענען די עירפארטס אין פוילן. די פוילישע עירפארטס זענען דאס מערסטע צוגעפּאַסט צו קענען אקאמאדירן אסאך מענטשן בעז"ה, אויך איז דא דארט א באקוועמע באַן סיסטעם אריין קיין אוקריינא, וואָס מיר אַרבעטן שווער צוצושטעלן דורך די באן א וועג געשמאקע קיין אומאן לתועלת הציבור. מער אינפארמאציע דערוועגן וועט אי"ה נאָכפאָלגן. &nbsp; די נענסטע עירפארט אין פוילן צו אומאן איז ריישא, פון דארט נעמט די וועג 9 שעה מיט קאר אָדער 16 שעה מיט א באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ - מיט א באן וועט עס געדויערן אי"ה אסאך שנעלער). &nbsp; אביסל ווייטער זענען די עירפארטס אין קראקע אָדער לובלין, פון ביידע נעמט די וועג אַרום 12 שעה מיט קאר אָדער 17 שעה מיט באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ.) &nbsp; דערנאך איז דא דער גרויסער עירפארט אין פוילנ'ס הויפטשטאט ווארשע, וואס איז אַרום נאך איין שעה ווייטער. &nbsp; עירפארטס אין אנדערע אַרומיגע לענדער: בודאַפּעסט, אונגארן: מיט דירעקט פלייטס פון ניו יארק! די וועג קיין אומאן פון דארט נעמט 14 שעה מיט קאר אָדער 20 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ.) &nbsp; וויען, עסטרייך: אויך דירעקט פלייטס פון ניו יארק. די וועג פון דארט נעמט 16 שעה מיט קאר, אָדער 25 שעה מיט אַ באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ). &nbsp; סלאָוואַקיע האט אַ קליינע עירפארט אין שטאט קאַשוי וואס געדויערט 13 שעה מיט א קאר און 17 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ) &nbsp; פלען איט רייט וויל קלארשטעלן אז זיי זענען דא בלויז צוצושטעלטן טראנספארטאציע און אינפארמאציע. אָבער דער באַשלוס אַריינצוגיין אַין א לאנד אין א מלחמה צושטאנד איז אויף אייער אחריות. כאָטש די געגענטער וואָס מיר דארפן דורכפארן זענען נישט ממש אין די מלחמה זאָנע, זענען זיי פארט אין אַ לאַנד וואס איז יעצט אין א מלחמה צושטאנד. &nbsp; פאלגענד זענען די אפציעס פון די סערוויס וואס מיר שטעלן צו דאס יאר:&nbsp; &nbsp; 1) מיר וועלן פארקויפן איינצעלע טיקעטס צו פארשידענע עירפארט אין די אַרומיגע לענדער (נישט קיין גרופ טיקעט). &nbsp; ביי דעם קענען מיר נישט גאראנטירטן די טראנפארטאציע אנצוקומען צום עירפארט; און מען דארף געדענקען אז היינט זענען רוב טיקעטס "נישט ריפאנדעבל", (אַלע קאָוויד ריפאנד פאליסיס זענען שוין עקספייערט, און דערפאר וועט די טרעוול אינשורענס נישט דעקן א נייע טיקעס אין פאל מען פארפאסט די פליגער). ווי אויך דארף מען געדענקען אז די געזעצן אריינצוגיין אין די לענדער האלטן זיך אין איין טוישן. &nbsp; 2) בעזר השם וועלן מיר היי יאר אויך צושטעלן אַ דירעקט טשאַרטער פלייט קיין ריישא מיט טראנפארטאציע פונעם עירפארט קיין אומאַן דורך א באקוועמע באַן, מיט בעטן, עסן וכדו'. דער באן איז נאך נישט באשטעטיגט אבער מיר האפן עס צו באשטעטיגן אי"ה אין די קומענדיגע צוויי וואכן. &nbsp; אויב די סיטואציע וועט זיך טוישן, וועלן מיר מעגליך טוישן די טשאַרטער קיין קישינוב, מאָלדאָוואַ (אדער גאר קיין אוקריינע) מיט באסעס קיין אומאַן. &nbsp; 3) מיר וועלן בעז"ה פארקויפן "גרופּ-טיקעטס" צו די איינע פון די עירפארטס אין די ארומיגע לענדער, מיט טראנספארטאציע פון דארט קיין אומאן פאר א מינאמאלע אָפּצאָל. (די אפציע וועט זיין גרייט אי"ה אין צוויי וואכן ארום). &nbsp; וויכטיג צו געדענקען פאר די וואס ווילן זיין צוריק אויף מיטוואך צום גדליה:&nbsp; מיר פרובירן צו ארבעטן אויף די בעסטע אופנים צו קענען צושטעלן די בעסטע וועגן פון און צוריק צום לופטפעלד, מיר קענען אבער נישט נעמען דעם אחריות דערויף. דאס הייסט, אז אפילו מיר שטעלן צו די טראנפארטציע, איז מעגליך אז די וועג וועט נעמען לענגער, אדער מען קען ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ, און עס איז נישט מעגליך מיר זאל פארזיכערן אז איר וועט קענען כאפן אייער פליגער באצייטענס. און מיר וועלן נישט באצאלן פאר פרישע טיקעטס. &nbsp; מיר קענען בלויז נעמען אחריות אויף די טשארטער, וואס דארט האבן מיר די מעגליכקייט בעז"ה אויפצוהאלטן דעם פליגער אויב מען זעט אז די וועג אדער דער דורכגאנג ביים גרעניץ געדויערט לענגער ווי ערווארטעט.&nbsp; &nbsp; מיר ראטן דערפאר צו נעמען לכתחילה א פליגער אויף דאנערשטאג, אויב איר נעמט נישט דעם טשארטער. (נעמט אין אכט: אז עס וועט זיין זייער שווער צו כאפן א פרישע פליגער, אויב איר פארפאסט אייער פליגער מיטוואך, צוליב די ווייניג פליגערס וואס פליען) &nbsp; הצלחה, און בשורות טובות.&nbsp; &nbsp; ביז דא איז די מעלדונג פון "פלען איט רייט" מיט די פילע דעטאלן און אפציעס וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן די אפציע וואס איז אים דאס מערסטע צוגעפאסט. מיר האפן בעז"ה צו האלטן אינפארמירט אנשי שלומינו דא אויף אונזער וועבסייט, יעדעס מאל עס ווערט סיי וועלכע אפדעיט בנוגע דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. &nbsp; ווי שוין באריכטעט גייט ווייטער אן די בוי ארבעט ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן, און מיט'ן תפילות וועט דער אייבערשטער העלפן אז אויך היי יאר, וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, און אויספועלן א גוט יאר. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ציון הקדוש אומנה!

    < זעה מער יז סיון תשפ"ב 📝
  • מען בויעט ווייטער דער זעקסטער שטאק אין בנין פון אנ"ש אין אומאן

    ווי די איינוואוינער אין אומאן געבן איבער, שפירט ב"ה בכלל נישט דארט קיין מלחמה. די זעלבער זאך הערט מען פון די פילע אידן וועלכע פארן כסדר אויף די מקומות הקדושים אין אוקראינע אין די יעצטיגע טעג, אז די ווערטשאפט אין יענע געגענט פון אוקראינא איז ממש רואיג; עס זענען נאך טאקע נישטא קיין אפענע עירפארטס אין אוקראינע, מען דארף דערווייל פארן צו איינע פון די מערב אייראפעאישע לענדער און פון דארט אריינפארן מיט א קאר, אבער ווי מען זאגט זענען די וועגן פון פוילן, אונגארן, רומעניע און מאלדאווע קיין אומאן זייער רואיג און שטיל. &nbsp; דער ראש ישיבה געזאגט אז אזוי ווי עס זעט אויס וועט מען בעזהשי"ת קענען פארן קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה, דערפאר זאל מען צוגרייטן דעם בנין געהעריג מיט אלע געברויכן אויף ראש הנשה, סיי דער בית המדרש, די קאך, די מקוה, די וואסער, עסן, א.א.וו. &nbsp; און טאקע אין די טעג גייט שוין די ארבעט אן העפטיג איינצורישן דעם בנין פאר אנשי שלומינו מיט אלע געברויכן, מען גרייט אן די וואסער סיסטעם, מען באשטעלט דאס עסן, מען פאררעכט וואס עס פעלט אויס, בקיצור - מען גרייט צו דעם בנין אויפצונעמען די הונדערטער אידן תלמידי היכל הקודש זאל האבן א פיינע אכסניא בעזהשי"ת אין די טעג וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויילן אין אומאן אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ג. &nbsp; אזוי אויך, צוליב די גרויסע צאל פון פרישע מקורבים ב"ה ווי מען האט געזען פונעם גרויסן געדרענג פונעם פארגאנגענעם יאר, ווען מען האט געדארפט אפזאגן זייער אסאך אנשי שלומינו, נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען אריינצונעמען נאך מענטשן, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז מען דאס יאר ענדיגן בויען דער זעקסטער שטאק אינעם בנין, וואס מען פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פולקאם צו ענדיגן אויף ראש השנה תשפ"ג. דאס וועט זיין דער פערטער שטאק פון שלאף צימערן פונעם בנין. &nbsp; ערליכע אידן און ברסלבע חסדים בפרט ווייסן און געדענקען אז קיין שום זאך קענען מען דערגרייכן אן תפלה, און זיכער נישט אזא גרויסע זאך ווי זיין ביים רבין אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געזאגט דערויף "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, קיינער טאר נישט פעלן", איז זיכער אז מען דארף דערויף תפלה. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין א געווענדליכע יאר. אין אזא יאר, ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיך צו פארלייגן אויף די לענג און אין די ברייט אפצוהאלטן דאס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דארף מען זיכער מאכן נישט אויסלאזן קיין געלגענהייט פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן די זכיה אויך דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. און מיט תפלה קען מען אלעס פועלן.

    < זעה מער ב סיון תשפ"ב 📝
  • עירליינס קלערן ווידער צו באנייען זייערע פלייטס קיין אוקראינע

    מען האלט נאך קוים אנפאנג חודש אייר, אבער אנשי שלומינו חסידי ברסלב טראכטן שוין פון ראש השנה. ווען מען זעט וואס דער הייליגער רבי שרייבט איבער ראש השנה "יעדער זאל קומען", "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר" און אזוי ווייטער, טראכט מען נישט קיין צוויי. בפרט ווען מען געדענקט וואס עס טוט זיך ביים בית דין של מעלה אינעם הייליגן טאג ראש השנה, ווען מען שרייבט אפ דעם שיקזאל פון יעדעם איינעם, "מי יחיה... מי בקיצו... מי במים..." איז שוין נישטא קיין קלער איבער בלייבן אינדערהיים. &nbsp; אין אלע יארן זינט דעם רבינ'ס פטירה פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, האבן זיך חסידי ברסלב מוסר נפש געווען צו מקיים זיין דעם רבי'נס בקשה און געקומען אין אלע אומשטענדן. יעדעס יאר שטעלט דער סמ"ך מ"ם אונטער שטרויכלונגען מבית ומבחוץ שווער צו מאכן פון מקיים זיין דעם רבי'נס רצון, אבער די פילע תפילות צום אייבערשטן וואס מען איז מתפלל, זענען גובר און מען קומט מען איבער אלע מניעות און מען איז זוכה צו זיין ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבין. &nbsp; יעצט אין יאר תשפ"ב האט זיך אנגערוקט דער מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טויזנטער אידן זענען אנטלאפן פון לאנד מיט די נשמה אין די הענט איבערלאזנדיג אלע זייערע האב און גוטס. אין אזא צייט פרובירט דער סמ"ך מ"ם צו צעברעכן און מייאש זיין אנשי שלומינו און זיי מאכן טראכטן אז עס איז א שאד אפילו צו פרובירן. אבער דער הייליגער רבי געט אונז אריין די חיות און האפענונג "קיין יאוש איז נישט פארהאן" און אפילו ווי שווער דער צושטאנד איז נאר נישט געווען, האבן אנשי שלומינו ווייטער געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל נאך יא זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס אז ווי עס זעט אויס הייבן שוין אן די עירליינס צו טראכן צוריק צו באנייען פלייטס פון און צו אוקראינע. ווען דער אייראפעאישער עירליין "וויז עיר" האט שוין פאריגע וואך ערלויבט קאסטומערס פאר א קורצע צייט צו רעזערווירן טיקעטס פון לאנדאן קיין קיעוו און לעמבערג אין פלייטס פון חודש יולי למספרם, נאכדעם וואס אלע זיי האבן - ווי אלע עירליינס - סוספענדירט אלע זייערע רייזעס פון און צו אוקראינע זינט דער אנהייב פונעם רוסישן אינוואזיע. &nbsp; אויך איז געווען באריכטן אז דער אויבנדערמאנטע עירליין פלאנירט שוין צו עפענען זייערע בוקינגס פון זייערע פלייטס צווישן קיעוו און מילאן (איטאליע), רוים (איטאליע), און לארנאסא (ציפערן-קפריסין) אין די קומענדיגע נאנטע צייט. &nbsp; דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אנשי שלומינו אז נאר דורך תפלה וועט מען קענען פועלן אז אלע שטיינער אויפן וועג צום הייליגן רבין זאל בטל ווערן און צונישט ווערן, יעדער ווערט געבעטן נישט דורך צו לאזן קיין טאג פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; קיינער טאר נישט פעלן &nbsp;

    < זעה מער ד אייר תשפ"ב 📝
  • בנין היכל הקודש אין אומאן לויפט אויס פון בעטן

    אלע יארן האבן ברסלב'ע חסידים געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, איז נאר דורך אסאך תפלה. זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה איז די גרעסטע זאך, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; טאקע דערפאר וואס דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה איז העכער און גרעסער פון אלעס, דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף יעדן מענטש באזונדער אז עס זאל אים נישט אנקומען גרינג, יעדער האט יעדעס יאר זיינע אייגנארטיגע מניעות און שוועריקייטן וואס ער דארף איבערקומען צו קענען זוכה זיין צו וויילן ביים רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; דאס יאר, ווען עס האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינא, זעט מען קלאר אז די איינציגסטע וועג צו קענען אנקומען אויף ראש השנה איז נאר דורך תפלה, און מיט תפלה וועט מען עס מאכן, תפלה איז העכער פון טבע, כאטש וואס מיט די אויגן זעט מען נישט א וועג ווי אזוי מען וועט עס באווייזן, וועט מען עס אבער אויסבעטן מיט תפלה, ברסלב'ע חסידים בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, גרינג און געזונט, און פועל'ן אלעס גוטס. &nbsp; ווי שוין באריכטעט האט מען שוין אנגעהויבן אנצונעמען רעזערוואציעס צו דינגען בעטן אין אומאן פאר צוויי חדשים צוריק. יעצט געט מען נאך א דין קדימה פאר די וואס האבן געהאט א בעט פאריאר, דער דעדליין צו נעמען די חזקה בעט ענדיגט זיך פסח, נאך פסח עפענט מען אויף די רעזערוואציעס פאר כל הקהל הקודש, צוליב די פילע פרישע מקורבים וואס קומען כסדר צו און זאגן למה נגרע, אזוי אויך וועט די פרייז פאר א בעט ארויפגיין צו טויזנט דאלער נאך פסח. &nbsp; אין אלע פריערדיגע יארן זענען געווען פילע וואס זענען געקומען שפעט, און עס איז שוין נישט מעגליך געווען צו צושטעלן, דעפאר זייט נישט קיין צועק לשעבר, ווארט נישט קיין איין מינוט, און צאלט אויס אייער בעט נאך פאר פסח, וואס נאר אזוי קען מען אנהאלטן די חזקה בעטן, און רופט 347-452-1936. &nbsp; אויב וועט מען חס ושלום נישט זוכה זיין צו קענען זיין דאס יאר אין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס געלט ווערן אוועקגעלייגט אויף א יאר שפעטער. פארשטייט זיך אז דער בנין קאסט אסאך געלט אויפצוהאלטן אויך במשך די יאר, נישט נאר אום ראש השנה, און דעריבער וועט אראפגיין א קליינע פראצענט פאר די קאסטן. &nbsp; כי הטבע מחייב כן, והתפלה משנה הטבע! (ליקוטי מוהר"ן ח"א, ז') &nbsp;

    < זעה מער כז אדר ב' תשפ"ב 📝
  • חשובע משפחה פון אומאן ארויסגעראטעוועט פון מלחמה זאנע

    נאך א לאנגע אויסמאטערענדע נסיעה פון עטליכע טעג, לויפנדיג פון איין גרעניץ צו די אנדערע, און דורכגייענדיג עטליכע לענדער, איז מו"ה ישראל פוקס הי"ו פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט אומאן, בשלום אנגעקומען קיין אמעריקע נאכן ווערן ארויסגעראטעוועט פון די געפאר פון די רוסישע טאנקען און מיסלס וואס באשיסן טאג און נאכט די שטעט אין אוקריינא. &nbsp; עס איז אוממגעגליך צו באשרייבן וויאזוי עס האט אויסגעזען דער בילד וויאזוי די חשובע משפחת פוקס איז אנגעקומען אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. עס איז אנגעקומען א קינדער געבענטשטע משפחה, א טאטע מאמע, אינגלעך און מיידלעך קע"ה אריינגערעכענט עטליכע פיצלעך קינדער. אנגעקומען מיט גארנישט. אלעס אלעס איז דארט געליבן. זיי קומען אן צו א נייע פלאץ, אבער עס איז נישטא קיין שטריימל, בעקיטשע, נישטא קיין קליידער, העמדער, זאקן פאר די ווייב און קינדער. זיי האבן אפילו נישט קיין טיש און בענקל וואו זיך אראפ צו זעצן. נישטא קיין קאך, אויוון, שענק, בעטן, פרידזשידער. גארנישט. אויסער די קליידער וואס מען האט אויפן קערפער, מיטן טלית און תפילין, איז גארנישט דא. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיי פארשאפט א צייטווייליגע דירה אין שטעטל קרית ברסלב, ביז מ'וועט זיי קענען פלאצירן ערגעץ וואו. &nbsp; די חשובע עסקנים האבן זיך נישט געפוילט, מען האט תיכף אהערגעשטעלט א קאמפיין מיט א "טשערידי" פעידזש. און אידן איבער די וועלט רופן זיך אן ווארעם און זענען מנדב, פאר די חשובע משפחת פוקס הי"ו, זיי זאלן זיך קענען מסדר זיין אין דא ניו יארק, און זיך איינארדענען אויף די מינימאלסטע אופן מיט בעטן, קליידער פאר שבת און וואכן,בעיסיק פוירניטשער, וכדומה. &nbsp; ווער עס וויל נעמען א טיעם זאל רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. &nbsp; צדקה תציל ממות &nbsp; 💳 זיך צו באשטייערן צום קאמפיין דרוקט דא

    < זעה מער ה אדר ב' תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען מתפלל מען זאל קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט

    פון אוקריינא קומען אן שמועות רחוקות איבער א מלחמה צושטאנד וואס הערשט אין לאנד. אויך הערט מען איבער צומישטע באריכטן איבער באמבאדירונגען וואס זענען געווען אין פילע שטעט אין אוקריינא, אידן אין אוקריינא פארציילן איבער שווערע שלאכטן וואס קומען פאר צווישן די רוסישע און אוקריינישע מיליטערלייט. &nbsp; אידן פון די גאנצע וועלט זענען מתפלל בשלום אחינו בני ישראל צענדליגע טויזנטער אידן וואס וואוינען אין פילע שטעט איבער אוקריינא, מען בעט אז דער אייבישטער זאל זיי אפהיטן פון יעדע צער און שאדן בגוף ונפש. &nbsp; ביי אנשי שלומינו חסידי ברסלב, ברענגט דער צושטאנד אז מען זאל פריש אנהייבן מתפלל זיין אז דער מצב אין אוקריינא זאל זיך איינשטילן און עס זאל הערשן פרידן איבער די וועלט, און די גרעניצן זאלן זיין אפן פאר די צענדליגע טויזטער וואס ווילן קומען צום היייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה הבעל"ט. &nbsp; ברסלבע חסידים ווייסן, אז מען קען סייווי נישט אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה אָן תפילות, ווי יעדער פערזענליך זעט ביי זיך קען יעדער שרייבן יעדעס יאר באזונדער א גאנצע בוך פון די פילע מניעות און שטיינער וואס דער סמ"ך מ"ם האט אים אונטערגעשטעלט צו שטערן פון אנקומען צום רבין; אבער פון די אנדערע זייט קען מען פארציילן נאך אסאך מער מעשיות פון תפלה ווי נאכדעם וואס מען האט נישט אויפגעגעבן און מתפלל געווען איינמאל און נאכאמאל, וויסענדיג אז דער אייבישטער ווארט סך הכל אויף אונזערע תפילות, האט דער אייבישטער געהאלפן און מען איז אלעס איבערגעקומען. &nbsp; דערפאר דארפן מיר זיך מחזק זיין און געדענקען אז דער מצב וויל אונז נאר דערמאנען אז מען דארף זיך נאר ווענדן צום אייבערשטן וואס ער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און זיך אויפוועקן פון שלאף און נאך מער מתפלל צו זיין און בעטן פאר די אידן אין אוקריינא הנתונים בצרה, און אין די זעלבע צייט בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבינ'ס ציון אויפן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, און מיט דעם באקומען די גרויסע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. &nbsp; אחינו כל בית ישראל... המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה השתא בעלגא ובזמן קריב, אמן! &nbsp; 📰 דרשות פון ראש ישיבה אויף USB שוין דא צו באקומען! &nbsp;

    < זעה מער כג אדר א' תשפ"ב 📝
  • מ'גרייט זיך שוין אויף ראש השנה תשפ"ג

    ביי ברסלב'ע חסידים דריידט זיך די גאנצע יאר ארום ראש השנה, דאס איז געווען די גרעסטע זאך ביים רבי'ן, ווי ער האט אויסגעדרוקט, "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". דער רבי האט אמאל געזאגט, "גלייך נאך ראש השנה, בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות". די וואך ביי די דרשות האט דער ראש ישיבה שליט"א מחזק געווען אז ס'איז צייט אנצוהויבן טראכטן פון אומאן ראש השנה, זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז אנשי שלומינו פלעגן האבן א פושקע ביי זיך אינדערהיים, מ'האט אויפגעשריבן דערויף "קודש קדשים" און דאס האט מען באשטימט פאר אומאן, אין לויף פונעם גאנצן יאר האט מען יעדן טאג אריינגעווארפן עפעס געלט אין די פושקע, אז ווען ס'וועט קומען נענטער צו ראש השנה זאל מען האבן צו צאלן אויף די שפעזן. ▪️ תפלה - די ערשטע זאך דארף מען זיך צוגרייטן מיט תפלה. ברסלב'ע חסידים האבן אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו יעדע זאך, בפרט ווען מען וויל פארן צום הייליגן רבי'ן, איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, שוין פון אנהויב יאר הויבט מען אן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. ▪️ פאספארט - דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אזוי ווי די פאספארט אפיסעס זענען געווען פארשפארט פאר א לענגערע צייט, און עס קען יעצט נעמען לאנגע חדשים צו באקומען א נייע פאספארט, זאל מען נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין זיכער מאכן אז די פאספארטן - פון זיך און פון די קינדער - וועלן נאך זיין גילטיג אויף ביז נאך ראש השנה הבעל"ט. אויב נישט זאל מען שוין יעצט זיך אפגעבן דערמיט, עס באנייען אדער מאכן נייע, אז דאס זאל נישט זיין קיין אפהאלט אויף די נסיעה. ▪️ בעטן - דאס יאר ווערט בעזהשי"ת צוגעלייגט נאך א שטאק פון בעטן אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, אבער דער עקספיריענס ווייזט אז וויפיל בעטן מ'לייגט נאר צו, קומט עס קיינמאל נישט נאך דער גרויסער פארלאנג, און ווי שוין געמאלדן האט מען שויןאנהויבן פון נעכטן ראש חודש שבט אנגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין פאר דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, און גאר אסאך האבן זיך שוין איינגעשריבן אין די צוויי טעג. אבער דאס וועט אנגיין אזוי נאר ביז ראש חודש ניסן. נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו טויזנט דאלער א בעט. ▪️ צימערן - אזוי ווי דער ציבור פארמערט זיך יעדעס יאר קע"ה, וועט מען מער נישט צוזאמשטעלן צימערן פאר'ן עולם, נאר יעדער צווישן זיך וועט זיך צוזאמשטעלן צימערן און עס איינמעלדן פאר די ממונים. אין יעדע צימער איז דא 8 בעטן, אנשי שלומינו וועלן זיך אפשמועסן צווישן זיך מיט וועמען זיי ווילן זיך צוזאמשטעלן אין איין צימער, און אויב די גאנצע צימער איז אויסגעצאלט, וועט מען דאס קענען אריינגעבן פאר'ן וועד הבנין, נאר ביז ראש חודש אדר ב'. דערנאך וועט מען גיין אין די רייע און צוזאמשטעלן צימערן לויט'ן סדר פון די מענטשן וואס דינגען בעטן. ▪️ עירליין טיקעטס - מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען דעם נייעם סערוויס וואס דער בארימטע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט איינגעפירט, אז מ'קען שוין יעצט אנהויבן אריינלייגן צוביסלעך געלט פאר אן עירליין טיקעט. 🛏️ צו דינגען א בעט רופט אין אמעריקע 347-452-1936, אין ארץ ישראל 0548456150. 🛫 פאר די סערוויס פון "פלען איט רייט" צו באצאלן צוביסלעך דעם טיקעט, רופט 845-678-3555 , עקסטענשאן 109. הזריז נשכר! 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" פאר בלויז $1.49 💬 פילע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה שליט"א איבער "ראש השנה" 📰 ארבעט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן

    < זעה מער ב שבט תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 167 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com