Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פלאן פון נייע אינטערנאציאנאלע עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג

    אלע ווייסן די הבטחה וואס דער הייליגער רבי צוגעזאגט, אז ראש השנה קען ער פאררעכטן אפילו די וואס ער קען נישט א גאנץ יאר. יעדער איד וואס גלייבט אין צדיקים, לעכצט און בעט דעם אייבערשטן צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, צו טון וואס ער האט געבעטן און געמאנט כסדר. ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף ראש השנה "קיינער טאר נישט פעלן". דערפאר קוקט קיינער נישט אויף די פילע שוועריקייטן מיט וואס אזא נסיעה איז פארבינדן. פילע פלאגן זיך מיט געלט, ווער וויל דען איבערלאזן זיין משפחה אליינס אויף יום טוב? אסאך ביזנעסלייט לאזן איבער זייער ביזנעסער אין די גרעסטע סעזאן פון יאר, אנדערע דארפן זיך ספראווען מיט לצים וואס טרייבן שפאס אויף זיין חשבון. דערנאך קומט דאס זיצן אין א פליגער צוזאם געפרעסט ווי הערינג, און גאר אסאך דארפן נאך פארן מיט א סטאפ וואס מוטשעט געפערליך אויס, און נאכדעם קומט די נסיעה מיט א קאר פונעם עירפארט ביז אומאן וואס נעמט א גוטע דריי פיר שעה אויף די אלטע לעכעריגע וועגן אין אוקריינע וואס שאקעלט אויף די אויסגעמאטערטע ביינער ביז מען קומט אן אין שטאט. אבער גארנישט קען אפהאלטן די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן יאר יערליך קיין אומאן, און די שטראם ווערט אלץ נאר גרעסער אין גרעסער מיטן יעדן דורכגייענדע יאר. חסידי ברסלב וועלכע לעבן און אטעמען מיט די הייליגע רבינ'ס עצות, ווייסן צו וועם מ'דארף זיך ווענדן ווען מ'דארף עפעס, און דערפאר האבן טויזנטער חסידים אלץ מתפלל געווען אז דער אלטער פארלאזטער מיליטערישער עירפארט אין אומאן וואס די סאוויעטן האב געהאט אויפגעשטעלט אין צייט פון קאמוניזם זאל מען איבערבויען און מחדש זיין, און אזוי ארום זאלן א חלק פון די שוועריקייטן אביסל פארגרינגערט ווערן. דערפאר נעמען אויף די פילע אידן וואס קומען כסדר צו פליען פון איבער די גאנצע וועלט צום ציון הקדוש - אויספועלן ישועות ברוחניות ובגשמיות א גאנץ יאר און ראש השנה - מיט גרויס שמחה די נייעס אז זייער תפילות זענען געענטפערט געווארן ביים אייבערשטן, ווען מען האט געהערט די נייעס אז אומאן וועט מעגליך קריגן איר אייגענעם לופטפעלד, און דערמיט פארגרינגערן פאר די הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט צו אנקומען צום הייליגן ציון אביסל גרינגער. דער פארשלאג וואס רופט זיך "דער קליינער ירושלים" וואס ליגט אויפ'ן טיש פונעם אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי, זאגט אז די אוקראינער רעגירונג זאל אינוועסטירן ביליאנען דאלארן אין אינפרעסטרוקטור פון די גאנצע אומגעגנט. און אז דער רעגירונג זאל ארבעטן מיט אינוועסטירער אויפצובויען א נייעם אינטערנאצינאלן לופטפעלד מיט פילע האטעלן צו ערמעגליכן מער טורזים פארן געגעט. אזוי אויך אז די רעגירונג זאל איבערבויען די גאנצע סוער סיסטעם, איבערבויען די גאסן און שאסייען, אויפבויען שפיטעלער, און א הערליכע לופטפעלד מיט א באן וואס זאל עס פארבינדן צום שטאט און צום הייליגן ציון. א ווארטזאגער פאר'ן אוקראינער רעגירונג האט געזאגט "דער רעגירונג ערווארט אז די באזוכער וועלן וואקסן אין די קומענדיגע יארן צו מיליאנען, און מען דארף זיין גערישט דערויף". חסידי ברסלב זענען ווייטער מתפלל אז דער פלאן זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן און זאל זיין א הילף ברוחניות ובגשמיות. מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער יח שבט תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן

    די פארגאנגענע וואך דינסטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין אומאן פאר א טאג, מיט זיין אינגל וואס ווערט דאס יאר זיבן יאר אלט, צו טון די סגולה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד". אנשי שלומינו נעמען די קינדער פאר די זיבן יאר צום הייליגן רבי'ן צו זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה, געווענליך נעמט מען די קינדער אום ראש השנה פאר זיי ווערן זיבן יאר, אזוי ווי אבער פארגאנגענעם ראש השנה זענען די גרעניצן ליידער געווען פארשלאסן, האבן פילע אידן האבן נישט געקענט אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דערפאר פארן פילע אידן מיט זייערע קינדער במשך דעם יאר צום הייליגן רבי'ן. אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין". ביים ציון הקדוש אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תיקון הכללי ווארט ביי ווארט מיט זיין אינגל, און מיט נאך צוויי קינדער פון אנשי שלומינו וואס זענען אויך מיטגעפארן. בילדער: דער ראש ישיבה ביים ציון הקדוש אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון מו"ה ישראל פוקס הי"ו א גאנץ יעריגער תושב אין אומאן, וואו ר' ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס, ווי אויך האבן זיינע קינדער געמאכט סיומים. דער ראש ישיבה האט גערעדט א שיינע שיינע שמועס. ווידיא: סיום הש"ס פון ר' ישראל פוקס אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א &nbsp; ציונו הקדוש, קודש קדשים!

    < זעה מער טו טבת תשפ"א 📝
  • אידן רייסן איין בתפלה ותחנונים צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה

    שטייענדיג געציילטע טעג איידער מ'דארף זיך ארויסלאזן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, שטייגט די אנגעצויגנקייט ביי אידישע קינדער וואס ווילן אזוי שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן, און די גרעניצן זענען נאך דערווייל פארשלאסן. יעדעס יאר איז גרויס די בענקעניש צו פארן צום הייליגן רבי'ן, וואס האט צוגעזאגט צו זיין א גוטער אדוואקאט, און אויס'פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אבער דאס יאר איז די גלוסט פיל גרעסער, נאכ'ן אריבערגיין אזא שווערע יאר, וואס מ'האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן דעם פארגאנגענעם ראש השנה וואס עס ווארט אונז אפ במשך דעם יאר, וויל יעדער פארן און זיך אויסבעטן און אויס'פועל'ן א גוטע יאר, אבער ליידער האט מען פארשפארט די גרעניצן פון אוקריינע, און דער אייבערשטער ווארט אויף נאך תפלות פון אידישע קינדער, ותטה לב המלכות עלינו לטובה, אז מ'זאל אריינלאזן די אידן קיין אומאן אויף ראש השנה. מיט תפלה קען מען באווייזן וואונדער, תפלה איז העכער פונעם דרך הטבע, און דערפאר הערן אידן נישט אויף מתפלל צו זיין ווי מער אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן, אן תפלה קען מען גארנישט באקומען. דער הייליגער רבי האט געזאגט )חיי מוהר"ן, סימן תה(: "הראש השנה שלי הוא חידוש גדול, והשי"ת יודע שאין הדבר הזה בירושה מאבותי, רק השי"ת נתן לי זאת במתנה, שאני יודע מהו ראש השנה, לא מבעיא אתם כולכם בודאי תלויין בראש השנה שלי, אלא אפילו כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס 'ראש השנה' איז, און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו זיין אויף ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מקבל זיין אלע גרויסע תיקונים, און מיר זאלן שוין פטור ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, עס זאל קומען א גוטע זיסע יאר, מיט אלע ישועות פאר אידישע קינדער. וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון!

    < זעה מער כא אלול תשפ 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט תפילות צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט בלויז צוויי וואכן צום גרויסן יום הדין, גרייטן זיך טויזטנער אידן ווי יאר יערליך צו פארן צום הייליגן רבין, בפרט היי יאר - נאך די אלע שווערע מיטמאכענישן - ווילן אלע פארן צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וועט ער מתקן זיין, און וועט פועלן דארט א גוט געבעטנשט יאר. ווער האט געחלומט א יאר צוריק וואס פארא שווערע יאר עס האט אונז געווארט, דערפאר זענען אנשי שלומינו מתפלל און בעטן דעם אייבערשטן אז די גרעניץ זאל זיך עפענען און מ'זאל קענען פארן רואיגערהייט. כאטש בדרך הטבע זעט מען נישט קיין וועג, ווייסן אידישע קינדער אז תפלה איז שטארקער פון די טבע. און ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן די וואך אין א בריוו, אז מען זעהט קלאר ווי די צד הקדושה קריגט זיך מיט די צד הטומאה , און דער ראש ישיבה האט געשריבן א קליינע תפלה וואס ער בעט אז יעדער זאל בעטן יעדן טאג אז מען זאל קענען זוכה זיין צו פארן. &nbsp; פאלגענד איז דער בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp;לכבוד ... נרו יאיר מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן; מיט גליסטן און בענקען וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. מיין נישט אז תפילה איז א זאך וואס איז נישט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, טראכט נישט אז מען דארף עפעס מער ווי סתם פשוט דאווענען; ניין, תפילה איז פשוט, אזוי פשוט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, מען בעט דעם אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "וואס לאכט איר? דאס איז תפילה!" ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן - שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן זיין אייניקל ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפ'ן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'. זאג ארויס מיט דיינע ליפן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, איך וויל זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען, הייליגער באשעפער העלף מיר און אלע אידן, אלע זאלן קענען קומען צום רבי'ן, וְתַטֶה לֵב הַמַלְכוּת עָלֵינוּ לְטוֹבָה. וְתִגְזוֹר עָלֵינוּ גְזֵרוֹת טוֹבוֹת, בייג די הערצער פון די רעגירונג זיי זאלן זיין גוט צו אידן, זיי זאלן אונז אריין לאזן צום רבי'ן". מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. &nbsp;

    < זעה מער יג אלול תשפ 📝
  • נייעס פון די אוקריינע גרעניצן

    ווי א טאג ס'ווערט נענטער צו ראש השנה, שטייגט די בענקעניש ביי אידישע קינדער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אז ער וועט פועל'ן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר. אידן ווילן וויסן וואס טוט זיך מיט די גרעניצן וואס זענען געווען פארשפארט פאר די לעצטע חדשים צוליב די וויירוס. די וואך קומט גוטע נייעס אז אוקריינע לאזט שוין נאך פון אירע שווערע באגרעניצונגען. די אלע וואס קומען אריין דארט אין לאנד וועלן קענען נעמען א "קאראנע טעסט" אין לופטפעלד, וואס וועט קאסטן $75, און אויב קומט עס צוריק נעגאטיוו, וועט מען זיך נישט דארפן איינשפארן דארט בכלל, מ'וועט קענען געהעריג זיך ארומדרייען. אויך האט מען דארט געמאכט א געזעץ אז אויב קומט מען אריין פון איין לופטפעלד און ביז צוויי טאג פארט מען צוריק ארויס פון א צווייטע לופטפעלד, דארף מען זיך אויך נישט אפזינדערן. דאס איז גוטע נייעס פאר אידן וואס ווילן זיך יעצט אריבערכאפן קיין אומאן פאר איין טאג, איז דא א וועג ווי אזוי דאס צו באווייזן. מיר זענען ווייטער מתפלל אז אלעס זאל זיך געהעריג עפענען, מיר זאלן זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן מיט הרחבת הדעת און פועל'ן אלעס גוטס. מי יתן לי אבר כיונה אעופה ואשכונה!

    < זעה מער ט תמוז תשפ 📝
  • אוקריינע עפנט די גרעניצן מיט אמעריקע

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען די גוטע נייעס אז די וואך האט אוקריינע געעפנט די גרעניצן פון אמעריקע, זיי ערלויבן שוין אריינצוקומען צו זיי אין לאנד פון אמעריקע, דערווייל איז עס אבער נאר בתנאי אז מ'שפארט זיך דארט איין פאר צוויי וואכן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר אזויפיל אמעריקאנע אידן וואס ווילן פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן בקרוב ווערן אראפגענומען אלע באגרעניצונגען. איש בל יעדר!

    < זעה מער כט סיון תשפ 📝
  • די ארבעט ביים בנין אין אומאן האט זיך ב"ה פריש אנגעהויבן

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט אינעם בריוו אויסגעדוקט זיין געוואלדיגע שמחה וואס ער האט הערנדיג אז מען האט זיך שוין ברוך השם גענומען צו די ארבעט ווייטער צו בויען ביים בנין אין אומאן. &nbsp; דא איז דער פולער בריוו בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר עס איז טאקע נאך נישט נאנט צום יום טוב ראש השנה, אבער ביי אונז זינגט מען שוין: "אומאן &ndash; אומאן, ראש השנה". היינט האט מען אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך שיק דיר בילדער ווי מען בויט דעם בנין. איך בין אזוי פרייליך ווען איך טראכט פון רבינ'ס ראש השנה; איך שפיר ווי אלעס ווערט מיר שוין גרינגער. דינג שוין א בעט ביי אונז ווי לאנג עס איז נאך דא בעטן. מארגן מיטוואך וועט זיין דער שיעור הכנה לקבלת התורה, קום צום שיעור; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; בילדער

    < זעה מער ג סיון תשפ 📝
  • פרישע שטח אפגעקויפט אין אומאן נעבן עקזעסטירנדע בנין

    שטייענדיג אין די טונקלקייט פון קאראנא, הויבט שוין אן צו שיינען ביי אונז די ליכטיגקייט פונעם רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויפ'ן הייליגן ראש השנה צו פארן קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען. געלויבט השי"ת אז נאך אלע וואלגערנישן פון די פארגאגענע יארן וועלן מיר שוין זיין היי יאר צום דריטן מאל אינעם נייעם בנין אין אומאן. ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, עס אויסגעוואקסן, און דערנאך עטליכע יאר האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן. דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו. מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו הא פון די "פושקינא" גאס און ווייט ארויס, געאייגענט צו ווערן א ריינע ווינקל צוגעפאסט פאר הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער שלא טעמו טעם חטא. און געלויבט דעם אייבערשטן מען האט ב"ה באוויזן אין צוויי יאר אויפצובויען אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע געביידע. פאר צוויי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס האט נאך דאן געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן, אבער איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן אופן, עס האט שוין געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, זענען שוין געווען געבויט, אבער אלעס אויף א רויען אופן. פאריאר איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך. יעצט אום חודש אייר תש"פ קומט אריין די פרישע נייעס אז מען האט ב"ה געקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, ווי מען וועט בעז"ה אינעם צוקונפט קענען צובויען און זיך אויסברייטערן, וואס ווי עס זעט אויס וועט נישט לאנג נעמען ביז דער יעצטיגער בנין וועט שוין זיין קליין און אוממעגליך צו אריינעמען אלע אנ"ש וואס ווילן וויילן אום ר"ה מיטן ראש ישיבה אויף ראש השנה. אזוי אויך וועט מען בעז"ה נוצן דעם שטח פאר א גארטן, די קינדער זאל האבן וואו צו לערנען און פארברענגען מיט די מלמדים אויף אן אפגעהיטענעם אופן. פאריאר איז ב"ה שוין געווען א צוגעשטעלטער חדר אויפן פלאץ מיט די גאנץ-יעריגע מלמדים וואס האבן געדאווענט געלערענט און געזינגען מיט די קינדער, וואס איז געווען א&nbsp; גרויסער סוקסעס. אזוי אויך איז געווען צוגעשטעלט א "שאטל" - א ווען וואס טראגט און ברענגט דעם ציבור יעדע האלבע שעה - צו און פון הייליגן ציון. דער שאטל איז צוגעשטעלט געווארן דורכן "רענט קאמפיין", וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענער און געטרייער עסקן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וואס דעקט א גאנץ יאר די רענט פונעם בנין המוסדות אין וויליאסבורג - טויזטנטער דאלארן א חודש - און האט געספאנסערט דעם שאטל לתועלת הציבור. יעצט האט מען שוין אנגעהויבן מיט די הכנות צוצוגרייטן דעם בנין פאר'ן קומענדיגן ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען שוין אגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין. פאריאר איז שוין געווען פילע וואס זענען געקומען צו שפעט און מ'האט זיי נישט געקענט מער צושטעלן קיין בעט אינעם בנין צוליב וואס מען איז אויסגעלאפן פון פלאץ. היי יאר ווערט פארגעזען א גרעסערע מאנגל, צוליב וואס עטליכע צימערן וועלן באשטימט ווערן אלץ VIP צימערן, פאר די וואס דארפן עס, וואס וועט האבן בלויז 4 בעטן אינעם צימער. והחכם עיניו בראשו, ארויסצונעמען א בעט ווי פריער. וכל הקודם זכה. &nbsp; הראש השנה שלי עולה על הכל

    < זעה מער יב אייר תשפ 📝
  • די ארבעט ביים שטח אין אומאן ווערט באנייט נאך א שווערע און לאנגע ווינטער

    נאך א לאנגע איבעררייס פון די ארבעט ביים נייעם בנין, ווערט יעצט איבערגעגעבן, אז מ'בויעט שוין ווייטער ביים שטח אין אומאן. נאכדעם וואס מ'האט אריינגעלייט פיל ארבעט דארט ביים שטח אין די לעצטע דריי יאר, ווי מען האט אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס אנטהאלט אלע הצטרכות'ן פאר אנשי שלומינו אינג און אלט, פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, אריינגערעכענט, א מקוה מפוארה, מיט שויערס, א קאך מיט א לאנטש רום, א ריזיגער בית המדרש, און פילע שטאקן מיט צימערן צום שלאפן. נאכדעם וואס מ'האט ברוך השם אריינגעלייגט אסאך ארבעט און פארבעסערט דאס פלאץ יעדעס יאר, מ'האט צוגעלייגט נאך צימערן צום שלאפן, מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה, גרייט מען זיך היי יאר צוצולייגן פילע תיקונים פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור. די ערשטע זאך אויף וואס מ'גייט בעז"ה ארבעטן איז צו פארגרעסערן דאס וואסער סופליי.&nbsp; ווי באקאנט, קען די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן נישט דערהייבן דאס וואסער געברויך פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. דער ראש ישיבה שליט"א האט מחליט געווען צו גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל קענען שעפן פרישע ריינע וואסער פון פאראויס, אזוי אויך אז מ'זאל אינסטאלירן גרויסע וואסער טענק, מ'זאל עס סטארעדזשן דאס וואסער. פאר צוויי יאר צוריק האט מען זיך גענומען זוכן קוועלער, און ברוך השם מען האט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן זעקס (!) שפרולדעדיגע וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג. פאריאר האט מען געבויעט אויפן שטח א גרויסן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער איז געווארן געסטארדזשד, און האב ב"ה שטארק געהאלפן לינדערן דאס וואסער מאנגל אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג. מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג געווען פארן ריזיגן באנוץ קע"ה, דערפאר ווערן יעצט פארענדיגט די פלענער פאר א גיגאנטישע וואסער טאנק וואס וועט קענען אנטהאלטן בערך 50,000 גאלאן, וואס וועט האפענטליך בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. כאטש וואס מיר שטייען נאך הארט נאך פסח, האבן שוין פילע אידן זיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. אין די נאנטע טעג וועט שוין בעז"ה קענען דינגען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספערע - פרטים יבואו בעז"ה. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער ג אייר תשפ 📝
  • הערליכע שיעורי התחזקות פאר אינגעלייט ערב יום כיפור און ערב סוכות

    מאנטאג נאכט ערב יום כיפור איז פארגעקומען א מורא'דיגער שיינער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי פאר די אינגעלייט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר די טייערע אינגעלייט, זיי זאלן וויסן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און געדענקען אייביג פונעם תכלית צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט. מען האט זיך מחזק געווען מיט די דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז געגעבן, און מיט דעם האט מען זיך צוגעגרייט צום הייליגן טאג יום הקדוש. &nbsp; אי"ה דעם דאנערשטאג נאכט האזינו נאך יום כיפור וועט בעז"ה פארקומען נאך א שיינער שיעור התחזקות פאר אינגעלייט. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט, ווי מען וועט בעז"ה הערן שיינע דיבורים פון ראש ישיבה שליט"א וויאזוי מען דארף אויפנעמען די הייליגע יום טוב סוכות, און נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פונעם עיקר א טפל.

    < זעה מער ט תשרי תשפ 📝
  • ראש השנה תש"פ אריבער מיט גרויס געהויבענקייט אין עיר הקודש אומאן

    א הערליכער יום טוב איז אריבער אויף די איבער הונדערט טויזנט אידן וואס האבן זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, היי יאר האט זיך ספעציעל אנגעזען א גאר גרויסע העכערונג פון צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צום ערשטן מאל. פון יעדן ווינקל פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן. פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה; הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען געפאקט מיט אידן במשך דעם יום טוב וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר; אבער דאס הארץ פון די אלע אידן זענען אלע געווען געוואנדן צו איין פלאץ, צום ציון הקדוש פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. תלמידי היכל הקודש האבן זיך אויסגעשפרייט אין די פיר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אומאן. אויף יעדן פלאץ באזונדער האבן אנשי שלומינו גאר שיין אויסגענוצט דעם יום טוב, מיט די הארציגע תפלות, שיינע סעודות, און דרשות התעוררות, אויף גאר א געהויבענעם פארנעם. ביים נייעם בנין "היכל הקודש", אויף די בילעצערקאווסקיע גאס, אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו. כאטש וואס דער בנין איז טאקע נאכנישט פארענדיגט אויף הונדערט פראצענט, איז עס אבער שוין געווען גאר שיין צוגערישט יעצט צום צווייטן יאר אין באנוץ, עס איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות, דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסע מקוה, און אזוי ווייטער אלע צוגעהער פאר יום טוב פאר די באקוועמליכקייט פונעם גרויסן ציבור. דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער גאר שיין אויף אן הערליכן פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום, מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען און לערנען, גיין צום ציון, סעודות, און שיעורי תורה. רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג מיטאג. גלייך ביים אנקומען איז געווען צוגעשטעלט א פיינעם מיטאג, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, דער עולם האט זיך מסדר געווען אינעם בנין, די מקוה איז שוין געווען אנגעווארעמט און גרייט פאר'ן באנוץ, און פילע אידן האבן געכאפט א מקוה און גלייך אריבערגעלאפן צום ציון הקדוש, צו זאגן תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. פארנאכטס האט מען געדאווענט מנחה מעריב און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי. - סליחות זכור ברית און פדיון נפש&nbsp; מוצש"ק אום 1:00 אזייגער איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. עס האט זיך געצויגן ביז בערך 3:00, דערנאך האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז צו די פארטאגס שעה'ן. אינדערפרי נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור גמרא, און דערנאך גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן. - די ווארימע תפילות הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה מיטצוהאלטן די שיינע תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט די תפילות פון שחרית און מוסף ביידע טעג יום טוב מיט גרויס התעוררות, וואס איז געווען אין באגלייטונג פון די הערליכע קינדער כאאר - די תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות אין אמעריקע. דער ראש ישיבה האט געזאגט א קורצע תקיעת שופר דרשה ביידע טעג, ווי ער האט מעורר געווען אז מ'זאל נישט האבן קיין שנאה אויף קיין שום איד. - דרשות חיזוק והתערררות דער ראש ישיבה שליט"א האט במשך דעם יום טוב געזאגט פארשידענע דרשות צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם.&nbsp; שב"ק ביינאכט איז געווען א שיינע באטע, ווי דער ראש ישיבה האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. און דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון הייליגן רבי'ן פארוואס ס'איז דא אמאל ווען מ'קומט צו א צדיק, און דוקא דעמאלט פארלירט מען די חשק און געפיל, אז דאס קומט ווייל כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, ווי גרעסער א מענטש ווערט, אלץ מער שטארקט זיך אויף אים דער יצר הרע, דעריבער טאר מען נישט ווערן צעבראכן אויב קומט מען קיין אומאן און פלוצלינג האט זיך אויסגעלאשן די געפיל און בענקשאפט וואס מ'האט געהאט א גאנץ יאר צו קומען צו רבי'ן, נאר זיך שטארקן אויסצונוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין, און זיך אויסבעטן א גוט יאר. שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה ה', "דער בן מלך פון דימאנט שטיינער"), און צווישן אנדערע אויך ארומגערעדט אז דאס גרויסקייט פון א איד שיינט ארויס דוקא ווען עס גייט אויף אים איבער א שוועריקייט, אזוי ווי מ'זעט אין די מעשה אז ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן זיין פינגער, דוקא דעמאלט האט זיך ארויסגעוויזן אז ער איז גאר אינגאנצן פון דימאנט שטיינער; א איד נעמט אן יעדע שוועריקייט מיט אמונה און תפלה, ער גלויבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס נאר צום גוטן, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל געהאלפן ווערן. דער רבי דערציילט דארט אז דער צדיק האט געזאגט פאר'ן מלך מיט די מלכה אז זיי זאלן צורייבן אלע טייערע שטיינער און עס אריינלייגן אין א גלאז וויין, און געבן א האלבע גלאז פאר'ן קעניג צו טרינקען, און די אנדערע האלב פאר די קעניגן, און אזוי וועלן זיי האבן א קינד וואס איז אינגאנצן בלויז פון דימאנט שטיינער. האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז ווען טאטע און מאמע לעבן בשלום, זיי טיילן זיך איינער מיט'ן צווייטן גלייך אויף גלייך, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, דאן איז דא א רואיגע געשמאקע אטמאספער אין שטוב, און די קינדער וואקסן אויף געזונט און ערליך. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן דעם "אונטערשטן טאג" דעם לעצטן טאג פון יאר ווי עס דארף צו זיין, נישט צו פארברענגען דאס ביסל צייט וואס מ'געפונט זיך אין אומאן, נאר לויפן צום הייליגן רבינ'ס ציון, זיך מתוודה זיין און תשובה טון, און אריינקומען צום נייעם יאר מיט פרישע קבלות צו זיין נאר ערליך און וואויל. פאר תקיעת שופר, האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער. דעם ערשטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין דינא רפיא, מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג צום געזעגענען פון יום טוב, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברעגנט אז מען דארף זיין זייער פרייליך אז מען האט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל אהיים נעמען פון אומאן די דריי לימודים פון ראש השנה, חנוכה און שבועות (וואס דאן פלעגט מען קומען צום רבין בחיים חיותו), ראש השנה, ממליך זיין דעם אייבערשטן אויף זיך, געדענקען צו וועם זיך צו ווענדן ביי יעדע זאך אין לעבן. חנוכה, הלל והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, מאך איר נישט קראנק מיט קאמפלעינען און באשולדיגן. און שבועות, סדר דרך הלימוד, זאג משניות, גמרא, א.א.וו. וואס דאס וועט טוישן דיין לעבן. - ציון קודש הקדשים די תלמידים האבן אויסגענוצט די צייט, און כסדר זיך ארויסגעלאזט די האלבע שעה'דיגע וועג צום ציון פון הייליגן רבין דארט זיך אויסצובעטן און פועלן אלע ישועות. אין די וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער שאטל, וואס איז געפארן פונעם בנין היכל הקודש צום הייליגן רבינ'ס ציון, יעדע האלבע שעה אהין און צוריק, וואס דער עולם האט גוט אויסגעוצט. דער שאטל איז געספאנסערט געווארן דורך די "רענט קאמפיין", פאר וועם אנ"ש זענען זייער מכיר טובה. - תלמוד תורה היכל הקודש אומאן דער גרעסטער ווינדער האט ארויסגערופן די "חדר פאר די קינדער" וואס איז אנגעגאנגען במשך די אלע טעג, סיי אין דער וואכן, און סיי שבת און יום טוב, ווי די צענדליגע קינדער, זענען באגלייט געווארן דורך זייער גאנץ יעריגע איבערגעגעבענע מלמדים, ווי מען האט געלערנט, געדאווענט, געזאגט תהלים, געגאנגען ציום הייליגן ציון, געזאגט דעם תיקון הכללי, און פארציילט סיפורי צדיקים. אזוי אויך ביים דאווענען שבת ויו"ט האבן די קינדער געדאווענט אינאיינעם אונטער די אויפזיכט פון די חשובע מלמדים, ביים ווינקל פון מזרח-דרום פון היכל הבית המדרש. אלע קינדער האבן באקומען קארטלעך פאר זייער וואוילע אויפפירונג, און מוצאי יו"ט האבן זיי געקענט קויפן דערמיט שיינע מתנות. - מקוה מפוארה אזוי אויך די מקוה איז געווען הערליך פארטיג, א ריזיגער בור, מיט פיינע ווארימע קריסטאל קלארע וואסער, געפילטערט דורך די בעסטע פילטער. אזוי אויך איז געווען א גרויסע פלאץ און בענק וואו אראפ צו לייגן די וועש, און אויך איז געווען גענוג און גוטע שויערס צוגעשלטעט. - שיעור אין גמרא דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט "יעדן טאג" דעם בלאט גמרא בבלי, און דעם בלאט גמרא ירושלמי פאר א געפאקטע עולם פון אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דער שיעור לערנט דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא. סעודת שבת ויום טוב די סעודות איז געווען אן עקטסערע פרשה. עס איז געווען גאר געשמאקע עסן געקאכט דורכן קעכער מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט געגעסן אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, און מען האט געזונגען איינאיינעם שבת'דיגע זמירות אום שבת, און שיינע ניגונים פון יום טוב אום יום טוב. דעם לעצטן טאג יום טוב איז געווען אן עקסטערע געשמאקע פארברענג ביי די סעודה, ווען דער ראש ישיבה האט מכבד געווען פילע תלמידים צו זינגען פארשידענע שיינע ניגונים און חזנות שטיקלעך פון וואס דער עולם האט געהאט א געוואלדיגע עונג יום טוב. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

    < זעה מער ד תשרי תשפ 📝
  • סדר היום פון די ראש השנה טעג ביים בנין פון ראש ישיבה שליט"א אין אומאן

    מיט פיל דאנק צום אייבערשטן לאזן זיך צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט ארויס קיין אומאן צו וויילן אין די הייליגע ראש השנה טעג אין אומאן, ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן, און צוגעזאגט צו מתקן זיין די אלע וואס וועלן קומען. ביים נייעם הערליכן בנין פון ראש ישיבה שליט"א וואס געפונט זיך אויף די בילאצערקאווסקע גאס ווייט ארויס פון די הו הא פונעם צענטער פון שטאט, וועט מיט אייבערשטנ'ס הילף אפגעראכטן ווערן א הערליכע יום טוב. די מקוה איז הערליך אויסגערישט, אין די קאך גייט אן די ארבעט מיטן פולסטן פארע צוצוגרייטן אלע סעודות פון שבת ויום טוב, דער בית המדרש איז מאיעסטיש צוגעגרייט, אויסגע'שורה'ט הונדערטער בענקלעך, אויף א שיינעם סדר, אין די שלאף צימערן זענען אלע בעטן שוין גרייט, ווארטן נאר אויפצונעמען די הונדערטער געסט וואס וועלן אנקומען בעז"ה אין די קומענדיגע צוויי טעג. דאנערשטאג נאכט וועט בעז"ה סערווירט ווערן א געשמאקע סאפער, פאר אלע וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין, זיך צו דערכאפן דאס הארץ נאכן לאנגן רייזע, און פרייטאג אינדערפרי וועט בעז"ה סערווירט ווערן א נארהאפטיגע פרישטאג. אזוי אויך איז ערווארטעט בעז"ה גאר שיינע סעודות צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. צו די סעודות קענען נאר קומען די וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן גאר שיינע דרשות חיזוק, וואס וועט בעז"ה זיין אפן פארן גאנצן ציבור, ווי דער ראש ישיבה וועט מעורר זיין און אונז אויפוועקן מיר זאלן נישט פארגעסן פארוואס מיר זענען געקומען, און נישט פארפאטשקען די צייט, נאר לויפן צום הייליגן ציון און זיך דארט אויסבעטן אלעס גוטס. ליל שבת קודש דער זמן הדלקת הנרות שב"ק פרשת נצבים איז 6:30. מען וועט בעז"ה דאווענען מנחה קבלת שבת מעריב ביים זמן הדלקת הנרות. נאך די סעודה אום 9:30 וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן א שיינע באטע בשירה וזמרה און דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה. יום שבת קודש שב"ק אינדערפרי אום 9:30 וועט מען בעז"ה דאווענען שחרית. מנחה ושל"ס מיט דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט זיין אי"ה בשעה 6:30. זמן מוצש"ק פרשת נצבים איז 7:57. ערב ראש השנה סליחות ליל זכור ברית וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביינאכט, און נאך סליחות וועט בעז"ה זיין א מעגליכקייט צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א. שחרית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00 אינדערפרי, און נאך שחרית וועט זיין בעז"ה נאך א מעגליכקייט פאר פדיון נפש. ראש השנה תש"פ זמן הדלקת הנרות ראש השנה איז אום 6:25, מנחה ערב ראש השנה וועט זיין ביים זמן פון הדלקת הנרות. שחרית ביידע טעג ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00. מנחה ביידע טעג וועט זיין בעז"ה אום 6:00. נאך מנחה אום 6:30 וועט בעז"ה זיין א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א. זמן מוצאי יום טוב איז 7:51 דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה. &nbsp; מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה

    < זעה מער כה אלול תשע"ט 📝
  • נייע מוזיק ווידיא פון ראש ישיבה: "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן"

    נייע מוזיק ווידיא פון ראש ישיבה: "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן" דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן יעצט לכבוד ראש השנה ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן",&lrm; ווי מען ברענגט ארויס ווי מיר גלייבן מיט אמונת צדיקים אין די הבטחה וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז אום ראש השנה ביים אים קען מען פועלן אפילו זאכן וואס מ'קען נישט פועלן א גאנץ יאר. און ווי מיר בעטן זיך אויס ביים הייליגן רבינס ציון א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה. די ווערטער זענען ווי פאלגענד: נאך א יאר איז אריבער מיט שרעק, ווי מאכט מען צום גלות אן עק? צרות עס פעלט נישט ביי קיינעם, וואו נעמט מען א הארץ א ריינעם? נעבעך, ס'איז פול דער שפיטאל, דאגות גענוג אן א צאל, שידוכים, פרנסה, שלום בית, קינדער וואס שניידן די פיאות. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. עס בענקט אזוי שטארק מיין נשמה, ס'איז זייער שווער די מלחמה, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, די ניסיונות זענען געפערליך. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. ווער קען פאר מיר טענה'ן? ווען וועט די ליכטיקיייט אויפשיינען? איך וויל באמת זיין גוט, עס איז מיר שווער אויף טריט אין שריט. הוא עושה בראש השנה עניינים ותיקונים &ndash; מה שבכל השנה גם הוא אינו יכול לעשות. (חיי מוהר"ן סוף סימן ת"ו) &nbsp; איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן

    < זעה מער כד אלול תשע"ט 📝
  • העפטיגע לעצט מינוטיגע הכנות גייען אָן אין אומאן

    אויפן בילד: דער עולם שטייט אין די רייע ערב ראש השנה תשע"ט, אינעם נייעם בנין, צו געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה שליט"א יעצט אין די וואך פון ערב ראש השנה, קומען פאר אין אומאן גאר גרויסע הכנות צו אויפנעמען דעם ריזיגן ציבור פון צענדליגע טויזנטער אידן מכל קצוי תבל וואס וועלן קומען פאר איין ציל, צו באקומען דעם גרויסן תיקון וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט, און ווערן נאנט צום אייבערשטן. אין די ריזיגע הכנסות אורחים צענטערן, און אזוי אויך אין אלע האטעטלן, און עס זאלן פון די פארשידענע קהילות קדושות, קומען יעצט פאר ריזיגע צוגרייטונגען, א גאנצן טאג קומען טרעילארס איינס נאכן אנדערן אנצופילן די סטארעדזשעס און די פריזערס מיט אלע מאכלים משקאות. אין די צענדליגע נייע בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין די לעצטע יאר, ארבעטן הונדערטער ארבייטער רונדע דעם זייגער 24 שעה צו פארעדיגן די לעצטע זאכן. טראקס קומען איינע נאכן צווייטן אפצולאדענען בעטן, טיש, בענק, ספרים, און אזוי ווייטער. צום בנין פון ראש ישיבה שליט"א זענען אראפ געפארן א גרויסע צאל אינגעלייט, אנצוגרייטן דעם פלאץ פאר אלע בחורים און אינגעלייט תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א. מען מאכט זיכער אז אלע צימערן זענען פולקאם גרייט, אלע בעטן זענען מסודר, די וואסער, די לעקטער ארבייטן גוט. מען זעט אז דער בנין זאל זיין שיין זויבער. מען גרייט צו דעם היכל הבית המדרש, מען שטעלט אויס די בענקלעך, און די טישן. אינעם בעיסמענט ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כחות יעצט. מען הייבט אן אנצוגרייטן דעם קאך, מען ברענגט אריין אלע געברויכן פאר די סעודות, חלות, פיש, פלייש, גרינצייג, א.א.וו. אזוי אויך פרישט מען איבער דעם גרויסן מקוה, ווי מען האט היי יאר ב"ה אינסטאלירט א סאפיטיקירטע פילטער וואס ארבעט שוין ב"ה. מען מאכט זיכער אז אלעס ארבעט בעז"ה. דער ציבור אנשי שלומינו גרייט זיך צו אינדערהיים, יעדער פאקט זיך איין זיינע ביסל וועש, און זיינע וויכטיגע געברויכן, יעדער מאכט זיכער זיך איינצופאקן אביסל צידה לדרך, א משניות, א חומש, א קליינע טאשן גמרא, א.א.וו. און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל אנקומען בשלום, און אויסנוצן די צייט ריכטיג, און זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, און אהיים קומען בשלום, צו א פרישע גוטע יאר. תחל שנה וברכתיה &nbsp; &nbsp; וועטער אפדעיט: דערווייל איז נישט קיין גרויסע חילוק אין די וועטער שאצונגען. ווי עס זעט יעצט אויס וועט פרייטאג זיין אביסל רעגנדיג, און אויסער דעם וועט אין די נאכט שעות זיין בערך 45-50 און בייטאג 70-75. עס איז כדי מיטצוברענגען רעגן מלבושים, און א סוועטער.

    < זעה מער כג אלול תשע"ט 📝
  • פדיון נפש אפציע געעפענט אויפן וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען מער און מער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, מען וועט קענען געבן דעם "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ערב ראש השנה אין אומאן, מ'קען זען די זמנים פאר פדיון נפש אין אומאן אין א באזונדערע קעסטל אינעם גליון, ווי אויך וועט זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. מ'קען שוין אויך מנדב זיין פדיון נפש דא אויפן וועבסייט העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, איז די בעסטע הכנה צום הייליגן ראש השנה. &nbsp; פדה בשלום נפשי!

    < זעה מער כ אלול תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 172 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com