Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פדיון נפש אפציע שוין געעפענט אויפן וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג.  מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת",  וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג, דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה. ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. אויך איז דא א לינק דא אויפן וועבסייט פון וואו מען קען געבן פדיון נפש. געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות איינצוקויפן פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים. פדה בשלום נפשי! 💳 מ'קען אויך מנדב זיין פאר פדיון נפש דא אויפן וועבסייט 📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג 📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט 📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן

    < זעה מער כג אלול תשפ"א 📝
  • פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן - מאנטאג כי תבוא

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל, פלען איט רייט 845-678-3555 אנשי שלומינו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארשידענע גוטע אנטוויקלונגען ארום די נסיעה קיין אומאן, וואס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס פארן בעזר השם יבתרך. ערשטע דאזע וואקסין צום ערשט איז זייער פאזיטיוו געווארן אויפגענומען די נייעס פון אוקראינע אז אויך די וואס האבן גענומען נאר די ערשטע דאזע פונעם וואקסין וועלן דורכגעלאזט ווערן. עפפ מיט א כשרע טעלעפאן פאר די אלע וואס האבן נישט קיין וואקסין קארטל, איז ב"ה דא צו באקומען א מספר מצומצם כשר'ע פשוטע טעלעפאנען וואס האט אויף זיך דעם עפפ וואס דער אוקריינער רעגירונג פארלאנגט - פרעגט אייך נאך ביי אייערע לאקאלער סעלפאן געשעפט פאר מער פרטים. אינשורענס יעדער אן אויסנאם דארף ברענגען באווייז פון אוקריינישע אינשורנעס אויף די גאנצע צייט וואס מען וויילט אין אוקריינא. (עס דארף אנגעמערקט ווערן אז טרעוול עקספערטן זאגן, אז די אוקריינישע אינשורנעס איז גענצליך ווערטלאז על כל צרה שלא תבוא, מען דארף עס קויפן צוליב זייער פארלאנג. עס איז שטארק רעקאמענדירט צוצוקויפן פארלעסליכע אמעריקאנער טרעוול אינשורענס בעפאר מען פארט קיין אויסלאנד). טעסטינג אין אומאן פלען איט רייט שטעלט צו בעז"ה טעסטינג צענטערן אין אומאן, איינס אויף די פּושקינא גאס, און איינס אין בנין היכל הקודש. אומוואקסינירטע וועלן דארפן א טעסטן סיי נאכן אנקומען, און סיי פארן ארויספארן. אבער יעדער אן אויסנאם וועט דארפן א טעסט בעפארן צוריק פארן קיין אמעריקע. עס וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט צו סערווירן נאר ווער עס האט זיך איינגעשריבן און באצאלט פאראויס. צו באשטעלן קען מען רופן פלען איט רייט 845-678-3555 אדער אויפן וועבסייט FLYtoUMAN.com (גייטס אראפ ביז אונטן ווי מען קען רעזערווירן טיקעטס, אוקריינישע אינשורענס, און קאוויד טעסטס אין אומאן) מאסק עס איז גוט צו וויסן אז אלע עירליינס פארלאנגען שטרענג מען זאל האבן אנגעטון א מאסק די גאנצע צייט וואס מען פארט אויפן פליגער. א צווייטע טשארטער (אויף צוריק) צוליב די מאנגל אין פליגערס דאנערשטאג קיין ניו יארק, און צוליב וואס דער ערשטער טשארטער איז שוין גענצליך אנגעפילט, האט פלען איט רייט באשטעטיגט א צווייטע טשארטער נאן-סטאפ פלייט פון קיעוו קיין נוארק, וואס וועט ארויספארן בעז"ה 9:00 אינדערפרי, און קומט אן בעז"ה אום 12:20 קיין נוארק לופטפעלד. דער פרייז פאר דעם פלייט איז $1,200 (איין וועג). זיצן אין בית המדרש אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין. מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן. קיינער טאר נישט פעלן 📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט 📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש 📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר 🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 📚 לוח ברסב תשפ"ב 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📰 ברסלב פריים

    < זעה מער טו אלול תשפ"א 📝
  • פלען איט רייט מעלדט: טשארטער פלייט וועט בעזהש"י זיין נאן-סטאפ

    פרישע אפדעיטס איבער די גרעניץ רעגולאציעס - באשטעלן קאוויד טעסטס אין אוקריינע קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 &nbsp; נאן-סטאפ פלייט מוצש"ק נאך אסאך מיה און פלאג איז פאר די שטאב פון "פלען איט רייט" געלונגען צו פועלן ביי די אוקריינע לופטפעלד באאמטע אין קיעוו אז זיי זאלן ערלויבן דעם טשארטער פון ניו יארק-קיעוו און צוריק צו זיין א דירעקט נאן-סטאפ פלייט. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר אלע וואס האבן געקויפט טיקעט ביים טשארטער, וואס וועט אין רעזולטאט פון דעם טויש זיין אסאך געשמאקער, שנעלער, און גרינגער, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיך דורכדעם שפארן אסאך צייט. מען וועט בעז"ה אנקומען קיין קיעוו זונטאג אום 4:00 נאכמיטאג (אנשאט זיך אפשטעלן אין פוילן, און אנקומען אום 7:00 ביינאכט), די זעלבע בעז"ה אויפן וועג צוריק, ווען מען וועט זיך נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן וועג, און וועט דערפאר אנקומען בעז"ה קיין נוארק עירפארט דאנערשטאג צום גדליה אום 9:00 אינדערפרי (נישט קיין טעות: צום גדליה אינדערפרי ווען מען שוין בעז"ה זיין אין עירפארט) אנשטאט וואס מען וואלט געדארפט אנקומען 11:45 מיטאג נאך א סטאפ אין פוילן. די טיקעטס וואס זענען נאך איבערגעבליבן ווערן יעצט פארקויפט פאר בלויז $1899. עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז דער פלייט איז וועט זיין צוגעשטעלט פאר אידן אנשי שלומינו צום בעסט אופן מעגליך. עס וועלן זיך געפינען נאר מענער סטוארדס, די גויאשיע ווידיאס וועלן נישט ארבעטן, און מען וועט סערווירן פיינע כשרע מאלצייטן פאר אלע פאסאנדשירן. &nbsp; די רעגולאציעס דא איז דאס פלאץ צו פאררעכטן איינע פון די פונקטן פון די רעגולאציעס אריינצוקומען קיין אוקריינע. די וואס קומען אריין אן א וואקסינאציע באווייז וועלן דארפן האבן א טעלעפאן מיטן вдома עפּפּ (געליינט: "וודאָמאַ", באדייט: "אינדערהיים"), און וועלן האבן 24 (נישט ווי באריכטעט 72 שעה) שעה צייט אנצוקומען צו זייער דעסטינאציע, דאן וועלן זיי האבן ביז 72 פון זייער אנקומען ארויפצולאודן זייער נעגעטיוו קאוויד טעסט, אז נישט וועט מען זיך דארפן קוואראנטינען פאר 10 טעג. דאס זענען די יעצטיגע רעגולציעס אריינצוקומען קיין אוקריינע: 🛡️ אינשורענס: יעדער אן קיין אויסנאם, דארף אויפווייזן אז מען האט אוקראינישע העלט אינשורענס.&nbsp; 💉וואקיסן: אויב מען ברענגט באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), קען מען זיך געהעריג ארומדרייען אין לאנד. 📲עפפ אויפן טעלעפאן: די וואס זענען נישט וואקסינירט, דארפן ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט, און אויך דארפן האבן דעם וודאמא "עפּפּ", מיט די באאמטע וועלן זיי קענען נאכפאלגן וואו זיי זענען. מען האט 24 שעה צו קענען פארן צום פלאץ וואו ער שטייט איין, און דאן דארף ער זיך קוואראנטינען פאר 10 טאג (אין די 10 טעג וועט מען אויך נישט קענען צוריק פארן). אויב נעמט מען א קאוויד טעסט אין אוקריינע ביז 72 שעה פונעם אנקומען און עס קומט צוריק נעגאטיוו, קען מען אויסמעקן דעם עפפ און ארויסגיין פון קוואראנטין. 🧪נעגאטיוו קאוויד טעסט: קינדער פון 12 ביז 18 יאר איז גענוג א נעגאטיוו קאוויד טעסט, זיי דארפן זיך נישט קוואראנטינען. 🧒🏼קינדער אונטער צוועלף יאר: דארפן נישט האבן קיין טעסט ביים אריינקומען. 🛫ביים ארויספארן נאך ראש השנה: דארף יעדער אן אויסנאם ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט גענומען אין די דריי טעג פאר'ן ארויספארן. &nbsp; באשטעלן א קאוויד טעסט פלען איט רייט האט ב"ה באוויזן צו מסדר זיין קאוויד טעסטס אין אוקריינע סיי ביים אריינקומען, און סיי בעפארן ארויספארן. די וואס זענען נישט וואקסינירט וועלן דארפן ביידע טעסטס, און וואקסינירטע וועלן דארפן נאר בעפארן אהיים פארן. כדי צו בענעפיטירן פון דעם סערוויס וועט מען זיך דארפן איינשרייבן, און באצאלן פון פאראויס. צו באשטעלן ערלייין טיקעטס אדער דעם קאוויד טעסט פון פלען איט רייט, קליקט דא איש בל יעדר 📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט 📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש 📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר 🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 📚 לוח ברסב לשון הקודש תשפ"ב 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📰 ברסלב פריים &nbsp;

    < זעה מער ח אלול תשפ"א 📝
  • קאוויד טעסטינג צענטער געפלאנט בעז"ה ביים בנין היכל הקודש אין אומאן

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 ווי געמאלדן פאריגע וואך זענען אריין אין קראפט נייע רעגולאציעס ביי די אוקריינע גרעניצן, וואס לויט דעם וועלן פילע דארפן האבן א קאוויד טעסט אנקומענדיג קיין אומאן, און יעדער אן אויסנאם וועט דארפן א קאוויד טעסט ביים צוריקפארן נאך ראש השנה. דערפאר לייגט יעצט "פלען איט רייט" אריין גרויסע כוחות צוצושטעלן א טעסטינג צענטער אינעם בנין היכל הקודש, צו פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו נישט צו דארפן ארומלויפן זוכן וואו צו מאכן די טעסטס אין אומאן. מ'וועט זיך דארפן רעגיסטרירן און באצאלן פון פאראויס, ווייל אנדערש וועט נישט זיין גענוג צייט אין אומאן זיך צו קענען אפגעבן מיט יעדן איינעם. פאלגט נאך קומענדיגע וואך פאר מער פרטים אי"ה איבער וואו און ווי זיך צו רעגיסטרירן. &nbsp; פאלגענדע זענען די רעגולאציעס היינט צו טאגס ביים אריינקומען קיין אוקראינע: 🛡️ אינשורענס: יעדער אן קיין אויסנאם, קינדער, ערוואקסענע, וואקסינירט אדער נישט, דארף האבן געקויפט אוקראינישע העלט אינשורענס, און מ'דארף האבן די באווייזן דערויף. 💉וואקסין: אויב מען איז וואקסינירט, דארף מען ברענגען באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), און דאן קען מען זיך געהעריג ארומדרייען אין לאנד. 📲עפפ אויפן טעלעפאן: די וואס זענען נישט וואקסינירט, וועלן מוזן ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט ביים אנקומען, און אויך וועלן זיי מוזן האבן אן "עפּפּ" אויף א טעלעפאן, מיט וואס די ארטיגע באאמטע וועלן קענען נאכפאלגן וואו מען גייט און דרייט זיך. פאר די ערשטע 72 שעה איז ער פריי צו קענען פארן צום פלאץ וואו ער שטייט איין, און דאן דארף ער זיך קוואראנטינען פאר 10 טאג (אין די 10 טעג וועט מען אויך נישט קענען צוריק פארן). אויב נעמט מען א קאוויד טעסט אין אוקריינע און עס קומט צוריק נעגאטיוו, קען מען אויסמעקן דעם עפפ און ארויסגיין פון קוואראנטין. ("פלען איט רייט" ארבעט יעצט אויף א פשוטער פליפּ פאון וואס מ'וועט קענען דינגען, וואס זאל קענען האבן דעם "עפּפּ", אזוי וועט מען זיך נישט דארפן באנוצן ח"ו מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן - פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטן אי"ה) 🧪נעגאטיוו קאוויד טעסט: קינדער פון 12 ביז 18 יאר איז גענוג א נעגאטיוו קאוויד טעסט ביים אריינקומען, זיי דארפן זיך נישט קוואראנטינען. 🧒🏼קינדער אונטער צוועלף יאר: דארפן נישט האבן קיין טעסט ביים אריינקומען. 🛫ביים ארויספארן נאך ראש השנה: דארף יעדער אן אויסנאם, קינדער און ערוואקסענע, וואקסינירט אדער נישט, ווייזן א נעגאטיוו קאוויד טעסט גענומען אין די דריי טעג פאר'ן ארויספארן. מיר זענען ווייטער מתפלל אז די גרעניצן זאלן זיין ברייט אפן פאר אלע אידישע קינדער, עס זאל נישט זיין קיין שום אפהאלט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך שוין צו פארן קיין אומאן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; הראש השנה שלי עולה על הכל &nbsp; 📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט 📰 מעמד הכתרה פונעם דיין - זונטאג תצא הבעל"ט 📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר 🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 📚 לוח ברסב תשפ"ב 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📰 ברסלב פריים

    < זעה מער ג אלול תשפ"א 📝
  • נייע מוזיק ווידיא צושאקעלט די סטרונעס פון הארץ ביי אלע צוהערער

    קרעדיט: מו"ה סענדי ראטה הי"ו ווי דער שטייגער אין די לעצטע יארן, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע מוזיק ווידיא איבער "אומאן ראש השנה". נאך די שטורמישע תקופה וואס מיר זענען אריבער אין די לעצטע 12 חדשים, אנגעהויבן מיט די מיטמאכענישן ווען טויזנטער אידן זענען געווען געשטראנדעט פאר וואכן און זיך געוואלגערט אין פרעמדע לענדער אין א פרואוו אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, ביז די שוידערליכע טראגעדיעס וואס האט אונז ליידער באטראפן אין די לעצטע חדשים, איז דער יעצטיגער ניגון "באשעפער מאך מיך אויף די טיר" ארויסגעקומען זייער אן עמאציאלער, וואס צושאקעלט די טיפסטע הרגשים פון הארץ פון יעדעם וואס הערט דאס. דער ניגון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעקליבן איז א היילגער התעוררות'דיגער ניגון וואס ווערט געזונגען אין ק"ק בעלזא אויף "דרור יקרא". אפגעכאפט געווארן אין שטוב פון איינע פון אנשי שלומינו הי"ו, אפגעכאפט געווארן דורכן מייסטער ווידיא פאטאגראפיסט מו"ה שרוליק סאמעט הי"ו. מוזיק איז געמאכט געווארן דורכן מוזיקאלישער מומחה מו"ה סענדי ראטה הי"ו. געזונגען געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א אין באגלייטונג פון די טייערע בחורים נ"י פון ישיבה קטנה און די גרעסערע קינדער נ"י פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב. שמעו ותחי נפשכם 🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "באשעפער מאך מיר אויף די טיר"! &nbsp; פריערדיגע מוזיק-ווידיאס איבער "אומאן ראש השנה" 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן &nbsp; 📰 לעצטע באריכטן פון גרעניץ אין אוקראינע 📚 לוח ברסלב תשפ"ב &nbsp; פאלגענד איז דער הארציגער ניגון אפגעשריבן ווארט ביי ווארט: בעלארוס; מאלדאווע - מ'געט א קוק, ווי זענען מיר געווען א יאר צוריק, קיינער קוקט נישט - ווי גרויס איז די סכנה, אין אומן בין איך ראש השנה. &nbsp; פארשטעלט ווי גוים - באדעקט דעם פנים, מ'רעדט נישט אידיש - מ'קוקט אויף קיינעם, קיינער ווייסט נישט וואס קומט באלד, אפשר שלאפן אין א וואלד, איך מוז דאך זיין ביים רבי'ן - אוי געוואלד! &nbsp; טאטע, האב רחמנות - אויף מיין נשמה, און ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה, טאטע, דו ווייסט דאך וואס דער רבי געט פאר מיר, טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר. &nbsp; אוי רבי קיינער קען מיך נישט פארשטיין, אזא רחמנות בין איך - אזוי אליין, נסיונות, בזנונות, און אויך הפקרות, &nbsp;דרוכגעפאלן מיט עבירות. &nbsp; אוי רבי, דער יאר איז געווען זייער שווער! מיט אזא יצר הרע - איך קען נישט מער! יעדן טאג א דורכפאל, א שאד פרובירן בכלל, עס איז אלעס טונקל - איך זע נישט קיין שטראל. &nbsp; אוי טאטע, האב רחמנות אויף מיין נשמה, ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה, אוי טאטע, דו ווייסט דאך, וואס דער רבי געט פאר מיר, אוי טאטע זיסער - מאך מיר אויף דעם טיר. &nbsp; מיר האבן אלע געזען דעם יאר, א מענטשנ'ס לעבן הענגט אויף א האר, אין פלארידא און אויף פארענטשעס, און ביים הייליגן רבי שמעון, אזויפיל מענטשן אומגעקומען. &nbsp; מ'לעבט מיט פאביעס - מיט פחד און שרעק, אפשר מיין לעבן - קומט צו אן עק, אוי וויפיל נשמות פון אידישקייט פארקריכן, אוי וויפיל&nbsp; קינדער דארפן שידוכים. &nbsp; אוי טאטע, האב רחמנות אויף מיין נשמה! ברענג מיר צום רבי'ן אויף ראש השנה! אוי טאטע, דו ווייסט דאך, וואס דער רבי געט פאר מיר! טאטע זיסער - מאך מיר אויף דעם טיר!

    < זעה מער ל אב תשפ"א 📝
  • פרישע באריכטן פון אוקריינע גרעניץ

    די צענדליגע טויזנטער אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך שוין בדחילו ורחימו צו פאר צום הייליגן רבינ'ס ציון אויפן הייליגן יום טוב ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה צו וויילן ביים מקום מנוחת קודש פון הייליגן רבין אין שטאט אומאן. דער ערשטער און לעצטער השתדלות וואס אנשי שלומינו טוען יעדן טאג, איז מתפלל זיין. מען נעמט זיך עטליכע מינוט א טאג און מען בעט דעם אייבערשטן אויף מאמע לשון "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און אויף מיין נשמה, העלף מיר איך זאל זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה. דער הייליגער רבי האט דאך צוגעזאגט אז ער וועט מתקן זיין יעדעם וואס וועט קומען אויף זיין ציון אום ראש השנה. באשעפער איך וויל אויך זוכה זיין צו באקומען א תיקון פאר מיין נשמה..." און אזוי ווייטער איז יעדער מתפלל פאר זיך בינו לבין קונו, אויף זיין אייגענע שפראך און אויף זיין וועג. נאכדעם וואס מיר האבן דורכגעמאכט אזא שווערע יאר ווי תשפ"א, דארף מען שוין קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס הייסט אז מען דארף א צדיק וואס זאל זיך אננעמען פאר מיר ביים בית דין של מעלה ווען מען גייט זיך ווידער שטעלן צום משפט ראש השנה. עס כאפט דאך א שרעק ווען מען טראכט וואס עס איז פארריבער אויף אונז די פארגאנגענע יאר, און יעדעמ'ס ליפן שאקלען כסדר מיט תפלה והתבודדות און מען בעט דעם אייבערשטן אז תחל שנה וברכותיה. אין אוקריינע זענען אנשטאנען עטליכע שינויים בנוגע אריינקומען אין לאנד, וואס ווערט נאכגעפאלט מיט זארג ביי אנשי שלומינו, וואס הערן נישט אויף צו מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך טאקע אויסארבעטן על צד היותר טוב פונעם הייליגן קיבוץ. לויט די נייע רעגולאציעס וואס גייען אריין אין קראפט דעם מיטוואך ראה (למספרם אוגוסט 5) 12:00 ביינאכט אוקריינע זייגער, דארף יעדער וואס קומט אריין אין אוקריינע - אריינגערעכענט אוקריינער בירגער: אויב מען איז וואקסינירט דארף מען ברענגען באווייז אז מען איז פולקאם וואקסינירט (ביידע דאזעס), און אויך אז מען האט געקויפט אוקראינישער העלט אינשורענס. די וואס זענען נישט וואקסינירט וועלן זיך דארפן קוואראטינען פאר 10 טאג. אבער וועלן קענען ארויסגיין פון קוואראנטין דורך א נעגאטיוו קאראנע טעסט אין די 72 שעה פונעם אנקומען. דאס איז אין צוגאב וואס זיי דארף א נעגאטיוו קאראנע טעסט אין די 72 שעה פארן אפּפליען ביים אנקומען, און אזוי אויך אוקראינישע העלט-אינשורענס. לויט די יעצטיגע רעגולאציעס, וועלן נישט-וואקסינירטע דורכגעלאזט ווערן דעם גרעניץ נאר נאכדעם וואס די גרעניץ באאמטע וועלן ארויפלייגן אויף זיין "סמארטפאון" אן "עפפ" מיט וואס זיי וועלן קענען נאכגיין דעם מענטש און זיכער מאכן אז ער האלט זיך צום קאווארנטין. וואס איז אן אפציע וואס רוב רובם פון ציבור אנשי שלומינו קענען נישט נעמען. מען איז ווייטער מתפלל, אז די גרעניצן זאלן זיין ברייט אפן פאר אנשי שלומינו, און עס זאל נישט זיין קיין שום אפהאלט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך שוין צו קומען אין א חודש בעזרת השם יתברך. אויך ווערט געמאלדן פון גרעניץ אז זיי האבן געכאפט לעצטענס פאסאנדזשירן מיט פלאשע קאראנע וואקסין אדער טעסט צעטלעך. זיי זאגן אז זיי נעמען דאס זייער הארב, און טוען דערפאר ארויסווארפן פון לאנד תיכף ומיד און געבן דערנאך א שווארצע זיגל אויפן פאספארט אויף עטליכע יאר. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז דער בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן בראשות פון ראש ישיבה שליט"א, איז שוין אינגאנצן אנגעפילט און מען קען שוין נישט רעזערווירן קיין בעטן אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. דער בית המדרש וועט בעזהשי"ת זיין אפן פאר די תפילות פאר אלע וואס ווילן קומען דאווענען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. אויך ווערט געזוכט וואלונטירן צו העלפן במשך די טעג אין אומאן, אין קאך, אין בית המדרש, און נאך. ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה, זאל רופן 347-452-1936. קיינער טאר נישט פעלן 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 📚 לוח ברסב תשפ"ב 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📰 יעצט קומט פאר די דראמאטיש פלעי פאר פרויען פארטוישטע קינדער 📰 גרויסע צוגרייטונגען צום הכתרה פון דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א 📰 ברסלב פריים 📚 תיקון הכללי מיט שיינע קלארע אותיות 📜 עצתו אמונה - ערך אומאן 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז 💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה? 📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון 📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן

    < זעה מער כג אב תשפ"א 📝
  • אנגייענדע בוי ארבעט ביים בנין אין אומאן מאכט גרויס פארשריט

    קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין מיט גרויסע הכנות צו די הייליגע טעג פון ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מיר באריכטן דא כסדר האט מען שוין פארדינגען די בעטן פאר אלע וואס האבן זיך געמאלדן, אזוי אויך פארקויפן די רייזע אגענטורן פילע טיקעטס צו פליען קיין אומאן מיט פארשידענע אפציעס און פרייזן, און אזוי אויך טוט זיך שוין אין שטאט אומאן בכלל א גרויס געפילדער פון אלע פארשידענע ארגאניזאציעס, די שטאטישע באהערדע, די פילע הכנסת אורחים'ס, בתי מדרשים, האטעלן און געשעפטס לייט וואס גרייטן אן אלע געברויכן פאר דעם ריזיגן ציבור געסט וואס גרייטן זיך שוין צו קומען. בפרט גרייטן זיך צו אנשי שלומינו מיט מזון רוחני פאר די געהויבענע נסיעה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די נסיעה זאל צושטאנד קומען אן קיין שום מכשול און עיכוב, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט און אויספועלן אלעס גוטס, און אזוי אויך גרייט מען זיך מיט שיעורים כסדרן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, אז דער סדר העולם איז אז ווען מען קומט צו איינעם אויף א שבת קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט עפעס א נאש, א טשאקאלאד, אדער א שפילצייג פאר די קינדער, וואס מען געבט א מתנה פארן בעל אכסניא, - זאגט דער ראש ישיבה שליט"א - אז אנשי שלומינו פירן זיך, אז ווען מען קומט צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, מען ברענגט מיט מתנות פארן רבין, מען קומט מיט פילע זעק אנגעפילט מיט שיעורים כסדרן, מיט מסכת הש"ס, מיט גאנצע סעטס משניות, תיקוני זוהר, שלחן ערוך, א.א.וו. ביים בנין פון היכל הקודש טוט זיך אויך העפטיגע אקטיוויטעטן די טעג, די ארבעטערס פלייסן זיך צו, וויסנדיג אז אין נאך זיבן וואכן פון יעצט, הייבט זיך שוין אן בעזרת השם דער פלוס פונעם ריזיגן ציבור וואס וועט איבערפולן דעם בנין, און אלעס דארף שוין זיין פולקאם גרייט אויף דעמאלטס. דערווייל גייט אן דער עיקר ארבעט אויף צוצושעטלן נאך צימערן פאר שלאפן, די ארבעטער ציען לעקטער, מען אינסטאלירט פלאמבינג, מען לייגט טיילס, מען פעינט ווענט, און מען בויעט אויף די בתי הכסא מיט די סינקס. יעצט האט מען זיך שוין גערוקט א שטאפל ווייטער, ווען די וואך איז ב"ה אנגעקומען א גרויסע שיפמענט פון טירן צו לייגן ביי די אלע נייע צימערן אויפן דריטן שטאק, וואס דאס וועט מען לייגן ווען די צימערן וועלן שוין זיין מער ווייניגער פערטיג. אזוי אויך האט מען געטון פארשידענע פלאמינג ארבעט אויף די אונטערשטע שטאקן, אין לאנטש רום האט מען ארויסגענומען די סינקס פון אינעווייניג צום צימער וואס איז פארן אריינגאנג, אזוי וועט דאס שטארק פארבעסערן די פלאץ אינעם לאנטש רום ביים זיך וואשן נטילת ידים; אזוי אויך ביים הויפט אריינגאנג פונעם בנין, האט מען אינסטאלירט עטליכע שיינע שטארקע סינקס, וואס האט ערזעצט די צוויי פראוויזארישע סינקס וואס זענען דארט געווען. "...יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה" (חיי מוהר"ן, סימן תג) 📸 פרישע שיפמענט טירן אנגעקומען צום בנין 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 🔎 תשובה ותיקון המעשים 📚 תיקון הכללי מיט שיינע קלארע אותיות 📜 עצתו אמונה - ערך אומאן 📰 פארשידענע נייעס און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה תשפ"ב

    < זעה מער ד אב תשפ"א 📝
  • אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 שטייענדיג ערב ראש חודש אב, בלויז צוויי חדשים בעפאר ראש השנה, איז וויכטיג צו אויפמערקן דעם ציבור, אז "דער לעצטער מינוט" איז שוין אנגעקומען... פילע באמערקן אין די טעג אז זייער פאספארט לויפט-שוין-אָפּ/איז-שוין-אפּגעלאפן, טיילווייז צוליב וואס פילע האבן נישט גענוצט דעם פאספארט פאראיאר, האבן אסאך פארזען דעם אפלויף דאטום. דערפאר קומען מיר דא מיט א וויכטיגע אלערט: קוקט שוין היינט איבער אייער פאספארט, אויב זעט איר עס לויפט אפ בעפאר צום גדליה תשפ"ב הבעל"ט, דארף מען תיכף ומיד באנייען דעם פאספארט. מען קען שוין נישט אפלייגן, בפרט ווען עס איז באריכטעט אז די פאספארט אפיסעס זענען יעצט היבש איבערגעפולט מיט אפליקאציעס, און זענען דערפאר שטארק הונטערשטעליג מיט די ארבעט. פון די אנדערע זייט איז דא גוטע נייעס, אז כאטש רוב לענדער פארלאנגען אז מען דארף האבן א פאספארט וואס איז גילטיג פאר גאנצע זעקס חדשים נאכדעם וואס מען קומט אן, איז די רעגולאציע אין אוקריינע אז עס איז זיי גענוג אז דער פאספארט לויפט נישט אפ ביז דער ריטוירן טיקעט. דאס מיינט אז ווען מען נוצט א פאספארט וואס לויפט שוין אפ בעפאר די קומענדיגע זעקס חדשים, וועלן זיי זיין צופרידן און אריינלאזן, אויב מען ווייזט זיי אז מען האט א טיקעט אהיים צו פארן בעפאר דער פאספארט לויפט אפ.&nbsp; * אין אנדערע נייעס איבער די טיקעטס קיין אומאן, זעט מען ווי דער עולם קויפט שוין טיקעטס אין גרויסן. בפרט איז שטארק פאפולער דער "טשארטער פלייט" פון "פלען איט רייט", וואס אנטשפרעכט צו זיין בעז"ה א גאר גוטע עקספריענעס פאר אלע רייזענדע. דער פליגער וועט האבן בלויז אידן, עס וועט האבן די בעסטע סערוויס, עס וועט זיין א באקוועמע "דריעמליינער" פליגער. און וועט קאסטן בלויז $1,750 א טיקעט. דער טשארטער וועט בעז"ה ארויספארן מוצש"ק אום 1:30 נאך חצות הלילה פון נוארק ניו דזשערסי, און וועט בעז"ה אנקומען קיין קיעוו אום 7:00 פארנאכטס ערב ליל זכור ברית. אויף צוריק וועט מען זיך ארויסלאזן בעז"ה צום גדליה אום 5:00 פארטאגס, און מען וועט זיין צוריק אין ניו יארק בעז"ה צום גדליה אום 11:45 פארמיטאג. אנגעפילט מיט ישועות און רפואות, און געפועלט אלעס גוטס. אויך זענען דא נאך אפציעס פאר ווער עס וויל צאלן ביליגער. מען קען קויפן גרופ טיקעטס פון טורקיש ערליינס, לאט ערליינס, לופטהאנזא עירליינס און נאך. פאר מער אינפארמאציע איבער טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט קען מען רופן פּלען איט רייט אויף 845-678-3555 עקסטענשאן 5. קיינער טאר נישט פעלן 📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו 📰 אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט 📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ" 📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק

    < זעה מער כח תמוז תשפ"א 📝
  • לאקאלע באפעלקערונג אין שטאט אומאן ווערט וואקסינירט אין בעפארברייטונג צו ראש השנה

    די אוקריינע רעגירוג האט געלאזט אין גאנג א ברייטע "וואקסינאציע דרייוו" ספעציעל פאר די איינוואוינער פון שטאט אומאן, און זענען ארויס מיט א רוף צו אלע איינוואוינער פון שטאט, און בפרט די וועלכע זענען פארמישט אין די צוגרייטונגען פאר ראש השנה, אז זיי קענען קומען זיך וואקסינירן קעגן די קאוויד 19 ווירוס, און אזוי ארום וועלן זיי קענען זיין רואיג טראץ די גרויס אנלויפעניש פון די פילע אינטערנאציאנאלע געסט וואס קומען אריין פון איבער די וועלט, אז זיי וועלן נישט אריינברענגען די אנשטעקיגע קרענק צו די לאקאלע באפעלקערונג. די רעגירונג אין אוקריינע וואס האלט נאך אין די ערשטע שטאפלען פון וואקסינירן אירע בירגער, האט געלייגט די שטאט אומאן אלץ אן ערשטע פריאריטעט, כדי צו בארואיגן די ארטיגע איינוואוינער וואס הערן כסדר די דערשראקענע באריכטן פון די מידיע וואס האקט אין קאפ א גאנצן טאג "קאראנע, קאראנע, קאראנע", און דאס דערשרעקט די צוהערער זייענדיג זיכער אז יעדער אויסלענדישער באזוכער ברענגט מיט זיך דעם אנשטעקיגן קאראנע ווירוס. דער וואקסינאציע צענטער אין שטאט אומאן איז צושטאנד געקומען נאך פילע זיצונגען פון דער געזונטהייט מיניסטעריום און נאך פילע אפטיילונגען פון די אוקריינע רעגירונג, וואס האט א שטארקע אינטערעסע אז דער יערליכער קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה זאל קענען צושטאנד קומען דאס יאר ראש השנה אויפן בעסטן פארנעם, און האט דערפאר באשלאסן צו עפענען דעם וואקסינאציע צענטער אין איינע פון די מיטלען צו קענען האלטן אפן דעם גרעניץ. אידן איבער די וועלט נעמען אויף די פאזיטיווע נייעס מיט גרויס פרייד, און זענען ווייטער מתפלל ביים אייבערשטן אז דער הייליגער קיבוץ זאל ווייטער קענען אנגיין אן קיין מכשולות, און מען זאל גיין און קומען קיין אומאן געזונטערהייט, און פועלן אלעס גוטס ביים הייליגן רבינס ציון.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"א 📝
  • עס טוט זיך העפטיגע בויעריי ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן

    קרעדיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו שוין די לעצטע עטליכע יאר, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך איינקוואטירט אין אַן אייגענעם בנין, ווייט ארויס פונעם טומל און געפילדער פון די הויפט גאסן אין שטאט אומאן, ווי אנשי שלומינו טרעפן א ריינעם און רואיגן ווינקל אין אומאן, בעת מען וויילט אין שאטן פון הייליגן רבי'ן אין די הייליגע ראש השנה טעג. נאכדעם וואס אין די ערשטע פאר יאר האט מען זיך באנוצט מיט בלויז די אונטערשטע שטאקן, האט דער ראש ישיבה ווי שוין באריכטעט געהייסן מען זאל זעהן צו ענדיגן ווי מער צימערן, ווייל מען ערווארטעט דאס יאר אין אומאן גאר א גרויסער ציבור. און אזוי אויך זענען שוין די עקזעסטירנדע צימערן געווען אנגעפילט דאס מערסטע וואס מעגליך. ברוך השם אז די עושי המלאכה פלייסן זיך צו, אין די צימערן אינעם בנין זעט מען די בוי ארבעט פול אלע זייטן, אלעס ארבעט גאר העפטיג, פלאמבערס, עלעקטערישנס, און בעלי מלאכה וואס לייגן טיילס. אויך איז באשטעלט געווארן א גרויסע שיפמענט פון נייע בעטן צו קענען אויסשטאפירן די נייע צימערן וואס וועט בעזרת השם זיין גרייט פארן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. מען קען נאך רעזערווירן א בעט ביי הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו אויף 845-248-1651. געדענקט: בלויז א מספר מצומצם פארבליבן, וכל הקודם זכה. &nbsp; 📰 מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן ראש השנה תשפ"ב 📰 בעט רעזערוואציעס אינעם בנין פון אנשי שלומינו 📜 רעד שיין צו דיין ווייב וועט זיך דיר לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" 💿 ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📚 קונטרס "קריך ארויס פון שמוץ" &nbsp; 📚 קונטרסים אויף שמירת ענינים, עצות און חיזוק &nbsp;

    < זעה מער יב תמוז תשפ"א 📝
  • אוקראַינע רעגירונג פאַרשפּרעכט אַן אָפענעם גרעניץ פאַר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט

    אַזוי ווי מען רוקט זיך בעזהשי"ת נענטער צום הייליגן פארכטיגן טאג ראש השנה, ווען "כל באי עולם עוברין לפניו כבני מרון", גרייטן זיך אידן צו פון די גאנצע וועלט צום יערליכן נסיעה צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן. מה נאמר ומה נדבר, נאך אזעלעכע צוויי שווערע יאר וואס איז אויף אונז אריבער, וואס צרות אחרונות משכחות את הראשונות. וויפיל אינגע מענטשן זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אין די פארגאנגענע צוויי יאר? אזויפיל פרישע יתומים זענען ליידער צוגעקומען צו כלל ישראל, אידישע פרנסות זענען צושאקעלט געווארן, אידן קוקן ארויס אויף גרויסע ישועות. און וואו אין דער וועלט איז נאך דא א ציון פון א צדיק וואס האט צוגעזאגט אזעלעכע גרויסע הבטחות? אידן מאמינים בני מאמינים שטארקן זיך אין אמונה אין אייבערשטן און אין זיינע צדיקים, הערן וואס דער הייליגע רבי זאגט אז ער וועט זיין א לאיער פאר אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, און פועלן ביים אייבערשטן א גוט יאר, דערפאר קומען אלע צו לויפן צום הייליגן רבינס ציון. מען קוקט אויף גארנישט, מען קויפט זיך א טיקעט און מען איז מתפלל אז מען זאל זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבינס ציון. נאכדעם וואס פאריאר האט די אוקריינע רעגירונג פארשלאסן דעם גרעניץ נאך דרוק פון די ערב רב, איז פאריגע וואך פארגעקומען א זיצונג פון עסקנים צווישן זיי הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו פון יו-דזשעי-או פון וויליאמסבורג, ווי דער אוקראינישן אמבאסאדאר האט פארזיכערט פאר די ברסלבע חסידים, אז זיין רעגירונג וועט [בעזרת השם] היי יאר אריינלאזן די צענדליגע טויזנטער אידן אויף ראש השנה הבעל"ט קיין אומאן. ער האט צוגעלייגט אז זיי אנערקענען די אנגעוויזנקייט וואס דער אוקראינישער עקאנאמיע האט אויף די צענדליגע טויזנטער געסט וואס קומען יעדעס יאר צו פליען אויף ראש השנה. און האט פארשפראכן אז די אוקראינישער רעגירונג וועט שוין מער נישט פארשפארן דעם גרעניץ, אז אלע אידן פון איבער דער וועלט זאלן קענען [בעזרת השם] אריינקומען אן קיין באזונדערע שוועריקייטן. מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל איבערקימען אלע שוועריקייטן פון די הייליגע נסיעה. און מען זאל קענען היי יאר וויילן אויף ראש השנה ביים רבינס ציון, און פועלן א גוט געבעטנטש יאר פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. קיינער טאר נישט פעלן

    < זעה מער י תמוז תשפ"א 📝
  • וואלונטירן געזוכט ראש השנה אין אומאן

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אין אומאן קומט יעצט פאר העפטיגע ארבעט ביים בנין היכל הקודש, צוצוגרייטן דעם בנין אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם, צו קענען ארייננעמען די פילע אנשי שלומינו וואס ווילן מיטהאלטן א געהויבענעם ראש השנה אין אומאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. אזוי ווי עס איז ערווארטעט גאר א גרויסער עולם דאס יאר אין אומאן, זוכט מען וואלונטירן וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אין אומאן אין די טעג פון ארום ראש השנה. ס'איז דא פארשידענע סארט ארבעט פאר יעדן איינעם, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע זאך, קען רופן 347-452-1936. אויך קען מען רופן דעם זעלבן נומער צו דינגען א בעט אינעם בנין פאר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע אידן גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס", "מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", "קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער ז תמוז תשפ"א 📝
  • אוקריינע דערלייכטערט פארשידנע קאוויד רעגולאציעס אריינצוקומען

    קרעדיט: מו"ה אלי קאנלל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 געלויבט דער אייבישטער אז מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע גרייטן שוין צו די "מתנות" וואס מען וועט ברענגען פארן הייליגן רבין, דער פלאנט בעז"ה צו ענדיגן עטליכע מסכתות אין ש"ס, אנדער ענדיגן תיקוני זוהר, און פילע אנדערע לימודים. אזוי אויך קויפט שוין דער עולם די טיקעטס אין גרויסן. אין אומאן גרייט מען זיך שוין צו צו די פילע מאסן וואס וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען, אלע הכנסת אורחים'ס קויפן זיך שוין איין ריזיגע קוואנטומס פון עסן צו געבן פאר די צענדליגע טויזנטער אידן. ועל כולם, גיסן אידישע קינדער טויזנטער תפילות, אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און מען זאל טאקע זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבין און קענען צוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן. יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די קאבינעט אין דער אוקריינער רעגירונג האט באשטעטיגט עטליגע טוישונגען אין די רעגולאציעס וואס וועלן פארגרינגערן פאר אויסלענדישע בירגער אריינצוקומען קיין אוקריינע. וואַקסין: די וואס ברענגען באווייז אז זיי זענען וואקסינירט (מיט א וואקסין וואס דער אוקריינער רעגירונג באשטעטיג - אריינגערעכענט, פּפייזער, דזשאנסאן ענד זשאנסאן, עסטרע זענעקע, מאדערנע) וועלן אריינגעלאזט ווערן אן קיין שום טעסט. טעסט: נישט וואקסינירטע וועלן ווי ביז יעצט דארפן ברענגען א נעגאטיוו קאוויד טעסט. אבער אנשטאט ווי ביז יעצט האט מען געדארפט האבן דוקא א "פּי-סי-אַר" טעסט (וואס נעמט כאטש עטליכע שעה צו באקומען די רעזולטאטן), וועט מען ערלויבן אויך "רעפּיד" טעסטס (וואס מען באקומט די רעזולטאטן אין עטליכע מינוט). דער טעסט וועט דארפן גענומען ווערן - ווי ביז איצט - אין די 72 שעה פארן אנקומען קיין אוקריינע. קינדער: קינדער אונטער 12, וועלן נישט דארפן האבן קיין שום טעסט אדער וואקסין. אינשורענס: דער פארלאנג צו האבן אוקריינישע אינשורענס בלייבט דערוויל אין קראפט. מען זעט ווי תפילות ישראל עושה רושם, און די רעגולאציעס ווערן נאר מער און מער פארגרינגערט. און מען בעט און מען האפט ווייטער אז מען זאל טאקע זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זיין ביים הייליגן רבין, און באקומען די געוואלדיגע הבטחות וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. הראש השנה שלי עולה על הכל 📰 מען קויפט שוין טיקעטס אויף ראש השנה 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כח סיון תשפ"א 📝
  • מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב

    קרעדיט מו"ה משולם פינטער הי"ו, און מו"ה אלי קנאלל הי"ו אזוי ווי מען האלט שוין בערך דריי חדשים איידער די לאנג אויסגעווארטעטע נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מען וועט זיך אויסבעטן פאר זיך און די משפחה א גוט געבענטש יאר; האבן מיר אויפן פארלאנג פונעם ציבור צוזאם גענומען אינפארמאציע איבער קויפן עירליין טיקעטס, צו פארן היי יאר פון ניו יארק קיין קיעוו אויף ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה. צוליב דעם "קאָוויד" מצב אין וואס די וועלט געפונט זיך נאך, אזוי אויך וויבאלד ראש השנה געפאלט מאנטאג נאכט, און עס זענען דא ווייניג פלייטס וואס פארן ארויס גענוג שפעט נאכן זמן מוצש"ק איז דא א מאנגל אין טיקעטס אויף די פאר פליגערס וואס פארן ארויס שפעט מוצש"ק ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז אויסער וואס דער ציבור וואס פארט דאס יאר איז אסאך מער ווי אין די פארגאנגע יארן, און איז גורם אז די פרייזן פון די ווייניג עירליין טיקעטס פון מוצש"ק וואס זענען עוועיליבל זאל ארויף גיין. א גוטע אפשען איז צו קויפן אויף די פלייטס פון מיטוואך און דאנערשטאג, בעפאר שבת קודש, וואס פון די פלייטס איז נאך דערווייל דא א גרויסע אויסוואל.&nbsp; דער טרעוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט אראנדזשירט א "טשארטער" וואס וועט בעז"ה פארן מוצש"ק 1:30 פארטאגס פון ניו יארק (זמן מוצש"ק אין ניו יארק איז בערך 8:35), מען פארט בעז"ה צוריק פון קיעוו מוצאי יום טוב פארטאגס. די פרייז פארן טשארטער איז $1750. אויב עס וועט זיין א פארלאנג פון גענוג מענטשן צו מאכן נאך א טשארטער אויף דאנערשטאג מיטאג, וועט מען בעזרת השם יתברך אויך צושטעלן א פליגער אויף דאנערשטאג מיטאג. מען קען מאכן א טיקעט ביי פלען איט רייט מיטן אפשען אז אויב עס וועט באשטעטיגט ווערן דער דאנערשטאג טשארטער וועט מען קענען רוקן דעם טיקעט בחנם. פאר מער פרטים רופט "פּלען-איט-רייט" 845-678-3555 עקסטענשאן 5. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרום 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן? 📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן 📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע 📚 ראש השנה ביי צדיקים 🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז 💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה? 📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון 📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן 🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין

    < זעה מער כב סיון תשפ"א 📝
  • מען מאכט גרויס פארשריט אין די בוי ארבעט ביים פינפטן שטאק אינעם בנין אין אומאן

    קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו אין די לעצטע יארן האט מען ב"ה אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס זאל דינען פאר אנשי שלומינו פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, מען האט אריינגעלייגט דערין אסאך מחשבה וויאזוי אויסצושטעלן דעם בנין. אינעם בעיסמענט געפינט זיך דער שיינע מקוה מיט שויערס, דער קאך, מיטן לאנטש רום, העכער דעם איז דער ריזיגער בית המדרש, און דערויף איז דא גאנצע פיר שטאק מיט פילע צימערן צום שלאפן. יעדעס יאר האט מען ב"ה פארבעסערט און פארברייטערט דאס פלאץ, ביז יעצט האט מען שוין געענדיגט צוויי שטאקן פון שלאף צימערן; מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה; מען האט געגראבן אייגענע זעקס וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך צען טויזענט גאלאן וואסער א טאג; מען האט אינסאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס קענען אנטהאלטן איבער זעכציג טויזנט גאלאן וואסער צוליב וואס די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן טוט נישט צושטעלן אזוי סאך וואסער אויף איין מאל פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין, אסאך געביידעס פארלירן דאס וואסער סופליי אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. די טענק פילט מען אן אין די וואכן בעפאר ראש השנה, און וועט האפענטליך בעז"ה געבן גענוג וואסער פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. היי יאר - אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א - האט מען זיך גענומען צו די ארבעט צו פארענדיגן די איבעריגע שטאקן פונעם נייעם בנין. צוליב דער רבוי העם בלי עין הרע וואס ווערט ערווארטעט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - האט מען נישט קיין ברירה, מען מוז שוין צוענדיגן נאך שטאקן אינעם בנין. מען האט היי יאר אריינגעלייגט אסאך געלט און כח אינעם דריטן שטאק פון די שלאף צימערן, דערווייל האט מען שוין ב"ה געענדיגט ציען די עלעקטריק און פלאמבינג, מען האט שוין באשטעלט די טיילס, אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די בעטן פאר די צימערן. פילע אנשי שלומינו האנדלען זיך שוין איין א טיקעט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. ווילט איר נאך אפרעכטן דעם קומענדיגן ראש השנה מיטן ראש ישיבה אינאיינעם, אויף א גאר געהויבענעם פארנעם? רופט שוין צו רעזערווירן אייער בעט, רוב בעטן זענען שוין פארדינגען, וכל הקודם זכה: רופט הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו 845-248-1651 וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! 📰 מען פארדינגט שוין בעטן פאר ראש השנה תשפ"ב מיטן ראש ישיבה

    < זעה מער כא סיון תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 106 to 120 of 176 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com