ראש השנה תש"פ אריבער מיט גרויס געהויבענקייט אין עיר הקודש אומאן
א הערליכער יום טוב איז אריבער אויף די איבער הונדערט טויזנט אידן וואס האבן זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, היי יאר האט זיך ספעציעל אנגעזען א גאר גרויסע העכערונג פון צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צום ערשטן מאל.
פון יעדן ווינקל פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן. פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה; הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען געפאקט מיט אידן במשך דעם יום טוב וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר; אבער דאס הארץ פון די אלע אידן זענען אלע געווען געוואנדן צו איין פלאץ, צום ציון הקדוש פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
תלמידי היכל הקודש האבן זיך אויסגעשפרייט אין די פיר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אומאן. אויף יעדן פלאץ באזונדער האבן אנשי שלומינו גאר שיין אויסגענוצט דעם יום טוב, מיט די הארציגע תפלות, שיינע סעודות, און דרשות התעוררות, אויף גאר א געהויבענעם פארנעם.
ביים נייעם בנין "היכל הקודש", אויף די בילעצערקאווסקיע גאס, אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו. כאטש וואס דער בנין איז טאקע נאכנישט פארענדיגט אויף הונדערט פראצענט, איז עס אבער שוין געווען גאר שיין צוגערישט יעצט צום צווייטן יאר אין באנוץ, עס איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות, דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסע מקוה, און אזוי ווייטער אלע צוגעהער פאר יום טוב פאר די באקוועמליכקייט פונעם גרויסן ציבור.
דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער גאר שיין אויף אן הערליכן פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום, מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען און לערנען, גיין צום ציון, סעודות, און שיעורי תורה.
רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג מיטאג. גלייך ביים אנקומען איז געווען צוגעשטעלט א פיינעם מיטאג, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, דער עולם האט זיך מסדר געווען אינעם בנין, די מקוה איז שוין געווען אנגעווארעמט און גרייט פאר'ן באנוץ, און פילע אידן האבן געכאפט א מקוה און גלייך אריבערגעלאפן צום ציון הקדוש, צו זאגן תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס.
פארנאכטס האט מען געדאווענט מנחה מעריב און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי.
- סליחות זכור ברית און פדיון נפש
מוצש"ק אום 1:00 אזייגער איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. עס האט זיך געצויגן ביז בערך 3:00, דערנאך האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז צו די פארטאגס שעה'ן.
אינדערפרי נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור גמרא, און דערנאך גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן.
- די ווארימע תפילות
הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה מיטצוהאלטן די שיינע תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט די תפילות פון שחרית און מוסף ביידע טעג יום טוב מיט גרויס התעוררות, וואס איז געווען אין באגלייטונג פון די הערליכע קינדער כאאר - די תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות אין אמעריקע. דער ראש ישיבה האט געזאגט א קורצע תקיעת שופר דרשה ביידע טעג, ווי ער האט מעורר געווען אז מ'זאל נישט האבן קיין שנאה אויף קיין שום איד.
- דרשות חיזוק והתערררות
דער ראש ישיבה שליט"א האט במשך דעם יום טוב געזאגט פארשידענע דרשות צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם.
שב"ק ביינאכט איז געווען א שיינע באטע, ווי דער ראש ישיבה האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. און דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון הייליגן רבי'ן פארוואס ס'איז דא אמאל ווען מ'קומט צו א צדיק, און דוקא דעמאלט פארלירט מען די חשק און געפיל, אז דאס קומט ווייל כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, ווי גרעסער א מענטש ווערט, אלץ מער שטארקט זיך אויף אים דער יצר הרע, דעריבער טאר מען נישט ווערן צעבראכן אויב קומט מען קיין אומאן און פלוצלינג האט זיך אויסגעלאשן די געפיל און בענקשאפט וואס מ'האט געהאט א גאנץ יאר צו קומען צו רבי'ן, נאר זיך שטארקן אויסצונוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין, און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה ה', "דער בן מלך פון דימאנט שטיינער"), און צווישן אנדערע אויך ארומגערעדט אז דאס גרויסקייט פון א איד שיינט ארויס דוקא ווען עס גייט אויף אים איבער א שוועריקייט, אזוי ווי מ'זעט אין די מעשה אז ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן זיין פינגער, דוקא דעמאלט האט זיך ארויסגעוויזן אז ער איז גאר אינגאנצן פון דימאנט שטיינער; א איד נעמט אן יעדע שוועריקייט מיט אמונה און תפלה, ער גלויבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס נאר צום גוטן, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל געהאלפן ווערן. דער רבי דערציילט דארט אז דער צדיק האט געזאגט פאר'ן מלך מיט די מלכה אז זיי זאלן צורייבן אלע טייערע שטיינער און עס אריינלייגן אין א גלאז וויין, און געבן א האלבע גלאז פאר'ן קעניג צו טרינקען, און די אנדערע האלב פאר די קעניגן, און אזוי וועלן זיי האבן א קינד וואס איז אינגאנצן בלויז פון דימאנט שטיינער. האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז ווען טאטע און מאמע לעבן בשלום, זיי טיילן זיך איינער מיט'ן צווייטן גלייך אויף גלייך, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, דאן איז דא א רואיגע געשמאקע אטמאספער אין שטוב, און די קינדער וואקסן אויף געזונט און ערליך.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן דעם "אונטערשטן טאג" דעם לעצטן טאג פון יאר ווי עס דארף צו זיין, נישט צו פארברענגען דאס ביסל צייט וואס מ'געפונט זיך אין אומאן, נאר לויפן צום הייליגן רבינ'ס ציון, זיך מתוודה זיין און תשובה טון, און אריינקומען צום נייעם יאר מיט פרישע קבלות צו זיין נאר ערליך און וואויל.
פאר תקיעת שופר, האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער.
דעם ערשטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין דינא רפיא, מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג צום געזעגענען פון יום טוב, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברעגנט אז מען דארף זיין זייער פרייליך אז מען האט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל אהיים נעמען פון אומאן די דריי לימודים פון ראש השנה, חנוכה און שבועות (וואס דאן פלעגט מען קומען צום רבין בחיים חיותו), ראש השנה, ממליך זיין דעם אייבערשטן אויף זיך, געדענקען צו וועם זיך צו ווענדן ביי יעדע זאך אין לעבן. חנוכה, הלל והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, מאך איר נישט קראנק מיט קאמפלעינען און באשולדיגן. און שבועות, סדר דרך הלימוד, זאג משניות, גמרא, א.א.וו. וואס דאס וועט טוישן דיין לעבן.
- ציון קודש הקדשים
די תלמידים האבן אויסגענוצט די צייט, און כסדר זיך ארויסגעלאזט די האלבע שעה'דיגע וועג צום ציון פון הייליגן רבין דארט זיך אויסצובעטן און פועלן אלע ישועות. אין די וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער שאטל, וואס איז געפארן פונעם בנין היכל הקודש צום הייליגן רבינ'ס ציון, יעדע האלבע שעה אהין און צוריק, וואס דער עולם האט גוט אויסגעוצט. דער שאטל איז געספאנסערט געווארן דורך די "רענט קאמפיין", פאר וועם אנ"ש זענען זייער מכיר טובה.
- תלמוד תורה היכל הקודש אומאן
דער גרעסטער ווינדער האט ארויסגערופן די "חדר פאר די קינדער" וואס איז אנגעגאנגען במשך די אלע טעג, סיי אין דער וואכן, און סיי שבת און יום טוב, ווי די צענדליגע קינדער, זענען באגלייט געווארן דורך זייער גאנץ יעריגע איבערגעגעבענע מלמדים, ווי מען האט געלערנט, געדאווענט, געזאגט תהלים, געגאנגען ציום הייליגן ציון, געזאגט דעם תיקון הכללי, און פארציילט סיפורי צדיקים. אזוי אויך ביים דאווענען שבת ויו"ט האבן די קינדער געדאווענט אינאיינעם אונטער די אויפזיכט פון די חשובע מלמדים, ביים ווינקל פון מזרח-דרום פון היכל הבית המדרש. אלע קינדער האבן באקומען קארטלעך פאר זייער וואוילע אויפפירונג, און מוצאי יו"ט האבן זיי געקענט קויפן דערמיט שיינע מתנות.
- מקוה מפוארה
אזוי אויך די מקוה איז געווען הערליך פארטיג, א ריזיגער בור, מיט פיינע ווארימע קריסטאל קלארע וואסער, געפילטערט דורך די בעסטע פילטער. אזוי אויך איז געווען א גרויסע פלאץ און בענק וואו אראפ צו לייגן די וועש, און אויך איז געווען גענוג און גוטע שויערס צוגעשלטעט.
- שיעור אין גמרא
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט "יעדן טאג" דעם בלאט גמרא בבלי, און דעם בלאט גמרא ירושלמי פאר א געפאקטע עולם פון אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דער שיעור לערנט דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא.
סעודת שבת ויום טוב
די סעודות איז געווען אן עקטסערע פרשה. עס איז געווען גאר געשמאקע עסן געקאכט דורכן קעכער מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט געגעסן אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, און מען האט געזונגען איינאיינעם שבת'דיגע זמירות אום שבת, און שיינע ניגונים פון יום טוב אום יום טוב. דעם לעצטן טאג יום טוב איז געווען אן עקסטערע געשמאקע פארברענג ביי די סעודה, ווען דער ראש ישיבה האט מכבד געווען פילע תלמידים צו זינגען פארשידענע שיינע ניגונים און חזנות שטיקלעך פון וואס דער עולם האט געהאט א געוואלדיגע עונג יום טוב.
ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
< זעה מער
ד תשרי תשפ 📝