Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וועטער און זמנים איבערבליק אויף ראש השנה אין אומאן תשפ"ה

    וועטער באריכט: עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די וועטער באריכטער זענען נישט קיין נביאים, כל שכן אז מען האלט יעצט נאך עטליכע טעג פריער. בפרט אויף די וועטער באריכטן פון סוף וואך ראש השנה און צום גדלי', וואס איז נאך א וואך פאראויס, קען מען זיך נישט צופיל פארלאזן דערויף. אויף די פילע בקשות פון אנשי שלומינו, וועלן מיר דא ברענגען א וועטער באריכט פאר די טעג וואס מען וועט וויילן ביים הייליגן רבי'ן. מענטשן ווילן וויסן וואס מען זאל זיך מיטברענגען, רעגן מאנטלען, אדער סוועטערס וכדומה. דאס איז די וועטער באריכט וואס ווערט ערווארטעט לויט די "עקיו וועטער" פירמע, וואס הייסט צו זיין א מער פארלעסליכע צווישן די וועטער באריכטער.   אין קורצן זעט אויס אז די טעג ארום ראש השנה אין אומאן וועלן זיין לייכט קיל, טייל טעג וועלן זיין פארוואלקענט און רעגנדיג, ספעציעל שבת און מוצאי יום טוב. די טעמפעראטורן וועלן זיין צווישן 50° און 70° פערענהייט בייטאג, און וועט אראפגיין אין די נעכט ביז אזוי ווייט ווי אין די מיטעלע דרייסיגער פערענהייט.   דערפאר איז רעקאמענדירט צו מיטברענגען סוועטערס און שאלן פאר די קילע וועטערס, ווארימע אונטערוועש פאר די קאלטע נעכט, און רעגן מאנטלען פאר די רעגנדיגע טעג.   מאנטאג, כ"ז אלול: מען קומט אָן בעז"ה צו א געשמאקע טעמפעראטור פון 68°F במשך דעם טאג און 53°F אין די נאכט. מען קען ערווארטן מער ווייניגער א זוניגער וועטער. דינסטאג, כ"ח אלול: די וועטער ווערט אביסל ווארעמער, מיט טעמפעראטורן ארום 73°F בייטאג און 50°F ביינאכט. דער הימל וועט אויך בלייבן מער ווייניגער זוניג. מיטוואך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה: נאכמיטאג וועט זיך די טעמפעראטור העכערן צו ארום 75°F, אבער עס ווערט ערווארטע צו זיין פארוואלקענט, וואס דאס מיינט א גשמאקע וועטער. דאנערשטאג, א' תשרי, יום א' דר"ה: דער ערשטער טאג ראש השנה וועט זיין אביסל קילער, מיט טעמפעראטורן פון בערך 69°F במשך דעם טאג און 54°F ביינאכט, דער הימל וועט זיין מער פארוואלקענט. פרייטאג, ערב שבת קודש, ב' תשרי, יום ב' דר"ה: דער צווייטער טאג ראש השנה וועט ווערן נאך קילער און עס ווערט ערווארטעט רעגן, ספעציעל פארמיטאג. בייטאג טאג וועט זיין אין די געגענט 57°F, אבער פרייטאג צו נאכטס וועט ווערן גאר קאלט, 37°F. שבת קודש, ג' תשרי, פר' האזינו - שבת שובה: שבת וועט זיין היבש קיל – 51°F בייטאג און 38°F מוצאי שבת קודש – עס וועט בלייבן פארוואלעקנט מיט א מעגליכקייט פון אביסל רעגן. זונטאג, ד' תשרי, צום גדליה: די טעמפעראטור וועט זיך הייבן צו 61°F, אבער די פארוואלקנטע הימלען וועלן איבערלאזן אביסל רעגן במשך דעם טאג. מאנטאג, ה' תשרי: מאנטאג וועט זיין קיל מיט א טעמפעראטור פון 56°F בייטאג און ביינאכט וועט זיין קאלט ביז אזוי ווייט ווי 34°F. אויך איז צו איז צו ערווארטן רעגן במשך דעם טאג. זמנים: דינסטאג נצבים וילך: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:00 פארמיטאג. עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00. פרישטאג וועט זיין אום 9:00. נאכטמאל 6:00. מען וועט דאווענען מנחה און מעריב אום 7:15. סליחות זכור ברית וועט זיין אום 1:00. פדיון נפש וועט זיין נאך סליחות.   מיטוואך ערב ראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן א גאנצן טאג, פון 5:00 פארטאגס ביז 6:15 נאכמיטאג. עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00. פדיון נפש וועט זיין נאכן מנין שחרית פון ראש ישיבה שליט"א עס וועט זיין חדר פאר די קינדער, עס וועט זיין ארויסגעשטעלן מודעות דערוועגן. פרישטאג וועט זיין בחצות היום אום 1:00. טועמיה וועט זיין אום 4:00.   ליל א' דראש השנה: זמן הדלקת הנרות 6:15. מנחה ערב ראש השנה ביים זמן הדלקת הנרות 6:15.   יום א' דראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג. תפילת שחרית 8:00. דרשת תקיעת שופר אום 11:30. תפילת מוסף 12:00. תשליך 5:00. מנחה 5:45. דרשה 6:15.   יום ב' דראש השנה: די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג. תפילת שחרית 8:00. תפילת מוסף 12:00. מנחה 5:45. דרשה 6:15.   ליל שבת קודש: זמן הדלקת הנרות 6:15. מנחה וקבלת שבת 7:30. נאך די סעודה וועט פארקומען א געהויבענע באטע.   יום שבת קודש: תפלת שחרית 9:30. נאכן דאווענען וועט זיין א קידוש מיט סיפורי מעשיות. תפלת מנחה ושלש סעודות 6:30. זמן מוצאי שבת קודש 7:41.   מוצאי שבת קודש וועט מען עפענען די מקוה אום 7:45.  

    < זעה מער כג אלול תשפ"ד 📝
  • עירוב אין אומאן איבערגעקוקט און באשטעטיגט געווארן לכבוד ראש השנה תשפ״ה

    מיר זענען צופרידן צו מעלדן פאר אלע אנשי שלומינו וואס וועלן בעזרת השם, וויילן אין אומאן אויף ראש השנה, וואס פאלט אויס היי יאר דאנערשטאג און ערב שבת קודש און ווי באקאנט, דארף מען צוליב די מצב מלחמה לויטן געזעץ טראגן בײ זיך דעם פּאַספּאָרט ווען מען גייט אויפן גאס, דערפאר איז א גרויסער זאך צו וויסן אז דער עירוב אין אומאן איז פריש איבערגעקוקט געווארן און באשטעטיגט געווארן דורך דער וועד העירובין בעיה"ת אומאן, אונטערן השגחה פון חשובע רבנים וועלכע האלטן אן עינא פקיחא אויף יעדע פרט, אז עס זאל זיין כשר למהדרין. אזוי וועלן אלע אנשי שלומינו קענען רואיגערהייט גיין צום הייליגן ציון פונעם רבי'ן אום שבת קודש, אן קיין פראבלעמען. &nbsp; מיר זענען שטארק דאנקבאר פארן חשובן וועד העירובין, וועלכע האבן זיך גענומען די אויפגאבע און אחריות צו פארזיכערן אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צום רבין מיט גרינגערהייט. און שוין אין די ערשטע יארן וואס דער בנין איז געווען אין באנוץ האבן זיי, מיט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אויסגעברייטערט דעם עירוב כדי עס זאל ארייננעמען אויך דעם בנין, און דאס איז טראץ וואס עס איז א ווייטער מרחק פונעם צענטער און פונעם ציון. עס דארף אנערקענט ווערן זייער מסירת נפש און אנשטרענגונג צו העלפן אנשי שלומינו, מיר זאלן קענען קומען צום רבי'ן אין אונזער פלאץ און וויסן אז די הלכה'דיגע קאמפליצירטע עירובין זענען פולקאם געדעקט. &nbsp; באזונדער דארף מען ארויסברענגען א הכרת הטוב פארן יושב ראש פונעם וועד, הגה"צ ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א, וועלכער שטייט בראש מיט א געוואלדיגע אחריות און ערליכקייט. און צוזאמען מיט אנדערע חברי הוועד שליט"א האבן זיך אוועקגעגעבן מיט מסירת נפש, נישט בלויז פאר אונז, נאר אלע צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, געניסן פון זייער היילגע ארבעט, וואס זיי פירן יערליך אויס שלא על מנת לקבל פרס. &nbsp; צו באמערקן, דאס יאר איז דער עירוב אין די געגענט אביסל אויסגעברייטער געווארן, אריינצונעמען נאך עטליכע גאסן ארום דעם בנין. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער כב אלול תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו קענען שוין געבן פדיון נפש דורך אונזער וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן א "פדיון נפש", ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. &nbsp; עס איז כדאי צו זען דעם לשון פון הייליגן רבי'ן אינעווייניג "שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁאָמַר: כְּשֶׁאָדָם שׁוֹאֵל לְהַצַּדִּיק אִם לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁיֵּשׁ בּוֹ מְסִירַת נֶפֶשׁ בִּשְׁבִיל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא רָאוּי לוֹ לְהָשִׁיב וּלְצַוּוֹת עָלָיו שֶׁלֹּא לַעֲשׂוֹת. וְאַף עַל פִּי כֵן הַשּׁוֹאֵל אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם דְּבָרָיו. כֵּן שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ." &nbsp; דער הייליגער רבי נתן שרייבט ווייטער: "עוֹד שָׁמַעְתִּי בְּעִנְיָן אַחֵר: כָּל מַה שֶּׁהַצַּדִּיק מְצַוֶּה לַעֲשׂוֹת צָרִיךְ לְקַיֵּם, רַק כְּשֶׁמְּצַוֶּה שֶׁלֹּא לִסַּע עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, זֶה אֵין צָרִיךְ לְקַיֵּם." &nbsp; און ער פירט אויס "עֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לִתֵּן עַל פִּדְיוֹן." &nbsp; דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו ברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן וועלן מיר אלע אויך מקיים זיין די לעצטע ווערטער, און געבן א פדיון נפש ערב ראש השנה, און מען קען אויך זאגן פארקערט, איינער וואס וויל מקיים זיין די ווערטער פון רבי'ן און טון א מסירת נפש און קומען צום רבי'ן, און כאטש עס זעט אים אויס אז ער קען נישט, זאל ער געבן א פדיון, און דאס וועט אים עפענען די טירן צו קענען איבערקומען אלעס גרינגערהייט. &nbsp; מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די גרעסטע חסד וואס מען קען טון, מאכן תחיית המתים מיט מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען דערנאך, דער אויבערשטער - טראכטן זיי - איז ברוגז, און מיט דעם וואס מען זאגט זיי אויס דעם סוד, אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און דארף זיי יא, דער זכות בלייבט אויף אייביג.&nbsp; &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת",&nbsp; וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג, דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת. &nbsp; דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. &nbsp; דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה. &nbsp; ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. &nbsp; פאר די וואס ווילן מקדים זיין קען מען שוין געבן פדיון נפש דא אויפן וועבסייט:&nbsp; .breslevcenter.com/pidyen-nefesh &nbsp; געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים. &nbsp; פדה בשלום נפשי!

    < זעה מער כ אלול תשפ"ד 📝
  • נייע שטארקע דזשענערעניטאר ב"ה אנגעקומען צום בנין אין אומאן

    עס איז באקאנט אז אוקריינא איז פארמישט אין א שווערע קריג מיט רוסלאנד, כאטש מען זעט עס בכלל נישט ווען מען קומט אויף אומאן, האט עס אבער יא געוויסע עפעקטן, איין פלאץ ווי מען קען זען אז די לאנד איז אין קריגס צושטאנד איז אז אלע מענער ארבייטער זענען אדער גאר אינגע, אינגער פון אכצן יאר, אסער זענען זיי עלטערע וואס דארפן שוין נישט גיין אין מיליטער. אויך האט עס א השפעה אויף די עלעקטעריק סערוויס, וואס איז נישט אזוי שטארק פארלעסליך אין די לעצטע צייטן, און עס מאכט זיך כסדר בלעק אוטס (עלעקטער אויסשאלטערונגען). אפילו אין פרידנס צייט קען די אוקריינע עלעקטעריק פירמעס נישט צושטעלן גענוג פאוער פאר די ריזיגע צופלוס פון באנוצער וואס קומען אן אויף ראש השנה, אין ווי אנשי שלומינו געדענקען האט מען אלץ געהאט א געדינגענע דזשענערעיטאר ביים בנין וואס זאל צושטעלן סערוויס פאר די צייטן וואס די לאקאלע פירמעס קענען נישט. אבער היי יאר ווען פילע וויכטיגע בנינים אין אוקריינע דארפן וויכטיג האבן די עלעקטעריק בעקאפ סיסטעמס, האט מען נישט געקענט טרעפן צו דינגען אזא מאשין.&nbsp; &nbsp; דערפאר האט מען געזען אז מען מוז נעמען היי יאר אן אנדערע אפציע, מען דארף באשטעלן פון אויסלאנד א מאשין, און פאשטייט זיך אז מען קען נישט דינגען א מאשין פון אויסלאנד, און מען קען עס נאר האבן אויב מען קויפט עס אפ. מען האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן די ריכטיגע מאשין, און ב"ה מען האט עס באשטלט פארן בנין, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז דער מאשין איז שוין אנגעקומען צום בנין אין אומאן. &nbsp; מען האט ברוך השם געטראפן א גוטע מאשין וואס קען צושטעלן די ריכטיגע מאס עלעקטעריציטעט הונדערט פופציג קילא וואטס, וואס איז גענונג צו קענען צושטעלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף די גאנצע געברויך פאר'ן בנין. &nbsp; נייגעריגע מענטש פרעגן "ווען מען קומט אין אומאן קען מען זען א מלחמה? מען קען זען באמבעס?", דער ענטפער איז אז יא. ווער עס האט א מאשינקע וואס האט א סקרין קען זען א מלחמה, קען זען באמבעס; און דאס איז אויך אמת אין ניו יארק, און אין לאנדאן, די אלע וואס זענען נעבעך עדיקטעד צו די נייעס און זיי הערן נייעס, קוקן נייעס, זיי לעבן נעבעך אין שרעק נישט קיין חילוק וואו זיי געפונען זיך, אבער די וואס קוקן נייעס אין די חומש, ביי אונזערע העדליינס שטייט היינט "ואתם הדבקים בה' אלקוכם חיים כולכם היום", די לעבן א חיים טובים, וואו זיי זאלן זיין, בשעת דער וואס ליינט נייעס ציטערט שוין פופציג יאר, "מאגן גייט רוסלאנד גיין נוקלער, יעצט מיינט ער עס שוין אמת'יג!". &nbsp; ברוך השם אנשי שלומינו פאר'ן מיט שמחה צום הייליגן רבי'ן ווי מען וועט פועלן א זיסע יאר, א יאר פון ערליך אידיש נחת, א יאר פון שלום בית, א יאר פון פרנסה בהרחבה, א יאר פון גוטע שידוכים, א יאר פון שמירת עינים, א יאר ווי מען וועט זיך פרייען מיט די בארד און פיאות, א יאר וואס מען וועט רעדן צום אויבערשטן, מען וועט אויספעולן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער יט אלול תשפ"ד 📝
  • פעיק ניוז: מאלדאווע עפענט ב"ה צוריק אירע טויערן פאר חסידי ברסלב פון ארץ ישראל

    די תפילות פון טויזנטער ברסלב'ע חסידים רוקן ווענט, טראצדעם וואס די מדינה הציונות קוקט מיט א קרום אויג אויף יעדן ערליכן איד, וויבאלד די אמונה טרייע אידן זענען זיי א דארן אין אויג פאר זייערע בייזוויליגע פלענער פון ככל הגוים בית ישראל היל"ת, און בפרט ווען עס קומט צו חסידי ברסלב, וואס זענען גירא בעינא דשיטנא, וויבאלד עס גייט נישט דורך א טאג וואס א פרישע נשמה ווערט ארויסגעראטעוועט פון די הענט פונעם סמ"ך מ"ם א דאנק די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אבער דאס קומט נישט צו צו די אפענע שנאה וואס די חברי הממשלה ווייזן ארויס צו די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף אומאן. &nbsp; דאס וואס צענדליגע טויזנטער אידן רייזן אפ מיט מסירת נפש קיין אומאן האט נישט קיין הסבר על פי שכל, די אלע אידן טוען עס צוליב אמונה פשוטה און אמונת צדיקים, עס קומט נישט צוליב וואס דער רבי האט "מסביר" געווען פארוואס מען זאל פארן, עס איז בלויז צוליב וואס דער רבי האט געזאגט אז ער וויל אז יעדער זאל קומען, און קיינער טאר נישט פעלן, איי אז עס מאכט האבן א קשיא אויפ'ן הייליגן רבי'ן, האט דער רבי געזאגט וועט מען האבן נאך א קשיא. &nbsp; יעצט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די סעמאטוכע מיט מאלדאווע וואס האט געמאלדן אז זיי לאזן נישט אריין די טשארטער פליגערס פון ארץ ישראל, איז עס געווען זייער פשוט אז עס איז נישטא וואס צו טון דא, די מדינה וועט נישט קומען צו הילף, פונקט פארקערט, זיי לייגן אונטער פיסלעך ווי נאר זיי קענען, אבער ברסלב'ע חסידים מאכן נישט קיין חשבונות, מען קען יא, מען קען נישט. דער אויבערשטער קען אלעס. און אז אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן הער ער אויס. יעצט איז געקומען די נייעס אז מאלדאווע האט געמאלדן אז אלעס איז געווארן מסודר, די פליגער זענען געלאדענט צו לאנדן ביי זיי אין לאנד אן קיין פראבלעם. &nbsp; מען דארף אבער געדעקנען אז יעצט דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן אז זאכן האבן זיך מסדר געווען, אבער מען דארף אויך בעטן אויף ווייטער אז אלע זאלן קענען אנקומען. עס איז נישטא קיין איינער פון די צענדליגע טויזטער אידן וואס האט נישט קיין מניעות, שווערע מניעות אנצוקומען צום הייליגן רבין. דער סמ"ך מ"ם וועט אלעמען לאזן פארן אויף ראש השנה וואו אימער, קיינעם גייט נישט אן אז מען פארט קיין ארץ ישראל בשעת מלחמה, קיינעם אינטערעסירט נישט אז אן ארבעטער פארט קיין פלארידע אויף יום טוב, דער סמ"ך מ"ם שפרינגט נישט אויב איינער לאזט איבער זיין ווייב א גאנצע זומער אין קאנטרי בשעת דער מאן האצקעט ארום מיט זיינע אזוי גערופענע "חברים". אבער אויב פארט מען צום הייליגן רבי'ן וואס האט געבעטן און געפאדערט מען זאל זיין ביי אים אויף ראש השנה, דרייט זיך איבער א וועלט, יעדער מישט זיך אריין עס ווערט א גאנצע קאשע, אמער פלוני אלמוני לאזט איבער זיין ווייב אליינס! &nbsp; דערפאר דארף מען געדענקען אז די אלע מניעות זענען בלויז א נסיון אפצוהאלטן א אידישע נשמה פון באקומען זיין תיקון און זוכה זיין צו אנקומען צו די מדריגות וואס דער רבי קען צוברענגען א מענטש. אויף אונז ליגט בלויז צו מתפלל זיין אז מען זאל אלעס קענען איבערקומען גרינגערהייט, און נישט ווערן צופאלן פון די אלע שטיינער. &nbsp; &nbsp; אפדעיט דאנערשטאג פרשת כי תבוא לאומאן: עס קומען אריין באריכטן אז דער אויבנדערמאנטער נייעס איז "פעיק ניוז", מאלדאווע לאזט דערווייל נאכנישט אריין קיין פליגערס פון ארץ ישראל, און די טשארטערס פון ארץ ישראל נעמען אנדערע רוטס.

    < זעה מער יד אלול תשפ"ד 📝
  • נייע מקוה בענק ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן

    בשעת מיר גרייטן זיך מיט די לעצטע הכנות צו די געהויבענע טעג אין אומאן בצלא דמהימנותא ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ווען מיר וועלן זיך ריטשארדזשן אינזערע באטעריען מיט אמונה, התחזקות און הדרכה אויף א גאנץ יאר, קומט אריין די אפדעיט פונעם בנין אין אומאן, אז אויך דארט ווערט געמאכט גרויסע הכנות צו אויפנעמען די הונדערטער געסט. &nbsp; אויסער די פילע תיקונים וואס מען האט שוין געמאלדן, ווי צום ביישפיל די גרויסע אהל הרחבת הדעת ווי מען וועט עסן די סעודות אויף א געשמאקע פארנעם, און אויסער די צוגעלייגטע וואסער טענק צו פארמערן די וואסער סופליי פארן יום טוב, תיקונים אין די כשרות המקוה, האט מען נארוואס צוגעענדיגט צו בויען שטארקע שיינע דויערהאפטיגע מקוה בענק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן און פארבעסערן די עקספריענס פון נוצן די מקוה זיך צו מטהר זיין לכבוד החג און לכבוד שבת. &nbsp; אין די לעצטע יארן האט מען געהאט פראוויזארישע פשוטע בענק אדער בענקלעך, עס איז נישט געווען גענוג פלאץ, און זיכער נישט וואו צו הענגען די וועש, וואס האט פארשווערט דאס נוצן די מקוה. היי יאר וועט מען בעז"ה דאס מער נישט דארפן האבן, ווען מען האט ברוך השם צוגעלייגט די פילע נייע בענק. &nbsp; אין ברסלב איז א מקוה א שטארקע עיקר, ברסלב'ע חסידים זענען שטארק מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, זיך מטהר צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דער רבי האט געזאגט אז די ערשטע זאך איז מקוה, און מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן אז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק דאנקבאר פאר הרה"ק רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וואס א דאנק אים איז מקוה געווארן שטארק פארשפרייט ביי חסידישע אידן, און אזוי קענען מיר חסידי ברסלב טרעפן פילע הערליכע געשמאקע מקוואות אין יעדע אידישע פלאץ פאר שפאט ביליגער פרייזן. &nbsp; א ברסלב'ע חסיד האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ווען די מקוה איז געווען אויסערליך שמוציג און מאנכע האבן זיך נישט געשפריט באקוועם אריינצוגיין, "די מקוה איז ריין, איך בין שמוציג", ווי צו זאגן אז די קאליר פון די מקוה זעט אפשר נישט אויס אזוי ריין פאר אונזערע אויגן, אבער די נשמה וואשט מען נישט אויס מיט זייף און מיט א שויער, די נשמה וואשט מען אויס אין א מקוה, נישט קיין חילוק וויאזוי עס זעט אויס". &nbsp; דערפאר זענען אנשי שלומינו שטארק דאנקבאר פאר די עוסקים במלאכת הקודש וואס יום ולילה לא ישבותו, מען ארבעט אויף אלע פראנט צו מאכן דאס וויילן ביים רבי'ן דאס מערסטע היימיש וואס מעגליך, און דערמיט העלפן אנשי שלומינו וואס זענען זיך מוסר נפש צו מקיים זיין א דיבור פון הייליג'ן רבי'ן "איש בל יעדר - קיינער טאר נישט פעלן".

    < זעה מער יד אלול תשפ"ד 📝
  • פרישע וואסער טענק ווערן אינסטאלירט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן

    געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר גרייטן זיך אלע צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיר ווייסן און געדענקען אז דער עיקר איז תפלה, און בפרט ווען עס קומט צום הייליגן רבי'נס ראש השנה וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע מיטלען צו צושטערן, הייבט זיך עס אן און ענדיגט זיך נאר מיט תפלה. זיכער דארף מען האבן א טיקעט, א פאספארט, א בעט מיט עסן, אבער דאס טוט בכלל נישט פארזיכערן אז מען וועט אנקומען, אלעס ווענדט זיך נאר אין תפלה. &nbsp; איינע פון די שוועריגקייטן וואס אומאן פלעגט ברענגען מיט זיך איז די הו הא פון פושקינע, די קולות כמעט פיר און צוואנציג שעה מעת לעת פון די טויזנטער עוברים ושבים, און בפרט אז מען ברענגט מיט קינדער, איז געווען שווער צו צושטעלן די ריכטיגע שמירה וואס פעלט אויס. וואס דערמיט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן צו בויען א גרויסן בנין ווייט ארויס פונעם געגענט האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, מען איז נישט אויסגעשטעלט צו די גערודער פונעם צענטער, און אזוי אויך די קינדער זענען אויפן בעסטן פלאץ. די קינדער זענען אדער אונטער די אויפזוכט פון די עלטערן, אדער פון די געטרייע מלמדים וואס נעמען נישט קיין אפרו נאכן שווערן רייזע קיין אומאן, נאר נעמען צוזאמען די קינדער, און זיי לערנען דאווענען עסן אינאיינעם, מען גייט צום הייליגן רבי'נס ציון מיט די מלמדים. &nbsp; די אלע מעלות האבן צוגעברענגעט אז דער בנין איז געווארן אנגעפילט אסאך שנעלער ווי מען האט געקענט טראכטן, כאטש מען האט צוגעלייגט כסדר בעטן און צימערן איז עס געווארן איבערגעפילט. און כאטש מען האט פון גלייך פון אנפאנג אינסטאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס זאל קענען האלטן גענוג וואסער פארן גאנצן יום טוב, מיט יעדעס יאר זענען צוגעקומען נאך אנשי שלומינו האט מען צוגעלייגט נאך טענק מיט די האפענונג עס זאל קלעקן פאר'ן גאנצן יום טוב. היי יאר ווערט ערווארטעט בערך זעקס הונדערט געסט איינצושטיין אינעם בנין און נאך דערצו אז עס קומט דריי טעג יום טוב, ווילן די עסקנים פרובירן אז עס זאל נאך אלץ זיין גענוג וואסער סיי פאר נטילת ידים, נעגל וואסער, מקוה, שויערס און אזוי ווייטער, האט מען באשטעלט פרישע ריזיגע טענג אין צוגאב צו די אלע פריערדיגע, צו פארמערן די וואסער קאפעסיטי פונעם בנין פאר דעם ריזיגן ציבור. &nbsp; אויסער דעם האט מען אריינגעלייגט נאך פילע תיקונים און פארבעסערונג אין און ארום דעם בנין, טייל וועלכע מען האט שוין באריכטעט ווי פארגרעסערן דעם מקוה, און צובויען דעם גרויסן אהל הרחבת הדעת. אבער עס איז דא נאך זאכן וואס מיר וועלן זיך פרייען צו באריכטן פאר אנשי שלומינו, ווי נאר די אפדעיטס וועלן אריינקומען. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער יום טוב זאל אריבערגיין אויף אנשי שלומינו געשמאק און שיין, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, אויספועלן פאר זיך פאר די משפחה פאר גאנץ כלל ישראל א זיס און לעכטיג יאר ברוחניות ובגשמיות, א שנת גאולה וישועה.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ד 📝
  • מאלדאווע ווייזט צוריק טשארטערס פון ארץ ישראל

    פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, האבן בערך 15,000 אידן געהאט טיקעטס אויף פליגערס פון ארץ ישראל קיין מאלדאווע. יעצט קומט אריין די נייעס אז מאלדאווע וויל נישט געבן קיין ענדגילטיגע ערלויבעניש פאר די טשארטערס צו לאנדען ביי זיי, זאגענדיג אז זיי קענען נישט דערהייבן דעם פארמערטן פלוס פון פאסאדזשירן צו זייער עירפארט, און האבן טענות פארוואס מדינת ישראל וויל נישט באצאלן די קאסטן פון צולייגן סעקיורטי. &nbsp; חסידי ברסלב זענען שוין געוואוינט מאז ומקדם אז מען דארף איבערקומען שטיינער, זענען נישט באזארגט, און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען געזונטערהייט. און זיכער איז מען נישט אינטערעסירט אין די טובות פון די מדינה, וואס איז פארשטייט זיך נישט אינטערעסירט צו העלפן די הייליגע נסיעה, וואס איז אין קעגזאץ צו זייער עקזיסטענץ פון אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער, און דער נסיעה ברענגט צוריק טויזנעטער אידן צום אויבערשטן. &nbsp; די פארשידענע אגענטורן וואס געבן זיך אפ מיט מסדר זיין די נסיעות אין ארץ ישראל, זענען אין די טעג פארנומען צו פריש מסדר זיין די רייזעס קיין אומאן, כאטש קישינעוו וואס איז דער לופטפעלד אין מאלדאווע געפונט זיך דאס נענטסטע קיין אומאן, געפונען זיך נאך עירפארטס אין אנדערע מדינות אין די געגענט נישט צו ווייט. טייל ווענדן זיך צום עירפארט אין יאס, רומעניע, אדער צום מארמאראש עירפארט נעבן די שטאט סאטמאר, אין רומעניע, אויך קוקט מען אריין אין אן אפציע צו נוצן דעברעצין עירפארט אין אונגארן, אדער קאשוי עירפארט אין סלאוואקיע, און די קומענדיגע אפציע איז ריישא פוילן, וואס די און נאך עירפארטס געפונען זיך אין די גאנצע אומגעגענט ארום אוקריינע פון וואו מען קען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. &nbsp; וויאזוי עס זאל נישט זיין, וועט דאס נישט קענען אפהאלטן די רצון און בענקשאפט פון די אלפי חסידי ברסלב צו קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, ווי מען וועט נישט רוען ביז מען וועט פועלן די ישועות וואס מען דארף. &nbsp; יעדער פארשטייט אז ווען מען האט א שווערע משפט, דער לאיער זאגט אז עס איז א שווערע קעיס, בפרט אז מען ווייסט ביי זיך אז מען האט נאך אסאך צו פאררעכטן, קען מען נישט נעמען קיין שאנסן, און אז דער לאיער זאגט אז מען זאל קומען צו אים בשעת'ן משפט, קוקט מען נישט אויף גארנישט. חייך קודמין. &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך צו צום גרויסן יום הדין, מען מאכט א חשבון הנפש, מען לייגט צו שיעורי תורה, מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים און מען איז מתפלל מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.

    < זעה מער ז אלול תשפ"ד 📝
  • פלען איט רייט שטעלט צו געשמאקע רייזעס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו &nbsp; אויפן פארלאנג פון אנשי שלומינו, ברענגען מיר אן אפדעיט פונעם טראוועל מומחה מו"ה אלי קנאל הי"ו, ווי ער געבט איבער די יעצטיגע אפדיעטס וואס וועט וועט בעז"ה אפווארטן אנשי שלומינו וועלכע פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, דורך נוצן די סערוויסעס פונעם אלעמען באקאנטן פירמע "פלען איט רייט". &nbsp; היי יאר וועט דער טשארטער בעז"ה ארויספארן פון נוארק ניו דזשערס, זונטאג אווענט, א' סליחות אום 8:10 אווענט. אויפן פליגער וועט בעז"ה זיין צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, מענער סטוארדס, מיט היימישע עסן. דער פליגער וועט בעז"ה לאנדן אין ריישא פוילן מאנטאג אום 11:00 פארמיטאג. &nbsp; פון ריישא וועלן באסעס פירן דעם ציבור צו א געשמאקע זאל אין פשעמישל, ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה מיט עסן, און בעז"ה אום 3:00 נאכמיטאג לאזט מען זיך ארויס מיט'ן באן אויף א לאנגע רייזע דירעקט ביז אומאן (נישט בלויז קיין וויניצע ווי ביז היינט).&nbsp; &nbsp; דער באן גייט זיין שלאף באנען, עס וועט זיין צוגעשטעלט בעט געוואנט, און על פי רוב וועלן זיין בלויז צוויי מענטשן פער וואגאן, אויף די טרעין וועט זיין צוגעשטעלט צו עסן, און דער עיקר געשמאקע חלק פונעם באן איז אז מען שפירט בכלל נישט דעם גרעניץ. מען גייט דורך דעם גרעניץ צווישן פוילן-אוקראינע אויפן באן, מען גייט בכלל נישט אראפ ביים גרעניץ, נאר אנשטאט דעם קומען די גרעניץ פאטראל באאמטע ארויף אויפן באן, און בשעת'ן פארן זיגלען זיי די פאספארטן. איין וואגאן פונעם באן וועט זיין געאייגענט זיך צוזאם צו קומען צום דאווענען אדער עסן וכדומה, און דינסטאג אינדערפרי 5:00 פארטאגס קומט מען בעז"ה אן קיין אומאן אויסגערוט נאך א געשמאקע נאכט שלאף. &nbsp; ביים באן סטאנציע אין אומאן וועלן בעז"ה זיין צוגעשטעלט גרויסע שאטל באסעס (אזוי ווי אין עירפארטס, וואס מען גייט ארויף דערויף מיט די רענצלעך). און נאך בערך צען מינוט פארן, וועט מען שוין שטיין אין פארנט פונעם בנין פון אנשי שלומינו היכל הקודש אין אומאן. &nbsp; נאך ראש השנה, נאכן אויספועלן אלעס גוסט א זיסע לעכטיגע יאר פאר זיך די משפחה און גאנץ כלל ישראל, פארט מען ארויס פון אומאן מוצאי שבת קודש אום 11:30 ביינאכט אויף די זעלבע וועג ווי מען איז געקומען פונעם באן סטאנציע אין אומאן, דער שלאף באן קומט בעז"ה אן קיין פוילן זונטאג פארמיטאג אום 11:00, פון דארט פארט מען בעז"ה צו צום הייליגן שטאט ליזענסק ווי מען וועט זיך קענען אויסבעטן אלעס גוטס ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה און אלעס וואס מען דארף. אום 3:00 נאכמיטאג פארט ארויס צום עירפארט אין ריישא. דער פליגער וועט בעז"ה לאנדען זונטאג נאכט צום גדלי' 9:00 אין נוארק ניו דזשערסי. &nbsp; אויסער דעם שטעלט פלען איט רייט צו באקוועמע ברייטע באסעס פון מאלדאווע קיין אומאן פאר די וואס קומען אן אהין מיט רעגולער פלייטס, עס וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס. אזוי אויך וועט זיין א באן זונטאג צום גדלי' אינדערפרי קיין קראקא פאר די וואס פארן ארויס פון פוילן מאנטאג אווענט, דער באן וועט ארויספארן צום גדלי' אינדערפרי פון וויניציע, און קומט אן קיין פוילן זונטאג אויפדערנאכט, ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט נאכטמאל, מקוה און א האטעל איבערצושלאפן אין קראקא. &nbsp; אנשי שלומינו זענען מתפלל מען אנקומען צום הייליגן רבין ציון אויף ראש השנה. און אז דער נארישער זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער קומען און גיין קיין אומאן. &nbsp; איש בל יעדר! &nbsp;

    < זעה מער כד אב תשפ"ד 📝
  • גרויסע הכנות ווערן געמאכט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה

    עס איז שוין דורך אזא לאנגע יאר, אן עיבור יאר, פון פאריאר ראש השנה. ווען מיר וואלטן פאריאר געוואוסט וואס פארא יאר ווארט אונז וואלטן מיר אלע אסאך מער מתפלל געווען. לב יודע מרת נפשו, יעדער האט מיטגעמאכט זיין פעקל, דער בגשמיות און דער ברחוניות, אזויפיל פרישע יתומים נעבעך צוגעקומען, פרישע אלמנות, וויפיל אידישע הייזער זענען נעבעך צופאלן צוליב נארישקייטן, וויפיל אידישע נשמות זענען נעבעך אוועקגעפאלן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען דערנאך, אזוי סאך אינגעלייט זענען געווארן פרישע בעלי חובות פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין וועג ווייזער וואס זאל זיי אויסלערענען פשוטע זאכן פון לעבן, אבער פארוואס וויינען אויף אויסגעגאסענע מילך? יעצט דארפן מיר טראכטן וויאזוי וועט אויסזען אונזער קומענדיגעס יאר. &nbsp; זה לעומת זה עשה אלוקים, מיר קענען נישט גענוג דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אז מיר זענען געוואר געווארן פונעם הייליגן רבי'ן, א רבי וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו טרעפן א שפראך מיט אונז פשוטע אידן, פשוטער פון פשוט, אז מיר זאלן וויסן די זיסע לעכטיגע עצות, א רבי וואס האט געטוישט אונזער לעבן, וואס געבט אונז מאטיוואציע און חשק ווייטער אנצוגיין טראץ אונזערע אלע דורכפעלער, און דערפאר בענקט אונזער הארץ מיר זאלן אויך זוכה זיין דאס יאר צו פאלגן זיין בקשה וואס ער האט אונז געבעטן אז מיר זאלן קומען וויילן ביי זיין הייליגן ציון אויף ראש השנה. &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט תפילות און בענקעניש, מען ווארט שוין זוכה צו זיין זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי דעם מקום קודש, דעם מקום מסוגל לקבלת התפלות, און אין די זעלבע צייט גרייטן זיך די עסקנים פון די הונדערטער בתי מדרשים, הכנסת אורחים'ס, און האטעלן צו צוגרייטן זייערע פלעצער פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס וועלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף קומען קיין אומאן. &nbsp; אינעם בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן טוען זיך אויך גרויס זאכן אין די טעג, אויסער די פילע זאכן וואס מען בויעט און מען פארענדיגט, ווי מיר האבן שוין באריכטעט, און מיר וועלן ווייטער בעז"ה באריכטן, מאכט מען שוין אין די טעג די באשטעלונגען פון די עסן פאר די וואך וואס מען וועט בעז"ה דארט וויילן. מען באשטלעט שוין די טויזנטער פארציעס פיש, פלייש, חלות, טרונקען, פירות, און ירקות פאר'ן קאך, אזוי אויך די פעיפער גודס און דאס גלייכן, מען פארהאנדעלט שוין מיט די פירמעס וואס שטעלן צו ארבייטער, מען זאל האבן די ריכיטגע שטאב צו קאכן, רוימען און דאס גלייכן. &nbsp; אזוי אויך טוט זיך העפטיג ביי די טראוועל אגענטן, מען גרייט צו די טשארטער פלייטס, דאס עסן, די באסעס, באנען און דאס גלייכן, און מען האפט אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. &nbsp; עס גייט אריין גאר אסאך כחות אין צוגרייטונגען, און די עסקנים בעטן אז אנשי שלומינו זאלן זיי אינזין האבן ביי די תפילות אז מען זאל מצליח זיין צו קענען צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך, און דערמיט פארגרינגערן אביסל די שווערע נסיעה. &nbsp; דער עיקר זאל מען געדענקען אז ווען מען קומט אן זאל מען זיך נישט לאזן נארן, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די מארקעט, פון די פילע געסט מארבע כנפות הארץ, און אזוי ווייטער, נאר געדענקען אז דאס איז די פלאץ וואו מען וועט פועלן אז דאס קומענדיגעס יאר זאל מען לעבן אינגאנצן מיטן אויבערשטן, לעבן מיט א צדיק, און האבן א גוטע זיסע לעבן ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער כא אב תשפ"ד 📝
  • מקוה אין אומאן ווערט שטארק פארגרעסערט

    אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבער פארשריט וואס ווערט געמאכט אין אומאן, קומט אריין נייעס איבער דעם וואס דער מקוה ווערט שטארק פארגרעסערט. &nbsp; ווי שוין געמאלדן ווערט דער עסזאל גענצליך ארויסגעפירט פון בנין, מיט'ן אויפבוי פונעם גיגאנטישן "אהל הרחבת הדעת" שאטער וואס האלט אינמיטן אויפגעשטעלט ווערן אין די טעג, וואס דאס איז געצילט בעיקר אויף צו באפרייען דעם בית המדרש אויף שבת און יום טוב אז מען זאל עס נישט דארפן נוצן צום עסן. &nbsp; אבער אין די זעלבע צייט באפרייט עס די קלענערע אלטע עס זאל וואס פלעגט גענוצט ווערן אין די ערשטע יארן אויף אלע סעודות, און איז נאך געווען אין באנוץ אין די וואכן טעג פאר פרישטאג און נאכטמאל, צוליב וואס אלעס וועט ווערן אריבערגעפירט אינעם נייעם טענט. מיט דעם איז מען צוגעטרעטן צו א פרישע פראיעקט פון צולייגן הרבת הדעת אויך אין די מקוה. אין די טעג האט מען געעפענט א גרויסע טיר אין די מקוה און מען האט געבויט א גרויסע פרישע וואנט אינעם אלטן עס זאל ווי עס וועט ווערן די נייע גרעניצן פון די מקוה, און דאס וועט בעזרת השם צוגעבן פרישע צענדליגע זיץ פלעצער וואס וועט עטוואס לינדערן דעם דרוק אין די אנגעשטרענגטע צייטן ווען אסאך מענטשן גיין אין די זעלבע צייט אין די מקוה. די נייע פלאץ וועט פארגרעסערן די שטח פון די מקוה צו דאפעלט פון ביז יעצט. &nbsp; דאס איז אבער נישט אלעס, אין די זעלבע צייט האט מען ארויפגעברענגט דעם מקוה אויף א העכערע שטאפל אין כשרות ווען מען האט אראפ גערופן פון ארץ ישראל דער גרויסער מומחה אין מקוואות הרב יודא לייב מינצבערג שליט"א פון ירושלים, וועלכע האט זיכער געמאכט אז די בור מי גשמים ווערט אנגעפולט לויט די הלכה מיט אלע הידורים. &nbsp; די אלע פארבעסערונג קומט זיך א גרויסע דאנק פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די הוצאות דערפון, סיי צו קענען פארגרעסערן די מקוה, און סיי צו קענען ארויפברענגען די כשרות סטאנדארט. &nbsp; די עוסקים במלאכת הקודש האפן צו גיין ווייטער, און פלאנען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף צו קענען לייגן געהעריגע מקוה בענק סיי אין די אלטע חלק פון די מקוה און אויך אין די נייע חלק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן.

    < זעה מער י אב תשפ"ד 📝
  • מען הייבט שוין פארקויפן זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אומאן

    היינט ראש חודש אב, קנאפע צוויי חדשים איידער מיר וועלן זוכה זיין נאך די אלע תפילות אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן, קומט אריין די מעלדונג אז מען האט שוין אנגעהויבן צו פארקויפן זיצן אין גרויסן בית המדרש היכל הקודש אין אומאן, ווי מען וועט קענען מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים ראש הישיבה שליט"א ווי ער גיסט זיך אויס דאס הארץ אלץ שליח ציבור און איז אלעמען מעורר צו תשובה. &nbsp; אזוי ווי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין זיצן, ווערט מען געבעטן זיך צו מעלדן וואס פריער, ווייל כדי צו אנהאלטן די חזקה זיצן פון פאריאר וועט מען דארפן אויסצאלן דעם זיץ ביז ראש חודש אלול הבעל"ט און נאכדעם וועט מען עס עפענען פאר כל הקהל הקודש, וואס צוליב דעם גרויסן פארלאנג וועט מען מוזן אננעמען דעם כלל פון "כל הקודם זכה". &nbsp; מען וועט קענען באצאלן פאר די זיץ יעדע נאכט אין שטעטל ביי מנחה מעריב אין בית המדרש "ליקוטי מוהר"ן" וואס געפונט זיך אויף 33 טשעסטנאט סטריט אין די ווילידזש. מען דאווענט דארט יעדע נאכט מנחה פופצן מינוט פארן זמן מעריב פון רבינו תם, און דערנאך דאווענט מען מעריב. &nbsp;

    < זעה מער א אב תשפ"ד 📝
  • מען גרייט שוין אן דאס פלאץ פאר'ן גרויסן שאטער "אהל הרחבת הדעת" אין אומאן

    עס קומען אריין פרישע אפדעיטס פון אומאן, צוערשט דארף מען באגריסן דער נייער חבר ההנהלה פון די אומאן קאמיטע, דער ראש ישיבה שליט"א האט אריינגעלייגט דעם באליבטן מלמד מומחה הר"ר ישעי' איידיס שליט"א ער זאל צושטיין צו די האנט פון די אנדערע חברי הנהלה וועלכע געבן זיך אוועק איבער די כחות, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט הר"ר ישעי' שליט"א קענען צוגעבן זיינע טאלאנטן און צוהעלפן צו די פילע פלענער וואס דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט צו מאכן אין אומאן. &nbsp; ווי שוין געמאלדן, וועט מען בויען א שאטער "אהל הרחבת הדעת" נעבן דעם בנין, יעצט קומט אריין אז מען האלט שוין ב"ה אינמיטן אויספלאסטערן די ערד ווי דער גרויסער טענט וועט ווערן אהערגעשטעלט. דער טענט וועט ווערן פלאצירט ממש הארט נעבן דעם יעצטיגן בנין צו לינקסד, דארט ווי דער טרעילאר איז געווען ביז יעצט. &nbsp; דער ריזיגער שאטער וועט ווערן געבויט אויף א פערמענאנטע וועג אז מען זאל עס קענען האלטן אויף די קומענדיגע יארן, מען מאכט א געהעריגע שטארקע פלאר פון אייזן און צעמענט, און דערויף וועט מען לייגן פעסטע אייזענע פרעימס וואס וועלן ווערן אינסטאלירט אויף א גאר דויערהאפטיגן אופן, (אזוי ווי שיינער), און יעדעס יאר נאך ראש השנה וועלן נאר די ווייניל ווענט און דאך ווערן אראפ גענומען, צוליב וואס דאס קען זיך נישט האלטן פון יאר צו יאר אין די רעגנס און שנייען פון אוקריינע. &nbsp; ווי שוין באריכטעט, זענען די הוצאות פונעם טענט געספאנסערט געווארן דרוך וואויל באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס האט זיך אונטער גענומען דעם גרויסן הוצאה כדי צו געבן הרחבת הדעת פאר'ן ראש ישיבה און פאר אנשי שלומינו, וויילענדיגן אין אומאן אויף ראש השנה. &nbsp; דער טענט וואס וועט טראגן דעם נאמען "אהל הרחבת הדעת" וועט זיין ריזיג גרויס, די זעלבע מאס ווי דער היכל הבית המדרש, וואס וועט אויפטון זייער אסאך זאכן. דער בית המדרש בלייבט בית המדרש, און בשעת'ן דאווענען גרייט מען אן די סעודות, און נאכן עסן דארף מען בלויז אויפרוימען, און די אויסשטעלן אינעם טענט בלייבט ווי א סעודה, און דער בית המדרש וועט מען קענען נוצן במשך די גאנצע צייט אין אומאן צו לערנען און דאווענען מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די וואכן טעג וועט די טענט גענוצט ווערן פאר פילע זאכן אין די זעלבע צייט, עס וועלן קענען פארקומען עטליכע מנינים שחרית מנחה אדער מעריב, און אויף די אנדערע זייט וועט מען קענען עסן פרישטאג מיטאג אדער נאכטמאל, אזוי אויך וועט די חדר נוצן דעם טענט במשך דעם טאג פאר די קינדער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר די געטרייע עסקנים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר'ן הייליגן צוועק צו העלפן אנשי שלומינו וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן.

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ד 📝
  • אומאן ראש השנה תשפ"ה: טשארטער פליגערס פון צוויי פירמעס פון ניו יארק

    טראץ די אלע שוועריקייטן צו פארן צום רבי'ן, קוקן נישט אנשי שלומינו אויף גארנישט, ווייל וואס טוט נישט א מענטש צו קענען ארויסגיין זכאי בדין? וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. אז דער רבי האט געבעטן אז מען זאל קומען צו אים, און צוגעזאגט אז ער וועט מתקן זיין אלע וואס קומען צו אים, וואס דארף מען מער? &nbsp; ערליכע אידן בכלל, און חסידי ברסלב בפרט ווייסן אז אן תפלה הייבט זיך גארנישט אן, אלע זענען מתפלל אז מען זאל אנקומען בשלום צום הייליגן רבי'ן, און אז אלעס זאל דרוכגיין שיין און געשמאק, אויסער דעם גרייט מען זיך צו מיט "מתנות" פאר'ן הייליגן רבין. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אין די וואכן פאר ראש השנה, אז עס איז איינגעפירט ווען איינער קומט צו גאסט אויף שבת, ברענגט מען עפעס צום טיש, איינער ברענגט בלומען, טשאקאלאד, וכדומה, פלעגט ער זאגן, אז עס איז שיין אז ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה זאל מען אים ברענגען א מתנה, וועלכע מתנה קען מען אים ברענגען? פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל מאכן סיומים לכבוד ראש השנה, און ווען דו קומסט מתפלל זיין ביים ציון זאלסטו אויסרעכענען פאר'ן רבין די מתנות וואס דו האסט מיטגעברענגט, א חומש, משניות, גמרא, און זאלסט דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס וואס דו האסט באקומען פונעם רבי'ן, פארצייל פאר'ן אויבערשטן ווי דיין שלום בית האט זיך פארבעסערט, ווי דו שפירטס היינט א טעם אין א מצוה, האסט א קשר מיט'ן אויבערשטן, דו רעדסט צו אים כסדר, און דערנאך זאלסטו בעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, אויף דיין פשוטע שפראך. &nbsp; פילע אנשי שלומינו האבן שוין ב"ה טיקעטס צו פארן, היי יאר איז דא א שיינע אויסוואל, עס זענען שוין דא צוויי פירמעס וואס שטעלן צו טשארטער פליגערס פון ניו יארק צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. דאס איז אויסער די פילע וועגן וואס מען קען פאר'ן מיט געהעריגע עירליינס, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן לויט זיין געשמאק און בודזשעט. &nbsp; דער כרוז וואס דער הייליגער רבי האט געשריגן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק "איש בעל יעדר" "קיינער טאר נישט פעלן" הילכט אפ אויף דער וועלט יעדעס יאר אסאך העכער און העכער, מען זעט ווי אידישע קינדער טרעפן זיך צוריק מיט זייער טאטע אין הימל נאכדעם וואס זייער נשמה איז געווארן אויפגעוועקט דורך די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים. מען זעט ווי עס ווערט מקוים די ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "מיין פייער וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", ווען נאך און נאך אידן ווערן געוואר אז מען קען יא זיין דבוק אין אויבערשטן, מען קען יא זיין אן ערליכע איד טראץ אלע שווערע נסיונות, אויב מען פאלגט דעם צדיק, מען לערנט כסדר די הייליגע ספרים, וואס דערמאנען כסדר די ליבשאפט און בענקשאפט פון אויבערשטן צו זיינע קינדער. &nbsp; דאס זעט זיך שטארק אן אין אומאן, ווען עס מערן זיך פון יאר צו יאר די אידן וואס דערהערן דעם הייליגן רבי'נס רוף, און לאזן אלעס אפ קוקן נישט אויף געלט, טירחא, כבוד. מען פארט פאר איין סיבה, אז דער רבי וואס האט מיר געמאכט פאר אן ערליכער איד רופט, קומט מען צו גיין. &nbsp; האש שלי תוקד עד ביאת משיח

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין צו אומאן ראש השנה תשפ"ה

    מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך צום קומענדיגן ראש השנה צו קומען וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן, ווי ער האט געבעטן און געפאדערט פון אלע וואס גלייבן אין אים. דער ראש ישיבה דערמאנט כסדר אין די דרשות אין די טעג מען זאל נישט זיין קיין בטלן און שוין באשטעלן טיקעטס, און זיך באזארגן מיט שפעזן.&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע יארן האבן זיך די צאל אידן וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין שטארק צואוואקסן, און דער גרויסער זעקס שטאקיגער בנין וואס מען האט נישט לאנג צוריק געבויעט מיט פלאץ פאר הונדערטער געסט איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן. עס ווערן טאקע געמאכט פלענער צו בויען א פרישע בנין, אבער ביזדערווייל קען מען זיך ממש נישט אן עצה געבן פון גרויס ענגשאפט אין פלאץ. &nbsp; בעיקר האט זיך עס אנגעזען אינעם עס זאַל וואס אין די לעצטע עטליכע יאר האט מען שוין מער נישט געקענט דארט פראווען די סעודות שבת ויום טוב, און מען האט געמוזט בלית ברירה פארוואנדלען דעם גרויסן היכל הבית המדרש אין א עס זאַל. אבער היי יאר וועט שוין דאס אויך נישט מעגליך זיין צוליב דעם געוואלדיגן ריבוי עם קע"ה. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן נאך אסאך התבודדות אז אויף היי יאר וועט מען אויפבויען א גרויסן ריזיגן שאטער וואס וועט הייסן "אהל הרחבת הדעת", נעבן דעם יעצטיגן בנין, וואס דארט וועט מען בעז"ה פראווען די סעודות שבת ויום טוב בשבת אחים. דאס יאר איז עס נאך מער וויכטיג צוליב וואס ראש השנה געפאלט אויס דאנערשטאג און פרייטאג, און דער יום טוב וועט זיך אריינצוען אינעם שבת קודש, וואס אנשי שלומינו בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן אינאיינעם אפרעכטן אינעם גרויסן געשמאקן שאטער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג געפונען זיך גרויסע קאנסטראקשען טראקטארן אויפן שטח ווי זיי מאכן דעם שטח פלאך און גרייט, דערנאך וועט מען בעז"ה אויספלאסטערן דעם שטח מיט בעטאן, אויף וואס מען וועט בע"ה אויפשטעלן דעם גרויסן שאטער. &nbsp; דער זכות פון דעם גרויסן "אהל הרחבת הדעת" איז געקויפט געווארן דורך די עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון קויפן טיקעטס קיין אומאן איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט לעצטענס פילע מאל אין די דרשות און פאדערט&nbsp; שטארק אויף מען זאל זיך נישט מאכן קיין חובות אפילו אויף צו פארן צום רבין. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו איינער האט בשום אופן נישט קיין געלט צו פארן, איז עס נישט קיין תירוץ ער זאל די לעצטע מינוט זיך אנבארגן געלט, נאר עס איז נאך דא גענוג צייט - זאגט דער ראש ישיבה - און מען קען גיין נאך געלט און בעטן אידן זאל צוהעלפן מיט'ן צאלן דעם טיקעט. אידן שפירן פאר א זכי' ארויסצוהלעפן אן אנדערן איד צו פארן צום הייליגן רבין, און רופן זיך אן זייער ווארעם. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל

    < זעה מער י תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 176 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com