Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייער בנין פון היכל הקודש, צענטער פונקט פאר נייער הערליכער רואיגער אידישע געגענט אין אומאן

    לעצטענס האט זיך אנגעהויבן אנצוזען א גרויסע אינטערעסע ביי אידן צו קויפן שטחים אין די געגענט פונעם נייעם בנין נעבן דעם ראש ישיבה, ווי עס איז נאך דערווייל פארהעלטענסמעסיג ביליג. דער נייער בנין ווערט געזען צו זיין דער צענטער פון א נייער רואיגער אידישע געגענט פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען אויף ראש השנה צו וויילן ביים הייליגן רבין. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אן אינטערעסאנטע פאקט וואס איז לעצטענס באריכטעט געווארן אין די פרעסע, אז א לאט אין אומאן נעבן דעם ציון הק' איז די טייערסטע צו קויפן פון גאנץ אוקריינע, אריינגערעכט דעם הויפט שטאט קיעוו. "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכּל" (חיי מוהר"ן סימן ת"ג)

    < זעה מער יא כסלו תשע"ט 📝
  • שיינער יום טוב ראש השנה אריבער אינעם נייעם בנין אין אומאן

    א הערליכע יום טוב איז אריבער אויף תלמידי היכל הקודש דעם ראש השנה אין אומאן ווען די תלמידי היכל הקודש האבן זיך אלע געהאלטן צוזאמען, יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר. מוהרא"ש ז"ל פלעגט אלץ זאגן אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", מיינט נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך, פארקערט, יעדער האלט זיך צוזאמען, אלע שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, נאר יעדער טרעפט זיך פלאץ וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, און אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ. דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי די תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע התחזקות זיך צו קענען שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך. עס זענען געווען 4 באזונדערע לאקאלן פון בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אומאן: ביהמ"ד היכל הקודש "זכרון יחזקאל שרגא", אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יצחק לעזער שליט"א. דער ביהמ"ד איז געווען אין א גרויסער שאטער גאנץ נאנט צום ציון הק' נעבן די צענטראלער באס סטאפ, דארט וועט בעז"ה געבויט ווערן אינעם קומענדיגן יאר א גרויסער פערמענאנטער ביהמ"ד, און מקוה מיט אלע הצטרכות'ער פון אכילה שתי' לינה. בית המדרש היכל הקודש "חסדי חיים", וואס איז געווען אינעם גרויסן בנין פון מעגאמעטער, ממש אונטערן ציון הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' נחמן שיק שליט"א, בנו בכורו פון מוהרא"ש ז"ל. אויך איז געווען א לאקאלער ביהמ"ד היכל הקודש "בית נתנאל", אינעם הויף פונעם אכסני' פון הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, אין צענטער פון אומאן, אויף די פושקינא גאס. דערנאך איז געווען דער נייער בנין היכל הקודש אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געבויעט געווארן ווייט ארויס פונעם צענטער, אויף דער בילאצערקיווסקע גאס, א וועג פון בערך 20-25 מינוט צו גיין פון ציון הק' דורך שטילע געסלעך פון קליינע הייזער ארומגענומען מיט ביימער און גראז. דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער אויף אן געהויבענעם פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום ווי מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען, גיין צום ציון, סעודות שב"ק ויו"ט, און שיעורי תורה. דער נייער געביידע - וועלכע פארשפרעכט צו זיין פּראכט פון א בנין - איז נאכנישט געווען פארטיג, און איז דעריבער געווען צוגערישט אויף א פראוויזארישער אופן. מיט דעם אלעם איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות. דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע נייע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסער מקוה, מיט גענוג שויערס. רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג נאכט, עס איז געווען צוגעשטעלט א פיינער נאכטמאל, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און מען איז זיך געגאנגען צולייגן. אינדערפרי נאך א פיינע מקוה און תפלת שחרית, איז געווען צוגעגרייט א געשמאקע פרישטאג. אין אלע וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער ווען וואס האט געדינט אלץ א "שאטל", וואס האט געטראגן דעם עולם צום ציון אויף א פונקטליכער סקעדזשועל אהין און צוריק, יעדע 15 מינוט. עש"ק נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק יעדן טאג, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא. נאכמיטאג איז געווען א פיינע טועמי' צוגעגרייט, און דער עולם האט זיך געגרייט צום היייליגן שב"ק. עס איז אריבער א הערליכער שבת, מיט שיינע ווארימע תפילות, הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה אין די רעגן מיטצוהאלטן די תפלות. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אראפגעגאנגען אונטן צום עס זאל וואו איז צוגעשטעלט געווארן א הערליכע סעודה לכבוד שבת קודש, און נאך די סעודה איז מען צוריק ארויף אין שול צו די באטע, וואו מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות. דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. שב"ק אינדערפרי האט ר' יושע אליעזר גליק געגעבן א נאמען ביי קריאת התורה, און האט געגעבן קידוש נאכ'ן דאווענען לכבוד די שמחה. ביים קידוש האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה פונעם חכם ותם), און האט ספעציעל ארויסגעברענגט אז ווען מ'לעבט מיט די עצה פון "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה", מ'קוקט נישט אויף א צווייטן, קען מען האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די מעשה פון אלישע און גחזי ווי דער גענעראל פון ארם איז געקומען זיך אויסהיילן פון זיינע קרעץ און אלישע הנביא האט אים געהייסן זיך טובל'ען אינעם ירדן, און ער האט זיך אויפגערעגט "ביי אונז איז דא אסאך געזונטערע בעדער ווי די שמוציגע וואסער פון ירדן", אבער זיינע ארומיגע האבן אים געזאגט "וואס האסטו צו דערלייגן? פרוביר עס אויס", און ווען ער האט געפאלגט איז ער טאקע געהאלפן געווארן. א מענטש קען טראכטן אז "פאר מיינע שווערע עבירות מוז איך רייסן שטיקער פון מיר כדי תשובה צו טון", דער אמת איז אבער אז מ'דארף גלייבן אין א צדיק און פאלגן וואס ער זאגט בתמימות ובפשיטות, אפילו ווען מ'פארשטייט נישט וויאזוי דער תיקון ארבעט, דארף מען גיין צום ציון און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס מ'האט קאליע געמאכט. מוצש"ק האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא. און 1:00 איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א פון קרית יואל. נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז 5:00 פארטאגס. אינדערפרי נאכן דאווענען, האט דער ראש ישיבה גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור אין גמרא. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען צום ציון זיך צו באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", וואס איז איינגעפירט געווארן אין די לעצטערע יארן אז צענדליגע טויזנטער אידן זאגן אויס אינאיינעם דעם תיקון הכללי ביום ציון הק' ערב ראש השנה ביי חצות. אזוי אויך זענען די קינדער געגאנגען זיך באטייליגן ביים "תיקון הכללי העולמי", און געזאגט דעם תיקון הכללי אונטערן די אויפזיכט פון די גאנץ יעריגע מלמדים. דערנאך איז סערווירט געווארן א פיינער טועמי'. ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה, דער בעל תפלה צו מנחה איז געווען הר"ר יונה זינגער שליט"א, צו מעריב איז צוגעגאנען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. נאך א שיינע סעודה, האט זיך דער עולם געאיילט צו גיין שלאפן, כדי צו קענען אויפשטיין אינדערפרי פאר'ן עלות. פארטאגס איז מען אויפגעשטאנען 5:00, און 5:30 האט שוין דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם צו גיין צום ציון, פארטאגס ווען ס'איז ליידיגער און מ'קען זיך אויסבעטן מיט מער ישוב הדעת. 8:15 איז געווען אדון עולם, פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה ביי תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, ווייל בשעת מען בלאזט שופר ווערן די טענות פונעם שטן צעמישט, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און זיך איבערבעטן מיטן אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן. דערנאך איז געווען א שיינע סעודה ווי מען האט געזונגען אינאיינעם שיינע ניגונים לכבוד יום טוב. מנחה איז געווען 7:00, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה, צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם פון נאנט און ווייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין "דינא רפיא", מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. נאך די געהויבענע סעודה האט איינער געפרעגט וועגן גיין צום ציון ביינאכט, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביינאכט איז נישט א פאסיגע צייט צו גיין צום ציון, ענדערש זאל מען זיך לייגן פרי, און גיין פארטאגס ווען די לופט איז ריין. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט ביים צווייטן טאג יום טוב, דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות, סעודות, שיעורים, און דרשות. פאר'ן זמן האט דער ראש ישיבה ווידער געזאגט א דרשה, ארויסברענגדיג וואס מ'נעמט אהיים פון דעם יום טוב אין אומאן. מ'זאל מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן יעדע זאך, אויך ווען מ'גייט צוריק אהיים צום געווענליכן טאג טעגליכן שטייגער זאל מען געדענקען דאס וואס דער רבי לערנט אונז, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין. ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, און מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר זענען געווען אין אומאן אויף ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ד תשרי תשע"ט 📝
  • געשמאקע וועטערס ערווארטעט בעזהשי"ת אין אומאן אין די טעג ארום ר"ה

    די וועטער מומחים זאגן ברוך ה' אז זיי ערווארט זייער געשמאקע וועטערס אין די קומענדיגע טעג אין אומאן, בעת די שווערע צענדליגע טויזנטער אידן וועלן וויילן אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט. די וועטערס ווערן ערווארטעט צו זיין יעדן טאג בייטאג בערך 80 פערנהייט, און ביינאכט בערך 55 פערנהייט, עס ווערט נישט ערווארטעט קיין יומיד וועטערס בעז"ה. אזוי אויך ווערט כמעט נישט ערווארטעט קיינע רעגנס בעזהשי"ת. פאלגענד איז דער וועטער באריכט פאר יעדן טאג, אנגעהויבן פון מיטוואך נצבים, ביז מיטוואך וילך: מיטוואך: בייטאג 79, אביסל פארוואלקענט, אנפאנג נאכט אביסל לייכטע רעגן, און עס וועט אראפגיין ביז 58. דאנערשטאג: אביסל פארוואלקענט, בייטאג 79, ביינאכט 57. עש"ק: זוניג ארום 80. ליל שב"ק: קלאר, ארום 55. שב"ק: זוניג 78. מוצש"ק: מער ווייניגער קלאר, 54. זונטאג ערב ר"ה: לייכט פארוואלקענט, 78, ביינאכט ליל א' דר"ה, 54. מאנטאג, יום א' דר"ה: מערסטענס זוניג 78, ביינאכט ליל ב' דר"ה, 54. דינסטאג, יום ב' דר"ה: זוניג, 78, ביינאכט מוצאי יו"ט, לייכט פארוואלקענט 55. &nbsp; מיטוואך צום גדלי': אביסל פארוואלקענט, 78. ביינאכט, 54.

    < זעה מער כב אלול תשע"ח 📝
  • עירוב אין אומאן אויסגעברייטערט אריינצונעמען דעם נייעם בנין

    פאר א חודש צוריק האט הרב אליעזר יודא קעניג שליט"א יו"ר וועד העירוב ד'אומאן, זיך פארבינדן מיטן ראש ישיבה שליט"א און פארגעשלאגן אז ער איז גרייט צוצולייגן צום עירוב ביזן בנין פון ראש ישיבה. אנ"ש זענען זייער מכיר טובה דעם וועד העירוב אין אומאן, פארן אנטקעגן קומען אנשי שלומינו מיטן אונטערגענומען א קאסטבארן פראיעקט אויסצוברייטערן דעם עירוב עס זאל אויך ארייננעמען דעם נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף די בילאצערקאווסקע גאס שוין אויף היי יאר ראש השנה תשע"ט. דער עירוב וועט זייער צוניץ קומען, בפרט היי יאר וואס ראש השנה פאלט אויס זונטאג נאכט, און דער עולם איז שוין דארט שוין בעפאר שב"ק, און אזוי וועט מען בעז"ה קענען גיין און קומען מיט הרחבת הדעת אויסגיסן דאס הארץ ביים אייבערשטן און פועלן א גוט געבענטשט יאר ביים הייליגן ציון. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יח אלול תשע"ח 📝
  • רוב בעטן פונעם צווייטן שטאק שוין ארויסגעדינגען

    אין די יעצטיגע טעג לייגט מען אריין גרויסע כחות צו ענדיגן דעם בנין על צד היותר טוב. מען איילט זיך זייער צו ענדיגן די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. מען לייגט ווייטער טיילס, עס ווערט ווייטער געצויגן די עלעקטריק, די פלאמבינג. ארום דעם בנין ווערט יעצט אינסטאלירט הויך קוואליטעט וואסער, און סוער סיסטעם, וואס וועט בעז"ה זיין גענוג פאר הונדערטער באנוצער אויף איינמאל, אויך אין ערב אדער מוצאי יו"ט ווען די שויערס ווערן באנוצט צום מאקסימום, וועלן די וואסער, סוער און הייצונג סיסטעמען קענען בעז"ה דערהייבן דעם גרויסן געברויך. ווי שוין געמאלדן פריער, זענען שוין אלע בעטן פון איין שטאק שלאף צימערן אינגאנצן אויסגעגאנגען, און מען האט דאן תיכף צוגעטרעטן צו צובויען און פארענדיגן נאך א שטאק נאך אויף היי יאר בעז"ה. און במשך די לעצטע צוויי וואכן זענען שוין אויך די בעטן פונעם צווייטן שטאק, כמעט אנגעפילט געווארן. דערפאר דער וואס וויל נאך איינשטיין דעם ראש השנה הבעל"ט אינעם נייעם הערליכע בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, דארף זיך זייער צואיילן ארויסנעמען א בעט, ווייל ווי געזאגט זענען שוין רוב רובם פון די צימערן אנגעפילט. צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין ער זאל קענען באצאלן אלע חובות, און וואס ער איר אריין. מיר דארפן געדענקען אז דער בנין האט דער ראש ישיבה נאר גענומען אויף זיך כדי מיר אלע זאלן קענען מקיים וואס דער היילגער רבי האט געהייסן צו קומען אויף ראש השנה צו זיין ציון, און וויילן אויף אן אפגעהיטענעם אופן אין א שטיל ווינקל פון אומאן.

    < זעה מער ח אלול תשע"ח 📝
  • זמנים און לאקאציע פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין אומאן

    ווי די ליינער פונעם וועבסייט האבן אוודאי כסדר מיטגעהאלטן ווי עס ווערט געלייגט א ציגל אויף א ציגל, און עס ווערט געבויעט א שטאק נאך א שטאק, האט איר זיכער אויך געזען ווי מען ארבעט יעצט גאר שווער אז אלעס אינעם בנין זאל זיין פארטיג אין צייט, אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם. און ב"ה אז נאך די אלע אינוועסטירונגען פון געלט, צייט, קאפ און מח, זען מען שוין ווי דער בנין שטייט שוין אין די פינף שטאק הויך, און ווי מען זעט ב"ה איז דער בנין א שטארקער און באקוועמער בנין, מיט א גרויסער ריינער מקוה, מיט גענוג שויערס, א לעכטיגער ריזיגער הויכער בית המדרש, און ריינע געשמאקע באקוועמע שלאף צימער, א.א.וו. אין די קומענדיגע קארגע 3 וואכן וועט מען בעז"ה מיטהאלטן ווי די אלע שטאקן ווערן בעז"ה אינגאנצן פארטיג כלול בהדרו וביופיו, מיט אלע צוגעהערן און פוירניטשער, געפעינט, געלייגט די הערליכע טיילס. דער הערליכער בנין געפונט זיך אין א באשיידענע ווינקל פון אומאן, אינגאנצן אפגעשיידט פון די רוישיגע גאסן, אויף נומער 28 פון די&nbsp;בילאָצערקאָווסקע&nbsp;גאס (אין אוקרייניש זאגט מען עס "וואָליצאַ בילאָצערקאָווסקע", געשריבן אויף אוקרייניש:Вулиця Білоцерківська). &nbsp; פאלגענד זענען די זמנים פארן קומענדיגן ראש השנה. שבת פרשת נצבים: זמן הדלקת הנרות 7:09, מנחה ערב שב"קבזמן הדלקת הנרות, באטע ליל שב"ק 10:00, שחרית 9:00, מנחה שב"ק 7:00, שלש סעודות 7:30, זמן מוצאי שב"ק 8:40 ערב ראש השנה: סליחות ליל זכור ברית 1:00, פדיון נפש אחר סליחות, שחרית ערב ראש השנה 8:00, פדיון נפש אחר שחרית ראש השנה: זמן הדלקת הנרות 7:05, מנחה ערב ר"ה בזמן הדלקת הנרות, שחרית ב' ימי ר"ה 8:00, מנחה ב' ימי ר"ה 6:45, דרשה 7:30, זמן מוצאי יו"ט 8:33. איש בל יעדר! לינק

    < זעה מער ב אלול תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה מעלדט א בשורה טובה: מען הייבט שוין אן ארויפצוען די פינפטע שטאק

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט כ"ו אב געשיקט א פרישע בריוו פאר די תלמידים, ווי ער מעדלט די גרויסע פארשריט וואס ווערט געמאכט אינעם נייעם בנין אין אומאן. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו, אז אזוי ווי עס איז שוין ארויסגעדינגען "אלע" שלאף צימערן האט מען זיך יעצט גענומען אין די איילעניש ארויף נאך א שטאק וואס איז געווען געפלאנט אויף קומענדיגע יאר הבעל"ט, און וועט בעז"ה געבויעט ווערן נאך אויף היי יאר, צו קענען פלאצירן די גרויסע צאל איינגעשריבענע קע"ה. אויך שרייבט דער ראש ישיבה אינעם בריוו, אז ער האט געמוזט ארויסנעמען אין די איילעניש א פרישע הלוואה פון $100,000 (אין צוגאב צו די חובות פון עטליכע הונדער טויזענט דאלער אין וואס דער ראש ישיבה איז שוין אריין אויף דעם בנין) כדי צו קענען אויסצאלן דאס ארויף בויען נאך א שטאק. דער ראש ישיבה בעט אינעם בריוו אז מ'זאל מתפלל זיין אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם בנין אין צייט אויף ראש השנה, און אז ער זאל קענען באצאלן אלע חובות. דער ראש ישיבה פארציילט ווי ער איז געווען היינט אין קרית יואל ביים ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט דארט מתפלל געווען פאר אלע תלמידים. דער ראש ישיבה דערמאנט אינעם בריוו אז היינט וועט בעז"ה פארקומען אין קעמפ א שיינע פרויען פארברענג, און ענדיגט צו דעם בריוו מיט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מ'קען ארויסנעמען פונעם היינטן דף ירושלמי. און איז מחזק מ'זאל זיך ווייטער שטארקן אין לערנען על פי סדר דרך הלימוד. * פאלגענד איז דער בריוו: &nbsp; בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו. היינט האבן מיר מחליט געווען אז מיר ציען ארויף נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן כדי עס זאל זיין פלאץ צו שלאפן פאר די אלע וואס האבן נישט קיין פלאץ אינעם אונטערשטן שטאק. איך האב היינט ארויס גענומען נאך אן הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער וויפיל עס קאסט צו ענדיגן נאך א שטאק כדי די בנין זאל זיין גרייט ביז ראש השנה, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קענען וואס שנעלער באצאלן אלע חובות. איך שיק אייך בילדער פון אומאן וואו איר קענט זען אז מען ענדיגט דעם בנין דאס מערסטע וויפיל מען קען אז עס זאל זיין גרייט פאר דאס יאר ראש השנה תשע"ט הבא עלינו לטובה. אויף די בילדער וועט איר זען ווי מען לייגט די טיילס אין די שטובער; מען לייגט ארויף די טירן ביי די צימערן; מען טראגט ארויף ציגל אויפן דריטן שטאק; מען ציט ארויף שטאנגען פאר די פערטע שטאק, און אזוי ווייטער. איך בעט אייך אלע: זייטס מתפלל פאר מיר איך זאל קענען באצאלן אלע חובות אין וואס איך בין אריין און דער בנין זאל זיין גרייט אויף ראש השנה. היינט געפאלט דער יארצייט פון רבינו הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; איך בין היינט פארטאגס געפארן קיין קרית יואל צום ציון, איך האב נישט געקענט זיין דארט צו לאנג ווייל עס איז געווען א געפערליכע געדרענג, מען האט נישט געקענט אריין שטופן א נאדל אינעם אוהל, טויזנטער אידן זענען געשטאנען דארט און געוויינט צום אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיינע איבערגייאכץ, עס איז געווען זייער הייס אינעם אוהל, איך האב געמוזט ארויסגיין אינדרויסן, דארט האב איך מתפלל געווען פאר ענק אלע. איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע תלמידים איר זאלט מצליח זיין אין אלעס וואס איר דארפט ובעיקר עס זאל מקוים ווערן ביי יעדן איינעם פון אייך וואס דער רבי האט געזאגט: "מיין פייער'ל וועט טליען ביז משיח וועט קומען", עס זאל זיך נישט אויסלעשן דעם פינק פון הייליגן רבי'ן, איר זאלט אלע ווייטער פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אלע אידן און פאר די גאנצע וועלט. גלייך ווען איך בין צוריק געקומען איז פארגעקומען דער שיעור פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי; וואס זאל איך אייך זאגן, ווען איך לערן פאר דעם דף בבלי און ירושלמי באקום איך אזא חיות, ממש אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אן א שיעור מאל: "דער דף גמרא איז דער חיות פונעם טאג". היינט האבן מיר געלערנט אין ירושלמי אזא לעכטיגע גמרא (ברכות ד.): "רבי חייא, ורבי שמעון בן חלפתא הוו מהלכין בהדא בקעת ארבל בקריצתה", רבי חייא און רבי שמעון בן חלפתא זענען געגאנגען אונטערוועגנס אין א דארף נעבן טבריה וואס האט געהייסן "בקעת ארבל", "וראו איילת השחר שבקע אורה", אזוי גייענדיג האבן זיי געזען ווי עס הייבט אן טאג'ן, "אמר רבי חייא לר' שמעון בן חלפתא: 'כך היא גאולתן של ישראל'", האט זיך רבי חייא אנגערופן צו רבי שמעון בן חלפתא, אזוי ווי דאס אויפשיין פונעם מארגן שטערן אזוי העלפט דער אייבערשטער אידישע קינדער, "בתחילה קימאה קימאה, כל מה שהיא הולכת היא רבה והולכת". קודם שיינט עס אויף אביסל, און צוביסלעך ווערט עס שטערקער און שטערקער, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז, ח): "כי אשב בחושך ה' אור לי", ווען איך זיץ אין פינסטערניש מאכט מיר דער אייבערשטער ליכטיג. טייערע ברידער, ווען מען לערנט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד האט מען יעדן טאג שטארקע חיזוק, כאפ זיך מיט מיטן באן. נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען; היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען דא אין קעמפ. איך רעד נישט פאר זיי פנים אל פנים, נאר איך זאג א שיעור וואס מען כאפט אפ, און ווען די פרויען קומען זיך צוזאמען זיך מחזק זיין שפילט מען אויף פאר זיי דעם שיעור. איך האב אייך נאר געשריבן די ערשטע חלק פונעם טאג ביז שחרית; יעצט דארף איך לויפן צו די בחורים זיי געבן די גמרא שיעור. יעצט זוממער לערנען מיר מסכת תענית גמרא רש"י תוספות וכו' ווייל די בחורים זאגן דאס יעדן טאג פערציג טעג אין א צי איז גוט אז זיי זאלן דאס פארשטיין. ברוך ה' אז דער טאג איז מיר אנגעפילט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, איך האף אז איר וועט האבן אביסל חיזוק אז איר זאלט אויך טון גוטע זאכן. זייטס געזונט און שטארק. א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. * ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פארן בנין, פון וואו עס וועט ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, זאל זיך ווענדן צום ראש ישיבה. זיך איינצושרייבן איינצושטיין אינעם בנין אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט רופט 347-452-0412. הראש השנה שלי עולה על הכל &nbsp; די היינטיגע אפדעיט פונעם בנין. עס שטייען שוין ב"ה די ערשטע דריי שטאק, מלייגט ציגל ביים פערטן שטאק, מ'גיסט צעמענטענע זוילן פארן פינפטן שטאק

    < זעה מער כו אב תשע"ח 📝
  • מכתב פונעם ראש ישיבה שליט"א איבערן דעם נייעם בנין אין אומאן וואס ווערט שוין כמעט געענדיגט בס"ד

    דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט געשריבן א בריוו פאר אלע תלמידים, ווי ער אינפארמירט איבער די געוואלדיגע פארשריט וואס ווערט געמאכט אינעם בנין, און בעט ווער עס קען זאל ארויסהעלפן מ'זאל קענען ענדיגן דעם בנין, אין די קורצע פאר וואכן וואס עס איז נאך איבערגעבליבן ביז ראש השנה &nbsp; פאלגענד איז דער בריוו: בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת עקב י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו. איך בעט אייך זייער איר זאלט מיר העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן, אז מיר זאלן נאך קענען זיין דארט אויף היי יאר ראש השנה &ndash; תשע"ט הבא עלינו לטובה. עס איז נאך דא אסאך ארבעט; מען האט היינט געגאסן די פלאר פאר די גאנצע בעיסמענט, מען האלט אינמיטן לייגן טיילס אין די מקוה, אויך לייגט מען טיילס אויף די פלארס פון די צימערן. היינט איז אנגעקומען די קאנקריט טאנק פאר די סוער, און די ארבעטערס ארבעטן אויף די פלאמבינג פון די צימערן. די בעטן זענען שוין אנגעקומען קיין אומאן, עס דארף נאך ווערן דעליווערט צו די בילדינג. איך שיק אייך בילדער איר זאלט זען ווי פלייסיג מען ארבעט. מיר האבן נאך ממש געציילטע וואכן ביז ראש השנה, בעט איך אייך זייער אויב איר קענט מיר העלפן &ndash; אפילו מיט א הלוואה &ndash; כדי מיר זאלן קענען ענדיגן מיט די ארבעט. א גוטן טאג. א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; דא זענען עטליכע לינקס צו בילדער פון אפדעיטס פון די לעצטע עטליכע טעג מ'ארבעט אויף די פלאמבינג, און אויף די פייפס פאר די מקוה שויערס, און נאך&nbsp;- דאנערשטאג ואתחנן מ'טוט די&nbsp;ספעקלינג ארבעט, מ'ארבעט אויף די קוואל - עש"ק ואתחנן מ'ארבעט פון אלע זייטן, אויף די פלאמבינג, מ'גיסט צעמענט, מ'ארבעט אויף די מקוה - זונטאג עקב מ'בויעט פעסט ווייטער - מאנטאג עקב מ'לייגט שוין&nbsp;טיילס אין מקוה און אין שלאף צימערן, אין בעיסמענט גיסט מען שוין די פלאר - דינסטאג עקב

    < זעה מער יט אב תשע"ח 📝
  • הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א שעפט קורת רוח פון די פארשריט ביים נייעם בנין אין אומאן

    מיט גרויס פרייד קוקן זיך אנ"ש צו ווי די תלמדים פון מוהרא"ש ז"ל זענען זיך מחזק און גייען אן ווייטער, און שטעלן אויף ווייטער תלמידים, ווי מוהרא"ש ז"ל פלעגט אלץ נאכזאגן אז דער רבי'ס זאך דארף אנגיין ווייטער, און די תלמידים דארפן ווייטער אויפשטעלן תלמידים. אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט וועלן זיין עטליכע גרויסע בתי מדרשים אין אומאן וואס די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש ז"ל וועלן אנפירן. אין צענטער פון שטאט וועט זיין א גרויסער בנין, בראשות הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, און &nbsp;אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין די הייליגע פארכטיגע ראש השנה טעג הבעל"ט, ווען עס וועלן קומען צענדליגע טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט, איז הגה"צ ר' יצחק שליט"א געקומען אומאן זיך אומקוקן אויפן פארשריט פונעם בנין ווי ער וועט דאווענען דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. אין די זעלבע צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און געקומען זען ווי מ'האלט מיטן נייעם בנין וואס דער ראש ישיבה שליט"א בויעט אין אומאן, ווי הגה"צ ר' יצחק שליט"א האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי מ'האלט שוין כמעט ביים ענדיגן דעם בנין. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין בילדער פונעם באזוך פון הגה"צ ר' יצחק שליט"א ביים נייעם בנין

    < זעה מער יב אב תשע"ח 📝
  • הרה"ג יודא לייב מינצבערג שליט"א פון ירושלים, ביים גיסן די מקוה בורות פון נייעם בנין פאר היכל הקודש אין אומאן

    די ראש השנה לופט שפירט זיך שוין אין די לופטן. אין קוים עטליכע וואכן ארום וועלן מיר שוין מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה, ווי ער האט בפירוש אנגעזאגט און געבעטן אז "ווער עס גלייבט אין מיר זאל קומען אויף ראש השנה", און צוגעזאגט אז אפילו וועם ער קען נישט פאררעכטן ווען מען קומט צו אים אינמיטן יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדעם פאררעכטן. די וועד קרן הבנין לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו פארטיגן דעם בנין אין אומאן אין צייט. זיי שפארן נישט קיין מיה און געלט צו קענען מאכן דעם בנין דאס בעסטע און די שענסטע. ווען עס איז געקומען צו די מקוה איז עס אודאי נישט געווען קיין אויסנאם. מען האט זיך פארבינדן קיין ירושלים עיה"ק צום גרויסן מומחה אין די קאמפליצירטע סוגיא פון הלכות מקוואות, הרה"ג ר' דוד מינצבערג שליט"א וואס ספעציאליזירט זיך אין מקוואות, און בפרט אין מקוואות אין אייראפע, (עס איז כדי אנצוצייכענען אז רוב מקוואות אין אומאן איז געמאכט געווארן אוטער זיין אויפזוכט) וואס איז א גאנצן צייט געווען בקשר מיט די בויער און אונטערנעמער, און געגעבן זיינע הלכה'דיגע און פראקטשיע אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן די מקוה אויפן בעסטן און אויסגעהאלטענסטע וועג למהדרין מן המהדרין. די מקוה האט צוויי מהודר'דיגע בורות מי גשמים, יעצט ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות, איז ער ספציעל געקומען צו פליען, זיכער צו מאכן אז עס ווערט געמאכט אויף די ריכטיגע וועג, און וועט בעז"ה קומען נאכאמאל פאר ראש השנה, איבערצוקוקן צי אלעס איז אין ארדענונג און געבן זיין הכשר סטעמפל. דער בנין האט אן אייגענע וואסער קוואל, וואס געט ארויס בערך 100 גאלאן א שעה. מ'האט פארגיע וואך געגראבן א צווייטע נייע קוואל וואס קוועלט בערך 120 גאלאן א שעה, די וואסער וועט געהאלטן ווערן אין א ריזיגער 12,500 גאלאן סטארעדזש טאנק, כדי עס זאל בעז"ה קיינמאל נישט זיין קיין מאנגל אין וואסער. דער נייער קוואל האט מען געגראבן אויפן נייעם גרויסן שטח פון אונטערן בנין, פון איבער 10,000 סקווער פיס מיט שיינע גראז און ביימער, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעקויפט מיט עטליכע וואכן צוריק, און וועט זיין א געשמאקע רואיגע שטח וואו מ'וועט קענען זיך אראפזעצן לערנען אונטער די ביימער, אדער גיין שפאצירן צווישן די ביימער און רעדן צום אייבערשטן. אין די זעלבע צייט איז א געוואלדיגע שמחה איבערצוגעבן אנדערע קורצע נייעסלעך פון די פארשריט פונעם בנין: * מען האט יעצט געעדיגט סיעלן די ווענט פון די בור צו לייגן די טיילס. די טיילס זענען שוין אנגעקומען, און וועט ווערן געלייגט בעז"ה נעקסטע וואך. אגב - די מקוה וועט זיין גרויסע רחבות'דיגע בור, פון 10 ביי 18 פוס. * די פלאמבינג און די פייפס פאר די בילדינג בכלל און פאר די שויערס בפרט ווערן יעצט געלייגט. * מ'האט שוין באשטעלט דער וואלק אין פרידזשידער און פריזער פאר די קאך, וואס זענען בערך 10 ביי 15 פוס גרויס. * מ'האלט יעצט אינמיטן מאכן די ברייטע טרעפ ביי די אריינגאנג פון די גאס. * אסאך קאפ און מוח ווערט יעצט אריינגעלייגט וויאזוי אויסצושטעלן דעם בית המדרש, אז יעדער זאל קענען גוט מיטהאלטן מיטן בעל תפלה. אזוי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין בעטן, דערפאר בעט מען אז ווער איז וויל האבן א פלאץ זאל זיך שוין מעלדן. צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה. איש בל יעדר בילדער

    < זעה מער ו אב תשע"ח 📝
  • נייער בנין אין אומאן וועט אי"ה זיין גרייט אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשע"ט הבעל"ט

    עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז אויף דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תשע"ט הבא עלינו לטובה, וועט מען זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בנין אין אומאן, וואו אנשי שלומינו, תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך האלטן אינאיינעם במשך די טעג פון ראש השנה, צו לערנען און צו דאווענען, צו עסן די סעודות שבת ויום טוב און צו שלאפן, אלעס אויפ'ן זעלבן פלאץ, אביסל ארויסציר פון שטאט, אפגעזונדערט פון די רעש'יגע הויפט גאסן פון אומאן. פילע כוחות און געלט איז אריינגעלייגט געווארן אינעם בנין אין בלויז די לעצטע יאר צו קענען האלטן וואו מ'האלט שוין יעצט, אז די ערשטע דריי שטאק וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם ראש השנה. די אינטערשטע שטאק וואו עס געפונט זיך די מקוה מיט'ן גרויסן עס זאל, די צווייטע שטאק מיט'ן גרויסן בית המדרש און די חדרי לימוד, און דער דריטער שטאק מיט די שלאף צימערן. כאטש וואס דער בנין איז נאכנישט פארטיג אינגאנצן, גלייך נאך ראש השנה וועט מען ווייטער אנהויבן בויען און ארויפציען נאך צוויי שטאק מיט נאך פילע שלאף צימערן, וועט מען שוין אבער קענען נוצן דעם בנין היי יאר אויף א קליינעם פארנעם מיט בלויז 130 בעטן. אזוי ווי עס ווערט צוגעשטעלט דאס יאר אזא קליינע צאל בעטן, איז זייער גרויס דער פארלאנג פון אידן וועלכע ווילן מיטהאלטן דעם ראש השנה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און דעריבער זענען גאר שנעל אויספארקויפט געווארן אלע בעטן, בלויז עטליכע בעטן זענען נאך פארבליבן, צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה. דער היכל בית המדרש וועט זיין אפן לתורה ולתפלה פאר יעדן איינעם אין לויף פון די אלע טעג ווען מ'געפונט זיך ביים הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, דער ראש ישיבה שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד די תפלות ראש השנה מיט זיין הארציגע שטימע באגלייט מיט משוררים, די תלמידי הישיבה. ווי אויך וועט מען האבן די זכיה צו הערן דרשות התחזקות והתעוררות במשך דעם יום טוב פונעם ראש ישיבה שליט"א אינעם היכל בית המדרש. צו די סעודות וועלן אבער אריינגעלאזט נאר די וועלכע האבן געקויפט א בעט אינעם בנין. אין די לעצטע עטליכע יאר פלעגט מען דינגען יעדעס יאר א פלאץ אין אומאן, וואו די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א האבן זיך געהאלטן צוזאמען זייענדיג אין אומאן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר שיין אז מ'קען זיך האלטן צוזאמען, מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות, פלעגט מוהרא"ש זי"ע אלץ זאגן אויף דעם אז כאטש וואס דער רבי צעטיילט אונז טאקע אין אסאך כיתות, מיינט דאס אבער נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך. אלע כיתות שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, און כאטש וואס יעדער מענטש איז אנדערש, יעדער טרעפט זיך זיין כיתה, זיין חבורה, וואס איז אים דאס מערסטע נאנט צום הארץ, וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, מיינט דאס נישט אז מען דארף זיך קריגן צווישן זיך, אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן צוזאמען באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין תורה פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ. דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות, וועלכע ווייזן דעם וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און אנצוקומען צום תכלית פאר וואס מיר זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ווייטער ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע מאס התחזקות זיך צו קענען ווייטער שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך. אויך אין אומאן וועלן די תלמידי היכל הקודש זיך האלטן צוזאמען יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר. די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן מיטהאלטן דעם ראש השנה אינעם בית המדרש פונעם נייעם בנין, ווי אויך וועט זיין נאך א בית המדרש "היכל הקודש" אין אומאן, מער אין צענטער פון שטאט, אנגעפירט דורך הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איבער אלע צענטערן פון "היכל הקודש" די קומענדיגע יאר אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן; און דער רבי האט צוגעזאגט זייער גרויסע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אינטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און פועל'ן אלע גוטע ברכות און ישועות פאר די גאנצע יאר. &nbsp; וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער כט תמוז תשע"ח 📝
  • בנין פון בביהמ"ד אין אומאן רוקט זיך ב"ה מיט א מורא'דיגע שנעלקייט

    אויף די גרויסע נאכפראגע פונעם ציבור, האט די וועד קרן הבנין איבערגעגעבן אז די ארבעט גייט אן ברוך השם מיטן פולן אימפעט, און עס איז אין סקעדזשול צו ווערן פארטיג אין צייט אויף ראש השנה הבעל"ט, און אנשי שלומינו וועלן שוין ענדליך היי יאר בעז"ה האבן א הערליך אפגעהיטן ווינקל ארויס פונעם געפילדער פון שטאט, ווי מיר וועלן קענען זיין ביים רבין אויף ראש השנה, און זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבין אויף א גאנץ יאר. מען האט שוין ב"ה ארויפגעצויגן אלע דריי שטאקן, די עלעקטריק און פלאמבינג ווערט יעצט פארענדיגט אויף אלע שטאקן, די בעיסמענט האט מען שוין באדעקט די פלאר מיט צעמענט, דער ערשטער שטאק (דער ריזיגער היכל הבית המדרש) ווערט יעצט פארענדיגט די פראכטפולע רינדעכיגע פענסטערס. אויף צווייטן שטאק (ווי עס וועלן זיין די שלאף צימערן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן די פענסטערס, אויך ווערן די אינעוויינגסטע ווענט שוין פארענדיגט. איר קענט האבן די זכי' צו מנדב זיין פארן בנין, נדבות קען מען איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. בילדער ג' סיון תשעח

    < זעה מער ג סיון תשע"ח 📝
  • בנין החדש היכל הקודש אין אומאן וועט בעזר ה' זיין פארטיג נאך היי יאר אויף ראש השנה

    די וועד קרן הבנין האט איבערגעגעבן אז אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן און די ארבעט רוקט זיך ב"ה זייער שנעל, וועט דער נייער הערליכע בית המדרש בנין מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין פארטיג נאך היי יאר, און וועט שוין בעז"ה באנוצט ווערן דורך די הונדערטער אנשי שלומינו הי"ו וואס וועלן באלאגערן דעם שטאט אומאן צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט און זיך אויסבעטן א גוט יאר. ווי איר קענט זען אויף די בילדער, זענען שוין געווארן ארויפגעצויגן דריי שטאקן צעמענטענע זוילן און דעכער, און יעצט ווערט געלייגט ציגל צו פארמאכן די אויסערליכע ווענט פון די העכערע צוויי שטאקן. אינעם אונטערשטן שטאק ווערט יעצט געמאכט די פלאמינג און עלעקטעריק. אנ"ש קענען נאך אריינכאפן זיך צו משתתף זיין מיט נדבות פאר'ן בנין. מען קען איבערגעבן נדבות פארן בנין פארן ראש ישיבה שליט"א. מען בעט אנשי שלומינו זאלן זיך משתתף זיין מיט תפלות אז דער בנין זאל קענען פארטיג ווערן אין צייט, יעדע תפלה פועלט. בילדער אפדעיט זונטאג אחרי קדושים תשע"ח בילדער אפדעיט דאנערשטאג טהרה תשע"ח בילדער אפדעיט מאנטאג טהרה תשע"ח בריוו פון ראש ישיבה שליט"א עש"ק טהרה איבערן בנין אין אומאן

    < זעה מער ח אייר תשע"ח 📝
  • מיליאן דאלאר קאמפיין פארן נייעם ביהמ"ד אין אומאן, גייט אריין אינעם צווייטן פאזע

    כדי דער בנין הגדול והמפואר בית המדרש החדש היכל הקודש ברסלב אומאן זאל נאך פארטיג ווערן היי יאר דארף דרינגענד געשאפן ווערן נאך א קנאפע האלב מיליאן דאלאר אין די נעקסטע דריי וואכן. דערפאר איז אונטערגענומען געווארן א גרויסער קאמפיין אז יעדער אינגערמאן זאל אריינברענגען 5000 דאלער צו קענען ענדיגן דעם נייעם בית המדרש געביידע. בסך הכל דארף געשאפן ווערן א מיליאן דאלער, וואס איבער העלף דערפון איז שוין ב"ה אריינגעקומען דורך פילע אידן וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און געברענגט פארן ראש ישיבה שליט"א יעדער איינער זיין נדבה וויפיל ער האט געקענט. יעצט ווערט בעזרת השי"ת איינגעפעדעמט א פרישע קאמפיין, וואס איז אונטערגענומען געווארן, כדי מיר זאלן שוין היי יאר זיין חוץ לישוב, אינדרויסן פון די גאנצע הָא הַא, און זיין אויף א ריינע שטילע פלאץ וואו מיר וועלן קענען זיין אפגעהיטן מיט אונזערע קינדער, און עס איז צו האפן אז בעזרת השם יתברך וועלן אנשי שלומינו זיך אנשטרענגען און צולייגן א האנט און עס וועלן אריינקומען די נויטיגע סכומים צו קענען ענדיגן דעם בנין. דער קאמפייין אין פולן שוואונג וואו דער בנין האלט פארגאנגענעם ר"ח טבת

    < זעה מער כב טבת תשע"ח 📝
  • הרבני הנגיד ר' מרדכי אהרן האלפערין ני"ו זעט די פארשריט ביים נייעם געביידע אין אומאן

    טראץ די קאלטע ווינטער טעג, שטרענגט מען זיך אן צו בויען ווייטער דער נייער בילדיג, וואס וועט דינען דעם ציבור אנשי שלומינו וואס קומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, כדי עס זאל קענען בעזרת השי"ת פארטיג ווערן אויף קומענדיגן ר"ה תשע"ט הבעל"ט. הרבני הנגיד ר' מרדכי אהרן האלפערן ני"ו, חבר הנהלה הישיבה - וואס איז איבערגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה פון די מוסדות, איז יעצט אין אומאן און קוקט זיך פערזענליך אום אויף די ארבעט, וואס גייט ב"ה אן אין פילן שוואונג. ווי ער געט איבער האט מען שוין געענדיגט די פרעים ארבעט אין די בעיסמענט (ווי עס וועט זיין די מקוה, עס זאל, און קאך), יעצט ווערט דארט אריינגעצויגן די עלעקטעריק און פלאמביג. עס איז אריינגעצויגן געווארן אינעם בילדיג ספעציעל שטארקע עלעקטעריק קראפט צו קענען דינען דעם גרויסן ציבור וואס וועט זיך געפינען דארט בעזרת השי"ת. אין די זעלבע צייט גייט אן די ארבעט צו ארויפצוציען ווייטער די שטאקן, יעצט גיסט מען די זיילן וואס וועלן האלטן די דאך פונעם ריזיגן פראכטפולן ביהמ"ד, און מ'האפט אין די קומענדיגע צוויי וואכן צו גיסן די דאך, וואס וועט זיין די פלאר פונעם דריטן שטאק (ווי עס וועלן זיין בעז"ה די שלאף צימערן). עס זענען נאך אוועיליבל עטליכע זכותים צו מנדב זיין פארן בילדיג וואס וועט זיין א לייכט טורעם פאר אומאן אין פאר די גאנצע וועלט. ווער עס קען זאל אריינכאפן א זכות און איבערגעבן זיין ווארימע נדבה פארן ראש ישיבה שליט"א. דער זכות וועט אוודאי ביישטיין פארן נדבן צו געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף. בילדער פונעם באזוך

    < זעה מער טז טבת תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com