Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    לכבוד פסח - דער יום טוב פון אמונה, איז נישטא קיין פאסיגערע הגדה ווי דער בארימטער הגדה "אור זרוע" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, וואס איז אנגעפילט מיט הערליכע ווערטער פון אמונה  אויבערשטן, חיזוק, שמחה של מצוה, און לייגט אריין די ווערטער אין מויל פאר דער וואס פירט א סדר, מען זאל עס קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה ווייטער פאר די קינדער אין די הייליגע סדר נאכט. דער קרן הדפסה האט שוין געדרוקט די הגדה עטליכע מאל, און איז אלץ צוכאפט געווארן תיכף דורך אנשי שלומינו, היי יאר האט מען אריינגעלייגט דערין אסאך כחות, מען האט עס ווידער מגיה געווען, און הערליך מסדר געווען, און צוגעלייגט שיינע זאכן. מען קען עס באקומען בחנם אויפן וועבסייט און דאונלאדן. 📖 ספרים פון מוהרא"ש אויף פסח 📖 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש צו דאונלאודן בחנם פונעם וועבסייט 📸 מוהרא"ש ז"ל ביי בדיקת ושריפת חמץ ערב פסח, און הבדלה מוצאי פסח אויף ביר 🎧 מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ א פרייליכן כשר'ן פסח - ה' ויקרא תשפ''א לאברכים 📸 פסח פעקלעך תשפ"א דורכן בית התבשיל היכל הקודש 📰 בית התבשיל פסח פעקלעך תשפ"א 📸 שיעור בהלכות פסח אין שטעטל דורכן דיין שליט"א - ב' ויקרא תשפ"א 📜 הלכות שבת ערב פסח 📰 עצתו אמונה חלק ד' ארויס פון דרוק 📰 קמחא דפסחא, אויסצוצאלן די מלמדים פאר יום טוב

    < זעה מער ט ניסן תשפ"א 📝
  • סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים

    יעצט אין די ערב פסח טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער פערטער מסכת אין ש"ס - מסכת פסחים. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען גייט צו צום הייליגן יום טוב פסח, וויסענדיג אז מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געלערענט יעדן טאג א בלאט גמרא, אריינגערעכעט ביי שמחות, און פורים און אין די ערב יום טוב טעג. מענטשן שפירן אסאך מאל זיך הונגעריג, און זיי כאפן נישט פארוואס, "איך האב היינט גראדע פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך ווי עפעס פעלט מיר?" ער גייט צום פרידזשידער שוין צום וויפילטן מאל, און ווערט אנטוישט אז אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פונקט ווי דער גוף דארף גשמיות'דיגע עסן, ער דארף א נארהאפטיגע פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט. די זעלבע זאך - פלעג מוהרא"ש אייביג זאגן - איז מיט די נשמה. די נשמה דארף רוחניותדיגע שפייז, זי דארף א נארהאפטיגע פרישטאג - א בלאט גמרא, און א געזונטע סאפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה אויסהונגערן, וועט עס אויך אויסקלאפן אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפירן מינדערוויכטיג און ליידיג. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאפן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס היטן דעם מענשט דורך לערנען יעדן טאג גמר"א. פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא. די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת שקלים וואס מען הייבט יעצט אן. כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה 📑 ▶️ בוקמארקט דעם לינק: דער טעגליכער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א מסכת שקלים אויף קעמרע 📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום - כסלו תשפ"א 📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ 🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ 📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ 🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס

    < זעה מער ח ניסן תשפ"א 📝
  • די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס

    א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען פאריגע וואך דינסטאג אין בית שמש, ווען צענדליגע מפיצים זענען זיך צוזאם געקומען מיטן ציל אויפצושטעלן א לאקאלער בית הדפוס צו קענען דרוקן גליונות און קונטרסים אין שטאט. די מפיצים אין בית שמש זענען ענערגישע פלייסיגע בחורים און אינגעלייט וואס וואוינען ארום דער שטאט, און פארשפרייטן טאג און נאכט די היילגע ברסלבע ספרים, גליונות, קונטרסים עצתו אמונה, קארטלעך, דיסקס, איבעראל ווי נאר מעגליך, אין די בתי מדרשים, אין די הייזער, און ביי די קברי צדיקים אין די געגענט. ביז יעצט פלעגן די מפיצים קומען צו פארן יעדע וואך צום גרויסן הפצה צענטער אין ירושלים און נעמען פון דארט הונדערטער גליונות היכל הקודש, און פילע אנדערע הפצה מאטריאל. די מפיצים פארציילן ווי ווייט אידין לעבן אויף מיט די זאכן, און ווי פון וואך צו וואך קומען צו פרישע מפיצים, ביז מען האט שוין דערגרייכט צו מפיץ זיין איבער טויזנט גליונות יעדע וואך. צוליב דעם, האבן די מפיצים פון בית שמש באשלאסן אז עס איז צייט צו קויפן אן אייגענעם דרוק מאשין פאר די שטאט, און אזוי וועט מען גרינגער קענען צושטעלן טויזנטער גליונות יעדע וואך לכל דכפין. איינע פון די אינגעלייט הרב יצחק ראטה הי"ו האט דאן פארגעשלאגן זיין שטוב, מען זאל קענען דארט פלאצירן דער מאשין, און אז ער נעמט זיך אונטער בעז"ה אנצופירן דאס דרוקן. דערנאך האט הרב אהרן גאלדשטיין הי"ו זיך אנגערופן אז ער נעמט אויף זיך בעז"ה די פינאנציעלער עול אויסצוהאלטן דער בית הדפוס מיט געלט. געזאגט און געטון מיטן אייבערשטנ'ס הילף, דער נייער דרוק מאשין איז שוין ב"ה אויפן וועג. עס דארף באצייכענט ווערן אז דאס איז שוין דער פערטער בית הדפוס וואס די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א עפענען אין די לעצטע יאר אין ארץ ישראל. בשעת דעם מעמד האבן זיך פילע אינגעלייט און בחורים אונטערגענומען צו שאפן שיינע סכומים יעדע חודש פאר די הוצאות, אויך האט מען ארומגעשמועסט פון די גרויסקייט פון הפצה און מחיה זיין אידן. און איבער דעם אז "ברסלב זוכט נישט צו ווערן גרעסער, נאר אז נאך א איד'ס לעבן זאל ווערן בעסער". מיט דעם אלעם, דארף מען נאך אסאך פינאנציעלע הילף. ווער עס וויל זיין א טייל פון דעם הייליגן אונטערנעמענוג, קען זיך פארבינדן מיט די אנפירער פונעם בית הדפוס, הרב יצחק ראטה 011-972-50-4199-751 אדער הרב אהרן גאלדשטיין 011-972-55-6757-807. אויך קען מען מנדב זיין דורך די "נדרים פלוס" פלאטפארמע. 💳 צו מנדב זיין פאר בית הדפוס אין בית שמש 📸 דער שיינער מעמד 📸 דער ראש ישיבה שליט"א גיבט א שיעור אין בית שמש - טבת תש"פ 📸 הפצה אקטיוויטעטן אין צפת 📜 איבער עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש 📰 בחורים אין ארץ ישראל זענען מפיץ פארגאנגענעם פורים 📰 מרכז הפצה ירושלים פארברייטערט זיך - שבט תשפ"א 📰 בני ברק עפענט אן אייגענע בית הדפוס - שבט תשפ"א 📰 ירושלימער בית הדפוס ווערט געעפענט - אייר תש"פ 📰 דער ראש ישיבה מיט תלמדים אין ארץ ישראל - ניסן תשע"ט

    < זעה מער ה ניסן תשפ"א 📝
  • 📀 פלעי "דער בערגער און דער ארימאן" שוין דא צו באקומען

    עס איז יעצט די געשפרעך פונעם טאג די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די פאראיאר דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. דער שפיל נעמט בערך 3 שעה, און איז פול מיט ערליכע געשמאק אינהאלט. אלע פרויען וואס האבן געזען דעם שפיל זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. מען האט אגעשפילט די הייליגע מעשה י' פון סיפורי מעשיות "בערגער ועני" וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט: (דא ברענגען מיר די מעשה "זייער זייער" בקיצור) עס איז געווען אן ארימאן, וואס האט גארנישט פארמאגט. העכער אים האט געוואוינט א סוחר (דער "בערגער") א גרויסער עושר. איינמאל זענען עטליכע פרויען געגאנגען שפאצירן, צווישן זיי די פרוי פונעם ארימאן, און א גרויסע גענעראל איז דורכגעפארן, און געהייסן מ'זאל אים געבן איינע פון די פרויען, און אזוי איז די ארימע פרוי פארכאפט געווארן ביים גענעראל. דער ארימאן האט עס נישט אויסגעהאלטן. יעצט האט ער שוין ממש גארנישט אויף דער וועלט. דער סוחר האט דאס געהערט, האט ער זיך מוסר נפש געווען, און איינגעשטעלט זיין לעבן, און געראטעוועט די פרוי. זיי האבן זיך געדארפט באהאלטן אין "זיבן וואסערן". זי, שפירנדיג א הכרת הטוב צו אים, האט געשוואוירן אז אויב זי וועט אמאל פארמאגן עפעס, וועט זי עס אים געבן. אין זכות פון זייער ערליכקייט, האט דער אייבישטער זיי ביידע באשאנקען מיט א קינד, דער סוחר מיט א אינגל, און דער ארימאן מיט א מיידל. דאס מיידל איז געווען א מורא'דיגע געלונגענע און שיינע, האט דער סוחר פארגעשלאגן זיך משדך זיין מיט זיי, און זי האט מסכים געווען. ביזדערווייל איז באקאנט געווארן איר שיינקייט און געלונגענקייט אויף דער וועלט, האבן אלע חשובע לייט זיך געוואלט משדך זיין מיט זיי, אבער עס האט נישט געפאסט זיך משדך זיין מיט א פראסטע ארימאן, האט מען זיי אנגעהויבן צוביסלעך גרויס מאכן, ביז... ביז... דער ארימאן איז געווארן דער קייזער. יעצט האט דער "קייזער" נישט געפאסט זיך משדך זיין מיטן סוחר, און האט גערודפט דעם "חתן" דער סוחר'ס זון, ביז מען האט אים געמשפט צום טויט. די קעניגן האט פארציילט איר טאכטער די מעשה, און אז דער בחור איז איר חתן. דאס מיידל האט געשיקט א "כתב" מיט סימנים פון די "זיבן וואסערן" צו אים, און אים מחזק געווען אז זי איז מיט אים. די קעניגן האט שטילערהייט געראטעוועט דעם בחור, וואס איז אנטלאפן. אנטלויפענדיג האט ער זיך פארבלאנדשעט אין מדבר. דאס מיידל די "כלה" האט אפגעזאגט אלע שידוכים, בעטנדיג פאר אירע סימנים. דער בחור דער "חתן" האט באהאלטן דאס "כתב" אין א בוים, און האט עס פארלוירן צו זיין גרויס ווייטאג. ער אוועק פון דארט, און געהערט אז זיין כלה פארלאנגט סימנים, האט איבערגעגעבן די סימנים פאר עטליכע, אבער זי האט חושד געווען אז דאס איז נישט איר חתן, און פארלאנגט צו זען דאס "כתב". מ'האט ווידער פארשיקט דעם חתן, און איז צוריק אין מדבר. א ים רויבער האט באשלאסן צו פארכאפן די כלה, איר צו פארקויפן, מיט א גאנצע טריק האט ער איר געקידנעפט, און איר געסטראשעט צו שווייגן "איין ווארט, און איך שטיק דיר!", ער האט איר פארשטעלט מיט מענערישע קליידער. אויפן וועג האט א שטורעם זיי פארשלעפט צום זעלבן מדבר ווי דער חתן איז געווען, זי איז דארט אנטלאפן פונעם רוצח, און האט דארט אנגעטראפן איר חתן, אבער האבן זיך נישט דערקענט. די קעניגן איז געווארן זייער טרויעריג צו פארלירן איר איינציג טאכטער... דער שלום בית ביים קעניג איז צופאלן, ביז מען האט זיך גע'געט ר"ל. דער קעניג אלץ סינגל איז דורכגעפאלן אין אלע מלחמות וואס ער האט געפירט, האט די מדינה פארשיקט דעם קעניג און גענומען די קעניגן. דער קעניג איז אנטלאפן, און איז אויך אנגעקומען צום מדבר, און מען האט זיך נישט דערקענט. נאך עטליכע יאר אין מדבר, האט דער חתן פארציילט דעם "קעניג" זיין מעשה, אזוי האבן זיי אנטפלעקט ווער זיי זענען. דער חתן האט ווידער געזוכט דאס פארלוירענע כתב, און זיי האבן אים געפרעגט וואס ער זוכט האט ער זיי פארציילט, און זיי האבן אים געהאלפן עס זוכן, און די כלה האט עס געטראפן. צום ערשט האט מען זיך געפרייט, אבער דערנאך ווען ער האט געטראכט אז מן הסתם האט זי שוין חתונה געהאט. האט ער איר געזאגט אז אז זי (מיינענדיג אז זי איז א מאן) קען נעמען דאס כתב פאר זיך און דערמיט גיין חתונה האבן מיט זיין כלה. זי האט געוואלט חתונה האבן כדת, האט זי געזאגט אז זי וועט עס נעמען, אבער האט אים געבעטן מיטצוקומען. אזוי זענען זיי אלע אהיים געקומען, ווי זי האט אנטפעלקט פאר זיי אז זי איז די כלה. און דאן איז די חתונה פארקומען מיט א גרויסע שמחה. &nbsp; 🛒 צו קויפן ביי ברסלב סענטער 🛒 צו קויפן ביי ניגון מיוזיק 🛒 צו קויפן ביי מאוסטלי מיוזיק 📰 מען פארקויפט טיקעטס צום שפיל📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער ארויסגעבן דעם שפיל 🎦 מענער שושן פורים פלעי תשע"ט &nbsp; לְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנַי בִּנְךָ!

    < זעה מער ד ניסן תשפ"א 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה האלט ווייטער אן במשך בין הזמנים

    אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אין ישיבתינו הק' אין די פארגאנגענע יארן, איז נישטא קיין בין הזמנים אין ישיבה. די בחורים זיצן ווייטער און לערנען מיט התמדה א גאנץ חודש ניסן, עס קומען ווייטער פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג. ווי באקאנט האבן אלע צדיקים געבלוטיגט אויף דעם "בין הזמנים" ווען מען ברענגט אן די צייט מיט נארישקייטן. מוהרא"ש ברענגט אין קונטרס "בין הזמנים" אז עס איז נאר דא איין צייט וואס א מענטש האט "בין הזמנים", דאס איז בין מיתה לקבורה, נאכן שטארבן פארן באערדיגן. אבער א גאנץ לעבן דארף א איד שטענדיג אריינכאפן נאך תורה ומצות, און נישט חס ושלום פארברענגן די צייט, וואס דאס ברענגט דאס ערגסטע ה"י. די בחורים אין ישיבה פרייען זיך צו קענען ווייטער זיצן בין כותלי הישיבה, און לערנען די הייליגע תורה שיעורין כסדרן, ובנוסף צו קענען הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה וואס אחז מחי' נפשות, וואס געבט אריין חיות פאר די בחורים, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ &nbsp; 📰 די בחורים גייען ארויס פון שובבי"ם פון פולע קעשענעס 📰 חנוכה אין ישיבה 📸 מוהרא"ש זי"ע זיצט ערב פסח ביים סדר טיש 📜 נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים' 📖 קונטרס 'די טעג פון בין הזמנים' 💬 וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט? &nbsp;

    < זעה מער ג ניסן תשפ"א 📝
  • נעמט אריין א גאסט אויף יום טוב

    שטייענדיג קוים עטליכע טעג בעפאר דעם הייליגן פרייליכן יום טוב פסח, זענען נאך פארהאן פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נאך גארנישט מיט וואס אנצוהייבן איינצוקויפן. פילע כלי קודש, און אסאך שווער ארבעטענדע אינגעלייט, ברעכן אונטער פאר יום טוב ווען די הוצאות זענען סאך מער פון געווענליך. דער "בית התבשיל היכל הקודש" האט גענומען אויף זיך צו באזארגן בעז"ה די אלע אידן מיט אלע יום טוב געברויכן. מען שטעלט זיי צו בעז"ה גרעיפ דזשוס, מצות, פאטעיטעס, עפל, אראנדזשעס, אייער, ירקות, פלייש, און נאך גראסערי פראדוקטן, און מיט דעם בעז"ה העלפט מען די אלע אידן אריינצוברענגען דעם יום טוב פרייליכערהייט. זעט וואס מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝ (קוק אונטן פאר די גאנצע בריוו), און נעמט אריין אן אורח אין שטוב אויף יום טוב, דורך אויסצאלן א פסח ארדער פאר א משפחה! פאר בלויז פינף הונדער דאלער קויפט איר די זכות פון א יום טוב ארדער פאר א קינדער געבענטשטע משפחה, און פאר $250 באקומט איר די זכות פון א קלענערע משפחה. קליקט דא צו מנדב זיין. אין זכות פון געבן צדקה און געבן צו עסן פאר אידן אויף יום טוב וועט ביישטיין עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט האבן א פרייליכע יום טוב מיט די גאנצע משפחה, און זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פון אייבערשטן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. אמן. כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל, כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח 📸 מען גרייט צו די פסח פעקלעך 📸 בית התבשיל א גאנץ יאר 📸 פסח פעקלעך פונעם בית התבשיל 📜 חיזוק אנצוגיין מיטן בית התבשיל 📰 דריי יאר פון בית התבשיל 💳 צו מנדב זיין קליקט דא 💬 אויסצוג פון שו"ת ברסלב בשנת תשע"ג (פרייע אידישע איבערזעצונג) שאלה: ❞איך געדענק אז מוהרא"ש האט געשריבן פאריאר אז דורך געבן פאר קמחא דפסחא וועט מען ניצל ווערן פון מחלות פונעם מח, צי גייט דאס אן דאס איר אויך?❝ מוהרא"ש'ס ענטפער: ❞עס שטייט אין שו"ע (או"ח תכ"ט א') "ומנהג לקנות חיטים לחלקן לעניים לצורך פסח", דער משנה ברורה שרייבט אז דאס איז איז גאר אן אלטער מנהג נאך מימי חז"ל, און דער ירושלמי שרייבט (ב"ב פ"א ה"ד), "ויכולין בני העיר לכפות זה לזה בענין זה", דאס הייסט אז יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט מעות חיטים, און עס איז אן עבירה זיך ארויסצודרייען, עיי"ש.❝ ❞דער רבי שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סר"א) "צ'דקה ת'ציל מ'מוות (משלי י') ראשי תיבות מ'צ'ת'", א סגולה פאר חולי נופל צו געבן צדקה, ווייל (תהלים קי"ב) "פ'זר נ'תן ל'אביונים, איז ראשי תיבות נ'פ'ל'". קומט ארויס פון דעם אז דורך געבן צדקה פאר מעות חטים, ווערט מען געראטעוועט פון מחלת הנפילה ר"ל. און ווי באקאנט, הייבן זיך אלע מחלות אָן פונעם מח. זעט מען פון דעם אז אויב א מענטש געט צדקה אז אידן זאל האבן אויף פסח, וועט ער געראטעוועט ווערן פון אלע מחלות. און דאס גייט אן יעדעס יאר.❝ &nbsp; מוהרא"ש פירט אויס דעם בריוו: ❞יעדער איד דארף געבן פאר מעות חטים, און דורכדעם וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע סארטן מחלות וואס קומען פון די מח.❝

    < זעה מער ב ניסן תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש

    מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער ווערן מער און מער מענטשן געוואר פון די לימודים און עצות פון הייליגן רבין. די מפיצים גייען ארום צו אידישע קינדער, און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און סידיס, וואס טוישן הונדערטער אידן דאס לעבן. זיי ווערן געוואר אז אויך זיי קענען האבן א עכטע קשר מיטן אייבערשטן. זיי הייבן אן צו שפירן א טעם אין זייער לעבן. וואס געשעט דערנאך? ער הייבט אן צו זוכן, וואו קען מען באקומען נאך פון די ספרים? ער וויל באקומען נאך דרשות און נאך גליונות. פילע קומען אן צום ברסלב סענטער וועבסייט, ווי זיי דערקוויקן זיך מיט די בריוון, מען שיקט אריין שאלות און זיי באקומען וואונדערליכע ענטפערס. זיי דאונלאדן פון דא אלע גליונות און ספרים, זיי הערן אויס די הונדערטער שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט כסדר, טעגליך פאר די בחורים, דער טעגליכער שיעור גמרא. אויך באקומט מען טעגליך אפדעיטס און קראנטע נייעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין חדר, אין קעמפ, אין שטעטל, אין אומאן, אין בית הדפוס, שמחות צווישן אנשי שלומינו, און אזוי ווייטער. דאס אלעס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג. יעדן טאג ווערן ארויפגעלייגט פרישע בריוו פון ראש ישיבה, עס ווערט ארויפגעלייגט די נייע שיעורים אויף ווידיא און אוידיא, יעדע וואך קומט ארויף אלע נייע גליונות און קונטרסים וואס ווערט דאונלאדעט אין די טויזנטער, יעדן טאג ווערט ארויפגעלייגט די פרישע נייעס וואס עס טוט זיך. עס קומט ארויף טעגליך פילע נייע בלידער אלבומס, פרישע אינטערעסאנטע קליפס וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה. יעדן טאג איז דא די נייעסטע "חיזוק יומי" קליפס, וואס פילע באקומען פון דא. עס ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך געלט און כח אויפצוהאלטן דאס אלעס און עס כסדר פארבעסערן.&nbsp;און ברוך השם אז דער וועבסייט איז עושה פירות, מען קען ממש זען ווי די טרעפיק צום וועבסייט פארמערט זיך ממש טאג טעגליך מיט גאר שטארק ציפערן. עס פארמערן זיך די אקטיווע באנוצער מיט עטליכע הונדערט א וואך. אזוי ווייט אז פאר די פארגאנגעם חודש למספרם איז די צאל קליקס צום וועבסייט אריבערגעגאנגען דעם 100,000 ציפער. עס אונז א געוואלדיגע זכיה אז מיר האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים פון טויזנטער אידן וואס באקומען פון דא זייער לעבן. עס איז אוממעגליך צו שילדערן דעם קורת רוח וואס מען שפירט ווען מען הערט צוריק פון אידן פידבעק, און געבט אונז א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" זאגט אונז איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" שרייבט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערער צו אונז. אויסער די פרישע אפטיילונגע אויף וואס מען ארבעט יעצט, ווי דער "געשעפט" פעידזש וואס וועט ממש בקרוב געעפענט ווערן בעז"ה, ארבעט מען אויף נאך אסאך פראיעקטן אינערהאלב די וועבסייט. צום ביישפיל, מען לייגט יעצט אריין גאר אסאך ארבעט צו דעוועלאפן א פראקטישע טעלעפאן "עפּפּ", וואס אנטשפעכט צו זיין א גאר א הערליכע און נוצבארע עפּפּ, וואס וועט באנצט ווערן דורך טויזנטער בעז"ה. און אויך האט מען לעצטענס אנגעהויבן צו ארבעט גענצליך איבערצומאכן די גאנצע סטרוקטור פונעם וועבסייט. צוליב וואס ווען מען האט געעפענט דעם וועבסייט מיט עטליכע יאר צוריק האט מען נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט און ווי ברייט עס וועט זיך צואוואקסן קע"ה און דער יעצטיגער דיזיין איז שוין נישט צוגעפאסט פארן וועבסייט מיט אזויפיל אפטיילונגען אזויפיל אפדעיטס, און אזויפיל באנוצער. אזוי אויך ביי די בילדער און ווידיאס אפטיילונג איז זייער נויטיג שטארקע רענאווציעס, ווי איר קענט אליינס זען, דאס דארף אינגאנצן איבערגעפרישט ווערן. דאס זעלבע מיט די נייעס אפטיילונג; דער יעצטיגער אויסשטעל איז שוין לאנג "אַוטדעיטעט". דאס אלעס ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות פון צענדליגע טויזטער דאלער א חודש. ווי באקאנט קאסט יעדע ריר צו דעוועלאפן א וועבטייט טויזנטער דאלערס. און ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות וואס אידן ווארפן אריין ביי אונזער נדבות אפטיילונג. און צוליב וואס די הוצאות האבן זיך שטארק פארמערט, גייט בעז"ה קומען גרויסע שינוים אין די נדבות אפטיילונג אויך, ווי מען וועט בעז"ה קענען אפקויפן דער זכות פון א טאג, א וואך, אדער חודש פונעם וועבסייט. נעמט איינטייל אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור, און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן דורך מנדב זיין צום וועסייט דורך קליקן דא. אין דעם זכות וועט דער באשעפער זיכער אויסהערן אייער תפילות און איר וועט געהאלפן מיט ישועות און רפואות געזונט פרנסה נחת, און וואס איר דארפט. &nbsp;עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ, וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ &nbsp; &nbsp;📰 🎼 נגינה אפטיילונג עפענט זיך אויף 📰 📜 בריוו פאר פרויען ווערט צוגעלייגט 📰 🔗 "שעירן" און "דאולאוד" אפשאנס ווערן צוגעלייגט 📰 👍 מען צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט 📰 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט

    < זעה מער א ניסן תשפ"א 📝
  • עצתו אמונה חלק ד' שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייער באנד עצתו אמונה חלק ד' איז נארוואס אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג. דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען אלע בריוו פון סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און איז ביי זיי א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב זייער פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט. עס איז דא נאך דא צו באקומען ביי קרן הדפסה פאר בלויז $13 אריינגערעכענט שיפינג צום שטוב. רופט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, וכל הקודם זכה. קרן הדפסה היכל הקודש 718-387-2691 עקסט. 2, אדער שיקט אן אימעיל צו info@kerenhadfusa.org. &nbsp; 💬 דער ראש ישיבה ענטפערט אויף שאלות איבער עצתו אמונה 📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער עצתו אמונה 📸 די ספרים קומען אן צום בית הדפוס 📸 דער ראש ישיבה טיילט דעם ספר עצתו אמונה פאר תלמידים 🗞️ יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ! 📰 עצתו אמונה אויף די פאסט פאר בלויז $2.99 א וואך 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב

    < זעה מער כז אדר תשפ"א 📝
  • געהויבענע שמחת וואך נאכט און ברית פון הילד יחזקאל נ"י בן הראש ישיבה שליט"א

    א שיינע וואך נאכט איז געפראוועט געווארן מאנטאג נאכט אין בית המדרש פון הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען דער שווער פון ראש ישיבה שליט"א, ווי א שיינע ציבור איז געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה. דער קינד וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב פאריגע וואך ווען דער זיידע כ"ק מרן מקארלסבורג זצוק"ל איז נאך געווען מיט אונז, עס איז געווען זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס קינד זאל אריינגיין בבריתו של אברהם אבינו ע"ה על ברכיו פונעם גרויסן זיידן. נאכן גרויס קלאפ ווען דער זיידע זצוק"ל איז פלוצלינג נסתלק געווארן לחיי העולם הבא דעם זונטאג, און דער זיידע דער ממלא מקום הגה"צ מקארלסבורג שליט"א איז געפארן צום לויה אין עיה"ק מירון, האט מען געהאפט אז דער זיידע וועט שוין זיין צוריק אויף היינט דינסטאג מיטאג, איז געווען דער פלאן אז מען וועט פראווען דער ברית אין אין בית המדרשו ביהמ"ד קארלסבורג אין בארא פארק. אבער צוליב דער מצב העולם האט זיך דער פליגער פארשלעפט, און אינמיטן טאג איז קלאר געווארן אז דער זיידע וועט נישט אנקומען פאר עס ווערט נאכט, האט מען געפראוועט דעם ברית בעתו ובזמנו דינסטאג מיטאג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג. דער מעמד הברית איז אויסגענוצט געווארן דורכן פארזאמעלטן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען די חז"ל די גרויסע עת רצון וואס איז דא ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות. דער מוהל איז געווען הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען, קוואטער איז געווען דער זון פון ראש ישיבה הר"ר אלחנן חיים ראטה שליט"א; אל הכסא איז געווען הרה"ג יונה זינגער שליט"א, דיין דקהילתנו; מן הכסא איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג הערשל הורוויץ שליט"א. יד אבי הבן איז געווען א ברודער פון ראש ישיבה הרה"ג חיים יוסף ראטה שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווען הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מן הסנדק איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג אשר זעליג מייזליש שליט"א, עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מיט ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א, א ברודער פון ראש ישיבה. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "יחזקאל", נאכן גרויסן זיידן הגה"צ מקארלסבורג זצוק"ל, וואס איז נאך יעצט אין די דריי טעג פון זיין הסתלקות. דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, שווער פון ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע פלפול איבער "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא", ווי ער האט ארויסגעברעגט אז אויב מען באקומט די מצוה דורך א שליח איז דא שכר מצוה אויף דער וועלט, דערפאר איז דער שכר פאר "שבת" נחלה בלי מצרים, ווייל די מצוה איז איבערגעגעבן געווארן דורך משה רבינו, און האט אויסגעפירט "דער ראש ישיבה שליט"א האט אזוי סאך אויפגעטון אין דעם אז מ'זאל נישט אויסגעבן געלט אויף איבעריגע זאכן ביי א שמחה". אבער די מצוות קאסטן יא געלט וואס ביי דעם שפארט מען נישט. תפילין קאסט געלט, מצות און וויין אויף פסח קאסט געלט, און אזוי ווייטער... דערפאר דארף האט ער אנגעווינטשן אז עס זאל זיין נחלה בלי מצרים, עס זאל נישט פעלן קיין געלט ביי אידישע קינדער, מען זאל קענען מקיים זיין די מצוות כדבעי. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און געפרעגט, פארוואס זאגט מען דווקא ביי א ברית "כשם שנכנס... כן יכנס", און נישט ביי אנדערע מצוות, צום ביישפיל ביי א בר מצוה זאל מען זאגן "כשם שהנחת תפילין, כן יכנס"? נאר דער שפת אמת פרעגט, יעקב אבינו האט געוואונטשן פאר יוסף "בך יברך ישראל ישמך אלקים כאפרים וכמנשה", פארוואס מנשה און אפרים? אלע שבטי יה האט דאך יעקב אבינו ליב געהאט? נאך מער; יעקב האט דאך נארוואס געזאגט פאר יוסף "אפרים ומנשה - כראובן ושמעון יהיו לי"? ענטפערט דער הייליגער שפת אמת: אסאך מאל זעט מען עלטערן זענען ערליכע אידן, אבער די קינדער און אייניקלעך פאלן ליידער אביסל. און דאס דאס איז געווען די ברכה פון יעקב אבינו ווייל "אפרים ומנשה" זענען "כראובן&nbsp; ושמעון" וואס איז געווען א דור צוריק, עס איז נישט געווען ביי זיי קיין ירידת הדורות, וועט יעדער ווינטשן זיינע קינדער "זאלסט זיין כאפרים וכמנשה" וואס זענען געבליבן אויף די מדריגה פון די פריערדיגע. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז דאס ווינטשט מען ביים ברית ווען מ'געט א נאמען נאך א זיידע פון פריערדיגן דור, מ'געדענקט די פריערדיגע דורות, וואונטשט מען דאס קינד אז "כן יכנס לתורה לחופה" ער זאל בלייבן זיין גאנץ לעבן מיט די פייער פון די פריערדיגע דורות נאך וועמען ער הייסט. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט, נעכטן ביים וואך נאכט האט דער פעטער הר"ר יקותיאל טייטלבוים שליט"א זיך אנגערופן אין א שמועס, אז קארלסבורגער רב זצ"ל איז געווען פארקערט פון אלע רבי'ס. געווענליך ביי א גוטער איד איז דער וואס איז אינדרויסן ער זעט דעם רבי'ן מיטן שטריימל און ווייסע בעקיטשע און אלע קלאטשן פאר אים, ער איז א חסיד; די וואס דרייען זיך נאנט צו אים אינעווייניג זעט זיין הנהגה ווען קיינער זעט נישט. די וועלט זאגט אז די ווייב, דער גבאי און די קינדער קענען נישט זיין קיין חסידים... ביי רב זצוק"ל איז געווען פארקערט. די פון אינדרויסן האבן נישט אייביג פארשטאנען זיין הנהגה, אבער די נאנטע האב געזען פאר זיך א צדיק וואס איז אויסגעטון פון דער וועלט, עס אינטערעסירט אים גארנישט נאר זיצט און לערנט שעות אויף שעות, און דינט דעם אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת. דער ראש ישיבה שליט"אהאט אנגעווינטשן אלע משתתפים מען זאל זוכה זיין אריינצוכאפן וואס מער צו דינען דעם אייבערשטן אין די יארן וואס מען האט אויף דער וועלט. הָרַחֲמָן, הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי יְהֹוָה אֱלֹהָיו עִמּוֹ. 📅 טעגליכע בריוו, כ"ה אדר תשפ"א, איבער די ברית 📅 טעגליכע בריוו, כ"ד אדר תשפ"א, איבער די פטירה פונעם זיידן 📸 מעמד הברית 🎞️ מעמד קריאת השם - ויקרא שמו בישראל "יחזקאל" ▶️ די פולע דרשות ביים סעודת ברית 📰 מזל טוב צום ראש ישיבה צום געבורט פון א אינגל 🎙️ פסחים ק"ח (15:20 איבער עבודת ה' פונעם גרויסן זיידן) 🎙️ פסחים ק"ט (9:10 איבער די ברית, און איבער די התמדת התורה פון זיידן) 🗞️ כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע 📰 פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 💬 שאלות ותשובות: שמחות 📜 בריוו: שמחות

    < זעה מער כו אדר תשפ"א 📝
  • שמחת הברית למזל טוב ביים ראש ישיבה שליט"א היינט אין ישיבה

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. דער ברית קומט פאר היינט בעז"ה דינסטאג ויקה"פ אין ישיבה היכל הקודש 2:00 מיטאג. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (פון ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל גיין צו א ברית ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב) וַהֲקִמֹתִי אֶת בְּרִיתִי אִתּוֹ לִבְרִית עוֹלָם לְזַרְעוֹ אַחֲרָיו 📜 נעמען נאר א מוהל מומחה 📰 וואך נאכט און ברית ל"ג בעומר תש"פ פון ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים וואך נאכט פון ערשטן אייניקל 📸 ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה 📸 סעדות ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה

    < זעה מער כה אדר תשפ"א 📝
  • פון די ארכיוון: כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע

    שטיינעדיג מיט בלויז איין טאג נאך די פלוצימדיגע פטירה פון גרויסן גאון און פוסק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל איז נארוואס אפגעפינען געווארן אן ברייטע אויטענטישע באריכט אין לשון הקודש אין "חדשות ברסלב" אויסגאבע פון בערך 25 יאר צוריק, פון א דרשה וואס גרויסער גאון זצוק"ל האט דאן געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בארא פארק. &nbsp; אט איז א פרייע איבערזעצונג אויף אידיש: &nbsp; ❞מיטוואך האט כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) אפגעראכטן א גרויסע סעודת שבע ברכות פאר הונדערט און פופציג היימישע חסידישע אינגעלייט וואס באטייליגן זיך וועכענטליך ביים ליל שישי שיעור. ווי באקאנט קומען זיך צוזאם שוין עטליכע יאר א שיינער ציבור יעדן ליל שישי, צום שיעור אויף די אידישע שפראך וואס כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) געבט אויף חומש רש"י מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. עס קומען כסדר צו פרישע בחורים און אינגעלייט, וויבאלד זיי זענען נישט געווען ביי די חתונה, האט מוהרא"ש אפגעראכט פאר זיי א ספעציעלע שבע ברכות.❝ &nbsp; ❞עס האבן זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פילע גרויסע רבנים וואס שעצן שטארק מוהרא"ש און לערנען זיינע הייליגע ספרים אויפן וועג פון הייליגן רבין.❝ &nbsp; ❞הגאון המפורסם ר' יחזקאל ראטה שליט"א (זצוק"ל), אב"ד קארלסבורג האט אויפגעטרעטן מיט א לאנגע דרשה מיט בכיות עצומות פון גרויס התרגשות. ער האט פארציילט וויאזוי ער אליין האט באזוכט יבנאל און האט געזען מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע פעולות וואס מוהרא"ש טוט. ער האט פארציילט ווי ער האט געזען די הערליכע קהילה וואס באשטייט פון איבער צוויי הונדערט און פופציג משפחות, וואס אלע גיין אויפן ערליכן אויסגעטרעטענעם וועג על דרך המסורה לנו מדור דור, און ווי ער האט באזוכט אין די דארטיגע ישיבה, כולל, תלמוד תורה און אין די מקוואות וואס מוהרא"ש האט געבויעט. ער האט געזאגט אז ער האט נישט גענוג ווערטער מסביר צו זיין ווי די קהלה אין יבנאל האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין שום קהילה אויף דער וועלט. ער האט געוויינט מיט גרויס ווייטאג אויף די גרויסע רדיפות וואס מוהרא"ש ליידט זיך צוזאם פונעם רשע מרושע, וואס מסר'ט מוהרא"ש כסדר מיט פאלשע רשעות'דיגע קלאגעס. ער האט זייער מאריך געווען מיט דעם מיט מורא'דיגע בכיות, ביז אלע האבן מיטגעוויינט.❝ &nbsp; ❞נאכן בענטשן האבן אלע באטייליגטע זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר לאנגע שעות.❝ &nbsp; ❞וואויל זענען די אויגן וואס האבן דאס אלעס צוגעזען".❝ &nbsp; עד כאן פונעם באריכט. &nbsp; &nbsp; 📸 בילדער פונעם באזוך פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג אין יבנאל 📸 כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל באטייליגט זיך ביי שבע ברכות פון אן אייניקל ביי מוהרא"ש זי"ע - טבת תשס"ט 📰 פטירה פון כ"ק מרן גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 🗞️ דער אריגנעלער באריכט 📜 דער ראש ישיבה רעדט פון די גרויסע זכיה צו באדינען זיין גרויסן זיידן

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • קרית ברסלב גראסערי

    פארגאנגענעם זומער האט מען זיך אריינגעלייגט צו עפענען א גראסערי אויף די בקשה פון ראש ישיבה. דער אייבישטער האט געהאלפן אז מען האט געטראפן די פאסיגע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט פון צושטעלן פארן שטעטל א געשעפט מיט אלע גראסערי געברויכן, עס זאל האבן א גרויסע אויסוואל, מיט גוטע סטאר שעה'ן, גוטע פרייזן. מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געטראפן א גוטע פלאץ פארן גראסערי, און מען האט תיכף אנגעהויבן אויסצושטאפירן די גראסערי מיט אלע צוגעהערן. שעלווינג, פרידזשידערס, פריזערס, אינווענטארי און טשעק-אַוט סיסטעם. דערנאך האט מען אנגעהויבן איינקויפן אלע פראדוקטן וואס א גראסערי דארף צו האבן. יעצט ווען מיר שרייבן דעם ארטיקל - מאנטאג ויקהל פקודי - קען מען שוין מבשר זיין די גוטע בשורה, אז יא מען האלט שוין אינמיטן אויספאקן די באקסעס און אנפילן די שעלפס. מען האפט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך צו עפענען דעם נייעם גראסערי שוין אויף דעם סוף וואך. ווי מען געט אונז איבער וועט דער גראסערי האבן א גאר סאפיסטיקריטער "סעלף טשעקאַוט סיסטעם", כדי אז אפילו דער וואס קען קומען נאר קומען אין די שפעטע נאכט שעות, זאל אויך קענען איינקויפן. יֹאכְלוּ עֲנָוִים וְיִשְׂבָּעוּ 📸 די שעלפס אין גראסערי ווערן אנגעפילט 📰 נייעס פון קרית ברסלב - אדר תשפ"א 📰 קרית ברסלב שאטל 📸 דער נייער מקוה אין שטעטל ביים דענמען ביהמ"ד 🎞️ די קינדער אין קרית ברסלב דאווענען מיט געשמאק &nbsp;

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל

    תלמידי היכל הקודש איבער די וועלט באוויינען די פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, גאב"ד קארלסבורג, דער גרויסער זיידע פון יבדלט"א דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז נסתלק געווארן היינט אינדערפרי אין די עלטער פון זעקס און אכציג יאר. דער גרויסער נפטר האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע יארן צום גוטן און האט זוכה געווען אויסצואוואקסן פון די גרעסטע פוסקים אין דור נאר דורך זיין געוואלדיגע התמדת התורה, ווען ער האט אלץ געלערענט און געזאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק צי ער האט יא אדער נישט פארשטאנען. אזוי האט זיך אים צוביסלעך געעפענט דעם קאפ ביז די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר אים, און איז אויסגעשטיגן פון די גרעסטע פוסקים פון דור, וואס די שווערסטע שאלות פלעגן אנקומען צו זיין טיש, אזוי אויך האט ער זוכה געווען אויפצושטעלן הונדערטער מורה הוראה בישראל, און איבערגעלאזט שיינע הערליכע אידישע דורות. דער ראש ישיבה האט אסאך מאל זיך אויסגעדרוקט זייער שטארק אויף זיין גרויסן זיידן, און אויף די גרויסע זכיה וואס ער האט געהאט אים צו באדינען פאר א לאנגע צייט. אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט ביי א געלעגענהייט אז א דאנק זיין גרויסע זיידע האט ער זוכה געווען צו וויסן די חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, ווען זיין זיידע פלעגט אים אלץ ווייזן אויף די געהויבענע ברסלב'ע חסידים אין מירון מיט גרויס שעצונג "קוק דיך גוט אים דא, וועסטו זען וואס מיינט אן אמת'ע ברסלב'ע חסיד". די לויה וועט ארויסגיין היינט זונטאג אום 2:00 פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויף 1556 53סטע גאס, און מארגן מאנטאג וועט דער מיטה אנקומען בעז"ה קיין ארץ ישראל מיט א פריוואטע פליגער צוליב וואס די לופטפעלד אין ארץ ישראל איז פארמאכט אין די יעצטיגע טעג, ווי ער וועט קומען לקבורה אין עיה"ק מירון סמוך ונראה צום ציון פון התנא אלוקי רשב"י אין וועם ער איז געווען שטארק דבוק. ווי עס זעט אויס וועט דער ראש ישיבה דערפאר נישט קענען אנקומען צו די לויה אין ארץ ישראל, דאס איז אויסער וואס דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם דינסטאג א ברית פאר זיין זון וואס איז אים געבוירן למז"ט. פאר אונז איז נאר געבליבן זיך אפצולערנען פון די גרויסן גאון וצדיק, און אויסנוצן אונזערע טעג אויף דער וועלט, און זיך צוקלעבן צו די הייליגע תורה, און זיין דבוק צו צדיקים, און גיין אין זייערע וועגן, וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט. גְּדוֹלָה מִיתַת צַדִּיקִים יוֹתֵר מִשְּׂרֵפַת בֵּית אֱלֹקֵינוּ 🎞️ נייע קליפ פון בר מצוה פון זון פון ראש ישיבה 2 חדשים צוריק, ווי מען זען דעם גרויסן גאון זצ"ל בענטשן אין א סידור מלה במלה 📅 דער ראש ישיבה שרייבט איבער די פטירה פון גרויסן זיידן זצוק"ל 🎞️ דער ראש ישיבה איז מספיד זיין באבע הרבנית מקארסלבורג ע"ה אין מירון 📰 דער ראש ישיבה פארט צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית ע"ה 📸 דער גרויסער זיידע באטייליגט זיך ביים חתונה פון זיין אייניקל דער זון פון ראש ישיבה מיט 3 וואכן צוריק 📸 דער ראש ישיבה לייגט תפילין פאר זיין זון ביים גרויסן זיידן פאר 2 חדשים צוריק 🎞️ דער ראש ישיבה זינגט הנורת ביים גרויסן זיידן חנוכה תשפ"א 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער משמש זיין דעם גרויסן זיידן 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער די באזוך פונעם גרויסן גאון אין יבנאל

    < זעה מער כג אדר תשפ"א 📝
  • 🧱 פלענער פארן בנין אין אומאן וואס איז שוין אויסגעוואקסן

    נאך אזא שווערע יאר וואס איז פאריבער, הויבט שוין אן צו שיינען די ליכטיגקייט פונעם הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויף די הייליגע נסיעה קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז דאס יאר זאלן מיר קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען. ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, און דערנאך ווען עס איז אויסגעוואקסן האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן. דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינגען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו. מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו-האַ פון די "פּושקינא" גאס, א ריין ווינקל צוגעפאסט פאר תלמידי היכל הקודש וואס קומען מיט די קינדער שלא טעמו טעם חטא. געלויבט דעם אייבערשטן מען האט אויפגעבויעט אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין. פאר דריי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס איז נאך דאן געווען ממש רוי, און איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן פארנעם, עס האט געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, אבער אלעס אויף א פראוועזארישן אופן. פאר צוויי יאר צוריק איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך. פאריאר האט מען ב"ה צוגעקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, מען זאל קענען צובויען און זיך אויסברייטערן. פאריאר האט מען אריינגעלייגט אימערמידליכע גרויסע כחות אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צו פארן צום רבינ'ס ראש השנה, אינגעלייט האבן זיך מוסר נפש געווען, געקויפט טיקעטס פאר טייער געלט, און זיך געוואלגערט עטליכע טעג אויף די וועגן, און פרובירט אלע סארטן אומוועגן אנצוקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט, צו סוף דער ראש ישיבה מיט די תלמידים געפראוועט דעם ראש השנה אין קרית ברסלב שטעטל אין אפסטעיט. היי יאר זענען אלע אנשי שלומינו מתפלל מען זאל קענען איבערקומען אלע מניעות און שטרויכלינגען וואס די סטרא אחרא לייגט אריין אויפן וועג, יעדער מיט זיינע פריוואטע מניעות, און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אנצוקומען צום הייליגן רבין ווי ער האט געבעטן און געפאדערט. עס ווערן יעצט געמאכט פלענער פארן בנין אויפן קומענדיגן יאר, ווי מען זעט שוין אז עס איז אוממעגליך אריינצונעמען אלע אנשי שלומינו וואס ווילן וויילן דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. פאלגענד זענען די פראיעקטן וואס וועלן געמאכט ווערן אין די קומענדיגע חדשים, בעזרת השם יתברך: 🧱 מען דארף ענדיגן די אויבערשטע צוויי שטאק שלאף צימערן נאכצוקומען די גרויסע פארלאנג. 🧱 עס דארף ווערן געקויפט און אינסטאלירט אן עלעוועטיאר וואס פעלט זיך אויס פאר אזא הויכע בנין. 🧱 מען דארף בויען א נייע גרויסע לאנטש רום וואס די יעצטיגע איז שוין געווען ממש אוממעגליך אריינצונעמען דעם גרויסן ציבור. 🧱 מען דארף בעז"ה פארגרעסערן די מקוה (אויף די פלאץ פון לאנטש רום) 🧱 מען דארף מאכן א פראקטישע קאווע צימער, 🧱 מאכן א קלענערע לאנטש רום וואס זאל ווערן גענוצט פאר טאטעס מיט קליינע קינדער וואס עסן אין אנדערע צייטן. דער נייער בית הדפוס אין אומאן נסיעה אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל

    < זעה מער כ אדר תשפ"א 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין

    אין די יעצטיגע טעג ווערט פראקלאמירט דער יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין, וואס צילט אויסצוצאלן אלע מלמדים און כלי קודש פון די מוסדות אויף פסח. אזויווי אין די לעצטע וואכן האט דער בן גמלא ספאנסערשיפ קאמפיין מצליח געווען מיטן אייבערשטענס הילף, און פילע אידן האבן זיך שיין משתתף געווען. און דערמיט אפגעצאלט אסאך חובות וואס מען איז געווען שולדיג פאר די טייערע מלמדים.&nbsp; דערפאר איז באשלאסן געווארן אז לכבוד די קמחא דפסחא קאמפיין וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו אנצושליסן אינעם בן גמלא קאמפיין דורך ערמעגליכן צו צעטיילן די בן גמלא פעימענטס אויף בלויז $84 א חודש, וואס איז א סכום וואס מער קענען זיך ערלויבן און אזוי ארום אנטייל נעמען אינעם בן גמלא-קמחא דפסחא קאמפיין, און באצאלן א מלמד פאר איין וואך. דער ציל פונעם קמחא דפסחא קאמפיין איז אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב. און אויך סטאביליזירן די בודזשעט מ'זאל צאלן צייטליך די מלמדים יעדע וואך פון יעצט. דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב פון די מוסדות זייער שווער. ברוך ה' די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קמחא דפסחא קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. שליסט אייך אן און שטיצט די הייליגע מוסדות, רופט ר' אברהם משה שטראסער 917-578-0495 אדער ר' אהרן פיש 347-889-9892. כל דכפין ייתי ויכול! 📸&nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אריין די וואס זענען זיך משתתף אינעם קמחא דפסחא קאמפיין תש"פ &nbsp;

    < זעה מער יט אדר תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1171 to 1185 of 1673 results

1 2 ... 76 77 78 79 80 81 82 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com