Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • א פרייליכע פורים המשולש אין ישיבה

    א גאר שיינער פורים המשולש איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה.   תענית אסתר א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, מען האט געגעבן מחצית השקל. נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה. ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן.   פורים אינדערפרי דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה, דערנאך האט מען געפראוועט א סעודת פורים אין ביהמ"ד, דער ראש ישיבה האט אויפגענומען דעם ציבור און ווארים אנגעווינטשן און געפועלט ישועות בפרט שידוכים פאר בחורים.   ליל שבת קודש עס איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר לכה דודי און האט ארויסגעברענגט אז "ווילאנג א מענטש האלט אז ער קען, ער ווייסט, ער פארשטייט - קען ער גארנישט, און וועט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען א מענטש אנערקענט ער אליינס קען גארנישט, מען ווארפט זיך אונטער די הנהגה פון אייבערשטן, און מעל פאלגט דעם צדיק, דעמאלטס איז מען מצליח", מ'האט געזינגען און געטאנצן פארן דאווענען און נאכן דאווענען, און ביי לכה דודי.   שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות, ווי דער רבי שרייבט איבער דער "יד הקטנה וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט", האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דער יד הקטנה, קען ארויפגיין אויף א "סמארטפאון" וואס פארשטעלט אלעס, און מען פארלירט דעם טעם אין אידישייט, און פון לעבן.   שלש סעודות דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שיחה קל"א אין שיחת הר"ן, דורך פאטשן און טאנצן איז מען ממתיק דינים, דער רבי פירט אויס דער שיחה "אזוי האב איך געזאגט", האט דער ראש ישיבה גאזאגט אז דאס מיינט אז מען דארף דאס טון לעובדא ולמעשה.   מוצש"ק מען האט געפראוועט דער סעודת משתה היין, צוזאמען מיט די שבע ברכות פאר החתן אהרן לונגער, מתלמיד הישיבה, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה מען האט געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט. נאכן טאנצן האט דער ראש ישיבה גערעדט, דער ראש ישיבה האט געזאגט "א שאד אז מענטשן גייען דורך צרות, און ווייסן נישט די עצה פון התבודדות. בעטן דעם אייבערשטן איז איין זאך, התבודדות, דאס הייסט שמועסן מיט אייבערשטן איז עפעס אנדערש. ווער עס ווייסט פון התבודדות איז א באפרייטער מענטש, אזא מענטש גייט אים גארנישט אן, עס באדערט אים גארנישט, ער קוקט אויף קיינעם נישט, און האט א גוטע לעבן".   זונטאג נאכמיטאג מען האט געפראוועט א סעודת שושן פורים אין ישיבה, מ'האט געוויזן סליידס פון מוהרא"ש יארן צוריק אום פורים, ווי ער זאגט צווישן אנדערע אז ער איז געקומען אויף דער וועלט נאר צו העלפן בחורים און מיידלעך.  דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט "ביזט יעצט אנגעקומען צום רבין ביי די פופציג, הייב אן יעצט, עס איז נישט דערנאך", אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נעקסטע וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן פסח'דיג צו מאכן, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו וויסן וויאזוי מען מאכט פסחדיג, און אז עס בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויפן ניגון "קרב יום" פאר גאר לאנגע צייט. 📸 מגילה ליינען ביים ראש ישיבה 📸 פורים נאכמיטאג ביים ראש ישיבה 📸 סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📸 שושן פורים אין ישיבה 🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים ▶️ דרשה ביים סעודת שושן פורים 🎞️ סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📰 פורים אין היכל הקודש אין ירושלים 📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים 📰 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים 📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה וְשָׂשֹׂן וִיקָר

    < זעה מער יח אדר תשפ"א 📝
  • פורים אין היכל הקודש ירושלים

    די "משמחים" הפצה גרופע דערפרייען אידישע שטובער אום פורים א הפצה ווען איז ארום געפארן אין גאסן פון הייליגן שטאט ירושלים, און האט מפיץ געווען די אור פונעם הייליגן רבין און האט דערפרייט אידישע קינדער אינעם הייליגן יום טוב פורים. תיכף נאך תפלת שחרית אינדערפרי, האבן זיך די בחורים געזעצט לערנען יעדער זייערע שיעורים כסדרן. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ווען אויפן וועג נוצט מען אויס די צייט מיטן לערנען און מפיץ זיין. די גרופע "משמחים" האבן אנגעהויבן מיטן סעודת פורים ביי הרה"ח ר' בעריש קרויס הי"ו, וואס געבט זיך אינגאנצן אוועק א גאנץ יאר פאר הפצה, און יעצט ביים סעודה האט ער מנדב געווען א שיינע סכום פארן מרכז הפצה, דאס איז אויסער וואס ער האט אוועקגעבארגט זיין אייגענע ווען פאר די "משמחים" גרופע צו קענען מפיץ זיין אום פורים. דערנאך האט די גרופע זיך ארויסגעלאזט באזוכן ביי פילע אידישע שטובער, זינגענדיג די ניגונים פון ישיבה וואס מאכט דאס הארץ בענקען צום אייבערשטן, מען האט זיי זייער ווארים אויפגענומען, און געגעבן שיינע סכומים. "וּבְכָל מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר הָרֹאש יְשִיבָה מַגִּיעַ שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים ..." אין די גאסן פון ירושלים האט מען געזען אסאך פרייליכע פנימער פון אלע זייטן ווען זיי האבן געהערט די ווען מיט די הויכהילכער פון זאך זינגען די הייליגע ניגונים פון ישיבה, פילע זעענדיג די בילדער און די חיזוק ווערטער אויפן ווען זייענדיג בגילופין, זענען צוגעלאפן "קושן" די בילדער מיט א געוואלידיגע ליבשאפט שרייענדיג "דאס איז מיין לעבן" א.א.וו. און האבן באווארפן די מפיצים מיט צדקה, און גענומען די הייליגע ספרים. מען האט ברוך השם שיין מצליח געווען און אנגעקומען צו אסאך הייזער, אבער די משמחים האבן אויסגעדוקט זייער אנטשוליגונג אז זיי נישט אנצוקומען איבעראל, צוליב די פילע רופער וואס איז געווען מער פון זייער יכולת. מען קען נאך געבן צדקה פאר די מרכז הפצה אין ירושלים ביי "נדרים פלאס" אויף דעם לינק. סעודת משתה היין אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען אינאיינעם אין בית המדרש היכל הקודש, אויף רחוב רביה"ק רבי נחמן מבסלב זי"ע אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך געפריידט און געטאנצן לכבוד פורים, עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט אזוי זיך געפרייט ביז אין די שפעטע פארטאגס שעה'ן. 📸 בילדער פון די משמחים 📸 סעודת משתה היין אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים &nbsp; וִימֵי הַפּוּרִים הָאֵלֶּה לֹא יַעַבְרוּ מִתּוֹךְ הַיְּהוּדִים וְזִכְרָם לֹא יָסוּף מִזַּרְעָם

    < זעה מער יז אדר תשפ"א 📝
  • 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט

    יעדן טאג באקומט אונזער "ברסלב סענטער" וועבסייט טויזנטער באזוכער פון אידן איבער די גאנצע וועלט וואס זענען געוואויר געווארן פון די זיסע וועגן וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס. זיי קומען ארויף און הערן אויס די שיעורים פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט, זיי דאונלאודן גליונות, אדער קונטרסים פון "ברסלב סענטער" און זאגן אונז ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוט. עס קומען כסדר צוריק גריסן פון מענטש ווי "איך האב אנגעהויבן לעבן מיט אייבערשטן", "מיין שלום בית איז נישט צו דערקענען", "איך האב קיינמאל נישט געשפירט די זיסקייט פון די הייליגע תורה ווי יעצט", "איך האב אנגעהויבן ליב צו האבן אהיימצוקומען צו מיין ווייב און קינדער, מיין שבת טיש איז יעצט אזוי געשמאק" א.א.וו. און זיי האבן כסדר געבעטן "מיר ווילן קויפן דעם און דעם ספר פון מוהרא"ש זי"ע", אדער "וואו קען מען קויפן סידיס פון ראש ישיבה שליט"א?" א.א.וו. דערפאר האט די מאנשאפט אריינגלייגט גרויסע כחות אין די לעצטע פאר חדשים צו קענען עפענען דעם "געשעפט" אפטיילונג פון אונזער וועבסייט. מען האט אינוועסטירט גאר אסאך צייט, געלט, און מיה, צו אויפשטעלן און מסדר זיין דעם "געשעפט" בלאט פון "ברסלב סענטער", וואו מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, און נאך פארשידענע ארטיקלען, און עס באקומען דעליווערט אהיים צום טיר. אין די טעג ווערט נאך אויסגעארבעט די לעצטע טעכנישט דעטאלן פונעם געשעפט אפטיילונג, וואס וועט בעז"ה זיין מסודר הערליך שיין און קלאר, און גרינג צו באנוצן. די פראיעקט פון אויפהאלט דעם וועבסייט און עס כסדר פארבעסערן ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין דורכ'ן דרוקן דעם לינק. &nbsp; 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט

    < זעה מער יג אדר תשפ"א 📝
  • נייעס פון שטעטל

    פאריגע וואך איז פארגעקומען א מיטינג פון די הנהלה פון שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל אראפגעפארן צו קענען אנטייל נעמען, און דורכגיין פארשידענע וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר'ן עתיד פונעם שטעטל "קרית ברסלב" אין ליבערטי. מען האט אויסגעשמועס פארשידענע וויכטיגע ענינים, צווישן אנדערע: סיידוואלקס: מען האט אויסגעשמועסט די שוועריקייטן צו גיין אויפ'ן ראוד, בפרט ביינאכט איז עס א גרויסע סכנה. מען האט גערעדט צי עס איז דא א מעגליקייט אהערצושטעלן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פונעם ציבור. קלאס צימערן: עס זענען ברוך השם צוגעקומען אסאך נייע קינדער אין די הייליגע מוסדות, מען האט גערעדט איבער צובויען נאך קלאסן צום יעצטיגן בנין המוסד אדער גאר אפקויפן נאך א בנין. שוחטים: דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט שוחטים פאר די קהילה. מען האט איבערגעגעבן א רעפארט איבער זייער פארשריט. די שוחטים לערנען פלייסיג, און לעצטנס זענען זיי ספעציעל אראפגעפארן צו א שלאכט הויז זיך צו לערנען צו שחט'ן אין פראקטיק. מען האפט בקרוב צו קענען מעלדן מער פרטים ווען די שחיטה וועט זיך אנהייבן למעשה. סטריט לייטס: צוליב וואס ביינאכט איז זייער טונקל אין שטעטל, האט מען איבערגעגעבן וואו מען עס האלט די געשפרעכן מיט די עלעקטעריק פירמע, אז זיי זאלן אינסטאלירן סטריט לייטס ביי אלע הייזער. דירות: צוליב די פילע משפחות וועלכע ווארטן זיך ארויסצוציען, הערשט יעצט א געוואלדיגע דירות מאנגל, וואס מיט תפלה וועט מען עס אויס'פועל'ן אם ירצה השם. ביקור חולים: צוליב די קאראנע אונטערגאנג, לאזן די שפיטעלער נישט אריין קיין באזוכער. מען האט געשמועסט איבער די באמיאונגען וואס מען טוט אז דער לאקאלער "העריס האספיטאל" זאל אריינלאזן די פרויען פון ביקור חולים פון שטעטל באזוכן די קראנקע, זיכער צו מאכן אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, און אויך ערלויבט ווערן אנצופילן די ביקור חולים צימערן מיט עסן און אלע באדארפענישן. בית החיים: אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט שטענדיג מיט אונז אז מען זאל לעבן מיטן תכלית, און געדענקען אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, איז געווארן ארויפגעברענגט פארשידענע הצעות וועלכע פלאץ ס'איז דא און וואו ס'איז די בעסטע געאייגענט, בקרוב וועט מען מעלדן מער פרטים. 📰 שאטל סערוויס אין שטעטל 📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין חדר 📸 דענמען מקוה אין שטעטל ▶️ דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו די קינדער אין חדר איבער זיך פארשטעלן פורים ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער יב אדר תשפ"א 📝
  • צום ערשטן מאל: בחורים וועלן משמח זיין אין אייער שטוב פורים תשפ"א אין ארץ ישראל

    חדש! המשמחים בארץ ישראל השנה מפתיעים בארץ הקודש &ndash; אחרי שבשנה החולפת ההפצה פרצה גבולות ודבר ראש הישיבה שליט"א התפשט לאורכה ולרוחבה, כבר אין זה סוד, שרבבות יהודים שואבים חיות לנפשם וחמצן יומיומי לנשמתם מחיזוקי ראש הישיבה שליט"א, עוטים בשקיקה על הגיליונות, החוברות, הניגונים, השיעורים והחיזוקים, ובולעים בצמא את מילות ראש הישיבה היחיד שמבין לליבו של כל אחד ואחד, וסולל דרך לחיים מתוקים שכמותם לא טעמו מעולם. וכעת, לעונג רב יהיה להזמין את המפיצים בכבודם ובעצמם, תלמידי הישיבה בארץ הקודש &ndash; לבוא לשמח אתכם בעצם יום הפורים המסוגל. נא תאמו תור מראש והמפיצים הנודעים המכניסים שמחה בלבבות לאורך כל השנה, יעלו לביתכם ויכניסו עימם ששון ושמחה עצומה, ותוכלו ליטול חלק ביד נדיבה בתנופת ההפצה בארץ הקודש. כידוע נפתחו בשנה האחרונה 3 בתי דפוס להדפסת הגליונות והחוברות של הראש ישיבה שליט"א, כאשר בכל שבוע מתרגמים את הגליונות והחוברות ללשון הקודש ומודפסים בירושלים, בני ברק וצפת בלמעלה מ 10000 עותקים, ומשם נלקחים להפצה בכל ערי הארץ, וכעת זה ההזדמנות להיות שותפים לדבר גדול זה. להזמנת ה'משמחים' תלמידי ראש הישיבה שליט"א לביתכם בעצם יום הפורים: התקשרו עכשיו להבטיח את תורכם: 052-7644-664 📰 חדשות במרכז הפצה בארץ הקודש בחודש העבר 📰 התרגשות בבני ברק המפיצים מתחדשים הבית הדפוס החדש 📰 בחורים אין אמעריקע וועלן קומען משמח זיין 🎦 שושן פורים תשע"ג אין ישיבה 🎦 פורים תשע"ג ביי מוהרא"ש זי"ע 📸 שושן פורים פלעי תש"פ אין ישיבה ------------------------------------------------------------------------------------- אין ארץ ישראל איז היי יאר איז דא אן אנגענעמע איבעראשונג - נאכדעם וואס עס איז אריבער א יאר וואס די הפצה האט געבראכן אלע גרעניצן, די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האבן זיך פארשפרייט אין די לענג אין די ברייט פון ארץ ישראל, איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, אז צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז דער איינציגער וואס מען שפירט ווי ער פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער שווערע דור, און געבט פאר יעדעם אזא שיינע און זיסע וועג צום לעבן, וואס אזא זיסער טעם האט מען נאך קיינמאל נישט געשפירט. יעצט היי יאר פורים תשפ"א, וועט מען האבן די ערשטע מאל די געלענגעהייט צו איינלאדענען די הייליגע מפיצים - די תלמידים פון ישיבה אין ארץ ישראל - צו קומען און משמח זיין ביי אייך אין שטוב אינעם מסוגל'דיגן טאג פון פורים. ביטע באשטעלן אן אפוינטמענט פון פאראויס, און די מפיצים וואס דערפרייען טויזטער אידישע הערצער במשך א גאנץ יאר, וועלן קומען צו אייך אין שטוב און מיטברענגען מיט זיך א שמחה און געשמאק, און וועלן זינגען די הערליכע ניגונים וואס דערווארימען דאס הארץ, און ברענגען נאנט אידישע קינדער צום אייבערשטן. און גלייכצייגיג וועט איר האבן די געלעגעהייט צו שטיצן מיט א ברייטע האנט די הפצה אפאראט אין ארץ ישראל. ווי באקאנט האט זיך געעפעט במשך די לעצטע יאר דריי נייע בתי הדפוס צו דרוקן די גליונות און קונטרסים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל. יעדע וואך איז מען צוערשט מתרגם די גליונות און קונטרסים צו לשון הקודש, מען דרוקט עס דערנאך אין ירושלים, בני ברק, און צפת איבער 10,000 קאפיעס, נאכדעם פארשפרייט מען עס פון דארט צו אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל. יעצט האט איר די געלעגענהייט צו זיין א שותף אין דעם הייליגן פראיעקט. צו באשטעלן די גרופע "משמחים", תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צו אייך אין שטוב אין פורים, פארבינדט אייך שוין צו פארזיכערן אייער אפוינטמענט: 052-7644-664 והעיר שושן צהלה ושמחה

    < זעה מער יא אדר תשפ"א 📝
  • 🎭 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"

    אין א באזוך וואס דער ראש ישיבה האט אפגעשטאט אין חדר פאריגע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די קינדער איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים וואס קומט שוין אן, און וואס מען לערנט זיך ארויס פון די מגילה. אינמיטן די שמועס האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט פאר די קינדער און זיי געוויזן א לעבעדיגע ביישפיל, אז מען זאל נישט מוטשען א מאמע און ארויסקוועטשן דורכדעם טייערע פארשטעלאכטס, כדי צו ווערן אזוי א "מעכטיגע אינגל" - ווי די קינדער רופן דאס. "וויאזוי איז מען א מעכטיגע אינגל"? האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער - "ווער עס טשעפעט נישט - ער איז דער מעכטיגסטער אינגל אין ברסלב!" האט דער ראש ישיבה געענטפערט, "מעכטיג איז א אינגל וואס פאנטשט נישט אנדערע קינדער!" דער ראש ישיבה האט ווייטער ערקלערט פאר די קינדער "אויב פורים גייסטו זען אין שול א אינגל וואס האט נישט עפעס א טייערע קאסטיום, ער האט עפעס א פלעינע זאך, זיין מאמע האט אים געזאגט 'דאס' איז די בעסטע פארשטעלאכטס", דער ראש ישיבה האט ארומגעבינדן א שאל ארום זיין קאפ און געוויזן פאר די קינדער "וועסט זיין א באביטשקע, גיי ארום אזוי איינגעבויגן", דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט און געוויזן פאר די קינדער צו די געלעכטער פון די זיסע קינדערלעך, "אזא גוטע פארשטעלכאטס" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט, "עס קאסט נישט קיין געלט!", "אויך קען מען מאכט די גלעזער פארקערט, אזוי" האט דער ראש ישיבה געוויזן, "קוק, איך בין פארשטעלט!" דערנאך האט דער ראש ישיבה זיי געוויזן וויאזוי מ'קען זיך פארשטעלן ווי א רבי, "יעצט וועל איך זיך מאכן ווייסע פיאות". דער ראש ישיבה האט גענומען א טישו, עס איינגעדרייט און אריינגעלייגט אין די גלעזער "קוק מיין ווייסע פיאות, עס קאסט נישט קיין געלט! א מעכטיגע פארשטעלאכטס!", דער ראש ישיבה האט געלייגט א טישו אויף זיין מויל "יעצט האב איך א ווייסע בארד" האט דער ראש ישיבה געוויזן צו די געלעטכער פון די קינדער. דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אזוי "פארשטעלטערהייט" ארומגעגאנגען די טישן פון די קינדער, איינגעבויגענערהייט ווי אן "עכטע רבי" וואס געט א ברכה פאר די חסידים, אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך געמאכט ווי ער פאלט פלוצלינג אראפ, בשעת די קינדער קוילערן זיך פאר געלעכטער און קענען נישט צו זיך קומען. דער ראש ישיבה האט זיך צוריק געזעצט אויף זיין פלאץ און אויסגעטון זיין "פארשטעלאכטס", און געזאגט פאר די קינדער "עטס האטס געזען? א גוטע פארשטעלאכסט!!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז נישט ווער עס מוטשעט די מאמע און פארמאגט א טייערע קאסטיום איז א מעכטיגע אינגל, "א מעכטיגע אינגל" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז צופרידן מיט וואס די מאמע געבט אים". דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די קינדער זאלן פארציילן ווער עס האט א "מעשה פון נישט מוטשען די מאמע", ווען די זיסע קינדער איינער נאך די צווייטע פארציילן מיט שטאלץ א מעשה'לע ווי ער האט נישט געמוטשעט זיין מאמע ווען ער האט עפעס געדארפט צו די ווארימע קאמפלימענטן פונעם ראש ישיבה "דאס איז א שיינע מעשה", "דאס איז א מעכטיגע אינגל!", "דאס איז מעכטיגע קינדער" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט. און אזוי האט זיך דער שמועס ווייטער געצויגן מיט די קינדער, און זיי ערלקערט וואס מיינט כיבוד אב ואם, און אז נישט געלט מאכט א מענטש חשוב, נאר זיין אויפפירונג, זיין 'עדיטוט' איז וואס מאכט דעם מענטש ארויפגעקוקט. 📸 בילדער ▶️ דער גאנצער שיעור ▶️ קורצע אויסשניט פונעם שיעור אויף "חיזוק יומי המתורגם"

    < זעה מער י אדר תשפ"א 📝
  • EVENING OF INSPIRATION TONIGHT 2.21.21 FOR WOMEN IN LAKEWOOD

    &ldquo;Boneini&rdquo; is presenting an Evening of Inspiration - transforming your marriage and improving relationships with your children - for women in Lakewood. A powerful lecture by the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. Guest of honor will be Mrs. Devorah Newman (Frommer), with a major speech by the renowned Kalla Teacher and Speaker Mrs. Chany Scharf. Come and join us tonight Feb 21 2021 at 8:00 PM at 1658 St Regis Ct. Toms River, NJ 08755 - Admission is free!&nbsp; Hosted by the dedicated Berger family.&nbsp; Event arranged by &ldquo;Boneini&rdquo; - Partner with a child&rsquo;s Torah learning zechus. 929.630.6070 subscribe@buneini.org. 📰 The BONEINI program in the news 🎞️ The Menahel Reb A M Strasser about BONEINI &nbsp; -------------------------------------------------------------------------------------------- מעכטיג פרויען אינספיראציע אווענט היינט זונטאג נאכט תצוה אין לעיקוואוד בניני טוט אראנזשזירן א גאר מעכטיג "אווענט פון אינספיראציע" פאר פרויען אין לעיקוואוד, היינט זונטאג תצוה תשפ"א. אינספיראצע און טיפס צו פארבעסרן די שלום בית און די באציאונגען מיט די קינדער. עס וועט אויפגעשפילט ווערן א גאר שטארקע דרשה דורכן ראש ישיבה שליט"א, עס וועט אויפטרעטן די חשובע גאסט רעדנערין מרת דבורה ניימאן (פראמער), און די באקאנטע כלה מדריכה און רעדנערין מרת חנה שארף קומט און רופט אייערע פריינט היינט זונטאג אוונעט אום 8:00 אווענט אויף 1650 סט. רעגיס קט. טאמס ריווער. איינטריט בחנם! אנגעפירט דורך די איבערגעגעבענע משפחת בערגער. &nbsp; עס ווערט ארארדזשירט דורך "בנינו" - ווערט א שותף מיט א קינד'ס לימוד התורה 929.630.6070 subscribe@buneini.org.

    < זעה מער ט אדר תשפ"א 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' - יעצט צו באקומען צום טיר

    אשר בנחל אידיש חלק ב' קען מען באקומען דעליווערט עס איז זייער שווער צשרייבן איבער דער הייליגער ספר "אשר בנחל". דער ספר וואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן מיט טינט נאר מיט בלוט פון זיין הארץ. מען רעדט פון דעם הייליגן ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף א מענטש פון זיין שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס די וואס זאגן אז נישט", מען קען נישט אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן. אין די לעצטערע יארן ווען עס האט זיך אנגהויבן צו פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען קיין לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגערוקט אין 6 הערליכע בענדער. יעצט איז אנגעקומען אין בית הדפוס א נייע שיפמענט פונעם ספר "אשר בנחל אידיש חלק ב'". און עס ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו באקומען דעם ספר ביים טיר פאר קאסט פרייז בלויז $13 אריינגערעכענט דעליווערי. כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, און הייבט אן לעבן א פרישע לעבן, א לעבן פון שלום בית, א לעבן פון לעבן מיטן אייבערשטן, א לעבן פון זיין דבוק אין די תורה, א לעבן פון זיך פרייען מיט יעדע קלייניקייט. רופט אריין אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט. 2אדער שיקט אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. 🌆 שיפמענט אשר בנחל קומט אָן אין קרן הדפסה 📜עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" 📬 איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ו אדר תשפ"א 📝
  • 🍷 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז גוט באוואוסט די ווייט גרייכענדע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען זעט וואס די טייערע בחורים האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה, וואס הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען לעבן מיט די דרשות, און מיט די "חיזוק יומי" אויסצוגן פון די דרשות. גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ברוחניות און בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים אויף אידיש וואס איז מחזק די אמונה אין אייבערשטן. אויך שעפן פילע אידן זייער אידישקייט און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע בריוו אין די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. זייער מערקווערדיג איז אבער דער גרויסער חילוק ווי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב פון די ישיבה, האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה. מען האט בכלל נישט באגריפן די תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד אבער איז דאס ב"ה פונקט פארקערט, עס הערשט אין די אידישע וועלט אזא געוואלדיגע צמאון און דורש אויף די ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'". די פארלאנג איז נאר געווארן מער און שטערקער מיט יעדע דורכגייענדע יאר. אין די פארגאנגענע עטליכע יאר האט מען שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג. פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, האט מען היי יאר איינגעשטעלט אז מען וועט נישט ארויפגיין צו קיינעם אויסער די וואס מאכן א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים רופט 917-232-9070.עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק שושן פורים. מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין לכבוד פורים אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. דער ווייבער שול וועט בעז"ה זיין אפן. 📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע 📁 קונטרס "א פרייליכן פורים" פון מוהרא"ש זי"ע 📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ מען טאנצט פורים ביי מוהרא"ש זי"ע - תשע"ג 🎦 שושן פורים פלעי תשע"ט אין ישיבה "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג" ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סעודת שושן פורים תש"פ ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ד אדר תשפ"א 📝
  • נייע ספר "איש יהודי" פונעם ראש ישיבה שליט"א ערשיינט בעז"ה אויף די חתונה

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף דאס ערשיינונג פונעם נייעם ספר "איש יהודי" א שיינער פירוש אויף מגילת אסתר פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ספר וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם לכבוד די שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א עב"ג בת הרב מרדכי אינדיג שליט"א. לקראת די גרויסע ימי הפורים הממשמשים ובאים, איז דער פאסיגסטער צייט ארויסצוגעבן דעם נייעם ספר וואס איז א זאמלונג פון שיינע געדאנקען אויף די מגילה, און געקליבענע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. דער ספר איז פול מיט שיינע געדאנקען, חיזוק און עצות וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע און פרייליכע טעג פון פורים אויפן ריכטיגן פארנעם, און וויאזוי מיטצונענמען די השפעות פונעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. עס וועט אי"ה זיין צו באקומען דעם מיטוואך פרשת תרומה ביי די חתונה אין בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט. אדער דורך רופן 845-418-3026. &nbsp; לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם

    < זעה מער ג אדר תשפ"א 📝
  • ☎️ הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף "קול ברסלב"

    &nbsp; מסודר'דיגע מפתח פון אלע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב" מיט אומגעפער א יאר צוריק האט זיך געעפנט די אינטערוויוס אפטיילונג אויפן פאפולערן "קול ברסלב" האטליין. דער נייער אפטיילונג איז גאר שנעל געווארן זייער אויפגעכאפט דורך די פילע טויזנטער טעגליכע אריינרופער. די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער אריינרופער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות. אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים. יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער הונדערט. איבער הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט. די נומער פון "קול ברסלב" איז 212-444-9191, אין אפסטעיט 845-351-0910, אין קאנאדא 438-300-8080, אין ענגלאנד 03303502361, אין ארץ ישראל 0797040066. אנצוקומען צו די אינטערוויוס דרוקט 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און דערנאך 5 פאר אינטערוויוס.&nbsp; מיר האפן אין די קומעדיגע צייט ארויפצולייגן די גאנצע ליסט פון אלע אינטערוויוס, מען זאל קענען גרינג טרעפן וועלכע אינטערוויו מען וויל. דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין. יעדע וואך גייט אריין אין די עצתו אמונה א הערליכע מפתחי פון אלע נייע שיעורים וואס ווערן ארויפגעלייגט אין די פארגאנגענע וואך. &nbsp; פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונג פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט: &nbsp; דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך: &nbsp; 0️⃣ אפדעיטס און נייעס &nbsp; 1️⃣ חיזוק יומי &bull; נייע שיעורים ◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א ◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע ◀❸ נייעסטע שיעור פאר בחורים ◀❹ נייעסטע שיעור פאר אינגעלייט ◀❺ נייעסטע שיעור אין בבלי ◀❻ נייעסטע שיעור אין ירושלמי ◀❼ קאראנע אפטיילונג ◀❾ ענינא דיומא &nbsp; 2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀❶ טעגליכע דרשות ◀❷ וועכענטליכע דרשות ◀❸ מועדים וזמנים ◀❹ חינוך שיעורים ◀❺ שו"ת און בריוו ◀❻ שולחן ערוך ◀❼ גמרא בבלי ◀❽ שיעורי נ"ך ◀❾ גמרא ירושלמי ◀❿ חיזוק קאלס ◀⓫ משנה תורה להרמב"ם &nbsp; 3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע ◀❶ בראשית ◀❷ שמות ◀❸ ויקרא ◀❹ במדבר ◀❺ דברים ◀❻ מועדים וזמנים ◀❼ פארשידענע דרשת ◀❽ ליקוטי מוהר"ן ◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן &nbsp; 4️⃣ מלמדים שטיבל &bull; אנדערע שיעורים ◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א ◀❷ מלמדים שטיבל &bull; שיעורי חינוך &bull; אינטערוויוס ◀◀① מלמדים שטיבל ◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י ◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס ◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים &nbsp; 5️⃣ היכל ניגנה ◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם&nbsp; ◀❶ ווארימע ניגונים ◀❷ גראמען ◀❸ לעבעדיגע ניגונים ◀❹ נוסח ◀❺ סינגלס ◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה &nbsp; 6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן ◀❶ משניות ◀❷ תהילים &bull; תיקון הכללי &bull; תפילת הדרך &bull; פרשת המן ◀❸ חומש ◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי ◀❺ ליקוטי מוהר"ן &nbsp; 7️⃣ פאמיליע ווינקל ◀❶ מעשיות פון תפלה ◀❷ סיפורי מעשיות ◀❸ סיפורי צדיקים ◀❹ הפצה בליצן ◀❺ אינטערוויוס ◀❻ 15 מינוטיגע לאנטש ברעיק שמועסן ◀❼ שיחת חברים &nbsp; 9️⃣ נדבות &bull; אנווייזונגען &bull; הוקאפ &bull; מערכת ◀❶ נדבות ◀❷ אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם האטליין ◀❸ וויאזוי צו באקומען די חיזוק יומי און די שיעורים ◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב אין אנדערע לענדער ◀❺ לייוו הוקאפ ◀❾ צו לאזן א מעסעדזש פארן מערכת &nbsp; שמעו ותחי נפשכם! &nbsp;

    < זעה מער ב אדר תשפ"א 📝
  • בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס

    דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען די בחורים פאר די שובבי"ם טעג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען מען גייט ארויס פון די חנוכה טעג, מען האט געצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, מען גייט אריין אין שובבי"ם, דארף מען זיך משלים זיין מיט תשובה, תורה, תפלה, ומעשים טובים, אזוי וועט מען אריינגיין אין אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". דער ראש ישיבה האט יעדן טאג ביים שיעור חיזוק, געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. די בחורים האבן טאקע אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. אלע בחורים האבן געענדיגט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס דאס אליינס קומט אן צו א סך הכל פון איבער "פופציג טויזענט בלאט גמרא", דאס איז אויסער די טויזענטער פרקים משניות, טויזענטער קאפיטלעך תהלים, און נאך שיעורים וואס יעדער בחור האט זוכה געווען צו ענדיגן. און אזוי גייען די בחורים צו צום שבת ראש חודש אדר, מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער כט שבט תשפ"א 📝
  • 🍲 דריי יאר פון בית התבשיל היכל הקודש שטילערהייט אן קיין פאמפע

    שוין גאנצע דריי יאר וואס צוויי טייערע אינגעלייט מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו האבן גענומען אויף זיך די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און אנפירן דעם בית התבשיל היכל הקודש. אן קיין רעש טוען זיי יעדע וואך צוזאם שטעלן דאס געלט און צושטעלן עסן און טרונקען בהרחבה וואס זאל זעטיגן און מחיה זיין אלע הונגעריגע. דער בית התבשיל ברענגט יעדע ערב שבת קודש נאכמיטאג אין בית המדרש באקסעס אנגעפילט מכל טוב וטוב לכבוד שבת, וואס כל דכפין קען אהיים נעמען אין שטוב. אין דעם איז אריינגערעכעט פרישע חלות, געקאכטע פיש און פלייש, פרישע קעיק, פיינע קוגל, און געשמאקע דיפס לכבוד שבת קודש. אינמיטן די וואך ברענגט דער בית התבשיל פיינע פרישע זופ, פלייש, גרינצייג, ברויט און נאך פילע פראדוקטן אז ווער עס דארף זאל קענען נעמען פאר זיך און די משפחה אז עס זאל גארנישט פעלן אין שטוב. עקסטער שיינט ארויס דער ספעציעלער פראיעקט פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב". זיי שטעלן צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. אינעם ארדער ליגט אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת. גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. פאריאר האט דער ראש ישיבה מנדב געווען א פריזער פארן בית התבשיל פאר א זכות אז זיין זון אלחנן זאל טרעפן א גוטע שידוך, און ב"ה נאך א קורצע צייט, האט מען געשלאסן דעם שידוך בשעה טובה ומצלחת. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דרוקט דא צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא. יאכלו ענוים וישבעו 🌆 לעצטיגע בילד פונעם בית התבשיל &nbsp;

    < זעה מער כו שבט תשפ"א 📝
  • מרכז הפצה אין ירושלים עיה"ק פארברייטערט מיט פרישע אקטיוויטעטן

    אין מרכז הפצה אין ארץ הקודש, איז די וואך געווארן אפגעצייכענט דאס ארויסגעבן דער 50סטער איבערגעטייטשטע "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש. מען האט אנגעהויבן איבערצוטייטשן די בריוו פון ראש ישיבה אין "עצתו אמונה" נאך די גרויסע פארלאנג פון יהודת ארץ הקודש, וואס א גרויס חלק פון זיי קען נישט ליינען קיין אידיש. די מפיצים לייגן אריין יעדע וואך אומגעהויערע כחות און צייט איבערצייטשן די הייליגע קונטרסים, פון וואס טויזנטער לשון-הקודש-רענדנע אידן איבער די וועלט און בפרט אין ארץ ישראל זענען זיך מחיה יעדע וואך. בפרט איז די שמחה גרויס ווען מען מען האט שוין אנגעויבן אנצונעמען סובסקריבשאנס אויך פאר תושבי ארץ ישראל. אין ארץ ישראל איז די פרייז 18 שקל א חודש. צו באקומען די עצתו אמונה אין ארץ ישראל רופט 03-957-0220 עקסטענשאן 7. &nbsp; אין אנדערע נייעס פונעם מרכז הפצה אין ארץ הקודש: ◾ פילע ספרי "גנזי המלך" אויף מגילת אסתר זענען אנגעקומען פאריגע וואך צום מרכז הפצה, אבער אלעס איז גלייך צוכאפט געווארן. מען ערווארט בעז"ה אין די נאנטע טעג א פרישע שיפמענט. ◾ די וואך וועט פארקומען אין ירושלים א גרויסע "כינוס המפיצים" ווי מען וועט אויפשפילן ווי אלע מפיצים פון איבער גאנץ ארץ ישראל פארציילן יעדער איינער זייער חלק אין הפצה. פאר מער פרטים קען מען רופן אויף קול ברסלב ארץ ישראל 03-957-0220. ◾ עס וועט בעז"ה פארקומען א גרויסע סיום פאר די פילע בחורים אין ארץ ישראל וואס האבן מסיים געווען יעדן טאג פון שובבי"ם גאנץ מסכת תענית ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אלץ א סגולה צו טרעפן א גוטע שידוך שנעל. דער סיום וועט בעז"ה פארקומען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל אום ליל שישי משפטים. זיך איינצושרייבן קען מען רופן 052-7644-664. ◾ מען קען שוין באקומען אין ארץ ישראל די הייליגע שיעורים, ספרים, און ניגונים פון ראש ישיבה שליט"א אויף א "יו-עס-בי דרייוו", אדער אויף "עס-די קארד" געשיקט צו טיר. צו בעטן שיקט אן אימעיל צו ae.148.148@gmail.com. &nbsp; 📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖 &nbsp; במרכז הפצה בארץ הקודש, צוין בשבוע את פרסום "עצתו אמונה" בלשון הקודש מספר ה50. החלו לתרגם את המכתבים של הראש הישיבה ב"עצת האמונה" לאחר הדרישה הגדולה של יהודי ארץ הקודש, שחלק גדול מהם אינם דוברי יידיש. מדי שבוע משקיעים המפיצים מאמצים רבים לתרגם את המכתבים, שמחיה אלפי יהודים דוברי לשון הקודש ברחבי העולם ובמיוחד בארץ ישראל. במיוחד השמחה גדולה שהם כבר התחילו לקבל מנויים גם לתושבי ארץ ישראל. המחיר 18 ₪ בלבד לחודש. להרשמה חייגו: 03-957-0220 בשלוחה 7. &nbsp; בחדשות אחרות ממרכז ההפצה בארץ הקודש: ◾ הרבה ספרי "אוצרות המלך" על מגילת אסתר הגיעו למרכז ההפצה בשבוע שעבר, אך כולם נתפסו מיד. משלוח חדש צפוי בימים הקרובים. ◾ השבוע יתקיים בירושלים "כינוס מפיצים" גדול, בו כל המפיצים מכל רחבי ארץ ישראל יספרו את חלקם בהפצה. לפרטים נוספים חייגו לקול ברסלב בארץ ישראל 03-957-0220. ◾ תתקיים בעז"ה מעמד סיום נהדר לתלמדים הרבים בארץ ישראל שסיימו בכל יום את כל מסכת תענית בכל יום מימי השובבי"ם, כפי שהנהיג מרן מוהרא"ש זי"ע ואמר שהוא סגולה בדוק ומנוסה למצוא שידוך טוב בקרוב ובנקל. האירוע יתקיים בהציון הקדוש של מוהרא"ש זי"ע ביבנאל בליל שישי פרשת משפטים. ניתן להרשם בטלפון 052-7644-664. ◾ ניתן לקבל את ספרי עצתו אמונה ודיסק און קי / כרטיס זיכרון עם שיעורי וניגוני הראש ישיבה שליט"א, עד הבית: לשלוח מייל - ae.148.148@gmail.com.

    < זעה מער כה שבט תשפ"א 📝
  • פרישע אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין: הזכרות ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן

    דער "רענט קאמפיין" וואס האט גענומען אויף זיך א ציל צו באצאלן די רענט פארן בנין פון די מסדות מאכט אין די טעג די לעצטע צוגרייטונגען צום גאר שיינעם מלוה מלכה און מסיבת הכרות הטוב. ווי זיי געבן איבער ווארט אפ פאר אלע משתתפים א גאר הערליכע פראגראם און זייער שיינע דרשות. ווי אויך וועט פארטיילט ווערן גאר נוצבארע געשאנקען פאר אלע חשובע נדבנים און פאר זייערע בני בית שתחי'. דער מלוה מלכה וועט פארקומען בעז"ה דעם דעם מוצש"ק פרשת יתרו, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אויך געט דער רענט קאמפיין איבער אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט א באס צום מלוה מלכה פונעם ביהמ"ד אויף די האשקי גאס אין ברסלב ליבערטי, וואס וועט ארויספארן מוצש"ק אום 7:25 און וועט צוריק פארן אום 12:30. (דער באס איז נאר פאר ערוואקסענע). דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די בשורה טובה אז דער רענט קאמפיין האט אנגעפאנגען א נייע אונטערנעמונג, צו אננעמען הזכרות און מתפלל זיין פאר די נדבנים ביים מקום מסוגל לקבלת התפלות ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. ביי סיי וועלכע געלעגענהייט ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין צו מזכיר זיין אייער נאמען. אויך געבן זיי איבער אז אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און מער, וועט מען מזכיר זיין זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש. &nbsp; 🌆 דער מלוה מלכה פארן רענט קאמפיין פארגאנעם יאר תש"פ

    < זעה מער כב שבט תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1186 to 1200 of 1673 results

1 2 ... 77 78 79 80 81 82 83 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com