Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אוי האט זיך עס געלוינט!

    גרשון קרעמער   די אידישע גאס איז אויף מיט די נייע הערליכע מוזיק ווידיא וואס איז ערשינען דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א מיט'ן נאמען "אוי האט זיך עס געלוינט" וואס איז געבויעט אויף די ניגון פון ר' אברהם מרדכי שווארטץ, מיט צוגעלייגטע ווערטער וואס ברענגען ארויס די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.   דער מוזיק ווידיא הייבט זיך אן מיט די ווערטער:   "אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."   "מי שהי' אצלי על ראש השנה צריך לשמוח מאוד."   "ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען!"   "אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."   אויף די ווידיא זעט מען ווי די בחורים לערנען פלייסיג אין ישיבה, זיי לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספר "חיי מוהר"ן" ווי דער הייליגער רבי שרייבט "הראש השנה שלי עולה על הכל. והיה פלא אצלי, מחמת שהמקורבים אלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקורבים אלי שיהיו כולם על ראש השנה, איש לא יעדר, כי כל עניין שלי הוא רק ראש השנה. והזהיר לעשות כרוז שכל מי שסר למשמעתו ומקורב אליו יהיה על ראש השנה אצלו, לא יחסר איש. ומי שזוכה להיות על ראש השנה ראוי לו לשמוח מאוד מאד. "אכלו מעדנים ושתו ממתקים כי חדוות ה' היא מעוזכם" וזה נאמר על ראש השנה"   דערנאך זעט מען ווי אלע בחורים שטעלן זיך אויף, דער ראש ישיבה קומט אריין. דער ראש ישיבה שליט"א רופט אויס: "ראש השנה שרייבט מען אפ, וואס עס וועט זיין מיט א מענטש, מיט זיין משפחה, די גאנצע קומענדיגע יאר, דא איז דא א צדיק רבינו הקדוש רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט צוגעזאגט ווער עס וועט קומען צו אים אין אומאן אויף ראש השנה, וועט האבן א גוט יאר, שידוכים פרנסה געזונט, און ער וועט אים מאכן פאר א גרויסע צדיק."   דערנאך רופט דער ראש ישיבה אויס מיט א שמחה "מען פארט קיין אומאן!"   אלע תלמידים ווערן זייער פרייליך, זיי הייבן אן צו טאנצן און זינגען "מען פארט קיין אומאן", אלע לויפן ארויס צום באס מיט די רענצלעך, מען פארט מיט א געוואלדיגע שמחה צום הייליגן רבי'ן.   בשעת דער ראש ישיבה שליט"א רעדט, זעט מען ווי איינער הערט זיך אונטער, און גלייך דערנאך רופט ער אן דעם טראוועל אגענט, און מען זעט ווי פרייליך ער ווערט ווען ער באקומט צוריק א טעקסט "דיין טיקעט איז קאנפירמד".   דערנאך זינגען אלע ווייטער צוזאמען   "ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען!"   "אוי, האט זיך עס געלוינט, אוי האב איך פארדינט."   🎦 לינק צום פולן מוזיק ווידיא

    < זעה מער יא אלול תשפ"ה 📝
  • נייע געשמאקע וועכענטליכע קאלומס אינעם "קרית ברסלב בלעטל"

    גרשון קרעמער &nbsp; פאר אונזערע ליינער דארף מען נישט פארשטעלן דעם שיינעם וועכענטליכן הערליכע משפחה מאגאזין. יעדער טרעפט זיך דארט הערליכע ארטיקלען מיט וואס מען איז זיך מחי', אנגעהויבן פונעם אויג פארכאפענדן דעקל וואס איז יעדע וואך אזוי פאכמאניש אהערגעשטעלט, נאכדעם אלע ארטיקלען, זאל עס זיין פונעם געטרייען רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, צי פון קענדי זיסע ארטיקלע פון ר' משה ארי', אדער פון די זאפטיגע אבזערוואציעס פון ר' ישראל העסקל, די נאסטאלאגישע זכרונות פון ר' אברהם משה, אונזערע נייעס אדער "אלץ און אלעמען" ארטיקלען (א ישר כח פאר אלע וואס שיקן גריסן (-; ), די ציענדע קינדער און פרויען אפטיילונגען, מעשיות פון תפלה, מעשיות פון צדיקים, א שבת טיש ביים ראש ישיבה שליט"א, און אזוי ווייטער. &nbsp; די רעדאקציע איז אבער נישט צופרידן, זיי טראכטן אלעמאל וויאזוי מען קען מאכן זאכן נאך בעסער און נאך שענער. אין די טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ארטיקלען, "עירנו", און "א וווארט צוויי". &nbsp; "עִירֵנוּ" ווערט געשריבן דורך די געטרייע הנהלה פון שטעטל, אלץ א פלאטפארמע צו מעלדן פאר אלעמען אלע סארטן מודעות און קרישקעלעך וואס זיי ווילן איבערגעבן. דאס איז אויסער די בערך האלבע שעה'דיגע שמועס פון ר' מנחם שטיינבערג מיט ר' שמעון עוזר וואס שמועסן אויס הנהלה אפדעיטס אויפן "קול ברסלב", וועט דא זיין נאך א פארם פון קאמוניקאציע מיט'ן ציבור, פון פרישע אינפארמאציע וואס וועט זיין נוצליך פאר די ליינער. &nbsp; די וואך איז דארט צווישן אנדערע בילדער איבער צוגרייטונגען און מיטינגען מיט די שוחטים וואס איז אפגעהאלטן געווארן, אזוי אויך איז דא א נייעס איבער א הנהלה מיטינג מיט פילע פרטים וואס מען האט דארט איבער געשמועסט. אויך רעדט מען דארט איבער פלענער פון אן עירוב אין די ווילידזש געגענט פונעם שטעטל. &nbsp; די אנדערע ארטיקל "א ווארט צוויי" מיט'ן פאסיגן סלאגאן "זאצן וואס פארדינען שטרעכעלעך"... ווערט געשריבן דורך די בלעטל שטאב, וואס וועט ארויסהייבן הויכפונקט אויסצוגן פון ארטיקלען, אינטערוויוס, שיעורים, שמועסן פון פילע פלעצער, וואס וועט ארויפברענגען אויפ'ן אויבערפלאך פארשידענע גאר אינטערעסאנטע זאכן וואס איר האט מעגליך פארפאסט, בליציגע זאצן, זאפטיגע שורות וואס וועט איך איבערלאזן א געשמאקע טעם אינעם מויל אויף א גאנצע וואך. &nbsp; עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר די ברייטע שטאב פונעם בלטעל די רעדאקטארן, שרייבער, רעדאגירער, דיזיינערס, גראפיקער וואס לייגן אריין גאר אסאך כחות צו צושטעלן פאר אנשי שלומינו ריינע הייליגער ערליכע אפגעהיטנע אינהאלטספולע תוכן, אז מען זאל נישט האבן קיין נסיון אריינצונעמען אין שטוב די פארשידענע צווייפעלהאפטיגע בלעטער, וואס טייל מאל אנטהאלטן זיי באהאלטענע גיפט ליצנות און נארישקייט וואס קענען חלילה אפקילן די תמימות פון ריינע אידישע נשמות.

    < זעה מער ד אלול תשפ"ה 📝
  • קאסטבארע וויכטיגע אפדעיטס געמאכט צום "ברסלב סענטער" עפפ

    גרשון קרעמער &nbsp; אויסער אונזער שיינער וועבסייט וואס איר ליינט יעצט אויף א וועב בראוסער, קען מען נהנה זיין פון די געשמאקע קאנטענט פון דעם וועבסייט אויף אן עפפ. די וואס האבן א טעבלעט ווייסן אז עס איז זייער שווער צו געניסן פון די אינהאלט פון א וועבסייט (וואס איז געמאכט פאר א גרויסע סקרין) אויף א טעבלעט. עפל און ענדרויד האבן ערצייגט דערפאר די קאנצעפט פון "עפפס", וואס זענען אפליקאציעס ספעציעל געאייגענט פאר מאביל מכשירים - וואס אויף זיי קען מען גרינג און שנעל מישן און אנקומען וואו מען וויל. &nbsp; ברסלב סענטער, האט אויפן פארלאנג פון פילע אידן זיך אריינגעלייגט א צייט צוריק צו ערצייגן א "ברסלב סענטער" עפפ, וואס טויזנעטער אידן האבן עס שוין געדאונלאוד, און באנוצן זיך דערמיט כסדר, צו הערן די שיעורים, בילדער, נייעס און אפדעיטס. &nbsp; אבער ווי טעכנאלאגיע ארבעט, שטייען נישט זאך צו לאנג אויף איין פלאץ, און עדנרויד איז אויסגעוואקסן ווערסיע 13 (אויף וואס מען האט ערצייגט דעם עפפ צום ערשטן מאל) און אויף איר פלאץ איז ערשינען "ענדרויד 14". אינעם נייעם פלאטפארמע זענען צוגעלייגט געווארן פילע זיינע זיכערהייט מאסנאמען, און אזוי אויך פילע חלקים פון די "שפראך" וואס מען נוצט צו שרייבן עפפס האבן זיי געטוישט. &nbsp; גוגל האט געשיקט א מעסעדזש צו די דעוועלאפערס, אז אויב זיי ווילן אז ברסלב סענטער עפפ זאל בלייבן אוועליבל אויף זייער "עפפ געשעפט" מוזן מען אפדעיטן און איבערשרייבן גרויסע חלקים פונעם עפפ, כדי עס זאל בלייבן קאמפלייענט מיט זייערע נייע רעגולאציעס און שפראך. &nbsp; קרן הדפסה האט זיך שטארק אריינגעלייגט דערין, און במשך די לעצטע וואכן איז מען געזיצן מיט דעוועלאפערס און אויסגעארבעט די נייע עפפ, מען האט נישט געשוינט קיין מי און קיין געלט, און ב"ה אז מען האט עס שוין געענדיגט, און אלע וואס האבן דעם עפפ, וועלן באקומען א נאטיפיקאציע דרוכן "פלעי סטאר" אז עס איז דא א פרישע אפדעיט. &nbsp; אויב פארמאגט איר א מאביל דיווייס, איז יעצט די צייט איר זאלט אריינקוקן און אויספרובירן ברסלב סענטער אינעם עפפ סטאר. אזוי אויך די אלע וואס האבן עס שוין, זאלן עס אפדעיטן, כדי זיי זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפן. &nbsp; עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר די שטאב פון קרן הדפסה, וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז מען זאל פארטיג ווערן אין צייט. און אלע באנוצער זאלן ווייטער קענען נוצן און געניסן פון די פילע געשמאקע תוכן פונעם עפפ. &nbsp; זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה אב תשפ"ה 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה - גרייכט נומער פיר הונדערט

    עס איז נישט מעגליך זיך צו האלטן פריש, אן הערן התחזות ווידער און ווידער, ווען עס גייט דורך א וואך וואס מען האט נישט געעפענט אן עצתו אמונה דערקענט זיך עס אויף א אינגערמאן. דאווענען מיט מנין דארף חיזוק, מען פארגעסט זיך אז קיינער קומט מיך גארנישט, דער אויבערשטער זעט אויס אין מח ווי עפעס א הויכע ווייטע זאך, די טעגליכע מצוות ווערן מצות אנשים מלומדה, עס ווערט נעבעך לעול ולמשא, און מען הייבט אן דמיונען אז ביי יענעם געפינט זיך דאס גליק. &nbsp; יעדע וואך באקומען מיר די הערליכע מתנה פונעם ראש ישיבה, א פרישע אוצר פון בריוון געשריבן פאר "מיר", מיר צו מחזק זיין מעודד זיין, משמח זיין, איך זאל טרעפן דאס גליק ביי מיר, איך זאל זיין צופרידן, איך זאל אהיימגיין און איוועסטן אין "מיין" לעבן, אין מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין תורה, מיין תפלה, מיין אמונה. &nbsp; און אז מען ווערט צואגעוואוינט צו א גוטע זאך, קען מען עס נעמען פאר "גרענטעד" מען מיינט אז עס "קומט אזוי". דערפאר איז פאסיג יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום אומגעהויערן נומער פון "פיר הונדערט" וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, זיך אפצושטעלן א רגע, און מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף וואס מיר פארמאגן. &nbsp; ווי דער עורך מו"ה יואל מנחם גרשון הי"ו געבט אונז איבער, איז ער עדות אויף די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערויף, דער ראש ישיבה שליט"א שטרענגט זיך אן יעדע וואך און געבט אוועק אומצאליגע שעות פאר אונז, צומאל בלייבט ער אויף ביז שפעט, און צומאל שטייט ער אויף גאר פרי פארטאגס, זיכער צו מאכן מיטן אויבערשטענס הילף אז אויך די וואך קומט ארויס א פרישע קונטרס, מיט א פרישע דאזע אקסיגען און חיות פאר אונז אלע. &nbsp; דאס איז באמת נאר איין קליין פינטעלע פון די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק פאר אונז. און אז דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז יעצט גייט אן דער טשערידי קאמפיין, איז יעצט די צייט מיר זאלן ארויסגיין פון אונזער וועג און העלפן דעם ראש ישיבה באצאלן די חובות וואס ער האט זיך אנגעמאכט "פאר אונז". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אז מען זאל פרובירן צו שאפן כאטש דאפעלט פון פאריאר, כדי ער זאל קענען ווייטער אנגיין. דער ראש ישיבה זאגט אז די חובות לאזן אים נישט שלאפן, און ער קען נישט ווייטער שלעפן די עול. דערפאר וועלן אנשי שלומינו פון היינט ביז דאנערשטאג יעדער איינער רופן זיינע באקאנט און שכנים און זיי מזכה זיין צו אינוועסטן אין די הייליגע צדקה. &nbsp; און מיט דעם וועלן מיר ווייזן אביסל הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp;

    < זעה מער יח אב תשפ"ה 📝
  • די ארבעט אויף ותחיין את הילידים חלק ג' האט זיך שוין אנגעהויבן

    געלויבט דעם אויבערשטן, אין קרן הדפסה ארבעט מען אריין אין די גאר שטארק געזוכטע ספרים פון "ותחיין את הילידים", ווי די מפיצים זאגן, מאכט דאס ממש א רעוואלוציע אין די וועלט. ביי יעדן איד זענען די קינדער די שווארץ אפל פונעם אויג, און אז מען טרעפט אזא לעכטיגע אוצר, פול מיט פראקטישע ווירקזאמע עצות וואס ארבעטן - עצות וואס זענען גענומען פון די תורה, כאפן זיך אלע צו דערצו. &nbsp; ווען א מענטש פארמאגט א קאמפליצירטע מאשין, און ער קען זיך נישט אויס דערמיט, ער שטויסט זיך אן אין אישוס כסדר, ער וועט פרעגן ביי זיינע חברים וואס זיי טוען, קען זיין אז זיי ווייסן עפעס; אויב וועט ער פרעגן א "מומחה", מן הסתם האט ער אביסל ערפארונג דערמיט. אבער ווער קען דיר געבן בעסער ראט ווי דער וואס האט פאבריצירט דעם מאשין, אויב א מענטש וועט האבן די געלעגענהייט צו רעדן צו דער וואס האט אויסגעטראפן דעם מאשין, ער וועט וויסן די בעסטע וויאזוי זיך אומצוגיין. &nbsp; דאס איז דער ספר "ותחיין את הילידים", מען פרעגט נישט פון קיין גוי'אישע מחנכים, אדער פון דער וואס האט זיך געלערנט ביי זיי. דער ראש ישיבה שליט"א נעמט אלע עצות נאר פון די הייליגע תורה, און פון צדיקים וואס זענען צוגעקלעבט צום אויבערשטן, און אזוי באקומט מען עצות וואס העלפן טאקע. &nbsp; דער ספר רעדט אויך פון דעם אליינס, אז אויך דו קענסט באקומען הילף פון דער וואס האט באשאפן דעם מאשין, דו ווייסט נישט וויאזוי מען מאכן קינדער פאלגן? וויאזוי קען איך פארנעמען ווען זיי טאנצן מיר אויפן קאפ? דו קענסט רעדן צום אויבערשטן, דער וואס האט דיר באשאפן, ער האט באשאפן די קינדער, רעד זיך דורך מיט אים, ער איז מיט דיר א גאנצן צייט, און ער ווארט זאלסט אים בעטן הילף, ער וועט דיר זיין צו הילף און דו וועסט האבן סייעתא דשמיא און ערציען דיינע קינדער לתורה וליראת שמים. &nbsp; די ערשטע באנד - ווי געזאגט - איז שוין אויפן מארק פאר א שטיק צייט, און די ערשטע דרוק איז שוין כמעט אויסגעגאנגען, די צווייטע באנד איז שוין ב"ה פולקאם געענדיגט, און גייט אריין צום דרוק אין די טעג. &nbsp; אבער דא קומען מיר מיט די גרויסע נייעס אז מען נעמט זיך יעצט ארבעטן אויפן דריטן באנד. דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן", אבער איר קענט נאך קויפן די זכות פון א פרק פאר $1000 (ווארט נישט, אכט פון די 21 פרקים זענען שוין פארקויפט!) אדער קען מען קויפן א זכות אינעם ספר פאר $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי צדקה פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 און דער זכות פון העלפן אידישע קינדער וועט אייך זיכער ביישטיין לנצח נצחים. &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ה 📝
  • הפצה ביי אנשי שלומינו ווערט שטערקער און בעסער

    יעדע מיטוואך נאכמיטאג, קענען אלע זען די פילע צענדליגע גרויסע באקסעס אין בית המדרש וואס קומט גלייך פונעם קרן הדפסה. אין די באקסעס ליגן פארפאקט די ספרים, קונטרסים וכדומה, יעדעס איינס צוגעגרייט פאר יעדן מפיץ לויט זיין תכונת הנפש און געברויך. &nbsp; און לויט ווי מען הערט פון קרן הדפסה אפיס, זעט זיך א געוואלדיגע העכערונג אין די ארדערס סיי אין כמות, עס קומען צו כסדר פרישע מפיצים, און סיי אין איכות, מען באשטעלט מער זאכן. &nbsp; רעדנדיג מיט א מפיץ פארציילט ער אונז פון זיין פערספעקטיוו, ווי ער האט זיך געשפירט צוקלאפט, דער סמ"ך מ"ם - זאגט ער אונז - זוכט צו צוקלאפן יעדן, אבער פארלייגט זיך נאך מער אויף מפיצים, אבער ווען ער קומט אריין צווישן אנשי שלומינו, און הערט די פאזיטיווע פידבעק "אה, א מפיץ", דאס געבט אים אסאך חיזוק. ער שפירט ווי זיין א מפיץ איז אן ארויפגעקוקטע זאך ביי אנשי שלומינו, "מיט די צייט האב איך געזען אנשי שלומינו זאגן עס נישט סתם," זאגט ער אונז. "אנשי שלומינו האבן א שטארקע געפיל פאר הפצה."&nbsp; &nbsp; "איך זע ביי מיר אליינס" זאגט ער ווייטער "ווען איך זע די גרויסע מפיצים ווי רבי נתן יאקאבאוויטש, רבי ראובן בירנבוים, און אנדערע קומען אריין אין בית המדרש, באקום איך טשילס." &nbsp; ער דערמאנט זיך א סיפור וואס איז געשען אין מאנסי, "איך בין איינמאל ארויס פאר הפצה, וואו גייט מען? דער אויבערשטער האט צוגעפריט צו העריק גאס, איך בין געווען צובראכן, אבער מען דארף עפעס טון פאר פרנסה, מען גייט פון איין אדרעס צום צווייטן, דער נעמט, דער געבט. אינמיטן קום איך אן צו אן אדרעס, איינער עפענט, ער זאגט מיר 'איין מינוט', ער קומט צוריק און ברענגט הונדערט דאלער, דאס איז מיר געווען א געוואלדיגע חיזוק." &nbsp; נאך א מעשה זאגט ער אונז, "איין טאג בין איך געגאנגען הפצה אין א בית המדרש אין וויליאמסבורג, איך האב מפיץ געווען דעם ספר ארך אפים, אינמיטן קומט צו צו מיר א מיטל יעריגער איד און זאגט מיר, 'מיט יארן צוריק נאך מיין חתונה, בין איך דורך אסאך שוועריקייטן אין שטוב, קיינער מיר נישט געלערנט וואס מיינט שלום בית, ביז איך האב געטראפן טאקע דער ספר ארך אפים, איך האב געטראפן א שטיקל אויף דף ל"ד'. &nbsp; 'איך קען דעם גאנצן דף אויף אויסענווייניג' זאגט ער מיר, ער הייבט מיר אן נאכצוזאגן אויסווייניג דעם גאצן דף, 'יעדן טאג פאר איך בין אהיים געקומען, האב איך עס געלערענט, און דאס האט מיר געטראגן און געראטוועט מיין שלום בית'. &nbsp; ווי עס איז היינט צו טאג גייען צענדיגע אנשי שלומינו אויף הפצה, יעדער פאר זיך אויף זיין צייט, אויף זיין וועג, און אויף זיין פלאץ, איינער נאכמיטאג, איינער אינדערפרי, איינער אין קרית יואל, איינער אין פלעטבוש, איינער אין שטעטל, איינער אין די קעטסקילס, איינער שפירט אז קונטרסים גייט בעסער, ביי איינעם זוכט מען מער גליונות, איינער זאגט אז ביי אים גייט בעסער יו עס ביס און דער אנדערע טיילט ספרים. &nbsp; די מפיצים באצאלן פאר די ספרים א גאר קליינע פרייז ביליגער פון קאסט פרייז, און ווערט אויסגעהאלטן דורך די וואס זענען מנדב פאר א זכות אדער מהדורה. &nbsp; מיר זענען אלע מפיצים, אדער אליינס, אדער מיטן שטיצן די מפיצים און מדפיסים, ווייל מיר האבן איין ציל, צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אויבערשטן. &nbsp; על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער יט תמוז תשפ"ה 📝
  • מען גרייט שוין צו די לוח ברסלב פון דעם קומענדיגן יאר תשפ"ו

    אין די יעצטיגע טעג, ארבעט מען אין די אפיסעס פונעם קרן הדפסה צו צוגרייטן, און מסדר זיין דעם פאפולערן לוח ברסלב וואס ערשיינט יערליך, פאר'ן נייעם יאר וואס קומט צו גיין. עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, בפרט פאר מו"ה אברמי פיש הי"ו וואס לייגט אריין אסאך צייט מח און כח, צו מסדר זיין א הערליכע און פונקטליכע לוח, בעסער און שענער ווי ביז יעצט. &nbsp; טעגליכע לימודים: דער לוח וועט האבן די שיעורים פון די קהלה אין בבלי, ירושלמי, תוסתפא, נ"ך, און רמב"ם. אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה, האט מען געטוישט די נ"ך שיעור, עס זאל האבן נאר איין פרק א טאג, כדי עס זאל לויפן אינאיינעם מיט די סדר פון הרה"צ ר' יצחק שליט"א. &nbsp; טעגליכע זמנים: מען האט זיך איינגעהאנדעלט א נייע קאסטבארע פראגראם, וואס וועט בעז"ה צושטעלן די פונקטליכע טעגליכע זמנים יעדן טאג. אויפן פלאץ וועט עס האבן טעגליך די זמנים פאר ברוקלין פון עלות, נץ, קרית שמע מג"א און גר"א, זמן תפלה מג"א און גר"א, שקיעה, און צאת הכוכבים ר"ת. אזוי אויך די זמני הדלקת הנרות, און מוצאי שב"ק יעדע וואך. &nbsp; אויפן פארלאנג פונעם עולם וועט מען צולייגן אין די בעק טבלאות פון זמנים פון נאך עטליכע שטעט ווי אנ"ש וואוינען - כדי עס זאל זיין א דבר השלום. &nbsp; אונטער יעדע וואך, וועט עס האבן א שיינע שטיקל פון ספר המדות, וואס מען קען עס מיטנעמען, און אין די זייט וועט עס האבן שיינע מאמרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל פאר די לוח. &nbsp; אין פילע טעג וועט עס האבן די יארצייט און פארשידענע אנדערע מאורעות וואס איז נוגע פאר אנשי שלומינו. &nbsp; אויך דער סייז האט מען געטוישט. די לוח איז ביז יעצט געווען 4.25 ביי 6 אינטשעס, אבער דער עולם האט געבעטן אביסל גרעסער, מען זאל עס בעסער קענען ליינען, דערפאר וועט מען עס מאכן דאס יאר פינף ביי זיבן אינטשעס. א שיינע געשמאקע פראקטישע סייז. &nbsp; די מפיצים זאגן אז אין די זומער טעג גייט די לוח זייער גוט, גאר אסאך מענטשן כאפן זיך צו דערצו, דערפאר וועט מען עס בעז"ה ענדיגן נאך פריער פון פאריאר ווען עס געווען גרייט ערשט נאך תשעה באב. &nbsp; דער לוח וועט זיין צו באקומען אין צוויי ווערסיעס אידיש און לשון הקודש, און מען קען נאך אריינכאפן צו קויפן א זכות מהדורה פאר בלויז $1,800. רופט שוין דעם גבאי ר' לייב צו קויפן א זכות. &nbsp; דער לוח וועט זיך געפונען אין טאש פון צענדליגע טויזנטער מענטשן, און וועט זיכער זיין א זכות צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ה 📝
  • ותחיין את הילידם חלק ב' גייט שוין כמעט צום דרוק

    ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק האט זיך די קרן הדפסה אונטערגענומען דעם געוואלדיגן פראיעקט פון דרוקן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף חינוך אין א ספר. &nbsp; די שיעורים זענען גאר שטארק אויפגעכאפט אויף דער וועלט, טויזנטער אידן, צווישן זיי טאטעס, מאמעס, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אלע וואס האבן נאר געהערט די שיעורים זאגן עדות אז עס האט געטוישט זייער בליק אויף חינוך, עס האט זיי געגעבן א פרישע חיות און געשמאק און חינוך, און זיי אויסגעקלארט וואס איז די אויפגאבע וואס דער אויבערשטער האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי שפירן א זכי' צו קענען אויספירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, און איבערגעבן די ריינע אמונה, אויפבויען די קינדער פיזיש און גייסטיש, און אנגרייטן דעם קומענדיגן דור פון געטרייע סאלדאטן אינעם אויבערשטענ'ס ארמיי. &nbsp; דער צווייטער באנד וועט הייסן "מהדרות זוסמאן", אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה אשר לעמל זוסמאן ני"ו וואס האט געהאט די זכי' אפצוקויפן דער זכות. מען קען נאך קויפן זכותים פון פרקים. דער ספר פארמאגט 15 פרקים און צען זענען שוין אויסגעכאפט, איר קענט נאך זוכה זיין צו קויפן איינע פון די 5 איבערגעלבענע פרקים פאר בלויז טויזענט דאלער. &nbsp; יעדער פון אנשי שלומינו - וועט אבער זיכער מאכן נישט ארויסצופאלן פון קויפן לכל הפחות א זכות אינעם ספר. פאר בלויז $500 קענט איר באקומען א זכות אינעם ספר, וואס דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט וואס איר קענט נאר מאכן, אן אינוועסטמענט וואס וועט וואקסן נאנסטאפ, און דער זכות וועט אייך זיכער אנטקעגן קומען בזה ובבא. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו צו קויפן א זכות אויף 347-578-4449.

    < זעה מער כח סיון תשפ"ה 📝
  • ספר שמירת הזמן ווערט איבערגעדרוקט

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די גוטע בשורה אז דער קרן הדפסה גרייט זיך איבערצודרוקן דעם הייליגן ספר "שמירת הזמן" וואס מוהרא"ש האט געשריבן. &nbsp; דער ספר איז א גאר וויכטיגער ספר אין היכל הקודש, ווייל ווי באקאנט איז ביי מוהרא"ש געווען גאר וויכטיג דער ענין פון היטן אויף די צייט, ווייל א מענטש וואס היט אויף זיין צייט איז גאר שטארק מצליח, סיי בגשמיות און נאך מער ברוחניות און פארקערט א מענטש וואס גייט ליידיג פאלט נעבעך אריין אין ליצנות, אין נארישקייט וואס דאס ברענגט אים נעבעך צו פאלן אין עבירות רחמנא ליצלן, דערפאר האט מוהרא"ש געשריבן דעם ספר וואס וועט אריינברענגען א זיסקייט און געשמאק פאר יעדן וואס לערנט דערין אויסצונוצן די צייט ריכטיג מיט תורה, תפלה, מצוות און מעשים טובים &nbsp; דער ספר הייבט זיך אין מיט די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רע"ב "היום אם בקולו תשמעו" ווי דער הייליגער רבי ברענגט ארויס, אז אויב א מענטש וויל מצליח זיין זאל ער נישט קוקן נאר אויף "היינט", ווייל דער סמ"ך מ"ם מאכט אויסקוקן זייער שווער צו זיין אן ערליכער איד, און עס פאלט ארויף אויפן מענשט אזא בארג וויאזוי קען איך איבערקומען דעם גרויסן טשאלאנדזש, דערפאר זאגט דער רבי אז "טראכט נאר פון היינט", וועט דיר זיין גרינגער, ווייל "איין טאג" קען איך זיין אן ערליכער איד. &nbsp; דערנאך ברענגט מוהרא"ש א הערליכע תפלה פון הייליגן רבי נתן וואס איז געבויעט אויף דעם פריערדיגן תורה, ווי מען בעט זיך אויס ביים אויבערשטן אז מען זאל נישט פארברענגען די יארן מיט נארישקייט, און מען וועט זיך ח"ו דערזען א גאנץ לעבן דורך מיט שטותים און הבלים, און דערויף שרייבט מוהרא"ש דעם הייליגן ספר שמירת הזמן וואס באשטייט פון 27 פרקים פון מיט עצות און חיזוק וויאזוי מען קען היטן אויף די צייט. דערנאך ברענגט מוהרא"ש צו פארשידענע מאמרים פון חיי מוהר"ן, און ביאורים דערויף פון טשערינער רב ז"ל, אזוי אויך שטיקלעך פון הייליגן ספר "עלים לתרופה" בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע. דערויף קומט צוגעלייגט דער קונטרס "שמירת הזמן" פון מוהרא"ש זי"ע פול מיט גאר שיינע שיחות, חידושים, איבער דעם ענין פון שמירת הזמן, וואס דאס אליינס באשטייט פון 175 סעיפים פול מיט הערליכע חיזוק און עצות. &nbsp; קרן הספה גייט יעצט איבערדרוקן דעם ספר פון פריש, מיט הערליכע גרויסע אותיות, מען גייט עס גוט מגיה זיין און פריש אויסשטעלן געשמאק און שיין אזוי ווי די היינטיגע טעכניק קען, וואס וועט געבן א הרחבת הדעת ביים לערנען דעם ספר. מען האט שוין ב"ה אנגעהויבן מיט די ארבעט אויף די טעקסט, און מען האפט צו קענען צואיילן די שווערע ארבעט און עס ענדיגן במשך די קומענדיגע עטליכע זומער וואכן. דער מהדורה פונעם ספר איז געווארן אפגעקויפט דורך מו"ה דוד מעץ הי"ו, און וועט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדרות מעץ". &nbsp; מען קען נאך קויפן זכותים אינעם ספר, ביטע זיך פארבינדן צום גבאי מוה"ר לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער כא סיון תשפ"ה 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך ארויסצוגעבן גאנץ ש"ס פארגעלערנט דורך ראש ישיבה שליט"א אויף יו־עס־בי

    צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון אידן איבער די וועלט, און אנשי שלומינו בפרט, גרייט מען זיך אין קרן הדפסה ארויסצוגעבן לאור עולם דעם גאנצן סעט שיעורים פון ש"ס פארגעלערענט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס אויסער די פילע חיזוק און הדרכה מיט וואס די שעירים זענען פול, לערנט דער ראש ישיבה שליט"א אפ דעם בלאט גאר גוט מיט א גוטע הסברה, אבער אויך קורץ, וואס מאכט עס פאר א שוה לכל נפש. &nbsp; דער קרן הפסה האט שוין אריינגעלייגט גאר אסאך כחות אין דעם פראיעקט, עס איז אן ארבעט פון וואכן און חדשים, צו מסדר זיין די אלע שיעורים און עס מאכן גרייט עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים. אין אנפאנג האבן די שיעורים פארנומען בערך 100 גיגאבייט, מען האט קאמפרעסט די פיילס צו פופציג גיגאבייט, וואס איז די קלענסטע סייז מעגליך אָן צו פארלירן פונעם קוואליטעט. &nbsp; יעצט איז די שאלה ביים קרן הדפסה אויף וועלכע יו עס בי סטיק מען זאל עס ארויפלייגן. כאטש עס זענען צו צו באקומען יו עס בי סטיקס פון 64 און אפילו מער, איז אבער די מציאות אז רוב קארס פארנעמען נישט קיין יו עס בי סטיקס מער פון 16 גיגאבייט. און ווי עס זעט אויס וועט מען בלית ברירה מוזן צוטיילן די שיעורים אין עטליכע באזונדערע יו עס בי סטיקס. &nbsp; פון די אפיסעס פון קרן הדפסה בעט מען אנשי שלומינו און סיי ווער עס האט ערפארונג אין דעם נושא, און קען ארויסהעלפן מיט אינפארמציע דערוועגן זאל זיך ביטע מעלדן, אזוי אויך ווער עס וויל האבן די זכי' צו קויפן א זכות אין דעם גרויסן הייליגן פראיעקט וואס וועט פארמערן לימוד הש"ס ביי כלל ישראל זאל זיך ווענדן צום אפיס. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ווען מען וועט פארענדיגן דעם פראיעקט, גייט מען בעז"ה גיין ווייטער און ארויסגעבן אויך די שיעורים אויף גאנץ ירושלמי און גאנץ נ"ך פארגעלערענט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א.

    < זעה מער טז סיון תשפ"ה 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער ענגליש נומער צוויי אנגעקומען קיין אמעריקע

    מיט גרויס שמחה וויל דער קרן הדפסה מיטטיילן פאר אנשי שלומינו אז דער צווייטער ביכל אין די סעריע "Little Stories for Little Souls" &mdash; מעשה'לעך פאר קינדער אויף ענגליש &mdash; איז ברוך השם שוין אנגעקומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל. &nbsp; וועט איר דאך פרעגן, וואס איז די גרויסע שמחה, אויף דעם קומט א מעשה, עס איז שוין אריבער מער פון אכט חדשים זינט מען האט געענדיקט דרוקן דעם ביכל, אבער דער סמ"ך מ"ם האט נישט געפאלן, און מען האט פארשפעטיגט דעם שיף וואס האט עס געזאלט ברענגען קיין אמעריקע, און האט עס אויפגעהאלטן ביז יעצט, אבער געלויבט דעם אויבערשטן, אז יעצט איז דער נייער ביכל שוין דא. &nbsp; די הערליכע מעשה'לעך &mdash; דערציילט און געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט״א, באגלייט מיט ציענדע און פאכמאניש געמאלענע בילדער &mdash; ברענגען אריין יראת שמים און מידות טובות אין די ריינע הערצעלעך פון אונזערע קינדער. די מעשיות זענען פול מיט אמונה פשוטה, שמחת המצוות און בויעט זיי אויף. &nbsp; דער ערשטער ענגלישער אויסגאבע איז ממש צוכאפט געווארן פון די מפיצים, אזוי אויך די ערשטע צוויי אידישע אויסגאבעס. און אויסער די אויבנדערמאנטער ענגלישער אויסגאבע נומער צוויי, גייט מען שוין יעצט אויך צום דרוק אויף די אידישע ביכל נומער דריי. פרטים וועלן בעז"ה נאכפאלגן.

    < זעה מער א סיון תשפ"ה 📝
  • הערליכע ספר "אויסדערוועלט" ערשינען דורך מכון עצתו אמונה אויף שבועות

    כמעשהו בראשונה אין די ערבי פסחים טעג מיט'ן ספר "אויסגעלייזט" דעם פארגאנגעם פסח, טוט די בארימטע מכון עצתו אמונה פארשטעלן דעם ספר "אויסדערוועלט" לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דער ספר איז צוזאם גענומען לויט די אנווייזונג פונעם ראש ישיבה שליט"א פילע בריוו פון די ספרי עצתו אמונה און איש אמונות, פול מיט התחזקות עצות און הדרכה וויאזוי יעדע איד אן אויסנאם קען זוכה זיין אויסצונוצן און ארויסנעמען גאר אסאך פון די ליכטיגע טעג פונעם היילגן יום טוב. &nbsp; פונעם מכון געבט מען אונז איבער, אז אויפן פארלאנג פון אנשי שלומינו, האט מען עס דאס מאל ספעציעל געדרוקט גענוג פרי כדי מען זאל עס קענען לערנען מער ווי איינמאל, און קענען אריינעמען אין זיך די פילע לימודים און עצות, וואס וועט אונז בעז"ה געבן א גאר געהויבנענעם יום טוב. &nbsp; די הוצאות פונעם ספר איז נתנדב געווארן דורך מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו און דערפאר האט עס באקומען דעם צוגאב נאמען "מהדרות אייכענשטיין", דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר'ן נדבן מיט זיין משפחה פאר אלע גוטע השפעות טובות &nbsp; בנוסף צו די בריוו האט מען אינזין געהאט צו צולייגן נאך פילע הוספות וואס קען פראקטיש צונוץ קומען במשך דעם יום טוב, ווי צום ביישפיל דער "תפלת השל"ה" וואס איז במאת כדאי צו זאגן יעדן טאג, אבער די וועלט פירט זיך עס צו זאגן לכל הפחות ערב ראש חודש סיון. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט די "תנאים" און די "כתובה" וואס מען פירט זיך צו זאגן יום טוב. &nbsp; די אלע וואס האבן שוין אריינגעקוקט דערין זאגן אז דער ספר איז א כרכא דכולה ביה, עס אנטהאלט אלעס וואס מען דארף אויף יום טוב, א הערליכע ליקוט פאר יעדעם איינעם צו יעדע צייט במשך דעם יום טוב אזוי אויך פארדעם און נאכדעם, חיזוק, מנהגים, התעררות און וויאזוי אויסנוצן די געהויבענע טעג. &nbsp; אויף די אנפראגע פון פילע, ווילן מיר באצייכענען אז די גרעי שטיקלעך זענען געקליבענע שטיקלעך פון בריוו, און די ווייסע זענען גאנצע בריוו במילואו. &nbsp; ווען מען זעט דעם מפתח זעט מען אז דאס איז באמת אן אוצר וואס לאזט נישט אויס קיין איין אספעקט פונעם יום טוב, ווי צום ביישפייל: דער זמן קיבוץ פון שבועות, דער מנהג פון בלומען און ביימער, ביכורם, אהבה רבה, פילע עניני לימוד התורה און עצות צו מצליח זיין, הלל, אקדמות, עשרת הדברות, מגילת רות, מנהג פון עסן מילכיגס, יארצייט פון דוד המלך און דער בעל שם טוב, תהלים, סיפורים, אסרו חג. &nbsp; דער ספר איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביי אלע מפיצים, און וועט באלייכטן די אויגן פאר אלע וואס וועלן לערנען דערין.

    < זעה מער כח אייר תשפ"ה 📝
  • ותחיין את הילדים חלק ב'

    מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אינעם קרן הדפסה צו דרוקן חלק ב' פונעם ספר "ותחיין את הילדים", דער ספר פונעם ראש הישיבה שליט"א אויף עניני חינוך. &nbsp; מיר לעבן היינט אין א צייט וואס די גבולים זענען צומישט, עס זענען דא פילע האטליינס און שיעורים, עס קומען ארויף יעדן טאג פילע פעדאגאגן, מעטאדן, מען רופט צו לעקציעס, וואס וועלן אויסלערנען פערענטינג, אבער עס איז נישט קיין סוד אז וואס מער דעות אלץ מער צומישט ווערט מען, אלע ווילן זען נחת פון די קינדער, יעדער וויל ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות, אבער מען ווייסט נישט וועם צו פרעגן, מען הערט אז מען דארף גיין ווייעך, אבער מען ווייסט נישט וויפיל, און ווען, מען הערט אז מען דארף זיין שטרענג, אבער וויאזוי? דארף מען פארלאנגען? מעג מען שלאגן? עס טוט זיך א געפערליכע טשטוש המוחות איבער די אלע נושאים. &nbsp; טאקע דערפאר האט מען געזען אז ווען אנשי שלומינו האבן אנגעהויבן אפצושרייבן די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א און מען האט עס אנגעהויבן פארשפרייטן האבן זיך אידן גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, מען האט געזען א קלארע און קראנטע צוגאנג צו חינוך, א צוגאנג וואס ארבעט, א מהלך וואס איז צוגעפאסט צו די היינטיגע דור, און מעטאדן וואס איז גענומען נאר פון ריינע מקורות, און נישט חלילה פון בורות נשברים. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען אין די לעצטע חדשים אנגעהויבן צו צוזאם נעמען די פילע אפגעשריבענע גליונות, און מען האט עס פון פריש איבערגעארבעט עס זאל זיין פאסיג צו ווערן צוזאם גענומען אלץ א ספר, און ב"ה עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ארבעט, וואס וועט בעז"ה צוכאפט ווערן דורך טויזנטער אידן איבער די וועלט, און וועט געבן די געלעגנהייט פאר צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער צו באקומען די זיסע חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים, וואס לערנט אויס די קינדער צו לעבן מיט'ן אייבערשטן טאג טעגליך, און אין דעם אלעם וועלן די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך משתתף געווען מיט די הוצאות זיין גלייכע שותפים, און די זכותים וועלן זיי זיכער באגלייטן. דער באנד איז שוין ב"ה הערליך אפגעדרוקט און איז יעצט אויפן שיף אויפן וועג קיין אמעריקע צום קרן הדפסה, וואס וועט עס פארשפרייטן אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; אבער קרן הדפסה איז נאך נישט צופרידן, אין די צייט וואס מען ווארט נאך אז די ערשטע באנד זאל אנקומען, ארבעט מען שוין פעסט אויפן צווייטן באנד, און כמעשהו בראשונה, טוט מען בסייעתא דשמיא יעצט איבערארבעטן די ווייטערדיגע שיעורים וואס וועלן אריינגיין אין דעם באנד, עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו וועלכע איז אנטקעגן געקומען קרן הדפסה און אפגעקויפט דעם זכות מהדורה פונעם באנד וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן". &nbsp; אבער אויך איר קענט נאך קויפן גרויסע זכותים אינעם ספר, דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו געבט יעצט ווידער דער זכות פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען קויפן זכותים אין דעם באנד, רופט אים יעצט אן אויף 347-578-4449 צו קויפן דער זכות פון א פרק אינעם ספר פאר טויזנט דאלער, אדער לכל&nbsp; הפחות א זכות אינעם ספר פאר פינף הונדערט דאלער. &nbsp; די זכותים וואס וועלן ארויסקומען דורכדעם וואס נאך אידן וועלן וויסן און לעבן מיט דעם אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.&nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך דערוויקן דעם פסח מיט נאך א תורה פון הייליגן רבי'ן דורכ'ן פירוש פון ראש ישיבה שליט"א

    געלויבט דעם אויבערשטן אז אויף דעם יום טוב פסח, וועלן פילע אנשי שלומינו זיך קענען מחי' זיין מיט א פרישע תורה פון הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט נארוואס געענדיגט שרייבן. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט געטליכע ספרים, שטיקער פייער, בפרט די הייליגע תורות אין ליקוטי מוהר"ן, וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד. &nbsp; ווי גרויס דאס איז דאס לערנען דעם הייליגן ספר, אזוי גרויס זענען די מניעות, איינע פון די שוועריקייטן איז די טיפקייט פון די תורות (בפרט אינעם ערשטן חלק) וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען שווער פארשטיין, בפרט אין אנפאנג ווען מען איז נאכנישט געוואוינט דערין, דער רבי בויעט אויף הערליכע קאמפליצירטע בנינים ציגל נאך ציגל, צימער נאך צימער, שטאק נאך שטאק, און בנין נאך בנין, און דערנאך ברענגט דער רבי צוזאם דעם גאנצן קאמפלעקס אויף גאר א וואונדערליכע וועג. דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן צו שרייבן א פירוש אויף פשוט אידיש, כדי מיר זאלן קענען ארויסנעמען פון די תורות גאר שיינע עצות חיזוק און הדרכה, און אויך זוכה זיין צו לערנען דעם הייליגן ספר. &nbsp; דאס מאל איז געקומען די רייע אויף סימן ז', וואס איז פול מיט גילוי אלקות, גילוי האמונה. מיר וועלן דא ברענגען א קיצור פון די תורה, לויט וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א איז עס מפרש, פארשטייט זיך דער רבי ברענגט ראיות און פסוקים צו יעדע זאך וואס ער זאגט, אבער מיר וועלן פרובירן ארויסצונעמען א תמצית ביקוצור נמרץ.&nbsp; &nbsp; דער רבי הייבט אן מיט א חז"ל אז סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב בכל המצוות, ווייל עס שטייט אשר תשים "לפניהם". דערנאך ברענג דער רבי א מכילתא אז פון דעם זעלבן פסוק לערנט מען ארויס אז מען דארף לערנען מיט תלמידים אז זיי זאלן פארשטיין קלאר. &nbsp; דער רבי וויל צוזאם ברענגען ביידע פשטים. זאגט דער רבי אז "גלות" מיינט עס "פעלט אמונה", און וואס איז "אמונה"? "תפלה", בעטן דעם אויבערשטן, א מענטש בעט דעם אויבערשטן וועט ער זען "נסים" למעלה מדרך הטבע, און פאר דעם דארף מען אמונה אויף תפלה, ווייל אז ער גלייבט אז ער קען פועלן, וועט ער בעטן. אמונה, תפלה, נסים - זאגט דער רבי - קען מען נאר אין "ארץ ישראל", וואס דארט גייען ארויף די תפלות, און דאס איז פארוואס יעקב אבינו מיט די אידישע קינדער האבן געדארפט גיין קיין גלות מצרים, ארויס פון ארץ ישראל, ווייל ער האט געפרעגט "במה אידע". יעקב אבינו מיט זיינע צוועלף קינדער - צוועלף נוסחאות התפלה - האבן געדארפט גיין קיין מצרים, וואס מצרים איז פארקערט פון נסים אמונה און תפלה, זיי גלייבן נאר אין טבע מקרה מזל. &nbsp; דער רבי זאגט ווייטער, אז בכלליות גלות ווערט אנגערופן "מצרים", ענגשאפט, די מח ווערט ענג, מען האט נישט קיין אמונה, איז מען אין גלות. און ביאת המשיח און די גאולה ווענדט זיך אין די אמונה. &nbsp; אבער וויאזוי באקומט מען אמונה? - פרעגט דער רבי - דורך "אמת", און צו האבן אמת מוז מען האבן א "צדיק", און פאלגן זיינע עצות; און ח"ו פארקערט אויב מען נעמט עצות פון רשעים ווערט מען איינס מיט'ן רשע. וויאזוי קען מען זיך ראטעווען פון הערן עצות פון א רשע? זאגט דער רבי מצות "ציצית" ראטעוועט דעם מענטש פון "ניאוף" - עצת הרשע. ווי עס שטייט אין פרשת ציצית "ולא תתרו אחרי לבבכם", ווייל די אויגן ברענגט אלע עבירות ר"ל. &nbsp; דער רבי ברנעגט די גמרא (ב"ב ע"ד) אז א סוחר האט געוויזן פאר רבה בר בר חנה דעם בארג סיני, ער האט געזען עס איז ארום גענומען מיט עגדיסן זיי שטייען ווי ווייסע אייזלען, ער האט געהערט א בת קול, דער אויבערשטער קלאגט "וויי איז מיר אז איך האב געשוואוירן [אז אידן זאלן גיין אין גלת, רשב"ם], ווער קען עס מיר צושטערן", טייטש דער דער הייליגער רבי, "הר סיני" מיינט תרי"ג מצות - "עצות פון צדיקים", די "עגדיסן" ארום דעם בארג זענען "עצות פון רשעים" וואס שטערן פון קומען צום צדיק, רבה בר בר חנה זאגט דערויף, זיי זענען געשטאנען ווי "ווייסע אייזלען", דאס מיינט די מצוה פון "ציצית", וואס היטן אונז אפ פון די לצים עצות פון רשעים און ניאוף, און דערפאר קלאגט דער אויבערשטער, וויי אז איך האב זיי געשיקט אין גלות ווייל אידן זענען מקיים מצות ציצית וואס ברענגט די גאולה. &nbsp; דער רבי ברענגט צוזאם ביידע פשטים פון חז"ל אויף אשר תשים "לפניהם", אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע שפירן דעם אויבערשטן. &nbsp; דערנאך איז דא נאך הערליכע "השמטות" אויף די תורה, הערליכע זאכן וואס לוינט זיך אריינצוקוקן דערין. &nbsp; פון די תורה קען מען ארויסנעמען זייער אסאך, צווישן זיי דער יסוד אז מען מוז האבן א צדיק, און אים פאלגן, די גרויסקייט פון אמונה, די גרויסקייט פון תפלה, זיך פרייען מיט מצוות ציצית, ווי שטארק מען דארף שטיין ווייט פון עצות פון רשעים, ווי שטארק מען דארף היטן די אויגן, און עצות וויאזוי ארויסצוגיין פון גלות, צו באקומען אמונה, און געראטעוועט ווערן פון עצות פון רשעים. &nbsp; כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה

    < זעה מער ט ניסן תשפ"ה 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ג' גייט ב"ה צום דרוק

    אין די פארגאנגענע וואכן האבן די שטאב פון קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כוחות אינעם דריטן באנד אשר בנחל אידיש, מען האט עס פריש מגיה געווען, און מסדר געווען מיט הערליכע מפתחות, דער מנהל בית הדפוס הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א און מו"ה יוסף יאקאבאוויטש הי"ו זענען געשטאנען בראש פון די ארבעט און ב"ה מען האלט שוין ביים שטאפל אז דער נייער באנד ווערט שוין גרייט צום דרוק. &nbsp; און כאטש דער סמ"ך מ"ם איז נישט געשלאפן, בפרט אויף אזא הייליגע פראיעקט וואס וועט צוריק ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן, לייגט ער זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן און צו אפהאלטן. אבער דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט נאך, ער איז כסדר מעודד און מחזק די עוסקים במלאכת הקודש מען זאל ווייטער דרוקן די הייליגע ספרים, זאגענדיג אז גייט אים בנפשו מען זאל נישט אפלאזן דאס דרוקן אשר בנחל, ווייל ער האט צוגעזאגט פאר מוהרא"ש זי"ע ביי די לויה אין בארא פארק, אז ער וועט א גאנץ לעבן דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זאגט אונז אז אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם, און קויפן זיך איין זכותים אינעם הייליגן ספר אויף וואס מוהרא"ש האט געזאגט און געשריבן גאר אסאך מאל אז ווער עס דארף א ישועה, א זכות, זאגט ער צו אז דורכ'ן נעמען א חלק אין דרוקן זיינע ספרים, בפרט "אשר בנחל" וועט ער זען א זיכערע ישועה. &nbsp; עס זענען דא גאר אסאך מעשיות פון אידן וואס האבן געזען אפענע ישועות אין זכות פון דרוקן אשר בנחל, אינעם בלעטל ווערן כסדר געדרוקט מעשיות מיט נעמען וואס דער עולם קען, וואס פארציילן עדות ווי זיי זענען געהאלפן געווארן שלא כדרך הטבע נאכ'ן מנדב זיין פאר'ן הייליגן ספר. &nbsp; דער יעצטיגער מהדורה וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת מארקאוויטש" און איז נתנדב געווארן דורך מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו, דער גרויסער זכות וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; ווי געזאגט האלט מען שוין יעצט ביים לעצטן שטאפל פון צוגרייטן צום דרוק, און יעצט איז די לעצטע געלעגנהייט צו קויפן א זכות, עס זענען געבליבן נאך בלויז עטליכע טעג צו קענען קויפן א זכות אינעם ספר. אויף וואס ווארט איר? רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 און זייט זוכה צו ישועות, רפואות, פרנסה, שידוכים, נחת און שמחה אין דעם זכות.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 30 of 298 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com