Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל

    די וואך מאנטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. מאנטאג נאכט נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט אז אויסער די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם בחור המסיים, דארף מען ארויסהייבן זיין איבערגעגעבנקייט פאר די ישיבה, אז ער גרייט צו דאס עסן פאר די בחורים, און אזוי ווייטער העלפט ער ארויס מיט וואס עס פעלט נאר אויס. און דאס וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן, אז ער וועט מצליח זיין אויך נאך די חתונה, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן מצב.   כי הם חיינו!

    < זעה מער יד תמוז תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה קלאפט מזוזות אין ברסלב כולל קאנטרי

    יעצט ווען מען פארט ארויס צו די מאונטענס און די מיילדעך האבן זיך אריינגעצויגן אין א נייע קעמפ, האט דער ראש ישיבה באשטימט די באנגעלאוס פון נייע מיידל קעמפ פאר די טייערע כולל אינגעלייט פונעם ברסלבן כולל, וואס איז א יחיד במינה, ווי נאר אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיצן און לערנען פלייסיג און הארעווען און זענען זיך משלים בתורה בש"ס ופוסקים. &nbsp; מען האט זיך אריינגעלייגט וואס שנעלער צו צוגרייטן דאס פלאץ עס זאל זיין פאסיג פאר ערליכע אידן, מען האט באשטימט איין בנין פארן בית המדרש, און דער ראש ישיבה איז געקומען און געשעפט נחת ווי די אינגעלייט זיצן און לערנען פלייסיג, טראץ דעם וואס דער בנין איז נאך בכלל נישט פארטיג און נישט באקוועם צו לערנען דערין. דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט מזוזות אויף די טירן.

    < זעה מער א תמוז תשע"ט 📝
  • ערשטע שבת אין קעמפ דורך זייער שיין

    פארגאנגעם סוף וואך זענען שוין די משפחות ארויסגעקומען אין קעמפ, צו וויילן אויפן קומענדיגן זומער הבעל"ט. עס איז דורך א זייער שיינעם שבת. נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי דער ראש ישיבה האט געשמוסט שיינע התחזקות. ער האט נאכגעזאגט פון רבין "אִיבֶּער דֶעם הָאבִּן דִי כִּיתָּה גִעקְלֶערְט. אוֹיבּ סֶ'גִעפִינְט זִיךְ אַזאַ בּוֹים וָואס אַלֶע חַיוֹת אוּן אַלֶע עוֹפוֹת זָאלִן וֶועלִן רוּעֶן אִין דֶעם שאטִן פוּן דֶעם בּוֹים, ווַייל דֶער תַּעֲנוּג וָואס סֶ'אִיז דָארְט בַּיי דֶעם בּוֹים הָאט קֵיין שִׁיעוּר נִישט". (מעשה י"ג פון די זיבן בעטלערס) האט דער ראש ישיבה געזאגט עס זענען פארהאן קאנטריס וואס אזא קראוד געפינט זיך דארט אין פלאץ, און אנדערע קעמפס וואס איז געמאכט פאר דער געוויסער קרייז אן אזוי ווייטער, אבער ביים רבין - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - איז דער בוים וואס אין איר שאטן ווילן אלע חיות און עופות רוען, נישט קיין חילוק פון וועלכע אפשטאם, קראוד, געזעלשאפלטיכע שטאנד, שבט, אדער גזע, ווייל אלע קומען דא בלויז צו הערן דעם הייליגן רבינס דיבורים, און דער תענוג וואס געפינט זיך ביי דער בוים האט קיין שיעור נישט שבת קודש אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות (מעשה י"ב - דער בעל תפלה) "וִוי דֶער בַּעַל תְּפִלָּה אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר דֶערְזֶעהְן אַז סֶ'גֵייעֶן מֶענְטשְׁן אוּן בֶּעטִן גָאט בָּרוּךְ הוּא אוּן זֶענֶען מִתְפַּלֵל, אוּן זֵיי טְרָאגִן סְפָרִים פוּן תְּפִילוֹת. הָאט עֶר זִיךְ דֶערשְׁרָאקִן פַאר זֵיי. אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ פַאר אִים אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקִן. הָאט עֶר זִיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין, אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ אוֹיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין." האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס איז די עצה פאר די שוועריקייטן פחדים, ענקזייעטיס, פאבעיס א.א.וו. וואס מענטשן גייען היינט דורך. אז דו האסט מורא פון עפעס אנשטאט גיין צו טערעפי, בעט עס דעם אייבערטשן "באשפער, איך האב מורא פון דאס און דאס, העלף מיר עס זאל צו מיר נישט געשען דאס און דאס" אזוי וועט א מענטש ארויסגיין פון אלע זיינע פראבלעמען. תפלה קען ארויס נעמען דעם מענטשפון די גרעסטע תאוות, נסיונות, און עדיקשאנס, נאר בתנאי אז דו געסט נישט אויף, לייג נאך א תפלה און נאך א תפלה, וועסטו זיכער פועלן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט אסאך פערזעליכע מעשיות ווי אידן זענען ארויס פון די גרעסטע צרות דורך תפלה. מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מ'פירט זיך צו פארציילן מעשיות פון צדיקים ביי מלוה מלכה ווייל אז מ'וויל א וואך פון הצלחה דארף מען האבן אמונת חכמים, ווי מ'זינגט ביים דעם ניגון "גאט פון אברהם", די וועלט ווינטשט "א וואך פון ישועות, א וואך רפואות, א וואך פון אסאך געלט", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס וועט דיר "אסאך געלט" העלפן, אנשטאט דעם דארף מען וויכטיג האבן א וואך פון אסאך אמונת חכמים, ווייל די עצות פון די צדיקים דאס ברענגט אונז אלע ישועות. די בחורים וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע טעג, ווי זיי וועלן מיטן אייבערשטן הילף פארברענגען א זומער אויף די פרישע ריינע לופט אינעם קעמפ וואס דער ראש ישיבה גלייכט צו רופן "א ריהעב פון אמונה", און זיך אנשעפן פרישע כחות צו דינעם דעם אייבערשטן פאר א גאנץ יאר. &nbsp; אט איז דער סדר היום אין קעמפ: ערשטע מנין שחרות 7:15 (זונטאג 8:15) דערנאך אום 8:00 גמרא בבלי ירושלמי דורכן ראש ישיבה (זונטאג 9:00) צווייטע מנין שחרית אום 10:00 (זונטאג 11:00) &nbsp; 2:30 שיעור גמרא דורכן ראש ישיבה מנחה 4:00 שווימען 4:20 סאפער 7:00 שיעור התחקות דורכן ראש ישיבה 8:30 מעריב 9:45 &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כז סיון תשע"ט 📝
  • נייע מיידל קעמפ ווערט באנייט

    דאס יאר האט מען ברוך השם באוויזן צו קויפן א נייעם קעמפ פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס שוין באנייען אויף דעם זומער. די מיידלעך וועלן אי"ה פארברענגען אינאיינעם דעם זומער אין אן אטמאספער פון אמונה און יראת שמים, אויף א געשמאקן און ערליכן פארנעם, מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די מיידלעך גאר שטארק הנאה האבן די ניין וואכן אין קעמפ, און אהיימקומען מיט פילע פעק פון יראת שמים, תפלה, אמונה, און מדות טובות. &nbsp; כה תאמר לבית יעקב!

    < זעה מער כג סיון תשע"ט 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט אום 8:30 צו וואס עס קומען צו פארן אידן פון די נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשפער פירט דאס וועלט וויאזוי ער וויל, און מ'דארף זיך ווענדן נאר צו אים. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער כא סיון תשע"ט 📝
  • מ'גרייט זיך צו א זומער פון אמונה

    די צען וואכן וואס מיר פארן ארויס אין קעמפ פאר די זומער, איז א צייט פאר אנשי שלומינו זיך צו שטארקן אינאיינעם מיט אמונה, אן "אמונה ריהעב". מענער און פרויען, אינגלעך און מיידלעך, זאפן זיך אן מיט הויפענעס אמונה. שיעורים פון אמונה, שמועסן פון אמונה, יעדער לעבט מיט'ן אייבערשטן, און דאס בלייבט שוין איינגעקריצט אין די ביינער פאר די גאנצע קומענדיגע יאר. ס'איז שווער אראפצושרייבן די געפילן פון הארץ וואס דאס מיינט א זומער אין "מחנה היכל הקודש", אבער די אלע משפחות וואס האבן שוין זוכה געווען מיטצוהאלטן א זומער אין קעמפ, ווייסן און שפירן וואספארא גוטע ווירקונג דאס האט געהאט אויף זיי און אויף זייערע קינדער. מ'אטעמט אמונה, מ'לעבט מיט'ן אייבערשטן, און מ'לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און נאך זומער שפירט מען זיך ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב", ס'ווילט זיך שרייען אין די גאסן אז "ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן מיט'ן אייבערשטן"! געציילטע באנגעלאוס זענען נאך געבליבן, אנשי שלומינו וואס ווילן האבן א זומער אינעם "אמונה ריהעב", זאלן זיך מעלדן ווי פריער, אז מ'זאל קענען אלעס מסדר זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם, צו יעדנ'ס צופרידנהייט. צו דינגען א באנגעלאו קען מען רופן 347-957-5459. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער כח אדר ב' תשע"ט 📝
  • הערליכע שבת אין קעמפ מיט הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א

    דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און דערהויבנקייט אין מחנה היכל הקודש אין מאנטיסעלא. יעדן שבת אין קעמפ איז ממש מעין עולם הבא, מען קומט זיך צוזאם פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע, מען זינגט אינאיינעם די זמירות מיט הארציגע אידישע ניגונים, און מען הערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט צו קענען אנגיין פאר נאך א וואך. שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א קידוש יעדע וואך, און דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר סיפורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, געפלאכטן מיט הערליכע שמועסן וואס מ'קען ארויסנעמען פון די מעשיות וואס זאלן אונז לערנען א וועג אין לעבן. אויך ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס זענען כמים קרים על נפש עיפה. און צו באגלייטן דעם שבת קודש קומט פאר יעדע וואך א גרויסארטיגע מלוה מלכה, פילע אידן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די מלוה מלכה'ס אין קעמפ, מען&nbsp;זינגט די זמירות אינאיינעם, מען זינגט שיינע ניגונים, און מען איז מחיה מיט נאך א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. דעם פארגאנגענעם שבת קודש האבן מיר געהאט די זכיה אז הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א איז געווען צו גאסט אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט אים איבערגעגעבן דאס ווארט צו רעדן דברות קודש במשך דעם גאנצן שבת. די בחורים און די אינגעלייט תושבי המחנה האבן געשלינגען מיט דורשט די דברי התחזקות והתעוררות, ווי אויך האט&nbsp;הגה"צ ר' יצחק שליט"א שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך צוהערן צום ראש ישיבה שליט"א וואס געבט איבער ווייטער דאס וואס מוהרא"ש האט געלערנט אלע יארן, און ער ברענגט עס אראפ פאר יעדן איינעם עס צו קענען מקיים זיין לעובדא ולמעשה, ער האט ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז זיי זאלן וויסן און פארשטיין די געוואלדיגע זכיה וואס זיי&nbsp;האבן צו לערנען אין אזא הייליגע ישיבה, און אויב וועלן זיי אויסהערן און פאלגן דעם ראש ישיבה שליט"א וועלן זיי זיכער האבן א גוט לעבן. די אלע וואס האט מיטגעהאלטן דעם שבת זענען מעיד אז דער געשמאק פון דעם געהויבענעם שבת וועט זיי פארבלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער כב תמוז תשע"ח 📝
  • ערשטער שבת פון זומער אין ברסלב'ער קעמפ אריבער זייער שיין

    פארגאנגענעם סוף וואך זענען די אינגעלייט ב"ה אנגעקומען אין "מחנה תפארת התורה ברסלב", און זיך מסדר געווען. סיי שב"ק און סיי מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז מיר זענען ב"ה ארויסגעקומען דא אין קעמפ, ווי עס איז נישטא די שמוץ פון שטאט. דא איז דא נאר הימל, ביימער און באשעפער, מ'הערט דא איין דרשה און נאך א דרשה פון אמונה, ביז מיר וועלן אויך שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז קעמפ אזא גוטע זאך, פארוואס גייט מען נישט אויף א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס פונקט אויף צען וואכן? נאר מ'דארף אנקוקן קאנטרי, ווי גיין אין א ריהעב, ווי מיר קומען צו זיך פון די אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, &nbsp;און מ'פארגעסט צו טראכטן אז עס איז דא באשפער אויף דער וועלט; ווער רעדט נאך פון די הייסע זומער טעג, וואס דער יצר הרע ברענגט אין גאס, און די פריצות איז אומדערטרעגליך. און אין די עטליכע וואכן, ערהוילט מען זיך פון דאס אלעס, און מ'שעפט פרישע כחות אויף א גאנץ יאר, ממילא אזוי איז דאס די בעסטע הכנה צו פארן צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. במשך דעם גאנצן זומער קומען כסדר באזוכן בחורים און אינגעלייט פון אלע ארומיגע קעמפס און קאנטריס, און זעצן זיך לערנען געשמאק יעדער זיינע שיעורים כסדרן, און זענען זיך מחי' מיט די געשמאקע פלאץ, וואס חוץ אמונה און התחזקות איז נישטא וואס צו זוכן דארט. פאלגענד איז דער קעמפ סקעדזשול: 7:30 שחרית 8:15 שיעור דף גמרא, דערנאך א שיעור אין נ"ך, דערנאך א שיעור חינוך פאר מלמדים 10:45 צווייטע מנין שחרית 2:15 שיעור עיון אין גמרא ביז הלכה למעשה 4:00 מנחה 4:15 שווימען 8:00 שיעור התחזקות 9:45 בערך מעריב יעדע מוצש"ק ווערט געפארוועט סעודת מלוה מלכה איין שעה נאכן זמן. ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן מורא'דיגע דיבורי התחזקות. צו וואו עס קומען צו פארן אינגעלייט און בחורים פון נאנט און ווייט. אלע אויבנדערמאנטע שיעורים קבועים ווערן פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם ברכה

    < זעה מער יב תמוז תשע"ח 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ח תמוז תשע"ח 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    אין די יעצטיגע טעג טוט זיך אויף טישן און אויף בענק אין ישיבה, די בחורים זענען צוגענאגלט צו די בענקלעך, און די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, זיי לערנען פלייסיג מיט חשק, און ענדיגן יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. מיט זעקס יאר צוריק, אין יאר תשע"א, האט די ישיבה באקומען זייער א שלעכטער נאמען אויף די גאס, שלעכטע פארשוינען האבן ארויסגעלאזט פארשידענע סארט הוצאת שם רע אויף די ישיבה, און דאס האט געברענגט דערצו אז די בחורים האבן שווער געקענט טרעפן א שידוך. כאטש וואס יעדער האט געקענט אליין אריינקומען אין ישיבה און זיך איבערצייגן אין די פאלשקייט פון די אלע לשון הרע'ס, מען קען דאך זען מיט די אויגן די טייערע בחורים וועלכע זיצן און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, דאווענען ערליך, פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און מדות טובות, איז דאך אבער "גזירה על לשון הרע שתתקבל&nbsp;על הלב", מענטשן נעמען זייער גרינג אן לשון הרע, און קיינער האט נישט געוואלט הערן פון נעמען א בחור פון ישיבה. ווען די ישיבה איז דאן געווען אין קעמפ, האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מוהרא"ש אויב ער קען עפעס טון צו העלפן די בחורים, האט מוהרא"ש דאן געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. אום חמשה עשר באב איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. מער האט נישט אויסגעפעלט, פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. &gt;&gt;&gt; זעט בילדער פון תשע"א ווי אזוי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ ווערט מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אויסגעליידיגט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, אזוי ווי די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט מער נישט געקענט ארויספארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפ און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזיצן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג נאך א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. &gt;&gt;&gt; זעט אין די ווידיא ווי די בחורים לערנען מסכת תענית ביים שווערן האריקעין [די ווידיא איז אויפגעשפילט געווארן א' מקץ תשע"ה, ביי א שבע ברכות אין ישיבה פאר ר' שמואל דוד ברוין. מוהרא"ש האט זיך דאן באטייליגט ביי די שבע ברכות און האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די בחורים האבן געלערנט מיט אזא מסירת נפש] למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. די וואך מאנטאג, חמשה עשר באב, האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די בחורים אז דאס יאר וועט מען דאס נאכאמאל טון. אלע בחורים העכער זיבעצן יאר וועלן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, אין די פערציג טעג ביז ראש השנה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. אויך דאס מאל האבן די בחורים זיך גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, און ווען מען קומט אריין אין בית המדרש איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, ווייל יעדער איז פארנומען מיט די הייליגע גמרא, אלע בחורים ענדיגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית. &gt;&gt;&gt; זעט בילדער ווי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית &nbsp;אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער טז אב תשע"ז 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה! &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ה תמוז תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 26 of 26 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com