Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייער בנין אין אומאן וועט אי"ה זיין גרייט אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשע"ט הבעל"ט

    עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז אויף דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תשע"ט הבא עלינו לטובה, וועט מען זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בנין אין אומאן, וואו אנשי שלומינו, תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך האלטן אינאיינעם במשך די טעג פון ראש השנה, צו לערנען און צו דאווענען, צו עסן די סעודות שבת ויום טוב און צו שלאפן, אלעס אויפ'ן זעלבן פלאץ, אביסל ארויסציר פון שטאט, אפגעזונדערט פון די רעש'יגע הויפט גאסן פון אומאן. פילע כוחות און געלט איז אריינגעלייגט געווארן אינעם בנין אין בלויז די לעצטע יאר צו קענען האלטן וואו מ'האלט שוין יעצט, אז די ערשטע דריי שטאק וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם ראש השנה. די אינטערשטע שטאק וואו עס געפונט זיך די מקוה מיט'ן גרויסן עס זאל, די צווייטע שטאק מיט'ן גרויסן בית המדרש און די חדרי לימוד, און דער דריטער שטאק מיט די שלאף צימערן. כאטש וואס דער בנין איז נאכנישט פארטיג אינגאנצן, גלייך נאך ראש השנה וועט מען ווייטער אנהויבן בויען און ארויפציען נאך צוויי שטאק מיט נאך פילע שלאף צימערן, וועט מען שוין אבער קענען נוצן דעם בנין היי יאר אויף א קליינעם פארנעם מיט בלויז 130 בעטן. אזוי ווי עס ווערט צוגעשטעלט דאס יאר אזא קליינע צאל בעטן, איז זייער גרויס דער פארלאנג פון אידן וועלכע ווילן מיטהאלטן דעם ראש השנה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און דעריבער זענען גאר שנעל אויספארקויפט געווארן אלע בעטן, בלויז עטליכע בעטן זענען נאך פארבליבן, צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה. דער היכל בית המדרש וועט זיין אפן לתורה ולתפלה פאר יעדן איינעם אין לויף פון די אלע טעג ווען מ'געפונט זיך ביים הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, דער ראש ישיבה שליט"א וועט דאווענען פאר'ן עמוד די תפלות ראש השנה מיט זיין הארציגע שטימע באגלייט מיט משוררים, די תלמידי הישיבה. ווי אויך וועט מען האבן די זכיה צו הערן דרשות התחזקות והתעוררות במשך דעם יום טוב פונעם ראש ישיבה שליט"א אינעם היכל בית המדרש. צו די סעודות וועלן אבער אריינגעלאזט נאר די וועלכע האבן געקויפט א בעט אינעם בנין. אין די לעצטע עטליכע יאר פלעגט מען דינגען יעדעס יאר א פלאץ אין אומאן, וואו די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א האבן זיך געהאלטן צוזאמען זייענדיג אין אומאן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר שיין אז מ'קען זיך האלטן צוזאמען, מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי"ט) "אני אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות, פלעגט מוהרא"ש זי"ע אלץ זאגן אויף דעם אז כאטש וואס דער רבי צעטיילט אונז טאקע אין אסאך כיתות, מיינט דאס אבער נישט אז די כיתות דארפן זיך קריגן צווישן זיך. אלע כיתות שעפן פונעם זעלבן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן, און כאטש וואס יעדער מענטש איז אנדערש, יעדער טרעפט זיך זיין כיתה, זיין חבורה, וואס איז אים דאס מערסטע נאנט צום הארץ, וואס קען מער אריינברענגען אין אים די לימודים פון הייליגן רבי'ן און אים דערנענטערן צום אייבערשטן, מיינט דאס נישט אז מען דארף זיך קריגן צווישן זיך, אדרבה מ'דארף מחזק זיין איינער דעם צווייטן, לעבן צוזאמען באהבה ואחוה, און יעדער זאל מקבל זיין תורה פון זיין משפיע וואס רעדט דאס בעסטע צו זיין הארץ. דאס איז מקוים געווארן מיט'ן פולסטן שיינקייט ביי תלמידי היכל הקודש, כאטש וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מוהרא"ש זי"ע, האלטן זיך די תלמידים ווייטער אינאיינעם באהבה ושלום. יעדער פרובירט ווייטער ממשיך זיין צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן, צו לערנען זיינע הייליגע ספרים, צו מקיים זיין זיינע הייליגע עצות, וועלכע ווייזן דעם וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און אנצוקומען צום תכלית פאר וואס מיר זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט. די חשובי תלמידי מוהרא"ש זענען ווייטער ממשיך פארצולערנען די תורות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און די תלמידי היכל הקודש זענען ווייטער מקבל יעדער איינער פון דעם פלאץ וואס רעדט דאס מערסטע צו זיין הארץ, און אזוי האט יעדער די ריכטיגע מאס התחזקות זיך צו קענען ווייטער שטארקן אין עבודת ה' אויפ'ן רבינ'ס דרך. אויך אין אומאן וועלן די תלמידי היכל הקודש זיך האלטן צוזאמען יעדער אויף זיין פלאץ וואו ער באקומט חיזוק און התעוררות במשך די גאנצע יאר. די תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלן מיטהאלטן דעם ראש השנה אינעם בית המדרש פונעם נייעם בנין, ווי אויך וועט זיין נאך א בית המדרש "היכל הקודש" אין אומאן, מער אין צענטער פון שטאט, אנגעפירט דורך הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איבער אלע צענטערן פון "היכל הקודש" די קומענדיגע יאר אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן; און דער רבי האט צוגעזאגט זייער גרויסע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אינטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און פועל'ן אלע גוטע ברכות און ישועות פאר די גאנצע יאר.   וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער כט תמוז תשע"ח 📝
  • "עס די קארד" מיט דרשות און ניגונים שוין דא צו באקומען

    צוליב דעם וואס אין היינטיגע קארס און אין נאך פארשידענע מוזיק פלעיערס, איז נישטא קיין מעגליכקייט צו הערן דרשות און ניגונים דורך סידיס, מ'קען עס נאר נוצן דורך "עס די קארדס", האט דער עולם אין די לעצטע שטיק צייט פארלאנגט אז זיי ווילן האבן די דרשות און ניגונים אויך אויף "עס די קארדס". די עס די קארדס האב נאך א מעלה, אז מ'קען ארויף לייגן דערויף זייער אסאך דרשות און ניגונים, אסאך מער ווי אויף א סידי, און אויך האלט זיך עס אסאך לענגער און צוקראצט זיך נישט. די עוסקים במלאכת הקודש אינעם קרן הדפסה והפצה האבן געארבעט דערויף פאר די לעצטע שטיק צייט, און זענען יעצט ב"ה פארטיג געווארן מיט א נייע "עס די קארד", וואס אנטהאלט דערויף איבער צוויי הונדערט דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און הערליכע ניגונים. און מען קען עס שוין באקומען ביי אלע מפיצים. כאפט ווילאנג עס איז נאך דא! בילדער

    < זעה מער כג תמוז תשע"ח 📝
  • הערליכע שבת אין קעמפ מיט הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א

    דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און דערהויבנקייט אין מחנה היכל הקודש אין מאנטיסעלא. יעדן שבת אין קעמפ איז ממש מעין עולם הבא, מען קומט זיך צוזאם פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע, מען זינגט אינאיינעם די זמירות מיט הארציגע אידישע ניגונים, און מען הערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט צו קענען אנגיין פאר נאך א וואך. שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א קידוש יעדע וואך, און דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר סיפורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, געפלאכטן מיט הערליכע שמועסן וואס מ'קען ארויסנעמען פון די מעשיות וואס זאלן אונז לערנען א וועג אין לעבן. אויך ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס זענען כמים קרים על נפש עיפה. און צו באגלייטן דעם שבת קודש קומט פאר יעדע וואך א גרויסארטיגע מלוה מלכה, פילע אידן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די מלוה מלכה'ס אין קעמפ, מען&nbsp;זינגט די זמירות אינאיינעם, מען זינגט שיינע ניגונים, און מען איז מחיה מיט נאך א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. דעם פארגאנגענעם שבת קודש האבן מיר געהאט די זכיה אז הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א איז געווען צו גאסט אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט אים איבערגעגעבן דאס ווארט צו רעדן דברות קודש במשך דעם גאנצן שבת. די בחורים און די אינגעלייט תושבי המחנה האבן געשלינגען מיט דורשט די דברי התחזקות והתעוררות, ווי אויך האט&nbsp;הגה"צ ר' יצחק שליט"א שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך צוהערן צום ראש ישיבה שליט"א וואס געבט איבער ווייטער דאס וואס מוהרא"ש האט געלערנט אלע יארן, און ער ברענגט עס אראפ פאר יעדן איינעם עס צו קענען מקיים זיין לעובדא ולמעשה, ער האט ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז זיי זאלן וויסן און פארשטיין די געוואלדיגע זכיה וואס זיי&nbsp;האבן צו לערנען אין אזא הייליגע ישיבה, און אויב וועלן זיי אויסהערן און פאלגן דעם ראש ישיבה שליט"א וועלן זיי זיכער האבן א גוט לעבן. די אלע וואס האט מיטגעהאלטן דעם שבת זענען מעיד אז דער געשמאק פון דעם געהויבענעם שבת וועט זיי פארבלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער כב תמוז תשע"ח 📝
  • בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" ווערט איבערגעפרישט

    גרויסע רענאוואציעס גייט יעצט אן ביים בית הדפוס פון די "קרן הדפסה היכל הקודש" אין וויליאמסבורג, פילע פרינטינג מאשינען ווערן ארויסגעפירט, און עס ווערט אריינגעברענגט פרישע גרויסע מאשינען, וועלכע וועלן ארויפברענגען דעם בית הדפוס צו גאר א נייעם שטאפל, צו קענען דרוקן די ספרים שענער און בעסער, שנעלער און שטערקער. די ברסלב'ע ספרים און קונטרסים ווערן היינט צוכאפט ביי אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם אויף א ריזיגן פארנעם. די הייליגע ספרים, די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, זענען פול מיט עצות און חיזוק פאר יעדן איינציגן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך, עס געבט הדרכה אין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, צו וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אז מען זאל מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. דער פארלאנג פאר די ספרים און קונטרסים איז גאר גרויס, און טראץ די שווערע ארבעט וואס מען לייגט אריין צו דרוקן ווי מער, קען מען נאכאלץ נישט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. הונדערטער טויזענטער ספרים און קונטרסים זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בית הדפוס, אבער וויפיל מען דרוקט איז קיינמאל נישט גענוג, די מפיצים פארלאנגען אז מען זאל זיך מער צופלייסן און דרוקן נאך פיל מער. אין די לעצטע שטיק צייט זענען די עסקנים געזעסן מיט פארשטייער פון עטליכע גרויסע קאמפאניס אויף זיצונגען, צו זען ווער פון זיי עס קען צושטעלן די בעסטע פרינטינג מאשינען וואס זאלן קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנגען. ביז מען האט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געשלאסן קאנטראקט מיט א גרויסע פירמע וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן די בעסטע מאשינען. דער בית הדפוס האט געמוזט אפשטעלן די ארבעט פאר עטליכע טעג די וואך, אז מ'זאל קענען אריינברענגען די אלע נייע גרויסע מאשינען, זיי אויפשטעלן און מסדר זיין ווי עס דארף צו זיין. דאס איז אבער געווען נאר א ירידה לצורך עליה, ווייל ווי נאר די מאשינען זענען גרייט געווארן, האט מען ווידער אנגעהויבן צו דרוקן ווייטער ביתר שאת וביתר עז. ווער עס וויל האבן א חלק און ארויסהעלפן די הייליגע ארבעט, וואס איז מחיה און מחזק אזויפיל אידישע קינדער, קען רופן אויפ'ן נומער 845-248-1651. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך שטארקן ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, ביז די גאנצע וועלט וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן במהרה בימינו אמן. &nbsp; לקראת צמא התיו מים!

    < זעה מער כ תמוז תשע"ח 📝
  • שמחת ווארט-לחיים-תנאים פון החתן הילל בן ר' ישראל אשר ווייס נ"י עב"ג ר' יואל טייטלבוים נ"י גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל‎

    א גרויסע שמחה האט געהערשט נעכטן דאנערשטאג אווענט אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל שכונת עצי תמרים ווען עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן הילל ני"ו בן מוה"ר ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים הי"ו, מחשובי אנ"ש און גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב - פרעמישלאן. בפרט איז געווען גרויס די שמחה ביי די מתפללים פון ביהמ"ד ווען ביידע מחותנים און דער חתן זענען לאנג יעריגע מתפללים אין דעם ביהמ"ד. עס האבן זיך משתתף געווען א גרויסער ציבור אנ"ש, שכנים, ידידים און קרובים פון ביידע מחותנים, וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה. דער עולם האט זייער אויסגעלויבט ביידע מחותנים וואס האבן געהאט די שכל און בשעת'ן שליסן דעם שידוך האבן זיין שוין אויפגעליינט דעם תנאים, אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אלץ פארלאנגט, און מיט דעם זיך געשפארט ארויסווארפן איבעריגע אידיש געלט, צייט און טירחא. הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א איז געווארן מכובד מיט ליינען דעם התנאים. אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הגה"צ ר' יוסף פאנעט שליט"א, רב הצעיר דעעש קרית יואל. דערנאך האט הרה"ג מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א א זיידע פון די כלה, אויפגעטערעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים. דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים און אנגעווינטשן אלע גוטע ברכות פאר די מחותנים און חתן-כלה. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים.

    < זעה מער טז תמוז תשע"ח 📝
  • ערשטער שבת פון זומער אין ברסלב'ער קעמפ אריבער זייער שיין

    פארגאנגענעם סוף וואך זענען די אינגעלייט ב"ה אנגעקומען אין "מחנה תפארת התורה ברסלב", און זיך מסדר געווען. סיי שב"ק און סיי מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז מיר זענען ב"ה ארויסגעקומען דא אין קעמפ, ווי עס איז נישטא די שמוץ פון שטאט. דא איז דא נאר הימל, ביימער און באשעפער, מ'הערט דא איין דרשה און נאך א דרשה פון אמונה, ביז מיר וועלן אויך שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז קעמפ אזא גוטע זאך, פארוואס גייט מען נישט אויף א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס פונקט אויף צען וואכן? נאר מ'דארף אנקוקן קאנטרי, ווי גיין אין א ריהעב, ווי מיר קומען צו זיך פון די אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, &nbsp;און מ'פארגעסט צו טראכטן אז עס איז דא באשפער אויף דער וועלט; ווער רעדט נאך פון די הייסע זומער טעג, וואס דער יצר הרע ברענגט אין גאס, און די פריצות איז אומדערטרעגליך. און אין די עטליכע וואכן, ערהוילט מען זיך פון דאס אלעס, און מ'שעפט פרישע כחות אויף א גאנץ יאר, ממילא אזוי איז דאס די בעסטע הכנה צו פארן צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. במשך דעם גאנצן זומער קומען כסדר באזוכן בחורים און אינגעלייט פון אלע ארומיגע קעמפס און קאנטריס, און זעצן זיך לערנען געשמאק יעדער זיינע שיעורים כסדרן, און זענען זיך מחי' מיט די געשמאקע פלאץ, וואס חוץ אמונה און התחזקות איז נישטא וואס צו זוכן דארט. פאלגענד איז דער קעמפ סקעדזשול: 7:30 שחרית 8:15 שיעור דף גמרא, דערנאך א שיעור אין נ"ך, דערנאך א שיעור חינוך פאר מלמדים 10:45 צווייטע מנין שחרית 2:15 שיעור עיון אין גמרא ביז הלכה למעשה 4:00 מנחה 4:15 שווימען 8:00 שיעור התחזקות 9:45 בערך מעריב יעדע מוצש"ק ווערט געפארוועט סעודת מלוה מלכה איין שעה נאכן זמן. ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן מורא'דיגע דיבורי התחזקות. צו וואו עס קומען צו פארן אינגעלייט און בחורים פון נאנט און ווייט. אלע אויבנדערמאנטע שיעורים קבועים ווערן פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם ברכה

    < זעה מער יב תמוז תשע"ח 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ח תמוז תשע"ח 📝
  • "הארץ קאמפיין" געווען א גרויסער סוקסעס ברוך ה'

    דער "הארץ קאמפיין" וואס איז פארגעקומען די וואך מאנטאג און דינסטאג לטובת די מוסדות היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג איז ב"ה געווען א געוואלדיגער סוקסעס. ווען מ'איז ב"ה אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער אין די קורצע צייט פון 36 שעה וואס די קאמפיין איז אנגעגאנגען. די מוסדות האבן געשטעלט דעם ציל אנצוקומען צו א האלב מיליאן דאלער, עס האט אבער נישט גענומען צו לאנג אנצוקומען צו דעם ציל, און דאן האט מען ארויפגערוקט דעם ציל צו א דריי-א-פערטל מיליאן, און ווען אום דינסטאג נאכמיטאג איז שוין אויך דער ציל דערגרייכט געווארן, האט מען עס ארויפגערוקט צו א מיליאן דאלער, און ביים ענדיגן דעם קאמפיין, דינסטאג צוועלף אזייגער ביינאכט, איז מען אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער. דער רבי האט געזאגט, "פון געלט זאלט איר צו מיר נישט רעדן", ביים רבי'ן האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון געלט. פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן געלט, און זיכער ווען עס קומט צו גוטע זאכן, צו בויען מוסדות התורה, צו דרוקן ספרים וואס זענען מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן; אבער מ'דארף געדענקען אז געלט איז נישט דער עיקר, וואס עס בלייבט איבער איז נאר די תורה ומצות ומעשים טובים וואס מ'טוט אויף דער וועלט. דער חידוש איז אבער געווען אז אזויפיל טויזנטער אידן האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין. ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן איז היבש אונטערגעשאצט געווארן די גרויסע צאל אידן וואס הערן די דברי חיזוק און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל אידן זענען זיך מחיה און שעפן חיזוק און הדרכה אין לעבן פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערנט, און דער ראש ישיבה שליט"א איז דאס מפרסם איבער די גאנצע וועלט. אזויפיל אידן האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, טייל אפילו מיט גאר קליינע סכומים, אבער מיט דעם האבן זיי ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע גוטס וואס זיי האבן גענאסן פון אים. דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים און עצות קענען העלפן יעדן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר. עס קומט זיך א גרויסער דאנק פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט דעם קאמפיין, און אריינגעלייגט אזויפיל צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין. דינסטאג נאכט, ווען דער קאמפיין האט זיך געענדיגט, האבן די עסקנים ארויסגעשטעלט א מעלדונג זיך צו באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, און צוגעהאלפן צום סוקסעס. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין רואיגערהייט מיט זיין הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן. ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים! דער קאמפיין אין ביהמ"ד שומר שבת בארא פארק

    < זעה מער ז תמוז תשע"ח 📝
  • הארץ קאמפיין פון ברסלב וויליאמסבורג גרייכט האלב מיליאן דאלער ציל - באנוס גאול פון 750,000$ ווערט ארויפגעלייגט

    געלויבט השי"ת אז טויזנטער אידן פון איבער די וועלט האבן זיך אנגערופן מיט זייער ווארים הארץ און ביישטייערט צום קאמפיין, און האט היינט אינדערפרי 10:00 שוין דערגרייכט דעם ארגינעלן ציל פון א האלבע מיליאן דאלער. תיכף האבן זיך פרישע מעטשערס אנגערופן אויפצוהייבן דעם ציל ביז 750 טויזענט. און ב"ה אז דער עולם רופט זיך ווארעם אן און יעצט 2:40 נאכמיטאג איז שוין אריינגעקומען איבער האלב פונעם באנוס גאול. דער קאמפיין קומט שוין נענטער און נענטער צום ענדיגן, מורי ורבותי: איר האט יעצט א זעלטענע געלעגענהייט צו מנדב זיין פאר די הייליגע ברסלבע מוסדות וואס פארשפרייט אזויפיל ליכטיגקייט אויף דער וועלט, אזויפיל אמונה, אזויפיל שטארקייט אין אידישע הערצער, און יעדע דאלער וואס איר געט וועט ווערן 4 דאלער. 50 דאלער וועט ווערן 200. כאפטס אריין ווילאנג דער קאמפיין האלט אן. איר קענט געבן דעם נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט טיעמס פון עסקנים וואס האבן אויף זיך גענומען א ציל. איר קענט צושרייבן עטליכע ווארימע ווערטער לכבוד, אדער לכבוד וועם נאר איר ווילט Arele Shapiro Ari Fisch Ari Kraus Ari Weberman Avraham Baruch Lazarovitsh Avraimel Tikolski Avrum Duvid Lax Avrum Eli Friedrich Avrum Hersh Weberman Avrum Moshe Strasser Avrum Shia Altman Avrum Shia Weberman Avrumy Ruttner Bentzi Cziment Bentzi Jacobowitz Bentzi Landau Binyamin Bleich Burech Jacobowitz Burech Mordechai Fekete Chaim Meir Erps Chaim Yitzchok Goldstein Chaim Yoel Fischer Chaim Yosef Rosenberg Chaim Zanvil Appeldorfer Chesky Samet Chizik Yomi Members Chizik Yomi Status Devorie Neuman / Fromer Duddy Deutch Duddy Ruttner Duvid Pamerantz Duvid Rabinowitz Efraim Levy Efroiyem Frommer Eli Knoll Eli Mizrahi Family Levy - Chesky, Yoely, Ushy, Lipa Gedalya Appel Heinech Indig Hershy Baum Hershy Katz Hershy Sabel Hershy Schnitzler Hillel Lebowitz Isaac Appel Isaac Roth Issac Roth Leiby Appel Leiby Roth Leivy Yitzchok Zafer Lipa Mandel Lipa Schwartz Mechy Rosenfeld Meilech Gross S.E.G. Meilech Sharf Meilich Weiser Meir Reinitz Menachem Steinberg Menashe Itzkowitz Michoel Altman Mordechai Aron Halpern Mordechai Caplan Mordechai Heimlich Moshe Arya Schnitzler Moshe Einhorn Moshe Farkas Moshe Rosenberg Moshe Yechial Feldman Motty Herzog Motty Rosenfeld Nachman Nussen Kraus Nachmen Yakobovitch Nachmen Yisroel Jacobowitz Nuchem Brill Nussen Shwartz Pinny Glick &amp; Mendy Gold R' Yiddel Lichtenshtein Reuven Berenbaum Sendy Roth Shabsi Marcus Shabsi Mizrachi Shaul Yitzchok Gantz Shaya Eidlis Shia Lazer Glick Shimmy Endsweig Shimmy Portugal Shimmy Schwartz Shimmy Ziegler Shimon Levy Shimshon Hersh Teitelbaum Shloimy Kraus Shlome Jacobowitz Shlome Shtrau Shlomo Dana Shlomy Shwartz Shmiel Duvid Braun Shmilly Schmeltzer Shmily Sabovitz Shulem Follman Shulem Schnitzler Shuly Pinter Sol Gross Sruly Kraus Usher Ber Indorsky Usher Yakov Blum Yaakov Fried Yaakov Jacobowitz Yakov Tzvi Jungreisz Yanky Fisch Yanky Lesser Yida Leib Weiss Yiddy Freund Yisroel Menachem Rosenberg Yisroel Moshe Goldman Yitzchok Aron Weinberg Yitzchok Hersh Hoffman Yitzchok Levy Yitzchok Moshe Reich Yitzchok Ruttner Yoel Feder Yoel Landau Yoel Mendlowitz Yoel Moskowitz Yoel Rosenberg Yoel Teitelbaum Yoel Weberman Yoelish Krausz Yoina Zabel Yoinah Zinger Yosef Shaul Friedman Yossi Jacobowitz Yossi Mermelstein Yossy Lunger Yossy Prero YSFR Zalmen Leib Zilber Zevy Deutsch איציק מנדלוביץ חיזוק יומי מתורגם נתנאל פארקאש שומר שבת שמוליק בלעדי &nbsp;

    < זעה מער ו תמוז תשע"ח 📝
  • ברסלב טשערידי "הארץ" קאמפיין גרייכט איבער 25 פראצענט פון די האלבע מיליאן דאלער קאמפיין!

    בחסדי ה' יבתרך האבן זיך אידן פון איבער די גאנצע וועלט זייער ווארעם אנגערופן צום "ברסלב הארץ קאמפיין", און בלויז אין די ערשטע 2 א האלב שעה איז שוין נתנדב געווארן איבער 130 טויזענט דאלער דורך ווארימע הערצער. פון דא גייט ארויס די רוף צו אלע וואס ליינען דעם נייעס, און האבן הנאה פון דעם וועבסייט וואס בסך געבן מיר נישט מער ווי איבער ווייטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט אונז. ביטע העלפט ארויס אז די ווארימע הארץ וואס קלאפט זאל ווייטער קענען אנגיין. דער הארץ וואס געט חיות פאר אזויפיל אידישע הערצער, און בלאזט אריין אקסיגען צו אטעמען, פאר אידן פון נאנט און ווייט, נישט קיין חילוק ווי חשוב אדער חלילה ווי געפאלן מען איז. ווייזט ארויס אייער הכרת הטוב, און מאכט זיכער אז דער האלבע מיליאן דאלער ציל ווערט דערגרייכט. געדענקט: פרוטה ופרוטה מצרפת. יא, "אייער דאלער מאכט אויס!". בפרט יעצט ווען איר האט די געלעגענהייט אז יעדע דאלער וואס איר געט פאר די ברסלבע מוסדות איז 4$ ביז די קומענדיגע 33 איבערגעליבענע שעה. אזוי אויך קענט איר געבן אייער נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט אידן וואס האבן זיך אונטערגענומען א ציל. אחד המרבה, ואחד הממעיט ובלבד שיכיון לבו לשמים. https://www.charidy.com/breslev

    < זעה מער ה תמוז תשע"ח 📝
  • פרישע ספרים און גליונות ווערן בעז"ה אפדעיטעד יעדן דאנעשטאג

    "בית נצחי", די פרישע קונטרס פאר די קומענדיגע וואך; דער "בית נצחי" אנטהאלט די "בית" ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא, אין גרויסע שיינע אותיות. "גליון היכל הקודש",&nbsp;די פרישע גליון פאר שב"ק; דאס איז דער באקאנטער גליון אויף אידיש וואס ווערט פארש&lrm;פרייט יעדע וואך שבת אין אלע שולן, מיט וואס דער עולם איז זיך מחיה. "עצתו אמונה", די פרישע קונטרס&nbsp; מיט די בריוו, די שאלות און תשובות פונעם ראש ישיבה פונעם פארגאנענעם וואך. וואס אנטהאלט הויפענעס פון חיזוק און עצות פאר אידן וואס פרעגן אן. אויפן פארלאנג פונעם ציבור, וועט דאס אלעס בעז"ה ארויפגעלייגט ווערן יעדע וואך דאנערשטאג (אדער ווי נאר עס וועט ווערן פארטיג פון דרוק) ביי די ספרים אפטיילונג. הנה ימים באים&nbsp;נאם ה' והשלחתי&nbsp;רעב&nbsp;בארץ&nbsp;לא רעב ללחם&nbsp;ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה' גליון היכל הקודש אידיש בית נצחי קונטרס עצתו אמונה

    < זעה מער א תמוז תשע"ח 📝
  • טשערידי וועבסייט פיעדזש פאר "ברסלב הארץ קאמפיין" ווערט צוביסליך אויפגעבויעט

    אזוי פיל אידן פון איבער די וועלט שעפן זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע אידישקייט, זייער גאנצע שייכות מיטן באשעפער, פונעם הייליגן ברסלבן ישיבה.&nbsp;יעדער שפירט פאר א זכיה צו&nbsp;העלפן און שטיצן דעם געוואלדיגן פראיעקט. "דער ישיבה מיטן ראש ישיבה האבן מיר געטוישן מיין לעבן", איז א סטעיטמענט וואס מ'הערט זייער אפט. דער פארציילט ווי ער האט זיך געמוטשעט מיט די קינדער, און א דאנק א דרשה, אדער א קונטרס האט ער באקומען א קלארע מהלך וויאזוי צו גיין, דער פארציילט דאס זעלבע איבער זיין שלום בית, אויף וועלכע ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן. א דריטער האט שוין זייט זיין חתונה זיך געזעגענט פון יעדע ספר, און האט באקומען א ליבשאפט צו די תורה, דורך די עצות פון ראש ישיבה. און ליסטע גייט ווייטער און ווייטער. יעצט דארפן די מוסדות האבן א נייע פלאץ פאר די מיידלעך, וואס האבן נישט ווי צו גיין קומענדיגע זמן. אזוי אויך איז די חדר פון די אינגלעך שוין אויסגעוואקסן. בעזרת ה' יתברך וועט מען אויפטרייבן די געלט צו קענען אהערשטלן א פרישע פלאץ פאר די סקול און פאר די חדר. דער קאמפיין האט א ספעציעלע חשיבות, ווייל חשובע נדבנים האבן זיך אונטערגענומען צו "מעטשן" 3 מאל יעדע דאלער וואס ווערט געגעבן. דאס הייסט אז יעדע&nbsp;דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג וועט ווערן 4 דאלער. און ווי די טשערידי סיסטעם ארבעט, וועט עס זיין "אלעס אדער גארנישט", אויב אין 36 שעה וועט נישט ווערן אויפגעטריבן די גאנצע סומע ביז $500,000&nbsp;וועט אלעס צוריק גיין. דערפאר&nbsp;וואס א טאג נענטער עס קומט צום קאמפיין ווערט מען מער און מער געשפאנט, און מען קוקט ארויס אויפן הצלחה פונעם קאמפיין, בעזהשי"ת. די עסקנים ארבעטן יעצט אויפן פעידזש פונעם וועבסייט, איר קענט זען וואו די ארבעט האלט יעצט אויפן פאלגענדן לינק charidy.com/breslev

    < זעה מער ל סיון תשע"ח 📝
  • "הארץ קאמפיין" אויף "טשערידי דאט קאם" פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט

    די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך. די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן. דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט. די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער. די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון. בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769. דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט. &nbsp;"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן) ביי איינע פון די מיטינגען פון די עסקנים מיט "טשערידי דאט קאם"

    < זעה מער כח סיון תשע"ח 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען זונטאג אינדערפרי פר' קרח אין אולם אפעל פון קהלת היכל הקודש וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדערזענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. דער זאל האט זיך צוביסלע אנגעפילט מיט טאטעס און זיידעס, אזוי אויך די עזרת נשים האט זיך אנגעפילט מיט מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס גייען שוין אט בעז"ה אנהייבן חומש. דער חשובער מנהל הר"ר מרדכי אנדיג שליט"א האט אריינגעפירט דעם מעמד, און ארויסגעברענגט דעם "והיה ראשיתך מצער", אז מיט גענוי אזויפיל קינדער וויפיל די גאנצע כיתה א' איז יעצט, איז מיט בלויז עטליכע יאר צוריק געווען דער גאצער תלמוד תורה ווען עס האט זיך געעפענט. און יעצט קע"ה האט זיך דער הייליגער מוסד אזוי שיין צובליעט. דערנאך האט דער חשובער מלמד הר"ר ישראל יוסף שניצלער שליט"א, אליינס פון די ערשטע תלמידים פונעם חדר ארויסגעברענגט די כחות וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער נאך פון גאר קליינערהייט, אריין צו לייגן אין זיי די ריינע אמונה, און א געשמאק און אידישקייט, אז זיי זאלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידן. דערנאך האבן די קינדערלעך געזונגען שיינע ניגונים מיט זייערע זיסע שטימעס, אויך האבן עטליכע קינדער געזונגען סאלא. דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערענען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פארן ראש ישיבה שליט"א פאר די כחות וואס ער לייגט אריין. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א סידור אריינגעקריצט זייער נאמען, און א פעקל נאש. &nbsp;יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות בילדער פון די זיסע קינדערלעך ביים חומש סעודה א קליפ פון חומש סעודה

    < זעה מער כז סיון תשע"ח 📝
  • שידוך שליסן / תנאים פון הב' יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש הי"ו

    מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' החשוב יעקב הלל פארקאש הי"ו תלמיד הישיבה, בן מוה"ר יואל הי"ו, עב"ג הכלה החשובה בת מוה"ר מנחם גאלדשטיין הי"ו אב"י בעיר מאנסי. דער שידוך שליסן / לחיים איז פארגעקומען נעכט שפעט אויף דער נאכט אויף א שיינע באשיידענע אופן, מיט די באטייליגונג פון אן ענגע צאל קרובים און ידידים, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען און אנווינטשן פאר'ן חתן און די מחותנים. די מחותנים האבן געהאט חשק שוין אויפן פלאץ צו פארליינען דעם תנאים, אזוי מוהרא"ש זי"ע האט אלץ געוואלט. איינע פון אנ"ש וואס האט זיך באטייליגט, האט פארשאפט אויפן פלאץ א "שטר התנאים", וואס איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו, א פעטער פונעם חתן ני"ו. די מחותנים דארפן אויסגעלויבט ווערן פארן האבן דעם קאפ אויפן פלאץ בעת די גרויסע שמחה, און האבן זיך געשפארט די אלע קאפ וויי וואס די אלע מסיבות ברענגען געווענליך מיט. די מחותנים, די חתן כלה און די געשוויסטער דארפן זיך פריש אויסשטאפירן, מ'דארף דינגען א זאל, קויפן בלומען, מטריח זיין די קרובים און ידידים איינמאל און נאכאמאל ארויס צו קומען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט דעם שידוך שליסן / לחיים / ווארט / תנאים וכו' אויף איין מאל אויף א בא'חנ'טע און באשיידענע פארנעם. "ווען מ'פאלגט מוהרא"ש, האט מען נחת פון די קינדער, און די שידוכים קומען אן גרינג אן קיין קאפ וויי און דאגות", האט זיך דער מחותן אויסגעדריקט. "ווילאנג מ'האט א בחור אין ישיבה, איז דא עקספענסעס, שכר לימוד א.א.וו. אבער, ווען מ'טוט א שידוך בשטו"מ, איז מער נישטא קיין הוצאות". דער חתן ני"ו איז געווען נישט לאנג צוריק ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, ווי ער האט אויסגעבעטן און אויסגעפועלט אזא שיינעם שידוך. &nbsp; דער מחותן מוה"ר ר' יואל הי"ו איז דער גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אין צענטער פון שטאט אויף העיס קט. ווי דער מחותן לערנט פאר יעדע וואך סיפורי מעשיות און זאגט ד"ת ביי שלש סעודות, וואס איז א מאגנעט פאר אידן פון די גאנצע אומגעגענט צו הערן דברי חיזוק און עצות וויאזוי זיך אומצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כה סיון תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1546 to 1560 of 1670 results

1 2 ... 101 102 103 104 105 106 107 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com