Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום הש"ס דורך הב' מרדכי לייב טירנויער

    פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איז געווען א יום טוב ביי די תלמידי הישיבה ווען א הב' מרדכי לייב טירנויער הי"ו האט זוכה געווען נאך זיין ווייניגער פון א יאר זיין אין ישיבה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.   דער עולם איז זיך צוזאם געקומען מען האט זיך מיטגעפרייט, דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור און האט ארויסגעברעגנט ווי א בחור האט זוכה געווען אין די קורצע צייט אזויפיל צו לערנען, יעדע חודש ענדיגט ער משניות, תיקוני זוהר, און ליקוטי מוהר"ן.   אויסערדעם וואס ער איז פון די גרעסטע מפיצים, וואס גייט ארום כסדר און פארשפרייט די זיסע עצות וואס ער האט געטראפן, אז אויך אנדערע אידן זאל זוכה זיין צו געניסן פונעם נחל נובע מקור חכמה, און קענען לעבן דעם זיסן לעבן מיט די תורה מיט די אייבישטער וואס ער האט זוכה געווען דורך א ספר.   דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מיינטס נישט אז נאך די אלע זאכן די פילע בלעטער גמרא, פרקים משניות און די אלע אנדערע לימודים וואס ער לערנט יעדן טאג, און אויסער דעם וואס ער גייט יעדן טאג אסאך הפצה אז ער האט נישט קיין צייט צו שפילן, שמועסן און פארברענגען. ער איז א בחור וואס מאכט פרייליך אלע ארומיגע, קען אויסהערן א צווייטן, שמועסן.   דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם חתן הש"ס מרדכי לייב צו זינגען א ניגון וואס ער האט פארפאסט צו זיין סיום הש"ס.   לחיבת הקודש וועלן מיר דא אראפברענגען דעם גאנצן ניגון ווארט ביי ווארט. מען קען עס מיטהאלטן סיי אויפן וועבסייט דא ביי די אפטיילונג פון די שיעורים, אזוי אויך אויפן טעלעפאן קול ברסלב ביי די שיעורים פון די אינגעלייט.   ❞ראוי לאדם שיעבור וילך בזה העולם בכל הספרים הקדושים וללמוד כולם כדי שיכול להתפאר בעולם הזה שהיו בכל מקום בעולם הזה וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה שטוב ללמוד במהרות ובלי לדקדק ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד לומר הדברים כסדר וממילא יבין   איז געקומען מוהרא"ש - און לעובדה ולמעשה פאר אונז געמאכט פאר גאנצע פופציג יאר - פון דעם געשריבן און גערעדט געווען שטארק מיט דעם - אפילו גאר אסאך פון אים געלאכט תלמדי חכמים - שוין געווארן און נאך אסאך וועט   תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא   הייב אן זאגן - די גמרא הער אויף קלאגן - אז עס האט נישט קיין סברא דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין אן קיין חזרה - מיט א ניגון א חשבון א קלארע - ווען אין קבר וועסט ליגן דעמאלטס מיט דיר די תורה וועט מיטגיין   ס'האט נישט גענומען לאנג - דאך עס שפירט נישט וואר און הדרן עלך זינג איך אויף תלמוד בבלי נאך פיל יגיעות און מניעות - במשך אפאר יאר ביי מיין סיום הש"ס צום באשעפר זינג איך הללו   פיל גוט אידן געקומען צו מיר - געמאכט מיט די הענט נע, מ'האט נישט געהאלטן - געגעבן א לאך חברותות אינגעלייט - היינט קענט עטס רעדן צו די ווענטנאר מיטן סדר דרך הלימוד זאגן אסאך   ווייל ס'איז שווער - פון אנהייב אלעס צו פארשטיין דעמאלטס פאלג די צדיקים - און נעם דעם רבניס וועג אז דו לערנסט טיף - די שווערע סוגיות דו בויעסט אויף מיט חן קענסטו דאס נוצן - ווען עס גייט דורך שווערע טעג   תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא   תהלים חומש משניות כמה וכמה פעמים - בבלי ירולשמי תוספתא נ"ך רמב"ם מדרש טור שולחן ערוך - זוהר הקדוש תיקוני זוהר און רבינ'ס זאך   די כח פון תורה איז אזוי גרויס - האט דער רבי צו רבי נתן געגעבן א שריי   אפילו א מענטש וואס ליגט טיף אין שאול - לערנען כך וכך צוריק קומען ווי ניי❝  

    < זעה מער יח אב תשפ"ב 📝
  • זיצן ווערן שוין פארקויפט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין אומאן

    טראץ אלע סארט נייעסן וואס מען הערט כסדר אהער און אהין, וועט מען יא קענען פארן אויף אומאן דאס יאר אדער חס ושלום נישט, זענען ברסלב'ע חסידים זיך קיינמאל נישט מייאש, מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר זאלן זוכה זיין אויך דאס יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי ער האט געבעטן און פארלאנגט פון אונז, און מיט תפלה וועלן מיר זיכער פועל'ן צו פארן בשלום און צוריק קומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן צו פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין. &nbsp; מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן. &nbsp; וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער יז אב תשפ"ב 📝
  • בחורים אין ישיבה לערנען 40 מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    מארגן פרייטאג ואתחנן, חמשה עשר באב, הייבט זיך אן די יערליכע מסכת תענית טומל אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעשמידט צו א גמרא מסכת תענית, מען לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. &nbsp; אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. ביי די סעודה לכבוד חמשה עשר באב האט מוהרא"ש גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. &nbsp; אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און האבן דורכגעלערנט מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה און גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. &nbsp; זייט דעמאלט האלט עס ווייטער אן יאר יערליך, די פרישע בחורים ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים. &nbsp; אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. &nbsp; אין אנדערע נייעס האבן פילע אנשי שלומינו אנגעהויבן די וואך דעם פרישן מחזור אין לימוד תוספתא, און אין נ"ך, ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך. אויסער די פילע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג, האבן זיך פילע אויך צוגעכאפט צו די צוויי לימודים, לכבוד דעם וואס מען האט עס יעצט אנגעהויבן פון פריש. &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער יד אב תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל רופט צו א רייכער באנקעט קומענדיגן זונטאג עקב

    בית התבשיל צוויי ווערטער, אבער וויפיל ווערטער מען וועט רעדן איבער דעם וועט נישט זיין גענוג. ווען אונטער די צוויי אומשילדיגע ווערטער ליגט א גאנצע וועלט, א וועלט פון חסד, א וועלט פון גמילת חסדים. א לייכט זויל וואס פארשפרייט א שיין אין די גאנצע קהילה. &nbsp; איינע פון די שענסטע רינגעלעך אין די גאלדענע קייט פון חסד וואס אונזער קהלה איז ב"ה באשאנקען געווארן איז בלי ספק די מאסיווע פאריעקט פונעם "בית התבשיל", אין אמת'ן אריין איז די נאמען בית התבשיל נישט די פאסיגע נאמען פאר די אקטיוויטעטן וואס גייט ארויס פון אונטער די צוויי ווערטער בית התבשיל ווייל ס'איז נישט בלויז א בית התבשיל ווי מען גיט צועסן פאר מענטשן, נאר עס איז אסאך אסאך מער פון דעם. &nbsp; "בית התבשיל" איז אמאל געווען א זאך וואס איז נוגע געווען בפרטיות פאר עטליכע פון אסאך, אבער, דא ביי אונז אין קהלה איז עס על הכלל כולו יצא יעדער איינער האט הנאה דערפון. &nbsp; די אונטערנעמונג פונעם בית התבשיל איז דירעקט נישט קיין גרינגע זאך, בלויז די פאקט אז אין די לעצטע פאר וואכן פון נאך פסח האט בית התבשיל שוין אויסגעטיילט און גראסערי די סומע פון $50,000 איז שוין גענוג ארויסצוברענגן די שווערע עול וואס ליגט אויף זייערע פלייצעס. &nbsp; די בית התבשיל איז ווי א שירעם וואס נעמט אריין אונטער זיך יעדע זאך וואס האט צו טון מיט חסד, יעדע זאך וואס קען ארויסהעלפן אנשי שלומינו. &nbsp; "בית התבשיל" שפארט פאר אנשי שלומינו מדי שבת בשבתו יעדע איינציגע שבת שווערע געלטער פאר מאכלי שבת. דער "בית התבשיל" האט בלויז פאריאר אין די איין קאליכיגע יאר אויסגעטיילט עסן וכו' אין די ווערט פון $250,000! עס איז א ציפער וואס הערט זיך ווי א גוזמא אבער יא! ס'איז א מציאות. &nbsp; אבער לאמיר גיין אביסל ווייטער, די פסח חלוקה אליינס האט אפגעשפארט איבער $75,000 פאר אנ ש. וואס דאס איז חוץ די "חלוקה" וואס בית התבשיל שטעלט צו פאר א יעדע יו"ט. &nbsp; "בית התבשיל" שטעלט צו מדי שבת בשבתו קאלטע וואסער פאר אנשי שלומינו בשעת'ן זיך שלעפן אין די היצן זיך שופך שיח צו זיין פאר'ן הייליגע באשעפער דאס קאסט אפ $10,000 א יאר, אזוי נישט מיר נישט דיר א פראיעקט וואס געהערט בכלל נישט צו א "בית התבשיל" האט מען אויך אריינגענומען אינעם באן פון גמילת חסדים. &nbsp; די עול צו טראגן איז אומבאשרייבליך שווער, אבער צו זעהן די לעכטיגע שמייכליך פון אנשי שלומינו איז אלעס ווערד, וויפיל מאל האבן שוין די עסקנים געדארפט בארגען געלט בלויז זיכער צו מאכן די עקזיסטענץ פונם הייליגע ארגעניזאציע! &nbsp; עס ווערט געברענגט פון די הייליגע חפץ חיים אז א בריק שטייט אויף זוילן וואס שטעקן זיך אריין ביז אונטער די וואסער, אויב עס איז נישט דא קיין זוילן איז נישט דא קיין בריק. זאגט די חפץ חיים די זעלבע איז ביי גמילת חסדים, חסד איז א בריק, די כח האחדות זענען די זוילן, די פונדעמענט, די איינציגסטע וועג אז עס זאל קענען זיין גמילת חסדים, איז נאר מיט א כח האחדות, ווען יעדער איינער העלפט צו דערצו. &nbsp; ב"ה צו די הנאה פון אנשי שלומינו גייען מיר שוין אן פאר איבער 4 יאר, ווען יעדער איינער האט הנאה אדער פון די חלוקות אדער פון די אנדערע פראיעקטן. אבער יעצט איז דער בית התבשיל געקומען צו א מצב אז מען קען שוין נישט מער און זיי ווענדן זיך צו די ווארעמע הערצער פון אנשי שלומינו, מאכט אייך צו די אויגן פאר א מינוט און טראכט וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אונזער הייליג קהילה אן קיין בית התבשיל, נישטא קיין חלוקות, נישטא קיין וואסער זיך שלעפנדיג אין די היצן צום ביהמ"ד, נישטא גארנישט. &nbsp; דער בית התבשיל לאנדעט איין אלע אנשי שלומינו צו א קאלירפולע פארברענג א "רייכער באנקעט" וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, דער מסיבה וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג עקב ביים בית התבשיל אויף 136 דענמען ראוד וועט בענעפיטירן דעם וואוילטעיגן בית התבשיל, עס זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש. א ברייטע נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, אזוי אויך וועט וועט פארטיילט א מתנה פאר אלע באטייליגטע, און א פארברענג מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאכפאלגן. &nbsp; די הנהלה פונעם בית התבשיל בעט אלע אנשי שלומינו זיך צו קומען פערזענליך באטייליגן און ארויסווייזן הכרת הטוב צו די הייליגע אונטערנעמונג. דער בית התבשיל מוז יעצט דרינגענד שאפן פינף און זיבעציג טויזנעט דאלער. ביטע העלף זיי אנצוקומען צום ציל פון $75,000. זיי דיר משתתף מיט די כח הרבים וואס וועלן צוזאמען פארזיכערן די עקזיסטענץ פון די בית התבשיל און נאר מיט די כח האחדות וועלן מיר עס טאקע באווייזן. &nbsp; ובזכות זה זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלע גוטע זאכן. &nbsp;

    < זעה מער יג אב תשפ"ב 📝
  • פרישע מחזור פונעם לימוד יומי אין נ"ך

    מען האט בלויז עטליכע טעג נאכ'ן אנהויבן מיט א פרישקייט די טעגליכע לימוד אין תוספתא, און שוין הויבט מען אן פון פריש די לימוד יומי אין נ"ך. &nbsp; היינט דינסטאג ואתחנן הויבט מען אן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דעם ניינטן מחזור, צו לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך אין נ"ך. &nbsp; דער לימוד האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה, פילע אנשי שלומינו האבן זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך אין נ"ך, און זיי זענען זיך ממש מחי' דערמיט. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר, ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט גאנץ נ"ך, מען קען הערן די שיעורים אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליניע, מען קען עס טרעפן דורכן דרוקן 1 פאר אידיש, דערנאך 2 פאר שיעורים פונעם ראש ישיבה, און 8 פאר די שיעורים אין נ"ך. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די הייליגע קאפיטלעך בטוב טעם ודעת, געשמאק און פשוט, און אלס א באנוס איז דא כמעט נאך יעדע קאפיטל גאר שיינע אייגנארטיגע דברי התחזקות. פילע אידן וואס האבן אויסגעהערט די שיעורים זאגן אז דאס האט זיי גאר שטארק ארויסגעהאלפן, זיי האבן זיך ממש מחי' געווען מיט די שיעורים, איינער פון אנשי שלומינו וואס איז אריבער גאר א שווערע דורכגאנג האט דערציילט אז דוקא די שיעורים אין נ"ך האבן אים ממש דערהאלטן ביים לעבן צו קענען ווייטער אנגיין. &nbsp; לאמיר זיך אויפפרישן און אנהויבן לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דאס איז דאך די גאנצע חיות פון א איד, דאס געבט עסן פאר די נשמה, מען באקומט א סיפוק אין לעבן. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן סימן ע"ו), א וועג ווי אזוי יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו לערנען תורה יעדן טאג, דער רבי זאגט אז עס איז גענוג בלויז צו זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט און מען געדענקט נישט וואס מען לערנט. &nbsp; קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען, ווער עס האט א מויל מיט ציינער קען זיך מאכן שיעורים יעדן טאג אין די הייליגע תורה, מען דארף נישט קיין חברותא, מען דארף נישט קיין מגיד שיעור, און מען דארף אפילו נישט צופיל איבריג צייט. לאמיר ארויסכאפן יעדן טאג אביסל תורה, מען דארף עס נאר אמאל פארזוכן און שפירן דעם געוואלדיגן געשמאק וואס דאס ברענגט אין לעבן אפילו אויף די וועלט, שוין אפגערעדט די גרויסע שכר וואס ווארט אונז אפ פאר יעדע ווארט תורה אויף יענע וועלט. &nbsp; מתוקים מדבש ונופת צופים!

    < זעה מער יב אב תשפ"ב 📝
  • פילע פרישע קונטרסים געדרוקט אינעם בית הדפוס

    דאס שווארץ אפל פון היכל הקודש דער בארימטער "קרן הדפסה" שלאפט נישט, מען דרוקט און מען דרוקט טאג און נאכט. מען פרובירט נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג. געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען אויפגעשטאנען א פרישע דור פון מפיצים, אנגעהויבן פון די אינגעלייט, גאר אסאך בחורים תלמידי הישיבה און אפילו די קינדער פון חדר אלע ווילן איין זאך, האבן די זכיה צו מפיץ זיין די ליכטיגע דיבורים פון הייליגן רבין, דורך די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן. &nbsp; אויסער דעם וואס די אלע קונטרסים ווערן כסדר איבערגעדרוקט, בפרט פאר יעדע יום טוב אדער סעזאן ווערן די פארשידענע ספרים און קונרסים וואס זענען נוגע צו יענע זמן פריש איבער געדרוקט, אזוי אויך ווערן די קונטרסים פולקאם איבער געפרישט פון צייט צו צייט סיי פון אינעווייניג און סיי די דעקלעך פון דרויסן אז עס זאל זיין שיין לעכטיג און געשמאק צו לערנען דערין. מוהרא"ש האט געשריבן אזויפיל קונטרסים, אז וויפיל מען זאל נאר דרוקן האט מען נאך אפילו נישט אנגעהויבן. אין די זעלבע צייט דרוקט מען אין עטליכע שפראכן, די קונטרסים האט האט מוהרא"ש האט אליינס געשריבן מיט זיין הייליגע שפראך אין לשון הקודש, און מען טייטשט עס איבער בעיקר אויף אידיש און ענגליש, וואס דאס גייט דאס מערסטע דא אין אמערקיקע. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג איז ארויס פון גאנצע פאק פרישע קונטרסים פון דרוק וואס די מפיצים כאפן זיך צו דערצו און שפרייטן עס אויס, וואס מיט אייבערשטנ'ס הילף וועט עס באלייכטן נאך פילע אידישע שטיבער, זיי וועלן זען וויאזוי מען קען גרינגערהייט דורכגיין דאס לעבן מיטן אייבערשטן. זיי וועלן וויסן וויאזוי מען קען זיך דורכקומען און זיך ליב האבן אינדערהיים, מען קען ערציען קינדער אויף א פריילכע און ערליכע פארנעם, און אז דער אייבישטער האט דיך נאך אלץ ליב טראץ אלעס וואס איז געווען. און אזוי ווייטער. &nbsp; די פאלגענדע קונטרסים זענען נארוואס ארויסגעקומען:&nbsp; Don't Complain From Bitter To Sweet&nbsp; Make Your Marriage Work No Longer Alone שאקלען לולב Illusions יום טוב סוכות די זיסקייט פון תמימות אין שאטן פון די סוכה א ברסלבער חסיד שמחה איז די גרעסטע זאך א צופרידן לעבן א גאנצע אמונה הפצה קארטלעך - עצות און חיזוק חיי מוהרא"ש (הנחה $5.00) מעשה'לעך פאר קינדער #1 &nbsp;

    < זעה מער יא אב תשפ"ב 📝
  • בית פיגא גרייט זיך מיט א פרישע דראמאטישע שפיל

    אין די יעצטיגע טעג האט זיך שוין אנגעהויבן די צוגרייטונגען אין די העכערע קלאסן פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען אין די קומענדיגע וואכן. &nbsp; אזוי ווי די פארגאנגענע יארן וועט אויך היי יאר געשפילט ווערן דורך די מיידלעך די תלמידות פון בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע. &nbsp; די פראדוצירער לייגן אריין אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען פון די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און דער פלעי אנטשפרעכט צו האלטן די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. בפרט, וועט עס אינספירירן די פרויען און מיידלעך וואס וועלן עס מיטהאלטן מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. &nbsp; אין די פריערדיגע יארן איז דער שפיל געווען דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט ביי די פרויען, די שפיל "דער בערגער און דער ארימאן" איז ארויסגעקומען שפעטער אויף א די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס, און ביז יעצט ווערט נאך פארקויפט טויזנטער שטיק דערפון. ווי מען זעט פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן געשריבן, האט דער שפיל איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די צוהערער, צום ביישפיל זעט מען ווי איינער האט געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!". &nbsp; ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער יעצטיגער שפיל וועט ווי די פריערדיגע אויך זיין געבויעט אויף איינע פון די מעשיות פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים. &nbsp; ווארטס מיט שפאנונג אויף א קומענדיגע מעלדונג ווי מען וועט בעזרת השם לאזן וויסן אלע פרטים פונעם שפיל, דער נאמען פונעם שפיל, די טעג ווען עס וועט געשפילט ווערן, און וואו מען וועט קענען קויפן טיקעטס. &nbsp; 💿 דער בערגער און דער ארימאן on special just $7.49

    < זעה מער ז אב תשפ"ב 📝
  • פרישע אפדעיטס איבערן גראנדיעזע חנוכת הבית פארן נייעם בנין פונעם קרן הדפסה

    מיט גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צום גרויסן מסיבה ווי מען וועט פייערן דעם באנייאונג פון דעם נייעם גרויסן בנין ווי די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די ספרים גייען אן מיטן גאנצן פלייס און ברען. &nbsp; ווי שוין געמאלדן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשטימט די צייט פונעם חנוכת הבית אויף ראש חודש אלול הבעל"ט זאגענדיג אז די חנוכת הבית פונעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש איז די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג. &nbsp; היות עס איז נישטא גענוג פלאץ אינעם בנין, און דער ראש ישיבה וויל נישט מען זאל חס ושלום שטערן די הדפסה פון אנגיין מיט אירע קריטיש וויכטיגע אקטיוויטעטן, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען זאל מאכן דעם מסיבה בלויז פאר די וואס האבן מנדב געווען אכצן הונדערט דאלער און העכער. &nbsp; די אלע וואס האבן שוין געגעבן זייער נדבה פון אכצן הונדערט דאלער און ארויף וועלן בעזרת השם באקומען א פערזענליכע איינלאדענונג און האבן די געלגעגענהייט מיטצוהאלטן דעם הערליכע פראגראם, אזוי אויך וועלן זיי האבן די מעגליכקייט ארומצוגיין און זיך אומקוקן און זען מיט די אייגענע אויגן דעם גרויסן שיינעם פלאץ מיט די פילע טייערע עקוויפמענט, די פילע סארטן סאפיסטיקירטע מאשינען וואס דרוקן, קנייטשן, שניידן, סטעיפלען און בינדן יעדן טאג טויזנטער ספרים און קונטרים. &nbsp; מיר גרייטן זיך דאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, און ווי די סדר איז אז מען קומט צו גאסט צו איינעם ברענגט מען עפעס א מתנה. מאכט זיכער צו קומען קיין אומאן מיט שיינע מתנות פארן רבין. היי יאר וועט איר קענען זאגן פארן רבין "איך האב גענומען א חלק אין קויפן א בנין פון וואו מען וועט פארשפרייטן דיינע זיסע עצות פאר אידן אויף דער וועלט". &nbsp; די אלע וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין אדער ווילן נאך אויסצאלן זייערע אפענע באלאנסן ביז ראש חודש אלול זאלן זיך וואס שנעלער ווענדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 כדי מען זאל צוגרייטן גענוג פלאץ פאר אלע חשובע נדבנים. &nbsp; גדול יהיה כבוד הבית הזה

    < זעה מער ו אב תשפ"ב 📝
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען דעם שבת קודש זוכה זיין צו ענדיגן די איין און צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און אום זונטאג תשעה באב הויבט מען אן דעם פרישן מחזור אין תוספתא. &nbsp; שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. &nbsp; אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. &nbsp; עס איז מערקווירדיג אז דער נייער מחזור הויבט זיך אן אום תשעה באב, דער לימוד יומי אין ירושלמי לערנט מען נישט אום תשעה באב, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז אזוי ווי עס איז דא א חשובע קהלה וואס האט איינגעפירט צו לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, זאל מען מיטגיין מיט דעם סדר, און ווי זיי האבן עס אויסגעשטעלט לערנט מען נישט דעם דף ירושלמי אום תשעה באב. כאטש וואס מוהרא"ש האט שוין געשריבן איבער לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, פילע יארן איידער די קהלה האט עס איינגעפירט ביי זיי (ליינט איבער דעם אינעם "קרית ברסלב בלעטל" צייטונג פון די וואך, ביי די בריוו צו רעדאקציע), אבער דער לימוד יומי אין תוספתא וואס מוהרא"ש האט אליין איינגעפירט אין היכל הקודש, לערנט מען אויך אום תשעה באב. &nbsp; אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א אמאל געשריבן, "בנוגע לערנען שיעורים כסדרן [אום תשעה באב]; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן. אזוי אויך האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג". &nbsp; אין אן אנדערע געלעגנהייט האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סך כל השעות מן הכ"ב ימים הם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "על כן יש במשניות תקכ"ח פרקים מנין מפת"ח", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כמנין מפתח הגאלה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אין הגליות מתכנסות אלא בזכות המשניות", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וכשמדברין ושונין במו פינו התורה שבעל פה, אזי נפתח הסתום", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גם כי יתנו בגוים עתה אקבצם', לשון מתניתין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עתה אקבצם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פ ארן מענטש אויף אייביג. &nbsp; מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זען אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. &nbsp; אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. &nbsp; דער קונטרס "בית נצחי" קען מען באשטעלן צו באקומען וועכענטליך אויף די פאסט דורך רופן 845-640-1743 אדער דורך שיקן א וואטסעפפ צו 845-747-0832. &nbsp; דער "קרן הדפסה" האט געדרוקט די גאנצע סעט תוספתא, אין דריי בענדער, מיט הארטע דעקלעך, אינגנאצן מנוקד מיט שיינע גרויסע אותיות. מען קען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבעסייט. ששה סדרי תוסתפא &nbsp; גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! &nbsp;

    < זעה מער ה אב תשפ"ב 📝
  • דער ירושלימער רב זצוק"ל טענה'ט זיך אויס מיטן אייבערשטן

    אן אינטערעסאנטע עפיזאד ווערט באקאנט אין די טעג. א איד איז לא עלינו דיאגנאזירט געווארן מיט די שווערע מחלה, און איז דורכגעגאנגען די שווערע כימא טעראפי באהנדלונגען ביי א בארימטע דאקטער, דער דאקטער איז געווען דער זעלבער וואס האט באהאנדעלט דעם גרויסן גאון דער ירושלימער רב, רבי יצחק טוביה ווייס זצ"ל וואס מיר שטייען נאך יעצט אין די טעג פון די שבעה פון זיין פטירה לחיי העולם הבא פארגאנגעם שבת קודש. &nbsp; דער איד פארציילט אז נאכן דורכגיין א שטיק צייט די באהאנדלונגען, און ווי די סדר איז אז די רפואות פאר די ביטערע מחלה האבן דעם "סייד אפעקט" אז די האר פאלט ארויס, האבן זיינע האר אנגעהויבן ארויספאלן, וואס איז זייער א נישט געשמאקע זאך, ארומצוגיין אן קיין האר. האט ער געפרעגט דעם דאקטער, "וויאזוי קען זיין אז איך גיי דורך די זעלבע באהאנדלונג ווי דער ירושלימער רב רבי יצחק טוביה, און זיינע האר פאלן נישט ארויס? וואס בין איך אנדערש?!" האט אים דער דאקטער געזאגט, אז איך האב מיך אויך זייער געוואונדערט אויף דעם, און איך האב עס טאקע געפרעגט דעם רב אליינס, "וואס איז פשט אז דעם רב'ס האר האלט זיך אזוי שוין, אין די צייט וואס איך בין געוואוינט ביי מיינע אנדערע פאציענטן אז די האר פאלט ארויס נאכן דורכגיין די אלע באהאנדלונגען?" און ווייסט וואס דער רב האט מיר געענטפערט - פארציילט דער דאקטער: "איך האב געבעטן דעם אייבערשטן, איך האב געזאגט פארן באשעפער אז אזוי ווי איך דין אלס רב פון ירושלים, העלף מיר איך זאל בלייבן מיט מיין אידישע צורה, און קוק, דער אייבישטער האט מיר געהאלפן". &nbsp; מיר אלע וועלן זיך אפלערנען פונעם הייליגן גאון וצדיק דער ירושלימער רב זצ"ל און גיין אין זיינע וועגן, און מיט א תמימות זיך אויסטענה'ן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן סיי וואס מיר דארפן. און דער אייבישטער דער שומע תפלת כל פה וועט אונז זיכער אויסהערן און העלפן מיט אלעם וואס מיר דארפן. &nbsp; קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראיהו באמת

    < זעה מער ד אב תשפ"ב 📝
  • אידישע וועלט באוויינט די פטירה פונעם גרויסן גאון וצדיק מרן רבי יצחק טוביה ווייס זצוק"ל, גאב"ד ירושלים

    דאס הארץ פון יעדן ערליכן איד האט פארפעלט א קלאפ ווען מען האט געהערט דעם מוצש"ק נאכן זמן די שווערע נייעס וואס איז געקומען פון ארץ הקודש, אז דער גרויס פוסק און גאון מרן גאב"ד ירושלים זצוק"ל האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום כסא הכבוד דעם פארגאנגענעם שבת קודש אין די פארטאגס שעה'ן, נאכדעם וואס דער רב זצוק"ל איז געווען אין א שווערע מצב די לעצטע וואך צייט. &nbsp; דער גרויסער גאון, איז געבוירן געווארן מיט כמעט 96 יאר צוריק אינמיטן חודש אלול שנת תרפ"ו אין שטעטל פעזינג אין סלאוואקיע, אלס דער אינגסטער זון צו זיין טאטע הרב שלמה ז"ל, א תלמיד פונעם בעל שבט סופר זי"ע. רבי שלמה האט געצויגן זיין חיונה פון א האלץ געשעפט, און האט פארגעלערענט שיעורים אין זיין שטאט. &nbsp; אין זיינע אינגע יארן האט ער צוליב די גזירת המלכות געמוזט לערנען אינעם שטאטישן שולע, ביז די מיטאג שעה'ן, וואס דערנאך פלעגט ער לערנען מיט א מלמד וואס זיין טאטע האט געדינגען צו לערנען מיט אים. &nbsp; ווען דער שרעקליכער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו געפירט אז מען האט באוויזן אים ארויפצוזען אויפ'ן "קינדער טראנספארט" מיט וואס ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן אליינס אן קיין משפחה אלס אינג בחור'ל פון 13 יאר. &nbsp; אין לאנדאן האט ער פלייסיג געלערענט אין ישיבה "תורת אמת" פון הגאון ר' משה שניידער ז"ל, נאך זיין חתונה אין געיסטהעד האט ער ממשיך געווען דאס לערנען אין כולל וואס איז דאן געפירט געווארן דורך הגאון ר' אליהו דעסלער ז"ל, שפעטער האט הגאון ר' יצחק טובי' איבערגענומען ר' אליהו אלס ממלא מקום צו דינען אלץ ראש הכולל. ווען ער האט ער זיך צוריק געצויגן קיין לאנדאן האט אים הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א אויפגענומען אלס מגיד שיעור אין "ישיבה הרמה" אין לאנדאן, אזוי אויך איז ער געווארן רב אין בית הכנסת "עץ חיים". &nbsp; אין יאר תשכ"ז איז ער אריבער וואוינען קיין אנטווערפן, בעלגיע דארט האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת ווילרייק, אזוי אויך האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין די קהלה מחזיקי הדת, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן און גע'פסק'נט שאלות פאר אידן פאר איבער פינף און דרייסיג יאר. &nbsp; מיט ניינצן יאר צוריק אום י"ד תמוז תשס"ג, ווען דער ירושלמער רב הגאון הגדול מרן ישראל משה דושינסקי זצ"ל איז נסתלק געווארן, האט מען גערופן דעם גרויסן גאון פון אנטווערפן זאל קומען קיין ירושלים איבערנעמען דעם גרויסן אמט און דינען אלס רב פון די "עדה החרדית" אין ירושלים עיר הקודש, א תפקיד וואס ער האט אויסגעפירט מיטן גרעסטן מאס שטארקייט, און האט געפירט די פולע מערכות פון די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, און זיך נישט געשראקן פאר קיינעם. &nbsp; דער גאב"ד האט געהאט א געוואלדיגע הערצה צום הייליגן רבין און זיינע תלמידים, ער איז געווען זייער נאנט מיט אסאך ברסלב'ע חסידים וועמען ער זייער מעריץ און מחשיב געווען. מען האט געזען די גרויסע חביבות וואס ער האט געהאט צום הייליגן רבין ווען ער האט אויסגענוצט יעדע געלעגנהייט וואס מען האט אים נאר גערופן צו באשיינען אין ברסלב, ווי ער פלעגט אלץ קומען מפאר זיין בראש. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מחבלי כרמים האבן נאר פרובירט צו פירן מערכות קעגן הייליגן רבין און זיינע תלמדים פלעגט ער זיך אלץ ארויסשטעלן בראש און זיך אננעמען פאר כבוד התורה, ער פלעגט אלץ זאגן אז ביי זיינע רבי'ס ווי ער איז אויפגעוואקסן פלעגן זיך אלץ געפונען דעם רבינ'ס הייליגע ספרים אויפן טיש צווישן די ספרים וועלכע זיי האבן געלערנט כסדר. &nbsp; ווי שוין אויבן דערמאנט האט ער זיך געפונען אין א זייער שווערע מצב דעם פארגאנגענעם שבת קודש. און שבת קודש פארטאגס האט ער צוריק געקערט זיין נשמה צום כסא הכבוד במעמד פון פילע בני משפחה און רבנים פון די עדה החרדית וועלכע האבן אינאיינעם געזאגט די פסוקי יחוד. &nbsp; היינט אינדערפרי איז פארגעקומען דער לויה אין ירושלים עיה"ק ווי צענדליגע טויזנטער ערליכער אידן פון גאנץ ארץ ישראל זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון וצדיק, בראש פון די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלכע האבן מספיד געווען. דערנאך האט מען געפירט די מטה פונעם גאב"ד זצ"ל צום הר הזתים ווי ער איז געקומען למנוחת עולמים. &nbsp; גדולה מיתת צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו &nbsp;

    < זעה מער ג אב תשפ"ב 📝
  • קינדער פון חדר פארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים אין מאנסי

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א &nbsp; א צייט צוריק אין אן ערב ראש חודש זענען די קינדער געפארן קיין מאנסי צום ציון פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט, די מלמדים האבן צוגעגרייט די קינדער, איבער די גרויסקייט פון א צדיק, בפרט דעם הייליגן ריבניצער רבי וואס האט געהאט אפענע אויגן, און בעל שמ'סקע מעשיות האבן זיך דארט געוואלגערט אונטערן טיש, אויך האט מען גערעדט איבער דעם וואס חז"ל זאגן אז צדיקים אפילו ווען זיי לעבן שוין נישט זענען זיי נאך אסאך גרעסער ווי ביים לעבן, און ווי דער רבי זאגט אז א צדיק ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט, איז עס בלויז ווי ער גייט פון איין צימער צו א צווייטע, און מען קען פועלן גאר גרויסע זאכן ביי א ציון. די קינדער זענען געווען זייער פרייליך צו גיין מתפלל זיין, זיי אלע זענען דאך שוין געוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן, און זיי האבן זיך געגרייט יעדער איינער צו בעטן זייערע בקשות ביים ציון פון הייליגן צדיק. &nbsp; אנקומענדיג צום ציון זענען די קינדער גלייך צוגעגאנגען צום הייליגן ציון, מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין, קינדער ווי וואויל און דרך ארצ'דיג זיי זאלן זיין, זענען זיי נאכאלץ קינדער, און געזונטע קינדער זענען נישט פארשלאפן, נאר האבן אסאך ענערגיע וואס זיי דארפן ארויסגעבן. דארט ביים ציון איז געזיצן א איד וואס האט נישט געקענט פארנעמען די געפילדער פון די קינדער, ער האט זעט אויס געדארפט אביסל שטילקייט, און האט זיך כסדר געבייזערט און געטיילט פסקים צו די קינדער "גייטס נישט דא", "זייטס שטיל", "גייטס אריין", "גייטס ארויס", און וואס די קינדער האבן נאר נישט געטון איז ער נישט געווען צופרידן. &nbsp; אזוי אויך דערנאך ווען מען איז צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן וויזניצער רבי זי"ע וואס ליגט דארט דערנעבן, איז ער ווייטער געשטאנען אין וועג, און געשריגן אויף זיי "מאך אויף די טיר", "מאך צו די טיר", און אזוי ווייטער. &nbsp; אויפן וועג אהיים האבן די טייער מלמדים געשמועסט מיט די קינדער, "פארוואס איז דעי מענטש אזוי גערעגט? פארוואס שריידט ער א גאנצן צייט"? האבן זיי געוואלט פארשטיין, די מלמדים האבן שיין ערקלערט פאר די תמימות'דיגע קינדער, אז ווי עס זעט אויס איז ער זייער צובראכן, און דערפאר זעט אויס איז ער דא געקומען מתפלל זיין, און לאמיר טאקע אינאיינעם מתפלל זיין פאר דעם איד אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף, און קומענדיגע מאל זאל מען אים שוין טרעפן פרייליך. אזוי האבן די קינדער טאקע געטון, און די קינדער אינאיינעם מיט די מלמדים האבן ערליך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף דעם איד, און ער זאל שוין געהאלפן ווערן. &nbsp; קומענדיגע מאל ערב ראש חודש ווען מען איז ווידער געפארן קיין מאנסי צו די ציונים פון די צדיקים, האבן זיך די קינדער אויפן וועג דערמאנט פונעם עפיזאד פאריגע חודש, און עס איז געווען א שטיקל "דעבאטע" צווישן זיי אויף וואס מען דארף מתפלל זיין, א טייל האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אים נאכאמאל טרעפן אבער פרייליכערהייט, און אנדערע האבן מתפלל געווען אז ער זאל נישט דארט זיין. &nbsp; ווי ערשטוינט זענען די קינדער געווען, ווען זיי זענען אנגעקומען דאס מאל, האבן זיי געטראפן דעם זעלבן איד, אבער דאס מאל האט ער געהאט א גרויסע שמייכל אויפן פנים, ער האט אויפגענומען די קינדער גוטמוטיג, און זיי געפרעגט וואס זיי מאכן, און זיי געמאכט שפירן גוט. די קינדער זענען אויך געווען זייער פרייליך אים צו זען אין א גוטע מוד. אזוי האבן זיי דארט פארברענגט מיט זאגן קאפיטלעך תהלים און האבן מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס זיי דארפן. &nbsp; ווען מען איז אהיים געפארן האבן די קינדער פרייליכערהייט געזאגט פאר די מלמדים אז זיי זענען זיכער אז זייערע תפילות זענען אויסגעהערט געווארן, און דער אייבישטער האט געשיקט פאר דעם איד די ישועה וואס ער האט געדארפט, און זיי זענען זייער צופרידן צו זען ווי דער איד איז שוין יעצט פרייליך. &nbsp; אזוי וואקסן די טייערע קינדער אויף מיט די גרעסטע מתנה וואס א טאטע קען נאר געבן פאר זיין קינד, אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס הערט אים אויס, און קען אים העלפן, און וויל אים העלפן, און וועט אים העלפן. &nbsp; חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ב 📝
  • זוהר הקדוש מיטן פירוש פון ראש ישיבה שוין דא צו באקומען אויף סובסקריבשאן

    אין די לעצטע וואכן האבן שוין פילע געהאט די געלעגענהייט צו לערנען אין די נייע וועכענטליכע קונטרסים "חזית איש" וואס איז א הערליכע פירוש פון ראש ישיבה פול מיט פערל ווערטער אויף די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אינעם זוהר. די פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס ווערט געדרוקט יעדע וואך אינעם קרן הדפסה האבן דאס שוין באקומען וועכענטליך אינאיינעם מיט זייער פריים פעקל וואס זיי באקומען צוגעשיקט צום טיר; אויך גייט יעצט אן א פראמאושען אז אלע וואס שרייבן זיך איין ביז חמשה עשר באב צו באקומען וועכענטליך דעם הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלן באקומען דעם וועכענטליכן "זוהר" קונטרס בחנם פאר דריי חדשים אינאיינעם מיט זייער סובסקריבשאן. &nbsp; דער קונטרס - זאגן אלע - איז מחיה און מעודד די וואס לערנען דערין, דער ראש ישיבה ערקלערט אזוי זיס די ווערטער פון הייליגן זוהר, וואס האלט אין איין ארויסברענגען די שיינקייט פון די תורה, די זיסקייט פון אידישקייט, און ווי שטארק דער אייבישטער האט ליב יעדן איד, און ווי השי"ת איז זיך משתשע און טשאטשקעט זיך מיט יעדע ווארט וואס א איד רעדט צו אים. &nbsp; יעצט איז געקומען די גוטע נייעס, אז דער סובסקריבשאן אפציע איז שוין געווארן געעפענט פאר אלעמען. פארבינדט זיך שוין מיטן קרן הדפסה דורך רופן אדער טעקסטן 845-640-1743, אויף וואטסעפ קען מען זיך ווענדן צום נומער 845-747-0832. &nbsp; בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי' (זוהר נשא)

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ב 📝
  • הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א מחשובי אנ"ש ממונה אלץ חבר וועד המקוואות שע"י קהל יטב לב

    אין קרית יואל איז א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו ווען הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א וואס איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט, וואס זיצט און לערנט שוין איבער צוואנציג יאר אינעם בארימטן מבצר הכוללים אין קרית יואל, וואס אויסער די אלע לימודים פונעם כולל איז די הייליגע תורה אלץ שגור על פיו, ווי ער לערנט כסדר דורך כל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין אין יעדע מינוט וואס ער קען נאר. אין די אלע יארן האט ער שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגער מאל משניות, און מסיים זיין עטליכע מאל ש"ס אויפן רבי'נס וועג, במשך די יארן האט ער זיך משלים געווען אין אסאך מקצועות התורה, און יעצט האט ער זוכה געווען לברך על המוגמר און האט געענדיגט לערנען די שווערע קאמפליצירטע הלכות פון מקוואת. &nbsp; דער בית הוראה דקהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל, וואס האט אין די טעג מסדר געווען א וועד אויף פילע באזונדערע אפטיילונגען אינעם גרויסן בית הוראה וואס באדינט די טויזנטער תושבי העיר, האט אויסגעקליבן דעם גרויסן תלמיד חכם און מתמיד הר"ר זלמן לייב שליט"א צו דינען אלץ חבר אינעם וועד המקוואות, וואס אויסער וואס ער איז א בקי נפלא אין די אלע שווערע הלכות אין מקוואות האט ער שוין אויך קונה געווען אסאך פראקטיק אין די שווערע מקצוע. &nbsp; אנשי שלומינו בכלל און תושבי קרית יואל בפרט וואונטשן א מזל טוב פאר רבי זלמן לייב שליט"א, מחשובי אנ"ש און שטאט, וואס פון די ערשטע מינוט וואס מ'האט געעפענט דעם ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף העיס קאורט, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו קומען דאווענען, אפילו ער האט געוואוינט גאר ווייט; עקסטער וואונטשט מען א מזל טוב פאר זיין חשובן פאטער וואס פירט דעם בית המדרש, הר"ר אברהם חיים שליט"א וזוגתו האשה החשובה תחי', וועלכע זענען זיך מוסר נפש פארן ביהמ"ד היכל הקודש די אלע יארן, אנגעהויבן מיטן אראפנעמען איין גאנצע דירה פארן בית המדרש, אזוי אויך וואך נאך וואך במשך די אלע יארן כולן שוין לטובה, מאכן זיי זיכער מיט אזא געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אז אלע געברויכן אין בית המדרש זאל נישט פעלן, אריינגערעכנט קידוש און שלש סעודות יעדע וואך שלא על מנת לקבל פרס; צו די זעלבע צייט אויך פאר זיין חשובן שווער הרה"צ ר' יושע באנדא שליט"א, וואס האט זוכה געווען צו א געוואלדיג קירבה ביי מוהרא"ש זי"ע ווען הרב רבי יושע זאל זיין געזונט האט באשיינט ביי די שמחות פון הר"ר זלמן לייב שליט"א אין בית המדרש פון מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז הר"ר זלמן לייב שליט"א זאל ווייטער זען פרי בעמלו, און קענען ארויסהעלפן אידן להורות את דבר ה' זו הלכה, די זיידעס זאלן זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך. &nbsp; כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם (ב"מ פ"ה ע"א)

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ב 📝
  • טיי אווענט פארן ברסלב כולל זונטאג דברים אין שטעטל

    ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט דעם בארימטן "כולל היכל הקודש" ווי עס לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה א קבוצה פון אויסגעקליבענע אינגעלייט, דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט קומען אינעם כולל איינער וואס קומט ווייל ער דארף הייסן א "כולל אינגערמאן" צוליב וואס זייער שווער האט געלט און מוז האבן דעם איידעם אין כולל, וכדומה,&nbsp; דא זיצן אינגעלייט וואס לעבן מיט תורה, אטעמען תורה, ווייל נפשם חשקה בתורה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז די אינגעלייט זאלן דורכאקערן די שווערע מקצועות וואס זענען גילטיג בשעת'ן אויפבויען דעם קהילה. די אינגעלייט האבן שוין אין די לעצטע חדשים גוט דורכגעלערענט די קאמפליצירטע סוגיות פון מקוואות, שחיטה און עירובין, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם זיצן זיי א גאנצן טאג און זענען זיך משלים אין אלע מקוצעות וואס עס פעלט זיך אויס פאר א שטאט, ווי יורה דעה חלק א' און חלק ב', הלכות שבת און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט וועט דער כולל אפהאלטן דעם ערשטן טיי אווענט אינעם שטעטל קרית ברסלב ווי די איינוואוינער פון שטעטל אזוי אויך די זומער געסט וועלן האבן די זכיה צו קענען נעמען א חלק אין שטיצן די תלמידי חכמים פון שטאט. &nbsp; דער מסיבה וועט בעזרת השם פארקומען קומענדיגן זונטאג דברים הבעל"ט אין שטוב פון מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו אויף 87 רעד קליף ראוד אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. א געשמאקע רייכע מאלציילט וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. און א גאר אינטערעסאנטע א פאנעל פון פיר געהויבענע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א וועלן&nbsp; פארשטעלן א שיינע פרעזענטציע, ווי מען וועט זיי פרעגן אקטועלע אינטערעסאנטע שאלות וואס זיי וועלן ענטפערן יעדער איינער לויט זייער ערפארונג אין לעבן. &nbsp; צו זען די חשיבות פונעם כולל איז כדאי צו כאפן א בליק וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבערן כולל מיט צוויי חדשים צוריק "איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט." &nbsp; "געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון." &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו ווערן ערווארטעט צו קומען אין שטיצן דעם הייליגן כולל, און מיט דעם באקומען דעם שמירה עליונה וואס די תורה ברענגט אויף א איד. &nbsp; תורה, בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא (סוכה כא) &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 856 to 870 of 1674 results

1 2 ... 55 56 57 58 59 60 61 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com