Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט - ענדגילטיג באשטימט אלץ שבת התוועדות בעזהשי"ת

    מיט גרויס צופרידנהייט נעמען אויף אנשי שלומינו, אז דער דאטום פארן גרויסן "שבת הוועדות" "שבת סיום סדר מועד" וועט בעזרת השם פארקומען ברוב פאר והדר קומענדיגן חודש אדר ב' שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט אינעם הערליכן געשמאקן האטעל "קראון פלאזא" אינעם שטעטל סטעמפארד, קאנעטיקוט. ווי שוין באריכטעט, ווערט צוגעגרייט א הערליכע געשמאקע שבת קודש פראגראם פונעם אנקומען ערב שבת קודש, ביז מוצש"ק ביים אהיים פארן, געשמאקע סעודות כיד המלך, הערליכע דרשות, שיינע ריינע צימערן, באטעס, און מעמדים וואס וועלן אריינגיין אין די ביינער פון אלע אנשי שלומינו מענער פרויען און קינדער, און וועט מקרב זיין די הערצער צום אייבערשטן מיט אהבת תורה און יראת שמים, וואס וועט געדענקט ווערן דורך די באטייליגטע אויף לאנגע חדשים שפעטער. פילע האבן זיך שוין איינגעשריבן און זיך פארזיכערט בס"ד א צימער פאר זיך און די משפחה. די אלע וואס האבן נאך נישט אנגעיאגט, קענען נאך אריינכאפן און רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. האלט אייך געשפאנט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען!

    < זעה מער ג טבת תשפ"ב 📝
  • א נייער פאליציי קאמאנדיר באשטימט אין די אומאן געגענט

    אין די לעצטע טעג איז מר. אלעקסאנדער גאנדיוו געשטעלט געווארן צו דינען אלץ נייער פאליציי קאמאנדיר אינעם פאליציי אפטיילונג וואס דעקט די גאנצע געגענט פון שטאט אומאן און ארום. דער פרישער באשטעטיגונג קומט נאדעם&nbsp; וואס דער פאליציי אמט איז דורך פארשידענע קאנטראווערסיעס, וואס האט זיך געענדיגט מיטן פלוצלימדיגן פארשיקונג פונעם פריערדיגן קאמאנדיר מר. מאטוויטשוק וואדים וואלידמיראוויטש, טראצדעם וואס די סיבה פאר זיין אפזאגונג איז ביז יעצט נאכנישט פארעפעטליכט געווארן, קומט אריין פארשידענע באריכטן אז דאס קומט צוליב זיין פארבינדונג מיט פילע קארופציע סקאנדאלן, אין וואס לכל הפחות עטליכע פעלער איז דא שטארקע באווייזן אז ער איז געווען פארמישט דערין. מיר אלע תלמידי וחסידי ברסלב זענען מתפלל בשלומה של מלכות, און האפן אז די מצב אין אומאן זאל זיך פירן על מי מניחות, און מיר זאלן קענען פארן און קומען צום ציון פון הייליגן רבין בכל עת מצוא, און זיך אויסבעטן אלעס גוטס ביים הייליגן באשעפער.

    < זעה מער ג טבת תשפ"ב 📝
  • שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל מוצש"ק מקץ-חנוכה אין איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער גאנצער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אנשים נשים וטף און נאך פילע פון אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן זאל פונעם ניי פריש איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, דעם מוצאי שבת קודש חנוכה, צו א גרויסע סעודת הודאה להודות ולהלל צום אייבערשטן, ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז מ'זאל זיך צוזאם קומען ליל ה' דחנוכה צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד און נס אז מיר קריגן נישט אויפן רבין און נאך מער אז מיר זענען זיך מחיה מיט די עצות און זיסע לעבן - צוליב דעם זענען געקומען א גרויסע צאל אנשי שלומינו און האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צום באשעפער אויף די שכל אין לעבן און הדרכה וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א וואס ציעט ווייטער דעם גאלדענעם קייט די תורה וואס ער האט געלערנט פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט דעם וועג פון הייליגן רבין. "ווי שיין איז דער אויבן אן, מיט די חשובע מלמדים ומרביצי תורה" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער שענסטער אויבן אן זענען אונזערע מלמדים!". די סעודה איז פארגעקומען ווי געזאגט אינעם בנין וואס מען האט אפגעקויפט פאר די תלמוד תורה. דער בנין איז געבויעט געווארן פאר איבער הונדערט יאר צוריק מיט מסירת נפש דורך אידן וואס זענען דאן געקומען פון אייראפע, זיי האבן געבויעט א ריזיגן ביהמ"ד שטארק און שיין, אבער איין טעות האבן זיי געמאכט, זיי האבן נאכגעלאזט די חינוך הבנים והבנות, די קינדער האט מען געלאזט גיין שארן די שניי און צוזאם נעמען די בלעטער... די שיינקייט פון היכל הקודש, איז אז מ'גיבט זיך אפ מיט די קינדער. צום ביישפיל, איין אינגערמאן פארציילט, אז גייענדיג איין טאג אויפן גאס דא אין שטעטל צוזאמען מיט זיין קליין אינגעלע, זענען אים אנטקעגן געלאפן א גאנצע מחנה הינער, רופט זיך אן דער קליינער "טאטי, איך האב נישט מורא, מיין רבי האט מיר אויסגעלערענט אז 'השם לי', דער אייבערשטער איז מיט מיר, 'ולא אירא', איך האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער קען מיר גארנישט טון!" אויף דעם איז מען געקומען דאנקען דעם באשעפער עד הנה עזרונו רחמיך. מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, מען האט געזונגען זמירות, און געהערט עטליכע שיינע דרשות.&nbsp; הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א איז געווען דער יושב ראש, מען האט געהערט א שיינע דרשה פון הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט גערעדט דער דבר המוסדות, און ארויסגעברענגט וואס איז אונזער ציל. אוזער ציל איז אריינצוברענגען אמונה נישט נאר אין אונז, נאר געדענקען אז עס זענען דא נאך אידן אויף דער וועלט, און יעדער קען העלפן צו פארשפרייטן אמונה פאר נאך אידן. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אדמיניסטראטאר מו"ה רפאל פארסט הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דאנקען השי"ת אז מיר האבן געטראפן דעם פך שמן חתום בחותמו של כהן גדול, וואס מיט דעם צינדן מיר אן די 8 ליכט, די אכט מוסדות, די חדרים, מיידל סקולס, ישיבות, כוללים אין וויליאמסבורג, קרית יואל און קרית ברסלב. דערנאך האט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאלפן דרוקן די הייליגע בריוו "עצתו אמונה". דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט איבער חינוך הבנים והבנות, און אז אן דעם איז גארנישט דא, איבער די חשיבות פון די מלמדים פון היכל הקודש, וואס זענען נישט קיין פשוטע מלמדים, זייערע הענט זענען געבינדן, מוהרא"ש לאזט נישט שלאגן, שרייען, און ארויסווארפן, זיי מוזן ארבעטן זייער שווער, מיט אלע סארטן קינדער. "די מלמדים זענען די טייערסטע וואס היכל הקודש פארמאגט". ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים 📸 דער ציבור ביים מלוה מלכה

    < זעה מער א טבת תשפ"ב 📝
  • ליכטיגע חנוכה טעג אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערן אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, די בחורים לערנען זייער פלייסיג, אויסנוצענדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלטס, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, און זיך פרייען דערמיט. יעדער איד איז פול מיט מצוות ומעשים טובים, חז"ל זאגן אז אפילו פושעי ישראל זענען מלאים מצות כרמון, און זיך זייער פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן יעדן טאג אלע שיעורים דא אויפן וועבסייט ביי די אלבומם/שיעורים אפטיילונג. אזוי אויך קען מען הערן אלע שיעורים אויף בארימטן "קול ברסלב" ליין, 212-444-9191, אזוי אויך האט דער קול ברסלב האטליין א גאר אינהאלטסרייכע אפטיילונג ספעציעל פאר חנוכה, ווי מ'קען הערט פילע שיעורים, דרשות, און מעשיות, לכבוד חנוכה. דרוקט 1 פאר אידיש, 1 און 9 פאר עניני דיומא, און דערנאך 4 פאר די חנוכה אפטיילונג. בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים! 🎞️ הדלקת הנרות ביים ראש ישיבה אינדערהיים 📚 די הייליגע שובבי"ם טעג - 18 קונטרסים, יעדע פאר בלויז $1.49

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ב 📝
  • שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    &nbsp; פארגאנגענעם מיטוואך וישלח האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אין שטעטל פאר א קורצע אבער גאר שיינע באזוך. דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אינדערפרי צו די טעגליכע מנין שחרית זיבן אזייגער, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית רך הנולד ביי מו"ה&nbsp; אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, עס איז געווען גאר שיין צו זען ווי די אינגעלייט נוצן אויס די הייליגע מינוטן ביים ברית און זענען זיך מתבודד מיטן אייבערשטן און בעטן זיך אויס זייערע בקשות פון אליהו הנביא וואס קומט צו יעדע ברית. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און דערנאך געזאגט די ברכות און געגעבן א קריאת השם; ויקרא שמו בישראל "חיים". דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית אין בית המדרש, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט וועגן די שיינקייט פון אידישע קינדער וואס מאכן א ברית מילה מיט גרויס שמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט ווי וויכטיג עס איז פאר עלטערן אריינצוברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי וועלן זיך די קינדער האלטן ביי אידישקייט און נישט וועלן אוועקלויפן חס ושלום. נאכן ברית איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם בנין בית הדפוס וואס געפונט זיך הארט אונטערן בית המדרש, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט, דורכגעגאנגען געוויסע פרטים וואס מען קען בעסער און שענער מאכן פארן בית הדפוס. דערנאך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם געשעפט אין שטעטל "באמבאלינא", וואו מען קען איינקויפן קליידונג און שטאפיר פאר נייע געבוירענע קינדער פאר גאר צוגענליכענע פרייזן, דער ראש ישיבה האט געקלאפט א מזוזה, און דערנאך איינגעקויפט אפאר זאכן. דער בעל הבית פונעם געשעפט האט געוואלט געבן פאר אומזיסט, אבער דער ראש ישיבה האט געזאגט ער וויל באצאלן די פולע פרייז. נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן די נייע הייזער וואס ווערן יעצט געבויעט. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה אז די הייזער ווערן געבויעט מער טיפער אריין אינעם פראפערטי, נישט אזוי נאנט צו די ראוד אזוי איז עס מער איידעלער און באשיידן. אויך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון "פעסט בוילד" בוי פירמע וואס בויען די נייע הייזער אין שטעטל. דער ראש ישיבה איז דורך געגאנגען אלע נייע לאטס וואו מען פלאנט בקרוב צו בויען, און מען האט געוויזן פאר'ן ראש ישיבה אלע פרטים פון יעדע לאט, וואס און ווי גרויס מען קען דארט בויען, אזוי אויך איז מען דורך געגאנגען די פרטים פונעם שטח הבית החיים, און וואו עס האלטן די פערמיטס פארן בית החיים און ווי לאנג עס וועט נאך נעמען ביז דאס וועט זיין באשטעטיגט. ביים סוף האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך ביים נייעם מצה בעקעריי, וואס ווערט געבויעט מיט א גרויסע שנעלקייט און מען קען זען ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס יעדן טאג, עס איז שוין אנגעקומען געוויסע גרויסע חלקים פונעם מעכטיגן אויוון, וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פאר'ן מצה בעקעריי דקהלתינו הקדושה. דער ראש ישיבה איז אדורך אלע וויכטיגע פרטים בנוגע די מצה בעקעריי, און געזאגט פונקטליך וויאזוי יעדע פרט דארף ווערן געמאכט כדת וכהלכה, בפרט אז מען רעדט דא פון א מצה בעקעריי וואו מען גייט באקן מצות פארן הייליגן יום טוב פסח, וואס דעמאלטס מוז דאס ווערן געמאכט מיט אלע חומרות והידורים, מער ווי א גאנץ יאר. מען האפט מיטן אייבערשטן'ס הילף צו קענען עפענען דעם מצה בעקעריי גענוג צייטליך, כדי עס זאל זיין גענוג מצה פאר אלע משפחות אנשי שלומינו וואס ווילן האבן מצה פון אונזער מצה בעקעריי, וואס וועט ווערן געבאקן מיט אלע חומרות והידורים, און וועט טראגן דעם הכשר פונעם דיין פון קרית ברסלב שליט"א. הרחיבו מקום אהלך

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בני ברק ברייטערט זיך אויס

    מרכז הפצה בני ברק דער מרכז הפצה אין ארץ הקודש האט שוין מער נישט געקענט אפזאגן, צוליב דעם גרויסן פארלנאנג פארן הייליגן רבינס ספרים וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג. פארגאנגעם ליל שישי, איז אפגעהאלט געווארן א געהויבענעם מעמד "פתיחת מרכז הפצה" אין אויף רחוב אברבנאל 48 אין קרית הערצאג אין בני ברק, ווי די מפיצים זענען געקומען זיך באטייליגן. אינעם מרכז הפצה אין בני ברק וועט מען קענען באקומען אלע ספרים פון הייליגן רבין, און זיינע תלמדים, מורהא"ש, דער ראש ישיבה, קמיעות, סידיס, יו-עס-בי און עס-די קארטלעך מיט שיעורים, הפצה קארטלעך, ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך... יעדער אין בני ברק וועט שוין וויסן אז דער אדרעס פאר חיזוק אין אמונה, תורה, שלום בית, און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן, און אזוי ווייטער איז דער נייער מרכז הפצה אויף רחוב אברבנאל 48 ווי מען קען אהיים נעמען פון אלעם גוטן. אזוי אויך וועלן די מפיצים פון בני ברק שוין האבן א לאקאלע הפצה צענטער פאר אלע זייערע הפצה געברויכן, און מער נישט דארפן ברענגען פון דערווייטענס די ספרים, גליונות און סידיס. בית המדרש היכל הקודש בני ברק פארגאנגעם שבת קודש, איז צוגעקומען נאך א הערליכע שטיינדל, צום קרוין פון היכל הקודש, א דיימאנט שטיין וואס וועט פארשפרייטן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין אין שטאט בני ברק. נאך מער פון איינס און א האלב יאר זינט דער עפענונג פונעם וועכענטליכן חבורה, האט די חבורה פון בני ברק זוכה געווען צו באקומען מיטוואך פרשת וישלח א שמועס פון עטליכע מינוט פונעם ראש ישיבה, דורך א טעלעפאן הוק אפ. צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בני ברק "ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק" איינע פון אנוועזענדע פון אנשי שלומינו, האט תיכף וואלונטירט אוועקצוגעבן זיין שטוב מען זאל עס קענען נוצן פאר די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות. און טאקע דעם שבת קודש, נאכן זמן הדלקת הנרות, זענען אנשי שלומינו געקומען צום פרישן בית המדרש היכל הקודש בני ברק צו מנחה ערב שבת קודש, ווי מען האט געדאווענט א געשמאקע דאווענען, מנחה, קבלת שבת און מעריב. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע טאנץ, און מען איז זיך צוגאנגען יעדער צו זיך אהיים, מיט גרויס שמחה. אזוי אויך שבת קודש נאכמיטאג איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, ווי מען האט אפגעראכט א שיינעם שלש סעודות אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מען האט געזונגען אינאיינעם זמירות בשבת אחים. יפוצו מעיינותיך חוצה!

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ב 📝
  • חנוכה סובסקריבשאן ספעשל: 4 וואכן בחנם עצתו אמונה אויף די פאסט

    לכבוד חנוכה טוט "קרן הדפסה היכל הקודש" פראקלאמירן א ספּעשל, ווען מען שרייבט זיך איין צו באקומען די עצתו אמונה פאר א יאר, וועט מען עס באקומען פאר 4 וואכן בחנם. א סובסקריבשאן פאר "עצתו אמונה" איז די שענסטע מתנה וואס איר קענט נאר געבן פאר זיך און פאר די קינדער, דאס איז א מתנה פון לעבן מיט אייבערשטן, א מתנה פון לעבן מיט די הייליגע תורה, א מתנה פון וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין נאר איך האב דעם באשעפער אייביג מיט זיך און איך קען מיך ווענדן צו אים, וואס דאס אלעס וועט זיי געבן א זיס לעבן אויף דער וועלט, און וועט זיי באגלייטן לעד ולנצח נצחים אויף יענער וועלט. היינט אינעם שווערן דור, וואס מיר גייען דורך נסיונות און פראבלעמען וואס מען האט אפילו נישט גע'חלומ'ט דערפון אין די פריערדיגע דורות. די גוי'אישע גאס בליטשקעט און רופט דעם יוגענט, עס קען זיך דאכטן ביי פילע בחורים און מיידלעך כאילו "דארט" געפינט זיך גליק, עס קען אויסזען ווי דארט טרעפט מען ווארימקייט און ליבשאפט, און ליידער רבים חללים הפילה, פילע אומגליקן הערט מען כסדר ווי עס זענען פארכאפט געווארן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל. געלויבט דער אייבערשטער וואס האט אונז נישט פארלאזט נאר האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, שוין פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די נשמה פון הייליגן רבין איז אראפגעקומען אויף דער וועלט צו באלייכטן די שווערע תקופה פון עקבתא דמשיחא, דער הייליגער רבי ווייזט אונז דעם וועג אז אנשטאט צו קרעכצן און וויינען ווי ביטער דער דור איז, געבט ער די ווערטער און עצות וואס מאכט ליכטיג אונזער פינסטערע תקופה, און באווייזט אריין צו שיינען די שיינקייט פון אידישקייט און פון אמונה אין באשעפער, די זיסקייט פון תורה ומצות, און די געשמאק פון פירן א אידיש לעבן אין אונז און אין אונזערע קינדער. מען זעט טאקע אז מיטן יעדן טאג נענטער צו משיח'ס צייטן ווערן די קונטרסים און בריוו מער און מער פארשפרייט און צוכאפט דורך כלל ישראל. אין די קונטרסים און בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, טרעפן זיך אלע דערין אויף א פערזענליכע פארנעם, יעדער שפירט ווי די ענטפערס רעדן צו אים און צו זיינע שאלות און קווענקלענישן - וואס די אלע תשובות זענען געבויט אויף די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע, רבי נתן זי"ע, און הייליגן רבין - וואס געשריבן געווארן טאקע פאר אונזער דור וואס שלינגט מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק אונזערע צובראכענע הערצער און היילט אויס אונזערע וואונדן. טויזנטער שטובער ווערן אויפגעלאכטן יעדע וואך ערב שבת קודש, ווען זיי באקומען די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה" אויף די פאסט, לכבוד שבת קודש, און גיבט אין זיי אריין א חיות, א געשמאק אין אידישקייט, און עצות אויף פילע שוועריקייטן וואס זיי גייען דורך. שרייבט אייך שוין איין, רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org און פרעגט איבערן "חנוכה סובסקריבשאן ספעשל". להודות ולהלל לשמך הגדול! 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ב 📝
  • ערליכע אידן לויבן דעם אייבערשטן אין דעם היינטיגן טאג כ"א כסלו

    היינט דאנערשטאג וישב, כ"א כסלו, ווערט אפגעצייכענט דורך ערליכע אידן איבער די וועלט דער יום ההצלה והשיחרור, ווען דער אייבערשטער האט געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע, נאכדעם וואס דער צר הצורר די דייטשן מיט זייערע שותפים האבן אויסגעהרגעט רח"ל מיליאנען אידן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, און חרוב געמאכט אלע קהילות הקודש אין אייראפע, האט דער גרויסער צדיק וקדוש - שוין זייענדיג אויף די עלטערע יארן - אנגעהויבן פון פריש אויפצובויען קהילות קדושת בישראל און אריינגעבלאזן אין די עצמות היבשות א פרישע חיות און האפענונג. עס איז זייער שווער צו טראכטן וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזען ווען נישט דער גרויסער צדיק, שטעלט זיך אראפ ווי א לייב, און פלאנצט איבער די אידישקייט פונדערהיים צו די נייע וועלט פון נאך די מלחמה. דער גרויסער צדיק האט אויפגעפלאמט די ריינע אמונה אין אידישע קינדער, מען זאל וויסן אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און עס איז נישטא אזא זאך ווי "כחי ועוצם ידי", און כסדר דערמאנט פאר די גאנצע וועלט די יסודות פון די הייליגע אמונה אינעם אייבערשטן און נישט ווערן איבערגענומען פון אזוי גערופענע נסים פון רשעים און אפיקרוסים. אזוי אויך האט ער איינגעפלאנצט ביי אידישע קינדער, די מיאוסקייט פון חנופה לרשעים, און פון זוכן זייער כבוד און געלט, נאר מען זאל געדענקען אז נאר תורה ותפילה איז דער איינציגסטער תכלית אויף דער וועלט. דערפאר אין דעם גרויסן טאג, טוען אלע ערליכע אידן פון די גאנצע וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן אויסנוצן דעם גרויסן טאג מיט תודה והודאה צום באשעפער, דאנקען השי"ת "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת". דער הייליגער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע ווען ער שרייבט איבערן הייליגן רבין דרוקט ער זיך אויס זייער גרויס, אויף א וועג וואס ער האט קיינמאל גענוצט. אין זיין צוואה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט דער ספר הקדוש "ויואל משה" ברענגט דער רבי אראפ דעם משל פון הייליגן רבין איבער די חשיבות פון די פשוטע "תהלים זאגערס", און איבער די גרויסע נסיונות זיך צו האלטן מיט די פשוטע אמונה וואס אידן אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא וועלן דארפן דורכגיין, און דער הייליגער סאטמארע רבי פירט אויס "עס איז נישט געווען א צדיק וואס האט אזוי פארשטאנען צום היינטיגן דור ווי דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב זי"ע". אויך איז באקאנט צווישן סאטמארע חסידים, ווי דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט צו הייסן אריינדרוקן אינעם תהלים "תיקון הכללי פון הרה"ק מוהר"ן מסרסלב זי"ע צו זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ". און ערליכע אידן וואס גייען אין די וועגן פונעם הייליגן סאטמארער רבין זי"ע פירן זיך טאקע צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג, און אזוי אויך ווערט עס אריינגעדרוקט אין די סאטמארע תהלימ'ס, ביזן היינטיגן טאג.&nbsp; אי לאו האי יומא, כמה יוסף איכא בשוקא 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    יעצט בעת מיר שרייבן די שורות, מיטוואך אווענט, איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפן פליגער און וועט לאנדן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע שעות, מיטברענגענדיג פילע זעק ישועות און רפואות פאר אנשי שלומינו און גאנץ כלל ישראל. דא וועלן מיר געבן דעם צווייטן העלפט פונעם באריכט פונעם נסיעה, ווי מיר האבן געענדיגט ביים פאריגן באריכט אנפאנג וואך. ווי געמאלדן איז מען מאנטאג נאכט אנגעקומען צום הייליגן ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאר'ן אנקומען צום ציון אז מ'דערציילט גאר גרויסע ניסים און ישועות וואס אידן פועל'ן אויס אין קערעסטיר, און מ'זאל זען גוט אויסצונוצן דאס פלאץ זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. ווייטער איז מען געפארן צום שטאט מאדע, וואו עס ליגן די גרויסע צדיקים דער הייליגער קול ארי' זי"ע, דער לבושי מרדכי זי"ע, און נאך. פון דארט איז מען געפארן ווייטער קיין קאלוב, צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דארט האט מען געדאווענט מעריב. ביינאכט איז מען אנגעקומען צום שטאט סיגוט ווי מען האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם הערליכע סאטמארן בית המדרש, דערנאך איז מען געגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע צדיקים פונעם הייליגן יטב לב זי"ע, און דער עצי חיים זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען און געפועלט אלעס גוטס. דערנאך איז מען צוריק צום סאטמארן בנין הכנסת אורחים ווי מען האט געגעסן א שיינע סעודה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "חסדי ה', בך בטחו" צום גרויסן טאג כ"א כסלו. אויסער די אלע הייליגע ציונים האט מען זיך אפגעשטעלט ביי נאך פילע קברי צדיקים אויפ'ן וועג. אויפ'ן באס צווישן איין ציון און א צווייטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר גערעדט און פארגעלערנט, ס'איז געווען גאר שיינע שמועסן אויפ'ן וועג. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די גרויסקייט פון די צדיקים וואו מ'איז געפארן, נאכגעזאגט מימרות פון זיי און געזינגען אינאיינעם זייערע ניגונים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אנשי שלומינו פארשטייען נישט צומאל פארוואס מ'דארף פארן צו קברי צדיקים, מיר זענען דאך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן אלעמאל און איבעראל, מיר ווייסן אז מ'קען זיך אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל, אבער דער הייליגער רבי זאגט אז ביי קברי צדיקים קען מען גרינגער און שנעלער פועל'ן, אפילו ווען מ'איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן. ביי קברי צדיקים מאכט מען אזוי ווי א שנעלערע וועג, גרינגער און שנעלער געהאלפן צו ווערן. ביי יעדן ציון האט מען געזאגט אינאיינעם תהלים, מ'האט געמאכט א סדר אנצוהויבן תהלים ביים ערשטן ציון, און ווייטער ממשיך געווען ביים צווייטן ציון, ביז מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין לויף פון די נסיעה. דאס איז אויסער די תפלות און התבודדות וואס יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביי די אלע הייליגע צדיקים. עס האט זיך דערקענט אז עס פארן א חבורה פון היכל הקודש, ווען יעדער איז געווען פארנומען צו ענדיגן זיינע שיעורים אויפ'ן וועג, יעדער מיט זיין חומש, משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט יעדן טאג דעם טעגליכן שיעור אינעם דף הקהלה, שטייענדיג אויפ'ן באס, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען, ווי אויך האט ער פארגעלערנט ווייטער שיעורי התחזקות. די אלע שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה, און נאך פילע אפדעיטס קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" (נומער 6 פונעם מעין מעניו) טעלעפאן ליין. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות, אות צדיק, קעג). דא אויפן וועבסייט קען מען זען פילע בילדער און קליפס פון די שיינע נסיעה. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ב 📝
  • מ'קען שוין באשטעלן דעם פריש איבערגעדרוקטן "הלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל, אז דער נייער איבערגעארבעטער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס ארויס פון דרוק, און איז שוין דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט. דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער דאס מאל איז עס פריש איבערגעטייפט געווארן, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. דער קונטרס אנטהאלט די גאנצע סדר הדלקת נר חנוכה, בארייכערט מיט גאר שיינע געשמאקע שטיקלעך וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אין זיינע פילע היילגע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקן אויף אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צידן די הייליגע חנוכה ליכט, און רעדן איבער די גרויסע עת רצון און אז מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן. אזוי אויך אנטהאלט דער ספר פילע גאר ווארימע תפילות וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל אויף חנוכה. תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי גוטע קינדער, שידוכים, פרנסה, און נאך. תפילות וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות. נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים,&nbsp; מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. אין די לעצטע טעג זענען אויך צוגעקומען נאך פארשידענע נייע אייטעמס אויפן וועבסייט. צווישן זיי פארשידנע "הפצה קארטלעך": ווי "הייב אויף די טעלעפאן", "זייט אייך מחיה", "רעד שיין צו דיין ווייב", "חיזוק פאר די אידישע שטוב", "ווער נישט נערוועז פון דיין ווייב", די אלע קארטלעך זענען בלויז $4.99 פאר א פעקל פון הונדערט שטיק. אזוי איך פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, ווי "הכי מאושר" ($1.49), "חיים טובים" ($1.49), "כבוד הבעל - כבוד האשה - כבוד חמיו" ($1.99), "הרצון קובע" ($1.49), און נאך פיל, ווי מ'קען זיין אינעם וועבסייט אונטערן קעפל "פרישע סחורה". אין די זעלבע צייט גייט אן דער גרויסער חנוכה ספעשל אויפן וועבסייט, ווען אלעס קען מען יעצט באקומען פאר 10 פראצענט ביליגער - אלעס אריינגערעכענט, אן קיין אויסנאמען. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקודשים אין אייראפע

    דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו די ציון פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון בערך 40 תלמידים פון ניו יארק און ארץ ישראל, וועלכע האבן אריינגעברענגט ביים לעצטן קאמפיין פאר די ישיבה גרעסערע סכומים. מען האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק זונטאג אווענט, און מען איז אנגעקומען קיין וויען עסטרייך מאנטאג אינדערפרי, אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזעצן און געשריבן בריוו פאר שאלות א גאנצע צייט. אין וויען אין עירפארט האט מען זיך צוזאם געטראפן מיט די חבורה פון תלמידים פון ארץ ישראל. דאן איז מען געגאנגען אין וויען אין מקוה, געדאווענט אינעם לאקאלן בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה האט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, און מוציא געווען אלע מיטרייזענדע, דערנאך האט מען געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג. נאכן עסן האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס קיין סלאוואקיע צום שטאט פרעשבורג צום ציון פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים ציון, מען האט געזאגט תהלים, און מתפלל געווען יעדער וואס ער דארף, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן, צום שטאט איהעל, צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות און געזונגען מיט גרויס ווארעמקייט. דערנאך איז מען געפארן קיין ליסקא, זיך אויסבעטן ביים הייליגן צום ציון פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. יעצט בשעת מען שרייבט די שורות איז מען ביים ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי מען איז מתפלל און מען פועלט גרויסע ישועות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיין צוריק אין ניו יארק אום מיטוואך אווענט. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך. (ספר המידות, אות צדיק, קעג)&nbsp; 📸 נאכטמאל אין קערעסטיר 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע 🎞️ תהלים ביים ציון הרה"ק בעל חתם סופר זי"ע

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ב 📝
  • חנוכה אין ברסלב סענטער: 10% הנחה אויף אלעס

    לכבוד חנוכה טוט דער ברסלב סענטער ארויסשטעלן א סעיל אויף אלעס אינעם ברסלב סענטער וועבסייט, ווי אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט איינצוקויפן פון אלעם גוטן, אנגעהויבן פון קונטרסים, סידיס, בילדער, ספרים און נאך פיל סחורה, פאר 10 פראצענט הנחה פון די גאנץ יעריגע ביליגע פרייז. פון היינט זונטאג פרשת וישב, קענט איר באזוכן דעם וועבסייט, און איינקויפן מכל טוב וטוב, איר דארפט נישט אריינלייגן קיין שום קאוד, נאר בשעת'ן באצאלן, וועט איר אויטאמאטיש זען א 10% הנחה אויף אייער גאנצער ארדער. ביי דער געלעגענהייט זענען מיר פרייליך צו מעלדן, אז אין די נאנטע טעג וועלן צוקומען נאך א גאר גרויסע אויסוואל פון ספרים וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פון די מדפיסים פון ארץ ישראל, און איז געווען אויפגעהאלטן ביי די פארטן פאר עטליכע חדשים, אבער איז ברוך השם נארוואס אנגקעקומען צום ווערהאוז פונעם וועבסייט, ווי מען איז מסדר אלע ספרים, און וועט בקרוב ארויפגעשטעלט ווערן פארן ציבור הרחב אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין דערויף א לאנגע צייט. צווישן די ספרים ציילן זיך פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע אויף פילע ענינים ווי סידורים, שבת, תהלים, זוהר הק', פירוש אויפן ליקוטי מוהר"ן, ספרים פאר פרויען, און נאך אסאך, אזוי אויך איז דא אן אויסוואל פון ספרים פון סיפורים פון מוהרא"ש באגלייט מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס זענען ארויסגעקומען אין ארץ ישראל דורך עטליכע לאנגיעריגע תלמידים פון מוהרא"ש. אויך פילע בענדער "אשר בנחל" אויף לשון הקודש, אזוי אויך די ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן אויף פארשידענע סייזעס און פארמאטן לויט די געשמאק פון יעדעם עקסטער. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' 🛒 דער ברסלב סענטער סטאר &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ב 📝
  • שאטל אין שטעטל "קרית ברסלב" שוין צוריק אין באנוץ

    ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגענהייט, איז איינגעשטעלט געווארן בערך א יאר צוריק א "שאטל" באס סערוויס פארן באנוץ פון די איינוואוינער און באזוכער אינעם שטעטל "קרית ברסלב" ליבערטי. דאס איז געווען ווען מיט די פילע פרישע צוגעקומענע ציבור וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל איז די געגנט ווי דער עולם וואוינט געווארן זייער אויסגעשפרייט און ווייט, און דער ראש ישיבה האט דאן באשלאסן אז עס איז וויכטיג צו האבן צוגעשטעלט א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע סיסטעם, סיי אויף אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי אויף ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן. די שאטל איז געווען טאקע געווען אין באניץ ביז לעצטענס, בפרט אין די זוממער חדשים איז עס גאר גוט געווארן אויסגענוצט, סיי דורך די איינוואוינער וואס וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר, און אויך פאר די משפחות וואס קומען ארויס אין די זוממער חדשים וויילן אין שטעטל, פון וואס אלע האבן זייער הנאה געהאט. די לעצטע צייט האט זיך אבער געמאכט געוויסע קאמפליקאציעס מיטן שאטל, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל עס נישט קענען נוצן, וואס דאס האט שווער געמאכט צו קענען אנקומען פון איין פלאץ צום אנדערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אז די שאטל זאל צוריק אריין גיין אין דינסט ווי אמשנעלסטן, און ברוך השם אז דער שאטל איז שוין פארראכטן געווארן, צו יעדעמ'ס צופרידנהייט. אזוי אויך האט מען נויטיג דארפט אויפנעמען א דריייווער פארן שאטל, און שכח אייבערשטער מען האט געטראפן א גאר א גוטע און איבערגעגעבענע דרייווער. יעצט קען מען שוין מעלדן די גינסטיגע נייעס, אז ברוך השם דער שאטל איז שוין צוריק אויפן ראוד און באדינט ווייטער דעם ציבור, נאך בעסער און שענער פון וואס עס איז געווען ביז יעצט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ב 📝
  • עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא

    אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה. אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען. די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן. עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט. מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן. ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער. דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס. דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן. רפאנו ה' ונרפא! 💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין 📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49 📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • פרישע פאלדינג מאשין קומט אן אין בית הדפוס

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז "קרן הדפסה היכל הקודש" האט געקויפט א פרישע מאשין וואס וועט אסאך פארגרינגערן די ארבעט אינערהאלב דעם בית הדפוס. די רעדע איז פון א נייע מאשין וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען דרוקן גליונות אויף גאר א גרינגן און שנעלן פארנעם, די מאשין דרוקט זייער שנעל און טוט אויך קנייטשן גליונות. ביז יעצט האט מען גענוצט א מאשין וואס קען נישט פארנעמען אזוי סאך גליונות אויף איינמאל, וואס דאס האט גורם געווען אז דרוקן די גליונות זאל נעמען זייער אסאך צייט, יעצט מיטן נייעם מאשין וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף קענען דרוקן אזויפיל ווי זעכצן טויזנט (!) גליונות א שעה. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך משפחת בריגער החשובה. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס, דער זכות וועט זיי זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און יענע וועלט. אלע אידן וואס וועלן ליינען א גליון און נעמען התחזקות דערפון, וועט גיין אויף זייער קרעדיט בזה ובבא. אויב נויטיגט איר זיך אין א ישועה, קענט איר אלץ מנדב זיין פארן בית הדפוס, און געהאלפן ווערן מיט די ישועה וואס איר דארפט, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט. צו מנדב זיין רופט אין "קרן הדפסה" #103 718-387-2691 אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו &nbsp;

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1021 to 1035 of 1674 results

1 2 ... 66 67 68 69 70 71 72 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com