Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישער ווינטער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש

    יעצט נאך סוכות, הויבט זיך אן - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - דער נייער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב. די פרישע בחורים, וואס קומען יעצט ארויס פון די הייליגע תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, און האבן ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען אין חדר, ווי עס זאגן עדות אלע וועלכע זעען די טייערע קינדער פון די תלמוד תורה, אז אזעלכע קינדער איז שווער צו טרעפן, קינדער וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, קינדער וואס זענען צו גאט און צו לייט, קינדער ביי וועמען דער הייליגער רבי איז איינגעקריצט ביי זיי אין די ביינער און זיי לעבן מיט די אלע הייליגע עצות, ממש לשם ולתפארת. אלס מגיד שיעור איז אויפגענומען געווארן הרה"ג מוה"ר אלחנן רוטה שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין כח ההסברה, פון וואס די בחורים וועלן זיכער הנאה האבן, און וועלן שטייגן על במתי התורה והיראה. דער מנהל פון די ישיבה קטנה איז מוה"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס וועט אי"ה באגלייטן די בחורים טאג טעגליך, אז זיי זאלן מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן אז די בחורים זאלן גאר שיין מצליח זיין דעם קומענדיגן זמן, לערנען און דאווענען און זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. מעלין בקודש!  

    < זעה מער כח תשרי תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו קויפן א נייעם בנין פארן בארימטן קרן הדפסה היכל הקודש

    קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו עס איז אומגלויבליך ווי שטארק דער קרן הדפסה אפאראט האט זיך פארשפרייט אין די לעצטע צייט. אבער ווען מען זעט די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים מיט וואס זיי פארפלייצן דער גאנצער אידישער וועלט, און לאזן נישט נאך, פארשטייט מען וויאזוי דער גרויסער וואוקס איז צושטאנד געקומען. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט די פארלאנג פאר די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, און אזוי איז דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש פשוט קליין געווארן אין די קורצע צייט. עס האלט ביי א מצב אז מען איז פשוט געצווינגען אריינצוגיין אינעם פרישן פראיעקט פון שאפן פלאץ צו פלאצירן די פילע פרישע מאשינען און ספרים וואס ווערן כסדר געדרוקט. און ברוך השם אז אנשי שלומינו ווייסן אז היכל הקודש מיט הפצה איז איין און דער זעלבע זאך, און שפירן פאר א זכיה צו האבן א חלק אינעם נייעם גרויסן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט, און רופן זיך אן ווארים צום רוף פון די עסקנים פון קרן הדפסה צו נעמען א חלק אין אפקויפן און אהערשטעלן דעם נייעם בנין. אין די טעג וואס אנשי שלומינו האבן געוויילט אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה, האט זיי אפגעווארט אן אנגענעמע איבערראשונג. מען האט געהערט די פרישע נייעס, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" איז נארוואס אריינגעגאנגען אין א קאנטראקט אפצוקויפן א פרישע גרויסער בנין, און דער נייער "המזכים" קאמפיין איז אריין אין שוואונג. אנשי שלומינו האבן זיך אביסל באקענט מיט די גרויסע אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה, מען האט געזען די בילדער פון די פילע מאשינען מיט וואס דער קרן הדפסה אפערירט, מען האט געזען די פלענער פאר די פילע פרישע מאשינען וואס קרן הדפסה פלאנט איינצוקויפן אין די נאנטע צוקונפט בעזרת השם יתברך. פילע האבן זיך אויפן פלאץ אנגערופן מיט גאר שיינע סכומים. און פילע רופן כסדר אריין זיך צו נאכפרעגן וועלכע זכותים זענען נאך אוועליבל. אינגעלייט בעלי פרנסה קויפן זיך איין גרעסערע זכותים א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000, דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000. מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500. צו קויפן א זכות קען מען רופן די קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַטסעפּפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ב 📝
  • שיינע חול המועד טעג מיטן סעודת הילולא פון רבין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    דאנערשטאג אינדערפרי, דער ערשטער טאג חול המועד סוכות איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל. שחרית האט מען שוין געדאווענט אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט הלל און הושענות וואס האט יעדן געעפענט דאס הארץ צו תשובה. פארנאכטס פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור גמרא (ביצה כד), וואס די גמרא זאגט דארט צווישן אנדערע "גמרא גמור זמורתא תהא", אז מען זאגט די הייליגע גמרא צושניידט עס אלע קליפות. צום סוף פונעם שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם ציבור אנשי שלומינו אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט רעגענען, מען זאל זיך קענען וואשן צום סעודת הילולא. נאך מעריב איז פארגעקומען דער גרויסער סעודת הילולא פונעם הייליגן רבי'ן אינעם גרויסן סוכה אין חצר פון בית המדרש. עס זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד. טראץ די רעגנדיגע וועטער וואס א גאנצן טאג איז געגאנגען א שלאקס רעגן, האט זיך דער רעגן ברוך השם איינגעשטילט פאר א קורצע צייט בשעת די סעודה, מען האט געזונגען צוזאמען שיינע ניגונים פון יום טוב סוכות, אינמיטן האט ווידער אנגעהויבן שטארק צו רעגענען, דעריבער האט מען גלייך געבענטשט און ממשיך געווען דאס זינגען אין בית המדרש. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן גאר א שיינעם שמועס. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ביי מוהרא"ש זי"ע איז אויך אמאל געווען א שטארקע רעגן בשעת מען איז געזיצן אין די סוכה ביומא דהילולא, און מוהרא"ש האט דעמאלטס נאכגעזאגט דעם חז"ל (אין מסכת תענית) אז אין א טאג וואס עס רעגענט, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, במילא איז דאס א פרייליכע טאג - נישט פארקערט. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט וואס די הילולא פונעם רבי'ן האט א שייכות מיט אונז, און וואס מיר דארפן מיטנעמען פון אזא גרויסן טאג. "מען דארף זען זיך נישט צו לאזן נערן. זע צו זיין אויף א פלאץ וואס מען גיבט דיר זאכן אין די האנט לעובדא ולמעשה. באקומסטו א סעט חמשה חמשי תורה? באקומסט א משניות א גמרא? איז גוט. וואס האסטו פון זיין אויף א פלאץ וואס מען זאגט אויף יענעם אז ער איז א צדיק אמת, אבער דיר קען ער גארנישט געבן?". דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, מען האט געטאנצן פאר אפאר שעה אין א ציה. שבת קודש חול המועד איז דער ראש ישיבה געווען אין שטעטל. אינדערפרי נאך שחרית האט מען געמאכט קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון דעם שטיקל וואס מען זאגט שבת ביי די הושענות, "הושענא, העלף אונז ווייל מיר וואשן זיך דריי סעודות שבת", "העלף אונז ווייל מיר עסן גוטע זאכן שבת", און אזוי ווייטער, ווי מען זעט ווי מען דארף זיך מחיה זיין מיט יעדן גוטע נקודה וואס מען האט, און קוקן גוט אויף זיך, אזוי קען ער נאכדעם קוקן גוט אויף א צווייטן. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מען זעט אין די פסוקים פון די הייליגע תורה ווי משה רבינו רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, און דאס צילט דער הייליגער רבי, צו מאכן אז מיר פשוטע מענטשן, זאלן דאס אויך טון. מוצאי שבת אושפיזא דיוסף, האט מען געגעסן צוזאמען מלוה מלכה אינעם סוכה פון בית המדרש. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון יוסף הצדיק, וואס האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, "שם שמים שגור בפיו", אז איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?" דארף זיין דער ענטפער "ברוך השם, געלויבט דער אייבערשטער", עס גייט מיר זייער גוט. די שיינע טעג חול המועד מיט די יארצייט פון הייליגן רבין, וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן.📸 הושעא רבה תשפ"ב ביים ראש ישיבה 🎦 חול המועד סוכות תשפ"ב מיטן ראש ישיבה 🎦 שמחת בית השואבה אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק 🎦 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; 📅 עס איז גאר אנדערש יום טוב נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן &nbsp;

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ב 📝
  • מען גרייט זיך מיט גרויס שמחה צום פרייליכן יום טוב סוכות

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום געהויבענעם יום טוב סוכות הבעל"ט, וואס ווערט געפראוועט מיט גרויס שמחה און התרוממות. אלע שולן פון היכל הקודש פון אלע שטעט וועלן בעז"ה זיין אפן ביי אלע תפילות. היינט זונטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א ספעציעלע שיעור פאר די אברכים ובעלי בתים "הכנה צום הייליגן יום טוב סוכות", וויאזוי מען זאל אויסנוצן דעם הייליגן יום טוב ווי עס דארף צו זיין אז מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. דער שיעור וועט קענען ווערן מיטגעהאלטן אין אלע שטעט ווי עס זענען דא שולן פון היכל הקודש, פאר מער פרטים פרעגט די לאקאלע גבאים פון שול. &nbsp; זמנים פון יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה ערשטע טעג: שחרית ביידע טעג וועט זיין אום צען אזייגער, און מנחה אום 7:00 אין וויליאמסבורג. יארצייט פון הייליגן רבין: דאנערשטאג נאכט חול המועד אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי, 181 האשקי רד. אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון ביהמ"ד - מען וועט זיך וואשן צו א סעודה. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק. עס וועט מהנה זיין בעזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכ'ן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה.&nbsp; הושענא רבה: מען וועט ליינען משנה תורה תיכף נאך מעריב, און שחרית וועט זיין בעז"ה אום 8:30 אין ווילימסבורג שמיני עצרת: שחרית, 10:00 - מנחה 7:30. דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה שמחת תורה: שחרית 9:00 - מנחה 7:00. &nbsp; א קורצע באריכט איבער יום כיפור ביים ראש ישיבה: גרויס התעוררות האט געהערשט ביים ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש אין וויליאמסבורג. פילע זענען געקומען פון אלע געגנטער אויף יום כיפור מיטצוהאלטן דעם יום טוב, די תפלות זענען געווען מיט גרויס ווארעמקייט, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד אלע תפלות, די געשמאק און געפיל האט איבערגענומען אלע ביינער, און מיר האבן זיכער גע'פועל'ט א זיס ליכטיג יאר. פאר כל נדרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט קורצע דברי התחזקות והתעוררות ווי אזוי אריינצוגיין און אויסנוצן דעם הייליגסטן טאג פון יאר. ביי פויזע צווישן שחרית און מוסף, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא מיט געשמאק, דאס איז געווען א באזונדערע לימוד אז אפילו אום יום כיפור דארף מען אויך לערנען די שיעורי תורה. &nbsp; אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס לכבוד יום טוב דער בית התבשיל פון קרית ברסלב ליבערטי, אנגעפירט דורך האברך החשוב מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, איז שוין ברייט באקאנט מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, ספעציעל לכבוד שבת ויום טוב. די פעולות פונעם בית התבשיל גייען ארויס פיל ווייטער פון די גרעניצן פון שטעטל, אין אלע געגענטער זענען אנשי שלומינו נהנה פונעם בית התבשיל, וואס שטעלט צו כסדר גרויסע חלוקות פון עסן, וואס העלפט גאר שטארק ארויס יעדן איינעם. יעצט לכבוד יום טוב האט דער בית התבשיל באצאלט די גראסערי ארדערס אויף יום טוב פאר פילע אידן וואס נויטיגן זיך דערין, וואס פון איין זייט איז דאס די גרעסטע זאך, צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביים עסן קען מען נישט אפנארן קיין מענטשן, אז מ'געבט צו עסן פאר א איד איז דאס זיכער די גרעסטע מצוה פון צדקה, אבער פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, און פילע אידן ווילן האבן א שותפות אין די הייליגע צדקה. אידישע קינדער רופן זיך אן זייער ווארעם און העלפן ארויס דעם בית התבשיל צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע הייליגע ארבעט, ספעציעל יעצט צו קענען צושטעלן פאר אידן צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב מיט שמחה און הרחבת הדעת. מען קען נעמען א חלק אין די מצוה דורך אריינרופן מיט א ברייטהארציגע נדבה אויף 718-306-2448. ושמחת בחגך והיית אך שמח 📰 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ב 📝
  • יארצייט סעודה פון הייליגן רבין, דאנערשטאג נאכט חוה"מ סוכות אין שטעטל

    קומענדיגע וואך חול המועד סוכות וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה צוזאם קומען אין אלע שטעט און שולן איבער די וועלט, צו פראווען דעם 211'סטע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט. אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי אויף 181 האשקי רד. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען דאנערשטאג נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט אינעם גרויסן סוכה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט אין הויף פון ביהמ"ד ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה. תאו והתכנשו להילולא דרבינו 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה 📰 יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג סוכות תשע"ט 📰 היינט דינסטאג שיעור התחזקות פאר אינגעלייט - הכנה ליום הקדוש 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן &nbsp;

    < זעה מער ח תשרי תשפ"ב 📝
  • שיעור התחזקות פאר אינגעלייט פאר ערב יום כיפור מארגן דינסטאג

    מארגן דינסטאג נאכט ערב יום כיפור וועט דער ראש ישיבה געבן א שיעור פאר די אינגעלייט, ווי מען הערן חיזוק צום הייליגן טאג יום כיפור הבא עלינו לטובה, וואס דארף זיין אונזער עבודה פארן אייבערשטן אינעם הייליגן טאג, און וויאזוי מיר דארפן אויפנעמען דעם טאג און וויאזוי מען זאל דאס ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע טייערע קינדער. מען וועט הערן דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס איבערגעגעבן, און מיט דעם וועט מען זיך בעז"ה צוגרייטן צום הייליגן טאג יום הקדוש. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט. מען וועט עס אויך קענען מיטהאלטן בעז"ה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין שטעטל אויף 181 האשקי רד. און אזוי אויך אין אלע אנדערע שטעט אין ניו יארק ווי אנשי שלומינו געפונען זיך. כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - בלויז $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99

    < זעה מער ז תשרי תשפ"ב 📝
  • גאר געהויבענע טעג אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן ראש השנה הבעל"ט

    די פענע איז צו ארים און די שפראך צו קורץ צו קענען שילדערן דעם געהויבענעם יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה. מיר וועלן בלויז פרובירן צו געבן א קורצע טעכנישע באריכט פון די הייליגע טעג. דער בנין אין אומאן אין די בלויז עטליכע יאר זינט דער דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אונטערגענומען דעם גרויסן פראיעקט פון צושטעלן א בנין רחבת ידים פאר אנשי שלומינו אין אומאן, וואס טראץ דעם וואס עס איז נאכנישט פולקאם פארטיג איז עס שוין קע"ה אויסגעוואקסן. דער בנין וואס אנטהאלט אין זיך אלע געברויכן, א גרויסע ביהמ"ד, א קאך, מקוה מיט שויערס, און עטליכע שטאק מיט צענדליגע שלאף צימערן, געבט צו א געוואלד מיט הרחבת הדעת פאר אלע וואס קומען אהין, און איז ווייט אוועק פון די הו-הא פון פושקינא, און איז צוגעשטעלט פאר די טייערע קינדער וואס ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע געטרייע מלמדים. די עסקנים האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו צושטעלן דעם בנין מיט אלע געברויכן. עס איז ב"ה געווען גענוג וואסער פאר די מקוה, שויערס און בית הכסא, די לעקטער איז ב"ה געווען אנגעצינדן במשך אלע טעג - מיט די הילף פון א גענעראטאר, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע פרישע געשמאקע סעודות צו דער זעט, די שלאף צימערן מיט די בעטן זענען געווען שיין און זויבער, די מלמדים האבן אנגעפירט מיט א "חדר" ווי מען האט געגעסן, געדאווענט, געלערענט, און זיך געשפילט מיט מיט די צאן קדשים. דער בית המדרש איז געווען הערליך צוגעשטעלט ליכטיג און זויבער. היי יאר האט מען בלית ברירה געגעסן די סעודות אין בית המדרש צוליב וואס דער לאנטש רום איז געווען צר מהיכל ארייצונעמען דעם ריזיגן ציבור וואס איז געשלאפן אינעם בנין. עס קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן באוויזן צו פארוואנדלען דעם ביהמ"ד אין אן עס זאל אין געציילטע מינוטן, און דערנאך צוריק אויפגערוימט דעם בית המדרש צו די תפילות. פדיון נפש ליל זכור ברית אום 1:00 איז דער ציבור זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות וואס האט זיך געצויגן פאר צוויי שעה. דערנאך איז דער ציבור אריבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש, און מען האט זיך אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה. אינדערפרי נאך שחרית איז ווייטער געווען א גרויסער ציבור ביי פדיון נפש ביים ראש ישיבה שליט"א, דאס איז אויסער די טישלעך אין אומאן אין די אומגעגענט פונעם ציון הקדוש ביי וואס פילע טויזנטער האבן געגעבן פדיון נפש, וואס דאס געלט האט דער ראש ישיבה באשטימט מען זאל עס נוצן צו מפיץ זיין די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין. התעוררות ביים ציון די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דער וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט פון אידן וואס קומען צום הייליגן ארט פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט, מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם, ביים ציון פון הייליגן רבין זעט מען נאר דעם אייבערשטן, און דאס הארץ עפענט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, און מען פועלט ישועות, מען גייט ארויס מיט א לייכטע געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען מיט אנשי שלומינו צום ציון יעדן טאג גלייך אינדערפרי, אזוי אויך ביידע טעג יום טוב האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט צום ציון פארטאגס תיכף נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא. סעודות שבת ויו"ט אנשי שלומינו וואס זענען געווען אין אומאן זאגן אז בלויז פאר די סעודות שבת ויו"ט אליינס וואלט זיך שוין געלוינט צו קומען דעם לאנגן שווערן נסיעה. די געהויבענע זמירות און ניגונים וואס איז געזינגען געווארן אינאיינעם וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. דרשות און שיעורים דער ראש ישיבה שליט"א האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דרשות און שיעורים. צום ערשט איז יעדן טאג פארגעלערענט געווערן די שיעור אין א בלאט גמרא, וואס איז א חק ולא יעבור ביי אנשי שלומינו, און איז בארימט מיט די געוואלדיגע קלארקייט און שיינע שמועסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט יעדן טאג נאכן שיעור. ביידע טעג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם בלאט גמרא אום 5:30 פארטאגס מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור. דער ראש ישיבה האט געזאגט ביידע טעג א קורצע תקיעת שופר דרשה. און גערעדט איבערדעם וואס אנשי שלומינו דארפן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, און שטארק מעורר געווען אז מען זאל נישט האבן קיין שווער הארץ איינער אויפן צווייטן. דעם ערשטן טאג ראש השנה נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די לעצטע תורה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דער וועלט (געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז כאטש מוסר זאגן איז א מצוה, איז נישט יעדער ראוי צו זאגן מוסר, נאר איינער וואס קען מוסר זאגן ווי משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן נאכן חטא העגל (גיטין לו ע"ב) "עדיין חביבותא הוא גבן" "דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט מיר זאלן קומען נעמען פון רבין דעם חיזוק נאכאמאל אנצוהייבן פון פריש, און וויסן אז דער אייבערשטער ווארט אויף אונז און דארף אונזער עבודה. דעם צווייטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון דעם אז ווען מיר קומען צום רבין דארפן מיר פאלגן דעם רבין. ביים רבין איז שלום בית געווען פון די וויכטיגסטע זאכן, און נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט ווי שטארק מען איז מחויב צו טייער האלטן און שעצן די ווייב, און העלפן אין שטוב, און "אויב די ווייב שרייט, נעם עס נישט פערזעליך" האט דער ראש ישיבה געזאגט "זי איז איבערגעשטרענגט - בעט איר איבער און העלף איר ארויס".&nbsp; שאטל די גבאים פונעם "רענט קאמפיין", און די "פלען איט רייט" רייזע אגענטור, האבן צוגעשטעלט א זייער נוצבארע סערוויס, עס איז געווען צוויי שאטל באסעס וואס האבן קורסירט צווישן דעם בנין פון היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה ווייט צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון, דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכן טעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הק', און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען צום הייליגן ציון ווי מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר. המזכים קאמפיין צו רעדן איבערן "קרן הדפסה היכל הקודש" איז א שאד יעדעס ווארט. ביי יעדן תלמוד פון היכל הקודש איז א פשוטע זאך אז "קהלית היכל הקודש" מיט "הפצה" איז איין זאך, ווי דער ראש ישיבה שליט"א חזרט כסדר אז "דו האסט באקומען אזא שיינע לעבן, דו ביסט געוואר געווארן א וועג צו לעבן מיטן אייבערשטן, פארוואס טיילסטו עס נישט מיט מיט דיינע חברים?". און טאקע אנשי שלומינו טוען אין הפצה אויף אלע וועגן, אבער דער גולת הכותרת איז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" וואס איז דער הויפטקווארטיר פון הפצה, פון וואו די טויזנטער גליונות ספרים קונטרסים סידיס גייען כסדר ארויס.&nbsp; ראש השנה אין אומאן האט דער ראש ישיבה געזען אלץ דער פאסיגסטער צייט צו מאכן א קאפמיין פארן קרן הדפסה וואס האט זיך שטארק פארברייטערט אינאיינעם מיטן וואוקס קע"ה פון אנשי שלומינו צו קענען נאכקומען דעם ריזיגן פארלאנג פון אלע מפיצים. אנשי שלומינו האבן גאר ווארים אויפגענומען די עסקנים פון קרן הדפסה, און געקויפט זכותים אדירים אינעם נייעם בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. &nbsp; תפלות הונדערטער אידן זענען געקומען צו גיין איבער א האלבע שעה וועג נאר כדי צו הערן די ווארימע תפילות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז באקאנט מיט די הארציגע שיינע תפילות וואס ווערט באגלייט פון די בחורים און קינדער, וואס ווארעמט אן די הערצער, און דערנענטערט אידישע קינדער צום אייבערשטן. &nbsp; "ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש" - מוצאי יום טוב גלייך נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערידיגע טענץ, און מען האט זיך זייער געפריידט אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן צובראכן אלע מניעות און שוועריקייטן און זוכה געווען צו וויילן ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה, און באקומען די אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. אכלו משמנים ושתו ממתקים כי חדות ה' הוא מעוזכם 🎞️ עטליכע קליפס פון אומאן ראש השנה תשפ"ב 📸 שיינע בילדער פון אנשי שלומינו אין אומאן ראש השנה תשפ"ב &nbsp; 📜 מיין זון גייט אוועק פון אונזער מסורה, און גייט קיין אומאן &nbsp;

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ב 📝
  • שיינע אבער קילע וועטערס ערווארטעט אין אומאן אויף ראש השנה

    בעת מיר שרייבן די שורות זענען שווערע צעדליגע טויזנטער אידן אויף די וועגן אדער אין די לופטן, אויפן וועג צו וויילן ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן. געלויבט דעם אייבערשטן, אז דערווייל דערנענטערט מען זיך צום הייליגן קיבוץ פון ראש השנה אין אומאן מיט גרויס הצלחה, טראץ די אלע שווערע שטיינער אינמיטן די וועג, די שטארקע אומקלארקייט איבער לאקדאונס, די שרעק "עס דרייט זיך א נייע סטרעין, מען גייט פארשפארן", די "וואקסין" סאמאטוכע, "זאל איך נעמען די וואקסין אדער נישט"? די טייערע טיקעט פרייזן, די קאמפליצירטע קאוויד רעגולאציעס וואס האבן זיך יעדן טאג געטוישט, א.א.וו. דאס אלעס נאך פאר מען רעדט א ווארט איבער די פריוואטע מניעות וואס האט נישט איבערגעהיפט קיינעם. יעצט דאקען די אלע צענדליגע טויזנטער אידן דעם אייבערשטן אז האבן נישט געקוקט אויף גארנישט, נאר געפאלגט דעם צדיק מיט תמימות ופשיטות און איבערגעשפרינגען אלע טשעלענדשעס און לאזן זיך ארויס מיט שמחה צום שטאט אומאן ווי זיי וועלן אראפ לייגן אלע זייערע זעק צרות און פראבלעמען און אהיים קומען בעז"ה נאך ראש השנה מיט פולע באגאזשן ישועות און רפואות, און זוכה זיין צום גרויסן תיקון וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די וואס וועלן זיין ביי זיין ציון א גאנץ יאר, און נאך מער ראש השנה. יעצט ווען מען האלט שוין מיט קוים עטליכע טעג פאר ראש השנה, איז שוין לעבעדיג אין אומאן, נאכדעם וואס איבער צען טויזנט אידן געפונען זיך שוין אין שטאט פאר לאנגע וואכן, האט אבער דער גרעסטער שטראם פון אידן זיך נארוואס אנגעהויבן. א שטראם וואס פלאנט נישט נאכצולאזן (אויסער פארשטייט זיך שבת קודש) ביז מאנטאג ערב ראש השנה תשפ"ב שפעט נאכמיטאג, ווען דער שטראם וועט זיך פלוצלינג אפשטעלן, ווען פילע טויזנטער אידן וועלן אנהייבן שטראמען אין די פילע שולן אנגעטון אין ווייסע קיטלען אדער בעקישעס כמנהג המקום. אויף די פארלאנג פון די פילע וועלכע ווילן וויסן וואס דער וועטער וועט זיין אין די טעג פון ראש השנה. ברענגען מיר דא אראפ די וועטער באריכטן פון אומאן פאר די קומענדיגע טעג. עש"ק נצבים 66&deg; / 50&deg; מער ווייניגער זוניג 🌤️ שב"ק נצבים 64&deg; / 42&deg; לייכטע רעגן 🌧️ זונטאג וילך 62&deg; / 40&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ ער"ה תשפ"ב 60&deg; / 39&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ א' דראש השנה 63&deg; / 42&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ ב' דראש השנה 68&deg; / 48&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ דאנערשטאג 71&deg; / 51&deg; מער ווייניגער זוניג 🌤️ ווי מען זעט, וועט דער וועטער זיין היבש קיל, בפרט ביינאכט ווען דער טעמפעראטור קען אראפגיין אזוי ווייט ווי 39 פערנהייט. בייטאג קען מען ערווארטן עטוואס מער אנגענעמע וועטערס צווישן 60 און 70 פערנהייט. עס איז שטארק ראטזאם מיטצונעמען א שאל, א סוועטער וכדו' פאר די קילע נעכט. לעצטע דערמאונוגנען: היי יאר דארף מען אויסער דעם פאספארט, א מאסק פארן פליגער, אוקריינישע אינשורענס, וואקסין אדער טעלעפאן מיטן עפפ. אזוי אויך איז שטארק וויכטיג צו זיין באצייטענס אין עירפארט, סיי ווייל צוליב די פילע רעגולאציעס קען דאס אריינטשעקן נעמען לענגער ווי געווענליך, און אזוי אויך זענען די פילגער קיין אומאן שטארק איבערגעפילט. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך! 💳 פדיון נפש לינק 📰 דער נייער "קרית ברסלב בלעטל" שענער, בעסער און גרעסער! 📌 גליון היכל הקודש ראש השנה תשפ"ב 📌 דרשת תקיעת שופר פון ראש ישיבה ראש השנה תשפ"א 📰 לעצעט אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן

    < זעה מער כה אלול תשפ"א 📝
  • דער נייער "קרית ברסלב בלעטל": שענער, בעסער און גרעסער

    קרעדיט: מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווען דער בארימטער "קרית ברסלב בלעטל" איז ערשינען צום ערשטן מאל פאר פונקט צוויי יאר צוריק אויף ראש השנה שנת תש"פ האט מען זיך נישט געראכטן אויף אזא הצלחה בס"ד. געלויבט דער אייבישטער אז מען הערט צוריק פון פילע אידן ווי סאך דער בלעטל האט שוין אויפגעטון אין די קארגע צוויי יאר. גאר שטארק האט געכאפט דאס אויג "די מעשיות פון תפלה" אינעם גליון, מענטשן האב געזען "אינגעלייט" שרייבן פערזענליכע מעשה וואס זיי האבן געהאט, ווי דער אייבישטער הערט אויס יעדעם איינעם אויף יעדע זאך, און האבן זיך געעפענט די אויגן אז בעטן דעם אייבערשטן "מיינט מיר אויך", איך קען אויך בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, איך דארף נישט שרייען און זיך רעגן אויף מיינע ארומיגע ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל, קיינער איז נישט שולדיג אויף מיינע פראבלעמען, עס איז פשוט דער אייבישטער וויל מיר דערמאנען איך זאל רעדן צו אים און אים בעטן וואס איך וויל, און דער אייבערשטער העלפט. באזונדער האבן פילע אידן זייער הנאה געהאט פון די "נייעס אין שטעטל", מענטשן גלייכן נייעס, מען וויל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך, בפרט ווען עס בויעט זיך א נייע שטאט, און נאך מער ווען עס רעדט זיך פון א "ברסלבע שטעטל", א זאך וואס איז נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, א שטעטל וואו אלע לעבן מיטן אייבערשטען, קינד און קייט לעבן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. גאר שטארק האבן זיך אידן צוגעכאפט צו די "בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א" ווי מען ליינט יעדע וואך א פאסיגע בריוו פאר די צייט, פון וואס אלע נעמען הדרכה חיזוק און עצות, און שטייגן אין עבודת ה' מיט די הייליגע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אלע טייערע קינדער האבן דאס מערסטע ארויסגעקוקט אויף די "חידות אפטיילונג", וואס איז געשטעלט אריינצוברענגען אין די קינדער, צו קענען די שיחות און לעבן די שיחות פון הייליגן רבין. דאס איז אלעס געווען ביז יעצט. אבער יעצט האבן מיר א גוטע בשורה, אז נאך גאנצע צוויי יאר פונעם שיינעם בלעטל, האט דער וועד פונם בלעטל האט באשלאסן אז איז צייט צו גיין מעלין בקודש און ארויפגיין א שטאפל מיט דעם בלעטל, וואס איז גאר וויכטיגט בפרט ווען עס קומט אריינצוברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות דארף מען אלץ זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער, אז נאך א מענטש זאלן וועלן הערן פון די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז צו פארקויפן. צום ערשט איז דער בלעטל שטארק פארשענערט געווארן מיט א גאר פראפעסיאנאלן אויסשטעל וואס איז געשמאק צום אויג צום ליינען, און אויך האט מען צוגלייגט נאך בלעטער און אנגעפילט מיט פילע נייע אפטיילונגען מיט שיינע און רייכע תוכן. צום ערשט איז צוגעקומען דער פרישע אפטיילונג "היכל הקודש נייעס", וואס דארט וועט ווערן געדעקט די נייעס אינערהאלב קהילות היכל הקודש. אויך איז געווארן צוגעלייגט אן אפטיילונג "א מעשה פון א צדיק", וואס וועט אנטהאלטן בעז"ה יעדע וואך א שיינע מעשה פון א צדיק שיין און דראמאטיש ארארפגעלייגט. ווי באקאנט רעדט דער דער ראש ישיבה שליט"א כסדר איבער די שטארקע וויכטיגקייט שטענדיג ליינען און פארציילן מעשיות פון צדיקים, וואס וועקט אויף דעם איד ער זאל וויסן אז אויך ער קען נאכמאכן דעם צדיק. דערנאך איז צוגעלייגט געווארן א "פארזעצונג אפטיילונג", וואס וועט האבן א לאנגע שפאנענדע אמת'ע מעשה צוטיילט אין וועכענטליכע פארזעצונגען. אלץ דער ערשטער מעשה אינעם אפטיילונג וועט פארציילט ווערן די העכסט דראמאטישע מעשה פון די נסיעה פון הייליגן רבינ'ס קיין ארץ ישראל. וואס וועט האלטן געשפאנט קינד און קייט פאר א לאנגע וואכן, ביז די דראמאטישע ענדע, וואס וועט בעז"ה גלייך נאכפאלגן מיט א נייע שפאנענדע פארזעצונג. אזוי זענען אויך צוגעלייגט געווארן נאך פילע אינטערסאנטע אפטיילונגען, וואס אלע ליינער וועלן מיטן אייבערשטענ'ס הילף שטארק הנאה האבן. פילע האבן זיך סובסקרייבט צו באקומען דעם שיינעם גליון יעדע וואך, מיט וואס אלע אין שטוב די טאטע, מאמע קינדער זענען זיך מחיה יעדע וואך. זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון אדער די אנדערע גליונות רופט אין אפיס פון קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3. פאר הערות און קאמענטארן וויאזוי צו פארבעסערן דעם גליון קענט איר שטענדיג רופן 347-379-1161 📌 דער נייער קרית ברסלב בלעטל 📰 פדיון נפש פאר ראש השנה 💳 לינק צו פדיון נפש&nbsp; 📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג 📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט 📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן 📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש 📰 ברסלב פריים שטארק פאפולער ביי אנשי שלומינו 📰 איבערזיכט איבער די גליונות פון היכל הקודש - טבת תשפ"א

    < זעה מער כד אלול תשפ"א 📝
  • פדיון נפש אפציע שוין געעפענט אויפן וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג.&nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת",&nbsp; וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג, דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה. ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. אויך איז דא א לינק דא אויפן וועבסייט פון וואו מען קען געבן פדיון נפש. געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות איינצוקויפן פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים. פדה בשלום נפשי! 💳 מ'קען אויך מנדב זיין פאר פדיון נפש דא אויפן וועבסייט 📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג 📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט 📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן

    < זעה מער כג אלול תשפ"א 📝
  • נאך א פרישער בית המדרש אין שטעטל

    &nbsp; אזוי ווי דער שטעטל צואוואקסט זיך קע"ה און עס איז קומען כסדר צו נאך תושבים אינעם שטעטל, און מען וואוינט היפש צושפרייט איינער פון דעם צווייטן, האט דער ראש ישיבה אנגעוויזן צו עפענען פילע פרישע בתי מדרשים וואס וועלן גענוצט ווערן אויף די שבתים וימים טובים, אויף אלע זייטן פון שטעטל. יעצט איז געקומען די רייע צו עפענען דער פערטער בית המדרש אין שטעטל - דאס מאל אין די מיידל קעמפ. דער מנין איז געגרינדעט געווארן ווען במשך דעם זומער האבן זיך אויפגעהאלטן דארט מערערע משפחות וואס קומען פארן זומער אין שטעטל, און די נענטסטע בית המדרש איז א גוטע האלבע שעה צו גיין, אזוי האט זיך פארמירט דער מנין צוערשט אויף פרייטיג צונאכטס. יעצט אפילו ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט בשעה טובה ומצלחת, וועט אבער דער מנין ווייטער אנהאלטן בעזהשי"ת פאר די אלע משפחות וואס וואוינען אינעם געגענט, יעדע ליל שבת קודש. יעצט ארבעט מען בס"ד צו פארשאפן א ספר תורה פארן פרישן בית המדרש, און אזוי וועט מען אויך קענען דאווענען מנחה און שלש סעודות. דערווייל - אזוי ווי עס פארמאגט נאכנישט קיין מקוה אויפן פלאץ - וועט מען נאך נישט דאווענען דארט שחרית שבת קודש אינדערפרי. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ 🛒 נייע הערליכע קענוועס בילד פון מוהרא"ש צו באקומען 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📸 דער ראש ישיבה טיילט אויס ספרים מיטצונעמען קיין אומאן פאר די מפיצים

    < זעה מער כב אלול תשפ"א 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען צו סליחות דעם מוצאי שבת קודש ביי חצות

    בעזרת השם וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען צו סלוחת דעם מוצש"ק כי תבוא א' סליחות אין וויליאמסבורג, אזוי אויך וועט זיין סליחות אין אלע שולן פון היכל הקודש אין קרית יואל מאנסי בארא פארק א.א.וו. ווי מען וועט אינאיינעם זאגן סליחות מיט גרויס התעוררות. זמן סליחות פון א' סליחות איז ווי דער מנהג ביי אנשי שלומינו ביי חצות אום 1:00 ביינאכט. אין וויליאמסבורג וועט מען אויך קענען מיטן אייבערשטנס הילף אפנעמען פעקלעך ספרים מיטצונעמען קיין אומאן, און נעמען א חלק אין דעם ריזיגן הפצה וואס קומט פאר אין די ראש השנה טעג אין אומאן ביים הייליגן רבין. לשמוע אל הרנה ואל התפלה 🎞️ דער ראש ישיבה בלאזט שופר

    < זעה מער יח אלול תשפ"א 📝
  • בריוון פון חשובע רבנים און דיינים שליט"א צו די הכתרה פונעם דיין שליט"א

    אנשי שלומינו זענען נאך אונטער'ן רושם פון דעם גאר געהויבענעם און פרייליכן "מעמד הכתרה" וואס מ'האט מיטגעלעבט פארגאנגענע וואך זונטאג, ווען מען האט אויפגענומען דעם חשובן דיין, הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אלס דיין ומורה צדק אין קרית ברסלב ליבערטי. פילע רבנים און דיינים שליט"א, ספעציעל די ביי וועמען דער דיין שליט"א האט געלערנט און גענומען שימוש, האבן געשריבן בריוון צו די קהלה, איבער דעם גרויסן כח התורה וההוראה פונעם חשובן דיין שליט"א, אז מ'זאל אויפנעמען דעם דיין בכבוד הראוי, און זיך צוהערן און פאלגן זיינע פסקים, און אזוי וועט מען זייער שיין מצליח זיין בעז"ה. צווישן די פילע בריוו שטארט ארויס דער מכתב קודש פונעם קארסלבורגער רב שליט"א, וואס האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביים גרויסן מעמד, אזוי ווי ער געפונט זיך יעצט אין עיה"ק מירון אין ארץ ישראל, וואס דרוקט אויס זיינע פריידיגע געפילן אויף דעם גרויסן געשעעניש, ער ברענגט ארויס די מעלות און חשיבות פונעם חשובן דיין שליט"א, און בעט ביי די אנשי הקהלה זיי זאלן זיך צוהערן צום דיין, און פאלגן זיינע פסקים. פאלגנד איז דער לשון פונעם מכתב קודש: בעזהשי"ת כ"ו אב, יומא דהילולא של מרן רבינו הק' זי"ע, לסדר לשכנו תדרשו ובאת, פעיה"ק מירון תו"ב תשפ"א לפ"ק בשורה טובה תדשן עצם ותחד לבבינו, בשמענו שהגיע עת משוש בעיר המעיטרה קרית ברסלב ליבערטי נוא יארק, העומדת תחת נשיאותו של בני בכורי הרגה"צ ר' יואל שליט"א, להעמיד עליהם איש על העדה לישב על כסא ההוראה אשר יצא ואשר יבא לפניהם לפי רוחו של כל אחד ואחד ויסבול עול הציבור, ה"ה המופלא ומופלג במ"ח דברים שהתורה נקנית בהן, השקדן העצום, כבוד הרה"ג מוהר"ר יונה זינגער שליט"א, ביודעי ומכירי קאמינא, כבר שנים רבים דעייל ונפיק אצלינו, וטיילנו כמה ארוכות וקצרות האיך לדון ולהורות לשואלים בדבר ה' זו הלכה, והראה כוחו הגדול לענות בשפה ברורה בסברא ישרה לעומקא דדינא וקולע אל השערה, וכבר נשמע קולו בבואו אל הקודש בבית הוראה קארלסבורג עוד בחיים חיותו של מרן אמ"ו ז"ל הכ"מ, על רב תבונתו וחכמתו ויראתו להשיב שואלי דבר, ושימש הרבה אצלנו, וכל דרכיו ונתיבותיו שלום ונועם על דרך תוה"ק, ולו נאה ויאה להיות נמנה בין המורי"ם בצדקה, יורה יורה כדת של תורה, ובכן אתן את ברכתי שיתקיים אצלו וה' עמו מלמד שהלכה כמותו בכל מקום. ואל אנשי הקהלה אבקש, אנא ראו להרים קרנו בכבוד, ואליו תשמעון כקטון כגדול, ואז תזכו שיעשה פרי לטובה וכרועה עדרו ירעכם, ובמהרה נזכה שיתקיים הכתוב (ישעיה א כו) ואשיבה שופטים כבראשונה, בהרמת קה"ת וישראל ובנין ביהמ"ק אס"ו. הכו"ח למען כבוד התוה"ק ועמליה הק' משה רוטה &nbsp; אויך דער חשובער דומ"ץ קהל עדת יראים וויען, הרה"ג מוה"ר שמחה שטראהלי שליט"א, האט געשריבן גאר ווארעמע ווערטער פאר די איינוואוינער פון שטעטל, אז ער האט אסאך געלערנט מיט'ן דיין שליט"א אין פילע מקצועות אין שלחן ערוך, ער איז מעיד איבער זיין געוואלדיגע התמדת התורה און איבער זיין כח צו פסק'ענען שאלות לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און ער ענדיגט צו מיט א ברכה אז ער זאל מצליח זיין אין זיין נייעם פאסטן. פאלגנד איז דער לשון המכתב: בס"ד ישמח לבי על בשורה טובה ששמעתי מקרית ברסלב בעיר ליבערטי נ'י', העומדת תחת נשיאות ידידי מאז הגה"צ ר' יואל ראטה שליט"א, להכתיר עליהם איש על העדה, להורות להם דבר ה' זו הלכה, ה"ה ש"ב הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א. והנה באתי להעיד שאני מכיר את הרה"ג הנ"ל כבר משנים רבות, והוא עוסק בתורה הקדושה בהתמדה רבה כמה שנים לטובה ביגיעה רבה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא בדבר ה' זו הלכה, וכמבואר בגמ' שאין להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד. וטיילתי עמו בהרבה מקצועות בש"ע זה כמה שנים לטובה ונוכחתי לדעת שיודע לדון ולפסוק ולפלפל בסברא ישרה לעומקה של הלכה כדת של תורה. ובכן אתן את ברכתי שיזכה לדון ולהורות לאמיתה של תורה בלי שום מכשול, ויפוצו מעיינות תורתו חוצה, ללמוד וללמד ולשמור ולעשות מתוך רוב נחת והרחבת הדעת, ויתרחבו גבולי הקדושה והטהרה, ובזכות זה נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א. הכו"ח למען כבוד התורה, ביום ז' אלול תשפ"א לפ"ק הק' שמחה אהרן שטראהלי &nbsp; און אזוי ווייטער האבן נאך חשובע דיינים שליט"א געשיקט בריוון ספעציעל צום מעמד, צווישן זיי הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, רב דביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר ב"פ; הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א, דומ"ץ דעברעצין; און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער דיין שליט"א זאל מצליח זיין אין זיין הייליגע ארבעט מיט הרחבת הדעת און אלע ברכות וישועות. אלא ד' אמות של הלכה בלבד! 📰 געהויבענע מעמד הכתרה אין קרית ברסלב ליבערטי 📸 בילדער 🎦 קליפס 🛒 לוח ברסלב אידיש תשפ"ב &nbsp; 📚 ראש השנה ביי צדיקים &nbsp;

    < זעה מער יז אלול תשפ"א 📝
  • ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער. יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן. דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: 🕗 אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. 🕣 דערנאך גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. 🕙 צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים &ndash; יעדער פאר זיך &ndash; זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא. 🕑 נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. 🕒 דריי אזייגער דאוונט מען מנחה 🕓 א פערטל נאך 4 לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם. 🕔 פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות אין סיפורי מעשיות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש. קומענדיגע וואך פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה. כי הם חיינו ואורך ימינו 📰 פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן 📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש 🎹 נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 🎦 בחורים לערנען מיט מסירת נפש מסכת תענית זומער תשע"א ביי האריקעין איירין 📚 עצות לבחור ישיבה 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים

    < זעה מער טז אלול תשפ"א 📝
  • פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן - מאנטאג כי תבוא

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל, פלען איט רייט 845-678-3555 אנשי שלומינו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארשידענע גוטע אנטוויקלונגען ארום די נסיעה קיין אומאן, וואס וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס פארן בעזר השם יבתרך. ערשטע דאזע וואקסין צום ערשט איז זייער פאזיטיוו געווארן אויפגענומען די נייעס פון אוקראינע אז אויך די וואס האבן גענומען נאר די ערשטע דאזע פונעם וואקסין וועלן דורכגעלאזט ווערן. עפפ מיט א כשרע טעלעפאן פאר די אלע וואס האבן נישט קיין וואקסין קארטל, איז ב"ה דא צו באקומען א מספר מצומצם כשר'ע פשוטע טעלעפאנען וואס האט אויף זיך דעם עפפ וואס דער אוקריינער רעגירונג פארלאנגט - פרעגט אייך נאך ביי אייערע לאקאלער סעלפאן געשעפט פאר מער פרטים. אינשורענס יעדער אן אויסנאם דארף ברענגען באווייז פון אוקריינישע אינשורנעס אויף די גאנצע צייט וואס מען וויילט אין אוקריינא. (עס דארף אנגעמערקט ווערן אז טרעוול עקספערטן זאגן, אז די אוקריינישע אינשורנעס איז גענצליך ווערטלאז על כל צרה שלא תבוא, מען דארף עס קויפן צוליב זייער פארלאנג. עס איז שטארק רעקאמענדירט צוצוקויפן פארלעסליכע אמעריקאנער טרעוול אינשורענס בעפאר מען פארט קיין אויסלאנד). טעסטינג אין אומאן פלען איט רייט שטעלט צו בעז"ה טעסטינג צענטערן אין אומאן, איינס אויף די פּושקינא גאס, און איינס אין בנין היכל הקודש. אומוואקסינירטע וועלן דארפן א טעסטן סיי נאכן אנקומען, און סיי פארן ארויספארן. אבער יעדער אן אויסנאם וועט דארפן א טעסט בעפארן צוריק פארן קיין אמעריקע. עס וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט צו סערווירן נאר ווער עס האט זיך איינגעשריבן און באצאלט פאראויס. צו באשטעלן קען מען רופן פלען איט רייט 845-678-3555 אדער אויפן וועבסייט FLYtoUMAN.com (גייטס אראפ ביז אונטן ווי מען קען רעזערווירן טיקעטס, אוקריינישע אינשורענס, און קאוויד טעסטס אין אומאן) מאסק עס איז גוט צו וויסן אז אלע עירליינס פארלאנגען שטרענג מען זאל האבן אנגעטון א מאסק די גאנצע צייט וואס מען פארט אויפן פליגער. א צווייטע טשארטער (אויף צוריק) צוליב די מאנגל אין פליגערס דאנערשטאג קיין ניו יארק, און צוליב וואס דער ערשטער טשארטער איז שוין גענצליך אנגעפילט, האט פלען איט רייט באשטעטיגט א צווייטע טשארטער נאן-סטאפ פלייט פון קיעוו קיין נוארק, וואס וועט ארויספארן בעז"ה 9:00 אינדערפרי, און קומט אן בעז"ה אום 12:20 קיין נוארק לופטפעלד. דער פרייז פאר דעם פלייט איז $1,200 (איין וועג). זיצן אין בית המדרש אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין. מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן. קיינער טאר נישט פעלן 📰 פילע פרישע ספרים ביים ברסלב סענטער געשעפט 📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש 📰 נייע מוזיק ווידיא: טאטע זיסער, מאך מיר אויף די טיר 🎹 דער נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 📚 לוח ברסב תשפ"ב 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📰 ברסלב פריים

    < זעה מער טו אלול תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1066 to 1080 of 1674 results

1 2 ... 69 70 71 72 73 74 75 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com