Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • "מיין שול קאמפיין" לטובת בית המדרש "עצתו אמונה", ומקוה טהרה "מקוה מלכה"

    אין קרית ברסלב ליבערטי איז דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בשלח-שירה פארגעקומען א העכסט עלעגאנטע און רייכע מלוה מלכה לטובת דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה ומקוה טהרה-מקוה מלכה, די דריטע רינגעלע אין קייט פון בתי מדרשים אינעם שטעטל קרית ברסלב. גאר אסאך האט צוגעגעבן די ווארימע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אינמיטן די וואך לטובת די קאמפיין. מוצאי שבת קודש ארייינקומענדיג אין בית המדרש אויף האשקי האט אפגעווארט גאר א רייכע סעודת מלוה מלכה, מכל טוב וטוב, צוגעשטעלט דורכ'ן חשוב'ער גבאי און מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אלע משתתפים זענען ווארעם אויפגענומען און באגריסט געווארן דורך די חשוב'ע עסקנים. העסקן מו"ה ארי פיש הי"ו האט געעפנט דעם מעמד מיט טרעפליכע ווערטער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכות און זכי' צו שטיצן אזא מקום קדוש, וואס האט אנגעווארימט דעם ציבור זיך צו עפענען די טאשן זיך צו משתתף זיין מיט סכומים הגונים לטובת דעם בית המדרש און מקוה. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער גבאי פונעם בית המדרש עצתו אמונה הר"ר יואל שניצלער שליט"א, וועלכער האט זייער שיין ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו שטיצן א מקום תורה ותפלה זענען די חשבונות נישט פראפארציאנאל, נאר די זכותים מערן זיך אומצאליג, און דאס טוט באשטיין פאר'ן מענטש צו מצליח זיין בבני, חיי ומזוני רוויחי און סייעתא דשמיא. דער חשוב'ער דיין פון קרית ברסלב ליבערטי שליט"א האט זיך מטריח געווען און באשיינט דעם מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער,  דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיך צוזאמקומען בשבת אחים צו א סעודת מלוה דמלכה, דערנאך האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן צדקה פאר צוועקן וואס זענען נישט אזוי דראמאטיש, נאר פשוט מ'וויל געבן צדקה צו שטיצן א מקום תורה וכדומה. דער דיין האט צוגעענדיגט מיט'ן פסוק וואס מ'האט געליינט דעם שב"ק "ויהי ידיו אמונה", די הענט זאלן שטיצן דעם בית המדרש "עצתו אמונה". דערנאך האט מען געזונגען זמירות לכבוד סעודת מלוה דמלכה באגלייט בשירה וזמרה דורכ'ן בעל מנגן ר' שמעון לאקס הי"ו. אן איבערראשנדיגע מאמענט פאר אלע משתתפים איז געווען ווען מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, פון די חשוב'ע עסקנים פאר די מוסדות הקדושים און אן עסקן לכל דבר שבקדושה אין קהילת היכל הקודש, האט אריינשפאצירט אין זאל, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין קרית ברסלב צו באשיינען דעם מעמד; ר' אהרן האט ווי שטענדיג מיט זיינע הארציגע דברים היוצאים מן הלב אנגעווארעמט די הערצער אנטייל צו נעמען אינעם "מיין שול" קאמפיין, ר' אהרן האט אין געציילטע ווערטער ארויסגעברענגט ווי ווייט דער ראש ישיבה געבט זיך אוועק פאר אונז, און ווי מיר דארפן אנטקעגן קומען צו העלפן דעם ראש ישיבה למעלה מיכולתינו. דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו חבר הנהלת הקרי', וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די שטעטל מיום הווסדה ביז יעצט, און אז דורך העלפן בויען דעם בית המדרש און נאך קען מען זיך רוקן צו די ווייטערדיגע פראיעקטן וואס זענען דא אויפ'ן טיש. צום שלוס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש פונעם קאמפיין מו"ה דוד לאקס ה"ו ארויסברענגענדיג די תועלת פון האבן א בית המדרש אין מקוה יעדער אין יעדע געגנט, און אז דורכ'ן געבן דא וויפיל מ'קען העלפט מען זיך אליינס גאר אסאך. נאכן בענטשן איז זיך די ציבור צוגאנגען, שפירנדיג פרייליך מיט'ן נעמען א חלק אינעם קאמפיין אין דאס אויפבוי פונעם הערליכן בית המדרש עצתו אמונה. נעמט אייך חלק אין דאס אויפבויען דעם בית המדרש-מקוה טהרה, ווענדט אייך צו מו"ה דוד לאקס הי"ו 347-799-3361, אדער צו הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א 845-662-3207. ויהי ידיו אמונה! 💳 זיך צו משתתף זיין פאר ביהמ"ד/מקוה דורך "טשערידי" 📰 היינט דינסטאג נאכט, יארצייט פון מוהרא"ש 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים

    < זעה מער טז שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    שטייענדיג ערב די יארצייט פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע (וואס פאלט אויס מארגן נאכט אור ליום י"ז שבט), האט די קהלה אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע. אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס פארמערן זיך כסדר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע היימישע געגענטער און מען דארף האבן נאך ספרי תורה. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געבעטן אז מען זאל געבן די געלעגנהייט פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די הייליגע מצוה פון כתיבת ספר תורה. וואס איז מסוגל פאר פרנסה, ווי דער היילגער רבי שרייבט אין ספר המדות (ממון לו) "לכתוב ספר תורה מסוגל לפרנסה". דער סופר מומחה וירא שמים איז הרב ישראל גרומאן שליט"א, פון די חשובי אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה אריינגעשריבן דער ערשטער ווארט "בראשית" אינעם ספר תורה, וואס מען האפט צו ענדיגן ביז בערך א יאר. דער כתיבת ספר תורה איז נאך א פראיעקט לטובת אנשי שלומינו דורכן באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס ווערט געפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. עס זענען דא א שיינע אויסוואל פון זכותים וואס מען קען קויפן: 🪶 א גאנצע ספר - $2,500 (5 ספרים) 🪶 א פרשה - $1,200 (50 פרשיות) 🪶 א ספעצילע פרשה - $1,800 (בשלח, יתרו, ואתחנן, און וזאת הברכה)&nbsp; 🪶 זכות עמוד - $500 (42 עמודים) רופט שוין צו קויפן א זכות אינעם נייעם ספר תורה 845-379-2626 (מ'קען באצאלן מיט פעימענטס) ועתה כתבו לכם את השירה הזאת! &nbsp; 📰 דינסטאג נאכט יתרו יארצייט פון מוהרא"ש 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש &nbsp; 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ב 📝
  • בנין פון די מוסדות אין שטעטל אריבער גרונטליכע רענאוואציעס

    היינט ווען מען קומט באזוכן די מוסדות, זעט מען די הייליגע מוסדות אין שטעטל איינקוואטירט אינעם גרויסן פרעכטיגן בנין אויף טשעסטנאט ראוד. א שיינע דריי שטאקיגע ציגעלנע בנין, שיין און שטארק, ווי די קינדער לערנען און פארברעגען במשך די וואך מיט הרחבת הדעת. א יאר צוריק האט מען דאס נאך נישט געהאט. מען האט ניטאמאל געחלומט פון אזא בנין, ווען דער ראש ישיבה האט געעפענט דאס שטעטל, האט מען נישט געוויסט וואו מען וועט פלאצירן די מוסדות, מען האט געהאט גאר גרויסע פלענער, די פלענער זענען באשטאנען פון תפילות, תפילות פון אלע איינוואוינער פון שטעטל, תפילות פון קינדער תינוקות של בית רבין וויסנדיג אז דער אייבערשטער וועט שוין האבן זיינע וועגן וויאזוי מען וועט האבן א בנין פאר די מוסדות. צוערשט איז מען מען געווען אין בעיסמענטס צוזייט און צושפרייט צווישן עטליכע לאקאלן, און אזוי האט מען דורכגעשטופט דעם ערשטן יאר, ווען מען האט מחנך געווען די טייערע קינדערלעך אויפן הייליגן אויסגעטרעטענעם וועג פון די פריערדיגע צדיקים, און אויסגעלערענט די קינדער אז וואס זיי דארפן נאר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן. די קינדער האבן מתפלל געווען כסדר אז מען זאל האבן א גוטע פלאץ פאר די תלמוד תורה און די סקול. דער אייבערשטער&nbsp; דער שומע תפלת כל פה האט צוגעהערט די תפילות, און אומגעראכטן צוגעשיקט א פאסיגע פלאץ, גרויס און שיין, נאנט צום שטעטל, א פולקאם גרייטע בנין, מיט פילע קלאס צימערן, א קאך, א גרויסע לאנטש רום, און אלע געברויכן וואס מען דארף נאר האבן.&nbsp; דער בנין איז געבויט מיט מסירת נפש פאר בערך הונדערט יאר צוריק דורך די אידן וואס האבן געוואוינט אין דעם געגענט, און האבן גענוצט דעם פלאץ צו לערנען און דאווענען און אלע אידישע געברויכן. ליידער איז די געגענט געווארן אויסגעשפילט מיט די צייט, און דער בנין האט געפּוסטעוועט. דאן איז עס ארויפגעקומען אויף די מארקעט פאר א גאר גוטע פרייז, און ברוך השם, אז דער בנין איז דאן אריבער צו די הייליגע מוסדות, וואס האבן עס תיכף אריינגענומען אין באנוץ פאר די וואקסנדע מוסדות. אזוי ווי עס האט נאך געדארפט האבן פארשידענע רענאוואציעס, צוליב דעם וואס דער בנין איז שוין נישט געווען אין באנוץ פאר לענגערע צייט, האט מען זיך תיכף גענומען צו די ארבעט, און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך צוגעכאפט און אפגעקויפט דער זכות פונעם בנין מיט די רענאוואציעס. יעצט ווען די ארבעט איז שוין ב"ה פארטיג געווארן, האט מען ארויפגעלייגט שיינע גרויסע אותיות אינדערויסן פונעם בנין וואס טראגט מיט שטאלץ די ווערטער "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, בהתייסדות כ"ק מוהרא"ש ז"ל, בנשיאות הראש ישיבה שליט"א" און אין צענטער א שיינע ברסלבע קרוין. אין דעם בנין וועט מען ווייטער לערנען מיט אידישע קינדער אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, און ערציען די קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים ביז משיח'ס טאג.

    < זעה מער יד שבט תשפ"ב 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די זיבעטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביים יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, זיי זענען מחזק און מעורר אלץ מער און מער אידישע קינדער איבער די וועלט, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן, נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אין די טעג ארום די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט אריבערצופארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דינסטאג יתרו ביינאכט, אום 8:00, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סטריט. אזוי אויך וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין שטעט איבער די וועלט אין די בתי מדרשים היכל הקודש, ווי מען וועט זיך מחזק זיין און הערן וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא גרויסן טאג. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! &nbsp; 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש

    < זעה מער יא שבט תשפ"ב 📝
  • תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים עיה"ק

    זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א יאר פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער חדר "תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו האבן די זכיה צו לערנען פון מלמדים מומחים יראי השם תלמידי היכל הקודש. און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואכני" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלץ אינגערמאן). אנגעהויבן פאריגע וואך האט זיך דער חדר געעפענט אינעם עזרת נשים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און די וואך איז מען אריבער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו, וואס האט לעצטענס איבערגעבויעט זיין דירה, און אראפגענומען א צימער וואס זאל זיין געאייגענט פאר געסט. און יעצט האט מו"ה שמעון עוזר הי"ו זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן דעם צימער פאר די נייע תלמוד תורה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן.&nbsp; מען האט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג. און טאקע די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבנער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און לערנט מיט די קינדער, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אין אייבערשטן, אויף אזא וועג אז דאס וועלן זיין מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן בעזהשי"ת. אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים

    < זעה מער י שבט תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת התורה צום סיום מסכת מגילה

    אין די טעג טוען אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט פייערן דעם סיום מסכת מגילה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש טבת העעל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן און אויף דעם וועבסייט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט מפורסם. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. יעצט ווען מען האלט דא איז די צייט צו דערמאנען די ווערטער פון ראש ישיבה ביים סיום פונעם פריערדיגן מסכת ווען ער האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז לערנען א בלאט גמרא אינדערהיים איז שטארק מסוגל אויף שלום בית, "ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט, האט זיך אויף וועם ארויפצוקוקן"! &nbsp; ▶️ געשמאקע שיעורים אין גמרא פון ראש ישיבה 🛒 יעדן טאג פרישע סחורה אויף וועבסייט 🌳 ספר "ראש השנה לאלינות" $2.99 &nbsp;

    < זעה מער ט שבט תשפ"ב 📝
  • ספּעשל פרייז צום שבת התוועדות לויפט שוין אָט אָפּ

    דער געהויבענער שבת קודש מעין עולם הבא שבת התוועדות שבת סיום סדר מועד על סדר הש"ס שבת קודש פרשת ויקרא ווערט שוין נענטער אין נענטער. מען גרייט זיך מיט שפאנונג צום געהויבענעם שבת וואס וועט בעזהשי"ת אפגעהאלטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם פּראכטפולן "קראון פּלאזא" האטעל, אינעם שטעטל "סעמפאָרד" קאָנעטיקוט, במשך די טעג פון ערב שבת, שבת קודש, און מוצש"ק פרשת ויקרא הבע"ט. די עסקנים גרייטן זיך שוין גאר העפטיג, און אלע דעטאלן ווערן אויסגעארבעט און מען גרייט צו מיטן אייבערשטנ'ס הילף א הערליכע שבת וואס זאל איבערשטייגן בס"ד פי כמה דעם פריערדיגן שבת התוועדות, שבת סיום הש"ס מיט צוויי יאר צוריק, ווי די באטייליגטע האבן געהאט א הנאה גשמיות ורוחניות וואס איז געבליבן איינגעקריצט ביי זיי און ביי די משפחה. יעצט ווען מען איז שוין בלויז 8 וואכן אוועק, ווערט געמאלדן א וויכטיגע אפדעיט, אז די אלע וואס ווילן אריינכאפן די אוירלי בירד ספעשל דארפן זיך שטארק צואייל, ווייל דער ספעשל פון $985 א קאפל ענדיגט זיך שוין, און פון קומענדיגע זונטאג הבעל"ט א וואך, גייט ארויף די פרייז מיט הונדערט דאלער. צו באשטעלן צימערן ביים געהויבענעם שבת קען מען רופן 347-415-2888 איבערצוגעבן דאס געלט קען מען ביי: קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו

    < זעה מער ח שבט תשפ"ב 📝
  • עצתו אמונה חלק ה' שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייער באנד עצתו אמונה חלק ה' איז נארוואס אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג. דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען אלע בריוו פון סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און איז ביי זיי א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב זייער פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט. אזוי אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אינעם קומענדיגן באנד "עצתו אמונה חלק ו'" וואס האלט שוין אין די גאר ווייטע שטאפלען, און מען האפט צו גיין צום דרוק אין די קומענדיגע וואכן בעזהשי"ת. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל campaignkibeilimsuro@gmail.com. 📖 צו קויפן דעם נייעם באנד "עצתו אמונה חלק ה'" פאר בלויז $4.99 💬 דער ראש ישיבה ענטפערט אויף שאלות איבער עצתו אמונה 📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער עצתו אמונה 📸 דער ראש ישיבה טיילט דעם ספר עצתו אמונה פאר תלמידים 🗞️ יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ! 📰 עצתו אמונה וועכענטליך אויף די פאסט פאר בלויז $2.99 א וואך 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב &nbsp;

    < זעה מער ז שבט תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש צפת

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין איבער די פרישע הרחבת גבולי הקודשה אין שטאט צפת. שוין א לאנגע צייט וואס עס ווערן נתקרב פילע אינגעלייט און בחורים אין שטאט צפת, מען קומט זיך צאם ביי פילע געלעגענהייטן, אבער למעשה איז ביז היינט נישט געווען קיין בית המדרש פאר שבת קודש. און געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך א לאנגע צייט האפן, און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס איז ענדליך יעצט צושטאנד געקומען און מען האט געקענט עפענען א בית המדרש היכל הקודש, אין עיה"ק צפת. אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צפת דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן געפונען א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש" וואס וועט נוצן סיי פאר שבת קודש צום דאווענען, און אזוי אויך פאר די חבורות אינמיטן די וואך, וואס קומען זיך כסדר צוזאם, און זענען זיך מחזק מיטן רבינ'ס עצות, און פרישן זיך אויף מיט די ווערטער פון רבין. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער בית המדרש היכל הקודש זאל זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן גליל בכלל, און פאר די שטאט צפת בפרט. עס זאל זיין א בית המדרש ווי יעדער איד וואס דארף אביסל פרישע לופט עצות פארן לעבן זאל קענען אריינקומען, און זיך דערקוויקן מיט די זיסע ווערטער פון הייליגן רבין. ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה! 📰 בית המדרש היכל הקודש בני ברק 📰 התייסדות בית המדרש היכל הקודש ירושלים ובני ברק

    < זעה מער ד שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספרים אויפן וועבסייט

    מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרת פנים, די וועלט פארשטעלט די אמונה, און מענטשן גייען דורך שבעה מדורי גהנום, ווייל זיי שפירן נישט דעם אייבערשטן. אבער דער אייבישטער וויל אז מען זאל אים יא קענען טרעפן, שיקט דער אייבישטער גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך, און אזוי הייבן אידישע קינדער אן צו לעבן א גוטע לעבן מיט אמונה. אין אונזער דור האבן מיר געהאט מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן. מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב. דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט. אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך. בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי:&nbsp; 📚 געב זיך אכטונג 📚 Striking it Rich 📚 די וועג ארויס 📚 דו ביסט נישט פארלוירן 📚 מיין קינד איך האב דיר ליב 📚 נסיעה קיין ארץ ישראל 📚 קדושת שובבי"ם 📚 שומר הברית 📚 תיקון שובבי"ם &nbsp; אזוי אויך איז דא אויפן וועבסייט פילע נייע ספרים. צווישן זיי: 📖 ריינע אויגן ($2.99) &nbsp;📖 ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל ח"ב ($24.99) 📖 אוצר שלום בית ($2.99) 📖 אשר בנחל איינצעלנע בענדער טז, כ, כב, כג, כה, לד, לח, מג, מד, מז, מח, מט, נב ($8.99) 📖 ליקוטי תפלות לילידים - מיט הערליכע בילדער ($22.99) 📖 כך שמעתי מפיו - סיפורים ומאמרים ששמע מוהרא"ש מרבי לוי יצחק בענדער ($9.99) און נאך פילע ספרים 🛒 א לינק צו אלעס אויפן וועבסייט, לויטן סדר ווי עס איז אריינגעקומען: all-items-sorted-by-created ווי איר קענט נוצן די פילטערס (אויף די לינקע זייט), אויסצוזוכן די חפצים, לויט אייער באגער. &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים 📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער

    < זעה מער ג שבט תשפ"ב 📝
  • מ'גרייט זיך שוין אויף ראש השנה תשפ"ג

    ביי ברסלב'ע חסידים דריידט זיך די גאנצע יאר ארום ראש השנה, דאס איז געווען די גרעסטע זאך ביים רבי'ן, ווי ער האט אויסגעדרוקט, "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". דער רבי האט אמאל געזאגט, "גלייך נאך ראש השנה, בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות". די וואך ביי די דרשות האט דער ראש ישיבה שליט"א מחזק געווען אז ס'איז צייט אנצוהויבן טראכטן פון אומאן ראש השנה, זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז אנשי שלומינו פלעגן האבן א פושקע ביי זיך אינדערהיים, מ'האט אויפגעשריבן דערויף "קודש קדשים" און דאס האט מען באשטימט פאר אומאן, אין לויף פונעם גאנצן יאר האט מען יעדן טאג אריינגעווארפן עפעס געלט אין די פושקע, אז ווען ס'וועט קומען נענטער צו ראש השנה זאל מען האבן צו צאלן אויף די שפעזן. ▪️ תפלה - די ערשטע זאך דארף מען זיך צוגרייטן מיט תפלה. ברסלב'ע חסידים האבן אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו יעדע זאך, בפרט ווען מען וויל פארן צום הייליגן רבי'ן, איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, שוין פון אנהויב יאר הויבט מען אן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. ▪️ פאספארט - דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אזוי ווי די פאספארט אפיסעס זענען געווען פארשפארט פאר א לענגערע צייט, און עס קען יעצט נעמען לאנגע חדשים צו באקומען א נייע פאספארט, זאל מען נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין זיכער מאכן אז די פאספארטן - פון זיך און פון די קינדער - וועלן נאך זיין גילטיג אויף ביז נאך ראש השנה הבעל"ט. אויב נישט זאל מען שוין יעצט זיך אפגעבן דערמיט, עס באנייען אדער מאכן נייע, אז דאס זאל נישט זיין קיין אפהאלט אויף די נסיעה. ▪️ בעטן - דאס יאר ווערט בעזהשי"ת צוגעלייגט נאך א שטאק פון בעטן אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן, אבער דער עקספיריענס ווייזט אז וויפיל בעטן מ'לייגט נאר צו, קומט עס קיינמאל נישט נאך דער גרויסער פארלאנג, און ווי שוין געמאלדן האט מען שויןאנהויבן פון נעכטן ראש חודש שבט אנגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין פאר דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, און גאר אסאך האבן זיך שוין איינגעשריבן אין די צוויי טעג. אבער דאס וועט אנגיין אזוי נאר ביז ראש חודש ניסן. נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו טויזנט דאלער א בעט. ▪️ צימערן - אזוי ווי דער ציבור פארמערט זיך יעדעס יאר קע"ה, וועט מען מער נישט צוזאמשטעלן צימערן פאר'ן עולם, נאר יעדער צווישן זיך וועט זיך צוזאמשטעלן צימערן און עס איינמעלדן פאר די ממונים. אין יעדע צימער איז דא 8 בעטן, אנשי שלומינו וועלן זיך אפשמועסן צווישן זיך מיט וועמען זיי ווילן זיך צוזאמשטעלן אין איין צימער, און אויב די גאנצע צימער איז אויסגעצאלט, וועט מען דאס קענען אריינגעבן פאר'ן וועד הבנין, נאר ביז ראש חודש אדר ב'. דערנאך וועט מען גיין אין די רייע און צוזאמשטעלן צימערן לויט'ן סדר פון די מענטשן וואס דינגען בעטן. ▪️ עירליין טיקעטס - מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען דעם נייעם סערוויס וואס דער בארימטע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט איינגעפירט, אז מ'קען שוין יעצט אנהויבן אריינלייגן צוביסלעך געלט פאר אן עירליין טיקעט. 🛏️ צו דינגען א בעט רופט אין אמעריקע 347-452-1936, אין ארץ ישראל 0548456150. 🛫 פאר די סערוויס פון "פלען איט רייט" צו באצאלן צוביסלעך דעם טיקעט, רופט 845-678-3555 , עקסטענשאן 109. הזריז נשכר! 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים" פאר בלויז $1.49 💬 פילע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה שליט"א איבער "ראש השנה" 📰 ארבעט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן

    < זעה מער ב שבט תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש בני ברק

    אין די טעג קומט אן די פרישע נייעס בני ברק איבערן בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק. ווי שוין באריכטעט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חודש צוריק, מיטן ציל צו מחזק זיין אנשי שלומינו די מפיצים אין ארץ הקודש, ווי דער ראש ישיבה איז ארום געפארן און געגעבן שיעורים, און געפארן צו די מקומות הקדושים. איינע פון די גרויסע זאכן וואס דער ראש ישיבה האט געטון ביים נסיעה איז געווען דאס אראפשטעלן די גבאים און די סדר אין בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש, גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אויף גאר א שיינעם פארנעם. דער ראש ישיבה איז געווען זייער איבערגענומען פון דעם בית המדרש און פון אנשי שלומינו אין ירושלים, יעצט ווען דער ראש ישיבה איז דארט געווען האט ער זיך אומגעקוקט אויף די סדר, און איז געזיצן און איבערגעגאנגען מיט די גבאים אלע זייער שאלות און ספקות וויאזוי צו פירן דעם בית המדרש, וויאזוי צו היטן אויף די סדר, אין די זעלבע צייט וואס יעדע איד וואס דארף חיזוק זאל זיך טרעפן דארט דאס פלאץ. דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אינעם קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל", "איך האב געזאגט פאר די חברים, אז מוהרא"ש האט זייער געוואלט האבן א בית המדרש "היכל הקודש" אין ירושלים, יעצט איז מקוים געווארן מוהרא"ש'ס רצון". דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "טייערע ברודער, איך זאג דיר, אויב עס וועט דיר אויסקומען צו זיין אין ארץ ישראל - זאלסטו זיך אריבער כאפן אין די שול אין ירושלים, עס איז אזא באחנ'טער פלאץ, אזא נארמאלע געשמאקע ווינקל. די גבאים זענען מענטשן מיט שכל, עס איז מיר א וואונדער וויאזוי זיי האבן אזוי גוט דערשמעקט און דערטאפט אונזער זאך, זיי פירן דעם בית המדרש מיט חכמה, מען שפירט א געשמאקע לופט, אן אויר הזך והנח. אין שטאט בני ברק פלעגן זיך א שיינע חבורה אנשי שלומינו צוזאם קומען יעדן ליל שישי ווי מען האט גערעדט התחזקות, עס איז אבער נאך נישט געווען קיין "בית המדרש היכל הקודש" אין בני ברק" צו דאווענען און לערנען. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם קונטרס "אינמיטן די נסיעה האב איך באקומען גאר גוטע נייעס, אז די בני ברק'ער חבורה האט ארויסגענומען א שול. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן מיין שמחה, ווייל מוהרא"ש האט מיר געזאגט, כל זמן איר האט נישט קיין שול - האט איר גארנישט געטון פארן רבין". די בני ברק'ער ביהמ"ד היכל הקודש איז א גאר שיינער געשמאקער ווינקל, ווי מען דאווענט און מען לערנט און מען הערט די דיבורים און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט ממנה געווען ר' אבא חייא רייזמאן ני"ו אלץ די גבאי פון ביהמ"ד. 📰 נסיעה קיין ארץ ישראל ווינטער תשפ"ב באשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א 📸 בילדער פונעם נייעם בית המדרש

    < זעה מער א שבט תשפ"ב 📝
  • דער אויוון אין די נייע מוהדר'דיגע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ווערט שוין געבויעט

    נאכדעם וואס די בוי ארבעט אין די נייע מצה בעקעריי רוקט זיך גאר שטארק אין די לעצטערע וואכן, איז היינט אנגעקומען די פרייליכע נייעס, אז מען האלט שוין ב"ה דא אז מען שוין אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט פון בויען דעם מהודרדיגן ציגלנעם אויוון וואס מען וועט נוצן בעז"ה צו באקן די מצות אויפן הייליגן יום טוב פסח. ביז יעצט האט מען שוין געמאכט גאר אסאך פארשריט, מען האט שוין ארויסגעבויעט די צימערן, מען האט שוין געענדיגט פרעימען די אלע צוגעבויטע חלקים פונעם בנין, פילע פון די טירן זענען שוין אינסטאלירט געווארן, און ביי די איבעריגע טירן איז מען שוין גרייט צום אינסטולאציע. יעצט ווען מיר שרייבן די שורות זענען שוין אנגעקומען כמעט אלע בוי-מאטריאל וואס מען דארף נאך צו קענען ענדיגן די ארבעט. עס איז שוין אנגעקומען סיי די האלץ מיט וואס מען וועט בויען די ספעציעלע טישן פארן בעקעריי (עס ווערט געפלאנט בעז"ה פיר וועלגער טישן, און איין רעדלער טיש). אויך איז שוין אנגעקומען די פלייוואוד, שיטראק, סעמענט באורדס, פאר די ווענט, די טירן, האלץ, און אזוי אויך די ספעציעלע זאמד און ציגל פאר די אויוון זעלבסט. די בוי ארבעט ביים בעקעריי האלט שוין ברוך השם גאר ווייט. און מען האפט וואס שנעלער צו קענען באריכטן דא, אז דער גרויסער פראיעקט איז פארטיג, און דער גאר מהודר'דיגן מצה בעקערי, איז שוין אריין אין דינסט. דער מצה בעקעריי וועט זיין אונטער די השגחה און אויפזיכט פון הגאון דיין דקרית ברסלב שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן בעז"ה אז אלע הוראות און אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א ווערט אויסגעפאלגט און אפגעהיטן, און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף דינען דעם ציבור אנשי שלומינו, וואס וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע מצה מיכלא דמהימנותא. אנשי שלומינו פלעגן כסדר הערן פון מוהרא"ש נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג א מענטש שפירט זיך נאך פרייליך מיט דעם אז "איך האב נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח", איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס. בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה". "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו) 📜 בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון מצה 🛒 אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" פון אייטעמס לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט 📚 ספרים אויף שובבי"ם כמעט אלעס פאר $1.49

    < זעה מער כט טבת תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין שטעטל מיט א אידישע חן

    דער ציבור אין קרית ברסלב וואקסט כסדר, און א שמחה אין שטעטל איז ב"ה שוין נישט קיין זעלטנהייט.&nbsp; פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען א "בר מצוה אין שטעטל" ווען הבחור בנימין זאב נ"י בן מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, איז אריין לעול התורה והמצוות. די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין שטעטל אויף האשקי, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט כסדר אויס אז אפילו אויב מען קען זיך ערלויבן זאל מען נישט אויסגעבן געלט פאר קיין נארישקייטן ביי די שמחות, נאר פראווען די שמחות אויף א פשוטע אופן, מיט א אידישע טעם און א אידישע חן, נישט ווי אנדערע וואס זאגן "דאס איז נאר איינמאל אין לעבן"... און מען גיבט אויס גרויסע געלטער - וואס מען האט אפילו נישט... אין היכל הקודש האט מען גרויס רחמנות אויף די וואס בארגן געלט נאר כדי מען זאל אים זאגן "וואוא, אזזזזא ששיינע סימכע!" בשעת ווען אונטער זיין רוקן קייען זיינע "גוטע חברים" די "בשר" וואס ער האט צוגעשטעלט פאר זיי ביים מעכטיגן "סימכע", און קאכן "אויף וועמענ'ס חשבון פאטשקעט ער דא!? פארוואס באצאלט ער נישט זיינע חובות?!"... דער אייבערשטער זאל העלפן דער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און א גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין. איך האט געגליסט צו האבן א זון וואס וועט יעדן טאג גיין אין שול מיט טלית ותפילין (דברי רבינו) 🎞️ דער שיינער בר מצוה 📰 בית המדרש "אשר בנחל" צוריק אין דינסט נאך רענאוואציעס 📰 איבער 30 אומזיסטע חתונות אין בית המדרש 📚 קונטרס "א שיינע חתונה" פאר בלויז $1.49 📚 קוטרנס "האב רחמנות אויף דיין קינד פאר בלויז $1.49 &nbsp;

    < זעה מער כו טבת תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה נעמט זיך אונטער מזכיר זיין ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל

    אין א פרישע באגריסנדע שריט פונעם "קרן הדפסה", האבן די עסקנים אינעם הדפסה אונטערגענומען א נייע אונטערנעמונג. דהיינו א שליח מיוחד פונעם קרן הדפסה, וועט ספעציעל אראפגיין און מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש און פועל'ן ישועות פאר אלע וואס וועלן מנדב זיין פון $100 א חודש און העכער. דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, איז שוין היינט גוט באקאנט אלץ א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות, וואו טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן, און מען גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ און מען גייט אהיים מיט פילע זעק פון ישועות. ווי די עסקנים אינעם קרן הדפסה געבן איבער, טוען זיי דאס אלץ הכרת הטוב, זעענדיג ווי אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די הייליגע ארבעט און דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. דער קרן הדפסה האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם גרויסארטיגן פראיעקט פון שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען אפקויפן א נייעם בנין פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט פונעם קרן הדפסה, אזוי אויך ווער עס וויל זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל, זאל רופן צום קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103, וואַטסעפּ איז 1-518-966-2370 אדער אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. א גרויסע טייל זכותים אינעם בנין איז שוין אויספארקויפט געווארן, עס איז נאך דא עטליכע שיינע זכותים פארבליבן, וכל הקודם זכה. פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין קויפן דעם בנין ווי מען גייט דרוקן מיליאנען הייליגע ספרים, וואס וועלן בעז"ה נענטער ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו 📰 קרן הדפסה שטעלט ארויס צענדליגע פרישע ספרים זיך צו דערקוויקן די נשמה 📰 המזכים קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה &nbsp; 🖱️ אנליין פלאטפארמע צו מנדב זיין פארן קרן הדפסה &nbsp;

    < זעה מער כה טבת תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 991 to 1005 of 1674 results

1 2 ... 64 65 66 67 68 69 70 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com