Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט אויף "טשערידי דאט קאם"

    די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און לעבן פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם געוואלדיגן געלעגענהייט צו קענען העלפן די הייליגע מוסדות, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך. די מוסדות הקדושים זענען זיך געלויבט דעם אייבערשטן זייער שטארק צואוואקסן קע"ה, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פרישע בנין פאר די מוסדות. די איציטיגע בנינים זענען שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן זייער פלאץ. די מיידלעך זענען דערווייל פלאצירט אין א צייטווייליגע פלאץ, און די הנהלה איז יעצט געצווינגען צו קויפן א פרישע געביידע פאר די מוסדות, וואס דאס וועט אריינציען אין געוואלדיגע גרויסע הוצאות. דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן א מיליאן דאלער אין זעכציג שעה. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען מצליח זיין. די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען צו שאפן פון זייערע קרובים און באקאנטע, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, ווערן געבעטן צו אויספילן דעם גוגל פארם אדער קען מען רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-635-2108, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון. בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפנען און אנרופן נדבנים זאלן רופן אויף 718-635-2108. דער קאמפיין וועט אי"ה לויפן דינסטאג, מיטוואך, און דאנערשטאג בהעלותך הבעל"ט. בריוו: דער ראש ישיבה בעט יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין

    < זעה מער י סיון תשע"ט 📝
  • אויסטערלישע שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון עב"ג די טאכטער פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אין בית המדרש

    נעכטן (דינסטאג) איז ברוך ה' פארגעקומען די זיבעטע פרייליכע חתונה אין בית המדרש, און אזוי ווי אלעמאל האט עס נישט געקאסט קיין פרוטה פאר די מחותנים, דער בית המדרש איז געווען צוגעשטעלט אומזיסט, די מוזיק איז געווען א טעיפ פון א חתונה, די פרויען פון אנ"ש האבן צוגעשטעלט דאס עסן, און עס האט ברוך ה' גארנישט געפעלט פון די חתונה, עס האט געהאט אן אמת'ע אידישע טעם. עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה, דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב עצי תמרים קרית יואל. סיי די חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב, און ווייסן אז "חתונה" הייבט זיך אן א טאג נאך שבע ברכות, און האבן קוים געקענט ווארטן אויפצושטעלן צוזאמען זייער נייעם שטוב על דרך ישראל סבא, און עס האט זיי בכלל נישט געצויגן צו פארשווענדן אידיש געלט אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט, ווי אויף רייכע מתנות, טייערע מעבל, עכטע שטיינער אין די צירינג, אן עלעגאנטער זאל, קעיטערער, מוזיק, בדחן, א.א.וו. פאר זיי איז געווען מער ווי גענוג דאס אליינס אז דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך, און גייען ב"ה אויפשטעלן זייער אייגענער שטוב. און פאר די חתונה? וואס איז שלעכט מיט פשוטע מתנות, א פוירנישד דירה, עכטע צירונג מיט פאלשע שטיינער, א חתונה אין בית המדרש, אביסל חלה און קוגל צום סעודה, און "יעמוד יעמוד" פאר מצוה טאנץ. תנאים און קבלת פנים אום 5:00 זענען די מחותנים און חתן כלה אנגעקומען צום קבלת פנים, וואו מען האט שוין אויך פארגעליינט דעם תנאים. הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, זיידע פון די כלה, איז מכובד געווארן מיט ליינען דעם תנאים. חופה אום 6:00 איז מען געגאנגען צו די חופה, עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים חופה, מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, און ווער עס האט געקוקט האט געקענט זען ווי יעדנ'ס ליפן האבן זיך געשאקלט, ווען דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אויסצובעטן אלעס גוטס. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פונעם חתן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א זיידעס פון די כלה זענען מכובד געווארן מיט א ברכה, הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מווייטצען זצ"ל זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט א ברכה. נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, דאנקענדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים. סעודה דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, עס האט אונטערגעשפילט שיינע רואיגע חסידישע ניגונים, אן אפגעכאפטע טעיפ פון א "געהעריגע" חתונה, מיט א שיינע כאאר. פאר די נאנטע משפחה איז געווען צוגעגרייט חלה, פיש, סאלאטן, קוגל, און טשאלענט, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען און געגעסן צו דער זעט. שמחת חתן וכלה אום 7:15 איז די חתן אריינגעקומען אין זאל, וינועו אמות הסיפים, עס האט געקנאקט דער טעיפ "עוד ישמע בערי יהודה", פונקט אדער נאך שענער ווי עס וואלט געווען "לייוו מוזיק". דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין רינגען, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט, די פנימ'ער פון די באטייליגטע האבן געשטראלט פאר שמחה, און די געפילן פון שמחה האבן זיך איבערגעגאסן אין אלע ביינער אז מען האט געשפרינגען אין די לופטן. דער ריזיגער פילקעפיגער עולם וואס איז געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט האבן געהאלטן אין איין שטראמען צום בית המדרש וואס איז געווארן פולער און פולער, די טענץ האבן אנגעהאלט פאר אומגעפער צוויי שעה, זיך מיטצופרייען מיט'ן חתן און מיט'ן מחותן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צענדליגער טויזטער אידן איבער די גאנצע וועלט דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט די שיעורים בריוון א.א.וו. און ווערן אויפגעלעבט און באקומען א פרישע חיות צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי אויך מיטן מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס איז גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל, וואס איז פקיע שמיה אינעם גאנצן אומגעגענט אז ווער עס דארף נאר התחזקות אדער אן אויער קען אייביג אריינקומען אינעם ביהמ"ד אויף 6 פרעמישלאן גאס, און ארויסגיין אנגעפילט מיט א נייע מוט און פרישקייט. פילע רבנים און דיינים האבן זיך באטייליגט אין די שמחה, צווישן זיי הרה"ג רבי געצל בערקאוויטש שליט"א, דומ&rdquo;ץ קרית יואל; הרה"ג רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ווימ"ס;&nbsp; הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ב"פ; הרה"ג רבי יוסף טייטלבוים שליט"א, אב"ד נעפלימיץ; הרה"ג רבי יחזקאל טייטלבוים שליט"א, דומ&rdquo;ץ סאטמאר ווימ"ס; הרה"ג רבי דוד דוב מייזליש שליט"א, אב"ד ווייטצן; און נאך פילע. די מקורבים פונעם עלטער זיידע הגאון הגדול דער קארלסבורגער רב שליט"א האבן געזאגט אז מען האט שוין נישט געזען אזא שמחה אויסגעגאסן אויף פנים פונעם זיידן דער גרויסער גאון פאר גאר א לאנגע צייט, אזוי אויך האט דער קארלסבורגער רב שליט"א צוגערופן אינמיטן די חתונה זיין אייניקל דער מחותן דער ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט מיט א געוואלדיגע קורת רוח, "עס איז דא דא א שטארקע ריח פון קדושה". ברכת המזון און מצוה טאנץ אום 9:35 איז מען געגאנגען בענטשן. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון. די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט'ן באקאנטן קורצן "יעמוד יעמוד" נוסח, וואס איז שוין היינט באקאנט. אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט אז זיי דארפן נישט אויסווארטן די לאנגווייליגע הספדים צערעמאניעס וואס קומט בכלל נישט אריין דא ביים חתונה אדער מצוה טאנץ. מען האט אריינגעברענגט די ספעציעלע מחיצות צום מצוה טאנץ כנהוג בחצר קארלסבורג. צום ערשט האט דער מחותן דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א צום מצוה טאנץ, וואס האט כמנהגו בקודש געטיילט דער מאכל "קינדל" פאר'ן גיין טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין טאטן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א. דערנאך האט דער שמש הר"ר העניך אינדיג שליט"א אויסגערופן די זיידעס פון די כלה הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און הר"ר יושע שמאיע שליט"א צום טאנצן. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. דערנאך האט דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א אויסגערופן זיין זון דער ראש ישיבה שליט"א צו מצוה טאנץ. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגערופן זיין מחותן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער טאטע פון די כלה צו מצוה טאנץ. דערנאך האבן די חתן כלה געטאנצן מצוה טאנץ. נאך די חתונה האט מען געזונגען די ניגונים "אין כאלוקינו" און "לקח און ברוינפן" כמנהג ווייטצען. אויף 10:50 איז די גאנצע חתונה געווען פארטיג, און אויף 11:00 איז דער גאנצער בית המדרש שוין אויפגערוימט און גרייט פאר'ן מארגענדיגען טאג פאר די בחורים צו קומען לערנען. זאל דער אייבערשטער העלפן אז די מחותנים זאלן זען נאר שמחה און אידיש נחת ווייטער, און די פאר פאלק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א הערליכע אידישע שטוב לתפארת אבותינו ורבותינו, און פון זיי זאל ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים &nbsp; בילדער: תנאים און קבלת פנים בילדער: די פרייליכע חתונה קליפ: די פייערדיגע טענץ ביים חתונה קליפ: דער ראש ישיבה רופט אויס זיין זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א צו מצוה טאנץ / די מצוה טאנץ פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א קליפ: הגה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א רופט אויס זיין זון דער ראש ישיבה ה צו מצוה טאנץ ארטיקל: מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און גנב'ענען!

    < זעה מער ט סיון תשע"ט 📝
  • שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה

    א שיינער שבת באווארפן נאכגעפאלגט מיט א דערהויבענעם יום טוב איז געפארוועט געווארן אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג במחיצתו פונעם ראש ישיבה שליט"א - לעצטע הכנות צום חתונה היינט אין בית המדרש שבת קודש אינדערפרי לכבוד די שמחת עלי' לתורה, זענען די צוויי זיידעס פונעם חתן הרה"צ דער רב הצעיר פון קארלסבורג שליט"א (וואס איז געקומען צו גיין א וועג פון צוויי שעה פון זיין הויז אין בארא פארק) און הרה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מווייטצען זצ"ל, ארויפגעקומען צו שחרית. הרה"צ רב הצעיר קארלסבורג שליט"א איז מכובד געווארן מיט שחרית. דערנאך ביי קריאת התורה, ווען דער חתן האט עולה געווען לתורה, האט מען אים באווארפן פון ווייבער שול מיט פשוטע צוקערלעך. א גרויסער עולם איז געקומען צום קידוש אנווינטשן דעם חתן און מחותנים און זיידעס. * שבועות ביינאכט, אום 2:00 איז מען זיך צוזאם געקומען, און מען האט געזאגט צוזאמען דעם תיקון מיט א געשמאק, און דערביי געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. שפעטער איז מען זיך צוריק געקומען שחרית. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און דער בעל קורא האט געליינט אקדמות. נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אסאך מענטשן טראכטן "שבועות איז נישט פאר מיר, שבועות איז נאר פאר הימל מענטשן, זיי זענען מקבל די תורה, איך בין צו א פשוטער מענטש" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער אמת איז פונקט פארקערט, דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, זיי האבן נישט קיין נסיונות. דער אייבישטער דארף דיר פשוטער מענטש. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם אז צוויי היימישע אידן זענען ל"ע פלוצלינג אוועק דעם שב"ק, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען דארף נישט יעצט אנהייבן לעבן אין א פאניק, נאר פארקערט: קומסט אהיים, דו לעבסט דיין ווייב לעבט די קינדער לעבן? דאנק דעם אייבערשטן. ביידע טעג יום טוב איז געווען מילכיגע קידוש אין שול. אזוי אויך האט דער ראש פארגעלערענט יעדן טאג דעם דף בבלי און ירושלמי. פארן דאווענען ביידע טעג, א האלבע שעה, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיינע שיעור אין פעולת הצדיק, אזוי ווי יעדע שבת. שבועות האט מען גערעדט איבערן ענין פון "פאטשן ביים דאווענען", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז פאטשן קען מען נאר שטילערהייט פאר דיר, און מען טאר איבערדרייען דעם שול מיטן פאטשן און שרייען קולות "אוי" וכו' אז יעדער זאל קוקן אויף דיר. אויך האט מען ארומגערעדט איבער די שוועריקייטן וואס דער הייליגער רבי נתן האט געהאט אנפאנג פון זיין התקרבות. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיחת הרן סימן ע"ו, פון אינעווייניג ווי דער הייליגער רב שרייבט אז מ'זאל נישט נעמען צום הארצן אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל זאגן הייסט געלערענט, און וואס לערנסט ביים לעבן און דו פארשטייסט עס נישט, וועט מען דיר אויסלערנען נאך די הונדערט און צוואנציג אויף יענע וועלט. * יעצט דינסטאג אסרו חג מיטאג, בעת מען שרייבט די שורות, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום חתונה פון החתן שלמה דער עלסטער זון פון ראש ישיבה, וואס קומט פאר בעז"ה היינט נאכט אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.

    < זעה מער ח סיון תשע"ט 📝
  • שיינע שיעור לילי שישי הכנה לחג השבועות

    יעדע וואך דאנערשטאג נאכט-ליל שישי אום 9:00 קומט דער ראש ישיבה און גיבט א שיעור ספעציעל פאר אינגעלייט, ווי די תלמידים קומען צו גיין פון נאנט און ווייט צו הערן דברי חיזוק עצות והדרכה פונעם ראש ישיבה אויפן וועג פון הייליגן רבין, ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. די וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דער הייליגער פרייליכער יום טוב שבועות הממשמש ובא, און די חיזוק פאר אונז וואס מיר דארפן ארויסנעמען. שבועות - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז א מנהג צו עסן מילכיגס. מילך איז די שפייז פון ניי געבוירענע קינדער, דאס קומט אונז צו ווייזן אז מיר דארפן זיך באנייען און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן ווי א ניי געבוירן קינד וואס האט נישט קיין עבר. אזוי אויך עסט מען מאכלים פון קעז. וויאזוי מאכט מען קעז? פון פארדארבענע מילך. דאס קומט אונז ווייזן אז אפילו דו ביסט חס ושלום אראפ געפאלן, דו פילסט זיך פארדארבן, דו שמעקסט נישט גוט, דארפסטו וויסן אז אויב דו קומסט צוריק צום אייבערשטן, קען פון דיר ארויסקומען זייער שיינע זאכן, דו קענסט נאך האבן א שיינע לעבן. דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט פונעם תיקון ליל שבועות. דער עיקר תיקון - האט דער ראש ישיבה געזעגט - איז די ערשטע און די לעצטע פסוק פון יעדע סדרה, ווייל אז מ'לייגט שוין צו, פארוואס זאל מען נישט צולייגן גאנץ שיר השירים, מגילת רות, די עשרת הדברות, און אזוי ווייטער? צולייגן האט נישט קיין שיעור, און דערנאך מיינען מענטשן אז דער תיקון איז א גאנצער דיקער ספר, און ווערן אנטמוטיגט פון אפילו נאר אנהייבן. און דאס איז א גרויסע שאד, ווייל עס שטייט אז דאס אויפזיין און דאס זאגן דעם תיקון, און דערנאך גיין אין מקוה פארן עלות ברענגט מורא'דיגע תיקונים פארן מענטש, ער קומט צו צו שער החמישים, און איז א שאד צו דערלייגן די אלע גרויסע תיקונים. דערפאר איז גוט מ'זאל זאגן דער עיקר תיקון, ווי דער בית הדפוס האט אזוי שוין געדרוקט דער "תיקון ליל שבועות", און עס זאגן מיט א שמחה. דערנאך איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות, צו וויסן וואס מיר גייען מארגן מקבל זיין ביי קבלת התורה. וואס מיינט אז "מ'באקומט א תיקון"? וואס מיינט "שער הנ'" א.א.וו. דארף מען וויסן אז מען דארף נישט וויסן, מיין פליכט איז בלויז פאלגן וואס די תורה און די צדיקים זאגן אונז. די אלע גרויסע תיקונים ווערן ממילא, צי איך פארשטיי יא, צי איך פארשטיי נישט. דא &nbsp;אין ישיבה זאגט מען דעם תיקון ליל שבועות איאיינעם מיט א געשמאק, און אינצווישן יעדע לימוד זינגט מען שיינע ניגונים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ביי די חתונה פון זיין זון קומענדיגע וואך אסרו חג שבועת קען יעדער קומען זען וויאזוי א פרייליכע חתונה אן חובות זעט אויס, די חתונה קאסט ווייניגער ווי די א בר מצוה (וויל א בר מצוה קאסט לכל הפחות צוויי פאר תפילין, ווי דער רבי האט געבעטן מ'זאל לייגן רש"י און ר"ת פון די בר מצוה, און פאר תפילין לוינט זיך צו אינוועסטן אויף די הידורים). ארכיוו בילדער פון איינער פון די ליל שישי שיעורים

    < זעה מער ד סיון תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה אין בית המדרש

    דעם קומענדיגן דינסטאג, אסרו חג שבועות, וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון בנו בכורו פונעם ראש ישיבה שליט"א, החתן שלמה ני"ו, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א. די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, און אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין בית המדרש, וועט אויך די חתונה נאכט זיין אויפ'ן ביליגסטן פארנעם, אן דעם וואס עס זאל קאסטן א פרוטה פאר די מחותנים. צוביסלעך ווערט עס מער און מער א פאקט, אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגע געוויסן, אן דעם וואס ס'זאל דרוקן ביים הארץ, און די מחותנים קענען אהיימגיין נאך די חתונה מיט א שמחה און פרייד אז מ'האט זוכה געווען חתונה צו מאכן די קינדער, אן דארפן אהיימשלעפן א זאק חובות אויף די איינגעבויגענע פלייצעס. פאר די לעבן פונעם פרישן פאר-פאלק וועט גארנישט צוהעלפן די טייערע איבריגע צוגעהערן וואס מ'געבט אויס לרחצה פון אלע זייטן, בלויז ווייל "יעדער" טוט אזוי, און די עלטערן מוזן זיך נעבעך ספראווען מיט די געלט וואס זיי האבן געבארגט/געשנארט/גע'גנב'ט בלויז זיך צו קענען אהערשטלן כאילו זיי זענען גבירישע מחותנים. ווער ס'האט שוין מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן א חתונה אין בית המדרש, ווייסט אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונה (ששש... זאגט נישט אויס פאר קיינעם, אבער עס פעלט ליידער יא עפעס וואס עס איז דא לרחצה ביי אנדערע חתונות: "חובות"...), די שמחה און פרייד ביי יעדע חתונה באזונדער איז ב"ה אויפ'ן העכסטן פארנעם. יעדער איז פרייליך, יעדער איז צופרידן, סיי די מחותנים, סיי חתן כלה, סיי די געסט, גארנישט ווייניגער ווי ביי סיי וועלכע חתונה. צו וואס פעלט אויס צו ווארפן בלוטיגע געלט אין מיסט? פארשטייט זיך אז ווען די חתונה קומט פאר אין שול, פאר אומזיסט, זענען שוין אויך די איבריגע הוצאות החתונה אויפ'ן מינימאלסטן אופן. און אזוי קומט אויס אז די מחותנים דארפן זיך נישט אנבארגן קיין געלט צו חתונה מאכן די קינדער, נאר קען שעפן נחת פון די פרישע פאר פאלק מיט א רואיג און פרייליך געמיט. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער געזונטערהייט. &nbsp; שמח תשמח רעים האהובים!

    < זעה מער ג סיון תשע"ט 📝
  • די דריי שולן פון היכל הקודש אין קרית יואל וועלן בעז"ה זיין אפן קומענדיגן יום טוב הבעל"ט

    קרית יואל. &ndash; &nbsp;אין א מודעה וואס קהילת היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל האט ארויסגעשטעלט ווערט געמאלדן אז אלע דריי בתי מדרשים פון היכל הקודש אין קרית יואל והגלילות וועלן בעזרת השם זיין אפן צום דינסט פונעם ציבור אנ"ש און געסט אויף אלע תפלות פון גאנץ יום טוב שבועות הבעל"ט בעז"ה. די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען באקאנט אין די גאנצע שטאט, פאר א פלאץ ווי יעדע איד קען אריינקומען פאר א געשמאקע שבת קודש דאווענען, בפרט איז באקאנט די חיזוק דיבורים וואס ווערט געהערט יעדע שב"ק ביי סיפורי מעשיות נאך שחרית און ביי שלש סעודות. ווי מ'זעט יעדע וואך פילע אידן פון די גאנצע שטאט און אזוי אויך שכנים, אדער געסט קומען אלץ כסדר, וויסענדיג אז דא איז די פלאץ ווי מען וועט בעז"ה הערן חיזוק עצות און הדרכה אויף צו קענען אנגיין ווייטער בעז"ה, און זיך שטארקן אויף אלע שוועריקייט אין לעבן, און געדענקען אז ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן האט מען א זיסע לעבן. די סדר פון שב"ק וועט זיין ווי יעדע שבת קודש, אויסער אז שלש סעודות וועט מען נישט עסן אין ביהמ"ד, און מען פירט זיך צו צוטיילן די סעודה פון שב"ק בייטאג. צו מנחה שב"ק נאכמיטאג וועט מען אי"ה קומען אום 9:00, און דערנאך מעריב. די בתי מדרשים וועלן בעז"ה זיין אפן צו זאגן "תיקון ליל שבועות" א גאנצע נאכט. דער ערשטער טאג שבועות וועט מען בעז"ה דאווענען כותיקין אום 4:25, און אין ביהמ"ד אויף העיס קאורט וועט מען היי יאר נישט דאווענען ותיקין נאר מען וועט דאווענען אי"ה 10:30, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטעלט א מילכיגע קידוש. מנחה דער ערשטער טאג יו"ט וועט בעז"ה זיין אום 8:45. שחרית דער צווייטער טאג וועט זיין אום 10:00. דער צווייטער טאג יום טוב נאכמיטאג וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען אום 8:30 צו מנחה און נעילת החג. ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד.

    < זעה מער ב סיון תשע"ט 📝
  • עצתו אמונה צו באקומען אויף די פּאסט

    די שאלות ותשובות "עצתו אמונה" זענען שוין ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור איבער דער גארער וועלט. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבעראל צו ענטפערן יעדן מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" - פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינעם וואס פון איין זייט וועט ער קענען פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, צו וויסן די אמת'ע רעאליטעט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון דעם כבוד און געלט א.ד.ג., און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, נישט זאגן "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. דער וועבסייט ווערט כסדר אפדעיטעד מיט די פילע שאלות ותשובות, וואס ווערן שפעטער געדרוקט אין א קונטרס אין וואס עס איז צוזאמגענומען אלע בריוו פון די וואך, סיי די טעגליכע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט יעדן טאג פאר אלע תלמידים און אנ"ש, סיי בריוו געשריבן פאר יחידים, און בעיקר די שאלות ותשובות, וואו עס ווערט געענטפערט אלע אקטועלע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן אין פארשידענע מצבים, און דאס ווערט געענטפערט מיט א קלארע דעת תורה און פראקטישן בליק, לויט'ן רבינ'ס עצות ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. דער וועכענטליכער קונטרס ווערט צעשפרייט דורך די מפיצים, און ווערט צוכאפט דורך אידן בכל מקומות מושבותיהם, וואס זענען זיך מחיה מיט די קלארע געשמאקע עצות אויף יעדן מצב. אויך איז דער קונטרס דא צו באקומען יעדן סוף וואך אין ישיבה, און ווי אויך ווערט עס ארויסגעשיקט אויף בליץ פאסט אויפ'ן פארלאנג. לעצטנס איז געווארן א גרויסע פארלאנג פון אידן אז זיי ווילן עס קענען באקומען אין א געדרוקטן פארמאט אויף די פאסט, דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז עס וועט אי"ה זיין צו באקומען פון היינט און ווייטער אויך אויף די פאסט. צו באקומען קען מען זיך פארבינדען אויפ'ן נומער 845-200-1732. עצתו אמונה פעולתו אמת! &nbsp;

    < זעה מער א סיון תשע"ט 📝
  • קורצע שיינע תיקון ליל שבועות ווידער איבערגעדרוקט

    צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען די וואך האט דער בית הדפוס פריש איבערגעדרוקט דעם &ldquo;תיקון ליל שבועות&rdquo;, וואס איז ארויסגעקומען זייער שיין און קלאר. אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא&rdquo;ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה שטעלט זיך ארויס מען אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי&rdquo;ג מצות, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות" אויף דעם וועג, האט מוהרא&rdquo;ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש, און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. אין קרית יואל און בארא פארק ביי פארקאש טלתים. כי הם חיינו ואורך ימינו! פאלגענד איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע צו איינער וואס האט אנגעפרעגט וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות (איבערגעזעצט אויף אידיש) &nbsp; בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. און אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל, און פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער הנ', און מען דאווענט וותיקון, און דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פון דאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים

    < זעה מער כט אייר תשע"ט 📝
  • שיינע שבת מברכים סיון מיטן ראש ישיבה אין שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו

    פארגאנגענעם שבת קודש פרשת בחוקותי שבת מברכים סיון, איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעקומען צו מחזק זיין דעם שיינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב, וואס איז געגרינדעט געווארן גענוי צוויי יאר צוריק א שבת בעפאר שבועות תשע"ז, אינעם נייעם בליענדן שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו אין שכנות פון קרית יואל. שבת קודש אינדערפרי נאך מוסף און תיקון הכללי איז געווען א שיינע קידוש נאכן דאווענען. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט סיפורי מעשיות, און האט געזאגט אז דער רבי האט געזאגט "איך זע אז תורה'ס העלפט שוין נישט וועל איך אנהייבן צו פארציילן מעשיות", און אין די מעשיות האט דער רבי אריינגעפלאכטן מוסר עצות און הדרכה צו נוצן טעגליך אין לעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז רבי עקיבא האט געזאגט "איך וואונדער זיך צו מ'קען נאך היינט זאגן מוסר", האט דער ראש ישיבה ערקלערט, אז דער רבי האט געזאגט אז "מ'דארף וויסן וויאזוי צו זאגן מוסר. נישט יעדער איז ראוי צו זאגן מוסר, דער וואס ווייסט נישט ווי צו זאגן מוסר, קען נאך חלילה ערגער מאכן", און ווי רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "פאר יעדע לעפל מוסר, דארף מען א גאנץ שיסל התחזקות". דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער סדר דרך הלימוד. און ארויסגעברענגט אז מ'האט יעצט געזאגט "חזק חזק", די אלע וואס האבן געפאלגט מוהרא"ש און מעביר סדרה געווען ווי די הלכה אין שו"ע יעדע וואך אנגעהויבן פון זונטאג, איז א גרויס שמחה ביי זיי היינט אז מ'האט זוכה געווען נאכאמאל צו ענדיגן גאנץ ספר ויקרא. אבער פארקערט ווער עס וויל נאר שלימות, און ווארט ביז פרייטאג צו מעביר סדרה זיין נאכן דאווענען מיט תפילין וכו' וכו', איז ער יעצט נעבן א "חוזק חוזק". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט מעורר זיין אז יעצט אין די זומערדיגע לאנגע שבת נאכמיטאגס, בלייבט נאך איבער גענוג צייט נאכן סעודה, שלאפן און פארברענגען מיט די משפחה, אריינצואכפן אויך עפעס צו לערנען ביז מנחה. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון תפלה - רעדן צום אייבערשטן, בפרט אז מ'געפינט זיך דא אינדרויסן פון שטאט, ווי מ'קען לעבן און אטעמען מיטן אייבערשטן, דא איז מען ארומגענומען מיט גראז און ביימער. דער ראש ישיבה פארציילט אז אמאל איז דער רבי געפארן מיט א בעל עגלה, און עס איז געווארן א טרעפיק, איז דער בעל עגלה אריינגעפארן אין וואלד און געזאגט פאר רבין "איך פאר אראפ פון די געהעריגע וועג, איך לאז אויס דעם טרעפיק, אבער דארנאך קום איך צוריק צום אלטן וועג", האט דער רבי זיך צעפייערט און געזאגט פאר די ארומיגע "איך טו דאך אויך די זעלבע זאך, עס זעט אויס ווי איך האב גענומען א נייע וועג, אבער באמת איז דאס גאר אן אלטן וועג, דער וועג פון אונזערע אבות אברהם יצחק און יעקב", און האט ארויסגעברענגט אז רעדן צום אייבעשטן איז נישט קיין "ברסלבע זאך", צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אין סאטמאר האט מען זייער אסאך גערעדט אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, כאטש עס איז קלאר אז דאס איז דער אמת, מיט דעם אלעם, ווען איינער רעדט פון דעם אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, זאגן אים מענטשן "ביסט א סאטמארער", די זעלבע זאך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז מיטן רעדן צום אייבערשטן, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דעם, נאר ווייל אין ברסלב האט מען זייער אסאך גערעדט פון דעם, ווייל דאס איז געווען אן עיקר ביים רבין, מיינט מען אז עס א "ברסלבע זאך". עס מאכט זיך ליידער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מ'מאכט חתונה א קינד, און געענדיגט, מ'הערט מער נישט פון אים, די עלטערן קענען קוים ווארטן צו הערן א ווארט, א קאל, און פלוצלינג דער טעלעפאן קלינגט, דער קינד זיך דערמאנט אז ער האט א טאטע, וואס פארא שמחה איז דאס פארן טאטן! די זעלבע זאך פי כמה וכמה, באין שיעור וערך, דער אייבישטער ווארט אז מיר זיינע קינדער זאלן טראכטן פון אים און רעדן צו אים, וואס פארא שמחה ווערט אין אלע וועלטן ווען א איד דערמאנט זיך פונעם אייבערשטן, און זאגט אפילו נאר איין ווארט צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז יעדע מענטש גייט דורך שוועריקייטן, און וויל זיך אויסצורעדן, אנשטאט זאלסט יעצט גיין צו א פסיכאלאג, און צאלן שווערע געלטער, ענדערש גיי צום אייבערשטן און רעד זיך אויס צו אים. דער פסיכאלאג קען זיך אליינס אפילו נישט העלפן, אפילו ווען ער זאל וועלן, אבער דער אייבישטער ווארט פשוט אויף דיר זאלסט רעדן צו אים, און נאר פאר האט ער דיר געשיקט דיין ענגשאפט. קוק אין ביהמ"ד וועסטו זען, ווער נעמט ארויס א תהלים? נאר איינער וואס פעלט אים עפעס. דערנאך איז דער שמועס אריבער צו סדר דרך הילמוד. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויב דו האסט א חברותא מיט וועם דו לערנסט, געב עס נישט אויף, אבער מאך דיך א חשבון, וויפילט טעג א יאר האסטו נישט קיין חבורתא, צ.ב. שבת, ערב שבת, און אזוי ווייטער, צוזאמען קען עס אויסקומען א גוטע 100 ביז 150 טעג א יאר. מאך דיר א באזונדערע סדר - אויסער דיין חברותא - יעדן טאג צו "זאגן" א בלאט גמרא, און אפאר פרקים משניות, און אזוי ווייטער. נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דף בבלי און ירושלמי, און מיט דעם האט זיך דער שיינער געהויבענער שבת געשלאסן.

    < זעה מער כח אייר תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    צום דריטן וואך נאכאנאנד האבן מיר זוכה געווען מיטצוהאלטן א סיום הש"ס אין ישיבה. די וואך האבן די בחורים זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה פון ווען הבחור החשוב דוד ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס איז פארגעקומען א שיינע סעודה לכבודה של תורה, ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אזא יונגער בחור, קוים בר מצוה געהאט, וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און זוכה געווען צו א צלם אלקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'איז זוכה צו ענדיגן ש"ס באקומט א צלם אלקים, א ליכטיג פנים. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם הייליגן יום טוב שבועות וואס דערנענטערט זיך שוין, ווען מיר זענען זוכה צו מקבל זיין די הייליגע תורה, און יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אידן זענען דאך פאריאגט און פארפלאגט און נישט יעדער קומט אן צו לערנען, און נישט יעדער פארשטייט לערנען, און אזוי ווייטער איז דא פילע שטערונגען וואס מאכן אז מענטשן זאלן מיינען אז לימוד התורה איז נישט געמאכט געווארן פאר זיי; ווען מען פאלגט אבער דעם הייליגן רבי'ן, מ'נעמט דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, אז מ'קען זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו מ'פארשטייט וואס מ'זאגט, דעמאלט קען יעדער זוכה זיין צו לערנען תורה יעדן טאג, און מיט די צייט באקומט מען א געשמאק אין די הייליגע תורה, און צוביסלעך פארשטייט מען מער און מער וואס מ'לערנט. צום שלוס האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז יעדער זאל זיך אפלערנען פון דעם בחור, און אויך אנהויבן לערנען תורה יעדן טאג, וועט מען האבן א געשמאק און א סיפוק אין לעבן, און זוכה זיין צו אלעס גוטס. נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א שטארקע התעוררות און התחזקות, זיך מחזק צו זיין ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. פאלגענד איז לינקס פונעם שיינעם סיום קליפ - אוידיא - בילדער שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה אייר תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום פון חודש סיון

    אזוי ווי יעדן חודש, וועט מיטן אייבערשטנס הילף ווידער פארקומען די שיינע פרויען צוזאם קומען, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די חשובע פרויען שתחי' און זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, און וועלן זיך מחי' זיין מיט די שיינע ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט געלאזט רעקארדירן ספעציעל פאר די פרויען. &nbsp; פאלגענד זענען די צייטן און לאקאציעס: וויליאסמבורג: 27 סקילמאן סט. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט קרית יואל: 6 גארפיעלד רד. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט דזשערסי סיטי: 159 פולטאן סט. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט מאנסי: 32 דאלסאן רד. - אי"ה מאנטאג במדבר (יוני 3) אום 8:30 אוונעט קענווי איילענד (ענגלאנד): אפדיעט: 1 סאנינגדעיל - אי"ה דינסטאג במדבר (יוני 4) אום 8:30 אווענט ירושלים עיה"ק: רופט פאר אינפארמאציע 0583275645 - אי"ה זונטאג במדבר, כ"ח אייר אום 8:30 אוונעט

    < זעה מער כד אייר תשע"ט 📝
  • די צענדליגע טויזנטער חיזוק יומי געניסער וואונטשן א הארציגן מזל טוב צום חתונה פונעם עורך שרוליק סאמעט הי"ו

    יעצט ווען מען האלט אינמיטן די שבע ברכות טעג פון החתן ישראל סאמעט הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אין היכל הישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג. נעכטן מאנטאג אווענט האט דער זיידע פונעם חתן אפגעראכטן א שיינע שבע ברכות אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל, ווי עס האבן זיך באטייליגט א גרויסע ציבור סאטמארע חסידים קינדער און אייניקלעך פונעם עלטער פעטער פונעם חתן הרב שאול לייב זאלדאן שליט"א. ביי דעם געלגענהייט האט הרב יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו (פון די חשובע אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות אלס א קרוב משפחה) זיך אויפגעשטעלט און געגעבן א שיינע מתנה פאר חתן אין נאמען פון אלע וואס געניסן פון זיינע פילע פעולות פון הפצה, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און ארויסגעברענגט אז דער חתן איז אן אייניקל פונעם באוויסטן גבאי צדקה הרה"ח ר' יעקב וואלף זאלדאן זכרונו לברכה, וואס זיין בילד ליגט פאר די אויגן פון פילע, ווי ער פלעגט זיך ארומשלעפן זומער און ווינטער מיט די גרעסטע מסירות נפש האבנדיג א ווייעדיג פוס, צוזאמשטעלנדיג סכומים אדורים ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין זייערע שווערע מצבים. אין דעם דרך איז ממשיך זיין חשוב'ער אייניקל דער חתן וכו' צו מחי' אידן טויזנטער אידן מיט התחזקות. צום מתנה איז געווען צוגעלייגט א שיינע פאום געשריבן אויף לשון הקודש, וואס מיר וועלן דא צוברענגען (מיט א אידישע איבערזעצונג) בעזהשי"ת "מאנטאג בחוקותי תשע"ט א הארציגע ברכת מזל טוב צום טייערן חתן כמר ישראליק סאמעט ולזוגתו החשובה תחי'. וואונטשן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס באקומען חיזוק פון די "חיזוק יומי" אין עטליכע שפראכן, די "בליץ חיזוק" אין "סטאטוס", די "קארטלעך", און נאך און נאך. אזוי אויך די גאנצע שטאב פון "חיזוק יומי" און "טעגליכע בריוו", וואס וואונשטן אייך א ברכת מזל טוב פון טיפן הארץ, און פארשטייט זיך פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בעט פאר אייך יעדן טאג און שעצט זייער אייער טייערע און חשובע ארבעט, פון מחזק זיין צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. אין זכות פון די אלע הייליגע פעולות, זאלט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב ווי דאס שטרעבן פון אייערע עלטערן און רביס, און איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, און ווי דער ראש ישיבה'ס ברכה: "ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט". אמן ואמן." &nbsp; בילדער פונעם שיינעם שבע ברכות פאר משפחת זאלדאן החשובה אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל

    < זעה מער כג אייר תשע"ט 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו פון די לאנגיעריגע תלמדים פון מוהרא"ש זי"ע. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענער תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט האט דער חתן ני"ו געהאט די זכיה צו האבן געענדיגט ש"ס צו זיין בר מצוה, און האט אויסגענוצט זיינע בחורישע יארן מיטן לערנען פלייסיג און האט שוין ביז יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין 101 מאל משניות, 101 מאל מסכת תענית, אויסער זיינע פילע אנדערע שיעורים בכל מקצועות התורה. פארגאנגעם פסח העעל"ט ווען ער האט זיך באטייליגט ביים סדר פונעם ראש ישיבה האט דער ראש ישיבה אים צוגעזאגט אז ביז שבועות הבעל"ט וועט ער ווערן א חתן. אזוי אויך איז דער חתן געווען פאריגע וואך ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, וואס ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע צוגעזאגט אז ער וועט זיך משתדל זיין מיט אלע זיינע כחות צו טרעפן א שידוך פאר יעדע בחור אדער מיידל וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו. יעצט איז ער ב"ה א חתן געווארן למזט טוב, צו די חשובע טאכטער פון מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא בירושלים. זאל דער אייבישטער העלפן דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב. אמן עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה &nbsp; בילדער פון לחיים אין שטוב פונעם מחותן מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא בירושלים

    < זעה מער כב אייר תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    פארגאנגענעם מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב שלום יוסף ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. די פארגאנגענע וואך האבן מיר שוין געהאט א סיום הש"ס אין ישיבה, און די וואך איז געווען נאך איינס, און אין די קומענדיגן וואכן וועט אי"ה נאך עטליכע בחורים זוכה זיין מסיים צו זיין ש"ס. ביים סיום האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, דערנאך האט מען גערעדט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן טאטן פונ'ם בעל שמחה, מוה"ר נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו, וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און ארויסגעברענגט זיין פרייד אז זיין בחור איז זוכה צו לערנען אין אזא ישיבה וואו מ'לערנט אויס די עצות ווי אזוי אנצוקומען צו דעם צו קענען ענדיגן גאנץ ש"ס, מיט אלע איבריגע עצות פון הייליגן רבי'ן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. ער האט ארויסגעברענגט ווי יעדער דארף זיך אפלערנען פון אזא יונגער בחור וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אבער גלייכצייטיג נישט ווערן צעבראכן דערפון, צו טראכטן אז ער האלט שוין אזוי ווייט און איך נישט, נאר יעדער זאל זיך שטארקן אויף זיין אייגענע וועג צו לערנען אביסל תורה יעדן טאג. נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. אין שמחה כשמחת התורה! קליפ: דער שיינער סיום

    < זעה מער כא אייר תשע"ט 📝
  • זעקסטע פרייליכע "רייכע" חתונה אין ביהמ"ד, קאסט נישט קיין פרוטה פאר די מחותנים

    נעכטן אווענט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן ישראל סאמעט ני"ו עב"ג בת הרב דניאל בוים שליט"א. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען נישט זיך צו פרייען מיט'ן רייכן בענד, אדער מיט די טייערע סטעיק וכו' וכו' נאר זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה חתן וכלה, וואס האבן יעצט זוכה געווען אויפצושטעלן זייער נייער שטוב. די חתונה - אזוי ווי די פריערדיגע 5 חתונות אין ישיבה - איז פארגעקומען אויף די פשוטסטער אופן וואס שייך אבער די שמחה וואס איז געווען ביי די חתונה האט מען פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט געקענט קויפן, בשעת עס האט אין מציאות נישט געקאסט קיין איין צענט פאר די מחותנים. צוערשט איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים אין בית המדרש, ווי מען האט געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. די געהויבענע חופה איז פארגעקומען אין הויף פון בית המדרש, און בשעת די חופה האבן די בחורים אנגעגרייט די סעודת החתונה אין בית המדרש. נאך די חופה איז מען אריינגעקומען אין בית המדרש, ווי עס איז געווען אנגעגרייט בילקעלעך, פיש און דיפס, און אין די זייט איז געווען ווארימע עסן, וואס יעדער האט געקענט נעמען וויפיל ער האט געוואלט. די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה. ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען. די ריכטיגע שמחה האט זיך אנגעהויבן ווען דער חתן איז אריינגעקומען, וינעו אמות הסיפים, די טענץ און די שמחה איז געווען נישט אראפ צו שרייבן, און ווען איינער האט געזוכט די "7 מען בענד" וואס האט געשפילט אזוי שיין האט ער עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, ווייל די גאנצע מוזיק איז געווען נישט מער פון א פשוטער טעיפ פון א רעקארדיטער טייערער חתונה, וואס יענע ארימע מחותנים בעלי חובות האבן נעבעך אריינגעלייגט עטליכע טויזנט דאלער פאר די מוזיק, אבער האט דא משמח געווען ביי די רייכע חתונה אן קיין פרוטה אחת. די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט וואויל באקאנטער "יעמוד יעמוד" סיסטעם, וואס האט גענומען נישט מער פון א האלבע שעה, וואס די זיידעס, מחותנים, און חתן כלה האבן געטאנצט די ריקודין לפני הכלה. דערנאך איז יעדער אהיים פרייליכערהייט, און די זעלבע צייט זענען זיך חתן כלה, און די מחותנים אויך יעדער אהיים צו זיך מיט פרייליכע געמיטער און א גרינגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געבארגט אדער געשנארט פאר די פרייליכע חתונה קיין איין דאלער, און מ'איז נישט געווארן קיין בעל חוב צוליב חתונה מאכן. &nbsp; זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און כמותם ירבו בישראל, עס זאל צוריק קומען די ריכטיגע געשמאק ביי א אידישע שמחה, ווען מ'פרייט זיך אז מ'איז זוכה אז נאך א פארפאלק שטעלט אויף א ערליכע אידישע שטוב אזוי ווי דער אייבישטער וויל, און מ'זוכט נישט צו געפעלן פאר מענטשן נאר מ'טוט נאר וואס דער אייבישטער וויל, וואס דאס האט אלע חן אויף דער וועלט.

    < זעה מער יט אייר תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1411 to 1425 of 1672 results

1 2 ... 92 93 94 95 96 97 98 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com