Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • העפטיגע רענאוואציעס צו פארטאפלען ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן

    אין לאנדאן עיר הבירה גייט שוין אן פאר א לענגערע תקופה א בית המדרש היכל הקודש דער הערליכער ווינקל וואס ווי איז די "הצלה סטאנציע" פאר אלע תושבי סטעמפארד היל אין לאנדאן, ווען דער בית המדרש איז אלץ פול מיט אלע "פירסט עיד" געברויכן, עס זענען דא דארט די פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע מיט וואס זיך צו כאפן דאס אטעם, און אין פאל פון א דעפרעשאן אטאטקע ח"ו קען מען דארט באקומען א זאפארטיגע "חיזוק אינדזשעקשאן" פון די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מיט וואס די אידן אין לאנדאן זענען זיך מחיה.   דער בית המדרש געפונט זיך אין הארץ פון די אידישע געגענט אויף 23 A סעינט ענדרוס גראָוו, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם טעגליך און וועכענטליך. יעדן טאג אום 9:15 ווערט פארגעלערענט א געשמאקע גמרא שיעור דורך מו"ה ישראל העסקעל הי"ו, און יעדע וואך ליל שישי קומט פאר א ווארימע חבורה, ווי מען זינגט אינאיינעם ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און דערנאך הערט מען זיסע ווערטער פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו.   צוליב די ענגשאפט אין בית המדרש קען מען דערווייל נאכנישט דאווענען אלע דריי תפילות שבת קודש, דערווייל דאווענעט מען נאר פרייטאג צו נאכטס, און שבת נאכמיטאג קומט מען זיך צוזאם נאך מנחה צו א געשמאקע ווארימע שלש סעודות בשבת אחים, ווי מען זינגט צוזאמען זמירות פון שלש סעדות, און דערנאך הערט מען עטליכע געשמאקע דברי חיזוק געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו.   יעצט האבן די געטרייע גבאים באשלאסן אז איז בהכרח צו פארברייטערן דעם בית המדרש, און אזוי ארום וועט מען בעז"ה אויך קענען פארברייטערן די אקטיוויטעטן אין בית המדרש, מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט, און אויפגעבראכן דעם וואנט, און מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען פארגרעסערן דעם בית המדרש צו דאפלט די מאס פון ביז יעצט.   אזוי ווי די הוצאות פון רענאווירן דעם בית המדרש ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, איז יעצט דא די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם צו צוהעלפן אונזערע ברודער אין לאנדאן, און אפקויפן זכותים אינעם נייעם בית המדרש. ווער עס וויל האבן די זכיה קען רופן מו"ה שמחה בלאק הי"ו אויף 447388582855 +. און מיט דעם האבן א חלק אינעם הייליגן בית מקדש מעט אין שטאט לאנדאן.   ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם  

    < זעה מער כב שבט תשפ"ג 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין מוצש"ק תרומה הבעל"ט

    די געטרייע עסקים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק האבן די געטרייע עסקנים מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה מארקוס הי"ו אראפגענוןמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; זיי האבן געזאגט פארן ראש ישיבה אז זיי נעמען איבער דעם עול, און זינט דאן האבן זיי ברוך השם מצליח געווען אין מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלכע שטרענגען זיך אן יעדן חודש און באשטייערן שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; ווען עס האט זיך געעפענט דער נייער בית המדרש אין בארא פארק, וואס איז א געדינגענע פלאץ, האבן זיי עס אויך גענומען אויף זיך אויף די פערזענליכע בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; די עסקנים האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור, און ווילן כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדברים, דערפאר האבן זיי פאררופן א מסיבת הכרת הטוב אויפן קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת תרומה, אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג. &nbsp; און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע חיזוק שמועס, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ג 📝
  • נייע הערליכע מוזיק ווידיא: שלום און ליבשאפט

    לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט איז ערשינען א נייע הערליכע מוזיק ווידיא, וואס ברענגט ארויס איינע פון די וויכטיגסטע יסודות וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט זיינע תלמידים. שלום בית. מוהרא"ש האט כסדר גערעדט פון די וויכטיגקייט פון רעדן שיין אין שטוב, און רעדן מיט ליבשאפט אין שטוב. מוהרא"ש פלעגט זאג אז די בעסטע מתנה וואס א מענטש קען געבן פאר די קינדער איז עלטערן וואס האבן זיך ליב. &nbsp; אויפן ווידיא, מייסטערהאפטיג פראדוצירט דורך שרוליק סאמעט, זעט מען דעם ראש ישיבה לערנען אין שטוב ווען אינמיטן קומען די&nbsp; קינדער, און דער ראש ישיבה באגריסט זיי ווארעם "שלום עליכם", און רופט זיך אן צו זיי "אוי גייט דא זיין פרייליך", דער ראש ישיבה פרעגט זיי "עטס האטס ליב צו זיין אין די הויז?", אויף וואס די קינדער ענטפערן "יא!", דער ראש ישיבה זאגט זיי ווייזענדיג אויף א בילד פון מוהרא"ש זי"ע "עסט ווייסט: מוהרא"ש איז געווען זייער א גרויסע צדיק, ער האט אונז אויסגעלערענט אז מ'דארף זיין פרייליך, מ'זאל זיך נישט קריגן, מ'זאל זיך ליב האבן", דערנאך הייבט זיך אן דער שיינער ניגון, געבויעט אויף די באקאנטע ניגון&nbsp; "שלום לבן דודי" אין באגלייטונג פון שיינע מעלערייען פונעם מייסטער זאמד מעלער צ. וואקסמאן. &nbsp; די ווערטער פונעם ניגון זענען ווי פאלגענד: &nbsp; מוהרא"ש פלעגט צו רעדן אסאך שלום בית די העכסטע זאך &nbsp; וואס מיינט אן עובד השם? העלפן אין שטוב ווען מען קען &nbsp; ווער איז אן ערליכע איד? מיט ליבשאפט מען רעדט אין שטוב &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין וואס דארפסטו מאכן א פייט אז דיין ווייב דארף א נייע קלייד? &nbsp; וואס דארפסטו זיין צוקריגט און זאגן מיין מאן איז נישט קלוג? &nbsp; וואס דארפסטו מאכן א פאָס ווען דיין קינד האט פארשפעטיגט די באס? &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין וואס דארפסטו ווערן אין כעס ווען דיין קינד איז אריין אין מארארסט? &nbsp; וואס דארפסטו רעדן מיט האַס ווען דיין פאון איז געווארן נאס? &nbsp; חסד דו טוסט אין גאס אינדערהיים רעדסטו נאר מיט שפאס &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין דארטן ווי שיין מ'שמועסט וואקסן די קינדער זיס &nbsp; דארטן ווי יעדער פארגינט וואקסן די קינדער געזונט &nbsp; דארטן ווי מ'רעדט נאר שיין וואקסן די קינדער ריין ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין פראדוצירט דורך: שרולי סאמעט &nbsp; ספאנסערד דורך: יואלי'ס קולינג 845-470-8888

    < זעה מער יח שבט תשפ"ג 📝
  • געהויבענע יארצייט פון מוהרא"ש געפראוועט

    עס גלייבט זיך שווער אז מען האלט שוין גאנצע אכט יאר זינט די פטירה פונעם גרויסן צדיק, עס וואקסט שוין אונטער א&nbsp; פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש, אבער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג, אז מען קען היינט אויך קענען דעם צדיק, דורכן לערנען יעדן טאג זיינע הייליגע ספרים, דורכן פולעווען אינעם הייליגן ספר "אשר בנחל" איז מוהרא"ש נאך דא מיט אונז, און מיטן לערנען זיינע הייליגע ספרים שפירט מען א גילוי אלקות, מען הייבט אן זיך צו פרייען אז מען איז א איד, מען הייבט אן שפירן אז דער אייבישטער דארף מיך יא, איך האב נאך א האפענונג. &nbsp; דער הייליגער ציון אין יבנאל איז געווען באלאגערט דורך צענדליגע טויזנטער אידן וואס האבן אויסגענוצט דעם גרויסן טאג, און געקומען מתפלל זיין ביים הייליגן ציון, דער אייבישטער זאל העלפן אלע זאלן האבן געפועלט אלעס גוטס. &nbsp; אין די גאנצע וועלט זענען זיך טוינזטער אידן צוזאם געקומען לכבוד דעם גרויס יארצייט פון אונזער גרויסן רבין מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס אונזער דור האט געהאט די זכיה אז ער האט באשיינט און באלאכטן די וועלט מיט זיינע טויזנטער ספרים און הונדערטער טויזנטער בריוו וואס ער האט אונז איבערגעלאזט. עס זענען שוין אנגעקומען באריכטן פון די יארצייט סעודות פון ירושלים עיה"ק, בני ברק, טבריה, יבניאל, לאנדאן, און אין קרית טאהש. &nbsp; דער צענטראלע סעודת הילולא איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג אין בית המדרש היכל הקודש אויף סקילמאן סטריט, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן מיט א לייוו הוק אפ אין בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און אין שטעטל. &nbsp; ביים יארצייט האט מען געהאט די זכיה צו הערן א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע גערעדט וויאזוי מוהרא"ש איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין דורך א קליין ספר וואס א מפיץ האט איבערגעלאזט ביי זיין טאטן, און דער ספר איז אים אזוי אריין אין די ביינער און עס האט אים ממש איבערגעדרייט זיין לעבן, וואס ביז דאן פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן אויף זיך אז ער איז געווען א לעבעדיגע בחור, ער נישט געהאט קיין געדולד צו לערנען, אבער פון ווען ער האט געטראפן ברסלב, איז ער נהפך געווארן לאיש אחר, ער איז געווארן א מתמיד עצום, ער האט אנגעהויבן צו מקיים יעדע שיחה פון הייליגן רבין, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום אייבערשטן און ער האט געזען אז דא איז דא אן אוצר וואס קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, און עס איז אים געגאנגען בנפשו, ווי קען מען לאזן אידישע קינדער אין דעם שווערן גלות אין אזא פינסטערניש? ווען מען האט דא אזא לעכטיגקייט אזא רבי וואס קען אריינשיינען אין די צובראכענע אידישע קינדער האפענונג, ער קען זיי מאכן טראכטן אז זיי קענען יא, דער אייבישטער דארף זיי יא, אפילו עס איז אריבער וואס איז אריבער, קען מען נאך אייביג פאררעכטן. דער ראש ישיבה האט אסאך ארום גערעדט פון הפצה, און אז די בעסטע וועג פון הפצה אין געבן א קונטרס, און אז א מענטש האט קשיות אויף ברסלב, אויף היכל הקודש, זאל מען אים געבן א ספר און זאגן "דא וועסטו טרעפן א תירוץ אויף אלע דיינע קשיות" און עס איז א שאד אריינצוגיין אין ווכיחים וואס ברענגט נישט קיין נוצן. דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט זיך דערהאלטן און זיך נישט נאכגעלאזט טראץ אלע זיינע צרות, ווען מען האט געזען די לעכטיגע צורה פון מוהרא"ש האט מען געקענט מיינען אז דא רעדט מען פון א מענטש וואס אלעס גייט אים גוט, בשעת ער האט געליטן אין זיין גאנצן לעבן פון אזעלעכע געבראטענע צרות מבית ומבחוץ. דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון גיין צום ציון פון מוהרא"ש וואס מ'קען דארט זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלע ישועות, און די זעלבע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען טון מיטן עפענען אן אשר בנחל, וואס איז אזוי ווי מען איז ביים הייליגן ציון, און דורך לערנען דעם הייליגן ספר צינדט זיך אן דעם מענטש'ס נשמה, מען באקומט אזא התעוררות, עס וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה'ס שמועס הערליכע וואס איז כדאי אויסצוהערן, האט זיך געצויגן פאר איבער א שעה. מען קען עס שוין מיטהאלטן דא אויף ברסלב סענטער, אזוי אויך קען מען עס שוין הערן אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; נאכן בענטשן האט מען געזען א הערליכע רעקארדינג פון א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע מוהרא"ש טייטשט דארט צווישן דער פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם" דער אייבישטער זאגט פאר די אידן, איך געב דיר "היום" א טאג, "ברכה וקללה" און דו קענסט זיך אויסוועלן צי דער טאג זאל זיין א געבענטשטע טאג אדער חלילה א געשאלטענע. ווי די פסוק זאגט דארט ווייטער, אויב מען וועט פאלגן דעם אייבערשטן, וועט מען האבן פון אלעם גוטן, אויב חלילה פערקערט איז פארקערט. &nbsp; אזוי אויך איז פארגעקומען ביים יארצייט אין אלע פלעצער אן אפיעל פארן שווארץ אפל פון היכל הקודש, "הפצה", דער ציבור אנשי שלומינו האט זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים צו קענען ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים. &nbsp; ווער עס וויל זיך נאך משתתף זיין, קען רופן מו"ה לייבי ראטה הי"ו, און געבן לעילוי נשמת דעם הייליגן צדיק. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו

    < זעה מער יח שבט תשפ"ג 📝
  • א יאר פונעם עפענונג תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט א קיילעכיג יאר זינט מען האט געעפענט די טויערן פון די תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים. דער חדר האט זיך געעפענט מיט איין מלמד און בלויז עטליכע קינדער ביי איינע פון אנשי שלומינו, וואס איז געווען גרייט צו אוועקגעבן א צימער פון זיין דירה פאר די חדר, צוביסלעך האט זיך עס פארגרעסערט און פארשפרייט, און אינצווישן האט מען שוין געעפענט נאך א כיתה, נאכדעם וואס עס זענען נתרבה געווארן די תלמידים און עס זענען צוגעקומען נאך קינדער וואס ווילן באקומען דעם ריינעם און הייליגן חינוך פון אמונה וואס דער ראש ישיבה געבט פאר זיינע תלמידים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשריבן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל: "די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש&rdquo;ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא&rdquo;ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא&rdquo;ש, מוהרא&rdquo;ש האט געהאט די שליסל פון די "בולעטין בארד" וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא&rdquo;ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא&rdquo;ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט... &nbsp; איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: &ldquo;שכוח אייבערשטער!&rdquo; &nbsp; יעדעס מאל וואס דער ראש ישיבה פארט קיין ארץ ישראל קומט ער אלץ באזוכן דעם חדר, און ער שעפט נחת פון די ריינע קינדער תינוקות של בית רבן, ווען ער זעט ווי זיי וואקסן אויף געזונט ברוחניות וגשמיות, מען בויעט אויף די קינדער, מען לערט זיי אויס וואס עס מיינט לעבן, מען לערט זיי אויס די ריינע אמונה, נישט מורא צו האבן פאר קיינעם, און וויסן אז דער אייבישטער איז אלץ מיט זיי. &nbsp; אין די אלע יארן זענען שוין געווען טויזנטער און טויזנטער אנשי שלומינו וואס זענען אנגעקומען צום גרויסן סוד וואס הייסט היכל הקודש, מען האט געטראפן דעם באהאלטענעם צדיק מוהרא"ש זי"ע, מען האט אנגעהויבן לעבן מיטן אייבערשטן, די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, אבער צום גרויס ווייטאג איז עס ווייטער געבליבן א סוד, די קומענדיגע דור, האט זיך ווידער געטראפן אין די טונקל, די קינדער האבן געלערנט אין מוסדות וואס ברסלב בכלל און היכל הקודש בפרט איז געווען אראפגעקוקט, די קינדער זיך געשעמט פון זייערע חברים, און די עלטערן האבן געהאלטן דעם גרויסן געהיימעניס מיט זיך.&nbsp; &nbsp; יעצט ווען עס האט זיך געעענדיגט זיך א גאנצע יאר פון די חדר אין ירושלים, איז א פאסיגע צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטון מיט אונז, סיי אין ירושלים, און סיי אין די פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט, אז ביי אנשי שלומינו איז ברסלב און היכל הקודש מער נישט "אונטער די קארפעט". מענטשן שטייען און שטוינען ווען זיי זעען ווי קינדער גייען ארום מיט די קונטרסים און זענען מפיץ ביי די טירן. און די הפצה און נישט קיין פארשעמטע זאך, נאר עס איז פאר זיי די בעסטע באלוינונג. די מלמדים זאגן פאר די קינדער "אויב מען וועט זיין וואויל, מען וועט האבן גענוג טיקעטס וועט מען אריינגיין אין א גורל צו קענען גיין הפצה". &nbsp; בפרט יעצט ביי מוהרא"ש'ס יארצייט, איז דאס א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, אז מען איז זוכה צו מקיים זיין מוהרא"ש'ס רצון, און איבערגעבן דעם רבינ'ס לימודים פאר די קומענדיגע דור. &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ג 📝
  • מען גרייט זיך שוין צו ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט

    ביי ברסלב'ע חסידים דריידט זיך די גאנצע יאר ארום ראש השנה, דאס איז געווען די גרעסטע זאך ביים רבי'ן, ווי ער האט אויסגעדרוקט, "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". דער רבי האט אמאל געזאגט, "גלייך נאך ראש השנה, בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין מחזק אז ס'איז צייט אנצוהויבן טראכטן פון אומאן ראש השנה, זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז אנשי שלומינו פלעגן האבן א פושקע ביי זיך אינדערהיים, מ'האט אויפגעשריבן דערויף "קודש קדשים" און דאס האט מען באשטימט פאר אומאן, אין לויף פונעם גאנצן יאר האט מען יעדן טאג אריינגעווארפן עפעס געלט אין די פושקע, אז ווען ס'וועט קומען נענטער צו ראש השנה זאל מען האבן צו צאלן אויף די שפעזן. &nbsp; תפלה - די ערשטע זאך דארף מען זיך צוגרייטן מיט תפלה. ברסלב'ע חסידים האבן אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו יעדע זאך, בפרט ווען מען וויל פארן צום הייליגן רבי'ן, איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, שוין פון אנהויב יאר הויבט מען אן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. &nbsp; פאספארט - עס איז נישט כדאי צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט, בעסער זאל מען שוין איבערקוקן מאכן אז די פאספארטן - פון זיך און פון די קינדער - וועלן נאך זיין גילטיג אויף ביז נאך ראש השנה הבעל"ט. אויב נישט זאל מען שוין יעצט זיך אפגעבן דערמיט, עס באנייען אדער מאכן נייע, אז דאס זאל נישט זיין קיין אפהאלט אויף די נסיעה. &nbsp; בעטן - ווי דער ערפארונג האט געוויזן קען דער בנין נישט אריינעמען דעם גאנצן ציבור אנשי שלימינו, מיטן בעסטן ווילן קען מען פשוט נישט נאכקומען די וואוקס בלי עין הרע. ווי שוין געמאלדן האט מען שוין אנגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין פארן קומענדיגן יאר ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט. די פרייז איז טויזענט דאלער א בעט. צוליב דעם וועט מען היי יאר אויך נישט קענען האלטן קיין חזקות. נאר עס וועט גיין אויף די סדר פון כל הקודם זכה, ביז דער בנין ווערט אנגעפילט. &nbsp; צימערן - אזוי ווי דער ציבור פארמערט זיך יעדעס יאר קע"ה, וועט מען מער נישט צוזאמשטעלן צימערן פאר'ן עולם, נאר יעדער צווישן זיך וועט זיך צוזאמשטעלן צימערן און עס איינמעלדן פאר די ממונים. אין יעדע צימער איז דא 8 בעטן, אנשי שלומינו וועלן זיך אפשמועסן צווישן זיך מיט וועמען זיי ווילן זיך צוזאמשטעלן אין איין צימער, און אויב די גאנצע צימער איז אויסגעצאלט, וועט מען דאס קענען אריינגעבן פאר'ן וועד הבנין, אזוי וועט מען בעז"ה רעזערווירן צימערן אנשטאט בעטן. &nbsp; עירליין טיקעטס - לויט די פידבעק וואס מען האט געהערט פונעם צוביר איבער די סערוויסעס וואס "פלען איט רייט" האט פאריאר צוגעשטעלט, ארבעט מען איבער די פלענער וואס וועט זיין דאס בעסטע פאר היי יאר. פארשידענע אפציעס זענען אויפן טיש, בעזר השם האפן מיר צו מעלדן גאר בקרוב, וואס עס איז געבליבן. מען בעט דעם ציבור זאל מתפלל זיין אז מען זאל אלעס קענען אויסארבעטן על צד היותר טוב. &nbsp; צו רעזערווירן א צימער קען מען רופן&nbsp; 347-452-1936 &nbsp; וכל הקודם זכה

    < זעה מער טז שבט תשפ"ג 📝
  • צענטראלע סעודה לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע, דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג

    ווי יאר יערליך וועט אין וויליאמסבורג אפגעהאלטן ווערן דער גרויסער צענטראלע סעודת הילולא צום יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס אין טאג פון י"ז שבט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג ביים יארצייט אז כאטש מען קען פארציילן אן א שיעור אותות ומופתים פון מוהרא"ש זי"ע, איז עס נישט אינטערעסאנט. דער בעל שם טוב זי"ע איז אמאל געקומען אין חלום צו איינע פון די תלמידים מיט טענות פארוואס מען רעדט פון זיינע מופתים. דאס איז זיכער אז צדיקים קענען משפיע זיין פרנסה פאר אידישע קינדער, זיי קענען פועלן פרסנה, קינדערלאזע פארפעלקער ווערן נפקד, און אזוי ווייטער. דער גרעסעטער מופת פון מוהרא"ש זי"ע איז געווען אז ער האט געקענט פראווען אזא מופת אז אויך אונז פשוטע מגושם'דיגע מענטשן זאלן אויך אנהייבן טראכטן "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט", "עס איז דא א תכלית וואס איך דארף דא אויפטון אין די פאר יאר וואס איך לעב", ער האט געפראוועט א מופת אז ער האט געקענט מאכן אז מיר זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן אנהייבן גלייבן אין זיך אז עס איז נאך דא א האפענונג פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבעלמען ברוחניות און בגשמיות, ער האט אזויפיל געבעטן און געמאנט ביז ער האט געפועלט ביי אונז מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה צו זיין פון אנפאנג וואך, מיר זאלן פרובירן די עצה פון זאגן משניות, און מיר זאלן אננעמען די עצה פון סדר דרך הלימוד, ער האט אזויפיל גערעדט און געפאדערט ביז מיר האבן שוין אנגעהויבן גלייבן אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו האבן שלום בית, דורך רעדן שיין צו די ווייב, און זיך נישט טענה'ן מיט איר. "איר ווילט הערן א מופת פון מוהרא"ש", - זאגן די תלמידים - "א מופת בין איך!" &nbsp; ווי געזאגט האט דער ראש ישיבה באשטימט אז דער צענטראלע סעודה וועט דאס יאר פארקומען אין וויליאסבורג אין בית המדרש הגדול היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט., ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה, מען וועט הערן שיינע דברי התחקזות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס וועט זיין א שיינע פראגראם איבער דאס לעבן פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די זעלבע צייט וועלן אנשי שלומינו זיך אנגארטלען און שטיצן דעם קרן הדפסה וואס איז געווען די לעבנס ציל פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן די זיסע און הילייגע עצות פון הייליגן רבין, און דאס גייט צו בעיקר דורך די ספרים, קונטרים, און גליונות. &nbsp; תאו והתכנשו להילולא דרבי &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו חמשה עשר בשבט

    חז"ל זאגן (כתובות קי"ב ע"ב) "עתידין כל אליני סרק שבארץ ישראל שיטענו פירות", רבי נתן זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש אזוי ווי אונז, ליידיגע ביימער, און ווען מען גיין צום צדיק בחינת משיח, און קיין ארץ ישראל, בחינת אמונה, הייבט מען אן ארויסצוגעבן הערליכע פירות. &nbsp; אנשי שלומינו פלעגן זאגן, אז ביז ווילאנג זיי האבן נישט טועם געווען פון די זיסע פרוכט פונעם הייליגן רבין, זענען זיי געווען ליידיג, מען האט גערעדט פון שטותים און נארישקייטן, מען איז געווען פארנומען וועלכע רבי איז גרעסער, און ווער עס האט מער געלט, און ווער עס איז א רעכטער און ווער עס איז א לינקער. &nbsp; אבער זייט זיי האבן אנגעהויבן צו לערנען די הייליגע ספרים פון רבין און פון זיינע הייליגע תלמידים, האט זיי דער רבי אנגעפילט מיט כל התורה כולה, מען האט אלץ גוטע ווערטער וואס צו זאגן, מען האט וואס צו פארקויפן, מען רעדן פון אמונה, מען רעדט פון דעם אז מען קען זיך אלץ באנייען, מען רעדן פונעם זיסן דרך הלימוד, מען רעדט פונעם תכלית. &nbsp; אזוי אויך איז באקאנט אז דער הייליגער רבי נתן איז געבוירן געווארן אום חמשה עשר בשבט, און כאטש עס איז אנגעומען אז מען פראוועט מען נישט קיין יום הולדת, דאס איז ווייל וואס איז די שמחה אז ער איז געבוירן געווארן, ווער ווייסט וואס ער וועט אלץ אפטון אין זיין לעבן, אבער ביי א צדיק איז אנדערש, נאדעם וואס מען זעט מיט וואס פארא פירות דער צדיק האט אונז איבער געלאזט איז דער טאג א גרויסע שמחה. &nbsp; ביי מוהרא"ש זי"ע פלעגט מען זיך אלץ צוזאם קומען אין דעם טאג, און פראווען א סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אונז געגעבן אין דעם טאג אז דער צדיק'ס נשמה איז געקומען אויף דער וועלט, און ביז היינט קען מען עסן פון זיינע זיסע פירות. &nbsp;

    < זעה מער יא שבט תשפ"ג 📝
  • שאטל אין שטעטל פארברייטערט זיך מיטן צולייגן נאך א באס צום רוט

    ברוך השם דער ציבור איז שטארק צופרידן פונעם שאטל סערוויס וואס איז געגרינדעט געווארן מיטן ציל עס זאל זיין גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, איבערן גרויסן שטח אויף וואס דער שטעטל איז אויסגעשפרייט, וואס אן דעם וואלט עס געווען זייער שווער אנצוקומען. די שאטל גייט שוין אן ברוך השם א לענגערע צייט צו די צופרידענהייט פון די חשובע איינוואוינער, עס איז שוין אריבער אפאר שינוים פון ווען מען האט געעפענט די שאטל, און מען פרובירט אלץ וואס מען קען בעסער מאכן מען זאל בעסער און גרינגער קענען אנקומען צו ווי דער עולם וויל. מען פרובירט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף צו צופרידן שטעלן יעדן איינעם. &nbsp; יעצט אז די שטעטל איז אין די לעצטע חדשים שטארק פארגרעסערט געווארן און עס זענען צוגעקומען נאך אסאך משפחות וואס האבן זיך אריינגעצויגן און עס פעלט שוין אויס נאך א שאטל גרינגער צו מאכן פאר די חשובע איינוואוינער, האט דער ראש ישיבה געבעטן די חשובע הנהלה זיי זאלן זיך אריינלייגן דערין און קויפן נאך א שאטל באס, אפילו דאס ציעט אריין אין פרישע געלטער וואס מען דארף איינקויפן, אבער דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מען דארף וויכטיג האבן, כדי די חשובע פרויען זאלן קענען אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן גרינגערהייט. מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף וועט דאס פארגרינגערן פאר די חשובע איינוואוינער, וואס האבן דאס געניצט ביז היינט, און פאר די אלע וואס האבן נאכנישט פרובירט צו ניצן דעם שאטל ביז היינט פאר וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, וועט יעצט זיין נאך א געלעגענהייט דאס אויסצופרובירן און זען אז דאס איז גאר א געשמאקע מיטל אנצוקומען פון איין פלאץ צום אנדערן געשמאקערהייט. &nbsp; על פי השם יחנו ועל פי השם יסעו

    < זעה מער יא שבט תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי עפענט זיך צום צווייטן יאר בעזרת השם

    די מצה בעקעריי אין שטעטל גרייט זיך צו עפענען בעזרת השם צום צווייטן יאר, נאכדעם וואס די ערשטע יאר איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס, מען האט צוריקגעהערט גאר גוטע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם געוואלדיגן געשמאקן טעם וואס די מצות האבן געהאט, אזוי אויך האבן אנשי שלומינו הנאה געהאט אז די מצה בעקעריי האט די שטרענגע השגחה פונעם דיין שליט&rdquo;א דקהילתינו, וואס גיבט זיך אפ מיט יעדן דעטאל אינעם בעקעריי עס זאל זיין מיט די גרעסטע הידורים און חומרות ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; אזוי אויך האבן אנשי שלומינו זייער ארויפגעקוקט דעם פאקט אז די ארבעטערס אינעם בעקעריי זענען אידן וואס רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין גוט סיי בכשרות און סיי אין טעם. יעצט האלט מען אינמיטן צאמשטעלן דעם גאנצן סטעף ווער עס גייט פאר וועלכע פאזיציע, אזוי אויך קויפט מען יעצט איין אלעס וואס פעלט זיך אויס פארן בעקעריי. &nbsp; דאס יאר קומט צו גאר א געוואלדיגע חומרה אינעם בעקעריי, מען אינסטאלירט א ספעציעלע פארמאכטע צימער ווי די מעהל און די מצות וועלן דארט ליגן אויף אן אפגעהיטענעם וועג. דאס יאר האט מען אהערגעשטעלט ספעציעלע גוטע סייז מצה באקס פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; דער עיקר דארף מען געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל ארויסקומען מיט די גרעסטע הידורים און עס זאל זיין גאר גוט אין טעם לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח וואס קומט שוין אט אט.

    < זעה מער י שבט תשפ"ג 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די אכטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן "אין טאג פון די יארצייט פון א צדיק, קומט מען זיך צוזאם און מען חזרט איבער וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, די הונדערטער ספרים די הונדערטערע טויזנעטער בריוו זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער איבער די וועלט, און זיי זענען נאך מער מוסף והולך און דערנענטערט טאג טעגליך נאך אידן צום אייבערשטן; און גדולים צדיקים במיתתם, מען זעט ווי די ספרים נעמען איין די וועלט, אפילו נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. &nbsp; די תלמידים פון מוהרא"ש געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר זיי אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען טאג טעגליך נאר צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אין יעדן מצב, און געלרענט מיט אונז וויאזוי מיר קענען אויך דינען דעם אייבערשטן, און וויאזוי יעדע פשוטע איד קען דורך רעדן צום אייבערשטן זוכה זיין צו די גרעסטער מדרגיות וואס א איד קען נאר צוקומען אויף דער וועלט. &nbsp; דעריבער שפירן אנשי שלומינו אזוי שטארק די גרויסייט פונעם דעם טאג, ווען די גרויסע תלמדים פון מוהרא"ש נעמען צוזאם פרישע תלמדים און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען געט איבער די עצות וואס דער צדיק האט אונז איבער געלאזט, און מען איז זיך מחזק ווייטער ממשיך צו זיין אין די הייליגע וועג. &nbsp; פילע אנשי שלומינו וועלן פארן צום הייליגן ציון אין יבנאל זיך משתטח צו זיין אויפ'ן הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין די טאג פון די יארצייט. אידן איבער די וועלט בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו פארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין אלע שטעט אין די בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן דעם הייליגן טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. &nbsp; מען וועט זיך לאזן קאסטן מיט גרויסע שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער ח שבט תשפ"ג 📝
  • דעליווערי ווען ווערט געקויפט בעז"ה פארן קרן הדפסה

    ווער עס קומט אריין און האלט מיט די אפעראציעס אינעם קרן הדפסה, זעט ווי עס טוט זיך דארט כסדר מיט דעליוועריס; אלע דעליווערי פירמעס, סיי די גרויסע נאציאנאלע, און סיי די היימישע פירמעס וואס שיקן לאקאל, טוען אפשטאטן דארט טאג טעגליך א סטאפ, אמאל צו ברענגען פרישע פעלעטס ספרים, פאפיר, אדער נייע מאשינען און אזוי ווייטער, און בעיקר קומען זיי פשוט אפצונעמען באקסעס באשטעלונגען פון ספרים און קונטסים בפרט פון די מפיצים.&nbsp; &nbsp; דאס איז צוליב דעם וואס די מפיצים פון איבער די גאנצע טריי סטעיט געגענט באלאגערן טאג טעגליך דעם קרן הדפסה מיט גרויסע ארדערס פון ספרים און קונטרסים, נאכדעם וואס דער פריערדיגע ארדער איז שוין אויסגעגאנגען, נאכדעם וואס עס איז צוכאפט געווארן דורך די ערליכע אידן צו וועם זיי גייען ארום דאס פארשפרייטן. ביז יעצט באנוצט זיך די הדפסה מיט קאמערציאלע דעליווערי סערוויסעס, וואס סיי עס קאסט אסאך געלט, און סיי עס איז גורם אז די מפיצים זאלן באקומען די ספרים און קונטרסים שפעט. &nbsp; ביז ווילאנג די הדפסה איז נאך נישט געווען אויף אזא גרויסן פארנעם, האט עס נאך ווי נישט ווי געקענט אגיין אזוי, אבער מיט די צייט האט זיך די הדפסה שוין אזוי פארגרעסערט און פארמערט ברוך השם, אז מען קען נישט ממשיך זיין אזוי, מען האט איינגעזען אז אויב מען האנדעלט זיך איין אַׁן אייגענע דעליווערי ווען וועט מען קענען טון די דעליוועריס אסאך שנעלער, בעסער און ביליגער. &nbsp; דערפאר האט מען באשלאסן אז מען וועט אריינשפרינגען אינעם קאסטבארן געשעפט פון קויפן אן אייגענעם ווען, וואס לויפט היינט אין די געגענט פון פופציג טויזענט דאלער, וואס דאס וועט בסייעתא דשמיא העלפן די מפיצים בכלליות באקומען זייערע ספרים און בפרט איז עס נויטיג צו קענען אפשיקן די וועכענטליכע גליונות אריין אין שטאט גענוג שנעל, ווייל פון ווען די גליונות גייען צום דרוק ביז שבת קודש איז דא זייער א קורצע צייט, און דאס דארף נאך אנקומען צו אלע היימישע שטעט אין די ניו יארקער אומגעגענט. &nbsp; יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט אפצוקויפן דעם זכות פונעם ווען, ווער עס וויל האבן די זכיה קען זיך ווענדן צו מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסט. 103

    < זעה מער ח שבט תשפ"ג 📝
  • שיעור כללי דורכ'ן דיין שליט"א זונטאג אין מאנסי

    &nbsp; &nbsp; אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע אידישע קהלות, וועט מען אויסצונוצן די שובבי"ם טעג איבערצו'חזר'ן די וויכטיגע הלכות טהרה, די הלכות וואס זענען זייער נויטיג פאר אן ערליכע אידישע שטוב, וועט דעם קומענדיגן זונטאג בשלח פארקומען א שיעור כללי פון הלכות טהרה דורכן חשובן דיין פון קרית ברסלב הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי דער דיין שליט"א וועט מיט א קלארקייט ערקלערן די אלע וויכטיגע הלכות. דער שיעור וועט פארקומען אינעם נייעם נארוואס געעפענטער בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין ספרינג וואלי, אויף 34 יוניאן רד. אום 9:00 אוונעט. שובו בנים שובבי"ם! &nbsp;

    < זעה מער ד שבט תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו דינגען שוין צימערן צו קענען זיין ראש השנה ביים הייליגן רבין

    אנשי שלומינו טוען אויפנעמען מיט גרויס פרייד די בשורה טובה, אז די רעזערוואציעס פאר די צימערן אינעם בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א האט זיך שוין געעפענט. &nbsp; שוין אריבער פיל יארן זינט דער רבי האט אויסגערופן "ראש השנה ביי מיר איז העכער פון אלעם, קיינער טאר נישט פעלן", שוין דורך אזויפיל פון ווען דער רבי האט מבטיח געווען "ווער עס וועט קומען צו מיר אויף ראש השנה וועל איך אים קענען מתקן זיין, נישט קיין חילוק ווער און וואס, אפילו וועם איך קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר". שוין איבער צוויי הונדערט יאר, וואס אידן מכל קצבי תבל, מאכן אלע סארט באמיאונגען און טאנצן אריבער אלע מיני שוועריגקייטן, אלעס כדי צו פאלגן דעם רבין, און זוכה זיין צו א תשובה שלימה. &nbsp; בפרט אין די לעצטע עטליכע און דרייסיג יאר זינט די קאמוניזם איז צוזאם געפאלן, און די גרענצין פון אומאן האבן זיך געעפענט לרבחה, האט זיך דער הייליגער קיבוץ שטארק צואוואקסן, בשעת ווען אין אנפאנג די ערשטע יארן זענען אנגעקומען עטליכע טויזנט, זענען שוין אנגעקומען אויף ראש השנה די לעצטע יארן איבער הונדערט טויזנט אידן. אנשי שלומינו קוקן נישט אויף קיינעם און קומען נישט צו קיינעם, מען קומט צום הייליגן רבין זיין ביי אים אויף ראש השנה. &nbsp; אסאך יארן האבן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש נישט געהאט קיין אייגענע ווינקל אין אומאן ווי מען קען עסן שלאפן במשך דעם יום טוב, יעדער האט זיך מסדר געווען אויף א פלאץ וואו מען האט נאר געקענט. אבער אין די לעצטע צען יאר, זינט מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער וויל אז ער זאל זען צו מאכן א באזונדערע פלאץ פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל קענען קומען און גיין אפגעהיטענערהייט, האט מען זיך אנגהויבן צוזאם נעמען. תחילה האט מען געדינגען איין פלאץ, דערנאך נאך א פלאץ. אבער נאך א קורצע צייט האט מען געזען אז דאס קען נישט אנהאלטן, דער ציבור האלט אין איין וואקסן, און די הוצאות צו דינגען האט געהאלטן אין איין ארויפגיין. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען א גרויסע אייגענע געביידע אין אומאן ווייט אוועק פון די געפּילדער פון פושקינא, א פלאץ מיט א געהעריגע השגחה, ווי די מלמדים לערנען און דאווענען מיט די קינדער, און די מלמדים נעמען די קינדער צום ציון אפגעהיטענערהייט, מען שטעלט דארט צו מטה שלחן ומנורה, א פיינע מקוה, אן עס זאל, און אלע געברויכן אויף ראש השנה. בפרט ווער עס האט נאר איינמאל געשפירט דעם געשמאקן טעם פון א ראש השנה מיטן ראש ישיבה, ווי מען פראוועט אינאיינעם די סעודות יום טוב, דער ראש ישיבה געט הערליכע דרשות, דער ראש ישיבה דאווענט פארן עמוד די תפלות, איז דאס פלאץ געווארן ממשה ווי א מאגנעט וואס אלע אנשי שלומינו ווילן נאר קומען אהין. &nbsp; אבער טראץ דעם גרויסן פארלאנג, איז ממש אוממעגליך נאכצוקומען דעם געברויך. דאס איז נישט קיין שרייבערישע גוזמאות. דאס איז די טרוקענע מציאות. דער ציבור וואס וויל קומען וואקסט בלי עין הרע מיט יעדע דורכגייענדיגע יאר, און טראצדעם וואס מען פרובירט דאס בעסטע צוצושטעלן יעדעס יאר מער און מער בעטן, האט מען אלץ צום סוף געמוזט אפזאגן זייער אסאך. &nbsp; דערפאר איז וויכטיג אז אלע וואס ווילן קומען איינשטיין אין בנין זאלן נעמען אין באטראכט די פאלגענדע זאכן. אזוי ווי די ארבעט פון צושטעלן דעם בנין מיט אלע געברויכן איז געוואקסן אויף אזא פארנעם אז עס איז געווארן אוממעגליך נאכצוקומען דאס מסדר זיין די צימערן לויט יעדעמ'ס בקשה, ווער שלאפט אויבן, און ווער אונטן, דער וויל שלאפן מיט דעם, און דער מיט יענעם, וועט מען היי יאר פארדינגען נישט קענען רעזעווירן קיין בעטן, נאר מען וועט רעזערווירן א "צימער". די וואס דינגען איאיינעם דעם צימער, וועלן שוין באשליסן צווישן זיך ווער שלאפט וואו. אנשי שלומינו ווערן געבעטן זיך צוזאם צו נעמען פער אכט מענטשן, און איאיינעם רעזערווירן א צימער. צוליב די אינפלאציע האט מען געמזוט אביסל ארויפגיין מיט די פרייזן. די פרייז פאר א צימער איז אכט טויזנט דאלער, דאס הייסט טויזנט דאלער פער בעט. די אויבערשטע שטאק די פרייז אביסל בילגיער, זיבן טויזנט צוויי הונדערט א צימער, דאס הייסט ניין הונדערט דאלער א בעט. אזוי אויך די ערשטע שטאק פון די שלאף צימערן איז באשטימט פאר די עלטערע אידן פון די קהילה. &nbsp; די רעזערוואציעס זענען שוין אפן און וועלן בלייבן אפן ביז עס ווערט פול. היי יאר זענען נישטא מער קיין חזקות, אזוי אויך איז נישטא קיין דאטום ביז ווען מען קען דינגען. דאס וועט צוגיין מיטן כלל פון "כל הקודם זכה". &nbsp; דער עיקר דארף מען געדענקען צו מאכן אסאך תפילות אז מ'זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן. אנשי שלומינו האבן געזען וויאזוי עס האט אויסגעזען פאריאר, ווען עס האט אויסגעבראכן א מלחמה, און עס האט אויסגעזען אז וועט זיין אוממעגליך צו פארן צום הייליגן רבין "אינמיטן א העפטיגע מלחמה", אבער תפלת ישראל האבן געפועלט, כלל ישראל האט יעדן טאג מתפלל געווען און זיך מתחנן געווען צום באשעפער "רבונו של עולם, העלף מיר אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיט א געשמאקע נסיעה, מיט די פעקלעך", און אלע זענען טאקע עדות אויפן הערליכן ראש השנה וואס איז דורך. אנשי שלומינו ווערן געבעטן אזוי צו טון אויך היי יאר, ווען מען דארף ווידער מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב. אלע פלענער וואס די טראוועל אגנעטן מאכן זאלן זיך גוט אויסארבעטן, און אלע זאלן גיין און קומען בשלום, און פועלן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן מלמד מומחה ר' יחזקאל וואס צורייסט זיך ממש פארן רבינ'ס ראש השנה, ער געט אוועק טעג און נעכט אז אנשי שלומינו זאל האבן א געשמאקע אכסניא במשך די ראש השנה טעג שלא על מנת לקבל פרס.&nbsp; &nbsp; צו רעזערווירן א צימער קען מען זיך ווענדן צו מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו, אויף 347-452-1936. &nbsp; מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה

    < זעה מער ג שבט תשפ"ג 📝
  • סיום הש"ס פון הבחור דוד אסקאל ני"ו

    אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג הערשט א גרויס שמחה. איינע פון די חשובע תלמידים הבחור החשוב דוד אסקאל הי"ו וואס איז אריינגעקומען אין ישיבה מיט ווייניגער פון א יאר, און נאכן הערן פונעם ראש ישיבה די גרויסקייט פון זאגן און ענדיגן ש"ס, האט ער עס גענומען און געפאלגט מיט תמימות ופשיטות, און אויסערדעם וואס ער איז א געשמאקע בחור מיט מידות טובות, און חוץ זיינע פילע שיעורים און חומש, משניות, הלכה, מדרשים און אזוי ווייטער האט ער געלערנט יעדן טאג עטליכע שעה ש"ס כסדרן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די טעג איז ער אנגעקומען און האט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; צום גרויסן טאג זענען זיינע עלטערן און משפחה געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, און דער סיום איז אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכן פארנעם אין שטוב פון זיינע חשובע קרובים וואס וואוינען דא אין וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך ספעציעל געקומען באטייליגן ביים סיום, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און מען האט געהערט עטליכע שיינע דרשות. א טייל פון די סיום קען מען זען דא אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה ווי איבערגענומען ער איז אז די משפחה מאכט אזא שיינע סיום, בשעת אין ישיבה זענען שוין געווען צענדליגע סיום הש"ס, אבער רוב מאל קומט עס פאר אין ישיבה, ווי אסאך מאל "טוט דער טאטע א טובה" און קומט. אבער דא, האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען א ווארימע משפחה וואס פריידט זיך מיט און העלפט און שטיצט, און מען ווייזט ארויס כבוד פאר די תורה, און מען פראוועט א שיינע סיום, ווי עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען עדיגט א מסכת, איז א "יומא טבא לרבנן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש היינט האט מען געענדיגט מסכת נדרים אין די קהילה, און מ'האט אים גערופן צי ער קען קומען מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל ביים סיום, אבער האט אלעס געלייגט אין די זייט. ביי אים האט א גאר שטארקע חשיבות ווען א בחור ענדיגט ש"ס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייניגער פון א יאר צוריק, ווען דער בחור איז ארויפגעקומען צו א שיעור, און אויף די פראגע פון ראש ישיבה וויאזוי ער הייסט זאגט ער "דוד אסקאל", דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט וואס איז די מעשה? ווילסט לערנען דא? האט ער געזאגט, ער איז דא צוגאסט פון ארץ ישראל ווי ער האט געהערט פון די ישיבה, ער וויל עס פשוט קומען זען, אבער דוד איז צוריק געקומען יעדן טאג צום שיעור, און נאך אפאר טעג, האט ער באשלאסן ער בלייבט דא.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער האט אמאל געזאגט פארן צאנזער רב, אז ער האט געלערנט ש"ס, האט אים צאנזער רב צוריק געפרעגט "וואס האט ש"ס דיר געלערענט?" דא&nbsp; - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דוד האט ש"ס געלערענט, און ש"ס האט אים געלערענט, אויסער וואס דוד לערנט פלייסיג איז ער א בעל מידות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ער האט אמאל געהערט א טעיפ ווי קלויזענבורגער רב זאגט נאך פון ספר רחמי האב וואס שרייבט אז ער האט געקענט א פשוטע שוסטער וואס האט געהאט א צלם אלוקים, די פנים האט אים געלאכטן, ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי איז ער זוכה דערצו? האט ער געזאגט אז ער קען נישט לערנען, אבער ער זאגט ש"ס בגירסה, און ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווערט די נשמה לויטער און ריין. &nbsp; דער חתן-תורה הבחור דוד ני"ו האט אויפגעטרען און געזאגט אפאר ווערטער, ווי ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן, און זיינע חשבוע עלטערן וואס האבן אים מחזק געווען, אזוי אויך זיינע חשובע קרובים פון וויליאמסבורג, וואס האבן אים אריינגענומען אין שטוב, אין די צייט וואס ער לערנט דא. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם חשובן פאטער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגענו, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זוכה זיין א זון זאל ענדיגן ש"ס, און האט געזאגט אז עס איז בבחינת "ברא מזכה אבא", אויך האט ער זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה, וואס האט מחזק געווען זיין זון, זאל האבן די כחות דורכצופירן אזא שווערע זאך ווי ענדיגן ש"ס וואס נעמט שעות טאג טעגליך. &nbsp; דער עולם איז ארויס מיט שטארקע חיזוק, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און אננעמען די שיינע זיסע עצות פון הייליגן רבין, וואס מיט דעם קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן.

    < זעה מער ג שבט תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 736 to 750 of 1670 results

1 2 ... 47 48 49 50 51 52 53 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com